Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

חותמות (bulla) אמרכלין מזמן בית ראשון

זונטאג אפריל 01, 2012 1:38 pm

אטענטשען חובבי ארכיאולוגיא ושרייבערס לעיתונים, עס איז דא א עקזיביט פון חותמות ועוד ועוד זיי האבן דארט צוויי חותמות וואס ווערט דירעקט דערמאנט אין ספר ירמיהו

Advertisement

זונטאג אפריל 01, 2012 1:48 pm

נא קען איינער אהערברענגען א באריכט אין אידיש?

זונטאג אפריל 01, 2012 10:10 pm

פארוואס עפענט מען נישט א סוב פארום פאר אט די אלע טיפ אשכולות?

זונטאג אפריל 01, 2012 10:23 pm

איך האב געזען אזא חותמת אין תורה מוזעאום אין בארא פארק, א זיגל מיט א נטמען וואס ווערט דערמאנט אין נ״ך (מלכים אדער דברי הימים)

א חותמות און fingerprint פון ברוך בן נריה

מאנטאג אפריל 02, 2012 5:30 pm

מען האט געטראפען גאר א סאך פון די סארט חותמות מיט א וועלט פון אויף שריפטען פון בית ראשון אבער אוודאי איז די וויכטיגסטע די וואס זענען דערמאנט און תנ"ך.

נאך וויכטיגער ווי די חותמות וואס זיי ווייזען דא, האט מען שוין לאנג צוויי געזיגלטע clay bula מיט די אותיות "ברכיהו בן נריהו" דאס הייסט פון ברוך בן נריה וואס איז געוען א תלמיד פון ירמיהו הנביא, און לפי א טייל דעות אליין א נביא. וואס מאכט עס נאך אינטרעסאנטער איז אז עס דא אויף דעם א fingerprint ווארשיינליך פון ברוך בן נריה זעלבסט וואס איז געמאכט געווארען בשעת ער האט דאס געזיגעלט, וואס דאס מיינט אז מיר האבען ווארשיינליך א פיזישע fingerprint פון א נביא השם! עס געפינט זיך און די מוסייף קאלעקשען און לאנדאן.

מאנטאג אפריל 02, 2012 5:43 pm

דא איז דער חותמות, קוק און לעצטען פאראגראף, עס שטייט: "לברכיהו בן נריהו הס[ו]פר"

http://en.wikipedia.org/wiki/Baruch_ben_Neriah

מאנטאג אפריל 02, 2012 8:33 pm

SPUSMN האט געשריבן:מען האט געטראפען גאר א סאך פון די סארט חותמות מיט א וועלט פון אויף שריפטען פון בית ראשון אבער אוודאי איז די וויכטיגסטע די וואס זענען דערמאנט און תנ"ך.
עס געפינט זיך און די מוסייף קאלעקשען און לאנדאן.

ווען די אבדשעקטן אין די מוסייף קאלעקשען קענען ווען רעדען וואלטען זיי געהאט אסאך צו פארציילען סיי מצד עצמם און סיי ווי אזוי זיי זענען אנגעקוימען צו מר. מוסייף.
נישט בחנם פראבירט די מדינה שוין יארען צו לייגען א האנט אויף דעם.
שרייב א תגובה

Advertisement