אינסטרוקציע פאר קאגעלעך שפיל

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

אינסטרוקציע פאר קאגעלעך שפיל

תגובהדורך שלעפשיץ » מיטוואך מארטש 14, 2012 8:53 pm

אינסטרוקציעס פאר די געים קוגעלעך:

מען נעמט פינף שטיינדעלעך – איך מיין צו זאגן מען קויפט אדער מע באקומט, סע נעמט זיך נישט אזוי.

יעצט קומט "וואנזיס", מען גיבט א ווארף אלע פינף, גענוג הויעך עס זאל זיך אביסל צושפרייטן.
גאר קליינע שפילערס מעגן ארום שפרייטן בידים גענוג ווי זיי ווילן, אפי' דאס מיינט ארום לויפן די גאנצע שטוב.

מען הייבט אויף איינס, מען ווארפט עס ארויפ אין די לופט [נישט צו הויעך] גענוג אז מען זאל כאפן נאך א קוגעלע פון דער ערד ווילאנג דער ערשטער קוגעלע איז אין די לופט, אויב מען כאפט צוריק די פליענדיגע באשטאנטייל איידער עס פאלט אראפ, דאן מיט איין קוגעלע אין די האנט, ווארפט מען נאך אמאל איינס אין די לופט, אזוי נעמט מען נאך איינס פון דער ערד, און אזוי כאפט מען איינס ביי איינס ביז מען האט אלע.

משא"כ אויב פאלט די פליעדיגע קוגעלע סיי ווען אראפ אויף דער ערד, מאל מאכט זיך מען כאפט עס אויף אדער אין א בגד, שרייט מען גאר שנעל יעס "סעיוו",
אויב איינער וואגט זיך צו שרייען נישט סעיוו דאן קריגט מען זיך ביז מען ענדיגט די געים.

אויב אבער עס פאלט פשוט אין פראסט אראפ אויפ דער ערד, איז מען 'אוט', דער קומענדיגער אין די רייע קומט צו גיין, ער טוט ווי אויבן דערמאנט.

ווען מען ענדיגט "וואנזיס" קומט "טואזיס", דאס מיינט מען צושפרייט אלע קוגעלעך דורכן געבן א קליינע ווארף אלע פינף קוגעלעך אין די לופט גענוג אז זאל זיין אביסל נאנט, 2 און 2, ווייל יעצט גייט מען ברויכן אויפהייבן צוויי אויף אמאל איידער די פליעדיגע קוגעלע לאנדעט אויפ איינעמ'ס נאניע.

נאך דעם קומט "טריזיס" איין פליעט מען כאפט 3 דערנאך פליעט ער נאך אמאל, מען גיבט שנעל א כאפ די לעצטע, פאר מאנכע איז גרינגער צו כאפן קודם 1 דערנאך 3, אויף דעם איז אייביג געווען רשות ביד השפילער.

"פארזיס" מען האלט אלע פינף אין איין האנט, ארויף מיט איינס אראפ מיט אלע פיר, מען כאפט די פליעדעיגע ארויף צירוק מיט'ן פליעדיגע אלע פיר אין האנט די פליעדיגע קראכט אויפ די knuckles סע טוט אביסל וויי סע גארנישט ווען דיין קאלעגע שפילער גייט האלטן ביי "פארזיס" גייט ער עס אויך כאפן.

"וואנזיס" נאכאמאל, אלעמאל קומט איין רונדע פון וועלעכע לעוועל מען האלט [באלד מסביר זיין בעסער]. גאר גוטע שפילערס שניידען ארויס דעי וואנזיס.

"על יד" מען ווארפט אלע 5 קוגעלעך אין די לופט, גענוג הויעך מען זאל עס קענען גלייך צוריק כאפן, אבער נישט אויפן האנט פלאך, נאר אויפן אויבערשטען זייט פונעם האנט, (דארט ווי די knuckles טוען וויי) די ערשטע לעוועל מיז מען כאפן כאטשיג צוויי – די בעסטע איז אז מען כאפט 4 אדער פינף, אויב כאפט מען פיר קען מען ארויפ לייגן די פינעפטע אין גיין ווייטער. דאס מיינט נאך אמאל ווארפן אין די לופט אלע 5, כאפן אויפן האנט פלאך אין יאַלאַ וואנזיס נאכאמאל.

אויב כאפט מען נאר צוויי, לייגט מען אראפ איינס פון די האנט, נעבן סיי וועלעכע וואס איז אויף דער ערד, מען ווארפט ארויפ די לעצטע איבערגעבליבענע וואס איז נאך אויפן האנט (נישט אויפן האנט פלאך) מען כאפט צוויי דערנאך ווארפט מען ארויף איינס מען לייגט אראפ אלע 3 נעבן די פערטע, ארויף איין מען כאפט אלע וכן יעשו לכל החמישה.

אויב רוקט זיך איינס אינמיטן, סיי אויב סע דאכט זיך נאר אז סע האט זיך גערוקט ידך על התחתונה,
דו בוזט דאך געווען קאנצעטרירט אויפ די פליעדיגע מילא קען איך סיי ווי זאגן וואס איך וויל. בוזטו אוט.

יעצט "וואנזיס" דערנאך קומט ענדליך "קוגעלעך", קוגעלעך איז אקעי די פאטש נאך דעם איז אומבאשרייבלעך שווער, העסט שוין זעהן פארוואס ביי די קומענדיגע לעוועלס. קענסט דז'אגעלן ?

קוגעלעך – מען שפרייט אויס אלע פינף, הייב אויף איינס, ווארף ארויף כאפ איינס פון דער ערד מיט -אוודאי- די פליעדיגע, יעצט ווארף ביידע כאפ א דריטע ווארף אלע 3 כאפ א 4טע ווארף אלע 4, יא ווען דו האסט שוין אלע 5 ווארף אלע 5 געב א פאטש אויפ דער ערד כאפ אלע 5, ווען דו ענדיגסט ביז אהער קום צוריק, דו לאכסט? עס האט מיר גענומען א יאר אין כתה ג'.

שוין, יעצט קומט "טשענדזיס" מען קען שפילו צוויי וועגן, איך שפיל נישט די בעיבישע וועג, וואס איז ווי פאלגענד, מען שפרייט אויס אלע 5 אויף דער ערד מען ווארפט ארויפ איין, בשעת ער איז אין די לופט הייבט מען אויף איין, יעצט גייט מען טוישן אלע קוגעלעך, ד.ה. איינס איז אין האנט איינס פליעט ארויף, יעצט די גרינגע וועג איז, איידער מען ווארפט ארויף איינס, לייגט מען די קוגעלע וואס גייט ארויס גיין ביים שפיץ הענט אזוי ווען ער איז אין די לופט גייט ער ארויס פון די שפיץ פינגער זייער גרינג, אבער איך טוה נישט אזוי, איך ווארף ארויף איין, איך טויש קוגעלע געהעריג ווי א מענטש.

ארויף נאכאמאל איינס טויש די קוגעלע פונעם האנט מיטן קומענדיגע, אזוי מיט אלע. דערנאך ארויף איינס די לעצטע לייגסטו אויפן טיש,
יעצט נאכאמאל ארויף איינס און כאפ אלע פינעף, אויב האסטו נאר געכאפט איינס ווייניגער בוזטו אוט!!

נאך א "וואנזיס" דערנאך קומט פּאָץ, ארויף 4 אראפ איינס ארויפ 3 אראפ איינס וכו' סע דא א גרינגע וועג, איך מיין ארויף איינס אראפ איין וכו'
– ווידער איך שפיל נישט די בעיבישע וועג. (איך בין שוין א גראען אפ).

וואנזיס, "טויער" אוי דעיס נעמט א יאר, איך האב געהאט גרויסע הענט איז געווען גרינגער, מען שפרייט אויס אלע קוגעלעך, מיט איין האנט מאך מען א טויער, ד.ה. מען שפרייט אויס איין הענט אויף דער ערד, סע זאל זיין פלאץ פאר די קוגעלעך אדורך צו פליען צווישן די גראבע מיטן צווייטן פינגער אזוי קוקט עס אויס אביסל ווי א טויער אויף דער ערד.

איינס ארויף, איינס דורכן טויער אין די זעלבע צייט.

אדורך פליענדיג די טויער בשעת איין קוגעלע איז אין די לופט, איז נישט אזוי שווער, פרוביר נאכאמאל קיין איינס טאר זיך נישט אנרירן, נישט פארן פליען נישט בשעת'ן פליען און אויך נישט נאכן פליען, מאך זיכער נישט צו שיסן מיט א כעס אפי' נאכן 3טע מאל פרובירן וויבאלד צום סוף ברויך מען צאם כאפן אלע מיט איין כאפ בשעת איין פליעט אין די לופט. (אין איין אזא פאל איז מיר די קוגעלע אריין אין מויל אויפן וועג אראפ).

ב"ה יעצט האלטסטו ביים צווייטן חלק, מען ברויך איבערטון די זעלבע זאך ווי ביז אהער, נאר אנשטאט איינס אויף א מאל טוה אלעס מיט צוויי אויף אמאל, ד.ה. אייביג ווארפט מען נאר ארויפ איינס אין די לופט, חוץ ביי "קוגעלעך" אבער אלע אנדערע בלייבט אייביג איינס – על יד אויך נישט אבער געווענליך.
די צווייטע חלק הייבט זיך אן ביי "טואזיס" דריטע חלק ביי "טריזיס" די גאנצע חלק אנשטאט וואנזיס מאכט מען טאוזיס אדער טריזיס. א.ז.וו.
על יד יעדע חלק העכער מוז מען כאפן מער, דאס הייסט ביי 3טע חלק מוז מען כאפן 4 וכו'

*********
ביי פערטע חלק הייבט זיך אן די פיינע צייטן.

וואנזיס – עס הייבט זיך צוריק אן פון איינס ביז זיבעטע חלק - תל אביב - נאכאמאל איינס, נאר יעדע זאך איז שווערער און אביסל אנדערש.

וואנזיס – זדאגעלט מען, [גיב אבאכט סע דא וואס שפילן אויב מען ווערט אוט ביי וואנזיס פון פערטער חלק הייבט מען אן פון אנפאנג],
אזוי דז'אגעלענדיג הייבט מען אויף איינס ביי איינס, אויב קוקט עס א משהו אויס ווי געדז'אגעלט איז אויך גוט.

"טואזיס" הייסט איזה ואיזה – דער וואס שפילט מיט ברויך זאגן וועלעכע צוויי מען הייבט אויף. "טריזיס" הייסט "חוץ" – דיין חבר זאגט וועלעכע 3 מען הייבט אויף. על יד, מוז מען כאפן 2 די זעלבע ווי ערשטע חלק אבער אלעס מיט א געדז'אגעלאכטס.

אויף פאטש חייף נאך קוגעלעך – נאכן זאגן לוי יצחק בן שרה סאשע און פארלירן 20 קוגעלעך האב איך געקענט פארגעסן פון עס מאכן,
איז אבער דא אזא זאך ווי 10 געהעריגע פאטשעס, אז נישט האט זיך די געים דארט גענדיגט.

אזוי גייט ביז 7טע חלק, פון דארט און ווייטער האב איך קיינמאל נישט געשפילט, עס איז געווען איין יונגעל ביי אונז אין חדר וואס האט עס געקענט. (ער איז היינט א גרויסער לאויער).

*******

עס איז גוט צו שרייען איידער מען הייבט אן די געים – כל הקולות מיט שכר שכם, דאפעלטע חלק.......

עפעס פאלי פאלי פאך פאך – [וואס?]

שכר – אויב מען ציהט א חלק אן "אוט" ווערן האט מען א שכר – וזה נאך א לייף ד.מ. מען קען צוויי מאל "אוט" ווערן.

זכות - מיינט ווען איך האלט איין חלק ווייטער ווי דיר האב אין נאך א לייף
--

כל זה כתבתי כפי הנראה לי, באופנים מסוימים יעשה יעשה שאלת חכם וה' הטוב יכפר.
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מיטוואך מארטש 14, 2012 10:00 pm

שלעפשיץ האסט מיר אריינגעברענגט אין גאר א שטארקע נאסטאלגיע mode....
כאמיר עטליכע מאל שטארק צולאכט, אבער דא
פון דארט און ווייטער האב איך קיינמאל נישט געשפילט, עס איז געווען איין יונגעל ביי אונז אין חדר וואס האט עס געקענט. (ער איז היינט א גרויסער לאויער)
איז פארגעקומען אן אויספלאץ...
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מארטש 14, 2012 10:45 pm

איך האב שוין אויפגעגעבן זיך אמאל צו דערמאנען דעם שפיל, אבער שלעפשיץ לערנט אונז אז קיין יאוש איז גארניט פארהאנדין... צוריקגעבראכט דעם גאנצן שפיל מיט אלע פיטשעווקעס.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך מארטש 14, 2012 11:07 pm

לאכטי כמה פעמים, ואין להאריך מפני קוצר הזמן.

יישר כחכם.

אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

תגובהדורך מר. קליען » מיטוואך מארטש 14, 2012 11:11 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
ווען קומט מעריא 2 באהאלטענע טריקס
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך מארטש 14, 2012 11:21 pm

שכוח שלעפשיץ, איך האב ארויסגענומען די קוגעלעך פון די קינדער שטוב און זיך גענומען שפילן (מיינע קינדער האבן נישט געקענט גלייבן ווי גוט טאטי קען)

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11037
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך מארטש 14, 2012 11:26 pm

האסט מיר דערמאנט דעם פאטש חייף
אוי איז דאס געווען גוטע צייטן...

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » מיטוואך מארטש 14, 2012 11:42 pm

ווער איז אין פאר א געים?
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 12:06 am

חחחח.... איך בין פולי רעדי פאר א געים, אבער דאס זיך אראפ זעצן אויף די ערד בין איך שוין נישט ביכולת.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

תגובהדורך שקר_הדייעט » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 12:40 am

שלעפשיץ, לייק לייק לייק לייק לייק לייק לייק לייק לייק לייק לייק לייק לייק לייק לייק לייק לייק לייק לייק לייק לייק לייק לייק לייק לייק לייק ;l;p-

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 10:04 am

שלעפשי געוואלדיג, נאסטאלגישע זכרונות, איך האב איינמאל זוכה געווען צו מאכן א סיום אויף די 24 מיט מיין שותף, איך געדענק נישט ווילאנג ס'האט געדויערט, בערך 2-3 חדשים.

גוט אז די דערמאנסט מיר העמיר קויפן פאר די קינדער אי''ה, מען פארקויפט עס נאך?

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 10:12 am

אוי איז דאס זכרונות

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 10:52 am

שלעפ, כ'האב געבאמבעלט פאר געלעכטער, האסט מיר אויפגעוועקט נאסטאלאגיע און גמאכט לאכן אבער נישט סתם. פאלי פאלי פאך פאך... חחח, יוי אידעיס געווען פאן...
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 11:26 am

שלפשיץ יואאאאש ביזטו זיס, מיינע קינדער האבען מיר לעצטענס געבעטען איך זאל זיי העלפען 'אנהייבען' די פלאסטישע שטריק נו וויאזוי הייסען זיי די וואס מען פלעגט מאכען אין קעמפ 2 קאלארס צו 3 קאלארס רינדעכיג אדער באקסעדיג, ווייסט דאך זיכער וואס איך מיין, קענסא געבען אינסטראקשענס?

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 11:35 am

יוסף שרייבער האט געשריבן: די פלאסטישע שטריק נו וויאזוי הייסען זיי?

איר מיינט מסתם 'פלעכטער'.

אז מ'בעט שוין די באליבטע בענדל סיזען איז שוין עראונד די קארנער, ווער וועט אונז אויסלערנען צו מאכן א בענענע.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 12:27 pm

bailout האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן: די פלאסטישע שטריק נו וויאזוי הייסען זיי?

איר מיינט מסתם 'פלעכטער'.

אז מ'בעט שוין די באליבטע בענדל סיזען איז שוין עראונד די קארנער, ווער וועט אונז אויסלערנען צו מאכן א בענענע.

געטראפן דא

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 12:49 pm

שלעפשיץ. מ'זעהט אז דייין זכרון דינט דיר גאר גוט! גוט געלאכט ווען מ'האצעך דערמאנט די אלטע צייטן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3770
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 1:33 pm

צחקתי ופלצתי ימה וקדמה צפונה ונגבה
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוי טאטי
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 01, 2012 4:36 pm
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך אוי טאטי » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 3:09 pm

יאפ! שלעפשיץ יו דואינג גוד... ביי די וועי אפשר קומסטו ארויס מיט א קליפ דערפין? הו סע דיר נישט בייגעפאלן הא?.. יעצט העסטי מיר געבן א טענקס ביי די קרעדיטס..
טאטע איך דאנק דיך טאטע איך לויב דיך ווייל כ׳בין א איד

זייגער
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 9:01 pm
לאקאציע: אפען אויבן אן

תגובהדורך זייגער » פרייטאג מארטש 16, 2012 9:44 am

אלס קינד פלעגט מען קאגעלען האנט גאגעלט מען...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג מארטש 16, 2012 12:54 pm

יו ביסטו גיט, בין קיינמאל נישט געווען צו גיט מיט קוגעלעך, פלעג איך זאגן אז כ'וויל נישט שפילען ווייל "ס'איז א בעבישע געים", באמת האבעך געחאלעשט צו שפילען!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » פרייטאג מארטש 16, 2012 1:02 pm

גיי שנעל צו א פסיכילאג, עס קען דיר נאכלויפען אגאנץ לעבען (נישט קיין ווינדער דו האלסט אין איין אוועקלויפען.)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג מארטש 16, 2012 1:14 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:גיי שנעל צו א פסיכילאג, עס קען דיר נאכלויפען אגאנץ לעבען (נישט קיין ווינדער דו האלסט אין איין אוועקלויפען.)

קום איך שוין פון דארט, ער זאגט ס'נישטא וואס צו מאכן!

(כ'וואלט ווען געשריבן די טראדיציאנאלער "חחחחחח", נאר ס'איז גארנישט קיין געלעכטער!)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג מארטש 16, 2012 1:20 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:גיי שנעל צו א פסיכילאג, עס קען דיר נאכלויפען אגאנץ לעבען (נישט קיין ווינדער דו האלסט אין איין אוועקלויפען.)

קום איך שוין פון דארט, ער זאגט ס'נישטא וואס צו מאכן!

דאס באלאנגט ענדערש פאר די משפיעים
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג מארטש 16, 2012 1:21 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:גיי שנעל צו א פסיכילאג, עס קען דיר נאכלויפען אגאנץ לעבען (נישט קיין ווינדער דו האלסט אין איין אוועקלויפען.)

קום איך שוין פון דארט, ער זאגט ס'נישטא וואס צו מאכן!

דאס באלאנגט ענדערש פאר די משפיעים

חחח, אריין אין משפיעים אשכול!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ביסט גערעכט, גרויסע-גדולה און 27 געסט