Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

אויסשליסליך: פיתקא מן השמים

דינסטאג פבואר 28, 2012 12:45 pm

דינסטאג פרשת תצוה, ה' אדר תשע"ב לפ"ק

עס איז 9:10 אינדערפרי. ר' קלמן שפאצירט אריין אינעם דאווען שטוב וואו מען שטעלט זיך "הודו" ביז 5 מינוט, ביים ערשטן טיש באמערקט ער זיין פריינט ר' ישראל מיט די טלית און תפילין אנגעטוהן און ער מורמעלט זיך אונטער פסוקי תהלים. ר' קלמן איז איבערראשט אים צו טרעפן, ווייל ר' ישראל דאווענט נישט געווענליך אין דעם מנין, אין א דורכשניטליכע טאג וועט ער זיך שטעלן דאווענען א גוטע שעה שפעטער. קוים 2 וואכן פריער האט ר' קלמן פריינטליך מעורר געווען ר' ישראל'ן זיצנדיג אינאיינעם ביי א שלום זכר אז עס וואלט געווען פאסיג מען זאל אים אויפנעמען אלס א מגיד שיעור אין די פארטאגס שטונדן כדי ער זאל אנהייבן זיין סדר היום עטוואס פריער און דאווענען טעגליך בעפאר סוף זמן תפלה.

דערזעהנדיג ר' ישראל אנגעטוהן בטלית ותפילין גרייט צום דאווענען מיט א פריערדיגע מנין האט ר' קלמן אים געפרעגט וויצלדיג אויב דער זייגער איז פאררוקט מיט א שטונדע אדער ער האט זיך עפעס געביטן לעצטנס דעם סדר היום. ר' ישראל רעדט נישט מיט די תפילין אויסער אויף לשון הקודש און ער זאגט אים "אספר לך מעשה אחר התפילה".

נאכן דאווענען - וואס ר' ישראל איז פערצופאל געווען דער בעל תפילה ביי דעם מנין - גענעהנט ר' קלמן צו ר' ישראל מיט אן אפענעם אויער, ווער איז דען נישט גרייט צו הערן א מעשה. ר' ישראל האט פונקט אנגעטוהן די רבינו תם תפילין און ווינקט אים צוצואווארטן א מאמענט, ר' קלמן ווערטלט זיך אז די מעשה זאל בעסער זיין א גוטע, עס זאל זיך האבן געלוינט דאס ווארטן..

מיט די תפילין אויסגעטוהן נעמט זיך ר' ישראל דערציילן א מעשה וואס האלט נאך אינמיטן פאסירן:

א שטיקל צייט צוריק האב איך געקויפט א דירה, און דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב געהאט מוכן ומזומן גענוג א גרויסע סומע געלט וואס לויט מיינע חשבונות האט אפילו די האלב דערפון געזאלט קלעקן אויף איבערצובויען יענע דירה און דאס צורישן מיט אלע פיטשעווקעס אז א טענענט זאל זיך דארט קענען אריינציען. למעשה האב איך לעצטנס געזען אז נישט גענוג וואס דאס גאנצע צוגעגרייטע געלט איז אויסגעגאנגען, בין איך נאך געבליבן מיט א לאך ווען עס האט זיך נישט געמאכט קיין טענענט וואס זאל זיך וועלן אהין אריינציען. שוין 2 חדשים וואס איך דערלייג געלט אויף דעם געשעפט אנשטאט צו זעהן דערפון ריוח.

איך האב א חברותא מיט וועמען איך לערן טעגליך, האב איך מיר איין טאג די פארגאנגענע וואך אויסגערעדט פאר אים מיין מצב בבחינת "דאגה בלב איש ישיחנה", צוגעבנדיג אז איך בין גרייט מיך צו פארריכטן און ער זאל מיר העלפן טרעפן אין וועלכן ענין איך קען נוצן א תיקון, ווייל איך שפיר אז עפעס מאנט מען פון מיר. מיין חברותא האט מיך אויסגעהערט און דאן האבן מיר ווייטער געלערנט אונזער שיעור אין ספר לקוטי אמרים (תניא). מיר ענדיגן דעם שיעור מיט די ווערטער פון סוף פרק ט' "כמשל הזונה שבזוהר הקדוש", און עס ווילט זיך מיר פארשטיין וואס דער משל איז און וואו אין זוהר הקדוש מען קען דאס געפונען. אנקומענדיג אהיים נאכן שיעור האב איך אנגערופן מיין חשוב'ן טאטען און אים געפרעגט אויב ער ווייסט אפשר א מראה מקום פאר דעם שטיקל זוהר. שטעלט זיך ארויס אז איך האב געטראפן דעם ריכטיגן אדרעסע, מיין פאטער זאגט מיר אז דאס שטייט אין זוה"ק פון די וואך, פרשת תרומה.

איך נעם ארויס דעם ספר הזוהר פון שאנק און וויל אויפמישן צו פרשת תרומה, ווען עס פאלט ארויס דערפון א קליינע צעטעלע מיט 2 קבלות טובות וואס מיין משפחה האט זיך פארגענומען עטליכע יאר צוריק ווען מיר האבן געקענט נוצן איבריגע זכותים צו מצליח זיין אין א געוויסע געשעפט. שטייט דארט אויפן צעטל אז מיין אידענע האט זיך פארגענומען צו צינדן שבת ליכט ביים ערשטן פייף [15 מינוט פאר ליכט צינדן, א האלבע שעה פאר די שקיעה] און איך האב מיך פארגענומען אז אין די וואכנטעג וועל איך מיך אנשטרענגן צו דאווענען בעפאר סוף זמן תפילה..

יענע געשעפט איז למעשה אויסגעכאפט געווארן דורך א צווייטן, און איך האב ליידער פארנאכלעסיגט מיין קבלה טובה. ויהי מקץ שנתים ימים - אויפן צעטל איז געשטאנען א דאטום "אדר תש"ע" - האב איך מיך פריש פארגענומען נזהר צו זיין אין זמן תפלה, און דעם זונטאג תצוה בין איך די ערשטע מאל אין א לאנגע צייט אויפגעשטאנען גענוג פריה צו קענען דאווענען רואיג און געלאסן בעפאר סוף זמן תפילה. אויפדערנאכט רופט מיר אן דער בראוקער אז עס איז דא א טענענט!

נעכטן מאנטאג האבן מיר געשריבן קאנטראקט און איך האב שוין באקומען א דעפאזיט, און איך האף אז די לאך וואס האט זיך געשאפן די לעצטע פאר חדשים וועט זיך בקרוב צוריק אנפולן און טאקע איבערפולן [אויב דער געשעפט וועט פארן אויף די ריכטיגע רעלסן, וועל איך פארדינען דערביי פולפאכיג מער ווי דעם פריערדיגן געשעפט וואס איך האב אנגעוואוירן].

נאך א וויכטיגע זאך האב איך נעכטן ערלעדיגט, א שטר "היתר עיסקא" מיט מיין 'שותף' וואס די דירה ליגט אויף זיין נאמען, איך האב ביז היינט נישט געוואוסט אז מען דארף מאכן א שטר עיסקא אויף אזא סארט געשעפט און נישט קיין וואונדער וואס עס איז ליידער מקוים געווארן ביי מיר דער "נכסיו מתמוטטין" וואס חז"ל זאגען אויף א מלוה ברבית.

ר' ישראל ענדיגט צו: פונקט האב איך געזאגט קאפיטל מ' אין תהלים און איך האב מיך אביסל געטראפן אין די ווערטער, עס שטייט דארט "זבח ומנחה לא חפצת וגו' עולה וחטאה לא שאלת" דער אייבערשטער דארף נישט פון אונז קיין קרבנות, וואס יא? מיר זאלן איינהאלטן די קבלות טובות וואס מיר נעמען זיך אונטער. און אויב מען פארגעסט פון זיי? "אז אמרתי הנה באתי במגילת ספר כתוב עלי" איך קום צום שאפע נאכקוקן א שטיקל זוהר און עס שפרינגט מיר ארויס דערפון א צעטעלע וואס דערמאנט מיר פונקטליך וואס איך ברויך פארריכטן.

אלזא - ווענדט זיך ר' ישראל צו ר' קלמן, א שטיקל שרייבער - העלף מיר מקיים זיין וואס דוד המלך זאגט ווייטער אין דעם קאפיטל "בשרתי צדק בקהל רב", און אין דעם זכות זאל איך ווייטער זעהן הצלחה אין אלע געשעפטן.

ר' ישראל איז אזוי קלאר ביי זיך אז זיין הצלחה איז נאר צוריקגעהאלטן געווארן צוליב די אויבנדערמאנטע פראבלעמען, אז נאכן ענדיגן דעם שטר עיסקא איז ער אריין אין געשעפט און געקויפט א מעגא מיליאנס לאטערי צעטל. אויפדערווייל האט ער געווינען א זאך וואס איז חשוב'ער דערפון, און דאס איז א שטראל פון השגחה עליונה אין די פינסטערע הסתר פנים, ווי ער דרוקט זיך אויס צום שרייבער: מען דארף נאר עפענען די אויגן און מען קען באשיינפערליך זעהן דעם יד ה' אין יעדע זאך אפילו אין די היינטיגע טעג.

Advertisement

דינסטאג פבואר 28, 2012 12:52 pm

אזעלכע אפענע זאכן, ממש פלאות'דיג.

דינסטאג פבואר 28, 2012 1:10 pm

זייער פיין אראפגעשריבן.

דינסטאג פבואר 28, 2012 2:02 pm

געוואלדיג!

דינסטאג פבואר 28, 2012 2:44 pm

אינטערסאנטע געשעהניש אונעם היינטיגן הסתר פנים!

מיטוואך פבואר 29, 2012 11:48 am

הפלא ופלא !

תפלה עושה מחצה, תפלה העלפ"ט, האט סקולענער רבי זי"ע געטייטשט.

מיטוואך פבואר 29, 2012 12:16 pm

בוידעם האט געשריבן:הפלא ופלא !

תפלה עושה מחצה, תפלה העלפ"ט, האט סקולענער רבי זי"ע געטייטשט.

די ווארט האב איך געהערט נאכזאגן פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

לכאורה ממש פלאות, ישר כח פארן אראפברענגען

מיטוואך פבואר 29, 2012 12:34 pm

פיין שיין, איר שרייבט פראפעסיאנעל.

מיטוואך פבואר 29, 2012 12:56 pm

דזשעב 012 האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:הפלא ופלא !

תפלה עושה מחצה, תפלה העלפ"ט, האט סקולענער רבי זי"ע געטייטשט.

די ווארט האב איך געהערט נאכזאגן פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

לכאורה ממש פלאות, ישר כח פארן אראפברענגען

די ווארט פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע גייט אזוי: תפלה עושה, א תפילה צום עושה שמים וארץ, מחצה העלפט.

מיטוואך פבואר 29, 2012 1:04 pm

זייער שיין הרב לכאורה,

איך הייב שוין אן גלייבן די נ נח פיתקא.

מיטוואך פבואר 29, 2012 1:04 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:
דזשעב 012 האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:הפלא ופלא !

תפלה עושה מחצה, תפלה העלפ"ט, האט סקולענער רבי זי"ע געטייטשט.

די ווארט האב איך געהערט נאכזאגן פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע

לכאורה ממש פלאות, ישר כח פארן אראפברענגען

די ווארט פון רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע גייט אזוי: תפלה עושה, א תפילה צום עושה שמים וארץ, מחצה העלפט.


איך האב געהערט (געליינט): "תפלה" אז מען בעט, "עושה" דער באשעפער "מחצה" העלפט

מיטוואך פבואר 29, 2012 1:11 pm

שכוח - לכאורה - ר' קלמן פאר'ן זיך נעמען די מיה דאס אפצושרייבן און מיטטיילן מיט אונז, די מעשה איז א מורא'דיגע חיזוק און א ליכטשטראל אין דעם חשכות פון עיקבתא דמשיחא.

מיטוואך פבואר 29, 2012 1:14 pm

מורא'דיג און די היינטיגע צייטען

ישר כח

מיטוואך פבואר 29, 2012 1:15 pm

סהאט מיר א יוד דערציילט די מעשה דיע וואך ... בדידיה הוי עובדא..... לכאורה האבעך געהאט גילוי לכאורה...
וואספארא גילויים ס׳קומט פאר אינעם היינטיגיגן הסתר....
לכך קורין מגיל״ת אסת״ר
עס זאל נתגלה ווערן דער הסתר

מיטוואך פבואר 29, 2012 1:18 pm

לייג ארויף א קאפירייט דערויף, פאר דער ...... כולל כאפט זיך צו דערצו

מיטוואך פבואר 29, 2012 1:23 pm

שלום עליכם הרב לכאורה, אייער שריפט איז געוואלדיג, אויפן סיפור האבעך פשוט נישט קיין ווערטער, א דאנק פאר'ן עס מיטטיילן!

מיטוואך פבואר 29, 2012 1:27 pm

שוועמל האט געשריבן:זייער שיין הרב לכאורה,

איך הייב שוין אן גלייבן די נ נח פיתקא.

שוועמי איך האף אז דו שרייבסט ברוח ימי הפורים. אין צפת איז באקאנט ווער עס איז דער סלאנימער יונגערמאן א לץ דער 'מחבר' פון די פיתקא.

אין מיין שטעטל איז א דא יוד וואס הענגט יערליך צעטלעך בימי הפורים מעורר צו זיין אויף די ביזוי נורא פון הרה"ק ר' נחמן מברסלב.
פאר ווער עס מיינט עס איז גארנישט זאל ער זיך פארשטעלען אז א בחור קומט אריין צו עם אין שטיב מיט אזא קאפעלע מיט די נאמען פן זיין רבי זי"ע.

מיטוואך פבואר 29, 2012 1:32 pm

מעשה נורא, אז מוויל קומט פון הימל ישועות

מיטוואך פבואר 29, 2012 1:58 pm

וואוי, וואוי, הפלא ופלא, א דאנק פארן ברענגן.

מיטוואך פבואר 29, 2012 2:35 pm

געוואלדיג געוואלדיג, און ייש"כ אייך הרב לכאורה פארן מקיים זיין שיחו בכל נפלאותיו ברבים.

(אגב, וואס איז די אויפטוה פון צינדן פריער? פארן פלג המנחה קען מען נישט צינדן, ועפי"ר קומט אויס אפי' אונזער זמן פארן פלג, ומחמת הדוחק, לחשוש לשי' הגאונים פארלאזט מען זיך אויך אויף די פלג לשיטתם ודוק).
יוסף שרייבער האט געשריבן:אין צפת איז באקאנט ווער עס איז דער סלאנימער יונגערמאן א לץ דער 'מחבר' פון די פיתקא.

גראדע ווייט פון א לץ, א דערהויבענער פריילעכער איד.

מיטוואך פבואר 29, 2012 2:37 pm

געהערט אין די סמעטענע.

מיטוואך פבואר 29, 2012 5:11 pm

יהיה כן האט געשריבן:סהאט מיר א יוד דערציילט די מעשה דיע וואך ... בדידיה הוי עובדא..... לכאורה האבעך געהאט גילוי לכאורה...
וואספארא גילויים ס׳קומט פאר אינעם היינטיגיגן הסתר....
לכך קורין מגיל״ת אסת״ר
עס זאל נתגלה ווערן דער הסתר

אויף דעם איז פארהאן די טייטש ואנכי הסתר אסתיר - אפילו אינמיטן די טיפסטע הסתר טרעפט מען אלץ דער 'אנכי' ה' אלקיך.

מיטוואך פבואר 29, 2012 6:07 pm

הערליכע ערציילונג און מייסטערהאפטיג געשריבן

מיטוואך פבואר 29, 2012 6:08 pm

יישר כח פאר אלע באדאנקער.

מיטוואך פבואר 29, 2012 8:28 pm

לכאו' זייער שיין, וועלקאם בעק, איך האף אז איר זענט דא טו סטעי.
שרייב א תגובה

Advertisement