שליסל חלה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

שליסל חלה

תגובהדורך Jewboy » פרייטאג אפריל 13, 2007 7:09 am

פאר די וואס באקן היימישע חלות אינדערהיים נישט פארגעסן צו מאכן א שליסל חלה.

און די וואס קויפן ב'היימישע חלות, זאלן נישט פארגעסן צו קויפן א שליסל חלה.
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » פרייטאג אפריל 13, 2007 7:15 am

אויך נישט פארגעסן נישט אריינצובייסן אין די שליסל, ווייל אויב יא איז עס א סגולה פאר עשירות
(פארן ציין-דאקטער, ווי פארשטענדליך...)

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » פרייטאג אפריל 13, 2007 9:00 am

מ'קען מאכן א חלה אין פארעם פון א שליסל.

(אזוי מאכט מען ביינונז
א גוטן.

א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » זונטאג אפריל 15, 2007 7:51 pm

נו, חברה

וויאזוי איז די שליסל געלונגען?????

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג אפריל 15, 2007 10:33 pm

ביי מיר, אייזן.

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » מאנטאג אפריל 16, 2007 10:49 am

איכער

דאן וואס איז געווארן מיט די ציין???

נאכען קייען אייזען, דארף מען לכאורה גייען באזיכען א {ציין} דאקטער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג אפריל 16, 2007 12:17 pm

איך_הער האט געשריבן:ביי מיר, אייזן.

אוי ביזטו גוט.
ביזט אייזן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג אפריל 16, 2007 12:53 pm

שמערל האט געשריבן:איכער

דאן וואס איז געווארן מיט די ציין???

נאכען קייען אייזען, דארף מען לכאורה גייען באזיכען א {ציין} דאקטער


פון ווי נעמסטו, אז איך האב געקייט דעם שליסל?

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » מאנטאג אפריל 16, 2007 12:59 pm

בילד
בילד
א גוטן.

א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג אפריל 16, 2007 3:41 pm

שכח דזשובוי, ס'איז אינטערסאנט צו זעה וויאזוי מ'באקט חלות אין אר"י.
אגב, אזא מנהג האב איך נאכנישט געזעהן.... ווער יא זאל זיך אנרופן ביטע.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » מאנטאג אפריל 16, 2007 3:44 pm

איך געדענק אז פאר בערך 3-4 שעה צוריק האב איך שוין געזען די סארט מנהג

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מאנטאג אפריל 16, 2007 3:49 pm

דזשבוי, דו דערמאנסט מיך פון אביגיל דארט אין זכרון משה. איי מאכט ער פיינעם טשיז קעיק. שיק אים א גריס דארט.

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » מאנטאג אפריל 16, 2007 5:25 pm

אינטערעסאנט אז עס איז אנגענומען אז אין אמעריקע זענען די טארטן פיהל בעסער.

אין טעם וריח אין להתווכח.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג אפריל 16, 2007 6:08 pm

די בעקעריי וואו איך קויף איין מיינע חלות, האט געבעטן מער געלט פאר א חלה מיט א שליסל.
אט דאס הייסט 'שליסל געלט'...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אפריל 16, 2007 6:09 pm

מאשקע, גוט גוט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

ירא שמים

תגובהדורך ירא שמים » מאנטאג אפריל 16, 2007 6:30 pm

בס"ד
צוגעלייגטע
1176424776.jpg
1176424776.jpg (7.43 KiB) געזעהן 5726 מאל

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 26784
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג אפריל 17, 2007 11:42 am

יאך האב ס'ערשטע מאל געזעהן די מנהג טאקען פונ'ם קעניג אליינ'ס אן עקסטערע שליסל חלה. קום איך אין פארסאפעט פרייטאג אהיים, און נישט מער נישט ווייניגער, ס'רביצין האט געמאכט עטליכע אזעכע קליינע חלה'לעך, פארשטייט זיך אז אויף די גרויסע חלה האט זי נישט פארגעסן ס'שליסל ארויפצולייגן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28310
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אפריל 19, 2007 3:52 pm

הערליכע בילדער - כ'האב שטארק הנאה געהאט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אפריל 19, 2007 3:57 pm

קרעמער האט געשריבן:הערליכע בילדער - כ'האב שטארק הנאה געהאט.
נישט אזוי ווי פון די חלה אליין.

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » פרייטאג אפריל 09, 2010 9:31 am

וואס טוה איך [זי] אז מען האט פארגעסן. ברויך מען איבערבאקן?
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » פרייטאג אפריל 09, 2010 9:34 am

פרייליכערהייט האט געשריבן:וואס טוה איך [זי] אז מען האט פארגעסן. ברויך מען איבערבאקן?


די אידענע מיינע האט אריינגעלייגט א שליסל נאכן אפבאקן, נאך א מזל אז די קליינע האט אהיימגעברענגט פון שולע אז מ'לייגט שליסליך אזוי אז בא מעשה ונזכר הלכה. קען זיין אז לחם משנה האבעך שוין נישט... איז דאך דא שריים פון פסח, וועט מען ניצן א מצה, אבער חלה אנע שליסל?!
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

תגובהדורך ליסקא » פרייטאג אפריל 09, 2010 10:24 am

זאלסט גיין צום רבי'ןס טישש אין עסן פון די שיריים פון די שליסל (עצה טובה בעט ביים גבאי'ן )

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » זונטאג אפריל 11, 2010 3:36 pm

איך האב שוין געזעהן פיר מינע שליסעל חלה

איין: מען קלעבט ארויף די שליסעל אינטען פון די חלה אזוי ווען עס איז אפגעבאקען נעמט מען עס אראפ אזוי האסטו א שעיפ פון א שליסעל.

צוויי: מען שטעקט אריין די שליסעל און די חלה אונגאנצען אריינגעשטעקט און עס בלייבט דארט ביז מען שנייט אויף די חלה.

דריי: מען מאכט א שליסעל פון טייג און מען לייגט עס אויפן חלה.

פיר: א גאנצע חלה געמאכט אויף א שליסעל שעיפ

קען מיר איינער זאגען וואס איז די ריכטיגע וועג.

און אויב איינער ווייסט ווי איז די מקור פון די וועגען.
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

תגובהדורך באנקיר » זונטאג אפריל 11, 2010 4:25 pm

לזה אנו מנקדים את הלחם משנה משבת זו במפתח דוקא. (אוהב ישראל)
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=184

בשבת אחר הפסח ... ומנקבין במפתח רמז דתרעין פתוחין עד פסח שני.
(הרה"ק ר' פנחס מקאריץ זי"ע)

ס'קוקט אבער אויס ווי א 5'טע וועג.

אשרינו
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 29, 2009 9:05 pm

תגובהדורך אשרינו » מאנטאג אפריל 12, 2010 9:31 pm

וועלכע מין מאכט מען ביי אייך אינדערהיים?

א.
צוגעלייגטע
shlisl khale.jpg
ג.
shlisl khale.jpg (22.5 KiB) געזעהן 4012 מאל
images.jpg
א.
images.jpg (1.15 KiB) געזעהן 4011 מאל
chala.jpg
ב.
chala.jpg (3.84 KiB) געזעהן 4012 מאל


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אידישיסט, נישט געפירליך און 10 געסט