האט דער דאקטאר געזאגט...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שערי תקוה
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 2:47 pm

האט דער דאקטאר געזאגט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שערי תקוה »

האט דער דאקטאר געזאגט...


"הארץ"... וואס באדייט דאס ווארט פאר א מענטש? לעבן. אן א "הארץ" איז קיין לעבן דא.

"הארץ", ביסט דאך דער סימבאל פון רחמנות. דאס "הארץ" איז דאך דער ביישפיל פאר ווארימקייט און ליבשאפט. די סלאגאנען גליטשט זיך ארויס פון מויל: "יענקל האט א הארץ פון פוטער" "משה האט דאך א ווייכע הארץ". דאס זעלבע ווערט עס געזאגט ביי א שטייפע און פעסטע פירערשאפט. "דער שטיפער בעל הבית האט אן הארץ פון אייזן". אויך ביי שרעק ווערט דאס "הארץ" אריינגענומען אין בילד; מיט'ן טיטול אז "דאס הארץ איז פארגליווערט געווארן". יעדע שרייבער ווייסט אז דאס טערמין "הארץ" מאכט רייכער אן ארטיקל אויסצוגעבן די געפילן. אנגעהויבן ביים באשרייבן א פרייליכע געעשעניש, אז "דאס הארץ איז פיל מיט פרייד" ביז א טראגעדיע ל"ע, ווען דער פענע פירקלט "דאס הארץ צוגייט דאך ביים שרייבן".

דאס "הערצלע" איז דאך דער סימבאל פון ליבשאפט וואס מיר באקומען פון אונזער טאטן אין הימל. ווען אונזער ליבער פאטער וויל אונז אוסדריקן "אהבת השם" צווישן אונז און אים, איז דער פאסיגער אויסדרוק "בכל לבבך". ליבשאפט איז געבינדן מיט'ן "הארץ". און ווי איז נאך דא א שטערקערע ליבשאפט ווי צווישן טאטע און מאמע, צו זייערע ליבע קינדער. זייער "הארץ" גיסט דאך איבער פאר ליבשאפט צו זייערע טייערע קינדער.

דערפאר איז טאקע נישט דא קיין "הארץ" אראפצושרייבן די פאלגענדע ווערטער, וואס די דאקטאר האט געלאזט וויסן פאר די עלטערן, מיט זיינע "הארצלאזער" געפיל, אז דאס קינדס זייערע, וואס איז צו זיי אט געבוירן געווארן, אז זיין "הערצעלע" דאס טייערע אבר איז ל"ע נישט אין ארדענוג!!!

מיר וואלטן זיך נישט געוואלט געפינען אין יענעם צימער אין אזא מינוט. דאס "הארץ ריטעם" האט זיך אפגעשטעלט אויף א מינוט! עס האט גענומען א וויילע פאר די דערשיטערטע עלטערן, צו פארדייען דעם פאקט, אז אנשטאט אהיימצונעמען א געזונטע קינד, און אפנעמען "מזל טוב" מיט "פרייליכע הערצער" וועט עס בלייבן א היבשע וויילע צוגעבינדן צו מאשינען.

אבער זייט נישט געזארגט, אזא יונגערמאן ווי ר' זלמן, איז נישט דער וואס ברעכט אונטער פון שווערע מצבים. זיין עוסק זיין אין "חובת הלבבות" אין "שער הביטחון" איז אים יעצט גאר גוט צונוץ געקומען. די ווערטער "רבות מחשבות בל"ב איש" איז ביי אים יעצט געטייטשט געווארן, אז די באשעפער האט אסאך וועגן ווי אזוי ער באשאפט "הערצער". און דאס איז זיכער אז ער האט אויך באשאפן אזא "הערצעלע" פאר אונזער שעפעלע. די טייערע עלטערן האבן מצדיק געווען דעם מדת הדין, און זיך פארגענומען צו פראבירן וואס מען קען טון צו ראטעווען דאס קינד'ס לעבן, און דער עיקר ביישטיין דעם נסיון, און זיך שטארקן אין אמונה וביטחון.

עס שרייבט זיך גרינגער ווי געזאגט. דא ליגט אינעם וויגעלע א יונגעלע בעבי, וואס איז קוים א טאג אלט, זיינע פעטע בעקעלעך זענען טאקע גאר זיס, אבער קיין קניפל דערין קען מען נישט געבן, ווייל עס איז נעבעך פארשטעקט אונטער לעבנס דערהאלטענע רערן. אוי, דאס "הארץ" גייט דאך אויס! ער שוועבט דאך צווישן לעבן און טויט! וועלכע טרייסט ווערטער נוצט מען פאר די ערשעפטע עלטערן, וואס האלטן נאך אינמיטן פארדייען דעם פרישן טריט אינעם לעבן, אין וואס הקדוש ברוך הוא האט זיי געהייסן אריינטרעטן?!

די שבתים פון פארדעם און נאכדעם זענען נישט דאס זעלבע. ר' זלמנ'ס "הארץ" האט געשפירט ווי אזוי ער ווערט נאר נענטער צום באשעפער. זיינע זמירות שבת ביינאכט איז געווען מיט אן התרוממות ווי קיינמאל פריער, יעצט נאך די גזירה פון הימל איז אלעס געווען אנדערש. זיין זינגען "אודה לא-ל לבב חוקר" צונויף געמישט מיט א ווארימע טרערל ביים אונטערזינגען "לבי ובשרי ירננו לא-ל חי" איז געווען מיט דאנק פאר'ן באשעפער, אז זיין "הארץ" קלאפט געהעריג, און די חסדים וואס עס פאסירן יעדן טאג צום שוואכן "הערצעלע" פון זיין זיסקייט.

מיר שרייבן פון ר' זלמן, אבער איז דען מעגליך צו פארשטיין א טאטע וואס מוטשעט זיך מיט אזא קינד? א גאנצן טאג איז מען פארנומען מיט רופן "חסד" אז מען דארף שוין נאכאמאל איבערנעכטיגן אין שפיטאל. יא, יעדע שפאלט אויפ'ן "עף. די. אר." ביז'ן לעצטן "עקזיט" פאר'ן "וואשינגטאן בריק" האט ר' זלמן שוין געקענט פון שלאף ארויס. דארט ביים יענעם "עקזיט" האט דער דרייווער שטענדיג געלאזט מעלדן, אז אט אט קומט מען שוין אן צו "קאלעמביע" דאס שפיטאל וואו זלמן האט זיך געפינען מער ווי אינדערהיים. ווען דער דרייווער זאל נאר וויסן, אז זלמן איז מער אויפ'ן ראוד ווי אינדערהיים, וואלט ער אים זיכער גערופן שטענדיג צו וויסן די טראפיק...

אוי איז דאס א דורכגאנג! אזוי שווער איז דאס דאך, זיין ביזי מיט איין אפעראציע נאכ'ן צווייטן. אבער זלמן זעט דעם באשעפערס חסדים אויף טריט און שריט, און אט דאס איז איינע דערפון, וואס ר' זלמן האט מסכים געווען מיטצוטטיילן מיט אונזערע חשוב'ע ליינער.

אין איינע פון טעג, ווען די זון האט שוין שוואך געשיקט אירע שטראלן אינעם שפיטאל, איז ר' זלמן געוואיר געווארן, אז עס האט פאסירט אן אומגעווינטשענע קאמפליקאציע אינעם קינדס קערפער, וואס אלץ רעזולטאט קוקט נישט אויס, אז דאס קינדס "הארץ" וועט קענען דורכטראגן די קריטיש וויכטיגע אפעראציע, וואס איז געווען געפלאנט אויף דריי חדשים ארום.

מיט א דאקטרישע קאלטקייט האט א גרויסער דאקטאר - א פארפאלענע אידישע נשמה - מיט זיין פראפעסערישע שטימע ערקלערט פאר ר' זלמן: עס איז א פראגע פון צייט ביז ווען דאס קינד וועט נאך זיין דא!!!

שאק און ציטער אין די ערשטע סעקונדע, אבער מיט אמונה און קוראזש אין די צווייטע סעקונדע. זלמן האט איבערגעפרעגט, און דער דאקטער מיט א פעסטע שטימע מעלדט אים נאכאמאל קלאר און דייטליך: עס איז א שאד יעדע מינוט ארבייט, דאס "הארץ" איז א פארגאנגעהייט! (רח"ל)דאס קינד האט אן אינפעקציע וואס מען קען נישט היילן, וואס לאזט נישט מאכן די אפעראציע, און אן די אפעראציע איז קיין לעבן דא!

זלמן דערציילט, אז ער האט דאן באקומען א דאזע פון קוראזש אין זיין קערפער, אונטערגעשטיצט מיט א געוואלדיגע ביטחון, וואס ער אליין ווייסט נישט ווי אזוי עס איז אנגעקומען. אבער ער האט ווי נישט מיט זיין שטימע זיך אנגערופן פאר'ן דאקטער: I have faith אויף מאמע לשון: איך האב האפענוג...!!! דער דאקטאר קוקט אים אן ווי פון הימל אראפגעפאלן, און זאגט אים: יונגערמאן, וועק דיך אויף פון שלאף, נישט "דאס קינד"! ער איז פארטיג, ער קען שוין קיין אפעראציע האבן, און אן קיין אפעראציע האט ער קיין "הארץ"!

אבער זלמן האט באקומען אין זיך א שטארקייט, וואס נאר דער באשעפער קען אריין לייגן. און זלמן רופט זיך אן צום גרויסן באשפריצטן דאקטאר – א דאקטאר וואס מיינט אז זיין ווארט באדייט לעבן אדער טויט, און זיין פרעסידזש איז עפעס וואס קאסט יארן צו עררייכן - דאקטאר טייערער, דו זאגסט אז די מצב איז דערנאך, איך האב אבער "אמונה" אז עס גייט נאך זיין גוט, ביסט מיר גרייט עפעס צוצוזאגן' אויב מיין טייערע נשמה'לע וועט אנקומען צום אפעראציע רום, דארט וואו איר זאגט אז עס איז נישט מעגליך?..! קיין פראגע, איך זאג דיר צו וואס דו פארלאנגסט, אבער דאס קינד וועט שוין צום אפאראציע רום נישט אנקומען אין זיין לעבן, איך גיב דיר מיין עהרן ווארט!

אקעי דאקטאר, זאג מיר צו אז דו גייסט לייגן תפילין אויב עס גייט געשען א נס...!

איך פארזיכער דיר אויב ער גייט עס דורכמאכן, גיי איך לייגן תפילין...! אבער איך זאג דיר נאכאמאל, עס איז א זאך וואס גייט נישט פאסירן, גלייב מיר אויפ'ן ווארט, אונטער מיינע הענט זענען שוין דורכגעפירט געווארן אסאך אזוינע קעיסעס, עס גייט נישט פאסירן! דערפאר בין איך דיר גרייט צוצוזאגן, ווייל דאס גייט נישט פאסירן!

מיט א העפליכע באגריסונג, אז מיר וועלן זיך זען, האבן זיך ביידע געזעגענעט, ווי מיט א ווינק, מען וועט זען ווער עס וועט זיגן ביי די ענדע.

אקוראט דריי חדשים שפעטער, ווען זלמנס אינגעלע איז געפירט געווארן צום אפעראציע רום, איז זלמן זיך פארגאנגען אין א זייט, און אנגעקלינגען יענעם דאקטאר, און אים געזאגט: "סויר, מיי טשיילד איז אן די וועי טו דע אפערעטינג רום...!" און איך האב א סעט תפילין מיט מיר...! קום איינהאלטן וואס דו האסט צוגעזאגט...!

א שטילקייט פון שאק פאר א וויילע איז געווען די רעקאציע פונעם דאקטאר, אבער דערנאך האט זיין מויל ארויסגעשיקט די ווערטער: איך גלייב דיר נישט, עס קען נישט זיין!

דער דאקטאר ווארפט אראפ דעם טעלפאון, און מיט א ווילדע אימפעט לויפט ער ארויס פון אפיס, און לויפט מיט איין אטעם צום אפעראציע אפטיילונג, און צו זיין שאק איז ער געוואיר געווארן, אז זלמן מאכט נישט חוזק פון אים, זיין "לאנג יעריגע עקספריענס" האט אים שטארק פארפירט, ווען אינעם אפעראציע רום ליגט א קינד אויף וועמענס "הארץ" ער "דער גרויסער דאקטאר" האט אויפגעגעבן...!

א קורצע וויילע דערנאך, אין איינע פון די שטיבעלעך האט ער זיך געטראפן מיט זלמן, ווען זלמן גיט אים איבער א הערליכער "תפילין בייטל" מיט "כשר'ע תפילין", און דארט אויפ'ן פלאץ איז געווארן אנגעטון די הייליגע "תפילין" צום ערשטן מאל אין זיין לעבן, ווען התרגשות רינען פון אלעמענס אויגן. דאס דאקטארס מויל האט צום ערשטן מאל אורויסגעטראגן א "שמע ישראל" וואס האט זיך ארויפגעטראגן ביז'ן כסא הכבוד, וואו דער גאנצע פמלי' של מעלה האבן זיך געשטעלט טאנצן פאר'ן צוריקער פון אן אידישע נשמה.

זלמן קלאגט נישט אויף זיין מצב, ער ווייסט אז ער איז אין שפיטאל מיט זיין קינד, אויבנאויף ווייל זיין הארץ פונקאצירט נישט געהעריג, אבער דער אמת'ער תכלית איז פארבארגן, אבער איינע פון די סיבות, אז א אידיש קינד פונעם באשעפערס גארטן, זאל זאגן שמע ישראל.

זיין קינד'ס "הארץ" דארף א גשמיות'דיגער רפואה, אויף וואס מען קוקט ארויס מיט'ן אייבערשטענס הילף אויף גאר בקרוב, אבער וואס איז זיכער, אז דער דאקטארס "הארץ" האט באקומען א גייסטישע רפואה, א זכות וואס וועט זיכער ברענגן א רפואה פאר'ן גשמיות'דיגן "הארץ", און די מעשה ברענגט אונז אלע צו, צום ויחד "לבבנו" לאהבה וליראה את שמך.
די ארטיקלען זענען גענומען מיט רשות פונעם "שערי תקוה" אויסגאבע, ארויסגעגעבן דורך המוסד "דורות" (המכונה "עי. טיים").
אוועטאר
Rabeiny
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rabeiny »

אוי עס רינט טרערען.........
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

הערליך!!!!

די "הארץ" קען טאקע צוגיין!!

א רפואה שלימה פאר די בעבי און פאר אלע חולי ישראל במהרה אמן.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראנספארט »

ישר כח
זייער הארצרייסענד
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

WOW!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אוטש דאס ציפט אין הארץ.
כ'ווייס נישט צו ס'איז דא נאכאיינער וואס קען אזוי אריין שניידן ביי מיר אין הארץ ווי א שערי תקוה ארטיקל.
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

א "הארציגע" ארטיקל.

ייש"כ
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

געלעגער האט געשריבן:אוטש דאס ציפט אין הארץ.
כ'ווייס נישט צו ס'איז דא נאכאיינער וואס קען אזוי אריין שניידן ביי מיר אין הארץ ווי א שערי תקוה ארטיקל.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

נורא! א טאפעלטער שטראל אין פינסטערניש פון גלות!
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: האט דער דאקטאר געזאגט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

WOW
אז יענער קען קענסטו אויך
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: האט דער דאקטאר געזאגט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

הארציגע ווערטער,און א מוירעדיגע מעשה!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: האט דער דאקטאר געזאגט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

הארציג. אין שום יואש בעולם כלל.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: האט דער דאקטאר געזאגט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

wooooow!
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: האט דער דאקטאר געזאגט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

וואלט געווען אינטראסנט צי וויסן וואס איז געווארן פון די אינגעלע
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

Rabeiny האט געשריבן:אוי עס רינט טרערן.

דא אויכט.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”