איך בין פארטיג מיט ספרינקעלס!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

איך בין פארטיג מיט ספרינקעלס!

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 12:24 am

"פארטיג מיט ספרינקעלס"! האט געלעגער אויסגערופן היינט בפומבי.
הערט א שמועס וואס איך האב היינט מיטגעהאלטן פון א נייע געביגעלטע קאפל וואס זענען נארוואס ארויס פון זייער שאלאכץ, א קאפל וואס האט נאך חדשים פארן וויסן וואס סימעלעק מיינט.
קען זיין ס'איז נישט שיין אז איך האב עס אונטערגעהערט, אבער וואס זאל איך טון אז איך בין באשאפן געווארן מיט צוויי הענגעדיגע אויערן אויף מיין רינדעכיגע פנים. און די קאפל לעבענדיג אין זייער אייגן וועלטל האבן נישט באגריפן אז ס'איז דא נאך צוואנציג פינגערדיגע וואס קענען הערן זייער שמועס.

מאן: וואס קויפט מען היינט?

פרוי: עממ, נעכטן האמיר אונז געהאט ווענילע, היינט אפשר זאלן מיר קויפן א מיקס?

מאן: וויאזוי דו זאגסט, ווייסט דאך אז איך וויל וואס דו האסט ליב.

מאן: עכט האב איך אויך געטראכט פון א מיקס, וועלכע מיקס דארפסטו?

פרוי: עמ עמ עמ... אפשר טשאקלעט און ...

קעשיר: נעקסט פליז, וואס דארפט עטס?

מאן: אונז ווייס מיר נאכנישט, וואס גייט מיט טשאקלעד?

קעשיר: וואס דו ווילסט, מאך אפ שנעל ווייל די ליין ווארט.

פרוי: קום אין די זייט, לאמיר טראכטן צוזאמען.
איך שטיי אין די רייע און שיס...
יא, איך האב אויך אמאל חתונה געהאט נישט מער געדאכט, און מיין עקרת האט אויך געהאט א כלה טיטשער וואס האט געזאגט אז אלעס וואס די מאן הייסט דארף מען פאלגן. אבער מיינט דאס אז די אומבאלאנס דארף זיך איבערגיסן אזש ביזן נישט האבן די אייגענע מיינונג וואס מ'גייט עסן? אדער איז דאס עפעס וואס איך פארזעה אז די 'קאפל' האט נישט קיין אייגענע טעיסט און מ'גייט עסן וואס 'ביידע' האבן ליב... אויב איז ער למשל אין די גוסטע פון א ווארשטל יעצט, ווייל די שוויגער איז אויסגעלאפן פון צוקער און אויל בעפארן צושטעלן נאכטמאל און די עסן איז ניטאמאל גוט געווען צו סערווירן אין תפיסה. און די ווייב זיינע איז צוגעוואוינט צו טריקענע צוקער-לאזע נאכטמאלס איז יעצט א קאטאסטראפע? אפשר דארף מען שוין גיין פאר שלום בית הילף? אדער אפשר איז דאס יא די נארם אז די קאפל זאל שטיין אין די זייט און צוזאמען באטראכטן די שאו-קעיס און אינאיינעם אפמאכן אז מאקאטשינאו איז דאס וואס זיי לעכצן פאר.

און דאס איז נישט נאר מיט איין קאפל, יעדע צווייטע פארל וואס קומט דארט אריין חזר'ט זיך די זאך איבער. "עמ עמ עמ עמ... מעיבי עי מיקס אף טשאקלעד ענד אייז קריעם" שרייט א אינגערמאן צום גוי סארווירער. דער גוי קען בעסער אידיש ווי ענגליש, אבער דער אינגערמאן ווייסט איין זאך, אויב רעדט מען צו א 'נישט אונזעריגער' מוז עס זיין אין ענגליש.
"טשאקלעד הע?" פרעגט דער צוריק.
"עי מיקס, עי מיקס, פאט עליטעל טשאקלאד ענד עלאט אייז קריעם"
"וואט קיינד אף אייז קריעם, סעניור"
"עי מיקס איי סעיס"

איר פארשטייט וואס דא גייט פאר? און איך טאר נישט שמייכלען.
דערמאנט מיך די מעשה מיט די אינגערמאן וואס איז געשטאנען פארלוירן נישט וואוסענדיג וואס צו נעמען. די גוי נעמט זיך אויסרעכענען אויף זיין אייגנארטיגן שפראך וואס האט געענדעלט צו ענגליש די גאנצע מעניו. דער אינגערמאן וואס איז געווען קענטליך אז ער פארשטייט נישט קיין ווארט האט זיך אנגערופן נאכן הערן אלעס וואס איז היינט דא צו באקומען "אווער נייט איז אעקי.."
און דאס איז פארוואס איך בין פארטיג מיט ספרינקעלס! ווען איך גיי אהין שפיר איך ווי איינער וואס האט פארגעסן די טאבלעטן.

די פראבלעם איז, אפילו איך קום אריין מיט אן אפגעמאכטע מיינונג וואס איך גיי קויפן, ווער איך פארשוועמט פונעם אטמאספערע. און פון א סלאש ווערט א האט קאפי. אלעס ווייל די ארומיגע שטייען און קעקעצען אריין ווען מ'פרעגט זיי עפעס.

רבותי, איך בין פארטיג מיט ספרינקעלס!

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 12:29 am

און איך בין נישט פארטיג לאכן........

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22935
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 12:35 am

האלאו, א דו ווילסט מער נישט קויפן קיין אייסקרים, נאו פראבלעם, אבער פארטיגן מיט ספרינקלס? נאו וועי!!! ווער וועט שטיין דארט און אויסהערן די שמיעסן פון די #שנה_ראשונה פארפעלקער? כ'מיין איינער מודעך אראפלייגן וויזוי דער ספאנישער גוי וואס קען מער יודיש ווי ענגליש הערט ווי א געביגעלטער מאנטשיק רייסט זיך אויס די ציין צו רעדן ענליש, בלויז צו געפעלן דעם אומלעגאלען אימיגראנט...

געלעגער! עז אלוועיס, יו גוד!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 12:44 am

;l;p- איך ספרינקל זיך, עם...עם... קוטשקע זיך, פאר געלעגער, אופס, געלעכטער.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 1:20 am

אוי וויי כ'האב מורא מיך האסטו געזען דארט כ'שעמיך אבער כ'האלט שוין סאך ווייטער ווי די יארגענג וואס די רעדסט אפשר זע איך אויס אזוי אינג?
למעשה איך האב א פארקערטע פראבלעם כ'האב נישט קיין השגה וואס איז דער ספרינקלס אנדערש פון די אייז קרים פון פריזער אבער אויב יעדער ספריקלעט מוז מען אויך ספרינקלען כ'מיין וואס טוט מען נישט פאר שלום בית, ובכן שטיי איך איך אין ווי א נער אין ערי מקלט אדער ווי פייוויש אין האלץ קאמער כ'האב נישט קיין השגה וואס פארא שווארץ פעפער דער גוי וויל פון מיר איך דארף אייז קרים און פארטיג און דער נעמט זיך רעכענען נעמען פון אייז קרים כאילו יעצט עלעך יא וויסן.
וואס מיר איז אינטערסאנט ווי א אינגערמאן פאר מיר אפשר די ביסט עס געווען, רעכנט אויס נעמען און משיגעת'ן פון מינע סלאש מיט ברעקלעך און שטיגליץ מיט פארגליווערטע ווייסאיך וואס און דער גוי פאקט איך קען נישט פארשטיין וויאזוי ווייסען די אלע מענטשען די נעמען און רעסעפיעס ווי לערנט מען זיך דאס אויס אין כולל?
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
בני ברק'ער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 17, 2012 8:36 am
לאקאציע: וואס הייסט ווי? דא!

תגובהדורך בני ברק'ער » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 3:16 am

געלעגער, נו וואס ווילסטו זאגן, אז דו האסטעך שוין פארעלטערט?

דער יונגערמאן איז נישט אויף חויזיק, ער איזא רחמנות. און אזוי אלע יונגעלייט, וואס צו גוטן ביישפיל ווערן זיי געוואר נאך עטליכי יאהרן וויאזוי מגייט אן, און אין בייזן פאל ה"י, לעבן זי אזוי לאורך ימים ושנים טובות עד זקנה ושיבה.

פון ווי זאל ער האבן א אהנונג, למען ה', וויאזוי מ'גייט אן מיט דעם בריה משונה ופלונית'טע שמה? וי אזוי עסט מען דאס.

לאמיר אלע מסכים זיין, אז א פרוי איז בעצם א מאדנע יצירה, א אום-פארשטענדליכע בריה. יא מיינט נישט יא, ניין מיין נישט ניין. איך האב ליב, מיינט נישט אז איך האב עס טאקע ליב. איך בין מסכים מיינט נישט צו זאגן אז זי איז מסכים, אלעס איז אנדערש אינגאנצן...
קומט א בחור פון ישיבה, האט דאס מעודו נישט געזעהן, ס'געווען ביי איהם מוקצה מחמת מיאוס, ווייט א תחום שבת. מ'ווארפט איהם אין איין מינוט אריין אין די טיפע וואסער, מיט א בלאט פון אנזאגענישן פון דעם מדריך, שפרינג אריין, גיב זיך א עצה, בתוספת אזהרות חמורות וואס מ'מעג יא זאגן און וואס מ'מעג נישט רעדן אדער טראכטן.

האט עס אזא פנים, ביז מגעוויינט'צעך צו און מגעט זיך א עצה אליין אן טויבעס פון כל מיני יועצים...
הוי כל צמא לכו למים, נאט אייך צו טרינקען.

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 9:23 am

שקויעך געלעגער פארן מיר גיט אנספרינקלען דעם פרימארגן!
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 11:27 am

ווינקל האט געשריבן:און איך בין נישט פארטיג לאכן........
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 11:33 am

פארטיג מיט ספרינקעלס? נאו פראבלעם! איך באשטעל דיך צו גיין צו די נייע "אייז קריעם הויז" אויף בעדפארד, אה, דארט וועסטו זיכער האבן סחורה ווי גאלד.

[אגב, מיטוואך נאכט איז די אייז קריעם הויז אנגעפאקט מיט אידעלעך, קענטיג אז דער עולם עסט מילכיג כמנהג אבותינו ואמותינו מקדמת דנא]

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 11:55 am

קרעמער האט געשריבן:פארטיג מיט ספרינקעלס? נאו פראבלעם! איך באשטעל דיך צו גיין צו די נייע "אייז קריעם הויז" אויף בעדפארד, אה, דארט וועסטו זיכער האבן סחורה ווי גאלד.

[אגב, מיטוואך נאכט איז די אייז קריעם הויז אנגעפאקט מיט אידעלעך, קענטיג אז דער עולם עסט מילכיג כמנהג אבותינו ואמותינו מקדמת דנא]

מיטוואך איז טאקע עקסטרעם פיל, אבער יעדע נאכט טוט זיך דארט, וועגן דעם טרעט איך נישט אריין דארט נאר ווען איך האב א עקסטרע דריי פערטל שעה (די מינימום) צו ווארטן ביז יעדער פאר מיר דיסיידט וואס זיי ווילן

געלעגער ;l;p- ;l;p-
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 11:55 am

קרעמער האט געשריבן:
[אגב, מיטוואך נאכט איז די אייז קריעם הויז אנגעפאקט מיט אידעלעך, קענטיג אז דער עולם עסט מילכיג כמנהג אבותינו ואמותינו מקדמת דנא]

פון ווי קומט טאקע די מנהג?
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 12:20 pm

יו געלעגער, איך קען נישט קומען צו זיך. די ביזט ריזיג!!!

שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
[אגב, מיטוואך נאכט איז די אייז קריעם הויז אנגעפאקט מיט אידעלעך, קענטיג אז דער עולם עסט מילכיג כמנהג אבותינו ואמותינו מקדמת דנא]

פון ווי קומט טאקע די מנהג?

viewtopic.php?p=459006#p459006

משה'עלע
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך משה'עלע » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 12:30 pm

געלעגער כבין כמעט געליגען
אבער בני ברק איז גערעכט בדידי הוי עובדא נישט מער געדאכט טאקע נישט און אייז קריעם געשעפט אבער בשאר דברים
אין חכמה כחכמת התורה (פרמ"ג הל' חנוכה סימן תר"ע) ואין חכמיה כישראל

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 12:47 pm

מוצ"ש איז "אייז קריעם הויז" א קרוינהייטס הענגאוט.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1460
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 1:00 pm

ספרינקעלס, האסט מיר צוטרייסלט...

אה, סאררי, געלעגער.

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 2:31 pm

Sprinkels.jpg

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 2:34 pm

קיין איין ספרינקל נישטא אויפ'ן בילד, קוקט אויס האסט קיינמאל נישט אנגעפאנגען
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 2:35 pm

איך באציה זיך נישט אויף די ׳מאכל׳ ספרינקעלס... חולם
איך באציה זיך אויף די ׳קאמפאני׳ ספרינקעלס

פאר איין Razzle לוינצעך שוין אלעס
טא וויאזוי קעמען אפילו זאגן ׳פארטיג מיט ספרינקעלס׳ כ׳מיין... וואס?

געלעגער... גייסט כאפן!

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 3:10 pm

קרעמער האט געשריבן:פארטיג מיט ספרינקעלס? נאו פראבלעם! איך באשטעל דיך צו גיין צו די נייע "אייז קריעם הויז" אויף בעדפארד, אה, דארט וועסטו זיכער האבן סחורה ווי גאלד.

[אגב, מיטוואך נאכט איז די אייז קריעם הויז אנגעפאקט מיט אידעלעך, קענטיג אז דער עולם עסט מילכיג כמנהג אבותינו ואמותינו מקדמת דנא]


מ'האט אמאל געשמיסט דא וועגן א דאקטאר'ס אפיס הארט צווישן די לאנדרי און די אייזקרים שאפ, אהין העטמען שיקן אלע וועלכע קויפן אייסקרים ווען ס'יז ברררררר אינדרויסן.....
וואסע געווארן??? העט מען אויך א מערידזש קאנסעלינג אפיס דארט עפענען????

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 3:11 pm

יהיה כן האט געשריבן:ווען ס'יז ברררררר אינדרויסן

דאסי גוט...

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 3:23 pm

דארפסמאן האט געשריבן:מיין קליין ......... פרעגט מיך צי פין אזלעכע קעלט געבען די קיען אייזקרים אנשטאט מילעך

קרעמער האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די קוען געבן, אבער די קוען שטייען געהעריג אין די ליניע ביים נייעם אייז-קריעם הויז אויף בעדפארד עוועניו טראץ די בעלאו-זערא גראד אינדרויסן
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 7:21 pm

פיין געלאכט. ארויף
מ'טאר נישט אויספאפן א חבר, אבער לפנים משורת הדין זאל מען זיך זעלבסט אויך נישט פאפן. קרעדיט: רבי רבי בונם פין פרשיסחא

אוועטאר
פאר וואס נישט
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 2:50 pm

תגובהדורך פאר וואס נישט » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 8:22 pm

האהאהאהאה!!!!! איך לאך נאך אלטץ
נאך א אינטערסאנטע זאך וואס איך האב באמערקט אין ספרינקלס איז זיי האבען א דרינק וואס הייסט נישט מער און נישט ווייניגער ווי ''שלום בית דרינק'' עס דארף צו זיין זייער גיט
אבער די דארפס זעהן ווען מענטשען קומען אריין עס קויפן זיי קיקען 2 מאל אויב קיינער קוקט נישט און זיי געבען א זאג פארן גוי שלום בית דרניק פליז און דער גוי פרעגט איבער הויעך יא ניד דע שלום בית דרינק און זיי ווערן רויט........... ביז דא


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט