Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

כשר'ע גוגעל

דינסטאג מרץ 27, 2007 12:41 pm

בס"ד

כשר'ע גוגעל

http://glat-google.olam-jew.com/

Advertisement

דינסטאג מרץ 27, 2007 12:43 pm

דאס איז א ניייע זאך ? ווער מאכט דאס ?
כ'זעה אז מ'קען נאר ענגליש, אידיש ארבייט נישט דארט.

דינסטאג מרץ 27, 2007 2:08 pm

נישט ריכטיג, ס'ארבעט אידיש מיט ענגליש

אבער געס וואט, איך האב אריינגעטייפט "היימישע קרעטשמע" און ער האט נישט געוואוסט דערפון צו זאגן

מוז זיין, אדער איז ער נאכנישט אפ-טו-דעיט, אדער זענען מיר נאכנישט גענוג ערליך

דינסטאג מרץ 27, 2007 2:17 pm

כ'זעה נישט אז ס'זאל עפעס ארבייטן, כ'האב געמאכט פארשידענע זיכונגען, נאר אויף איינס האט ער געטראפן רעזולטאטן, אבער אינגאנצן 2 סייטס.

דינסטאג מרץ 27, 2007 2:30 pm

דאס מיינט אז ס'ארבייט, וווען ער געט דיר ווען אלע סייט'ס מיינט דאך דאס נישט 'כשר'.

דינסטאג מרץ 27, 2007 2:46 pm

עס איז דאך שוין דא מער כשר'ע עסן, ווי כשר'ע וועב זייטלעך...

דינסטאג מרץ 27, 2007 2:52 pm

כשר לפסח בכלל.

דינסטאג מרץ 27, 2007 3:19 pm

גיט א קוק, באזוך איך זוי דער היים עמוד (האום פעידזש) פון די זויגערופענע "גלאט גוגל". וועמען טרעף איך דארט? נישט קיין אנדערע ווי אונזער בעיבי. וואס זוכט ער דארט? פשוט געכאפט א טענצל. קאן מיר איינער מסביר זיין וואו קומט דאס צו גלאט גוגל? יאך וואלט געלייגט א בילד פון א איד מעוטף בטליתו, כמו סאכדעס.

אגב, האבן זיי אויך א 'שו"ת גוגל'. נע א מאדערענע וועלט. דיינים זיצן אויפ'ן אינטערנעט און... ענטפערן שאלות. נישט נאר שאלות אין ד' חלקי שו"ע נאר אויך אין דעם פיפטן חלק.
"ניתן לשאול בכל ענייני היהדות: הלכה, אמונה, שמות האדם, קבלה, מיסטיקה, שלום בית, זוגיות, חזרה בתשובה ועוד."

נאדיר דעם בילד פון אונזער זיס בא'חנ'ט יונגעלע.
עטעטשמענטס
raz.gif
raz.gif (19.85 KiB) געזעהן געווארן 2299 מאל

דינסטאג מרץ 27, 2007 3:56 pm

זאג אים אז ער זאל שוין סטאפן צו לויפן, זעט ער דען נישט אז ער קומט אין ערגעץ נישט אן ?

דינסטאג מרץ 27, 2007 4:59 pm

בס"ד

ער איז לכאורה אויפען טרעדמיל

דינסטאג מרץ 27, 2007 7:31 pm

lauge, and the worls laughs with you...
run, and the world runs away from you...

מיטוואך מרץ 28, 2007 10:21 am

צייטליך האט געשריבן:זאג אים אז ער זאל שוין סטאפן צו לויפן, זעט ער דען נישט אז ער קומט אין ערגעץ נישט אן ?


גראדע זע איך אז ער קימט יא אן, קיק גיט וועסטע זען, אז ער לויפט אדורוך די האלבע וועט אין א סקונדע!

מיטוואך מרץ 28, 2007 10:22 am

דרך אגב, איז יענע סייט א טאקע אינטער GOOGEL???

מיטוואך מרץ 28, 2007 11:10 am

לערן דיך אויס שמערל, א סייט ענדיגט זיך דאט קאם. פאר די דאט קאם קען מען צולייגן אסאך עקסטענשאנס מיט א פינטל פאר די דאמעין נעים. למשל, זייער דאמעין נעים - בעסער, זייער וועבסייט - הייסט http://olam-jew.com
זיי האבן צוגעלייגט אן עקסטענשאן דערצו מיטן נאמען גלאט-גוגל. צוזאמען איז עס http://glat-google.olam-jew.com/

אופס, יעצט כאפ איך מיר, אפשר האסטו געמיינט צו פרעגן צו זיי סוירטשעס זענען פון גוגל. אויף דעם איז דער תירוץ, יא. זיי האבן געמאכט א קאסטום גוגל סוירטש וואס זוכט נישט אין די שמוציגער סייטס אדער וואס זוכט נאר אין געוויסע סייטס. (אזוי קוקט עס מיר אויס).

פרייטאג ספטמבר 21, 2007 12:07 am

בס"ד

נאט אייך נאך א כשר'ע גוגעל

http://www.jgog.net/

דינסטאג מאי 15, 2012 1:50 pm

גייט מען דאס פרעזענטירן ביים כינוס?

דינסטאג מאי 15, 2012 2:04 pm

מען קען אנשטעלן ביי K9 אז די סירטש זאל גיין דורך K9

דינסטאג מאי 15, 2012 2:46 pm

לאקשען ברעט האט געשריבן:בס"ד

נאט אייך נאך א כשר'ע גוגעל

http://www.jgog.net/


דער האלט אויך נישט פון אייוועלט,

וואס גייט פאר, מיר זענען אויף די כשר'סטע סייט אויפן אינטערנעט און די אלע כשרע סירטש ענדזשינס בלאקן אונז?
שרייב א תגובה

Advertisement