מיין ציצית האלט ביים אויפגעבן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

מיין ציצית האלט ביים אויפגעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

איך זיץ מיר דא און לאך.
מיינע חסידישע וואלענע ציצית - וואס טראכטן זיי/ער?

א יעדן צופרי [כמעט] טרינק איך א קאפי פאר אלעם גלייך ביים אנהייב, איך מיין - איך טוה זיך אנקליידן א יעדן צופרי, נאך אפאר מינוט וואס די ציצית באשיינען מיין גוף טרינק איך א קאפי.
אסאך מאל, נישט ווייניג נישט זייער אסאך, רעגעלמעסיג - געב איך פאר מיין גוטער פריינט, מיין ציצית אביסל קאפי טועם צו זיין.

ווען איך בין וועהן א ציצית וואלט איך מיר ווען געוואונדערט פארוואס איין טאג גיבט ער מיר יא אין איין טאג נישט? גיי ווייס?

ביי פרישטאג, אמאל באקומט ער נאר חריף, אמאל נאר קליין שטיקל ברויט [ווייניגער ווי א כזית], נו ווי אזוי ווילסטו איך זאל בענטשן?
שיק אהער א גוט שטיקל עסטרייכערס קוקוס על איך זיין צופרידן.

ביים דאווענען - יוש מאכט ער מיט, ביי ברוך שאמר הייבט מען עם אן שלעפן, ביי קרישמע שלעפט מען שוין אלע 4 זייטן.

ביים לערנען, אה דאן ווערט ער 'דיזי' מען דרייט ארום די פעדימער, מע שאקלט זיך ער שאקלט זיך מיט, וועהן ער קען וועהן ברעכן,
קומט ארויס די קאפי מיט די פרישטאג צוזאם.

איך רעד שוין נישט ווער סגייט אין די ארבייט.
אויב ברויך ער שלעפן שווערע פעקלעך וויפיל מאל ווערן די ציצית פארכאפט? די מיינסט טאקע אז די ציצית קען שלעפן אזוי פיל וואג?
מען וואונדערט זיך פארוואס די בגד ווערט שווארץ - לאמיר זעהן פרוביר דו אויפצוהייבן גאר שווערע סחורה?

ווען סע ווערט הייס, א מסכתא פאר זיך, מען שפאצירט ארום אין די גאס מיט א וואלענער הייליגער בגד.
מע שוויצט אריין, מאנכע נוצן עס פאר א טאש טיכעל [נעבעך], ווי אזוי ווילסטו זאל ער זיך קעגן שטעלן?

נו אויב איז ער אין פאל פון נויט:
א יוד שפאצירט אויפ'ן גאס געשעט אזא מין זאך: ער הייבט אן מאכן פאַקסן, בליקט שנעל ארויף צום זון, וואפססס א האטשששאאאאאא!
נו נעמט ער אפיר דעם ציצית ווישט אפ - אז ער האלט שוין די ציצה און האנט קען ער שוין ווישן די גריז פון מיטאג וואס איז געבליבן אויפן רעקל.

אזוי ווארטענדיג אויף מנחה, קומט די עק פונעם ציצית זייער גוט צוניץ, אזוי בייגט מען עס איבער אויפ'ן אויגן גלעזער מען ווישט ארום, נאכאמאל ההההאאאאאא!
נאך א וויש, געגאנגען!

אונזער יוד'ל קומט אהיים. (ווען ער איז גרייט)
זאגט ער די קינדער: ווער סע גייט נישט אריין אין בעט שוין די רגע באקומט א שמיץ.

די קינדער לויפן אריין אין בעט, נאך איידער זיי האבן צייט אנצוטאן די נאכט קליידער לויפט די געלונגענער פאטער ארום קיצלען אלע קינדער אין אויער,
איינער באקומט אין די נאז.

ביי איינעם בלייבט עס שטעקן אין די קנעפלעך סע הויעך יו"ט [סע נאך כשר, סע פעלט נאר איין].
וואס דעי ציצית ווערן נישט גענוצט א גאנצן טאג פאר?

ווען מען שטייט אויף וואונדערט מען זיך נאך, על מאי ולמה דער ציצית גליטשט זיך אראפ פון בעקל גלייך אריין אין נעגל וואסער טעפל?

ווען איך בין וועהן דער ציצית וואלט איך אריין אין נעגל וואסער בדווקא דערנאך ארויפגעקראכן אויף מיין אייגענטומער, עם גוט אנגעלערענט!
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרוי »

שלעפשיץ האט געשריבן:איך זיץ מיר דא און לאך.
מיינע חסידישע וואלענע ציצית - וואס טראכטן זיי/ער?
...ביים דאווענען - יוש מאכט ער מיט, ביי ברוך שאמר הייבט מען עם אן שלעפן, ביי קרישמע שלעפט מען שוין אלע 4 זייטן.

לאו דוקא טלי"ק, וה"ה טלי"ג לכאורה.
שלעפשיץ האט געשריבן:די געלונגענער פאטער ארום קיצלען אלע קינדער אין אויער,
איינער באקומט אין די נאז.


;l;p-

יא אלץ הלכה מפורשת דארף מען מכבד זיין כלים של קדושה, מדין זה קלי ואנוהו, דרשו חז"ל, התנאה לפניו במצוות,

יתן ה'.
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

דער טלי"ג מאכט סאך ווייניגער מיט, ס'איז גרעסער מילא שפירט די טלית גארנישט קיין ווייטאג ווען מ'נעמט צאם די פיר ציצית. דער טלי"ק - אויף די אנדערע האנט - ווערט זייער צאמגעצויגן ווען מ'שלעפט צוזאם די ארבע כנפות, דער זכות זאל זיי אוודאי ביישטיין.
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

געשטימט אויף אריבער צו פיהרן אין [קרעטשמע] (דזשורנאל).
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

ריזיג שלעפשיץ, נאר מיין ב"ב זאל עס נישט זעהן...ענדליך נאך א יאר און צו די גרויסע שמחה פון מיין ב"ב האב איך געקויפט א נייע טלית קטן...און פונקט האב איך נישט געטראפען די שלאף ציצית האב איך אנגעטוען די אלטע....בושות....מיט דעם בין איך געגאנגען יעדע טאג........שעם :oops: :oops: :oops: :oops:
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

שלעפ נעם פון די גרינע, אבער גיב אביסל אויך פאר די ציצית..
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

שלעפשיץ גיט גיט גיי ווייטער אן


קיעפ אפ
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שנאפס האט געשריבן:שלעפ נעם פון די גרינע, אבער גיב אביסל אויך פאר די ציצית..
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

העי, דיין ציצית קאמפלעינט אז די טשאקלאט איי סקריעם האסטו נעכטן אפגעקראצט מיט א לעפל און ס'איבריגע האסטו צעווישט מיט א ברוינע פעיפער.

א וואונדער ער פלאנט אויפציגעבן.

_____

;l;p- קיעפ אפ די גאאד ווארק.
אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשיגער »

זייער אינטערסאנט, פונקט יעצט ליינענדיג דעם ארטיקל זיצט מיין רעבעצין און ווייקט איין דריי אזאנע מיטגעמאכטע אין אייראן אוט יעללאוי אוט מיט נאך עטליכע מינע זייפן און קעמיקאלן, אביסל מילך אויך און די זייט ווייס צו מאכן, שוין ווייטער מאכט ער מיט, אבער כאטשיג טרייסט ער זיך מיטן התחדשות,
איין מינוט, וואס וועט זיין ביים אויסביגלען??? צו וועט ער קענען דערהייבן אזאנע היצן...? אדער וועט ער חלילה שטארבן?
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

שלעפשיץ, יישר כח פארן ארויסציען א שמייכל פון מיר אין א פארכמורעטן טאג!! א גרויסע, פון אויער צו אויער...

דער ארטיקל איז זייער שיין, און איך גלייך דיין סענס אויף הומאר..... צוקער זיס!
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שלעפשיץ, "ווען די נער וואלט נישט געווען מיינס, וואלט איך אויך געלאכט"! (אזוי פלעגט מיין באבע זאגן).

ערענסט גערעדט, ס'איז מורא'דיג!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

אזוי שטארק צו מיטפילן א צווייטן'ס ווייטאג קומט נאר פון אמת'ע פריינטשאפט

א געלונגענע ארטיקל פראדוצירט דורך דיין שארפן מח און געשריבן מיט דיין רייכן פעדער

קיפ איט קאמינג
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
כזקן ורגיל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 15, 2012 5:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כזקן ורגיל »

[quote="לכתחילה אריבער"]שלעפשיץ, "ווען די נער וואלט נישט געווען מיינס, וואלט איך אויך געלאכט"! (אזוי פלעגט מיין באבע זאגן).

און וואס זאל איך זאגן?... איך געדענק נאך ווען נאר די ציצית מיינע פלעגט מיט טרינקן און מיט עסען מיט מיר. איך וואלט היינט ארומגעגאנגען מיט א מאנטל אין די גרעסטע היצן נאר צו באהאלטן מיינע מלבושי כבוד... און דאס איז שוין די נייע רעקל(!)
ס'קוקט דיר אויס אפשר אז איך טראכט... הא, דו חלומ'סט... איך פלאן!
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

כזקן ורגיל האט געשריבן: איך וואלט היינט ארומגעגאנגען מיט א מאנטל אין די גרעסטע היצן נאר צו באהאלטן מיינע מלבושי כבוד... און דאס איז שוין די נייע רעקל(!)


טוה אן א חאלעטל - עסטו שוין האבן
ALL IN ONE
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

שלעפשיץ אייזן שטארק
יתן ה' גם להלאה
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

לעפשיץ!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

פון קרעמער ( :-( ) וואלסטו ווען באקומען אין אזא פאל "ארגינאלער געדאנק!".
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

;l;p- ;l;p-
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: מיין ציצית האלט ביים אויפגעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

וואס קעמען טוהן צו אזא ציצית?
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: מיין ציצית האלט ביים אויפגעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:וואס קעמען טוהן צו אזא ציצית?

מגנז זיין אין קעלער
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: מיין ציצית האלט ביים אויפגעבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

צייט שטיפער האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:וואס קעמען טוהן צו אזא ציצית?

מגנז זיין אין קעלער

און נאכדעם וועט מיין אייניקל עס טרעפן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”