יום המיוחס תשע"ב

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » פרייטאג מאי 03, 2013 11:13 am

למעלה משבעים האט געשריבן:די שמועס איז זיך דא פיין פארפארן, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן פון פרעגן, ווען טריפה פלייש קאסט האלב די פרייז פון כשר'ע פלייש וועסטו אויך זאגן די האסט נישט קיין ברירה כשר'ס איז צו טייער? אדער דארט וועסטו פארשטיין אז טריפה עסט מען נישט, אין ערגסטן פאל אויב קען מען זיך נישט ערלויבן כשר'ס האט מען גארנישט? ווען די שאלה איז צו די פילטער אדער יענע פילטער, קען איך דערהערן וואס די פלפול'סט זיך אין איכא דרכא אחרינא, אבער כלל נישט קיין פילטער????????


טייערער למעלה משבעים עמו"ש, אני לכשעצמי צוליב די ביזנעס וואס איך בין ארייגעטון, האבעך "געמוזט" האבן א ענדרויד סעל אין א טעבלעט, ביז....... פאראיאר א טאג נאכן כינוס כ"י 10:00 אינדערפרי בינעך אריין צום געשעפט איבערגעלאזט מיין ענדרויד אין ארויסגעגאנגען מיט א פשוטער פליפפאן, אין גלייב מיר, איך בין נישט געוועהן דער איינציגסטער אין געשעפט, עס איז געוועהן פיל מיט אזעלכע ווי מיר וואס האבן מיט מסירות נפש אוועק געווארפן די סמארט פאנס, איך האב דעמאלטס געמאכט א דיסיזשען אז ווילאנג עס איז נישטא קיין געהעריגע פילטער פאר א סמארט פאן וועל איך מער אזא כלי נישט נעמען אין די האנט.

ווען משומר איז ארויסמיט די בב פילטער האב איך מיר אייגעהאנדעלט א בב אין עס פראבירט פאר א לאנגע צייט, וואס זאל איך אייך זאגן, פון א ענדרויד ביז א בב איז ווי פון א קאר ביז פערדל, איך האב עס אויפגעגעבן אין צוריק צו מיין פליפ, אין זיך געזעצט ווארטן אויפן צוגעזאגטן אייפאון פפילטער וואס זיי האבן פארשפראכן צוצושטעלן בקרוב, איצט ענדליך זענען זיי ארויס געקומען דערמיט, איך בין געגאנגען אייהאנדלען א אייפאן אין אן אייפעד אין תיכף אריין צו משומר ארויפגעלייגט פילטערס, איך צאל קרוב צו דרייסיג דאלאר א חודש פאר מיינע צוויי כלים (נישטא קיין דיסקאוינטס פאר צוויי) ליבי אומר לי אז די פרייז גייט הארגענען די מערכה דאס אלעס, ווען א שטיקל כשר פלייש אין וויליאמסבורג קאסט אפילו 100 דאלאר מער ווי טריפות וואלט איך נישט אזוי מורא געהאט אז מען גייט עסען טריפות, אבער ווען מען גייט אריין אין א געגענט ווי עס איז נישטא צו באקומען כשר פלייש אין דער עולם פרעסט טריפות אין גרויסן אין מען וויל אויפטון, מוז מען צום ערשט אלעם אריינברענגן כשר פלייש פאר א ביליגע פרייז, דאס פארשטייט יעדער בר דעת, מיר זענען ליידער אין א מצב ווי דער עולם האט טרייפענע טעלעפאנען אין גרויסן, אז מען וויל אויפטון אונעם ברייטן בילד מוז מען אריינברענגן קודם כשרס פאר אן עפארדעבל פרייז.

צו דער כינוס האט אויפגעטון? קיין פראגע, עס איז ברור כשמש בצהריים אז בעפאר דעם כינוס, ווען אימער א קהלה האט נאר פראבירט צו טון עפעס ערענסט וועגן אינטערנעט האט דער עולם געבלאזן אין גרויסן, (יא געבלאזן צו איר ווילט מודה זיין צו נישט, דער עולם האט נישט געוואלט הערן וועגן זיך טוישן) נאכן כינוס האט דער עולם געעפענט דעם קאפ אין מוח אין מען איז גרייט צו הערן, מען איז גרייט זיך צו טוישן, מען איז גרייט מקבל צו זיין, אבער כדי דאס זאל בלייבן לאנג טורם מוז מען געבען פארן עולם כשר פלייש, אז נישט האט מען גארנישט אויפגעטון אינעם ברייטן בילד

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » פרייטאג מאי 03, 2013 12:19 pm

די עצה איז אז אזעלכע הייליגע אידן ווי הערליך (NO PUN INTENDED) זאלן ארויפלייגן דעם פילטער און זיין די מזכי הרבים מיטן ערמעגליכן די פרייז צו ווערן ביליגער.

מפי השמועה האט שוין די משומר פראדזעקט געקאסט 1.25 מיליאן!!! און די 14.95 איז אזוי אויך 90% הפסד פון זייער פערספעקטיוו. ס'קען זיין אז די צדיקים וואס סובסידירן דאס (רה"ש וכדו') וואלטן צוגעלייגט נאך ווען זיי ווייסן אז דארט "כאפט" עס אבער ביז דערווייל המוטל עלינו איז ארויפצולייגן דעם "בעסטן" פילטער וואס ס'שייך. בלי ספק איז היינט משומר די בעסטע וואס ס'דא!!!
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » פרייטאג מאי 03, 2013 12:24 pm

מיליכיגער, 100% גערעכט, דאס איז די בעסטע וואס איז דא, אין אן דעם פילטער טאר מען אזא כלי נישט האבן, איך אפעליר נאר צו משומר, (רה"ש וכדו') אז עס איז סיי ווי 90% נדבה פארוואס נישט צולייגן נאך דאס ביסל עס זאל זיין עפארדעבל?

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » פרייטאג מאי 03, 2013 12:39 pm

שמן למאור האט געשריבן:---
דער שמועס קען שוין אריבערגעפירט ווערן אינעם משומר אשכול
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג מאי 03, 2013 4:24 pm

צו די אלע וואס פרעגן מיך פריוואט, זאג איך אז עס האט זיך געלוינט די פאר מיליאן דאלער פון די כינוס כלל ישראל מיך אפצוטאן פון די טוויטער וועלט. את חטאי אני מזכיר היום אז איך האב אסאך פארברענגט אויף טוויטער, און זיך אנגעשטאלפערט טעגליך אין מצורעים וזבים פון ערשטן קלאס אין נידריגקייט, בפרט מכם ובכם, און דאס האט מיר שטארק געשטערט אין אידישקייט. כינוס כלל ישראל האט געמאכט א ווינט, אן התעוררות, און מענטשן האבן ארויפגעלייגט פילטערס אין די מאסן, ואני בתוכם, וואס א דאנק דעם בין איך אויסגעשפארט פון טוויטער ב"ה.

איך בין צושוידערט, איך קען נאך נישט דעם אטעם כאפן, פון א פרישע געשיכטעלע וואס מיינע אויערן האבן נעכטן אויפגעכאפט, איבער א טשאטשקע פון א אינגערמאן, א תמימות'דיגער שעפעלע, קוים ארויס פון די ווינדלן, וואס האט זיך מיט א טעלעפאן אין טאש דערקייקלט צו כפירה ומינות אין בלויז א יאר צייט בערך! קוים איז מען געשטאנען אונטער די חופה, געגעבן מז"ט ביים פריש געבוירן קינד, און אט הערט מען שוין דעם סופר זיך שארפן די פענע רח"ל.

אזא מעשה שהוה [נישט שהיה, נאר שהוה] דארף אונז אלע שטופן צו מאכן א חשבון הנפש אויב מיר פאפן זיך נישט אליין, און מוסיף זיין גדרים וסייגים אויף אלע כלים מכלים שונים. און בעיקר נישט אוועקמאכן די פעולות פון ערליכע אידן וואס ווילן פארמיידן אזעלכע און ענליכע געשיכטעס פון זיך אפשפילן אויף א מאסשטאבליכן פארנעם.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » זונטאג מאי 05, 2013 7:34 am

טאקע א הימעל געשריי!
מינות? שרעקליך!
עס הייבט אהן מיט לשון הרע'לעך און אזוי קייקעלט מען ביז ליצנות ומשם למינות....
אויך אני הקטן פלעג פארברענגען אין בח"ח וכדומה אבער נאך די כינוס אין נ"י האב איך אויפגעהערט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4257
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » זונטאג מאי 05, 2013 2:17 pm

@צייטליך, דער כינוס האט אויפגעטון דאס זייניגע, און די פרישע כינוסים גייען אויפטון דאס זייעריגע.

די כינוס איז "נישט" געמאכט געווארן צו צווינגען מענטשן צו לייגן פילטערס, ס'איז א פרייע מדינה און מ'קען קיינעם נישט צווינגען, אפילו מיט אפשרעקן די ווייבער.

די כינוס איז געמאכט געווארן פאר די וואס האבן פילטערס, א דוגמא ווי "הערליך", אבער ברויכן חיזוק צוליב די שוועריגקייטן דערפון, אויף דעם ברויך מען זיך כסדר מחזק זיין.

לאמיר געדענקען, "כלל ישראל" איז "הערליך", אבער נישט "צייטליך"...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:44 pm

ליינענדיג אינעם מנוחות דעם אינטערוויו מיט קרעמער, און נישט וויסענדיג די סיבה פון זיין פארלאזן אייווועלט, (זייענדיג דא א גרינער), האביך געסוירטשט קרעמער'ס לעצטע תגובה, ביניך אנגעקומען דא.
ליינענדיג דעם אשכול פון דעקל צו דעקל קען איך נאר זאגן "מי כעמך ישראל" "אשרי העם שככה לו" הן אויף קרעמער און אויפן שיינעם ערליכער ציבור.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג מאי 29, 2014 7:59 pm

אלס א הכנה צו די תפילה פון ער"ח סיון, האב איך איבערגעליינט דעם אשכול וואס שילדערט די נאסטאלגישע תפילת השל"ה ברבבות אלפי ישראל מיט 2 יאר צוריק. לאמיר האפן אז די התעוררות וועט האבן אן השפעה אויף היי יאר אויך.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג מאי 30, 2014 8:13 am

אמן
וויאזוי איז געגאנגען דער כינוס לנשים?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » דאנארשטאג יוני 26, 2014 10:26 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:ליינענדיג אינעם מנוחות דעם אינטערוויו מיט קרעמער, און נישט וויסענדיג די סיבה פון זיין פארלאזן אייווועלט, (זייענדיג דא א גרינער), האביך געסוירטשט קרעמער'ס לעצטע תגובה, ביניך אנגעקומען דא.
ליינענדיג דעם אשכול פון דעקל צו דעקל קען איך נאר זאגן "מי כעמך ישראל" "אשרי העם שככה לו" הן אויף קרעמער און אויפן שיינעם ערליכער ציבור.

ער איז שוין דורכגעפאלען קוק דא.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מאי 19, 2015 11:35 pm

לויט די ערשטע ווערטער פון דעם אשכול, ווערט יעצט 10 יאר פון די גרינדונג פון די פארגייערין פון אייוועלט, אפשר ערלעדיגט מען עפעס א יובל העשור?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

בך בטחו
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2015 11:36 am

תגובהדורך בך בטחו » מאנטאג יוני 06, 2016 12:17 pm

לכאורה האט געשריבן:אלס א הכנה צו די תפילה פון ער"ח סיון, האב איך איבערגעליינט דעם אשכול וואס שילדערט די נאסטאלגישע תפילת השל"ה ברבבות אלפי ישראל מיט 2 יאר צוריק. לאמיר האפן אז די התעוררות וועט האבן אן השפעה אויף היי יאר אויך.
ווארים ער ית' איז אלעס, איז אז מען געבט אפ צו עם אלעס, גיבט ער אלעס אוצר אגרות קודש מכתב ק"ל

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1353
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מאנטאג יוני 03, 2019 1:32 pm

bump

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג יוני 03, 2019 3:16 pm

ווער שוין באלד א חוק קבוע..
לכאורה האט געשריבן:אלס א הכנה צו די תפילה פון ער"ח סיון, האב איך איבערגעליינט דעם אשכול וואס שילדערט די נאסטאלגישע תפילת השל"ה ברבבות אלפי ישראל מיט 2 יאר צוריק. לאמיר האפן אז די התעוררות וועט האבן אן השפעה אויף היי יאר אויך.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » דינסטאג יוני 04, 2019 12:39 am

עס קוקט אויס ווי אינזערע קינדער גייען מיין אז עס איז א הלכה למשה מיסיני ארויף צו ברענגען די אשכול.
אבער איך מיין אז עס לוינט זיך פאר אזאלכע שטארקע ווערטער פון הרב קרעמער
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » מיטוואך יוני 05, 2019 11:52 am

ייש"כ פארן ארויפברענגן
עץ חיים הוא למחזיקים בה

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3086
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך יוני 05, 2019 3:06 pm

ברוינע באנאנע האט געשריבן:bump

וואס'טע געטון? מיין קאר ווארפט זיך אזוי, מיין קאווע האט זיך אויסגעגאסן אויף די הענט און הויזן און דערצו געכאפט א געזונטן ברי...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גאפל, פאלקס קיך, פינחס, רינדעכיג און 32 געסט