Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

טעכנעלאגיע אין די אויגן פון א גדול בישראל (PDF צוגעלייגט)

דינסטאג מאי 08, 2012 10:15 am

וואס האט רבי שמשון דוד געזאגט אויף די טעכנעלאגיע פראבלעם?


אוי טייערע חברים, ווי הייבט מען דא אן, עס האט זיך שוין איבערגעקערט א וועלט זייט איך האב די לעצטע מאל געשריבן דא. איך האב אבער געהאט א התחייבות צו מיין ארבעסטגעבער נישט צו פארברענגן צופיל צייט אויפן נעט, כאטש איך האב יא אריינגעבליקט פון צייט צו צייט.

לאמיר צוגיין צום ענין: אזוי ווי אין יעדן בית המדרש דרייט זיך צעטלעך מכל המינים וואס מען בלעטערט ביים דאווענען, האט א יוד נעבן מיר געהאט מיט זיין הויפן צעטליך אויך דעם ספר שיחות הגר"ש פינקוס זצ"ל, גאר הערליכע שמועסן וואס די גאון און פה מפיק מרגליות ר' שמשון דוד פינקוס זצ"ל האט גערעדט.

די ספר איז אפגעשריבן געווארן דורך תלמידים פון די פיעלע טעיפס וואס איז כמעין המתגבר, איך מוז ענק זאגן איך בין געווארן עדיקטעד דערצו, אזעלכע הערליכע געדאנקן, משלים און זיסע ווערטער צוגעשטעלט אז יעדער זאל עס פארשטיין, בקיצור מלא טעם וחן. הכלל, איך בין נישט געקומען דא אויסרימען דעם ספר...

אנומעלט בין איך אנגעקומען צום ספר בעניני חינוך, צו א חינוך דרשה וואס ער האט געהאלטן פאר מחנכים, בעניני 'טעכנעלאגיע'. לאמיך נאר אנצייכענען, די דרשה, כאטש עס נישט דא קיין דאטום, האט אבער זיכער געמוזט געזאגט ווערן מן הסתם 15 יאר צוריק בערך אדער מער (ר' שמשון ז"ל איז אוועק אין א קאר עקסידענט תשס"א), ווען טעכנעלאגיע איז געווען אסאך מער צוריקגעשטאנען פון היינט, און כאטש טייל פאקטן זענען געטוישט זינט דאן, איז עס אבער גאר אקטועל, און זייער אינטרעסאנט ווי אזוי די גדולי ישראל האבן שוין דאן געזעהן קלאר און גרינטליך וואס גייט פאר.

לתועלת הרבים האב איך מיר גענומען די מיה עס איבערצוטייטשן אויף יודיש. און מיר וועלן אנהייבן בעזר השם צוביסלעך, זייט אייך מתעמק אין זיינע טייערע ווערטער ותמצא נחת, די עולם קען מאיר ומעיר זיין. וזה החלי:
----
(דא קומט אפאר הקדמות, וואס מיר וועלן שפעטער אנקומען דערצו בעזר השם)


.....
השפעות וואס שאדן אין די לאנג-ראן

...אויך אין אונזער נפש און פון אונזער משפחה, און בעיקר אינעם נפש פון אונזער קינדער, איז דא לעיערס אויף לעיערס. א קינד וואס רעדט מיט חוצפה דארף מען וויסן אז דאס איז נישט די סוף פון די מעשה. אסאך מאל דאס רעדן אזוי, ווייזט אויף א אינערליכע ווייטאג.

אונזער גאנצע חינוך אפאראט איז געבויט אויף דעם יסוד, ווי למשל: דער וועג פון חינוך מסורה ביי אונז, איז אריינצולייגן אין די קינד תורה און יודישע ווערדן דורך טהרה. איז דערוועגן, ווען א קליין קינד פון 4-5 יאר גייט אריין אין חדר, לערנט מען איהם אויס קודם חומש ויקרא. און אזוי ביים אנהייבן לערנען, לערנט די קינד וויאזוי מען שחט קרבנות און ווי אזוי מען איז זיי מקריב אויפן מזבח.

די מנהג איז געשטעלט אויפן ווערטער פונעם באוויסטן מדרש (ויק"ר פ"ז, ג): אמר רבי אסי: מפני מה מתחילין תינוקות בתורת כהנים ואין מתחילין בבראשית? אלא שהתינוקות טהורין והקרבנות טהורין, יבואו טהורין ויתעסקו בטהורים".

וואס פארשטייט דען א קליין קינד אין קרבנות? אפילו זיין רבי און זיין רבי'ס רבי פארשטייט קוים... וואלט דען נישט געווען מער פארשטענדליך אנצוהייבן פרשת לך-לך וכדומה?!

נאר וואס דען, נאר די באשעפער קען די טיעפקייט פונעם מענשט'ס נשמה, אירע טבעיות און איר תכונות, "נשמה שנתת בי טהורה היא". די עצם נשמה איז קדושה וטהרה. איז וועגן דעם, די איינציגסטע וועג עס צו מאכן ארבייטן ווי עס דארף צו זיין, איז דורך תורה, און בעיקר דורך עניני טהרות. עס איז נישט דא קיין אנדערע וועג צו צוברענגען אז די נשמה זאל צוקומען צו איהר שלימות, דאס עוסק זיין אין עניני טהרה, איז ווי מקריב זיין קרבנות, דאס גייט אריין אינעם טיעפקייט פונעם קינד'ס נשמה, און דורך דעם לערנט ער בעסער און ער פירט זיך אויף בעסער אין קלאס רום.

תורה און מצוות ברענגען צו מידות טובות, מיר פארשטייען נישט וויאזוי דאס לערנען די מעשה פון מכירת יוסף היילט אויס די מדה פון קנאה וכדו', אבער די כלל איז, אז תורה איז א רפואה וואס גייט אריין טיעף אין נשמה און היילט אויס די מענטש פון אינעווייניג.

וועגן דעם די חילוק פון א קינד וואס לערנט אין חדר און א קינד וואס לערנט אין א פרייע מוסד איז זייער קלאר. אונזער קינד איז איידל, גנב'ט נישט וכו'. אבער די פרייע קינד זעהט אויס גאר אנדערש.

אזוי ווי יעדע ווארט פון תורה גייט אריין טיעף אין נשמה און עס איז משפיע אויף גוטס, אזוי אויך די נישט-גוטע זאכן טוען עס צושטערן און עס איז משפיע לרעה אויף די גאנצע התנהגות פונעם קינד.

מיר זענען נישט אזוי באקאנט אין די השפעה וואס טומאה האט אויף אונזער קינדער, ווייל אסאך מאל דערקענט מען נישט די תוצאות נאר אין שפעטערע צייט (לאנג-ראן). 'אכלה ומחתה פיה ואמר לא פעלתי און (משלי ל-כ) א מענטש זאגט: איך האב געגעסן א שטיקל חזיר, און איך האב מיך גארנישט געטוישט'... נאר אזוי ווי ווען מען עסט עסן ווערט מען נישט גלייך פעט, אזוי אויך ווען מען עסט א דבר טמא ווערט מען נישט גלייך פארדארבן. אבער די זאכן זענען אסאך טיעפער ווי מיר מיינען. און מיר קענען נישט אפמעסטן יעדע זאך נאר לויט וויפיל מיר זעהן.

איך האב נאכנישט באגעגענט א קינד וואס זאל זיצן נעבן א טמא'נע כלי און עס זאל איהם פלוצלינג וואקסן הערנער... אבער עס איז נישט פשוט. מיר דארפן חושש זיין פון די השפעה וואס גייט ארייין אין די טיעפעניש פון זייער נשמה. אסאך מאל ווען מען רעדט פון א חולי הגוף, איז די דאקטער מודיע אז די פראבלעים וואס מען האט יעצט געטרפען, איז די שורש דערפון האט זיך שוין אנגעהויבן 15 יאר צוריק. אז אויך איז ביי רוחני: 'פלוצלינג' ביי די 15 יאר אלט, האט די בחור 'נישט קיין חשק' צו לערנען, אדער ביי די 17 דרייט ער זיך אין פלעצער וואס טויגן נישט. ווען ער ווערט 21 אדער 25 'פלוצלינג' ווערט פראבלעמען מיטן שלום-בית, לאמיתו של דבר די פראבלעם האט זיך נישט אנגעהויבן היינט!... עס איז וויכטיג צו וויסן אז אזוי ווי ביי חכמת הגוף אזוי איז חכמת הנפש, עס דא א השפעה אויפן לאנג-ראן, סיי צום גוטן און סיי ח"ו צום שלעכטן.

ווען א קינד, אדער אפילו אן ערוואקסענע, גייט אויפן גאס און זעהט זאכן פון פריצות, ווערט מען געשעדגיט טיעף אין די 'נשמה טהורה', עס איז דאס וואס ווערן מער געשעדיגט און עס איז דא ווייניגער, אבער עס איז קלאר אז די שטארקייט פון די שאדן טוט מהרס זיין. די זאכן גיין אריין אין טיעפקייט פון נשמה. און א חלק פון די שאדן ווערט ערשט שפעטער נתגלה במשך די צייט...

און חוץ לארץ האבן די גוים געמאכט א אנקעטע, און האבן אנטפלעקט א שטוינענדע פאקט: קינדער וואס קוקן טעלעוויזיע במשך א חודש, האבן געזעהן מעהר ווי טויזענט געוואלדטאטן, און מער ווי 150 מעשי רציחה! דאס איז אחוץ די הוללות און הפקרות וואס מען זעהט דארט אן א שיעור. די זאכן מאכן א פלעק אין נשמה! ווען מען זעהט דאס איינמאל און נאכמאל – זאמעלט זיך עס אן צו הונדערטע און טויזענטע, און עס הרג'ט די נשמה פון א מענטשליכע און פון א ערליכן שטאנדפונקט.

המשך יבא (קאמפיוטערס)..
לעצט פאראכטן דורך פריילאך אום פרייטאג מאי 18, 2012 10:25 am, פאראכטן געווארן 3 מאל בסך הכל.

Advertisement

דינסטאג מאי 08, 2012 10:34 am

שיינע דערהער איבערצוגעבן נאטיצן פונם בארימטן משפיע פון עטליכע יאר צוריק.

(גיב אכט, דיין קומענדיגע וועט דיר קרוינען אלץ שר האלף, ראה הזהרנוך...)

דינסטאג מאי 08, 2012 10:38 am

ווינקל האט געשריבן:שיינע דערהער איבערצוגעבן נאטיצן פונם בארימטן משפיע פון עטליכע יאר צוריק.

(גיב אכט, דיין קומענדיגע וועט דיר קרוינען אלץ שר האלף, ראה הזהרנוך...)


איך האב מורא עס וועט נעמן אביסל לאנג.. #קרעטשמע_סינדראם

דינסטאג מאי 08, 2012 10:47 am

יישר כח הרב פריילאך, ווייז דיין בעה''ב וואס דו שרייבסט, אפשר וועט ער דיר לאזן שרייבן אפטער

דינסטאג מאי 08, 2012 11:33 am

חכם עדיף מנביא...
שכוח פארן אונז מזכה זיין מיט אזעלכע דיבורים. כה לחי !

נב. ווער איז דער ר' שמעון דוד ? פון וועלכע קרייז, שטאט, ישיבה ?

דינסטאג מאי 08, 2012 3:35 pm

זייער א שטארקע און טיפע דערהער!

עמוק! עס פארענטפערט מיר אסאך קשיות.......

דינסטאג מאי 08, 2012 3:51 pm

shmate האט געשריבן:חכם עדיף מנביא...
שכוח פארן אונז מזכה זיין מיט אזעלכע דיבורים. כה לחי !

נב. ווער איז דער ר' שמעון דוד ? פון וועלכע קרייז, שטאט, ישיבה ?

he.wikipedia.org/wiki/%

דינסטאג מאי 08, 2012 4:23 pm

אוי טאטי האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:שיינע דערהער איבערצוגעבן נאטיצן פונם בארימטן משפיע פון עטליכע יאר צוריק.

(גיב אכט, דיין קומענדיגע וועט דיר קרוינען אלץ שר האלף, ראה הזהרנוך...)


איך האב מורא עס וועט נעמן אביסל לאנג.. #קרעטשמע_סינדראם

נו, עס נעמט צייט צו טייפען און נאך דערצו זעהט ער אויס ווי א פארנומענע מענטש, אבער מיר קוקען ארויס דאס צו ליינען.
אגב, זעהן מיר די וויכטיקייט פון דער שר סיסטעם, עס ענקורעדזט צו שרייבען עפעס וויכטיג לכבוד המאורע.

דינסטאג מאי 08, 2012 8:03 pm

shmate האט געשריבן:חכם עדיף מנביא...
שכוח פארן אונז מזכה זיין מיט אזעלכע דיבורים. כה לחי !

נב. ווער איז דער ר' שמעון דוד ? פון וועלכע קרייז, שטאט, ישיבה ?


הגאון הגדול רבי שמשון פינקוס זצ"ל איז באקאנט איבער די וועלט אלס א זעלטענע נאה דורש מיט טיפזיניגע מאמרים און שטארקע לויטערע השקפה.
ער איז א יחיד במינו, וואס אלע זיינע דרשות זענען באגלייט מיט אויסערגעווענדליכע טיפע רעיונות ממש ווי א קצות און א נתיבות. עס איז פשוט נישט צום גלייבן וויאזוי א ילוד אשה האט זיך געקענט אזוי הויעך ערווארבן אין השקפה און אמונה.
כאפט נאר א בליק אין זיינע ספרים און שפרייזט דארט ארום וועט איר זיך אפשטעלן ביי יעדע ווארט, איר וועט ווערן פארגאפט פון זיינע שטוינענדע פערל ווערטער, פיל מיט חיזוק השקפה אמונה, טיפע יסודות אין אידישקייט, געגועים צום מלך חי העולמים, די שיינקייט פון די אידישע פאלק, די שטאלץ פון עם ישראל. איר וועט נישט אפלאזן זיינע ספרים פאר קיין רגע.

מיטוואך מאי 09, 2012 8:56 am

יישר כח פאר אלע מגיבים.
יודען קענען אייביג ניצען א גוט ווארט, א ישר כח, סיי אויף עולם העשיה, און סיי אויפן עולם הדמיון...

וזאת למודעי: די אלע צייכענונגען ווי ...! " " זענען פונעם ספר, מער ווייניגער האב איך פראבירט איבערצוטייטשען ווארט ביי ווארט.

לאמיר גיין ווייטער, גרייט אן די קאווע און זעץ זיך צום שיעור...

ב

'חכמה בגוים' – להרע

איצטער לאמיר צוגיין צום ענין פון קאמפיוטערס. די פראבלעם איז כולל אין זיך דריי נושאים: 1) קאמפיוטער געימס. קינדער זיצן ביים קאמפיוטער און שפיעלן [אויב איז דא איינער וואס וויסט נישט וואס דאס מיינט בין איך איהם מקנא, אבער דאכט זיך עס איז נישטא..] 2) פראגראמען און פילמס וואס מען קען אריינלייגן אין קאמפיוטער דורך א סי.די. 3) די אינטערנעט.

מיט קאמפיוטער געימס איז אונז שווערער צו פארשטיין וואס איז אזוי שלעכט דערמיט. ביי די אנדערע צוויי איז דאס נעגאטיווקייט דערפון באקאנט פאר יעדן.

חז"ל לערנען אונז: 'אם יאמר לך אדם יש חכמה בגוים – תאמין' (איכ"ר פ"ב). ביי גוים איז דא חכמה. אונז לעבן מיר אין א דור ווי קלוגשאפט צושפרייט זיך אויף א אויסטערלישן אופן. מען איז שוין אנגעקומען צום לבנה! עס איז דא זאכן וואס מיר האבן זיך שוין צוגעוויינט דערצו, אבער בעצם איז באהאלטן אין זיי א וואונדערבארע חכמה און גאונות: די טעלעפאן, פעקס, א קאר, א שיף וואס מען קען ארויפלאדענען אסאך טאן מיט סחורה און ס'טראגט אלעס פון דא קיין ניו יארק. דאס איז מעכטיגע זאכן. ווער עס מיינט אז עס איז א קינדער שפיל, ווייסט נישט וואס טוט זיך ארום איהם!

די משנה זאגט (סוטה ט, טו) איינער פון די זאכן וואס וועט זיין בעקבתא דמשיחא איז, 'בית-וועד יהיה לזנות'. וואס איז די פשט פון די ווערטער?

'בית וועד' איז א פלאץ ווי עס קומען זיך צוזאם חכמים צו פארמערן חכמה. בעפאר 500 יאר צוריק איז געווען צוויי סארט מענטשען: אויפן גאס האבן זיך געטרייט פשוט'ע מענטשען, פארגרעבטע, און עס איז געווען א פלאץ וואס האט געהייסן 'בית ועד' וואס דארט זענען זיך צוזאמען געקומען די חכמים און עוסק געווען פארשידענע ענינים פון חכמה – אסטרונומיע, אסטרולוגי', רפואה און ענדליך.

'בעקבתא דמשיחא' אין די תקופה פאר ביאת המשיח, 'בית ועד' די גאנצע חכמה וועט זיין פארנומען מיט איין איינציגע זאך – הנאות גשמיות. א ריזיגע פראצענט פון רפואה פארשונגען איז ביזי מיט פארמיידן ווייטאגן. א גוטן דענטיסט איז איינער וואס טוט נישט וויי, און עס איז נישט קיין חילוק צו ער נעמט באמת קעיר פון די פראבלעם. דאס עסן אינדאסטריע איז פארנומען נאר מיט פראדאצירן עסן וואס איז מער בא'טעמט, און עס איז נישט קיין חילוק צו עס איז באמת געזונט. איך דענק ווען איך בין אלץ קינד געווען אין אמעריקא, האט מען אין אייז קריעם געשעפט פארקויפט 28 ערליי אייזקריעם. די לעצט מאהל וואס איך בין געווען דארט איז שוין געווען עטליכע אכציג ערליי.... די מענטשען זענען חכמים מחוכמים. 'חכמה בגוים תאמין'.

די עיקר פון חכמה איז צו כאפן די נפש פונעם מענטש. די טעמע פון עדווערטייזמענט ליגט אין דעם א ריזיגע חכמה. מען אינוועסט א הון תועפות כדי די צוקוקער זאל זיין צוגעקלעבט צום סקרין ווי לענגער.


געוואלדטאטן ביי קאמפיוטער געימס

אזוי איז אויך ביי קאמפיוטער געימס: אויף די חכמה – צו מאכן די געימס מער אינטרעסאנט – ווערט אינוועסטעד מיליאנען דאלארן. א קינד וואס זיצט און שפילט מיט זיי נוצט פיל פון זיינע כשרונות. ער איז אינגאנצען קאנצעטרירט. ער דארף כאפן די בערעלע און עס הרג'נען.. עס איז אויך דא בילדער און קולות. אויב פארטראכט ער זיך פאר א מינוט – האט ער פארלוירן די שפיל! ביים ענדע פון די שפיל נעמט ער אוועק זיין אויגן פון די סקרין און קוקט צו זיין מאמען און שמייכלט. אה, ב"ה עס איז איהם נישט געוואקסן הערנער... (מסתמא באציט מען זיך צום בילד וואס פלעגט זיין פון א קינד מיט הערנער ביים קאמפיוטער – פריילאך) אבער וואס האט באמת געטוהן די אומשולדיגע געים צו זיין נשמה – קיינער ווייסט נישט, נאר די בורא כל העולמים.

דאס איז א בריאה פונעם אייבערשטען – 'בורא רע'! די גאנצע מענטשליכע חכמה שטרענגט זיך אן, צו מאכן די מענטשהייט ווייניגער מענטשליך און מער צוגעקלעבט צו דאס וואס מען שרייבט איהם פאר, די וואס פארדינען געלט דערפון... דאס איז אלעס.

עס איז דא קאמפיוטער געימס וואס מען זעהט דארטן בעלי חיים, וואס די קינד דארף עס הרג'נען מיט א גרויסען שטעקן, הונדערט צו טויזענט 'קאלארדיגע' קלעפ אויפן סקרין – וואס דאס טוט צום נפש פונעם קינד קען מען נישט באשרייבען. אסאך קאמפיוטער געימס זענען געשטעלט אויף ברוטאלע געוואלדטאטן, שיסעריי, הרגענען, מלחמות וכדו', אז די קינד וואס שפילט ווערט א פרעזענליכע שותף אין אויספירן די טויזענטע פעולות פון רציחה און געוואלדטאטן, פארעכנען חשבונות וכדו'.. און עס איז אויך דא שפילערייען וואס מען זעהט דארט בלוט, מען הערט קרעכצן פון ווייטאג.. און אלעס אין קאליר – ווי מער עכט!

די געימס מאכן די קינד זאל ווערן א רוצח אין תיאוריה.

----
נעקטס אפ - די קאמפיוטער - א שטער פאר קאנצעטרירונג

מיטוואך מאי 09, 2012 9:18 am

מזל טוב! לידידינו השר הנכבד המכונה פריילאך! תזכה עוד רבות בשנים להרבות פריילאכקייט בלבות בנ"י.

מיטוואך מאי 09, 2012 9:24 am

געוואלדיג, א טויזענטסטע תגובה ווי ס'דארף צו זיין!!

מיטוואך מאי 09, 2012 11:51 am

ווינקל האט געשריבן:מזל טוב! לידידינו השר הנכבד המכונה פריילאך! תזכה עוד רבות בשנים להרבות פריילאכקייט בלבות בנ"י.

און א יישר כח פאר אונז מהנה זיין.

דינסטאג מאי 15, 2012 2:20 pm

ווינקל האט געשריבן:שיינע דערהער איבערצוגעבן נאטיצן פונם בארימטן משפיע פון עטליכע יאר צוריק.

(גיב אכט, דיין קומענדיגע וועט דיר קרוינען אלץ שר האלף, ראה הזהרנוך...)


באמת האב איך אינזין געהאט די מאמר זאל זיך אנהייבן מיטן ווערן א שר האלף, אבער זעהט אויס די ווייט-אוט האט געארבעט אויף איינע פון מיינע תגובות...

שוין.. למעשה געווארן א "שר האלף" וואטס נאו? ווי גייט מען פון דא?

ווערט מען מעהר מכובד? וועלן די שטרענגע אויגן לויזן ווערן אויף מיר?

קען איך האפן צו באקומען א "מזל טוב" פון איינער פון די באהערדע?

ימים ידברו.

דינסטאג מאי 15, 2012 2:42 pm

derech eretz האט געשריבן:געוואלדיג, א טויזענטסטע תגובה ווי ס'דארף צו זיין!!

דריטע אפדעיט

דינסטאג מאי 15, 2012 4:22 pm

ג

די קאמפיוטער – א שטער פאר קאנצעטרירונג

די קאמפיוטער איז א אמת'ע סכנה מיט דעם וואס עס טוט פארערגערן די פראבלעם פונעם דור – די פראבלעם פון קאנצטערירנוג! יעדע טאטע און מחנך ווייסט ווי שווער עס איז היינט פאר קינדער צו האלטן די אויגן אפען קעגן א ספר. די געלויף פון לעבן און די דרוק אנצוקומען טוט אהערשטעלן א אויר וואס איז נישט רואיג, וואס דאס טוט שווער פוגע זיין אין "ריכוז".

וואס האבן געטוהן די וואס האבן אינווענטעד קאמפיוטער געימס? זיי האבן משקיע געווען מיליאנען דאלארן צו אהערשטעלן טעקניקס וואס זאל איבערנעמן די גאנצע קאנצעטראציע פונעם קינד מיט אלע רמ"ח און שס"ה, פאר שעות!

מיט א שטארקע חכמה טוט מען באשאפן קאלירן, מוזיק וואס ציעט, ספעציעלע תנועות און נאך. א פולע הארמאניע וואס טוט ציען די צוקוקערס, קינדער און ערוואקסענען טוען זיך קאנצעטרירן שעות קעגן די פילמס אדער קאמפיוטער געימס וואס לויפן אויפן סקרין. מען ווערט פארשטיינערט פאר א שעה, צוויי און אפילו פיר שעה. מען קען זיי נישט אוועק שלעפן און מען קען נישט רעדן צו זיי. ווען נישט מיר זעהן דאס, וואלטן מיר נישט געגלייבט אז עס איז אזוי.

ווי גרויס איז די חורבן וואס די זאכן טוען פאר אונזער יענקל'ע? קיינער פון אונז ווייסט נישט. וואס אונז ווייסן מיר יא און וואס מיר זעהן איז – ביים קאמפיוטער איז ער אויסגעצייכענט, ער איז אינגאנצען דארט, אבער ביים לערנען קען ער נישט קאנצעטרירן! די בלעטער פון די ספר און די שטימע פונעם רבי'ן איז בלאס אקעגן די קאליר'פולע סקרין... מען קען איהם נאר אויפוועקן דארך קאלירן און קולות.
---
----
צו די וואס טענה'ן "זיי נישט מגזים"... וועלן מיר דערמאנן די ווערטער פון די אלטער פון קעלם, ווען ער האט גערעדט פון חינוך האט ער געזאגט בזה הלשון: נאר א גרויסער מענטש און א בעל-מוסר ווי די רמב"ן קען פירן א ישיבה" – נאר ווער ס'איז בקי אין די טיעפעניש פון די נפש פון די קינדער, ווי די רמב"ן, דער קען מכריע זיין און זאגן צו די קאמפיוטער טוט נישט באמת מזיק זיין די נפש פונעם קינד! ווען מיר וועלן זיך מתבונן זיין וועלן מיר זעהן, אז דאס פירן א ישיבה דורך אונז ווערט געטוהן ווי א בלינדער וואס טאפט אין די טינקל. איך רעדט נישט דא קיין הויכע זאכן, אבער די זאכן בארירן די טיעפקייט פון נשמה.


ביטול תורה כנגד כולם

חז"ל זאגן "ותלמוד תורה כנגד כולם" (קידושין לט ע"ב), די זעלבע זאך ביטול תורה כנגד כולם. עס איז דא וואס טראכטן אז מען קען לעזן די פראבלעם פון קאמפיוטערס דורך ערצייגן כשר'ע פילמס. און וועגן ביטל-תורה טענה'ן זיי, אז אין אלע דורות האבן קינדער פארברענגט מיט שפילעריי.. א קינד דארף שפילן.

אן ארייצוגיין אין די שאלה צו עס בכלל דא אזא מציאות ווי כשר'ע פילמס אדער געימס, פעלט דא שורש'דיגע הבנה.

ווען א קינד שפילט מיט א באלל, טוט עס נישט דערווייטערען די קינד פון תורה. ער גיבט זיך אויס, עס וועקט אויף זיינע ביינער און ער ווערט דערפרישט. עס איז נישט דא אין די געים די 'פייער' פון ביטול תורה. אבער ביים קאמפיוטער ווי דאס קינד איז צוגעקלעבט צום קאמפיוטער.. ער הערט נישט און ער שפירט נישט בכלל וואס טוט זיך ארום איהם במשך א שעה, צווי אדער מער – אין דעם איז נישטא קיין אויפרישן די ביינער און נישט דעוועלעפען די מוח. די געימס טוט איינפרירן די כח פון טראכטן, און טוט צוגעוויינען נאר צו קאנצעטרירן ווען עס איז קאליר-פול און שפאנענד.. דאס איז ביטול-תורה "מיט די גאנץ פייער און גישמאק"! דאס פאר זיך אליין טוט שוין פארדארבן די נשמה!

לויט מיין מיינונג, אפילו מען וועט פראדאצירן א פילם ווי די "חפץ חיים" און הג"ר חיים עוזר זצ"ל טענה'ן זיך אין לערנען – וועט דאס אויך זיין פסול. און אוודאי די פילמס וואס מען טרעפט היינט וואס איז געמאכט אויף די שיטות פון די פארדארבענע גוים, ווען די מטרה איז איינצונעמען די כח פון קאנצעטרירונג פון די קינדער און זיי צובינדען צום סקרין – וואס דאס איז אן אמת'ן סם פארן נפש פונעם קינד.

דאס איז נאך אויסער די פאקט, אז דורך דעם טוט מען אריילייגן אין די קינדער זאלן ווערן צוגערעדט צו נישט כשר'ע געימס און פילמס – וואס דאס איז א פועל-יוצא פון די "גוטע סידיס" כביכול.

----

קאמינג נעקסט – רשעות מיט א קאווער פון "קדושה"

דינסטאג מאי 15, 2012 5:10 pm

שקויעך פרייליך. WE ARE WAITING

דאנערשטאג מאי 17, 2012 8:17 pm

שטייסטענישט האט געשריבן:שקויעך פרייליך. WE ARE WAITING

פרייטאג מאי 18, 2012 12:10 am

פליז מאכן א PDF פון די סחורה
למען טובת הרבים
ש'כוח

פרייטאג מאי 18, 2012 8:15 am

ווען עס וועט זיין פערטיג בעזר השם.

איך וועל פראבירן אי"ה ארויפלייגן היינט די שטיקל וואס ער רעדט בשעתו וועגן 'אינטערנעט'. לכבוד אסיפת כלל ישראל.

פרייטאג מאי 18, 2012 10:33 am

ה

די אינטערנעט – א לעבנס סכנה

ביז דא האבן מיר גערעדט בנוגע פילמס, קאמפיוטער געימס דורך סידיס. אבער עס איז דא אזאך וואס איז אסאך ערגער, און דאס איז די אינטערנעט.

די קאנעקשאן פון א קאמפיוטער צום אינטערנעט דרייט איבער די קאמפיוטער פון דערהיים – דורכן דריק פון א קנעפל – צו א קאמפיוטער פון די וועלט! יעצט קען מען זיך קאנעקטן צו אלע קאמפיוטערס פון די וועלט, צו הערן און זעהן יעדעם פון די וועלט – מענער און פרויען, כל צרוע וכל זב! און דאס לאנג גרייכענדע הענט טוט דערשטיקן יעדעם וואס ער טרעפט אין וועג.

דאס מיינט צו זאגן, א הויז וואס איז באהאפטן צום אינטערנעט ווערט איבערגעדרייט צו א רשות הרבים! נישט א רשות הרבים פון זעכציג טויזענט מענטשען, נאר א רשות הרבים פון פינעף מיליארד מענטשען וואס לעבן אויפן כדור הארץ. דאס איז בעצם די לומדישע ערפינדונג פונעם 'מאדעם', און די סכנות וואס קענען ארויסקומען דערפון: אונזער דמיון איז נישט גענוג ווילד דאס צו קענען אויס'משל'ן...

די סכנות וואס מיר האבן דערמאנט ביז דא, איז ווי א קינדער שפיל קעגן די סכנות וואס ליגט אין די אינטערנעט. עס איז מיר באוויסט אסאך פעלער, וואס קען אויפשטעלן די האר פון קאפ, ווי ווייט מענטשען זענען אראפ געפארן, און אויך פעלער פון גיטין – אלץ א תוצאה פון בראוזען די אינטערנעט! הונדערטע הייזער זענען שוין חרוב געווארן וועגן די אינטערנעט – אין אמעריקע, און אויך דא אין ארץ ישראל! אויב מיר וועלן נישט אפשטעלן די מגיפה, קען די צאל אנקומען, חלילה צו טויזענטע! ה' ישמרנו.

די אינטערנעט איז א פארבינדונג אפאראט וואס קאנעקט צווישען אלע קאמפיוטערס פון די וועלט. דאס האט א גרויס תועלת: אנשטאט ארויסגיין אויפן גאס וואס איז פול מיט שמוץ און זוהמה, זיצט זיך א יוד אין זיין שטוב, און דורך די קאמפיוטער קומט ער אן איבעראל אין די וועלט: ער קויפט, פארקויפט, מאכט געשעפטן וכדו'. דאס איז לכאורה א פארבעסערונג וואס איז נאכנישט געווען בעפאר.

אבער די גרויסע פראבלעם מיטן אינטערנעט איז, אז עס איז דאס דערין מיליאנען פרטים, און חוץ עניני מסחר, וויסענשאפט און אדווערטייזמענט, איז דא אין אינטערנעט א ריזן צאל פון סייטס וואס אנטהאלטן אלע שלעכטס און תועבות פון די וועלט.

און א מענטש בטבע איז א נייגעריגער! די יצר פון נייגעריגקייט איז איום ונורא! ער קען זיצן אין זיין שטוב – א פלאץ ווי קיינער פון זיין משפחה זעהט איהם נישט – און זיך פארבינדען מיט אלע שלעכטס פון איין עק וועלט ביז די צווייטע.

לדוגמא: מען קען דורך די אינטערנעט באקומען פסיכאלאגישע הילך פון די גרעסטע מושחתים. און אסאך מענער און פרויען וואס האבן זיך געוואנדען צו זיין אין א שוואכע מינוט, זענען אריינגעפאלן, מיט איין קוועטש פון א באטען!!! און די תוצאות: אז די יודישע שטוב צופאלט אינגאנצען.

עס איז דא נאך אסאך זאכן אויפן אינטערנעט וואס דורך זיין קען די גאנצע שלעכטס אנקומען שטילערהייט צו אונז אין הויז, אבער אי אפשר לפורטם.

עס איז מיר באקאנט אסאך פעלער פון טייערע בני תורה, וואס האבן אריינגעברענגט די אינטערנעט אין הויז לשם שמים. זייער כוונה איז געווען קלאר און ריין: צו פירן געשעפטן פון די הויז אז מען זאל זיך נישט דארפן דרייען אויף די געמיינע גאס. לכאורה, איז דען דא א בעסערע זאך פון דעם? אבער וואס איז געשעהן למעשה: דורכן בלעטערן די אינטרנעט פאר פרנסה, זענען זיי בתמימות אנגעקומען צו פארשידענס, וואס קודם האבן זיי נישט געוויסט מה טיבן, און אזוי זענען זיי אנגעקומען צו אלע עבירות און תועבות פון די וועלט!

לסיכום: אזויווי עס איז נישטא קיין מעגליכקייט צו אסר'ן אינאגן דאס באנוצען זיך מיט א קאמפיוטער, איז די איינציגסטע עצה פאר די וואס דארפן וועגן סיבות יא אריינברעגן די קאמפיוטער אין שטוב איז, אז עס זאל זיין קלאר די חורבן וואס ליגט אין דעם. אזוי ווי אויף בליטש דארף שטיין "סם", אזוי דארף מען זיך באציען צום קאמפיוטער, און צו ציטערן דערפון פחד מוות! מען דארף זיך באציען צו דעם ווי אטאם באמאבע וואס איז גרייט צו ווערן אקטיוויזירט. אויך דאס אטאם קען מען אויסנוצען פאר גוטע זאכן, אבער דאס איז נאר בתנאי אז אחריות'דיג מענטשען וועלן זיך באניצן דערמיט וואס ווייסן די גרויסע סכנה דערין. הגם מיר האבן גערעדט בעיקר וועגן קינדער און יונגווארג, לאמיתו של דבר, די ערוואקסענע זענען נישט אימיונט פון די שעדליכע באמבע וואס הייסט – 'קאמפיוטער'!!!

המשך יבא

פרייטאג מאי 18, 2012 10:37 am

ייש"כ
מצפים

שבת מאי 19, 2012 10:03 pm

דארף מאכן א פי די עף אין אויס טיילין ביים כינוס

מיטוואך יוני 06, 2012 11:16 am

השלמה אויף פריער...

ד - 1

רשעות מיט א קאווער פון "קדושה"

די פראבלעם איז אז היינט קען מען אלעס באקומען מיט א 'הכשר'. מען נעמט די זעלבע שמוץ און די זעלבע סם, און מען וויקלט איהם ארום מיט א דעקל פון 'קדושה'. אנשטאט 'זשאני וואס איז געגאנגען מיט דעבי זוכן די באהעלטעניש', היינט גייט 'ברוך מיט רחל זוכן די ספר תורה' וואס איז פארלוירן געווארן... און אזוי, מן הסתם, וועט אין די נישט ווייטע טעג וועט אויף די קאמפיוטער סקרינס ערשיינען א יודיש קינד מיט קאפל און פיאות... אבער מען דארף וויסן אז די געימס טוען פארטעמפן אונזער קינדער!

אסאך מאל קומען עלטערן מיר פרעגן: 'מיין קינד ווילדעוועט אינדערהיים, מעג איך איהם לאזן שפילן אביסל מיטן קאמפיוטער ער זאל זיך בארואיגן?' און איך ווינדער זיך: פארוואס איהם גיבן קאמפיוטער געימס, גים איהם א מעדעצין איינצושלאפן און ער וועט גלייכך איינשלאפן, ער וועט נישט שטארבן.. און אויב ער וועט זיך נישט גלייך ערוועקן – נישט געפערליך, גיב איהם א וועק... ניין! דאס וויל קיינדער נישט טוהן. פארוואס? ווייל יעדער פארשטייט אז פארפרירן אדער פארלאזירן די קינד'ס מוח איז נישט קיין לעזונג פאר ווילדעווען... אבער קאמפיוטער געימס – יא! ווייל מען האט משקיע געווען מיליאנען דאלארן ספעציעל צו שלעפן דאס קינד.

נאך א זאך: אינעם היינטיגן מאדערנע דור איז דא א אינטרעסאנטע ערשיינונג וואס נישט יעדער נעמט אין אכט: אויף אלע קינדער פורניטשעיר איז דא בילדער פון חיות ['מיקי מאוס' וכו'...] וואס איז די פשט?

די זאך איז פשוט: אויב ווילסטו איבערגעבן פאר דיין קינד געוויסע נעגאטיווע באגריפן, קענסטו נישט פארציילן וועגן א קינד וואס האט געטוהן א שלעכטע מעשה. איז וואס טוט מען? 'מען טוט אנקליידן' אלעס אויף חיות! למשל: צומאל פאר איך אין א פליגער, און מען ווייזט דארטן א קליפ וועגן די זיכערהייט אויף א עירפלעין. איינע פון די זאכן וואס ווערט דארט דערמאנט אז מען טאר נישט שפילן מיט געימס וואס מאכט א שטארקע גרודער, ווייל עס קען שטערן דעם פיילאט. צו ממחיש זיין דאס, ווייזט מען א גרויסע מאנקי וואס האקט שטארק מיט א שטעקן, עס איז פשוט נישט שיין געווען פאר זיי צו ווייזן א מענטש שלאגט מיט א שטעקן, האבן זיי עס פארטוישט מיט א מאנקי... און די השפעה אויף די קינדער איז נישט צו באשרייבן!

דאס איז ממש א גאונות! מען קען ווייזן פאר א קינד אלע רשעות פון די וועלט ווייל 'סוף כל סוף רעדט זיך פון א חיה'!... עס איז מעגליך אז א קינד וואס זעהט אזא זאך איינמאל וועט עס נישט שאטן, אבער ווען ער ווערט צוגעקלעבט צו דעם יעדן טאג נאכמיטאג במשך א האלבע שעה, און יעדן ערב-שבת און מוצאי שבת, ווער ווייסט ביז ווי ער וועט אנקומען!

און נאך אלץ די קאמפיוטער געימס זענען נאר די קליינע פראבלעם, יעצט וועלן מיר גיין צו די גרויסע פראבלעמן.

מאנטאג יולי 22, 2013 4:15 pm

שלום עליכם אהובי ידידיי, לאמיר צוריקגיין צו ר' שמשון ווי ער לייגט אראפ אויף זיין אייגענארטיגן שטייגער, וואספארא בליק א יוד דארף האבן אויף טעכנעלאגיע.

וועלמיר איצט גיין צום אנהייב פונעם מאמר, וואס איז די הקדמה צו וואס מיר האבן שוין פריער געשריבן. וזאת למודעי: די מלאכת 'האיבערזעצן' איז היפש שווער געווען, און אויב איינער האט א הערה, אדער א געדאנק וואס מען קען מתקן זיין, וועלמיר עס טוהן בתשואות חן. (און אוודאי סתם קאמפלימענטן וועט אויך אנגענומען ווערן...)
איך האב עס גענומבערט אז אויב איינער וויל גיין כסדרן זאל ער וויסן ווי עס באלאנגט.

---

"
בורא רע" – די סכנה פון א קאמפיוטער אין אונזער דור

דער וואס האלט א קאמפיוטער אין שטוב דארף וויסן די סכנות וואס איז באהאלטן אין דעם.


א-א
שלעכטס – איז א בריאה פון הקב"ה

איך בין דא איינגעלאדענט געווארן צו מעורר זיי אויף א טעמע וואס מען איז לעצטענט מעורר דערויף אלע גדולי ישראל, און דאס איז: די גרויסע סכנה וואס איז באהאלטן אין קאמפיוטערס, סידי'ס און אינטערנעט.

לאמיתו של דבר, בין איך נישט די פאסיגע פערזאן וואס זאל מעורר זיין די ציבור אין אזא חשוב'ע ענין. עס איז שוין געווען א אסיפה אין בני ברק, עס איז שוין געשריבן געווערן בריוו דורך גדולי ישראל איבער די שרעקליכע סכנות וואס לאקערען אויף אונז וועגן קאמפיוטערס.

נאר ווי באוויסט פאר יעדען פון אונז, איז דא א ספעציעלע הבנה אין זיין בליק וואס ער האט אין דעם ענין. וועל איך ענק זאגן, וויאזוי איך זעה און שפיר די זאכן. און אזוי ווי אין די ענינים איז פארמישט אסאך פראקטישע ענינים, וואס איך פארשטיי זיי נישט אזוי גוט, איז דערוועגן נישט אלעס וואס איך זאג דארף מען מקבל זיין ווי 'הלכה למשה מסיני'. אבער אפילו איך וועל זאגן זאכן וואס ענק פארשטייען נישט הונדערט פראצענט, טוט'ס נישט וועגן דעם אוועקמאכן אלעס וואס איך זאג. איך טוה נאר ווארפן עטליכע רעיונות, און יעדער זאל מקבל זיין וואס איהם געפעלט.

בעפאר מיר וועלן צוגיין צום עצם ענין וועלן מיר מקדים זיין עטליכע הקדמות. די פסוק זאגט: יוצר אור ובורא חושך עושה שלום ובורא רע, אני ה' עושה כל אלה" (ישעיה מה, ז). די פסוק איז אונז בעצם באקאנט פון תפילת שחרית, נאר דארט האבן חז"ל משנה געווען די לשון און אנשטאט "בורא רע" האבן זיי געשריבן "ובורא את הכל". די באשעפער האט באשאפן די גוטס, און ער האט אויך באשאפן די שלעכטס.

ווען מיר זאגן אז די אייבערשטער איז א 'יוצר אור' וכו', פארשטייען אלע אז די גוטס וואס די אייבערשטער האט באשאפן ענדיגט זיך נישט מיט דעם וואס אונז פארשטייען מיט אונזער פליישיגע אויגן, אפילו מיט א טיעפערע פארשטאנד ווייסען מיר אז די אייבערשטערס גוטס איז טיעף ביז אין סוף. נישט שטענדיג ווען א מענטש טוט א מצוה שפירט ער גלייך די תועלת אין וואס ער טוט, נאר ער ווייסט קלאר אז די זאכן זענען טיעף אן קיין סוף. עס איז דא שטאקן אויף שטאקן, עומק בתוך עומק, און די גוטס איז אין סוף . אונז האבן מיר דאך שוין געזעהן במשך די דורות הויכע נשמות ווי רש"י הק', די רמב"ם, די אר"י הק', די חפץ חיים, די בן איש חי א.א.וו. די דערהויבענע יודן זענען געווען אפגעריקט פון אונז א מרחק פון שנות דור. ווייל הקב"ה איז דער וואס האט באשאפן גוטס, אויב אזוי איז די גוטס נישט מוגבל נאר צו דעם וואס מיט אונזערע אויגן זעהט אויס ווי גוטס.

אזוי גענוי דארפן מיר וויסן אז אויך די 'רע' האט השי"ת באשאפן. די רע איז א בריאה מיוחדת פון הקב"ה. די טבע פון זאכן אין די וועלט ווערט באשאפן לויט די פארשטאנד פון דער וואס האט עס באשאפן. אויב לדוגמא עוג מלך הבשן וואלט אויפגעשטעלט א פאבריק פאר שיך, וואלט זיך געהאנדעלט מיט שיך וואס איז מער ווייניגער זיין סייז.. אזוי אויך כביכול, אויב די באשעפער האט באשאפן שלעכטס, האט ער עס באשאפן מיט'ן מאס פון אלקים. שלעכטס האט א מרכבה עצומה. מיר זעהן שלעכט, אבער מיר דארפן פארשטיין אז עס איז א בריאה פון הקב"ה, און עס ליגט דארט א מורא'דיגע שטארקייט.

כדי צו פארשטיין די טיעפקייט פון די ענין וועל איך ענק געבן א דוגמא. עס איז מקובל ביי אונז אז ווען היטלער ימח שמו האט אהנגעהויבן די חורבן צו חרוב מאכן די וועלט, ה' ישמרנו, זענען טייל חכמי ירושלים, גרויסע מקובלים, געגאנגען צום כותל המערבי, זיי האבן מברר געווען די נאמען פון זיין מאמע, און האבן פראבירט צו מאכן אויף איהם א 'פולסא דנורא' [אין יענע תקופה זענען נאך געווען יודען צדיקים וואס האבן געוויסט וויאזוי עס צוטוהן] און ווען זיי זענען אנגעקומען צום כותל המערבי, האבן זיי געשפירט ברוח קדשם אז דאס איז אזא שטארקע קליפה וואס מען מען קען זיך נישט מיט איר פארמעסטן, און האבן גלייך אפגעשטעלט זייער פעולות. ווייל היטלער ימ"ש איז געווען נישט סתם א מענטש מיט א גרויס מויל וואס האט מצליח געווען דורך זיין רעדן צו חרוב מאכן די וועלט. ער איז געווען א טיעפקייט פון רע. אזוי ווי משה רבינו, יהושע בן נון, רש"י הק' וכו' זענען א בריאה פון טוב וואס הקב"ה האט באשאפן, אזוי פונקטליך איז לצד הרע: עס איז דא רשעים עצומם ווי פרעה, בלעם נבוכדנצר, סטאלין און היטלער, וואס זיי זענען א בריאה פון רע וואס איז באשאפן געווארן דורך השי"ת. [עס איז אויך געווען יודען וואס זענען רח"ל געווען ממש א מרכבה פאר וועלטען פון שלעכטס, ווי למשל טרוצקי, וואס איז געווען פון די הויפט קאמאניסטן, אדער די וואס האבן אויפגעשטעלט די ציונות און צושטערט דאס יודישען פאלק].

און די אייבערשטער האט באשאפן די וועלט אויף א ספעציעלען סדר. ווי מער מען דערווייטערט זיך פון בארג סיני איז די גוטס וואס איז א אין די בריאה ווערט אפגעשוואכט, און די שלעכטס אין די בריאה ווערט שטערקער און שטערקער. אויב מיר וולען זיך מתבונן זיין, בדרך הטבע האנושי, אין אונזער היינטיגע רוחנית'דיגע מצב, וואס מיר זענען אזוי שרעקליך נידריג. אויב מען וואלט דערציילט פאר א מענטש וואס האט געלעבט בעפאר 200 אדער 300 יאר ווי אזוי עס וועט אויסזעהן היינט די צענטערן פון די גרויסע שטעט, וואלט ער געזאגט אז דאס איז אומ-מעגליך, אזוי ווי מען קען נישט זאגן אז אין 300 יאר וועלן אלע מענטשען גיין אויפן קאפ אנשטאט אויפן פוס.. אבער די אמת איז אז עס איז אזוי. גערעכט, עס איז לכאורה א אוממעגליכע מציאות, אבער די אייבערשטער איז א כל-יכול, ער איז 'בורא רע', און אויפן בורא-עולם איז נישט דא קיין קושיות.

לדוגמא – די טעלעוויזיע. דאס איז נישט קיין ערפינדונג פון די וועלט. דאס איז א בריאה וואס הקב"ה האט באשאפן. אזוי ווי ער האט באשאפן די תורה, די בית-המקדש, אזוי האט ער באשאפן די טעלעוויזיע. "עושה שלום ובורא רע" – ער האט באשאפן די מציאות אז א יוד קען זיצן אין זיין סאלאן, און זיין מחובר צו אלע שמוץ פון די וועלט.

די ערשטע בריאה וואס האט חרוב געמאכט די וועלט וואס אונז ווייסן, איז די דריקעריי. פאר די דרוק האבן יודן מוסר נפש געווען צו שרייבן ש"ס, און צו דעם איז געווען ווייניג ספרים וואס פון יודישע מחברים. אבער א ספר איז געווען א חפץ א יקר המציאות. און די גאנצע מענטשהייט, אריינגערעכענט די יודן, האבן נישט געקענט נאר זייער שטעטל, זייער שכנים. ביז הקב"ה האט באשפן די דרוקעריי, און האט געגעבן די מעגליכקייט פארן מענטש צו פארשפרייטן די שלעכטס (סם) וואס איז באהאלטן אין איהם, און עס פארשפרייטן אין גאנצן וועלט. דערנאך איז געקומן די ראדיו, דערנאך די טעלעוויזיע.

מיר געדענקן ווען עס איז ארויסגעקומען קעיבל טעלעוויזיע און דערנאך ווידיא, האב איך געטראכט צו מיר: 'ערגער ווי דעהם איז נישט מעגליך'. אבער הקב"ה איז א כל יכול. אזוי ווי עס איז נישט דא קיין גבול צום טיפקייט פון גוטס וואס די אייבערשטער האט באשאפן, אזוי איז נישט דא קיין גרעניץ צום עומק פון שלעכטס וואס ער האט באשאפן. מיר דארפן דורכגיין די נסיונות אין די טיפקייט פון די שלעכטס.

די טעמע פון וואס מיר רעדן – די קאמפיוטערס, איז א בריה וואס די בורא עולם האט באשאפן, 'בורא רע'. אויב מיר וועלן נישט מורא האבן פון איר, און מיר וועלן זיך נישט באציען צום סכנה מיטן כובד ראש ווי עס דארף צו זיין, קען די זאך אונז צוברעכן און אוועק הרגענען אונזער נפש און די נפשות פון אונזערע קינדער. ווייל דאס איז א בריאה פון רע, וואס עס איז נאכנישט געווען ווי דעם אויפן וועלט, און עס איז באהאלטן אין דעם שרעקליכע חורבות.

די הקדמה איז זייער וויכטיג, ווייל אפילו אויב איר וועט נישט מסכים זיין מיט מיר אויף די ענין פון קאמפיוטערס, די ידיעה – אז עס איז דא אזא מושג פון 'בורא' רע איז חשוב פאר יעדעם פון אונז.

די חכם מכל אדם האט אונז געלערנט א חשובע כלל אין לעבן: 'אשרי אדם מפחד תמיד' (משלי כח, יד) איינער פון די נפלאות הבורא יתברך הוא איז, אז ווען עס איז דא חלילה א סם אינעם גוף, גייט באלד ארויף די היץ פונעם מענטש, אזוי 'עס צינדט אן א רויט לעמפל'. אין דעם מצב אויב מען זארגט נישט און מען איז נישט בודק וואס דאס איז, איז דאס א געפערליכע נאכלעסיגקייט. דאס איז בעצם די וועגן פון די כסיל וואס שטענדיג 'בוטח בלבו הוא' (שם כח, כו). דאס איז די ערשטע הקדמה.
שרייב א תגובה

Advertisement