בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 23, 2013 8:18 am
דורך בעאבאכטער
יישר כח רב פריילאך פארן ברענגען דברי האי גברא רבא ר' שמשון זצ"ל, וואס האט געהאט עיני העדה און געזעהן פאראויס און געשפירט מיט זיינע שארפע חושים הניתנים לאנשים בעלי דעת תורה, וואס פיל האבן נישט אין אכט גענומען.

מען דארף עקספלאדירן די אידישע וועלט מיט זיינע טייערע מאמרים 'אן רחמנות', האקן און האקן און האקן, ביז ס'זאל ברעכן מויערן...
הדברים אמורים אויך אויף זיינע אלע מאמרים וואס רעדן פון אידישן לעבן,
מען דארף פשוט באמבאדירן די אידישע וועלט מיט זיינע מעכטיגע דרשות און געדאנקען.

ער זאגט וואס קאכט אין יעדן אידיש הארץ, איידער מען יאגט דאס אן אפקילן און באנארישן מיט די הבלים...

אוי ר' שמשון! מי יתן לנו תמורתך...

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 24, 2013 12:20 pm
דורך למעלה משבעים
א ריזן דאנק אייך פריילאך, שרייב נאך, מיר ווארטן דערויף.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 31, 2013 8:26 am
דורך פריילאך
א-ב
המבדיל בין ישראל לעמים

די צווייטע הקדמה צום ענין: איך האב אמאל געזעהן אין א ספר זייער א אינטרעסאנטע זאך, עס איז געווען א וויכוח צווישען צוויי מענטשען, און איינער האט געפרעגט דעם צווייטן א גרינטליכע שאלה: יעדן טאג מאך איך די ברכה ביי תפלת שחרית "שלא עשני גוי". איך האב אייביג געוואוינט אין ארץ ישראל, און איך האב כמעט קיינמאל נישט געקענט קיין גוים, חוץ עטליכע אראבער וואס האבן געארבייט אין אונזער געגענט, און זיי האבן נישט צושטערט דעם אימעדש פון די גוי ווי עס זיך ביי מיר אויסגעמאלן: א געמיינע מענטש, א טמא, א רשע, בקיצור א אום-מענטש. אויך די אלוועלטליכע גוי און זיין פאליטישע געשטאלט האט נישט נאר נישט סותר געווען די שלעכטן אויסזעהן פונעם גוי, נאר עס האט גאר באפעסטיגט זיין שלעכט געשטאלט.

אבער ווען איך בין אויפגעוואקסן און איך בין געפארן לערנען אין חוץ לארץ, האב איך די ערשטע מאל פערזענליך באגעגענט לעבעדיגע גוים, און איך בין פשוט געווען אין שאק: די גוי וואס לעבט, האט מיר צעווארפען אלעס וואס איך האב געטראכט אויף איהם בעפאר. ער זעהט דאך אויס ממש ווי מיר: ארענטליך, מענטשליך, און ער רעכנט זיך מיט א צווייטן. אלזא פארשטיי איך נישט פארוואס מיר זאגן "שלא עשני גוי"? גערעכט מיר האבן די תורה און מצוות און ער האט נישט, אבער פון וואנעט נעמט זיך די גרויסע שנאה קעגן די גוי, אויף אזוי ווייט אז אפילו גאנץ פרייע יודן, וואס היטן נישט שבת, אויב האבן די מאמעס געהערט אז א זון אדער טאכטער וויל חתונה האבן מיט א גוי, האבן זיי גע'חלש'ט אז מען האט זיי געדארפט אריינפירן אין שפיטאל?

דאס איז אן אמת'ע און גרינטליכע שאלה: וואס איז די גרויסע חילוק צווישען א יוד און א גוי? און וואס איז מיטן גוי וואס איז היט מצוות און א יוד וואס היט נישט קיין מצות, וואס איז די חילוק צווישען איהם און די גוי? היינט רעדן מיר נישט אזוי סאך וועגן דעם גוי, אבער אמאל די פארפיינטסטע מושג וואס איז געווען, איז געווען דאס גוי. די גוים האבן עס געשפירט, זיי האבן אונז דערשריגן דערוועגן, און אויך אונז גע'הרג'עט דערוועגן.

איך אליין האב אויך שטענדיג געהאט די תמיהה. איך בין געבוירען אין חוץ לארץ, און אסאך מאל האב איך באזוכט ביי דאקטוירעם גוים, זיי האבן זיך אפגעגעבן מיט מיר זייער ערליך, זיי האבן גערעדט צו מיין טאטע מיט א כבוד 'כבוד הרב' וכו'. איז וואס אויב אזוי די גרויסע פראבלעם וואס איז באהאלטן אין דעם וואס מיר באפריינדן זיך מיט זיי? דאס איז א שאלה וואס יעדער ברויך לייגן אויפן שכל.

די תשובה וואס איך גיי ענק זאגן יעצט קען מען נישט זאגן ביי יעדן צוזאמקום, אבער דאך וועל איך עס זאגן דא. יעדע זאך איז געבויט פון חיצוניות, פנימיות און פנימיות פון פנימיות. לדוגמא: ווען מען פרעגט ווי אזוי ארבעט א קאר? א פשוט'ע מענטש וועט זאגן: 'מען לייגט אריין די שליסל, מען דריקט אויפן גאז, און די רעדלעך נעמען זיך דרייען'. מען קען דאס נישט פארלייקענען. אבער דאס איז נישט די ענד פון די מעשה. איינער וואס פארשטייט מער אין מעקעניקל וועט מסביר זיין די ענין פון א פנימית'דיגע בחינה: אינעם קאר איז דא א מאטאר, עס איז דא א מעקעניקל צוזאמשטעל וכו', און דאס מאכט די קאר זאל פארן. אבער עס איז דא נאך טיפערס: וויי אזוי ארבעט די מאטאר אליין? עס איז דא א צילינדער, די גאז גייט אריין דערינען און דורך א קליינעם אנצינד דרייט זיך די קאר. און וויסאנשאפטליכער הסבר איז נאך טיפער, אז די אנצינדער איז א אויפלאץ פון געזן און אטאמישע א.א.וו.

איז ווער עס פארשטייט נישט, וועט זאגן אלעס איז שטותים.. אבער עס איז דאך קלאר אז ער איז נישט גערעכט. לאמיתו של דבר אלעס הייבט זיך אן מיט די פנימיות. עס איז באוויסט ווען מען קויפט א אלטע קאר נעמט מען עס צום מעקעניק צו טעסטן און עס אויסטשעקן. אסאך מאל, כאטשיג די קונה זעהט אויס ווי אלעס איז בסדר פון א דרויסענדיגע שטאנדפונקט, און לעת עתה וועט ער קענען פארן דערמיט זייער שנעל, אבער די עקספיריענס מעקעניק זאגט אים אין אויער אז ער זאל עס נישט קויפן, וויל אין צוויי חדשים וועט די מאטאר פארברענט ווערן. דאס איז די גשמיות'דיגע משל.

אויך די נפש פון די מענטש איז געבויעט לעיערס אויף לעיערס. איך בין זיכער ווען איינער פון אונז וואלט געפארן מיט אן ערעפלאן קיין אמעריקא, און נעבן איהם וואלט געזיצן א גוי וואס וואלט שיין גערעדט מיט איהם – א גוט מארגן, וואס מאכסטו? וכו' וועלכע שפראך רעדטסטו? ענגליש און דויטש, און ווען די וואלסט איהם געפרעגט וואס איז דיין נאמען? די תשובה וואלט געווען 'אדולף שטיקלברו' [די נאמען פון היטלער ימ"ש], דעסטוועגן ווען די וועסט אנקומען אהיים וואלסטו פארציילט אז אויפן פליגער ביסטו געזיצן נעבן א וואוילע מענטש... וודאי! צו טראכסטו דען אז ער וואלט געזאגט 'איך האב דיך פיינט ווייל די ביסט א יוד? ניין און ניין! וואלסט אפילו געזען אין איהם איידלעקייט.

אבער הקב"ה זעהט אויך די טיעפע אינעווייניגע לעיערס וואס איז אין די גוי'אישע נפשות, און ער איז "המבדיל בין אור לחושך, בין ישראל לעמים" – עס איז דא א באדייטענע חילוק צווישן די שוואכסטע יוד און די בעסטע גוי, אזוי ווי די צווישנשייד פון טינקל און ליכטיג.

און די היסטאריע לערנט אונז צו גלייבן אינעם בורא עולם, ווייל צו אונזער ווייטאג האבן מיר געזעהן אין די פעלער ווי רח"ל די אינעווייניגע טבעיות זענען ארויס כלפי חוץ, אזוי די שרעקליכע מלחמה (שואה) וואס מיר אלע ווייסן גוט, וואס איז געטוהן געווארן דורך די שענסטע פאלק, די נאבעלסטע און ערצויגענסטע... און מיט דעם האב איך גע'ענדיגט די ענין, ווייל עס איז נאר געברענגט געווארן פאר א משל פאר די נושא וואס מיר רעדן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 1:01 am
דורך למעלה משבעים
זייער שיין!
מיר ווארטן אויפן ענין ווייטער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 7:06 pm
דורך בעאבאכטער
רב פריילאך, זעצט פאר, איר זאגט גוט!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 8:49 pm
דורך אנעים זמירות
אן עקסטערע ייש"כ אויף יעדע מאמר. ישלם ה' פעלך.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 11:41 am
דורך יגרסהדותא
ארויסגעפרינט פרייטאג דעם גאנצן אשכול, און דורכגעבליקט שבת נאכמיטאג. איך מוז דיר באדאנקן מעומק הלב.

חזק ואמץ

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 28, 2013 1:40 pm
דורך פריילאך
ברוב שבח והודי' להשי"ת טוען מיר פרעזענטירן די פולן מאמר.

יישר כח פאר ידידינו הדגול למעלה משבעים פארן אהערשטעלן דעם שיינעם גראפישן אויסשטעל.

אזוי ווי די מאמר איז היפש גרונטליך און טיעף ווי ר' שמשון'ס שטייגער, נאכדערצו אז עס איז געזאגט געווארן פאר מחנכים. איז כדאי צו נעמן צייט אפצוליינן די גאנצע מאמר מתחלתו ועד סופו, און נישט נאשן פון דא און דארט. ווארום יעדע ווארט איז פערל און צוזאמען איז עס א הערליך שטיקל...