Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

"וואו זענען די עסקנים?"

מיטוואך מרץ 07, 2012 12:54 pm

איר האט שוין זיכער אמאל באגעגענט אין איינע פון די אויסגאבעס אדער אין א שמועס מיט א איד די אויסדרוק "וואו זענען די עסקנים?" דאס איז א באקאנטע פראז וואס מענטשען ניצן ווען מ'האט טענות אויף א געוויסע זאך אדער ווען ס'איז בייגעפאלן פאר איינעם א געוויסע ענין און ער וויל אז די זאך זאל געשען געט ער זיך א דרוק אויס "וואו זענען די עסקנים". נעכטן ביים ליינען א געוויסע אשכול האב איך אויך געזען ווי מאנכע דרוקן זיך אויס מיט אזא טענה אויף די מייסדים דא. און צו דעם וויל איך צוקומען.


ס'איז דא אידן וואס מיינען אז עסקנים זענען א פאלק פון מענטשען וואס ביים געבורט האט זיי די מלאך פארן געבן די שנעלק אריין געזאגט אין אויער "דו גייסט זיין אן עסקן" און יענער איז אראפגעקומען אויף די וועלט מיט די תפקיד פון עסקן'ן און איינמאל ער טוט נישט זיין תפקיד קומט מען מיט טענות צו אים "וואו ביסטו" מ'שטיינס געזאגט, פארוואס פירסטו נישט אויס דיין תפקיד אויף וואס דו ביסט אראפגעקומען. און די זעלבע מיט די הנהלה דא, מענטשען האבן טענות פארוואס מ'טוט נישט דאס אדער יענס. נעמליך, דיין תפקיד איז דאך אז דו דארפסט פירן אייוועלט, דיין עקזיסטענס אויף דעם עולם איז אז דו זאלסט פירן אייוועלט און אויב טוסטו נישט דיין פליכט בין איך בארעכטיגט צו האבן טענות אויף דיר. און צו אט די מענטשען וויל איך רעדן ווייל זיי קרענקען מיך מיט זייער אויפפירונג.

וויסן זאלט עטס טייערע אידן, ס'קומט ענק גארנישט!!!!! קיינער איז ענק נישט שולדיג גארנישט!!! סיי די עסקן וואס טוט גוטע זאכן און סיי די פירערס און די מנהלים דא ביי אונז. אויב ווילסטו עפעס זאל געטון ווערן וואס דו האלטס אז ס'איז די ריכטיגע זאך פאר די וועלט צו טון קענסטו דיך אונטערהייבן פון דיין זיץ ארט און זיך ארויפשארן די ארבל און עס טון!! דאס אז יענער האט געטון א גוטע זאך מיינט נאך נישט אז יענער האט זיך משעבד געווען זיין לעבן פאר דיר און יעדעס מאל דיר פאלט ביי עפעס איז יענער דער וואס דארף עס אויספירן פאר דיר, ניין און ניין.

קיינער האט נישט געשריבן קאנטראקט זיין לעבן מיט דיר. אויב געפעלט דיר נישט וואס יענער טוט און דו האסט נישט באצאלט דערפאר קענסטו טון צוויי זאכן, אדער וויש אפ די נאז און גיי ווייטער (די ווארט יישר כח ווייסן זיי סייווי נישט וויאזוי מען זאגט, זיי האבן נישט קיין אנונג פון אזא אויסלייג) און אויב האסטו נישט קיין פאפיר צו ווישן די נאז דאן וואק אוועק!! גיי ווייטער!! איך זאג נישט אז מ'טאר נישט אנטראגן קיין עצות אדער בייפאלן, אבער האבן טענות?? פאק איין!!!


איך גלייך אזוי די מענטשען וואס זענען אייביג פארנומען מיט "וואו זענען די עסקנים" דאס הייסט אזוי, זיי זענען אראפגעקומען אויף דעם עולם אין א גאלדענע טאץ, זיי זענען געבוירן אין א שפיטאל ווי די טירן האבן זיך אויטאמאטיש צוגעמאכט פון דעמאלטס ווייסן זיי נישט פון אזא מושג ווי טון עפעס. און נאך מער, יעדער דארף טון פאר זיי. די בשבילי נברא העולם ליגט זיי ווי א קמעי אין מח און זיי שיידן זיך נישט דערפון. און זיי האבן נאך די העזה צו שרייען אויף די אידן וואס טון יא, אז זיי זאלן טון 'וויאזוי איך וויל'.

איך פארלאנג נישט פון אזעלכע אידן צו זאגן יישר כח, ווייל ווי געזאגט ווייסן זיי ניטאמאל וואס דאס מיינט, זיי מיינען אז דאס א סארט אשר יצר פאפיר. אבער וואס איך פארלאנג יא איז, אז זיי זאלן וויסן אז סאיז דא אזא מושג ווי "טון אליין". ביסט נישט צופרידן פון א געוויסע זאך וואס אן עסקן טוט? ביסט נישט צופרידן מיט א זאך וואס די הנהלה טוט? האסט אלע רעכטן, ווער זעלבסט שטענדיג. פיר אליין אויס דיינע אמביציעס. קיינער איז דיר גארנישט שולדיג ווי לאנג מען האט פון דיר קיין געלט נישט גענומען.

Advertisement

מיטוואך מרץ 07, 2012 1:00 pm

פרעגט זיך א קשיא, "וואו זענען די עסקנים?". אז געלעגער קען אונז אפשרייבן אזאנס, דארפן זיך יאווען די עסקנים צו מאכן זיכער אז עס קומט נאך.

מיטוואך מרץ 07, 2012 1:06 pm

איך האב נישט קיין טישו און איך האלט נישט ביים זיך ארומדרייען מיט א אומאפגעווישטע נאז בלייבט מיר נאר איין ברירה, יישר כח געלעגער און אלע אנדערע אידן (נישט עסקנים) וואס טוען לטובת הכלל און שטעלן צו דאס פלאץ און האלטן דאס פלאץ זויבער

מיטוואך מרץ 07, 2012 1:36 pm

געלעגער טייערער, א דאנק פאר נאך א געלונגענעם ארטיקל, זייער שיין ארויסגעברענגט אייער נקודה און מיינונג.

אבער.....
איך טו רעספעקטפולי שטארק דיסעגריען מיט אייך, יאך חייקל מפק"ק האלט אנדערש.

עס זענען פארהאנען "אסאך" אזעלכע סארט מענטשן ווי איר שילדערט אזוי געניט אין אייער ארטיקל. אבער דאס זאגט נישט אז יעדער וואס רעדט זיך אפ אז עס מאנגלען עסקנים אין א געוויסן פעלד, איז אטאמאטיש א אומדאנקבארער סעלפיש געספוילטער גוד-פאר-נאטינג....

אויסדריקלעך נישט!

"ווי זענען די עסקנים?!" - כלומר, אזוי צו זאגן, ב"ה מיר לעבן היינט אין א דור פון חסד, אזויפיל אידן גיבן זיך אוועק זייער אייגענע צייט און געלט צו טוהן פאר אנדערע, און מען טוט געוואלדיגע פעולות פון עסקנות, אפילו צומאל אין טעמעס וועלכע זענען נישט אזוי נויטיג און לעבענס געפערליך, און מיר זענען זיי זייער דאנקבאר, און מיר האבן פערזענליך שוין גענוצט זייערע סערוויסעס, און זיך אויך מחי' געווען.

אבער.....
אז איר פארשטייט טאקע יא די געפיל צו טוהן און העלפן, ווינדער איך זיך פארוואס טרעפן זיך נישט עטליכע עסקנים וואס זאלן אויך איינזעהן די נחיצות פון ענין "פלוני", וואס דריקט מיר אויפ'ן געוויסן, וואס איז לענ"ד פיל פיל נויטיגער און וויכטיגער - מעגליך איך בין גערעכט, מעגליך נישט, אבער אזוי שפיר איך, ווייל איך האבן עפעס א פערזענליכע ווייטאג אין דעם ענין וואס איך שפיר אויף די אייגענע הויט - איז פארוואס זאלן נישט אפאר גוטע גאלדענע אידן איינזעהן וואס איך שפיר, און אויפטוהן א געוואלדיגע פעולה לטובת הכלל.

דער באקלאגער קען אמאל אליין זיין א עסקן אין א געוויסן פעלד, א הצלה מאן, א שומרים/חברים/חסד מעמבער, וואס רופט אנדערע אויך צו טוהן, אדער נעבעך אן אומבאהאלפענער איד אין נויט, וואס וויינט פאר הילף, און ווייסט נישט וי זיך צו ווענדן.

הערט זיך סאך בעסער דאכט זיך, נישט אזוי?

מיטוואך מרץ 07, 2012 2:09 pm

געלעגער! פיין געזאגט! גוט געזאגט!

---
חייקל; דו זאגסט אן אנדערע נקודה, ס'איז בכלל נישט סותר קיין ווארט פון געלעגער.

מיטוואך מרץ 07, 2012 2:23 pm

ווינקל האט געשריבן:געלעגער! פיין געזאגט! גוט געזאגט!

---
חייקל; דו זאגסט אן אנדערע נקודה, ס'איז בכלל נישט סותר קיין ווארט פון געלעגער.


און דו ביזט אויך גערעכט!

מיטוואך מרץ 07, 2012 2:40 pm

גלעגער לעצטענס איז די טענה געווארען א אלוולטליכע טענה
"מיר זענען פון די ניין און נייציג און מיר האלטען נאר ביים נעמען זייט מוחל און טיילט",
גראדע באקימען זיי אסאך מאמענטום
כווייס נישט בכלל וואס די שאלה איז בנוגע אינזער וועלטעל, ב"ה די מציאות איז, די עסקנים זענען אקטיוו, און ווי אויך כמעט אלע באזוכער דא זענען עוסק בצרכי ציבור, אן קיין גרינע און רויטע, צו און איש את רעהו, אין ידיעת התורה, בית המדרש, יעדער לאזט איבער פליטת סופריהם, ב"ה דא ידיעות אויף אלע צדיקים, וכו'
און דאס איז דער נקודה שלא ע"מ לקבל פרס, וואס טוט עס נאר לשם ארויסהעלפען אידען, איז ער טאקע אייביג דא גרייט צו העלפען יעדען איד, ספרעגט זיך קיינמאל די שאלה ווי זענען די עסקנים, יעדער זעט בחוש, ווי נישט?!!
כהאב ביזדערוויל נישט באמערקט אפאזעטיווער אשכול וואס איז פארשפארט, אן די נעגעטיוווע שרייבער וועלן עניוועי קוקען אויף די עסקנים מיט א נעגעטיווער בליק (כדרכם בקודש)
געקלאפט און געשיקט לכבודו של געלעגר

מיטוואך מרץ 07, 2012 2:49 pm

על הראשונים אנו מצטערים, דער עולם שלונגט נאכנישט אראפ די רויטע מנהלים און די גרינע אחראים מיט די בלויע בלוט, און האחד בא לגעלעגער וישפוט שפוט אז מען זאל גאר צולייגן אויף די אלע נאך עסקנים. וויי געוואלד, אנה יכנס כל הפלשתים הזה? ווי האט יענער אדמו"ר געזאגט ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס ער האט אויפגעזאגט די גבאים אויף דער עלטער, האט ער ברוב חכמתו געזאגט אז בשנים קדמוניות האט ער געהאט גענוג כח צו באדינען די גבאים, אבער אויף דער עלטער קען ער קוים זיך אליינס באדינען, האט ער נישט געהאט קיין ברירה נאר אויפצוזאגען דעם משב"ק. ולענינינו, פון וואנעט זאל אייוועלט נעמען גענוג אויפגאבעס, גענוג פליכטן, גענוג געלט, גענוג נערוון צו דיעלען מיט נאך א סארט סעקטע ווי די אזויגערופענע "עסקנים"?...

מיטוואך מרץ 07, 2012 4:22 pm

קרעמער האט געשריבן:על הראשונים אנו מצטערים, דער עולם שלונגט נאכנישט אראפ די רויטע מנהלים און די גרינע אחראים מיט די בלויע בלוט, און האחד בא לגעלעגער וישפוט שפוט אז מען זאל גאר צולייגן אויף די אלע נאך עסקנים. וויי געוואלד, אנה יכנס כל הפלשתים הזה? ווי האט יענער אדמו"ר געזאגט ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס ער האט אויפגעזאגט די גבאים אויף דער עלטער, האט ער ברוב חכמתו געזאגט אז בשנים קדמוניות האט ער געהאט גענוג כח צו באדינען די גבאים, אבער אויף דער עלטער קען ער קוים זיך אליינס באדינען, האט ער נישט געהאט קיין ברירה נאר אויפצוזאגען דעם משב"ק. ולענינינו, פון וואנעט זאל אייוועלט נעמען גענוג אויפגאבעס, גענוג פליכטן, גענוג געלט, גענוג נערוון צו דיעלען מיט נאך א סארט סעקטע ווי די אזויגערופענע "עסקנים"?...

צייט צו פארוואנדלען אייוועלט אין א געלט מאשין.

דאנערשטאג מרץ 08, 2012 2:05 am

ובעצם היום בשורות קצרות באנו בכאן לעורר יושבי איי תבל אודות הגעלט אקציע לטובת מערכת האיי וועלט, אומפעריע של חסד שאין כדוגמתה, בכל מקצועת של חסד השייכים בעולם, ובזכות המצוה של החזקת ידי עוסקי צורכי ציבור באמונה, הקב"ה ישלם שכרם, ויצליחו בפרנסתם, עפ"י דרך הטבע (ע"י פירסום) ובאופן סגולי (בחנינו נא בזאת) והריקותי לכם ברכה עד בלי די.
הכו"ח יום פורים (ח"א) תשע"ב לפ"ק

דאנערשטאג מרץ 08, 2012 9:10 am

געלעגער, דאונט טעלל מי אז דו ווייסט נישט ווי די עסקנים זענען... כ"א כסלו, זענען זיי אין די ארמארי, פאר פסח, ביים טיילן סעלצער, ווען מ'פארט אין קעמפ, ביי די באסעס... קאם אן! דו וואלסט אליין געמעגט וויסן!

יעצט כאפעך גראדע וואס דער יונגערמאן האט מיר נעכטן געזאגט... נעכטן זאגט מיר איינער, "וויכי, איך האב געליינט די גאנצע זאך אויף אייוועלט, ביסט טויזענט פראצענט גערעכט, אבער פליז אלעס ביז געלעגער, נישט אויפנעמען געלעגער אלס די פובליק רילעישענס גיי"... איך פרעגעם, "וואס האסטו קעגן געלעגער?"... גארנישט! ענטפער ער, איך וויל נאר נישט אז ער זאל אויפהערן שרייבן!!!

דאנערשטאג מרץ 08, 2012 11:59 am

חחח. טענקס וויקי, און פאר די $ אויך.....

דאנערשטאג מרץ 08, 2012 12:08 pm

געלעגער, דו מיינסט די $$, רייט?

פרייטאג מרץ 09, 2012 11:35 am

איך וואלט גערען געצאלט אפאר $ חודשליך אדער יערליך אויב עס פעלט זיך אויס.

זונטאג מרץ 11, 2012 2:44 pm

פארדרייט דא די שמועס די חברה
כ'האב מורא אז זיכן די עסקנים כסדר................
לענינו. געלעגער'ל, שטארק געזאגט!!!!!!
דאס ווערט געפרעגט פון מענטשן וואס ווארטן מען זאל זיי כסדר סערווירן און דערנאך זיי צוצאלן פארן זיך לאזן סערווירן..........
עס קען אמאל אוועקנעמען דעם אפעטיט יענעם צוהעלפן.

זונטאג מרץ 11, 2012 3:50 pm

געלעגער, well put!

ווי קען מען טאקע ווערן א עסקן, לאמיך אויספילן אן אפליקאציע..

דינסטאג מאי 29, 2012 2:29 pm

אלס עסקן, קריג איך זיך מיט געלעגער, א חלק פון אן עסקנ'ס אטענשאן, איז אז מ' פרעגט ווי זענען די עסקנים, איך ווייס פון אן עסקן, וואס ער נעמט אראפ זיין בעדזש כדי צו הערן ווי יעדער פרעגט ווי זענען די עסקנים.

דאנערשטאג יולי 31, 2014 6:09 pm

איך ווייס נישט פארוואס איך האב נישט מגיב געוועהן בשעתו. געלעגער, אמת לאמתו. יעדער ווארט גינגאלד.

דאנערשטאג יולי 31, 2014 6:29 pm

אנעים, ביזט נאכנישט געווען געבוירן ווען דער ארטיקל איז געשריבן געווארן..

איך האב עס אויך געליינט יעצט צום ערשטן מאל. זייער גוט געשריבן! ארויסגעברענגט מיטן גאנצן שארפקייט א_ווי נאר געלעגער קען.
שרייב א תגובה

Advertisement