אם ה' לא ישמור עיר שוא שקד שומר

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

אם ה' לא ישמור עיר שוא שקד שומר

תגובהדורך קעניגזאן » זונטאג מאי 13, 2012 4:41 pm

כלל ישראל איז די לעצטע יאר הונדערט דורך געגאנגען א גאר פיינליכע קורס, גאנצע קהלות זענען פארניכטעט געווארן, ריזיגע שטעט זענען ארויף מיט רויעך, און מיליאנען אידן זענען אזוי טייער פארברענט געווארן אויפן שייטער הויפן, ביים שוידערליכען חורבן אייראפע. פילע ביכער זענען שוין פארפאסט געווארן וויאזוי טעכניק האט דאס געקענט פאסירן, וויאזוי נעמט מען אזוי פיל מענטשן און מ'שחט זיי אויס ווי הינער. וואו איז געווען די וועלט? וויאזוי האבן מענטשֻן רעאגירט דערצו? איז דען די וועלט געשטאנען אינגאנצען גלייכגילטיג? איז מיר וועלן לאזן די אלע ביכער זאלן די קשיות פארענטפערן, מיר וועלן זיך דא אבער באציען צו איין שטריך "וויאזוי די אידן האבן רעאגירט דערצו" האבן די אידן פון פארדעם געשפירט אז די חרב המהפחת שוועבט אויפן גאס? וואס האבן זיי געטראכט ווען זיי זענען אינפארמירט געווארן אז דער דייטשע שטיוול דערנעטערט זיך?... איז ווי פילע היסטאריקער ווייסן צו פארציילן, האבן די אידן נישט געגלייבט און נישט גע'חלומ'ט אז דאס קען אין פאקט פאסירן, ווי איר וועט שוין ליינען.

ווען דו וואלסט צו געגאנגען צו א איד אין פוילן און אים געזאגט, זייט וויסן אז אין געציילטע יאר ארום וועט נישט בלייבן א שם ושארית פון אידן אין פוילן, אדער אין ווארשע אדער ערגעץ וואו. וואלט ער דיר באצייכנט אלס א געפאר, און ער וואלט אנטלאפן פון דיר. מען פארציילט אז אידן פלעגן זיך אין גאס גריסן מיט די דייטש. משפה ולחוץ האט מען גארנישט אנגעזען, אלעס האט אויסגעזען צו זיין על מי מנוחות. אלזא פארשטייען מיר אביסל מה מקום היה לטעות, וואו אידן האבן זיך געקענט טועה זיין און דאכטן אז אלעס איז אין בעסטן ארדענונג.

מיליאנען גאלאנען וואסערן זענען שוין פארביי געפלאסן אינעם טייך זינט יענע ביטערע טעג, און מיר געפונען זיך כעת על אדמת אמעריקע, א פרייע לאנד ווי זיי רופן דאס, א לאנד וואו די פאן פון דעמאקראטיע פלאטערט מיט א זיכערקייט.
זאל אונז דער אייבישטער אפהיטן, אם ה' לא ישמור עיר שוא שקד שומר. און ער זאל מיט רחמנות פאשענען זיין שה אחת בין שבעים זאבים.

אין ליכט פון יענע ביטערע טעג איז געגרינדעט געווארן א יונייטעד נעשענס. דאס הייסט, די נאציאנאלע וועלט איז פאראייניגט געווארן מיט יעדע ערנסטע באשלוס וואס זיי ווילן פאסן, אדער יעדע מין מלחמה וואס א לאנד וויל עפענען, אלעס כדי צו פארמיידן נאכמאל ח"ו אזא אינטערנאציאנאלע קאטאסטראפע ווי אין אייראפע.

מיר קוקן זיך אזוי אום, מיר לעבן מער ווייניגער בשלוה, מיר לעבן גאנץ בשלום מיט די אומות העולם, און אודאי איז נישט דאס א ראי' אז מיר זענען אויף א פארזיכערטע באדן, ווייל חורבן אייראפע יוכיח. איז וויל איך פרעגן אויף א נוסח פון "בדרך הטבע" זענען מיר טאקע פראטעקטעט פון יונייטעד נעשענס, איז טאקע נישט מעגליך אז אזא חורבן זאל זיך נישט איבערשפילן חס ושלום וחס מלהזכיר. מעגן מיר, און קענען מיר טראכטן אז "בדרך הטבע" לויט די פרייהייט וואס אמעריקע אנטשפרעכט זענען מיר פארזיכערט? איז דא א חילוק צווישן די דעמאקראטיע פון היינט צו די דעמאקראטיע פון דאמאלטס?
לעצט פאראכטן דורך קעניגזאן אום דינסטאג מאי 15, 2012 1:12 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » זונטאג מאי 13, 2012 5:18 pm

ערשטנס, שלום עליכם, איר שרייבט שיין און פיין. צווייטנס, דער ארטיקל קומט ווארשיינליך אין קרעטשמע פארום, נישט אין ברוכים הבאים פארום.

צום ענין, בדרך הטבע? ניין, בדרך הטבע שטארבן נישט קיין זעקס מיליאן אידן, נישט היינט און נישט דאן. איר שרייבט דאך אליין אז ביי דער צווייטער וועלט קריג האט קיינער זיך נישט גע'חלומ'ט אז אזוינס קען, אדער וועט, געשען.

פארלאזן קען מען זיך נישט אויף קיינעם, יו. ען. שמא. ען. נאר דער באשעפער היט אונז, און אויב ס'קומט אונז שלעק, איז וויי און ביטער.

נאך דער ערשטער וועלט קריג איז שוין געווען די ליעג-אף-נעישאנס, און געהאלפן האט עס א מכה. אם השם לא ישמור עיר שוא שקד שומר.

אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

תגובהדורך לכל זמן » זונטאג מאי 13, 2012 5:28 pm

שלום עליכם הרב קעניגזאהן.
קראק פאט האט פיין געענטפערט.
עת לקרות | ועת לתגוב

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » זונטאג מאי 13, 2012 5:48 pm

קראק-פאט האט געשריבן:בדרך הטבע? ניין, בדרך הטבע שטארבן נישט קיין זעקס מיליאן אידן, .


איך פארשטיי, אבער בימים ההם איז לכאורה געווען מער עלול אזא שחיטה אין קאנטראסט צו די היינטיגע צייטן, וואס אזא פרייהייט ווי היינט
איז נאכנישט געווען מאז ומקדם. אויף דעם האב איך געפרעגט מיין פראגע, צו מיט דעם אלעם זענען מיר "בדרך הטבע" באשיצט, אין יענע צייטן וואלט
אזא פראגע געמיינט עפס אנדערש
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
כזקן ורגיל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 15, 2012 5:24 pm

תגובהדורך כזקן ורגיל » זונטאג מאי 13, 2012 6:06 pm

איך וועל קאמענטירן אויף דיין אשכול, אבער איך קען נישט ענטפערן אויף דיין פראגע... ווער קען דען יא?!

דו קוק'סט אויס זייער באזארגט מיט אונזער היסטאריע און מיט דעם הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב, און דו ציטער'סט אז אפילו יעצט איז די מצב גאנץ פרידליך, אבער ווער ווייסט?.. ס'איז נישט קיין סוד אז די אמעריקאנע גוי איז נישט קיין סאך בעסער ווי די דייטשן זענען געווען. ס'איז גאנץ מעגליך אז די אמעריקאנע גוי וואלט זיך גאר ווארעם צוגעכאפט צו אזא געלגענהייט צו וואס די דייטשן האבן געהאט - דער אויבערשטער זאל אפהיטן, אבער באזארגט דארפסטו נישט זיין.

מיר האבן טאקע א שרעקעדיגע היסטאריע, אבער מיר האבן אויך א געוואלד פון חיזוק... כלל ישראל איז טאקע אדורך גאר טרויערדיגע רדיפות, אבער מיר זענען אויך אדורך גאר פריידיגע מצבים... אידישע קינדער זענען אויסגעשטאנען נעבעך צו הארץ רייסענ'דע חורבנות, אבער מיר זענען אויך אדורך הארץ דאנק'ישע ניסים... אידן זענען טאקע אויסגעשטאנען צו געפערליכע נידריגע בזיונות, און אידישע קינדער זענען שוין אויך דערהויבן געווארן צו די גרעסטע פאזיציעס... אע"כ פון דיין היסטאריע וויסענשאפט דארפסטו נאכנישט האבן קיין שלאפלאזע נעכט.

און לגבי דעם עשו שונא ליעקב איז אויך נישט גערעכט אז דו זאלסט זיך איבערזארגן - ווען מ'זאל דיר ווען געבן 2 'אפשענס' למשל: 1. אז דו וועסט קיינמאל נישט ליידן פון די ארומיגע פעלקער, און די וועסט קענען אפלעבן דיינע יארן בשלום ושלוה אן קיין שום טעם שנאה פונעם גוי, אבער אזוי אויך וועסטו נישט גערעכנט ווערן ביים הייליגען גרויסן טאטן ווי זיינ'ס א קינד ח"ו, אדער 2. דו וועסט זיין א טייערן קינד ביים מלך מלכי המלכים, און דו וועסט קענען לויבן יעדען טאג שלא שם חלקינו כהם, אבער דאס וועט קומען מיט א פרייז פון די הלכה בידוע - בין איך גאנץ זיכער אז דו וועסטו אויסקלויבן די צווייטע 'אפשען', און נאכדערצו אז מיר ווייסן פארוואס דער ד' האט אריינגעלייגט אין זיי די שנאה אויף אונז, וועלכע טאטע וויל דען אז זיין בן יחיד זאל זיך אויסמישן מיט זיינע גרעסטע פאר'פיינט'ע רח"ל?

איי וועסטו זאגן, איך הער און איך פארשטיי די טובה דערפון און איך ווייס אלעס, אבער דאך, איך ציטער פונעם טויט... נו וואס האט דאס מיט וואס איין טאג קען חלילה געשען? צו ווייסטו דען וואס גייט זיין מיט דיר מארגן? קען איינער וויסן יעדע רגע וויפיל זאכן עס קענען געשען? און אז דו ציטערסט נישט א גאנצן טאג אויף דעם אויפן, נו וואס עפעס ציטערן אויף ווייטערע מעגליכקייטן?

פארוואס ציטערט נישט א מענטש יעדע נאכט צוצומאכן זיינע אויגן פאר ער שלאפט איין, מיט די פחד אז ווער ווייסט צו איך וועל מארגן צוריק עפענען מיינע אויגן? ווי אזוי קען מען זיך אזוי רואיג לאזן איינשלאפן אויב ווייסט מען אז ס'איז דא א ווער ווייסט?.. די סיבה איז, ווייל דו פארלאזט זיך אויפן אויבערשטען און דו לייגסט זיך אריין אינגאנצן אין זיינע הענט. און די זעלבע דארפן מיר טון דא, אז מיר לייגן זיך מיט א רואיגקייט אינגאנצן אריין אין זיינע הענט האבן מיר זיך נישט גארנישט וואס צו זארגן...

און אוודאי דארף מען שטענדיג מתפלל זיין חוסה ד' עלינו ברחמיך ואל תתננו בידי אכזרים.

זאל דער שומר ישראל ווייטער היטן אויף זיינע שעפעליך, און אונז שיקן אונזער גואל בב"א
לעצט פאראכטן דורך כזקן ורגיל אום זונטאג מאי 13, 2012 6:17 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
ס'קוקט דיר אויס אפשר אז איך טראכט... הא, דו חלומ'סט... איך פלאן!

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » זונטאג מאי 13, 2012 6:11 pm

קעניגזאן האט געשריבן:
קראק-פאט האט געשריבן:בדרך הטבע? ניין, בדרך הטבע שטארבן נישט קיין זעקס מיליאן אידן, .


איך פארשטיי, אבער בימים ההם איז לכאורה געווען מער עלול אזא שחיטה אין קאנטראסט צו די היינטיגע צייטן, וואס אזא פרייהייט ווי היינט
איז נאכנישט געווען מאז ומקדם. אויף דעם האב איך געפרעגט מיין פראגע, צו מיט דעם אלעם זענען מיר "בדרך הטבע" באשיצט, אין יענע צייטן וואלט
אזא פראגע געמיינט עפס אנדערש

דייטשלאנד איז געווען א דעמאקראטיש לאנד אין פולן זין פון ווארט בעפאר דער צווייטער וועלט קריג. די דאן אינגע וויימאר רעפובליק, האט געהאט א קאנסטיטוציע מיט א פארליאמענט (גערופן רייכסטאג) וואו די דעמאקראטיש ערוועלטע דעפוטאטן האבן געשטימט אויף די געזעצן. נישט קיין סך אנדערש ווי יעדע לאנד היינט צוטאגס.

אוועטאר
בערטשע
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 22, 2012 11:28 pm
לאקאציע: צווישן איין דארף און צווייטן

תגובהדורך בערטשע » זונטאג מאי 13, 2012 6:13 pm

זקי, א מחי' צו ליינען דיינע תגובות, ריזן דאנקע.
א אנגענעמע רייזע מיט "בערטשע" דער בעל עגלה

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » זונטאג מאי 13, 2012 6:21 pm

קראק-פאט האט געשריבן: דייטשלאנד איז געווען א דעמאקראטיש לאנד אין פולן זין פון ווארט בעפאר דער צווייטער וועלט קריג. די דאן אינגע וויימאר רעפובליק, האט געהאט א קאנסטיטוציע מיט א פארליאמענט (גערופן רייכסטאג) וואו די דעמאקראטיש ערוועלטע דעפוטאטן האבן געשטימט אויף די געזעצן. נישט קיין סך אנדערש ווי יעדע לאנד היינט צוטאגס.


א פיינע ענטפער
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

תגובהדורך ליסקא » זונטאג מאי 13, 2012 6:53 pm

אנטימיטיזעם הערט מען אויף קול מבשר כסדר, יעדן צוויטן טאג איז דא נייע איבערפעלער סיי דאהי אין אמעריקע אין סיי אין אייראפע. ומי יודע ח"ו מה יולד יום...................

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » זונטאג מאי 13, 2012 7:02 pm

ליסקא האט געשריבן:אנטימיטיזעם הערט מען אויף קול מבשר כסדר, יעדן צוויטן טאג איז דא נייע איבערפעלער סיי דאהי אין אמעריקע אין סיי אין אייראפע. ומי יודע ח"ו מה יולד יום...................

נאכאמאזל סידא קול מבאשער
סיוואלט גארנישט געשען ווען ממאכט נישט קיין גאנצע פארדע פון יעדע נאצי סימבאל וואס מטרעפט!
יאנקעל די פופציגער

oko
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 27, 2011 12:00 am

תגובהדורך oko » זונטאג מאי 13, 2012 8:02 pm

קעניגזאן האט געשריבן:
קראק-פאט האט געשריבן: דייטשלאנד איז געווען א דעמאקראטיש לאנד אין פולן זין פון ווארט בעפאר דער צווייטער וועלט קריג. די דאן אינגע וויימאר רעפובליק, האט געהאט א קאנסטיטוציע מיט א פארליאמענט (גערופן רייכסטאג) וואו די דעמאקראטיש ערוועלטע דעפוטאטן האבן געשטימט אויף די געזעצן. נישט קיין סך אנדערש ווי יעדע לאנד היינט צוטאגס.


א פיינע ענטפער
jkup50 האט געשריבן:
ליסקא האט געשריבן:אנטימיטיזעם הערט מען אויף קול מבשר כסדר, יעדן צוויטן טאג איז דא נייע איבערפעלער סיי דאהי אין אמעריקע אין סיי אין אייראפע. ומי יודע ח"ו מה יולד יום...................

נאכאמאזל סידא קול מבאשער
סיוואלט גארנישט געשען ווען ממאכט נישט קיין גאנצע פארדע פון יעדע נאצי סימבאל וואס מטרעפט!


דאס איז צו פארדאנקען (אונזערע - היימישע'ר) הייקינד
viewtopic.php?f=6&t=15518&p=488018&hilit=%D7%94%D7%99%D7%99%D7%A7%D7%99%D7%A0%D7%93#p488018
ס'איז דאך אלט-באקאנט אז ציוניז'ם לעבט אויף פון אנטיסעמיטזם........ ו'דו''ק

י
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 01, 2007 1:29 am

תגובהדורך י » זונטאג מאי 13, 2012 11:41 pm

אין מיינע אויגן זעעט אויס אז היינטיגע צייטן קען זייער שנעל געשען א חרבן אייראפע דורך איראן.
דער בהמה קען ווארפן איין נאקלער דא, און איינס דארט, און סאיז מער קיין זכר פון...



וואס פאסירט נאכדעם אמעריקע ווארפט צוריק, נאכדעם קומט איך ווייס נישט וועלכע לאנד אין שיסט... אקוצער סווערט א פערדע וועלט מלחמה

אין ווער פאלט דער קרבן אזא צייט, ?
מלה בסלע שתיקה בתרי

אוועטאר
גובערנאטור
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 9:46 pm

תגובהדורך גובערנאטור » זונטאג מאי 13, 2012 11:47 pm

ס'דא אסאך טעראפיסטן וואס וואלטן זיך מחי' געווען מיט אזעלכע פחדנים...

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מאנטאג מאי 14, 2012 3:53 am

גובערנאטור האט געשריבן:ס'דא אסאך טעראפיסטן וואס וואלטן זיך מחי' געווען מיט אזעלכע פחדנים...

מיט פחד אהן פחד ר' איד (י) איז גערעכט ס'נעמט נישט מער ווי איין צעדרייטער איין סעקונדע און גאנצע שטעט קענען פארניכטעט ווערען....אבער גאט איז א פאטער און ער וועט אונז נישט פארלאזען.....

י
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 01, 2007 1:29 am

תגובהדורך י » מאנטאג מאי 14, 2012 10:31 am

לאמיך דיר עפעס זאגן איך רעד נישט פון קיין פחד ווייל ווען מווערט פארכאפט אין אין נוקלער אטאקע איז דאס בבחינת נשיקה עס איז נישט דא פון וואס מורא האבן דערפון.
אויב אזא זאך קען פאסירן ?
איך האלט אז יא
.מ' זאגט דאך נאך פונעם ח"ח בשעתן ערשע וועלט קריג האט מען אים געפרעגט אויב משיח קומט שוין. האט ער געענטפערט אז עס וועט קומען א צווייטע מלחמה וואס וועט זיין א שפיל קעגן די ערשטע. נאכדעם וועט זיין א דריטע מלחמה וואס דאס וועט זיין א שפיל קעגן די צווייטע ה"י
מלה בסלע שתיקה בתרי

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג מאי 14, 2012 10:54 am

מען זאגט נאך פון איינעם פון די תלמידי החפץ חיים .(אדער ר׳ חצקל אדער פאנעוויזשער רב יאך דענק נישט אויפן מינוט) אז ער האט אמאל געזאגט אז ער האט מקובל בשם הגר״א זי״ע אז די לעצטע מלחמה פאר ביאת המשיח גייט נעמען צוועלף מינוט. ער האט צוגעלייגטאז ווען ער הט עס געהערט האט ער געלאכט דערפון ביז די אמעריקאנער האבן באמבאדירט יאפאן.

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » מאנטאג מאי 14, 2012 6:18 pm

גובערנאטור האט געשריבן:ס'דא אסאך טעראפיסטן וואס וואלטן זיך מחי' געווען מיט אזעלכע פחדנים...


אט דאס איז געווען א פראזע פון א איד אין ווארשע פאר זיבעציג יאר צוריק. וכדי שלא יהא למתעקש לכשול בדברי, ליידער אני כשלעצמי האלט אז מיר זענען פארזיכערט, און טאקע דערפאר האב איך געפערעגט צו "בדרך הטבע" זענען מיר פארזיכערט.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג מאי 15, 2012 1:40 am

ר' י', איז דא עפעס א מקור צו דיין מעשה מיטן ח"ח?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

י
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 01, 2007 1:29 am

תגובהדורך י » דינסטאג מאי 15, 2012 6:26 pm

מלה בסלע שתיקה בתרי


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: כ'לאך און 13 געסט