בלאט 1 פון 2

ברוינפן אין קרעטשמע

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 9:07 am
דורך זאלץ מעסטל
איך האב געקלערט צו עפענען א שמועס איבער ברויפען ווי באקאנט זענען דאך רוב עולם מבינעם נא לאמער הערן עצות אין פארשלאגן

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 9:11 am
דורך איך_הער
איך קען ליידער דערמיט נישט ארויס העלפן, ווייל איך גלייך נישט קיין בראנפן. (דרך אגב, ווי קומט זאלץ צו בראנפן?)

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 9:13 am
דורך זאלץ מעסטל
וואס הייסט האסטו דען נישט ליב באנענע ליקער? אויב יא שטיי ארויס

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 9:14 am
דורך איך_הער
ניין, און דאס וועל איך בלי נדר טאקע טוהן.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 9:16 am
דורך 3x0
איך פלעג טרינקן א וואדקע מיטן נאמען gray goose, ביז איך בין געוואור געווארן אז וואדקע דארף יא א הכשר, האב איך אויפגעהערט עס צו טרינקען. איך האב געטרייט absolut, אבער איך האב עס נישט אזוי געגליכן, דערנאך האב איך אנגעפאנגען צו טרינקען stolichnaya.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 9:21 am
דורך זאלץ מעסטל
ס'העט ווען געפאסט מען זאל אנהייבן מיט דעם אלעמען באליבטן שליוואוויץ לענ"ד איז דע גאלגדענע יעלענעק דאס בעסטע

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 9:48 am
דורך זאלץ מעסטל
וואס קויפט מען דעם שבת? ווי עס קוקט אויס וועל איך דא נישט געהאלפן ווערן

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 9:48 am
דורך יאנאש
זאלץ; פאר מען גייט אריין אין ספעציפישע ברענדס ברויך מען קודם אויסשמועסן אלע ערליי מינים וואס איז פאראן און די חילוק און טעם צווישן זיי, צ.ב. סקאטש, בארבען, ראם, וואדקע, קאניאק, ליקער, ברענדי, קענעדיען וויסקי, אייריש וויסקי, ריי, טעקילע, וכדו, ווי אויך ברויך אויסגעשמועסט ווערן די כשרות חלק פון איטליכע פון זיי, ווי אויך איז זייער אינטערסאנט צו וויסן די אופן וויאזוי זיי ווערן פראדוצירט, און נאכער קען מען זיך אריינלאזן אין יעדע מין, וועלכע קאמפאני און ברענד זענען מער ליבערשט פאר וועם.

אויפן מינוט בין איך עטוואס פארנומען, אבער איך גלויב אז עס זענען דא מעמבערס וואס זענען באקאנט דערין, סאו הייבט אן, איך זאג ענק עס איז זייער א באלערנדער טאפיק, אפילו פאר מענטשן וואס האבן נישט ליב ברוינפן בכלל, און איך וועל פרובירן אריינציווארפן מיינע פאר גרייצער עלאנג די וועי.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 9:52 am
דורך זאלץ מעסטל
אה עפעס ווערט שוין, ביזט טאקע גערעכט אז עס איז גאר א טיפן ענין אבער קודם ברויך מען צו וויסן וואס מען האט צו טיען

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 9:59 am
דורך מאשקע
איך בין שר המשקים, אבער כ'האב נישט קיין אהנונג אין די ענינים. איך שטעל נאר צו קאווע און טיי.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 10:08 am
דורך זאלץ מעסטל
אקעי איך זעה מען וועט מוזן אנהייבן פאוואליע, ווען די טרינקסט ביי א קידוש טעם פרי שליבאוויץ ברענט דער מאגן דאס איז נישט גיט וואס יא העל מער באלד זעהן

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 11:02 am
דורך זאלץ מעסטל
גיימער אריין שטעלן די וואדקע אין פריזער, נאר וואדקע גייט ביי מיר אין פריזער

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 11:13 am
דורך סאכדעס
זאלץ, כ'מיין וואו דען רעדן פון ברוינפן אז נישט דאהי? אה טאפיק אזאנס און אזאנס, יאנאש אונזער אלטער ברוינפן טיילער, איז דאך גאר גוט באקאנט אין די גאנצע מעשה. ווי נאר ער הויבט אן, וועל איך מערצעשעם מוסיף זיין מה שיש בליבי.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 11:20 am
דורך זאלץ מעסטל
כ'קלער מהעלמער ווארטן אויף איבער שבת

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2007 9:32 am
דורך זאלץ מעסטל
איך האב נהנה געווען דעם שבת פון יעלענק גאנץ כמעשה געווען,נא וואס האט איר זוכה געווען?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2007 11:09 am
דורך יאנאש
מיר האבן געטרינקן שיוועס ריגעל עטליכע מאל דעם שבת.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2007 11:21 am
דורך 3x0
יאנאש האט געשריבן:ווי אויך ברויך אויסגעשמועסט ווערן די כשרות חלק פון איטליכע פון זיי,

יאנאש האט געשריבן:מיר האבן געטרינקן שיוועס ריגעל עטליכע מאל דעם שבת.

איז שיוועס ריגעל כשר?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2007 11:28 am
דורך צייטליך
ער רעדט נאר פונעם אויסשמוסען חלק, נישט איבער'ן אקטועלע באנוץ, פארשטייט זיך....

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2007 12:16 pm
דורך יאנאש
די פראגע היינט איז געעוען וועלכע ברוינפן איר האט געטרינקן דעם שבת, און מיין ענטפער איז 'שיוועס ריגל' וואס איז א סקאטש וויסקי וואס אויב עס שטייט נישט אויפן באטל אז עס האט זיך גע'עלטערט אין א 'שערי' 'פארט' אדער 'דועל' קעסק אדער פיניש איז עס נישט קיין פראבלעם.

איך וויל נישט אריינגיין אין דעם ענין וואס די ווערטער מיינען אויפן מינוט, אבער אז דו רעדסט שוין לאמיר טאקע זאגן איין פוינט איבער די כשרות, 'בורבן איז מער אויסגעהאלטן ווי וויסקי', און 'אייריש וויסקי מער ווי קענעדיען וויסקי'.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2007 12:26 pm
דורך יאנאש
דא האט איר א לינק פון וואנעט איך האב געשעפט מיינע אינפארמעישאן איבער ברוינפן, איך האב עס איצט אפיר געזוכט, ליינט און האט הנאה.

http://www.star-k.com/kashrus/kk-thirst-highspirits.htm

און דא האט איר א ליסטע פון מאסטלי אלע ברוינפן'ס און זייער כשרות סטעטוס, וישתו ענוים וישבעו.

http://www.star-k.com/cons-appr-liquor.htm

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2007 10:44 am
דורך סאכדעס
יישר כוח יאנאש מעומק הלב. כאב א ריזן באטל שיוועס אין שטוב, כאב זיך נישט געטרויעט עס צו נוצן. איצט וועל איך שוין וויסן וואס צו קוקען.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2007 10:55 am
דורך יאנאש
יאך בין נישט קיין דייען, און עס זענען דא מענטשן וואס זענען מחמיר, סאו פארלאז זיך נישט אויף מיר.

אויב דיסיידסטו עס נישט צו נוצן קענסט עס מיר אריבער שיקן מיינס ווערט שוין ליידיג, איך האב אז עס איז אן אכצנער נישט קיין צוועלעווער.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2007 10:56 am
דורך סאכדעס
כ'מיין אז סיז טאקען אן אכצענער.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2007 10:57 am
דורך יאנאש
דאן שיק עס אריבער, איך מיין אז עס איז נישט כשר...

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2007 11:01 am
דורך סאכדעס
חחחחחחחחחחח כעל קוידען מברר זיין.