יום המיוחס תשע"ב

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דינסטאג אפריל 23, 2013 1:11 pm

ער איז געפלויגן מיט א פליג(ל)ער.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג אפריל 30, 2013 1:21 pm

אינאיינעם מיט עטליכע ידידים.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11060
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג אפריל 30, 2013 5:00 pm

איך האב יעצט איבערגעליינט דעם ערשטן ארטיקל פונעם אשכול, א שטיק געפיל. אפשר דארף מען מאכן א קביעות דאס איבערצוליינען יעדן יום המיוחס...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4213
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג אפריל 30, 2013 5:21 pm

ני ני, זוך אפיר דעם פותח האשכול און גיב א דאנק דערפאר.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך מאי 01, 2013 3:54 am

למעשה מיין איך אז די אסיפה האט אויפגעטוהן
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מיטוואך מאי 01, 2013 12:12 pm

msp האט געשריבן:למעשה מיין איך אז די אסיפה האט אויפגעטוהן

אין וועלעכע הינזיכט?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך מאי 01, 2013 12:14 pm

מכטי1 האט געשריבן:
msp האט געשריבן:למעשה מיין איך אז די אסיפה האט אויפגעטוהן

אין וועלעכע הינזיכט?

אין די הינזיכט פון אינטערנעט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך מאי 01, 2013 1:35 pm

הונדערט פראצענט
עס איז שוין נישט הפקר וועלט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך מאי 01, 2013 4:01 pm

איך מיין אז אויב אידן האלטן אזוי האבן זיי שוין עפעס אויפגעטוען...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11060
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך מאי 01, 2013 10:31 pm

צייטליך;

דו האלטסט נישט אז עס האט אויפגעטוהן? קום-אן (בלעז)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג מאי 02, 2013 3:35 pm

לכאורה האט געשריבן:צייטליך;

דו האלטסט נישט אז עס האט אויפגעטוהן? קום-אן (בלעז)

נע, איך גלייב נישט אז ס'לוינט אריינצוגיין אין א גאנצע טענה'ריי דערוועגן. פארוואס זאל אזא שיינער אשכול פאדרייט ווערן. אבער (וואס אבער? האסטו נישט יעצט געשריבן אז ס'לוינט נישט זיך צו טענה'ן? אקעי, לאשוין ענדיגן) דאס וואס מ'האט אזויפיל געשוויצט און געארבייט, געספענדט געלט און אזוי איבערגעקערט א וועלט אויף הונדערטער פרטים וכדו' און געמאכט די ריזיגע טראסק האט עס ווייט נישט געברענגט די תועלת וואס מ'האט געהאפט/געפלאנט. ווי ס'איז שוין גלייך אין יענע טעג דערנאך ארויסגעברענגט געווארן אז זיי האבן פארפעלט צו ברענגען א לעזונג צום אינטערנעט פראבלעם. סך הכל האבן די דרשות געשריגן און געלארעמט אז אינטערנעט איז א פראבלעם, א זאך וואס רובא דרובא האבן געוויסט בעפאר אויך. יענע נאכט האט געדארפט - לויטן פלאן - מיט זיך ברענגען א לעזונג, און ס'האט געפעילט!

אט האלטן מיר א יאר דערנאך און די רבנים זעצן זיך פריש צוזאם און מ'טראכט עיצות וואס צוטוען איבער די גרויסע פראבלעם פון... אינטערנעט! יא, גארניקס מער ווי איין יאר נאכן ריזיגן היסטארישן מעמד אין סיטי פיעלד און שוין זיצט און מ'איז דן די זעלבע, גענוי די זעלבע פראבלעם וואס מ'האט דן געווען אין די וואכן בעפאר און ביים גרויסן מעמד.

איז ליבער לכאורה, די פרעגסט: "דו האלטסט נישט אז עס האט אויפגעטוהן? קום-אן".. איז כאפ מיר נישט אויפן ווארט, געוויס האט עס אויפגעטוען, איך ווייס פון אסאך וואס האבן ארויפגעלייגט פילטער'ס זינט די איבערקערעניש די פארגאנגענע יאר, עס האט אויפגעטוען פאר אסאך יחידים דא און דארט, אבער אין אלגעמיין קען מען עס קלאר נישט קרוינען מיט סוקסעס. ווייטער, די קידוש השם און באטייליגונג פון ציבור איז דייקא יא געווען א מאסיווער סוקסעס, אבער א עצה צו די אינטערנעט פראבלעם האט מען פערפעלט צו שטעלן. למשל:

מ'שטייט און מען פארפירט קעגן סמארט פאונס, טאשן קאמפיוטער'ס און יעדער מיט זיין נאמען דערפאר, אבער זייט וויסן אז די סעלפואנס מאכט מען נישט אין אפיס פון סיי וולעעכע רוחניות וועד, נאר עס ווערט געמאכט דורך ריזיגע פירמע'ס ווי סעמסאנג, עפפעל, בלעקבערי וכדו'. זיי גייען ביז געציילטע יאר - אדער ווייניגער - מער נישט פראדעצירן קיין פליפ פאון'ס. יא לכאורה, די גייסט אויך האבן א סמארט פאון פונקט ווי מיר אין נישט קיין לאנגע צייט פון יעצט, (אקעי, איך וועל שוין דעמאלס האבן א בעסערע..) זיי האבן נישט פאר וועם צו מאכן די פאון וואס די האסט ביי דיר אין באזיץ. אלזא מ'קען נישט פארפירן דערקעגן ווייל 90 פראצענט בעלי בתים און אינגעלייט אין היימישן קרייז האבן סמארט פאונס. זאגסטע אז מ'זאל פשוט לייגן א פילטער? גוט! אבער להוי ידוע אז קיין געהעריגע פילטער איז נאך - היינט דאנערשטאג פר' בה"ב, תשע"ג - נישט פארהאן!

איך פריוואט האלט אז עס איז סייווי נישטא וואס צוטוען. אינטערנעט איז א חלק פונעם מענטשליכן באניץ פונקט ווי ברויט און שטרומפ. איין זאך, יעדע קהלה און מוסד זאל פארפירן ביי יעדע רעגיסטראציע און האלטן דרשות ווען אימער אז מ'דארף האבן א פילטער אויף אינטערנעט און וויפיל עס וועט אויפטוען הכל ריווח. למשל:

דערציילט מיר א אינגערמאן וואס זיין ווייב איז געגאנגען עטליכע וואכן צוריק צו די דרשות אין זאל פון עטרת אברהם (געמאכט פאר פרויען דורך מוסדות סאטמאר מהרז"ל) און דארט האט מען בעיקר אפגעשראקן די פרויען אז אויב זייערע מענער האבן אינטערנעט אנא פילטער זאלן זיי פשוט און פראסט נישט טראסטן זייערע מענער... די פרויען זענען אהיימגעקומען צושאקלט דערפון און דער אינגערמאן זאגט מיר אז אויפן פארלאנג פון זיין ווייב האט ער ארויפגעלייגט א פילטער אין ארבייט און אויפן פאון (איי-פאון). איז צו וואס וויל איך צוקומען? א גוטע קשיא גראדע.. אה! די תמצית איז אזוי. די ריזיגע אסיפה האט קיין סאך נישט אויפגעטוען, עכ"פ זיכער נישט אויף א מאסנשטאבליכן פארנעם, אויב עפעס, קען אפשר ארבייטן די קלענערע אסיפות וואס יעדע קהלה מאכט פאר זיך (א שטייגער ווי די א.ד. דרשות אין עטרת אברהם) און דעריבער האלט איך (האסטיך מיך געפרעגט, איא?) אז די מעמד הדר קבלוה אין בארא פארק איז ווידעראמאל א טעות ווייל עס רעדט נישט צו קיינעם, נאר ס'איז א צענטראלע זאך.

עניוועי, מיין לאנטש איז אפגעלאפן, איך גיי צוריק צום ציגרעטאל.. כ'מיין, צום ארבייט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג מאי 02, 2013 3:42 pm

כ'וייל נישט שרייבן 7 מאל וד"ל, שרייב איך עס יעצט איינמאל און וד"ל. דו זאגסט אז נאר די קליינע לאקאלע אסיפות העלפט, דורך די גרויסע ווינט איז ערמעגליכט געווארן די קליינע אסיפה. נעם נאכאמאל די וד"..

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג מאי 02, 2013 3:47 pm

פאר די רעקארד יאך בין שטארק מחולק מיט צייטליך אבער איך גלייב נישט אז ס'לוינט אריינצוגיין אין א גאנצע טענה'ריי דערוועגן... ולא יאמרו מדשתקו וכו'
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דאנארשטאג מאי 02, 2013 3:57 pm

.

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דאנארשטאג מאי 02, 2013 5:36 pm

אבער צייטליך'ס טענה וועגן א לעזונג, בפרט פילטערן סמארטפאונס איז זייער שטארק.
מערערע מאל איז געווען אדווערטייזד אין די צייטונגען אז מ'האלט שוין אט אט ביז א טאג וואך חודש צו אזא פילטער און אזא פילטער, איך מיין מ'האלט נאך אין ערגעץ נישט עד היום. נו מה יעשה הבן ?

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג מאי 02, 2013 5:37 pm

ווילוויסן האט געשריבן:אבער צייטליך'ס טענה וועגן א לעזונג, בפרט פילטערן סמארטפאונס איז זייער שטארק.
מערערע מאל איז געווען אדווערטייזד אין די צייטונגען אז מ'האלט שוין אט אט ביז א טאג וואך חודש צו אזא פילטער און אזא פילטער, איך מיין מ'האלט נאך אין ערגעץ נישט עד היום. נו מה יעשה הבן ?


משומר האט יעצט זייער א גוטע IPHONE פילטער
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דאנארשטאג מאי 02, 2013 5:51 pm

מילכיגער האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:אבער צייטליך'ס טענה וועגן א לעזונג, בפרט פילטערן סמארטפאונס איז זייער שטארק.
מערערע מאל איז געווען אדווערטייזד אין די צייטונגען אז מ'האלט שוין אט אט ביז א טאג וואך חודש צו אזא פילטער און אזא פילטער, איך מיין מ'האלט נאך אין ערגעץ נישט עד היום. נו מה יעשה הבן ?


משומר האט יעצט זייער א גוטע IPHONE פילטער

גוטע נייעס.

און וואס טוט זיך מיט ענדרויד?

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » דאנארשטאג מאי 02, 2013 6:01 pm

ביודעי ומכירי קאמינא, זיי לייגן אריין געוואלדיגע כוחות עצומות צו שאפן א געהעריגע פילטער פארן ענדרויד, אבער דערווייל לא עלתה בידם, דער ענדרויד איז א סארט פאון וואס מען קען נישט גארנישט טוהן

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דאנארשטאג מאי 02, 2013 6:19 pm

שמן למאור האט געשריבן:ביודעי ומכירי קאמינא, זיי לייגן אריין געוואלדיגע כוחות עצומות צו שאפן א געהעריגע פילטער פארן ענדרויד, אבער דערווייל לא עלתה בידם, דער ענדרויד איז א סארט פאון וואס מען קען נישט גארנישט טוהן

וואס רופסטו א פילטער, פארן וועב בראוזער? עפפס?

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דאנארשטאג מאי 02, 2013 6:23 pm

שמן למאור האט געשריבן:ביודעי ומכירי קאמינא, זיי לייגן אריין געוואלדיגע כוחות עצומות צו שאפן א געהעריגע פילטער פארן ענדרויד, אבער דערווייל לא עלתה בידם, דער ענדרויד איז א סארט פאון וואס מען קען נישט גארנישט טוהן


נהניתי לשמוע. אז מ'פראבירט, ווארן כל דבר שמסרו עצמם בי"ד על הדבר, נתקיים בידם.

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » דאנארשטאג מאי 02, 2013 7:12 pm

derech eretz האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:ביודעי ומכירי קאמינא, זיי לייגן אריין געוואלדיגע כוחות עצומות צו שאפן א געהעריגע פילטער פארן ענדרויד, אבער דערווייל לא עלתה בידם, דער ענדרויד איז א סארט פאון וואס מען קען נישט גארנישט טוהן

וואס רופסטו א פילטער, פארן וועב בראוזער? עפפס?


אזאנס וואס זיי האבן ב"ה באוויזן פארן בלעקבערי און פארן אייפאון, וואס דאס איז פראקסי בעיסד, מילא קענען זענען מאנאווירן דעם בראוזער מיט די אפפ'ס צוגלייך
---
דער שמועס קען שוין אריבערגעפירט ווערן אינעם משומר אשכול

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דאנארשטאג מאי 02, 2013 7:25 pm

די פילטער פון משומר פאר IOS איז א געוואלדיגער פראדוקט, אבער צו טייער אז עס זאל זיין א דבר השווה לכל נפש, טאמער קען עס ווערן ביליג ווי 2 3 דאלאר (כאפ מיך נישט ביים ווארט עס מעג זיין 4 5 אויך) נישט קרוב צו 15 דאלאר א חודש ווי עס איצט, קען עס ווערן אנגערופן א סעלושן, און איכא דרכה אחרינא, אדערווייז האמער דערווייל נישט קיין סעלושן, זאג מיר נישט נעם א בב, ווייל דאן קען איך פארקויפן מיין אויטא אין אייהאנדלען א פערדל.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9395
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג מאי 03, 2013 12:39 am

די שמועס איז זיך דא פיין פארפארן, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן פון פרעגן, ווען טריפה פלייש קאסט האלב די פרייז פון כשר'ע פלייש וועסטו אויך זאגן די האסט נישט קיין ברירה כשר'ס איז צו טייער? אדער דארט וועסטו פארשטיין אז טריפה עסט מען נישט, אין ערגסטן פאל אויב קען מען זיך נישט ערלויבן כשר'ס האט מען גארנישט? ווען די שאלה איז צו די פילטער אדער יענע פילטער, קען איך דערהערן וואס די פלפול'סט זיך אין איכא דרכא אחרינא, אבער כלל נישט קיין פילטער????????

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » פרייטאג מאי 03, 2013 12:44 am

הרב למעלה
ער מיינט זיכער נישט אזא איד ווי אייך אדער ער אידן וואס וועלן זיך לאזן קאסטן טאפלט, אבער ביי די שוואכערע איז דא וואס טראכטן צוויי מאל ווען מ'הערט אזוי הויכע פרייז, אין אנדערע ווערטער. פאר א הויכע פרייז וועלן עס נעמען די עכטע ערליכע, און פאר א נארמאלע פרייז וועט עס אוועקנעמען די יצר און נסיון פון די אידן וואס האלטן ליידער נישט אויף די דרגה.
כך נלע"ד

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4257
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » פרייטאג מאי 03, 2013 12:50 am

עד היכן הגענו
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אייניקעל פון אהרן הכהן, משהלע און 19 געסט