יהודה גרין - מיינע חלומות
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 7:40 pm
באזירט אויף יהודה גרינ'ס נייע סידי – דא איז א ליסטע פון די מעכטיגע ניגונים!
אבינו מלכנו I ברכת החודש I מי שעשה I ה' מלך I י' אכסוף I עוד ישמע I וכל מי I שירת הים I אם אתה מאמין I אלקא דליה I למקדשך I טייערע ברודער
איך זיץ מיר דא ביים וואסער איך זינג מיר מיט, מיט יהודה, ער זינגט געפערליך זיס, אזוי קוקענדיג אויפן בילד, די זון גייט אביסל אונטער, די שיינע בערג,
עס איז א געפערליכע שיינע מראה....... נו מיין מח איז אוועקגעפלויגן!
יעדער קען מיר פעטער אליעזר, די פאני פעטער פון די משפחה, אין אסאך משפחות איז דא א פאני פעטער, א גרוש, א אלטע בחור, וכו'
איך מיין וואס טוט שוין דער פאני פעטער צו באקומען זיין טיטל? גארנישט,
ער מאכט מאדנע קולות מיט זיין מויל, ער דרייט שנעל זיינע אויגן, ער האט אלץ קריאוזע קאסעט'ן, פאני פעיסעס פאר די קליינע, אבער ער בלייבט שוין מיט די פאני פעטער צונאמען.
יעצט זינגט ער דער יהודה אין מיינע אויער'ן, ה' מלך ה' מלך........ועד איך וויל זיך אזוי טאנצן, שוין דעי פאני פעטער טאנצט ווען ער הערט א טעיפ,
יוש וואס איז פאני, מיט אזא באשעפער וויל זיך אליין טאנצן, ער איז מיט אונז אייביג.
למקדשך תיב..... סע קומט א שבת פעטער אליעזר שאקלט זיך אין פייערט, זיין פאני שטריימעל איז צעבודזעוועט,
ביים סעודה איז ער ביזי מיט זמירות, typical ער מאכט זיך משוגע.
לאמיר ענק זאגן ווער סע איז פאני, איינער וואס טוט נארישע זאכען, אדער וואס טוט זאכען וואס מען ברויך נישט אן קיין בושה דער איז פאני,
ער פארגעסט פונעם אויבערשטען, קה רבון עלם ועלמיא....... דאס מיינט פאני!
טייערע ברודער מען טאר זיך נישט מייאש זיין..... שוין, דאס איז פאר מיר געזינגען, ווען יעדער גיבט מיר דעי בליק, [פאני פעטער קומט] על איך מיר נישט מייאש זיין,
אז סע וועט קומען שווערע צייטן על איך מיר שטארקן, אלעמאל זיין פרייליך.
וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור..... ווען מען ברויך עפעס רוף פעטער אליעזר ער שעמט זיך נישט, סיי ווען מען ברויך עפעס וואס סע פאסט נישט רופט מען פעטער אליעזר,
אבער איך פריי זיך צו טון א טובה פאר א יוד. ווייל וכל מי שעוסקים.......
אבער צום לעצט, אם אתה מאמין שאפשר לקלקל..... אויב מיינסטו סע וועט נאך זיין א מאמענט וואס מען וועט קענען לאכן, שמייכלען וואס פאני פעטער אליעזר טוט?
דאן רא רא ריי ריי אתה מאמין שאפשר לתקן, קוק אויף די גוטע זייט, זעה ווי ער לעבט א לעבען פיל מיט לוסט און לעבן.
ער האט ליב יעדן ווייל דער אויבערשטער גיבט געזונט און לעבן וויל איך אייך טייערע "ברודער" אלעמאל זעהן!!!!!
וואס האט פאני פעטער מיט יהודה גרין? איך האב נישט קיין אנונג!

עקסעללענט! איי עם פולי וויט יו! חזק ואמץ! נאר אזוי נישט זיך שרעקן וואס יענער טראכט! נאר טון וואס עס איז גוט!