טעל-מי א פארגאנגענהייט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

טעל-מי א פארגאנגענהייט

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מאי 07, 2012 6:47 pm

בינג האט זיך אונטערגעגעבן צום דרוק פון כלל ישראל, און זיי שטעלן מער נישט צו די סערוויס פון "טעל מי" אנגעהויבן פון יוני דער ערשטער [אבל יחיד אעשה לך, איך נוץ דאס שוין איבער 10 יאר מיט גרויס צופרידנהייט, וועט מען יעצט דארפן ח"ו הערן דעם טריפה'נעם קול מבשר?..].

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג מאי 07, 2012 7:08 pm

קרעמער, קיינמאל געוויסט אז די טמאנע טעל מי באלאנגט פאר בינג.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג מאי 07, 2012 7:11 pm

אזוי? תליה-מי גייט אינטער, ברוך שעקר עבודה זרה מארצנו, העלין יודן ווייניגער ניבול פה הערן

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 07, 2012 7:12 pm

יהיה כן האט געשריבן:אזוי? תליה-מי גייט אינטער, ברוך שעקר עבודה זרה מארצנו, העלין יודן ווייניגער ניבול פה הערן

יו שרעקעדיג, וואס האט טעלל מי מיט ניבול פה?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג מאי 07, 2012 7:15 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:אזוי? תליה-מי גייט אינטער, ברוך שעקר עבודה זרה מארצנו, העלין יודן ווייניגער ניבול פה הערן

יו שרעקעדיג, וואס האט טעלל מי מיט ניבול פה?

את חטאי אני מזכיר.... יארן צוריק (נאך בעפאר מוואסער איז געבוירן געווארן) האב איך עס געהערט ..... כ'מיין אז זיי האבן נאך נישט תשובה געטון זייט דמאלטס...

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג מאי 07, 2012 9:18 pm

יהיה כן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:אזוי? תליה-מי גייט אינטער, ברוך שעקר עבודה זרה מארצנו, העלין יודן ווייניגער ניבול פה הערן

יו שרעקעדיג, וואס האט טעלל מי מיט ניבול פה?

את חטאי אני מזכיר.... יארן צוריק (נאך בעפאר מוואסער איז געבוירן געווארן) האב איך עס געהערט ..... כ'מיין אז זיי האבן נאך נישט תשובה געטון זייט דמאלטס...

איך ווייס א פאל ווי אזוי טעלמי האט אראפגעפירט א בחור אינגאנצן פין אידשען וועג! אינגאנצן! טעלמי האט דער בעל דבר ארפגעשטעלט פאר א צוועק!

{פרטים וועל איך שיקען פאר לכתחלה אין אישי, עס באלאנגט נישט דא}

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מאי 08, 2012 1:39 am

קרעמער האט געשריבן:בינג האט זיך אונטערגעגעבן צום דרוק פון כלל ישראל, און זיי שטעלן מער נישט צו די סערוויס פון "טעל מי" אנגעהויבן פון יוני דער ערשטער [אבל יחיד אעשה לך, איך נוץ דאס שוין איבער 10 יאר מיט גרויס צופרידנהייט, וועט מען יעצט דארפן ח"ו הערן דעם טריפה'נעם קול מבשר?..].

מיט א פילטער מעג מען הערן..
(זשעי-טעל איז די בעסטע פילטער דערווייל)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2010 2:24 pm

תגובהדורך מה פתאום » דינסטאג מאי 08, 2012 12:44 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:אזוי? תליה-מי גייט אינטער, ברוך שעקר עבודה זרה מארצנו, העלין יודן ווייניגער ניבול פה הערן

יו שרעקעדיג, וואס האט טעלל מי מיט ניבול פה?

ביי מיר אין שטוב האבעך שוין עטליכע יאר צוריק געבלאקט TELL ME נאכ'ן מיטהאלטן ווי א קינד האט געמאכט א WRONG NUMBER (מיט איין נומבער אפגערוקט) ביים דיילען TELL ME צו הערן די וועטער.

איך דאנק דעם באשעפער אז דאס קינד האט באלד אראפגעהאקט און געדיילט דעם ריכטיגן נומבער, און האט אפילו נישט אויפגעכאפט די ערשטע WELCOME ווערטער וואס יענע האטליין האט געזאגט.

ממש א סייעתא דשמיא אז איך בין פונקט דארט געשטאנען און דער טעלעפאן איז געווען אויף ספיקער, אזוי אז איך האב יא אויפגעכאפט די ערשטע ווערטער פון יענעם טמא'נעם האטליין.

איך ווייס נאך היינט נישט וויאזוי איך האב זיך באוויזן צו האלטן רואיג און נישט אויפשפרינגען, אזוי אז ס'האט נישט ארויסגערופן קיין נייגער פאר'ן קינד צו וויסן וואס יענער האטליין איז, נאר האט אראפגעלייגט און צוריקגערופן דעם נומבער פון TELL ME.

איך בין שוין אבער נישט געשלאפן רואיג, נאר צוערשט געבלאקט יענעם ראנג-נומבער, און אזוי ווי ס'איז פונקט געווען עטליכע טעג בעפאר קעמפ, האבעך געווארט ביז די קינדער זענען אוועקגעפארן און געבלאקט אלע האטליינס.

אזוי אז זינט נאכ'ן קעמפ פון יענעם יאר ווייסן שוין די קינדער אז די נייע טעלעפאן סערוויס וואס זייער טאטע האט באשטעלט, גיבט נישט קיין צוטרירט פאר קיין שום האטליין.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג מאי 08, 2012 1:14 pm

מה פתאום האט געשריבן:

איך האב דאס נעכטען געשריבען:

מחותן האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:אזוי? תליה-מי גייט אינטער, ברוך שעקר עבודה זרה מארצנו, העלין יודן ווייניגער ניבול פה הערן

יו שרעקעדיג, וואס האט טעלל מי מיט ניבול פה?

את חטאי אני מזכיר.... יארן צוריק (נאך בעפאר מוואסער איז געבוירן געווארן) האב איך עס געהערט ..... כ'מיין אז זיי האבן נאך נישט תשובה געטון זייט דמאלטס...

איך ווייס א פאל ווי אזוי טעלמי האט אראפגעפירט א בחור אינגאנצן פין אידשען וועג! אינגאנצן! טעלמי האט דער בעל דבר ארפגעשטעלט פאר א צוועק!
{פרטים וועל איך שיקען פאר לכתחלה אין אישי, עס באלאנגט נישט דא}

עס איז געווען די זעלבע מעשה, נאר דארט ליידער האט דער יונג בחור נישט אויפגעהאנגען די טעלפאון אין די איבריגע איז היסטערי,

עלטערן דארפן זיין געווארענט!!

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » דינסטאג מאי 08, 2012 1:17 pm

מה פתאום האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:אזוי? תליה-מי גייט אינטער, ברוך שעקר עבודה זרה מארצנו, העלין יודן ווייניגער ניבול פה הערן

יו שרעקעדיג, וואס האט טעלל מי מיט ניבול פה?

ביי מיר אין שטוב האבעך שוין עטליכע יאר צוריק געבלאקט TELL ME נאכ'ן מיטהאלטן ווי א קינד האט געמאכט א WRONG NUMBER (מיט איין נומבער אפגערוקט) ביים דיילען TELL ME צו הערן די וועטער.

איך דאנק דעם באשעפער אז דאס קינד האט באלד אראפגעהאקט און געדיילט דעם ריכטיגן נומבער, און האט אפילו נישט אויפגעכאפט די ערשטע WELCOME ווערטער וואס יענע האטליין האט געזאגט.

ממש א סייעתא דשמיא אז איך בין פונקט דארט געשטאנען און דער טעלעפאן איז געווען אויף ספיקער, אזוי אז איך האב יא אויפגעכאפט די ערשטע ווערטער פון יענעם טמא'נעם האטליין.

איך ווייס נאך היינט נישט וויאזוי איך האב זיך באוויזן צו האלטן רואיג און נישט אויפשפרינגען, אזוי אז ס'האט נישט ארויסגערופן קיין נייגער פאר'ן קינד צו וויסן וואס יענער האטליין איז, נאר האט אראפגעלייגט און צוריקגערופן דעם נומבער פון TELL ME.

איך בין שוין אבער נישט געשלאפן רואיג, נאר צוערשט געבלאקט יענעם ראנג-נומבער, און אזוי ווי ס'איז פונקט געווען עטליכע טעג בעפאר קעמפ, האבעך געווארט ביז די קינדער זענען אוועקגעפארן און געבלאקט אלע האטליינס.

אזוי אז זינט נאכ'ן קעמפ פון יענעם יאר ווייסן שוין די קינדער אז די נייע טעלעפאן סערוויס וואס זייער טאטע האט באשטעלט, גיבט נישט קיין צוטרירט פאר קיין שום האטליין.

דער פראבלעם פון דייעלען א נישט ריכטגען ציפער, האט נישט דװקא מיט טעלל מי. עס איז ליידער א שװערער פראבלעם, װייל די ״נישט גיטע״ האבען אן א שיעור נומערען פון 800 נומערען, לאקאלע נומערן, נאצינאלע אין אינטערנאצינאלע נומערען.
אין איך גלייב שװער אז מיטען היינטיגען אויסשטעל קען מען ״אלע״ אויסשאלטערען. (אװדאי עפּעס איז בעסער װיא גארנישט, אבער מען זאל זיך נישט איינרעדען אז מען דארף שוין נישט שטיין אויף דער װאך!)

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג מאי 08, 2012 1:19 pm

קול מבשר דאכטס זיך האט אזא לאזונג : אנטשולדיגט איר האט געדריקט א אומריכטיג קנעפל !
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג מאי 08, 2012 1:32 pm

verveist האט געשריבן:דער פראבלעם פון דייעלען א נישט ריכטגען ציפער, האט נישט דװקא מיט טעלל מי. עס איז ליידער א שװערער פראבלעם, װייל די ״נישט גיטע״ האבען אן א שיעור נומערען פון 800 נומערען, לאקאלע נומערן, נאצינאלע אין אינטערנאצינאלע נומערען. אין איך גלייב שװער אז מיטען היינטיגען אויסשטעל קען מען ״אלע״ אויסשאלטערען. (אװדאי עפּעס איז בעסער װיא גארנישט, אבער מען זאל זיך נישט איינרעדען אז מען דארף שוין נישט שטיין אויף דער װאך!)

די האסט נישט ארויס די פוינט,
אויב איז דא טעלמי, אדער עני אנדערע נומבער ווי בחורים און מיידליך מעגן קאלען, דעמלאטס איז שייך אז זיי זאלען מאכען טעותים, אין אנקימן גלייך צום שטן אין די הענט אריין,
אויב אבער מען בלאקט אלע האטליינס, דעמלאטס וועלען די בחורים און מיידליך האבן א קלענערע טשענס צי מאכען אזא פאטאלע טעות,

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מאי 08, 2012 1:34 pm

איינער האט געזעהן אויף די פלאקאטן אז ביים כינוס כלל ישראל גייט מען רעדן וועגן דיילן אומריכטיגע נומערן?? אדער די שמועס איז סתם אזוי פארפארן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג מאי 08, 2012 2:41 pm

צייטליך האט געשריבן:איינער האט געזעהן אויף די פלאקאטן אז ביים כינוס כלל ישראל גייט מען רעדן וועגן דיילן אומריכטיגע נומערן?? אדער די שמועס איז סתם אזוי פארפארן.

איך בין שולדיג, און איך נעם פולע פאראנטווארליכקייט.

איך געב רשות פאר ווער עס וויל פון די אחראים מאכן אביסל ארדענונג דא, אפשר גרינדן אן אשכול וועגן טעל-מי ע"ה.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג מאי 08, 2012 3:42 pm

וואס גייט דא פאר, גייט זיין א כינוס וועגן טעל מי?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דינסטאג מאי 08, 2012 5:13 pm

ווי קען מען בלאקן טעל-מי? א.ד.ג.
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » דינסטאג מאי 08, 2012 5:37 pm

איך געדענק נאך ווען איך האב געלערנט אין כתה ט'
און אפאר קינדער האבן געקאלט טעל מי, און איך יקול צווישן זיי נישט וויסנדיג וואס דאס איז.
זייענדיג א גאר פיין אינגל האט מיר מיין רבי מיאוס געקאנסעט אז ער האט מיר געזעצט אויף אונטן, פארן יאר.

ביז יעצט קען איך עם נישט מוחל זיין אויף דעם
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » דינסטאג מאי 08, 2012 6:21 pm

די פראבלעם איז אז שמוציגע ליניעס ניצן דעם זעלבן נומער ווי פאפולערע האטליינס, א שטייגער ווי טעלל-מי, נאר אנשטאט 800, איז עס א 900 נומער.

אלע 900 נומערן זענען געווענליך שמוציגע האטליינס, און די ביל דערפון ווערט נאך גערעכנט אויפ'ן היים טעלעפאון ביל אויך.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג מאי 08, 2012 8:30 pm

קראק-פאט האט געשריבן:די פראבלעם איז אז שמוציגע ליניעס ניצן דעם זעלבן נומער ווי פאפולערע האטליינס, א שטייגער ווי טעלל-מי, נאר אנשטאט 800, איז עס א 900 נומער.

אלע 900 נומערן זענען געווענליך שמוציגע האטליינס, און די ביל דערפון ווערט נאך גערעכנט אויפ'ן היים טעלעפאון ביל אויך.

עס איז לאו דוקא 900, נאר טאקע 800, בלויז א נומער אראפ אדער ארויף פון דעם פאפולערן נומער. שוין עטליכע מאל געהאט אזא סארט פארדריסליכע טעות ביים רופן די פוד-סטעמפס האטליין נומער וואס געפונט זיך אויפן 'בעק' פון די קארטל.

אוועטאר
גובערנאטור
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 9:46 pm

תגובהדורך גובערנאטור » דינסטאג מאי 08, 2012 9:03 pm

קרעמער האט געשריבן:בינג האט זיך אונטערגעגעבן צום דרוק פון כלל ישראל, און זיי שטעלן מער נישט צו די סערוויס פון "טעל מי" אנגעהויבן פון יוני דער ערשטער [אבל יחיד אעשה לך, איך נוץ דאס שוין איבער 10 יאר מיט גרויס צופרידנהייט, וועט מען יעצט דארפן ח"ו הערן דעם טריפה'נעם קול מבשר?..].

מ'מוז זאגן אז קול מבשר איז שולדיג אין זייער באנקראט, ווייל ווילאנג קול מבשר איז נישט געווען זענען זיי געווען בומינג, יעצט רופט זיי שוין קיינער נישט (אויסער ...)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מאי 08, 2012 10:26 pm

אין בכלל פארשטיי איך נישט, קרעמער זאגט "טעל-מי א פארגאנגענהייט", איך קען נישט פארשטיין ווארום פליצלינג אין א ראזעווע (אנטשאלדיגט ראזע) דינסטאג וויל קרעמער אז איך זאל אים עפעס זאגן פון די פארגאנגענהייט?

ביז כ'האב געזען אז יגר'ל האט עפעס געשריבן, פארשטיי איך שוין זייער גוט, קרעמער האט גערעדט צו יגר'ל ער בעט זיך, יגר'ל טייערער, "טעל-מי א פארגאנגענהייט", און יגר'ל האט נישט דיסיפיונטעד!!

ווי שרייבט נאר קרעמער "לא אלמן ישראל".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דינסטאג מאי 08, 2012 10:48 pm

די ערשטע מאל וואס איך הער פון אזא מעשה ווי טעל-מי, מה זאת?
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג מאי 08, 2012 10:54 pm

טייבעלע האט געשריבן:די ערשטע מאל וואס איך הער פון אזא מעשה ווי טעל-מי, מה זאת?

אוי מיין גאט. פון קענעדי האסטו שוין געהערט? פונעם ספעיס שאטעל?

טעל-מי איז א טעלעפאן נומער (18005558355) וואו מען האט לאנגע יארן געקענט הערן די הויפט נייעסן, וועטער פון אלע געגנטער, און נאך שטותים והבלים. עס איז שטארק באנוצט געווארן דורך בחורים און כולל אינגעלייט און סיי ווער עס האט געוואלט וויסן חדשות און נישט פארמאגט קיין ראדיא אדער קלוגע טעלעפאן.

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דינסטאג מאי 08, 2012 11:00 pm

אין ביהמ"ד (אוי איך בין דאך נישט אין ביהמ"ד דא) בלא חידוש, געוואויר געווארען א נייע שטיקעל היסטאריע.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
גובערנאטור
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 9:46 pm

תגובהדורך גובערנאטור » דינסטאג מאי 08, 2012 11:01 pm

קרעמער לייג צו "זהירות קול באשה"

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט