דער בוך "איך וועל דיר ראטעווען".

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

דער בוך "איך וועל דיר ראטעווען".

תגובהדורך שמעק_טאביק » זונטאג אפריל 01, 2007 8:42 pm

מעגליך אז עס איז שוין צו שפעהט, אבער איך וויל נאך אריינכאפן פאר יו"ט. איך האב לעצטע יאר אויסגעליינט דעם בוך "איך וועל דיר ראטעווען", איך האב קודם געמיינט אז דאס איז א מעשה ווי אלע מעשיות, באבע מעשיות אויסגעזויגן פון די פינגער (איים סארי מאשקע פאר דעם אויסדרוק), אבער איך האב אנגעהויבן לייענען, און זעה נאר! איך קען גארנישט אראפלייגן דעם בוך פון האנט! איך בין א גרויסער לייענער, איך ווער שוין נישט געוויינליך נתפעל צופיל פון די היינטיגע שרייבערלעך, אבער וואונדער איבער וואונדער: דער שרייבער האט מיר געהאלטן געשפאנט! איך האב געמוזט ענדיגן לייענען דעם בוך!

איך האב שוין אויך גערעדט צו אנדערע קרובים וידידים וועלכע האבן געליינט דעם בוך, און אלע פה אחד, יחד כולם הודו והמליכו ואמרו אז דאס איז באמת א וואונדערבאר ביכל!

וואס איז? פארוואס זאג איך דאס דווקא בעפאר יו"ט? קויפט דאס און איר וועט זעהן! עס איז אראפגעלייגט די גאנצע השתלשלות אין מצרים, פון קישוי השעבוד, ביז נאך יציאת מצרים, מיט אזעלכע לעבעדיגע פארבן, אז עס דוכט זיך אז מען איז אצינד דארטן! נישט אז איינער "פארציילט" די מעשה, נאר א שטייגער ווי א מידיא זשורנאליסט האט זיך ארומגעדרייט אין מצרים בשעת די גאנצע מעשה, און ער דרוקט אפ זיינע מעמוארן און געשיכטעלעך. עס איז צום שטוינען!

גלייבט מיר, איך האב גארנישט מיטן ארויסגעבער כדי אים דא צו אדווערטייזן, כ'ווייס ניטאמאל ווער דאס איז, אבער איך זאג אייך פון טיפן הארצן, טייערע חברים! מיר אלע האבן דא הנאה ווען איינער שרייבט א גוטן געשמאקן באריכט, צי איז עס מאשקע, יגר'ל, זארעכ, איך הער, איך זעה, איך שמעק (נישט טאביק)... א.א.וו. אשר ע"כ זאג איך אייך. אייער הנאה איז גאראנטירט!

נאך יו"ט וועט איר זיך הייס באדאנקען פאר מיר! ס'איז א עונג רוחני וגשמי בהדדי! מען שפענדט גענוג געלט פארן יו"ט, די פאר 20 טאלער וועט שוין נישט אויסמאכן. לייגט זיך אריין חוה"מ אין בעט מיט דעם בוכל, און ביים עלות וועט איר זעהן אז די צייט איז דורכגעלאפן, איר זענט בכלל נישט אין אמעריקע/קאנאדע, איר זענט גאר אין עגיפטן, און איר זעהט וואס גייט פאר.

דער בעל הגדה זאגט אונז: חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים! איר הערט? חייב! דאס איז די בעסטע און גרינגסטע געלעגנהייט דאס צו טוהן! איך זאג אייך אז עס איז זיס.

לייענט און האט הנאה!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג אפריל 01, 2007 9:08 pm

מיין אשת חיל האט עס דורכגעלייענט, און זי האט מיר געזאגט די זעלבע ווערטער. איך האב נאר נאכנישט געהאט די צייט דערצו. אי"ה דעם חוה"מ וועט מען פאלגן די עצה פון א קלוגן איד און א קלוגע אידענע.

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » זונטאג אפריל 01, 2007 11:30 pm

כ'האב נאך נישט געליינט דאס בוך, אבער אויב איך שטעל צוזאם גוט, איז דאס שוין געלאפן אין פארזעצונגען פאר א צען פופצען יאר צוריק, אין דער אידישער קוואל, אדרבה אויב איינער האט דאס דעמאלט געליינט, און ער האט געליינט דאס בוך זאל ער ביטע באשטעטיגען צו איך בין גערעכט אדער נישט, אויב איז עס טאקע דאס זעלבע, איז עס באמת אן אינטערעסאנטע ערצעלונג.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אפריל 02, 2007 1:20 am

יישר כוח שמעק, ווען נישט דו לייגסט עס אראפ דא מיט לעבעדיגע פארבן, העט איך נישט נתפעל געווארן. אלזא, מערצעשעם האפעך עס צו קויפן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג אפריל 02, 2007 2:10 am

סאכדעס, קויף שוין צוויי, כעל נישט ברוגז זיין, און אויב דו וועסט פילן אז ס'איז איבעריג, עסטו מיר דאס געבן, און פארטיג.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אפריל 02, 2007 11:39 am

גאנץ א גוטע איידיע, העלמיר זעהן צו דער ספרים אייגענטומער וועט האבן צוויי פאר'ן זעלבן פרייז ווי איינע.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג אפריל 02, 2007 4:37 pm

אז זיי קענען האבן איינס פאר די פרייז פון צוויי, קענען זיי אמאל מאכן אן אויסנאם, און צושטעלן פארקערט.

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » דאנארשטאג אפריל 05, 2007 1:20 pm

סאכדעס, ווען דו ענדיגסט עס ליינען ברענג עס מיט לג בעומר צו.....
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג אפריל 08, 2007 1:56 pm

מערצעשעם קעניג.

יאכער, למאנסע האב איך נישט אנגעיאגט צו קויפן, לוינט זיך עס נאך צו קויפן?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג אפריל 08, 2007 2:50 pm

לויט די וואס רעדן דערפון, יא.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג אפריל 08, 2007 6:34 pm

היינט געקויפט דעם בוך.
שמעק... איך ווארן דיר .. !!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אפריל 10, 2007 10:38 pm

שוין יעצט מוצאי יום טוב אינמיטן די פיבערהאפטע 'אוועקפאקן' הכנות צום געהויבענעם קומענדיגן יום טוב 'חמץ' (איז עס דען נישט א יום טוב אגאנץ יאר אז מיר עסן דעמאלטס חמץ ווייל השי"ת לאזט דאן יא?) מוז דיר קאנגראטולירן - נאך איידער דו עספיעטסט צו זעהן מיין פריערדיגע 'ווארענונג', אז יא! דער בוך איז טאקע זייער אינהאלטרייכפול, פראפעסיאנאל געשריבן אז איך האב זיך קוין געקענעט אוועקרייסן דערפון, און אויסגעליינט און די "בין הזמנים" פונעם יום טוב צווישן איין שלאף און די אנדערע, שפירנדיג בכלל נישט ווי איך פארבריינג צייט מיט א געשטויגענע מעשה'לע, וויבאלד עס איז פול מיט אמת'ע געשעענישן פון מדרשים און פסוקים און בעיקר אריינגעגעבן אן אנדערן בליק אויף די מצב פון די אידן אין מצרים און איבער די גאולה און אמונה.

איז אלזא א גרויסן דאנק אייך שמעק טאביק!

אויב איר זענט דער מחבר קענט איר דאס צולייגן צו די טעסטימאניעלס קומענדיגע אויסגאבע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » מיטוואך אפריל 11, 2007 5:27 am

ווער איז דער מחבר פון דעם בוך?
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך אפריל 11, 2007 10:49 am

יאפס, ס'באקומט מיין הסכמה, ס'איז צו דערזאך, קלאר ממחיש געווען מיט לעבעדיגע פארבן דעם גלות מצרים מיט אלע קאלירן, די מכות וואונדערבאר, אויסטערליש גוט.

שאד, א שאד, ער איז געבליבן שטיין ביי יציאת מצרים, איך האב ווען אזוי חשק געהאט ער זאל אויך אריבערגיין צום קריאת ים סוף.

אויב דער מחבר וועט אמאל זעהן מיין תגובה, בעט איך אים ער זאל אנהייבן א סעריע פון נ"ך, איר האט א גוטן פעדער, ס'וועט גיין גאר גוט (שמעק טאביק וועט אייך שוין אדווערטייזן פאר פרי...).

יעצט צוויי שורות קאמאנטארן. איינס, איך קען נישט פארשטיין פארוואס איר האט פארציילט גאנץ אנהייב אז דער קורדי איז א יוד, (אויב דו – קרעטשמע ליינער - האט נישט געליינט דעם ביכל, קוקט נישט דעם הודעה איר וועט מיר נישט פארשטיין), ס'וואלט געווען אסאך אסאך מער דראמאטישער ווען איר הייבט אן די מעשה אן פארציילן פונקטליך פון ווי גנבת האט אים גענומען.

צוויי, איך אלטס שרעקליכער שונא צו די נאוועל ביכער, האב איך מיך אין די ערשטע צוויי קאפיטלעך געשפירט אז איך בין אריינגעפאלן מיט דעם ביכל, איך האב עס שוין געוואלט אראפלייגן און נישט גיין ווייטער, ובפרט מיט אייער "געמאכטע מעפ" גאנץ אנהייב, האט מיר די סחורה נישט גוט געשמעקט, נאך א מזל איך בין יגר'ל, האב איך מיך גענומען דעם קוראזש צו מישן אינמיטן ביכל און געזעהן אז עפעס הייסע גוטע סחורה ליגט דא צושמירט האב איך מיך גענומען די מיה ווייטער צו ליינען. וואס איך וויל ארויסברענגן, אז ווען איר – מחבר שיחיו – וועט גיין ווייטער מיט אנדערע ביכלעך הלואי , הייבט קודם אן צו רעדן פון שמואל הנביא, פון די אידן און מצרים, וכדו', פון דעם ענין, אז מ'זאל וויסן איר גייט נישט דרייען א קאפ מיט אויסגעטראכטע מעשיות.

דריי, א דאנק צום אלמעכטיגן גאט (אזוי רופט איר אום אה יא?) האב איך ב"ה געהאט די זכי' נאך פון פריער אביסל צו לערנען אין אסאך פון די מדרשים, האט מיר דאס בלוט אין קאפ נישט אזוי ארויפגעשווימען, אבער פאר די נשים צדקניות זענען די צוויי קאפיטלעך פון עינוי מצרים, שרעקליך שרעקליך, טרערן פון די אויגן זענען מיר גערינען ליינענדיג דאס שרעקליכסטע, און איך דארף אייך נישט זאגן ווי אזוי ס'האט אויסגעקוקט ווען זי האט עס געליינט.

אבער אויף אזויפיל מעגט איר מיטהאלטן, זי זאגט מיר נאכן ליינען: יגר'ל, היינט זענען מיר נישט אין גלות, האק נישט אין קאפ אריין, אזוי גוט גייט אונז דא, דארט איז געווען א גלות!

יישר כח אייך מחבר, איר שרייבט דאך נישט אינעם ביכל אייער נאמען אפי' אין ר"ת, און אן עקסטערן יישר כח פאר שמעק טאביק.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אפריל 11, 2007 11:04 am

יגר'ל, מיט דיין הקדמה בעפאר די הערות האסטו מיר אויסגעכאפט. גענוי דאס האב איך געוואלט -און איך גיי מערטשעם - שרייבן א בריוו צום מחבר בנוגע קריעת ים סוף וואס ער האט פשוט פארפעלט. ווי אויך וואלט איך גאר געהאט חשק ער זאל באשרייבן דאס לעבן אין מדבר, איינעמען דעם ירדן, אריינגיין אין ארץ ישראל מיט משכן שילה, און אפילו שפעטער ביים בויען דאס ביהמ"ק, דוד המלך'ס תקופה וכו' אויף אזעלכע לעבעדיגע פארבן ווי מצרים, ממש א יחיד במינו!

בשייכות צו דיינע הערות, איך מיין אז הערה איינס פארענטפערט הערה צוויי. ווייל הייבט ער ווען אן מיט א מער פיקטיווע געשיכטעלע און דער ליינער וואלט זיך בכלל געמיטשעט פון וואס מען רעדט דא צוזאם, וואלסטו דאך גלייך פארקלאפט דעם ביכל, נישט? דעריבער האט ער געמוזט אנדייטן אז יא קודרי איז געווען א קינד פונעם וואגן אן עברי און מען רעדט דא פון א דריי טויזנט יעריגע אמתע געשיכטע.



גראדע האב איך אויך אביסל טענות אויף אים פארוואס ער האט גענצליך איגנארירט די לידת משה מיט די וואונדער ביים טייך מיט בתיה, עס וואלט קלאר צוגעגעבן נאך א קאלירפולער קאפיטל .
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אפריל 12, 2007 1:28 am

ביי איינע פון די יום טוב'דיגע סעודות ביי די עלטערן, איז אויפגעקומען א געשפרעך איבער אט דעם בוך, זייענדיג א קרעטשמע מיטגליד, האב איך געהאט אינערליכע אינפארמאציע (מיט די הילף פון שמעק-טאביק און אנדערע מגיבים) און געשפירט ווי א גאנצער ידען דערין, אבער איך בין נתפעל געווארן צו הערן פון אנדערע וועלכע האבן דאס געליינט, אז עס איז טאקע איבערמעכטיג, אזש מיין שוואגער און זיין רעבעצין האבן ביידע צוגעשאקלט מיטן קעפל ווען איך האב געזאגט אז די וואס הייבן דאס אן, דערזעהן זיך דערמיט קרוב לעלות השחר מיט אפענע אויגן, צוויי קעפ האבן צוגעשאקלט און געענטפערט אמן דערויף.

לויט מיין שוואגער איז די שרייבערין גאר א פרוי, ווארשיינליך מיט מענערישע הילף וועלכע שטעלן איר צו די נויטיגע מדרשים. ער זאגט אויך אז חלק ב' ווערט יעצט געשריבן. גיי ווייס פון וואו ער שעפט זיינע אינפארמאציע.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אפריל 12, 2007 10:02 am

זכריה האפמאן
איז א פרוי? אויב יא איז גלייכער איר נישט צו רופן ביים ערשטן נאמען נאר בלויז מיסיס האפמאן
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג אפריל 12, 2007 3:38 pm

שוועמעל, ווי האסטו געזעהן דעם נאמען, וויפיל איך האב געזוכט האב איך נישט געטראפן

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אפריל 12, 2007 5:23 pm

איך האב אויך געהערט דעם נאמען זכריה האפפמאן, עס איז אבער בלויז א פען-נאמען.

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » זונטאג אפריל 15, 2007 4:31 am

איך האב דעם לעצטן פרייטיק געקויפט דעם בוך אין מאה שערים.
דער נאמען פונעם מחבר (זכריה האפמאן) שטייט געשריבן גאר אויפן טויער-בלאט אונטערן נאמען פונעם בוך אליין (אזוי אז מ'קען נישט דאס נישט באמערקן).
קיין צייט צו ליינען דעם בוך האב איך נאך נישט געהאט (און מסתמא כ'וועל נישט האבן ביז מיטן זומער - איך גיי דאן אויף א חודש צייט אין מילואים אין ארמיי איז ס'וועט זיין די געלעגענהייט צו ליינען), אבער איך פארט געספייעט אין דעם פרייטיק צו ענדיקן דעם ערשטן חלק ("פון אונטערן מעסער") און איך קען באשטעטיקן אז ס'איז טאקע א גאר אינטערעסאנטער און שפאנענדער בוך וואס ליינט זיך "בנשימה אחת" (כאטש סיי דער סיגנון הלשון און סיי דער אויסלייג דארט איז אביסל אנדערש פון דעם וואס איך בין געוואוינט).

יתרה מזו - איך מיין אז דאס איז שוין עפעס א נייע זאך: דאס איז שוין א נייע אידישע ליטעראטורע און דאס מאל - אין דעם פרומען גילגול.
בקיצור - א גרויסן יישר כח פאר דעם מחבר (אדער פאר דער מחבר'טע?) און זאל ער ממשיך זיין ווייטער.
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » זונטאג אפריל 15, 2007 4:54 am

ערנסטער.
איך קען עס אפשר בארגן ביי דיר אויף אפאר טאג?
איך וועל קומען היינט אין כולל, איז גוט?
אדער קלינג דו מיר ווען דו ביסט אין געגנט פון כולל.

להתראות
א גוטן.

א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » זונטאג אפריל 15, 2007 5:24 am

Jewboy, אוודאי.
נאר אונזער כולל עפענט זיך ערשט אין ל' ניסן (דעם מיטוואך).
אבער איך קען זיין אין דעם געגענט שוין מארגן אין אווענט (ארום עפעס פערטל ביז אכט - אכט אזייגער).
ס'פאסט דיר?
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » זונטאג אפריל 15, 2007 12:08 pm

פאר מיר איז עס זייער גוט, ווי געשמועסט שוין אויפן טלפון (פאר פורים) אז דיין כולל איז ממש א שפאן אוועק פון מיין (פאלאץ) דירה.
גיט א קלינג ביטע און מיר וועלן זיך פארשטענדיגן
א גוטן.

א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » זונטאג אפריל 15, 2007 7:38 pm

איז די בוך גיט, אפילו מען ווייסט שוין פין פאר דעים אז מען רעדט פין די יצאות מצרים????????????
לוינט זיך עס צי קויפען אפילו איך ווייס פין וואס ער רעדט? וועט עס נישט זיין בארדיניג??????

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג אפריל 15, 2007 10:35 pm

לויט די וואס רעדן דערפון, יא.
איך האף עס צו ליינען בקרוב, און אויב דו וועסט נאך האלטן פארן ליינען, וועל איך דיר בלי נדר ענטפערן מיט מיין עקספיריענס.


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט