שלומי אמוני ישראל האט געשריבן: אז דער שכל פארשטייט אז די געפילן קענען אים פירן ריכטיג
דאס איז ריכטיג מח שליט על הלב
מח שליט על הלב איז א סאך מער פון דעם, דאס איז קיין אנהייב אויך נישט.
מח שליט על הלב, מיינט אין אידיש, דער מח (שכל) געוועלטיגט אויף דעם הארץ (געפילן) אז זיי זאלן זיך נישט צושפילן, אדער אים גאר פירן ביי די נאז. און אמאל פארשטייט דער שכל אז דאס איז יא ריכטיג, איז פארוואס ר' טייבעלע זאגסטו אז דאס איז נישט קיין אנהויב אויך נישט??? (לא בתמי' אלא בלשון שאלה!!!)
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

טייבעלע האט געשריבן:ווען דו זאגסט אויף פארקערט אז דער שכל ווייסט ניין דער לב ערוועקט זיך אויף יא און ער גדענקט די ניין און בלייבט ביים ניין דענסמאל בין איך מסכים מיט דעם.
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
דער שכל פון די לווים האט זיי געמאכט אויפשפילן דעם חוטא'ס געפילן מן הסתם מטעם המובן, אז אין אדם חוטא אלא א"כ נכנס בו רוח שטות. האט דאך דער מענטשט נישט קיין שכל, מוז מען זיך נעמען צו זיינע געפילן, אז דער שכל זאל געשטעלט ווערן אין פלאץ כך נראה לענ"ד.
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
טייבעלע האט געשריבן:ווען דו זאגסט אויף פארקערט אז דער שכל ווייסט ניין דער לב ערוועקט זיך אויף יא און ער גדענקט די ניין און בלייבט ביים ניין דענסמאל בין איך מסכים מיט דעם.
בהשכל השכל במושכל זאגסטו גוט אבער איך וועל דיר ציטירן א שטיקל וואס שטייט בספה"ק תכלת מרדכי מהרה"ק מברעזאן עס זעהט אויס זייער פשוטע דיבורים אבל הפוך בה והפוך בה עס ליגט אין דעם א טיפער נקודה והבן מה שאמרתי.
וזה"ל שם ט"א ש"ע הביא בשם החוקר בס' המדות במ"ש סוקראטס שלא יבא החטא כ"א בבלי דעת, והוא תמ{ו}ה, כי אנו רואים כמה חכמים חוטאים. א) וכ' כי בשעת החטא י"ל שהולך השכל ויעדר, יען כי אינו רגיל בשכל תמיד רק לפרקים. ב)ועוד כתב כי טבע כח המעורר במהירות וטבע פי השכל במתון, והמדמה יציע טענתו בהיקש מושכל א' ואמנם השכל במושכל ב', וטרם יברר השכל טענתו יקדים המעורר ולכן יחטא ע"ש היטב, עכה"ל בספה"ק תכלת מרדכי.
די ווערטער זענען א גרויסער יסוד אין די עבודה פון מח שליט על הלב.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
איך האב אמאל געטייטשט מיט דעם "מורא רבך כמורא שמים". גענוי ווי פון באשעפער קענסטו מורא האבן כאטש מען קען אים ליב האבן אין די זעלבע צייט, אט אזוי זאל זיין מורא רבך.
אויך האבעך געטייטשט, ובכן צדיקים יראו וישמחו, יראו קען זיין מלשון יראה, בלויז ביי צדיקים איז שייך שני הפכיים בדבר אחד, צוויי סארטן געפילן, יראה און שמחה אויף איינמאל, צו ביים רבש"ע, צו פון א ערליכן איד. משא"כ ביי רשעים, ביי גשמיות, איז נישט שייך ביידע צוזאמען, ודברי פי חכם חריין וש"י, ובלצגבב"א.
עכ"פ זעהט מען פון דעם אז ברוחניות קען דער שכל קאנטראלירן די געפילן, וואס איז נישט שייך ביי גשמיות.
ויש להאריך בזה טובא אבל אין הפנאי ועתי בידי, און... ווער עס פארשטייט פארשטייט, כנ"ל.....
טייבעלע האט געשריבן:ווען דו זאגסט אויף פארקערט אז דער שכל ווייסט ניין דער לב ערוועקט זיך אויף יא און ער גדענקט די ניין און בלייבט ביים ניין דענסמאל בין איך מסכים מיט דעם.
בהשכל השכל במושכל זאגסטו גוט אבער איך וועל דיר ציטירן א שטיקל וואס שטייט בספה"ק תכלת מרדכי מהרה"ק מברעזאן עס זעהט אויס זייער פשוטע דיבורים אבל הפוך בה והפוך בה עס ליגט אין דעם א טיפער נקודה והבן מה שאמרתי.
וזה"ל שם ט"א ש"ע הביא בשם החוקר בס' המדות במ"ש סוקראטס שלא יבא החטא כ"א בבלי דעת, והוא תמ{ו}ה, כי אנו רואים כמה חכמים חוטאים. א) וכ' כי בשעת החטא י"ל שהולך השכל ויעדר, יען כי אינו רגיל בשכל תמיד רק לפרקים. ב)ועוד כתב כי טבע כח המעורר במהירות וטבע פי השכל במתון, והמדמה יציע טענתו בהיקש מושכל א' ואמנם השכל במושכל ב', וטרם יברר השכל טענתו יקדים המעורר ולכן יחטא ע"ש היטב, עכה"ל בספה"ק תכלת מרדכי.
די ווערטער זענען א גרויסער יסוד אין די עבודה פון מח שליט על הלב.
יי"ש איך האלט נאך אינמיטן דעם הפוך בה השני, ונראה לי קילורין לעינים תודה
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
עס קומען די הייליגע טעג, די ימי הדין, מענטשן האבן מורא, וויי געוואלד, עס קומט א געריכט, די מקטריגים האבן אסאך שטאף אויף אונז, וואו טוט מען זיך אהין, וויאזוי טוט מען תשובה, מען גייט דאך אפ'פסק'ענען אונזער גורל אויף א גאנץ יאר. טיף אין הארצן ווייסן מיר אבער אז נאכדעם קומט א סוכות און א שמח"ת, מען גייט האפן אז יצא לאור דינינו, מען גייט נעמען א לולב און דערמיט אריינשטעכן א נקמה אינעם שטן, אבער קיינער גייט נישט זאגן, נו אויב אזוי, וואס פעלט אויס צו זיין טרויעריג לכתחילה. ח"ו. מען איז זיך מקבל "מען גייט זיין טרויעריג".
מען האלט יום כיפור ביי נעילה, מען ווייסט עס קומט באלד א מוצאי יום כיפור, פון די פרייליכסטע זמנים אין יאר, אבער דער איד איז אנגעצויגן ביז גאר. ווי אזוי פארענטפערט מען דאס?
עס קומט שוין סוכות, די ימי השמחה והאהבה, מען איז פרייליך, מען טאנצט שמחת בית השואבה, מען פראוועט סעודות, מען גייט חוה"מ האלטן, פלוצים... הושענא רבה איז דא! אויף איינמאל ווערן די געמיטער איינגעצוימט, מען לויפט מיטן חומש און תהלימ'ל אין ביהמ"ד זיך אויסבעטן א גוט קוויטל... אבער האלאו, א שעה צוריק ביסטו געווען פרייליך אן קיין דאגות? און טיף אין הארצן ווייסטו אז אט אט קומט שוין שמחת תורה און מען גייט האפקען מיט די תוה"ק, מיט א בטחון אז די קוויטל איז גוט געלונגען?? שווער צו פארשטיין. דער שכל טוט קאנטראלירן די געפילן!
איז דאס מוח שליט על הלב?
און... ווער עס פארשטייט פארשטייט, כנ"ל.....
סליחה, אבער איך פארשטיי נישט, ביי גשמיות ביסטו גערעכט, אבער ביי רוחניות, ווייט נישט ריכטיג, איך ווייס נישט אין וועלכע קרייז איר געפינט זיך, אבער ביי אונז האט מען געלערנט אז למשל הושענא רבה, איז מען נישט טרויעריג, אדער כלשונך די געמיטער איינגעצוימט, נאר מ'איז ערנסט בבחי' וגילוי ברעדה, מ'פרייט זיך מיט דעם גרויסן טאג, מ'פראכט זיך אבער נישט קיין איינגעפאענע געמיטער. סוכות מ'איז פריילעך, אבער ס'איז דא א רעדה שלא לבוא לידי מכשול.
וכן הוא בכל מצוה, וזה פשט וגילוי ברעדה ששייך אצל כאו"א כמו המשל שלך אצל הרבי'ס שיש מורא ואהבה גם יחד
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
זאגט ער דארט אז ווען מען איז עוסק בדברים בטלים טוהסטו א זאך וואס איז להנאת הגוף דאס מיטשעט איהם נישט אויס אדרבה דאס געט פארן גוף חיות, משא"כ ווען מען זעץ זיך לערנען מיט איין ווארט תורה ווערט שוין די גוף אזוי אויסגעלייטערט דאס טוהט אפשוואכען די כח הגופניות.
די זעלבע זאך ביי רוחניות אין דיין משל עס איז נישטא קיין קאנפליקט צווישן בחינת אהבה המוסתרת בלב האדם לבחינת היראה משורש נפשם החצובים מתחת כסא הכבוד, די צווישענשייד איז נאר ביי גשמיות, ביי רוחניות איז עס נאטירליך במהות פונעם איש הישראלי.
איך גיי נישט אריין פונקטלעך וואספארא בחינות דארף זיין אין די זמנים, נאר דער עצם געדאנק אז עס גייט צוזאם, אויב עס גייט נישט אויף איינמאל פעלט עפעס, ווי עס ווערט געברענגט בספה"ק.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
קענסט נעמען א ראי' אויף תשעה באב אויך. מען וויינט, מען קלאגט (וואס? הלואי... כ'מיין, מען דארף צו טון אזוי, עכ"פ די צדיקים פלעגן זיך נוהג זיין צו קלאגן........) פון טיפעניש פון הארץ אויפן חורבן ביהמ"ק, כאטש זיי ווייסן אז נאך חצות הייבט אן שפראצן די גאולה, משיח ווערט נולד, און איבערמארגן איז שוין שבת נחמו... אבער בשעת שמחה שמחה וכן להיפך.
אייגעטליך איז עס שוין מרומז אין רש"י סוף פר' בראשית ביי דעם משל, עיי"ש.
און ייש"כ פארן מאכן "באלד" די ווערטער וואס כ'האב געמיינט צו זאגן "ווער עס פארשטייט פארשטייט"..
און אפילו לשיטתך, נעם דעם "וגילו ברעדה", און טראכט וועלכעס איז דער עיקר. ד"ה אז אפילו מען האט שטענדיג סיי אהבה (אפילו אין די אנגעצויגענע צייטן) און סיי יראה (אפילו אין די ימי השמחה), אבער איין מאל איז דער עיקר די שמחה, די יראה איז באהאלטן טיף, און די אנדערע צייטן איז טאקע וגילו ברעדה, אבער די רעדה זעהט מען, די גילו איז באהאלטן טיף. אלנפאלס שפילט מען און מען קאנטראלירט די געפילן.

איר זענט גערעכט אבער נישט פונקט, ואלך מהסוף להתחלה קודם שפילן מיט געפילן האב איך שוין אויבן געשריבן, אז ווען דער שכל שפילט דערמיט איז נישט קיין פראבלעם (על אף שהיונה לא כ"כ מסכים לזה)
און אויף וואס דו שרייבסט אז ביים רבי'ן זיע"א פון סאטמאר האט זיך געגאסן טייכן טרערן, וואס מיינסטו ביי אונז גייט מען א טאנץ??? ס'גיסט זיך אויך טייכן טרערן, אבער נישט פון פחד, נאר פון יראה געמישט מיט אהבה, (בכי' של אהבה, שהקב"ה נתן לנו יום גדול כזה וואס מ'קען זיך דעמאלט'ס אויסוואשן) וכדבריך, ס'דארף זיין אזוי, איך האלט נאכנישט דארטן אבער איך ציל אהין. וכן אויף די גאנצע נושא, חוץ וואס יעדער צדיק האט זיך זיין מהלך.
און אגב אויף דיינע ווערטער אז ביי די דרשות איז מען געווארן פארגליווערט פאר שרעק, איך בין מחולק ווייל דער רבי זיע"א האט בכלל נישט געצילט אפצושרעקן דעם ציבור, נאר דערוועקן דעם אידיש'ן פונק, און דאס האט ער טאקע געטוהן, אבער "דערשרעקן", איך מיין אז ס'איז געווען מער ערנסט ווי שרעק. (איך בין נישט געווען דערביי אליין, אבער כך הבנתי מהתלמידים שזכו להיות שם)
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
שאץ מאץ האט געשריבן:ווען צדיקים זענען בשמחה אדער פארקערט איז בכלל נישט קיין ענין וואס מיר פארשטייען, אויב מיר גלייבן וואס דער הייליגער נוע"א שרייבט אין פ' בהעלותך אז ווען צדיקים זענען בשמחה איז די וועלט בשמחה, איז אויך פשט אז צדיקים ווערן נשפע פון די הימלען, ממילא אויב איז דא א שמחה בשמים ווערן די צדיקים בשמחה ווייל זיי זענען מרגיש די הימלישע שמחה, און אויב ס'איז חלילה דא א קיטרוג אין הימל זענען צדיקים בצער ווייל זיי זענען מרגיש דעם פחד ואימה משמים,
סתם אידן זענען בכלל נישט אין דעי קאטאגאריע, און ביי דעי וועי, היינט איז שוין א עולם הפוך, דער עולם לאכט תשעה באב און פורים זענען דא גאנצע מנינים תהלים מ'וויינט מ'בעט זיך אויס...., כ'ווייס נישט איך וויל נישט חוזק מאכן, אבער אונזערע זיידעס זענען פורים געוועהן שיכור און בשמחה און נישט געוויינט...
בינעך אפשר מעשיגע אז אויף יעדע תגובה לייג איך א תגובה אבער מה אומר ומה אדבר פורים ביי אונזערע זיידע'ס איז פארטאג'ס געווען א גרויס ענין צו אויסניצן די צייט לומר תהלים, איך ווייס נישט צו זיי האבן געוויינט, אבער אונז האמיר זיכער אסאך אסאך אסאך מער אויף וואס צו וויינען. מאידך תשעה באב היות מיר זענען שוין נענטער צו די גאולה קענען זיך מיר פרייען תשעה באב (מאחד הצדיקים, ובוודאי הינו רק לימוד זכות ולא להלכה למעשה)
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
ענליך צו וואס דו שרייבסט אויבן אז ביי די חתונות וויינט מען זיך אויס...
נאך אביסל האבעך מורא גייט מען טאנצן און לאכן ביי די לוויות, ה"י..... אקעי, איך סטאפ, שריי נישט, קוק מיך נישט אן מיט אזעלכע בייזע אויגן, כ'האב נאר געמאכט א נאריש ווערטל.
נישט ווייט פון אמת, לייוו הוקאפ איז שוין דא ביי די רבי'שע יציאת נשמה (יענץ געלכעטער, אבער איך אליין האב מיטגעהאלטן די פטירה פון הרה"ק רבי הערש'עלע מקרעטשניף זיע"א און פונעם ברך משה) זעהט אויס נאך אביסל וועט זיין מראות קודש (מעגל סגור בלע"ז=איך ווייס נישט וויאזוי מ'זאגט דאס אין אידיש / ענגליש.) און דערנאך וועט מען לאכן רח"ל.
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/