געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
זונטאג פבואר 26, 2012 12:38 am
האמיר דעם שבת קודש נאכגעהערט גאר א טייער ווארט פון הרה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א
די ווערטער זיינען נישט פונקטליך נאכגעזאגט, אבער דער מעסעדזש איז די זעלבע.
זאגט ער אזוי, ווען מיר גייען פורים אין ביהמ"ד, דאן זעהן מיר אידן וואס זיינען נישט גענוג פריילעך אפילו וויפיל מען מעג זיין אום תשעה באב זעלבסט
Advertisement
זונטאג פבואר 26, 2012 12:56 am
אפשר דאס וועט פארענפערן די קשיא!
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:כהאב געהערט פון איינעם אמאל, שטייט נישט משנכנס אדר הוין בשמחה, נאר "מרבין שטייט, והיינו אז פון ר"ח אדר דארף מען כסדר מרבה זיין ביז ר"ח אב, וואס דאן פאנגט מען אן צו ממעט זיין ביז ר"ח אדר. וקשה ליה אז לפי"ז קומט אויס אז ער"ח אב איז דער פרייליכסטער טאג פון יאהר, און ער"ח אדער איז דא די וויניגסטע שמחה, אתמה.
ועניתי ואמרתי, דברי חז"ל האבען אן עומק, ואפי' לדבריו אפשר לפרש כוונתם, ווייל איה"נ ער"ח אב איז דא די מערסטע שמחה, קימט עס דאך נישט צו צי די שמחה פון ר"ח אדר, ווייל דער כלל איז דאך אז "יתרון האור איז דוקא מתוך החושך" וא"כ היא הנותנות וויילער"ח אדר איז דא די מערסטע חשך א"כ ראש חודש איז דא א שמחה שאין כדגמתו, עפעס א שמחה מתוך החושך.
וה"ה פארקערט ר"ח אב איז דא אזא טרויער ווייל מפאלט מאיגרא רמה לבירא עמיקתא פון די גרעסטע מאס שמחה צו אזא טרויער ממילא הגם די ווייניגסטע שמחה איז ער"ח אדר קימט עס נישט צו צי ר"ח אב.
עוד אפ"ל אז מהאט נישט געקענט מאכען אז מזאל אנפאנגען פריער ווייל דאן וועט פעלען די התחדשות ודו"ק
מה שנשאר לבאר אז לויט דעם מהלך קימט אויס אז מען בלייבט איבער מיט א לאך, ווייל פון אדר ביז אב איז דא 5 חדשים, אבער פון אב ביז אדער איז דא 7 חדשים, ואי נימא אז עס גייט ציבסלעך ארויף און אראפ מיט יעדען טאג, קימט אויס אז נאך 6 יאהר וועט ער"ח אב וואס דארף זין די פרייליכסטע זיין אזוי ער"ח אד פון זעקס יאהר פריער.
וצ"ל אז דער אדר פון א עיבור יאהר גיבט אזויפיל שמחה וואס איז משלים די אלע לעכער, ועוד אפ"ל אז ימים טובים זענען נישט און כלל ממילא קומט צו נאך א חודש אויף די פריילעכע זייט
והנראה לענ"ד כתבתי בחפזי
נ.ב. כבר כתבתי כ"ז ונמחק וע"כ פעם שני אני כותב בקיצור
ידידכם הדו"ש הטוב בשמחה
אפשר איז פשוט די מציאות אז אדר שני איז נישט משלים און שבתות זענען אינקלאדעט
מאנטאג פבואר 27, 2012 10:21 am
כ'האב געקויפט לעצטנס א CD פון "ובלכתך בדרך", א דרשה פון איינעם ר' יחזקאל ווייס אין מאנסי (אגב, ווער איז דאס?) ווי ער האלט א דרשה אין ישיבת "נועם אלימלך", מאנסי. ער רעדט דארט ארום "וואס מיינט שמחה"?
איך זאג אייך, איך האב מיר געהאלטן ביי די זייטן, שוין לאנג נישט געהערט אזא געלונגענעם דרשה, פול מיט הומאר, אבער אזוי שטעכעדיג, און אזוי צום פינטל, אזש איך רעקאמענדיר דעם טעיפ פאר יעדן איינעם וואס וויל פארשטיין וואס מיינט אמת'ע שמחה. צופרידענהייט גאראנטירט!!
(נ.ב. איך ארבעט נישט פאר ובלכתך)
דינסטאג פבואר 28, 2012 6:16 pm
עס איז דא א ר' יחזקאל ווייס ביי מאשקאוויטש און ישיבה- סארי איך דענק נישט די נאמען פון ישיבה- זעט אויס א פון אים די רעדטסו
מיטוואך פבואר 29, 2012 11:41 am
הרה"ג ר' יחזקאל שרגא ווייס ר"מ בישיבת אור תורה (ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש) ומראשי וועד לתחום שבת
מיטוואך פבואר 29, 2012 3:23 pm
א זאפטיגע איד
תלמוד ישיבת שערי יושר בערך שנת תשנ"א
זונטאג מרץ 04, 2012 7:13 pm
פונקט די וואך פרייטוג צונאכטס בין איך אריינגעפאלן אין ביהמ"ד בית מרדכי איז דארט דער מנהג אז פרייטוג צונאכטס נאך מעריב זעצט מען זיך צו א שיעור פארגעלערנט יעדע וואך דורעך א צווייטער, אכלל האב איך אביסל אויסגעהערט דעם מגיד שיעור זאגט ער אזוי סאיז באקאנט אז סאיז דא מערערע מדרשים פלואים און אגדתא גמרא'ס וואס פארן מגושמ'דיגער אויג קוקט עס אויס גאר מאדנע ס'פארשטייט יעדער איינער אז פין אטא די מדרשי חז"ל הפלואים קען מען אין טאר מען ח"ו נישט ארויסלערנען קיין הלכות איינער וואס פארשטייט קבלה מעשיות דוקא ער מעג זאגן פשטים אויף די מדרשים עס איז נישט געמאכט פאר פשוטע ת"ח אפי' ווען מען קען שוין יא תורת הנגלה, אכלל נאך א לאאאננננגגגגגע לאנגע הקדמה פירט ער אויס איינער פין די מדרשי חז"ל הפלואים מאוד איז משנכנס אדער מרבין בשמחה ס'זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז מען רעדט דברים כפשוטם ער האט אראפגעלייגט בטוב טעם ודעת אז מרבין בשמחה איז די ר"ת ב"ם ס'ליגט דערינען די מ"ב מסעות און אויך גייט עס ארויף אויף ודברת ב"ם און שם מ"ב אקיצור ער האט מרחיב הדיבור געווען בערך א שעה צייט מבאר צו זיין אז נישט ח"ו חז"ל האבן געוואלט מען זאל געבן א שמייכל פונקט פארקערט דאס איז געווען המן'ס עצה און אויף דעם האט דער קונד געזאגט דעם פסוק עוצי עצה ותופר בלא בלא בלא....
היוצא לנו מכל זה, אז מען וויל דוקא זיין דעפרעסט קען מען אפי' טרעפן א היתר דערויף אין חודש אדר.
אכלל דער עולם איז זיך צוגאנגן מיט חיזוק און סאיז געווען דבריו עושה רושם.
זונטאג מרץ 04, 2012 10:05 pm
יא כפשוטו נישט כפשוטו, די תגובה דיינע איבער יענעם דיון האט מיר געמאכט שטארק בשמחה.