געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
דינסטאג פבואר 07, 2012 11:39 pm
העכסטע צייט פאר באגאבו אינפאראסטרוקטור
יונה פשעירהאלדער
"מזל טוב, דער אייבירשטער זאל העלפן זאלסט זען אסאך נחת געזונטערהייט," וואונטש איך אן מיין שכן וואס עס איז דער ערשטער מאל וואס ער רופט מיך פערזענליך לאדענען צו זיין קידוש פאר דאס פיצעלע וואס איז נארוואס געבוירן. נאך א מינוט איז מיר שוין קלאר געווארן פארוואס ער איז פלוצים געווארן אזוי העפליך. "איך גיי קויפן א נייע 'באגאבו,' און איך וואלט געבעטן אויב ס'איז מעגליך אוועקצונעמען איינע פון דיינע קערידזשעס פון האלוועי...," לייגט ער שנעל צו.
איי, באשעפער איינציגער, אויסער מיינע געהעריגע און די טרעוועל קערידזשעס – א סינגעל און א דאבעל - פון וואו זאל איך וויסן וועלכע נאך קערידזשעס זענען מיינע? קלער איך צו מיר. און גיי נעם דיך אריינקריכן צווישן די מחנה קערידזשעס. ווען איך האב נאר געקלערט דערוועגן, האט מיך שוין באגאסן א קאלטער שווייס.
אונטן אין מיין האלוועי – אזוי ווי אין פילע האלוועיס אין אונזער געגנט - ליגן א פארקנוילונג פון קערידזשעס... ווען מ'וויל ארויסנעמען איין קערידזש פון אינמיטן די רייע, דארף מען קודם ארויסקאנטראלירן א גאנצע מחנה מיט קערידזשעס אינדרויסן. ווער רעדט נאך אויב מ'דארף אנקומען גאנץ אינעווייניג, ארויסצונעמען איינע פון די קערידזשעס צו וועלכע מ'האט שוין נישט צוגערירט זינט איך געדענק. דאס איז דאך ממש אוממעגליך.
איר קענט די 'ראש-אוערס שפיל', וואו מ'דארף קענען מאנעווירן א רייע קארס און טראקס צו קענען דורכפארן דעם וועג? ארויסצושלעפן א קערידזש פון אונזער האלוועי איז א גרעסערער קונץ ווי דורכצומאכן דעם פערציגסטן שטאפל פון די שפיל. נאך שווערער איז נאכדעם אלעס צוריק אריינרוקן און זיי זאל'ן האבן פלאץ. ווי אזוי זיי האבן זיך אריינגעשטופט צום ערשטן מאל, ווייסט קיינער נישט, אבער עס נאכאמאל אריינצורוקן, אלע אויף אמאל, איז אוממעגליך. היכן יכנס כל הפשתן הזה?
איך מעג מיך זארגן ביז'ן בוידעם – און ווען איך האב ווען א בוידעם וואלט כאטש די דאגה געווען אביסל קלענער, ווייל איך וואלט געהאט נאך ערגעץ צו לייגן אפאר 'ספעיר' קערידזשעס – אבער אז דער שכן בעט, נאך דערצו א בעל שמחה צו וועמען מ'דארף זיין העפליך, זעץ איך מיך אראפ מיט מיינע בני בית מאכן א חשבון וויפיל קערידזשעס מיר דארף'ן צו האבן אונטן, און וועלכע זיי זענען, צו באשליסן וועלכע מ'קען שוין אוועקנעמען.
זינט דער ערשטער קינד איז ב"ה ביי אונז געבוירן איז שוין איבער צען יאר צום גוטן, און מיר פרובירן זיך צו דערמאנען וואס מיר האבן דעמאלט געקויפט. האלטנדיג ביים ערשטן קינד האבן מיר נאך ב"ה צושטייער באקומען פון דא-און-דארט, און פון וואו צו דעקן די בעיבי הוצאות איז נאכנישט געווען קיין דאגה, און בכלל האט מען נאך דעמאלט גערעדט פון 2-3 הונדערט דאלארדיגע קערידזשעס.
די ריזיג-קלאציגע 'סילווער קראוס' קערידזשעס – וועלכע זענען געווען אין די מאדע פאר לאנגע דורות ביז ארום מיין בר מצוה, ווען זיי פלעגן נאך מאכן א קוויטשעדיגן טאן אויף'ן גאס אז מ'האט זיי נישט געקענט פארפאסן – איז שוין דעמאלט ב"ה געווען א פארגאנגענהייט. איך קען מיך נישט פארשטעלן ווי אזוי עס וואלט געווען ווען אונזער האלוועי זאל ווען נאך דארפן האבן די אייזערנע סילווער קראוסעס. אזוי קענען מיר זיך נאך דורכשטופן, רוקן און שלעפן, אבער ווען מיר זאל'ן ווען האבן אזוי פיל סילווער-קראוסעס וואלט עס געברענגט א וועלט מלחמה אין מיין בילדינג, וואס איז ב"ה פול מיט אינגע פאר פעלקער.
הכלל, ווען איך בין אריין אין די קערידזשעס ליין צום ערשטן מאל זענען נאך אלע קערידזשעס געווען כמעט ווי איין משפחה, האבנדיג ענליכע נעמען ווי מארטינעלי, מאקלערען און מארטינא, אויב מיין זכרון דינט מיר גוט. בקיצור, מיר האבן אויסגעקליבן א מארטינעלי, און אהיים גליקליך און צופרידן... מיר האבן אפילו נישט געוואלט קוקן אויף קיין ביליגערס.
איך געדענק נאך ווי איך און מיין רעביצין האמיר ביידע פארשטאנען אז די קערידזש וועט מען דאך ב"ה גוט אויסנוצן, נישט בלויז איצט, נאר פאר די קומענדיגע קינדער אויך בעז"ה. "ס'לוינט זיך צו קויפן איינס און א גוטס... א קערידזש קויפט מען דאך נישט יעדן טאג..."
אפשר טאקע נישט יעדן טאג, אבער נאך א חודש האב איך מיך שוין ווידער אמאל געטראפן אין געשעפט. וואס איז? מ'האט געדארפט א לייכטערע קערידזש, וואס מ'קען שלעפן אויף'ן באס און אויף די טרעינס, און עס לייגט זיך לייכטער צוזאם אין א קאר – א "טרעוועל קערידזש." גראדע א ביליגע מעשה, און ס'איז
א שאד זיך צו שלעפן יעדן טאג מיט'ן שווערן קערידזש, וואס פארנעמט מער פלאץ, און בכלל לוינט זיך נישט אויסצונוצן די טייערע קערידזש און עס צודרוקן. שוין, איצט וועט מען שוין זיין געהעריג אויסשטאפירט מיט קערידזשעס.
מה עשה הקדוש ברוך הוא, דער זומער האט זיך אונטערגערוקט. זייענדיג נאך גאנץ אינג האבן מיר ארויסגענומען א באנגעלאו בלויז פאר דריי וואכן, און מ'האט זיך געגרייט צו שטעלן די ערשטע טריט אין אונזער אייגענע באנגעלאו.
אבער איין מינוט, מ'פארט טאקע בלויז אויף דריי וואכן, אבער פאקן דארף מען זיך ווי אויף'ן גאנצן זומער. סוף כל סוף ווילן מיר דאך בלייבן מיט דעם 'קראוד' איבער'ס יאר און צוויי יאר ארום אויך. מ'קען נישט לאזן צו געבן א שלעכטן 'פוירסט אימפרעשאן.' מ'קען נישט קומען ווי שלימזל'עך.
בין איך דעמאלט געוואויר געווארן אז אין צוגאב צו א געהעריגע און א טרעוועל קערידזש, איז אויך דא א קאנטרי קערידזש. ס'איז עפעס ערגעץ אינדערצווישן. נישט אזוי שווער ווי די געהעריגע וועלכע שטרענגט זייער אן ווען מען שטופט עס אויף בערג, צווישן גראז, אדער אויף ביימער ווארצלעך, אבער עס זעט אויך נישט אויס אזוי ביליג ווי די טרעוועל קערידזש.
כ'וועל נישט לייקענען. ס'איז שוין נישט געווען אזוי לייכט. די בעיבי-טשעקלעך זענען שוין אויסגעלאפן. דא האב איך געדארפט צאלן א דעפאזיט פאר די באנגעלאו, אוועקלייגן געלט פאר די ווען, און דא פלוצים אויך א קאנטרי קערידזש. אבער אז מען מוז, מוז מען...
איצט זענען מיר שוין אויסשטאפירט מיט דריי קערידזשעס, אבער דאס האט מיר געגעבן מנוחה פון קערידזש שאפינג פאר קוים א יאר.
ס'האט נישט גענומען לאנג און די ברכה 'איבער'ס יאר אויף שמחות' איז מקויים געווארן כמעט במלוא מובן המלה. אויב האב איך מיך געוואלט איינרעדן אז דריי קערידזשעס וועט שוין אפילו גענוג זיין פאר א דרילינג, איז דאס אפילו נישט גוט געווען פאר קיין פאנטאזיע. כ'מיין, ווער אין היינטיגע צייטן וועט גיין מיט צוויי קערידזשעס אויף'ן גאס? ס'איז נישט געווען קיין הוה אמינא אז מען זאל זיך קענען באגיין אן קיין דאבעל קערידזש.
ווען איך בין דעמאלט אנגעקומען אין געשעפט איז שוין געווען גאנץ א נייע מסכתא. די נייע ליי פון קערידזשעס האבן שוין געהאט מאדנע נעמען, איינס געדענק איז געווען פעגפרעגא, אויב איך געדענק גענוי. דער נאמען ליגט מיר אין זכרון, ווייל נישט לאנג נאכדעם איז עס נעלם געווארן ווען מ'האט עס געלאזט פאר א רגע פארנט פון מיין הויז, און איך האב עס אדווערטייזט און אלע השבת אבידה קלאסיפיידס און געהאנגען צעטלעך אין די געגנט.
די פרייזן זענען שוין אויך געווען באדייטענד העכער. אבער אבי נאר אויף שמחות. איצט האב איך שוין געוואוסט אז די קערידזש וואס מען קויפט איצט איז נישט דער לעצטער ווארט. דאך, גיי רייס דיך איין מיט א קימפעטארין פאר אפאר דאלאר. ס'איז א שאד צו צושטערן די שמחה.
אזוי האב איך געקויפט נאך א רייע קערידזשעס במשך די יארן: טווין-טראוועל, טווין-קאנטרי, א נייע טווין צו ערזעצן די גע'גנב'טע א.א.ז.וו. א טייל דערפון זענען שוין נישטא, אנדערע האב איך אוועקגעבארגט פאר געשוויסטער, איינס דרייט זיך ביי מיר אינדערהיים, נאך איינס אין סטארעדזש, אבער ס'איז נאך דא גענוג אונטן אויך איך זאל נישט געדענקן וועלכע עס זענען אלץ מיינע.
אבער צו קיין באגאבו, וואס די טייערע גייען שוין היינט אין די געגנט פון אן אלף'ל – איך הער אבער אז מ'קען זיי נוצן פאר א געהעריגע און א טווין, און אויך פאר א שאפינג קערידזש (עפעס וואס ס'האט אמאל געפאסט נאר פאר אונזערע באביס, אבער ס'ווערט צוריק אין די מאדע...) – האב איך נאכנישט זוכה געווען. איך בין נאך פונעם עלטערן דור.
איצט קומט מיר א אינגערער שכן, און ער וויל מיר איינטיילן ארויסצונעמען מיינע קליינע קערידזשעס, צו מאכן פלאץ פאר זיין באגאבו? באקלאג איך מיך פאר מיין אידענע.
איך וואלט פארגעשלאגן אז מ'זאל צושטעלן ספעציעלע פארקינג גאראדזשעס פאר די באגאבוס. איז וואס - ווייל זיי פארן נישט אויטאמאטיש און ווערן נישט רעגולירט דורך מאטאר ווהיקעלס דארף מען מאכן פלאץ פאר זיי אין הויז?
און אז איך רעד שוין יא פון די טעמע, וואלט איך אויך געהאלטן אז די געשעפט אייגענטומער זאל'ן צושטעלן ספעציעלע איילס פאר די באגאבוס. עס איז מעשים כל יום וואס איך מוז אריבערגיין א גאנצע אייל ביז אונטן, און טרעפן א פרייע אייל, צו קענען מאכן א יו-טוירן, ווייל א באגאבו שטייט מיר אונטערוועגנס.
אייגענטליך איז דער פארלאנג פאר א באזונדערע באגאבו אינפאראסטרוקטור נישט מיין אייגענס. עס איז שוין אויפגעקומען פאראיאר, און בכלל נישט אין די קינדער-געבענטשטע וויליאמסבורג, נאר אין די אמעריקאנער פארק סלאופ געגנט.
אנשטאט אדער אין צוגאב צו די נייע בייק-לעינס וואס אונזער מאיאר ירום הודו האט אין די לעצטע יארן אנגעהויבן צו אינסטאלירן, האט זיך דארט אויפגעשטעלט א גרופע וואס רופט זיך פי.עס.סי.עיטש. וועלכע רופט פאר ספעציעלע קערידזש ליניעס. "זינט וועגעלעך זענען ווהיקעלס, געהערן זיי אויף'ן גאס מיט ביציקלעך, קארס און טראקס," האט גע'טענה'ט איינער פון זייערע מיטגלידער.
איז ער דען נישט גערעכט? וויפיל מאל טרעפן מיר זיך אין אזא סיטואציע ווי בלעם'ס אייזל, ווען מ'קען נישט דורכגיין צוליב א באגאבו מזה ובאגאבו מזה... און אדרבה, אפשר זאגט איר מיר ווי אזוי איר מאכט דורך א זונטאג שפאציר אויף ליע עוועניו, ווען פארנט פון יעדע געשעפט געפונט זיך א קינדער-גארטן פון וויינעדיגע באגאבוס?
פון א זיכערהייט שטאנדפונקט, וועט א באגאבו לעין אויך העלפן אז די מאמעס זאל'ן לייכטער קענען זען צי עס קומט א קאר, אן ארויסשטעקן די קערידזש פאראויס...
דער פארשלאג איז זייער א גוטער, אבער איצט דארף איך ענדיגן דעם שמועס און גיין ארויסשלעפן צוויי-דריי פון מיינע אידענטיפיצירטע קערידזשעס, ווייל מיין שכן ברענגט שוין באלד אהיים דאס קינד פון שפיטאל, און איך דארף זיין הארץ-לאז גורם צו זיין זיי זאלן דארף'ן שטיין אינדרויס'ן מיט'ן פיצל אין אזעלכע פרעסטן ביז זיי וועלן קענען דורכמאכן א וועג צווישן דעם געדרענג פון קערידזשעס.
איך קלער אז ביז מיין גראסערי און די סיטי נעמט אויף מיין פארשלאג, וועל איך מיך אויך קויפן און זיך נעמען דרייען מיט א באגאבו. אזוי וועט זיך יעדער נעמען צו רוקן פאר מיר, אנשטאט איך זאל דארף'ן אלץ מאכן פלאץ פאר א צווייטן.
Advertisement
מיטוואך פבואר 08, 2012 1:18 am
עס וואלט שוין געמעגט ארויס קימען א תקנה אז מען טאר נישט קויפען קיין באגא בא. ווייל עס איז זייער טייער.
וואס איז עס אנדריש פון א קידוש חתונה וכו'
מיטוואך פבואר 08, 2012 1:29 am
דארף איך שרייבעו א יישר כח אויף יעדע איינס באזונדער?
איי יונה האט דאך געשריבן יעדע איינס באזונדער?
אבער עס קומט דאך אזוי ניין? ער האט טאלאנט!
אבער דאס איז ארבעט אויך! יישר כח!
אבער איך האב מורא אז דו וועסט מער שרייבן ווי איך קאמפלעמענטירן
אבער נישט ווייל איך בין נישט מכיר טוב, איך בין פשוט פויל
מיטוואך פבואר 08, 2012 9:20 am
וויפיל קאסט דאס א באבעבא
מיטוואך פבואר 08, 2012 10:29 am
פיין געזאגט!
א מין איינרעדעניש אז מען קויפט איינמאל פאר אלעמאל...
מיטוואך פבואר 08, 2012 10:39 am
משה'עלע האט געשריבן:וויפיל קאסט דאס א באבעבא
נישט מער און נישט ווייניגער ווי אן אלף
מיטוואך פבואר 08, 2012 12:52 pm
נישט מער? עס איז דא וואס קאסט $1200
יישר כח יונה
מיטוואך פבואר 08, 2012 12:53 pm
איך קעניש בלייבן שטיל, ווי שטארק איך וויל..., איך מוז דא אויסשרייען א שקויעך פאר ר' יונה, איר האט מיר שטארק מחי' געווען, כאב עטליכע מאל אויסגעשאסן...
אריין אין שרייען אשכול...
מיטוואך פבואר 08, 2012 12:55 pm
סאיז דא מענטשן וואס קויפען דאס
כמיין איינער איז אזוי צודרייט
כהאב געמיינט אז און וומסב"ג מיטשעט מען זיך אויף די רענט ווער האט אזלעכע סכומים מדארף דאך ארויסנעמען א מאגערזש
מיטוואך פבואר 08, 2012 1:15 pm
גוט גוט. אויב פארשטיי איך גוט איז דיין ציל אז דער עולם זאל אויפהערן קויפן די באגעבוס ווייל דאס ווערט נישט פארקויפט אין די אידישע געשעפטן. בין איך גערעכט?
מיטוואך פבואר 08, 2012 1:16 pm
אוטש! העי, משה'לע אראפ פון די הינער פוס...
מיטוואך פבואר 08, 2012 1:17 pm
מיטוואך פבואר 08, 2012 1:54 pm
ווינקל האט געשריבן:אוטש! העי, משה'לע אראפ פון די הינער פוס...
די וואס קויפען באגאבא גייען מיט הינער פיס
אגב כהאב א באגאבא קיינמאל נישט געזען נישט און אידשע נישט און גוישע כהא קיין שום חשבונות חוץ דאס וואס כבין געווארען נשתומם אז יא סאיז דא מענטשען וואס צאלן פאר א וויגעלע 1,200.00 דאלאר
איין דאלאר היינט 3.71 שקל איר ווייסט וויפםיל געלט דאס איז
מיטוואך פבואר 08, 2012 3:37 pm
מיין באגעבא האט געקאסט זיבען הומדרעט דאלער
פרייטאג פבואר 10, 2012 12:06 pm
וואס איז דען שייך צוצילייגן צו יונה'ס ארטיקל. א שרייבער איז ער איינס-אין-דער-וועלט, ווי מיר האבן שוין ערווענט ביי זיינע פארגאנגענע ארטיקלן. אבער דייקא דער ארטיקל האט מיר געכאפט מער ווי אנדערע, וויבאלד איך האב זיך געשפירט אונעם ארטיקל כעמט ביי יעדן זאץ.
אנגעהויבן מיט די האלוועי-קערידזש פראבלעם. איך וואוין אין א 3 פאמיליע הויז אין וויליאמסבורג. נישטא קיין עליוועיטאר, אנצוקומן צום דריטן שטאק שלעפט מען זיך ארויף שווערע שטיגן, אלזא איז נישט דא קיין רעדע פון ארויפטראגן אויך דעם קערידזש. ב"ה 3 קינדער געבענטשטע פאמיליע'ס אין אזא הייזקע, יעדער פארמאגט א מינימום פון 2 אדער 3 קערידזשעס און טאקע גענוי ווי יונה האט דאס אויסגערעכנט. א געהעריגע (?) קערידזש. א טרעוועל קערידזש אבער מיטן קאנטרי קערידש האב איך זיך א עצה געגעבן. (אמממ.. נישט ממש אן עצה געגבען אבער איך האב אפגעשלאגן די פארלאנג און געניצט די טרעוועל קערידזש(גראדע א מעקלערן) אלץ קאנטרי וועגעלע.)
מיין לענדלער איז טאקע אלעמאל פארנומען ווארענען אז מ'דארף אויסליידיגען די האלוועי פון קערידזשעס וויבאלד מ'קען נישט געהעריג דורכגיין, אבער ס'העלפט א מכה. קיינער וויל נישט אוועקסטארעדשען קיינע פון די וועגעלעך וויבאלד יעדעס איינע האט מען דאך געקויפט פאר א צווייטע תפקיד.
אוי וויי. ער דערמאנט מיר פון די סילווער קראוס. עס איז געשווימען ווי א שיף, זיך געווארפן ארויף און אראפ, געווען ברייט און גרויס. גראדע אין די קערידזש ליין קען מען זאגן ריכטיג אכשר דרא. ס'טאקע טייער אין פרייז. אבער די באגעבא איז פיל קלענער און בעיקר איז דאס גאר גרינג צו מאנעווירן. און דאס איז די שטערקסטע מעלה פון די באגעבא.
ווען מיר האבן אפגעמאכט נאכן וואך נאכט איינצוהאנדלן א באגעבא איז מען געזיצן אויף וועב סייט'ס און געווען אויפן טעלעפאון מיט געשעפטן גאנצע טעג. נישט וויסענדיג וואס צו קויפן צווישן די עטליכע סארט פון די באגעבא משפחה. נאך עטליכע טאג איז אפגעמאכט געווארן איינצוהאנדלן די 2010 באגעבא-בי קערידזש. געצאלט האב איך בערך $670 און נאך קורצע אנווייזונגען פון א באגעבא טעכניקער האבן מיר דאס אנגעפאגען צו ניצן.
עס האט נישט געדוירט קיין 4 וואכן און אין איין שב"ק נאכמיטאג ביים גיין אין שוהל צו של"ס באמערק איך אין האלוועי אז מיין באגעבא פעלט. איך זיך ארום און איך זעה עס נישט אין ערגעץ. איך האב זיך געיאגט אין שוהל און פארגעסן דערפון, היים אהיימקומן איז שוין אלעס געווען איבערגעדרייט און אלע משפחות זענען געווען אריינגעמישט אין די פיבערהאפטיגע זיכונגען נאכן טייערן באגעבא-בי. נאכן איינזעהן אז עמיצער האט דאס גע'לקח'נט און קיין ווידיאו סערוועלינס האבן מיר סייווי נישט פארמאגט, האב איך געמאכט א פאליציי רעפארט און דער פאליציאנט האט מיר געווינטשן אסאך הצלחה זאגענדיג אז אפילו איך טרעף יא א גוי דערמיט אבער וויבאלד איך האב נישט עפעס קיין אויסערליכער סימן דעראויף וועל איך עס קייינמאל נישט באקומן (די קערידש ליינער האט יענער וואגאבונד געלאזט אין האלוועי)
אבער כדאי צו ווייזן פאר די באנדיטן אז מיר לאזן זיך נישט, האב מיר שוין טאקע דעם קומענדיגן טאג געצאלט פאר א נייע נאכמאל די זעלבע פרייז...
פרייטאג פבואר 10, 2012 2:07 pm
WOW פשיהא דער יונה האט אונז נאכאמאל געוויזן...
דו איבעראשט אונז מיט דיינע זיסליכע זאפטיגע ארטיקלען!
פרייטאג פבואר 10, 2012 2:09 pm
איך האב געבוקמארקט דעם אשכול צו ליינען לכשירחיב. אבער איך האב א שטיקל הגה אויף די היי-וואכיגע ארטיקל איבער "ברוך מתיר אסורים" [א געראטן ארטיקל, איך בין געפלעפט ווי דו ביסט מצליח וועכנטליך אויפצוקומען מיט עפעס פריש און אלץ מיטן זעלבן מוסר השכל]. שרייבסט אז דיין אינגל האט דיך אויפגעוועקט און דו האסט גערעדט צו אים און דערנאך געגאסן נעגל וואסער און געזאגט מודה אני. אונז האט מען געלערנט אז מודה אני איז די ערשטע זאך, דאן נעגל וואסער, דאן רעדן.
שבת פבואר 11, 2012 10:01 pm
יישר כח פאטאקי פאר די לינקס מיין באגי-בי איז פון די אפעקטירטע, גראד ביים קויפן האביך געזען אז ס'טויג נישט די רעדער, דער געפעט מאן (א היימישע איד פון בורו פארק) האט מיר געהייסן שמירן די רעדער מיט א שפריץ דאבעליו-די-פארטי. און דאס האט געמאכט דעם דזאב עד היום הזה.
אבער אז מ'טיילט נייע רעדער בחנם ביניך אויך א קאנדיטאט... יישר כח.
------
א ספעציעלע דאנק פאר ר' יונה פאר די זיסע ארטיקל (א ספעציעלע דאנק פארן נישט אריינדרייען די זעלבע טעמע פון יעדע וואך... ס'איז סאך בעסער אזוי )
זונטאג פבואר 12, 2012 5:04 pm
וואס האב איך דען צו צולייגן
יעך האב נישט קיין באגאבא
איז בעסער אז איך מיש זיך ניט אריין
אבער יונה'לע א יישר כח איך האב הנאה געהאט עס צו ליינען
און ווייסטו וואס איך וועל דיר זאגן איך האב רחמנות געהאט אויף דיר
איי וועסטו פרעגן פארוואס?
דער תירוץ איז
ווייל איך האב די זעלבע פראבלעם אין מיין דרייוווועי מיט פארקינג
מאנטאג פבואר 13, 2012 1:27 pm
קרעמער האט געשריבן:איך האב געבוקמארקט דעם אשכול צו ליינען לכשירחיב.
דער לכשירחיב איז יעצט אנגעקומען, און דער ארטיקל איז פיין געווען.
מאנטאג פבואר 13, 2012 1:31 pm
יא לכשירחיב
א ברייטקייט איינס אין דער וועלט
פרייטאג ינואר 18, 2013 11:39 am