די אפעראציע איז געלונגען...
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- גראדער
- שר האלף
- תגובות: 1097
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
- לאקאציע: אין די הויזן
די אפעראציע איז געלונגען...
בעזהשי''ת, בס''ד
זיצנדיג אין ביהמ''ד אין די פארמיטאג שעה'ן זעה איך לעצטנס א מראה וואס רעגט מיר שטארק אויף, אינגעלייט וואס האבן קוים אויסגעוואקסן די פעמפערס, די געפילטע פיש פון די לעצטע שבע ברכות ליגט זיי נאך אין די ביינער און די פיש זאפט בליטשקעט נאך אויף די פריש געצייטיגטע בעקעלעך, האלטענדיגט דריי, פיר, זעקס חדשים נאך די חתונה, און שוין שטיפן זיי אדורך דעם פארמיטאג ווי די זקני הליידיג גייערס, מיט די פולסטע עקספיריענס כזקן ורגיל...
איך רעד דא נישט פון די וואס זענען שוין אין ישיבה געווען אין די בחינה פון בבקר יאמר מי יתן ערב, איך דערמאן זיך א גוט ווארט וואס איך האב אמאל געהערט פון ר' פנחס דוד שווארטץ ע''ה (א טרערל לע''נ. א זיסער איד געווען...) האט ער געזאגט אזוי, מ'שטייט אויף אינדערפרי זאגט מען ברכת התורה, איז מען מתפלל והערב נא, והערב האט צוויי טייטשן, א בחור וואס האלט ביים לערנען בעט זיך והערב נא, באשעפער איינציגער מאך מיר זיס די תורה, מאכט זיך אבער אז א בחור האלט נישט ביים לערנען פאר קיין שום איד געדאכט... ס'ליידער דא אזעכלע אויך בתוכנו... עפנט ער זיך אויף די אויגן אינדערפרי (פאר סוזק''ש פארשטייט זיך...) און ער בעט, רבש''ע, והערב נא, מאך שוין נאכט... שטופ אדורך דעם טאג... ודפח''ח וש''י.
עכ''פ, מיר רעדן פון די וואס האבן געלערנט דעם ערשטן פשט אין פסוק, זיי האבן יא געלערנט אלס בחור, מוז טאקע נישט זיין אז ער איז געווען דער גרעסטער מתמיד, אפי' נישט איינס פאר דער גרעסטער, אפי' דער בינוני, האט ער חתונה מיט א פלאן זיך אוועקצושטעלן אויפן לעבן אלס א נארמאלער מענטש, א געוויסעט תקופה זיצן אין כולל, קוועטשן די באנק, טרינקען קאווע, גיין מיט א חאלאטל, וכו' אלע בענעפיטן וואס די כולל אינגעלייט פארמאגן בדורנו, גייט אבער אדורך א חודש נאך א חודש, און ביז געציילטע חדשים זעט מען אים זיך דרייען זוכן א צענטן צום חצות מנין, וואס זאל איך טאן, ס'טוט מיר וויי עס צוצוקוקן.
מאכט זיך אז מיינס גאר א נאנטער חבר, כ'האב אים גוט געקענט אלס בחור, א בינוני מיט אלע מפרשים, איך וואלט געזאגט א גוטער בינונני, א געוויסע מאס ערליכקייט און פיינקייט אין זיך, האט ער חתונה געהאט א האלב יאר צוריק, און דא האלט איך מיט פונדערנאנט ווי ער האט זיך ארויפגעזעצט אויף א ריזיגן גליטשער, און ער גליטשט אזוי אראפ אויף הונדערט מייל א שעה...
אים קענענדיג פונדערנאנט האב איך געזעהן אויף די נאז אז אויך אים טוט עס וויי, אבער מי אנכי אים צו גיין זאגן א ווארט, איך האב מיטגעהאלטן ווי פיר פון די פינף כולל טעג א וואך קומט ער נישט אן פארמיטאג אין כולל, איך מיין אז ער ווייסט ניטאמאל אז זיין חברותא לערנט שוין לאנג מיט א צווייטן, אדער איז ער שוין גאר געגאנגען ארבעטן... עכ''פ דער פארמיטאג ווערט פארברענט מדי יום ביומו אזוי פאר מיינע פליישיגע אויגן, ס'האט מיר געריסן ביים הארץ, אבער כ'האב מקבל געווען די יסורים, זיך פארביסן די ליפן, און גארנישט געזאגט.
ווען האט געפלאצט מיין געדולד? די לעצטע פאר טאג האב איך אים אנגעהויבן צו טרעפן אויך ביי מנחה מעריב, דאס הייסט אז נאכמיטאג גייט ער שוין אויך נישט אין כולל, ''וואס גייט פאר'' גיב איך אים א פרעג, ''כ'האב מחליט געווען צו זוכן ארבעט אויף נאכמיטאג, נאר פארמיטאג גיי איך גיין אין כולל.'' ס'נעבעך נישטא ווער ס'זאל לאכן... ''האסט שוין א דשאב?'' גיב איך אים א פרעג, ''ניין'' זאגט ער, אבער היות ער האט מחליט געווען אז ער גייט ארבעטן איז ער דאך שוין נישט קיין כולל אינגערמאן...
דא האב איך זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן, קען זיין אז איך בין אבסעלוט נישט גערעכט, אין אמעריקע זאגט מען ''מיינד יור אן ביזנעס'' אבער היות איך שפיר זיך גאר נאנט צו אים, און איך ווייס ער איז באמת א פיינער, האב איך מחליט געווען אז לא עת לחשות, מ'גיימיר מאכן אן אפעראציע...
נאך מעריב גיב איך אים א פרעג, ''יאגסט זיך ערגעץ?" אוודאי האט ער געענטפערט אז נישט, האב איך אים געגעבן א שלעפ אין די זייט, זיך אוועקגעזעצט ביי א טישל, זיך אנגעטון די זיידענע הענטשיקעס, און אנגעהויבן שניידן...
''קוק אהער יואלי'' האב איך אנגעהויבן דעם שמועס, קען זיין אז ס'וועט דיר נישט זיין אנגענעם וואס איך וויל יעצט רעדן מיט דיר, בין איך דיר מודיע פון פאראויס, די רגע וואס דו שפירסט זיך אומאיינגענעם קענסטו זיך אויפשטעלן און אוועקשפאצירן, איך וועל אינגאצנן נישט ווערן באליידיגט... זאלסט אבער וויסן אז ווילאנג דו זיצט דא גיי איך רעדן.
איך האב אנגעהויבן מיטן מסביר זיין אז איך זעה אויף אים אז ער איז פארקלעמט און ער קען נוצן הילף, ביזט ליידער נישט קיין בן יחיד אין דעם מצב, נאר צו דיר שפיר איך זיך פשוט ווי א ברודער, קען איך פשוט נישט צוקוקן וויאזוי דער מצב גייט צו.
איך האב אים אראפגעלייגט פונקטליך וואס ער שפירט יעדע נאכט פארן גיין שלאפן, די ליידיגקייט, די דעפרעשן, דער דורכפאל, די בושה פון די פרישע ווייבעלע, וכו' וגו' דערווייל איז ער געבליבן זיצן, דאס הייסט ער איז נאכנישט אנטלאפן, הייסט עס אז איך קען ממשיך זיין...
די ערשטע זאך האב איך געארבעט אים קלאר צו מאכן אין זיין אייגענעם קאפ וואס זיין מצב איז, אמאל צו קענען צוריק אויפבויען דארף מען אויסגראדן דעם שטח, דארף מען אפקראצן די שמוץ אפי' ס'טוט וויי... איך האב אים געפרעגט וואס זיין שאיפה איז געווען אסרו חג פון די שבע ברכות, וואס איז געווען זיין פלאן דעמאלס אויסצוקוקן היינט, היום יום, א באהאלטענע טרערעלע האט באגלייט זיינע תשובות...
פרובירנדיג ארויסצוקריכן וואו די באן איז אראפגעפארן פון די רעלסן, האבן מיר אנגעהויבן רעדן פונעם עתיד, ''לאמיר רעדן אפן'' האב איך אים געבעטן, וויאזוי איז יעצט דיין פלאן אויסצוקוקן זעקס חדשים ארום? און וואס מאכט דיר טראכטן אז דו גייסט זיך טאקע האלטן צו דעם פלאן, אויב ביזטו יעצט כרחוק מזרח ממערב פון דיין פלאן זעקס חדשים צוריק?! האב איך ממשיך געווען איינצואווארפן דעם אלטן בנין פארן אויפבויען דעם נייעם.
אנפאנג האט ער נאך פרובירט צו בלאפן מיך און זיך אז ער פלאנט צו לערנען א האלבן טאג, ס'האט מיר דערמאנט פון יענעם וואס האט געזאגט אז ער קען האלב ש''ס, וואס מ'האט אים געפרעגט איז פונקט געווען פון די אנדערע האלב... אדער ווי דער יארמע רב זז''ג האט געזאגט אז בעצם איז ער א כולל אינגערמאן, א האלבן טאג לערנט ער נישט און א האלבן טאג ארבעט ער נישט...
עכ''פ, נאך א האלבע שעה האמיר קלאר ארויסגעהאט דעם בילד, דער אינגערמאן ווייסט באמת נישט אויף וועלכע וועלט ער איז, ער האט 'באמת' געוואלט לערנען, אבער יעצט איז ער מיואש אינגאנצן ביזן סוף, ער שפירט אז זיצן אין כולל איז נישט פאר אים, קיין ארבעט טרעפט זיך נישט אזוי גרינג, און היות זיין משפחה און אלעס ארום זענען בני תורה איז ער מיואש, צוקלאפט, ער שפירט זיך אלס א טאטאלער דורכפאל.
וועלנדיג גליען דעם אייזן ווילאנג ס'איז הייס גיב איך אים א פרעג, ''זאג מיר יואליש'ל, אויב השם ירחם פאר אלע שונאי ישראל געזאגט קומסטו היינט נאכט אן צום בי''ד של מעלה, וואס האלטסטו, מ'וועט דיר פאר'פסק'נען גן עדן אדער גיהנם?" א האלבער שמייכל באווייזט זיך, ''וואס איז די שאלה בכלל, אוודאי בין איך א ערענסטער קאנדידאט אריינצופליען אין גיהנם מיטן ערשטן באן וואס פארט אין יענע ריכטונג.''
דעם לעצטן פראסק האב איך אים געגעבן מיט די פאלגענדע שאלה:
''אם כן, אויב דו האלטסט אז דו ביזט ממילא דורכגעפאלן, ס'איז דיר נישט געלונגען זיך אוועקצושטעלן אזוי ווי דו האסט געוואלט, און ווי איך זעה האסטו שוין אינגאנצן אויפגעגעבן אנצוקומען דערצו, אויך ביזטו קלאר און זיכער אז דו גייסט זיך פעסט פרעגלען אין גיהנם, זיי מיר מסביר וואס האלט דיר אפ פון זינדיגן?! אויב השם ירחם דו דערזעסט זיך יעצט פאר א נסיון, וואס אין די וועלט האלט דיר אפ פון נישט אריינפאלן אין שאול תחתית! ביזט דאך השם ירחם מיואש ביזן סוף???!!!"
דא האט עס געקראכט, ער זאגט מיר נעבעך, דו רעדסט די גאנצע צייט וויפיל איך בין געפאלן די לעצטע זעקס חדשים, איך זאג דיר אז איך גליטש יעדע איינציגע וואך, איך בין נישט די וואך וואס איך בין געווען פאריגע וואך, און פאריגע וואך בין איך נישט געווען דאס וואס א וואך פריער, איך ווייס באמת נישט וואס צו טון...
שוין, די ערשטע חלק איז געענדיגט, מ'האט אפערירט דעם חולה, אויפגעשניטן דעם הארץ, אלעס איז גרייט עס אויסצופיצן און צוריק אריינלייגן...
הער זיך צו יואלי, די ערשטע זאך וויל איך דיר מסביר זיין איין נקודה, איך בין נישט קלוגער פון דיר, נישט חשובער, נישט ערליכער, נאר פשוט אביסל עלטער, און אלעס וואס דו גייסט אריבער יעצט בין איך שוין אריבער, דעריבער קען איך דיר פשוט מייעץ זיין וויאזוי אריבערצופארן די גאס אן בלאנדשען אדער אריינהאקן אין א וואנט... איך קען פשוט די וועג, איך בין עס שוין געפארן, איך ווייס וואו ס'איז דא א באמפ, ווי ס'איז דא א לאך, ווי ס'קומט א שווערער דריי, קען איך דיר פשוט גיבן דירעקשנס זאלסט ארויסקריכן פונעם פלאנטער...
איינמאל מ'האט אויסגעקלארט די נקודה, קען מען גיין ווייטער.
די ערשטע זאך לאמיר דיר קלאר מאכן, איך האב אמאל געהאט א געשעפט, דער געשעפט האט געהאט א בוקקיפער (בוכהאלטער בלע''ז, נאך פון די צייטן ווען מ'פלעגט האלטן חשבונות אין ביכער? געדענקסט? עה, נאך פאר דיינע צייטן געווען...) זענען מיר געזעצן אמאל אויף די ביכער, מ'האמיר געוואלט אויסרעכענען צו דער געשעפט מאכט געלט, אדער חלילה פארקערט, פארוואס? ווייל אויב א געשעפט מאכט נישט קיין געלט פארמאכט מען דעם געשעפט, ווער רעדט נאך אויב ס'דערלייגט געלט יעדן טאג, רופט מען דעם שלעסער און מלייגט ארויף א ריגל, דער געשעפט ווערט געשלאסן!
אז דער רבש''ע האט דיר צוריק געגעבן די נשמה היינט אינדערפרי איז טייטש אז ער פארדינט נאך אויפן געשעפט! ווען נישט וואלט ער עס געשלאסן! אויב דער רבש''ע וואלט געהאלטן אזוי ווי דיר, ער וואלט געהאלטן אז דו ביזט א בר גיהנם, און ער וואלט נישט געזעהן פאר דיר קיין גרינגער וועג ארויס וואלטסטו נישט געהאט די פריוועליגיע צו זיצן יעצט קעגן מיר דא אין שוהל און כאפן פעטש... (בעצם האלטן מיר שוין ביים שטאפל פון גלעטן...)
אלא מאי? דער רבש''ע איז נישט אזוי ברוגז אויף דיר ווי דו טראכטסט, ער איז נישט אזוי צוקריגט מיט דיר ווי דו מיינסט, ער איז נישט מיואש פון דיר ווי דו שטעלסט זיך פאר, ווייל דו קענסט און דו וועסט, זיך שטעלן אויף די פיס איינס צוויי.
איך האב קלאר געזעהן אז מיינע ווערטער פאלן אויף טויבע אויערן, כ'האב אבער געוואוסט אז אי''ה א האלבע שעה ארום, ווען איך וועל אים עס אי''ה איבערזאגן נאכאמאל וועט ער עס שפירן אין אלע ביינער, וכך הוה...
לאמיר אבער גיין כסדרן, צום ערשט יואלי לאמיר זעהן וואס דער אויבערשטער וויל פון אונז, דערנאך וועלן מיר זעהן ווי גרינג און געשמאק ס'איז עס אויסצופירן.
דער רבש''ע האט באשאפן א וועלטל, כהיום דרייען זיך דא בערך א פיר ביליאן מענטשן, (כ'האף אז איך האב דעם נומער קארעקט, כ'האב נישט איבערגעציילט לעצטנס...) די גאנצע וועלט האט ער באשאפן צוליב כלל ישראל, פאר אונז, פאר דעם נחת רוח וואס ער האט פון אונז, מיר, דאס הייסט איך און דו, זענען בעצם פון די בעסטע חלק אין כלל ישראל וואס דער רבש''ע פארמאגט, און ווי מיר קוקן זיך אן טראגן מיר נעבעך אזא פנים, הייסט דאס אז די גאנצע בריאה איז דורכגעפאלן ח''ו?!
מיר זענען דאך נישט קיין רשעים, מיר זענען דאך די פשוטי המון עם, דאס הייסט אז דער גרעסטער חלק פון אונזערע מענטשן, די אזוי גערופענע ''פרומע'' חסידישע אידן, קוקן נישט אויס צופיל בעסער פון אונז, און מיר זענען שוין די ''מובחר הבריאה'' און אויב מיר וועלן ח''ו זאגן אז מיר האבן אויך געפוטשט, מיר וועלן אנקומען אין גיהנם, מיר זענען 'דורכפעלער', הייסט דאס אז די גאנצע בריאה איז חס ושלום דורכגעפאלן?! ס'קען דאך נישט זיין אזא מציאות, דער רבש''ע פאלט נישט דורך! ווערן ער מאכט עפעס איז עס פונקליך וויאזוי ער האט געוואלט! און אויב דאס איז דער מצב פון די בריאה, איז דאס פונקטליך וואס ער האט געוואלט פון ששת ימי בראשית.
אלא מאי? וואס טאקע וויל ער פון אונז? הער זיך צו, ס'איז דא אזעלכע וואס דער אויבערשטער דארף פון זיי אכצן שעה א טאג תורה, ס'איז דא אזעלכע וואס ער האט דעם זעלבן נחת רוח ווען זיי לערנען צוועלף שעה, דערנאך איז דא אידן וואס דער רבש''ע האט נאך א גרעסערן נחת רוח אויב זיי לערנען אכט שעה א טאג, פון אנדערע שעפט דער אויבערשטער תענוג און נחת אז זיי לערנען כאטש פיר שעה, אדער צוויי שעה...
דער רבש''ע האט זיך מיט יעדן מענטש זיין חשבון, ער האט הנאה פון אונז ווען מיר עפענען זיך די אויגן און מיר זאגן מודה אני לפניך מלך חי וקים... נאכדעם האט ער ווידער הנאה אז מיר גיסן זיך אפ נעגל וואסער, מ'זאגט ברכת התורה, מ'לייענט קריאת שמע, מ'מאכט א ברכה אויף די קאווע, וכו' אזוי במשכ'ן טאג קומט אויס צענדליגער און הונדערטער מאל וואס מיר שאפן א תענוג ונחת רוח פארן אויבערשטן.
און יעצט לאמיר מאכן א חשבון וויפיל מיר קענען צולייגן צו דעם, ווען מיר זאגן די ברכה מיט א משהו מער כוונה, ווען מיר האבן א פינטל מער כוונה ביים דאווענען, ווען מיר זענען אביסל מער מקפיד אויף זמן תפלה, ווען ס'מאכט זיך אמאל און מ'האלט זיך צוריק פון א לשון הרע'לע נאר מיט די כוונה לעשות נחת רוח, אה, ווי געשמאק שפירט זיך דערנאך, אזוי קען מען שטייגן און שטייגן אן בכלל משנה זיין סדרי בראשית אן טון דראסטישע שריט אין לעבן.
געווענטליך וואס האלט צוריק א מענטש פון זיך נעמען אין די הענט אריין איז דער פחד אז ער דארף ווערן א בעל תשובה און טוישן זיין גאנצן סדר היום און מהלך החיים, און וואס וועט זיין אויב ס'וועט נישט געלונגען און יעדער וועט מיטהאלטן זיין דורכפאל... עפ''י דרכינו קען מען אבער ווערן א בעל תשובה אן דעם וואס זאל אפילו כאפן אז עפעס גייט דא פאר, סתם אזוי, מ'קען במשך דעם גאנצן טאג, אפילו ביי די ארבעט, ביים שמועסן, ביי יעדע זאך וואס מ'טוט, דינעם דעם אויבערשטן און טון א נחת רוח ליוצרנו.
לאמיר לאזן א מינוט יואלי'ן אין די זייט, ער הערט נישט וואס איך זאג אייך יעצט... אוודאי און אוודאי בין איך נישט גורע פון די וואס האבן די זכי' מקיים צו זיין דעם שבתי בבית ה' און זענען עוסק בהויות דאביי ורבא איבער א שווארצע קאווע און א בלויע גמרא... איך רעד יעצט נישט צו זיי, זיי זאלן ביטע נישט מפסיק זיין פון לערנען און זיך נישט אונטערהערן אונזער שמועס...
אקעי יואלי, קענסט צוריק קומען...
הקיצור, הייבסט שוין אן צו כאפן אז טאקע יא, אויף דעם מצב וואס מיר זענען יעצט קענען מיר ערפילן דעם פליכט אויף וואס מיר זענען געבוירן געווארן, מיר קענען נאך זיין חשובער פון דיין ברודער משה וואס לערנט אגאנצן טאג, ווייל אויב ערווארט דער רבש''ע פון אים צוועלף שעה א טאג לערנען, און מיר ווייסן דאך אז ער איז טאקע ביכולת עס צו באווייזן, אויב ער איז זיך מתרשל וועט ער כאפן קלעפ, פון אונז אבער ערווארט נישט דער רבש''ע דאס, ער דארף מיר זאלן אים דינען אין די גשמיות'דיגע וועלט, און דאס קענען מיר אי''ה מיט אביסל קאפ דערגרייכן גאר שנעל און גרינג בס''ד.
יואלי ווערט שוין עקסייטעד, איך זעה אויף זיין פנים אז ס'איז גארנישט דער מיואש'דיגער פון א שעה צוריק, איך האב דאך געוואוסט אז ער האט א גוטע נשמה, איך האב דאך געוואוסט אז ער זוכט דעם וועג צו טון דעם רצון ה' און זיין א פיינער איד, ער איז דאך געווען צובראכן ווייל ער האט נישט געקענט טרעפן דעם וועג און ער האט שוין געטראכט אז ס'איז דערנאך מיט אים, פלוצונג ווען ער הערט אבער יעצט אז ס'איז יא דא עפעס א מהלך, דער מצב איז נאכנישט פארלוירן, לעבט ער אויף, ער עפנט זיך גרויס די אויערן צו הערן וויאזוי מ'מאכט עס טאקע.
''מוזט אבער פארשטיין איין זאך גראדער טייערער'' זאגט ער מיר, ''איך האב אסאך געגליטשט די לעצטע צייט, איך האב זיך שוין אפילו אפאר מאל אויסגעגליטשט... ואכמ''ל..."
''יעצט לייגן צו גוט קאפ יואלי'' זאג איך אים, הער וואס איך וועל דיר מסביר זיין, ווען איינער גייט אריין אין א שוך סטאר ווערט ער נאכנישט קיין שוסטער, אז איינער זיצט און האקט שיך אגאנצן טאג איז ער א שוסטער, אז איינער פאלט אדורך איז ער נישט קיין שגץ! דו ביזט א פיינער חשובער ערליכער אינגערמאן וואס איז בטעות אריין אין שיך סטאר, ביזט נישט געווארן קיין שוסטער! איינער וואס גייט במזיד און האקט שיך אגאנצן טאג איז נעבעך א שוסטער, ודי...
יעצט לאמיר אוועק שטעלן א מהלך החיים אז חוץ פון ווען דו דארפסט קויפן שיך זאלסטו נישט אנקומען אין שיך סטאר...
פרעגט ער מיר אזוי, ''איך וועל דיר זאגן וואס עס באדערט מיר, אויב בין איך טאקע דאס וואס איך האב אמאל געמיינט און געהאלטן אז איך בין, אן ערליכער אינגערמאן, וויאזוי בין איך דורכגעפאלן?!"
צוויי תירוצים וועל איך דיר ענטפערן, איינס א פשוטע, און די צווייטע מער אן אריכות.
אויב דו געדענקסט האב איך דיר געשטעלט א פראגע אנהייב שמועס, ווען דו ביזט נאך געווען צובראכן און מיואש, ווען דו האסט געהאלטן אז דו ביזט א טאטאלער דורכפאל, דו וועסט ממילא פלאקערן אין גיהנם, האסטו מיר נישט געקענט ענטפערן וואס עס האלט דיר צוריק פון אן עבירה, דאס איז דער פועל יוצא פון יאוש און עצבות.
צווייטנס וועל איך דיר צולייגן אויף קליין געלט וואס קומט דא פאר.
נו, אז מ'רעדט פון געלט איז ער זיכער גרייט צו הערן...
אז ס'איז שוין אריבער אנדעטהאלבן שעה און ער זיצט נאך נעבן מיר, ער איז גרייט צו קאפערירן, ער לאזט מיר נישט אראפ קיין פראסק ווען איך טשעפע אים, הייסט עס אז איך קען ממשיך זיין, גיב איך א מילדע הוס און איך בין אים מסביר אזוי.
א מענטש איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי חלקים, א מח מיט א הארץ, דער מח אנטהאלט אלע זיינע מחשבות, אלעס וואס איך זאג דיר יעצט גייט דיר האפענטליך אריין אין קאפ, דאס הייסט אין מח. למעשה ווערט אבער דער מענטש בעיקר געפירט דורך זיינע געפילן, דאס הייסט דורכן הארץ. דעריבער טוען מיר ליידער זייער אסאך זאכן אפילו מיר ווייסן קלאר אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן און מיר ווילן עס נישט טון.
די חז''ל זאגן זייער פשוט, צדיקים לבם ברשותם, רשעים הם ברשות לבם, ליידער זענען גאר ווייניג מענטשן אויפן מצב פון לבם ברשותם, דעריבער אפילו נאכן קונה זיין אסאך תורה און אפילו הערן אסאך דברי מוסר, ווילאנג א מענטש ארבעט נישט דורכצוברעכן די נקודה אז ס'זאל זיין לבו ברשותו, ער זאל זיין בעל הבית אויף זיינע מעשים, קען פאסירן זאכן אנדערש ווי זיין רצון, (מילד גערעדט...)
איך זעה אויף די קנייטשן פון זיין שטערן אז ער האט נישט פונקטליך פארשטאנען וואס איך האב יעצט געזאגט, פלוצלונג האב איך עפעס אנגעהויבן ווארפן דאקטארישע טערמינען, מח, הארץ, מיט נאך אפאר לשה''ק ווערטער אינדערמיט... שוין, איך וועל עס מוזן מסביר זיין אביסל ברייטער.
ווען איך שטעל זיך דאווענען און אינמיטן שטעלט זיך איינער א פרעמדער אראפ נעבן מיר און נעמט זיך רעדן דברים בטלים ומבוטלים הויך אויפן קול, האט עס עפעס צו מיר? מיינט עס עפעס אז איך בין אויף א שוואכערע דרגה? דער תניא האלט אז נישט! די זעלבע זאך זאגט ער איז די מעשה מיטן הארץ, דער בעל דבר ארבעט דארט פלייסיג, די אידישע נשמה ליגט אין מח, הנשמה שבמחי, דארט האבן מיר ב''ה קונה געווען אסאך תורה ויר''ש, וויבאלד אבער מיר ווערן געפירט דורך די הרגשים פון הארץ, דאס הייסט יעדע זאך וואס מיר טוען ווערט געמאסטן צו מיר האבן עס ליב, אדער צו מיר האבן מורא פון עפעס, הרגשים, פילינגס, דאס פירט אלע אונזערע מעשים, דעריבער קענען מיר אמאל דורכפאלן מיט זאכן וואס אין מח איז עס גענצליך אפגעפרעגט ביי אונז, אדרבה, מיר זענען גאר שארף דערקעגן.
הקיצור, אין די מינוט וואס מ'לאזט אונז ארויס פון שטייג, דער משגיח פון ישיבה האט אונז באפרייט, מיר זענען שוין אינגעלייט, 'כאילו' פריי בוחר צו זיין אליינס וואס צו טון, קומט פאר א מעכטיגע קאמפף, אלעס וואס מיר האבן אין קאפ אויף איין זייט, אונזערע שאיפות אויסצואוואקסן ווי משה רבינו, אונזער חשק צו עבודת השם, אונזער תאוה צו האבן א געשמאק אין א בלאט גמרא, אלעס וואס מיר האבן איינגעזאפט אין די בחור'ישע יארן, אלעס איז אין קאפ.
פון די אנדערע זייט איז דא געפילן, ווען יואלי זעהט איינעם מיט א פייף דשי איי פאד גליסט ער עס, ווען גרונם זעהט זיין ברודערס חבר מיט א שיינעם נייעם גלאנציגן קאר, דערנאך דאכט זיך אים אז זיין פארטאגס חברותא פון צעירים וואס איז געגאנגען ארבעטן האט מצליח געווען, דערנאך קומט ער אן צו א קאמפיוטער, ומחר אומר לו עשה כך, דער הארץ נעמט זיך אים ציען מיט אייזערנע קייטן אויף די אנדערע ריכטונג, און דער נעבעכדיגער יואלי ווערט צוריסן און צופליקט צווישן די צוויי צדדים...
איין זאך זאלסט אבער וויסן קליפ און קלאר, ''דו'' ביזט דאס וואס דו האסט אין מח! דאס וואס דו פארשטייסט אז דו דארפסט טאן! און דאס איז אונזער ארבעט אויף די וועלט, זיך צו שלאגן מיטן הארץ! יעדע מינוט פון טאג דארפן מיר פרובירן צו טאן דאס וואס דער קאפ זאגט אז ס'איז ריכטיג און אויסגעהאלטן נישט וואס דער הארץ גליסט!
הער זיך צו יואלי, מיר גייען אי''ה אנהייבן פון די רגע און ווייטער צו פרובירן וואס מער טון דאס וואס מיר פארשטייען אין קאפ, ס'גייט נישט אין איין מינוט, ניטאמאל אין צוויי... ס'איז א לאנגער פראצדור, אבער אז מיר וועלן ארבעטן דערויף וועלן מיר אנקומען זיך צו האבן אי''ה הונדערט פראצענט אונטער קאנטראל!
פארשטייט זיך אזוי ווי מיר האבן פריער געשמועסט, מיר טוען נישט קיין דראסטישע זאכן, מיר גייען צוביסלעך און געשמאק, מיר גייען אי''ה ארבעטן אויף צוויי חלקים.
צום ערשט גייען מיר ארבעטן אויפן קאפ, דער קאפ זאל זיין מסודר, מיר וועלן זיך קלאר מסדר זיין וואס מיר ווילן יא טון און וואס נישט, מיר וועלן זיך אויסקלארן די ריינע השקפה ע''פ תורה וואס דער רצון ה' איז מיר זאלן טון אין דעם מצב, מיר וועלן קלאר וויסן וויפיל מיר קענען אויפטאן פארן אויבערשטן אפילו ווען מ'שטייט אין א געשעפט ביים רעדשעסטער, מיר וועלן קלארשטעלן וויפיל נחת רוח מיר קענען גורם זיין פארן אויבערשטן יעדן איינציגן טאג דורך טויזענטער קליינע הנהגות טובות.
דערנאך וועלן מיר זיך נעמען עס אויספירן טריט נאך טריט, דעם ערשטן טאג וועלן מיר פרובירן אז כאטש אויף צען פראצענט פונעם טאג זאלן מיר זיין בעה''ב, און צען טאג שפעטער וועלן מיר צולייגן נאך פינף פראצענט... און אזוי ווייטער און ווייטער.
און אויב מיר וועלן זיך איבערצייגן אז צען פראצענט איז צופיל, וועלן מיר אנהייבן מיט פינף, מיר וועלן גוט אפשאצן דעם מצב אין וואס מיר שטייען, און זעהן וויאזוי מ'גייט פון דא ווייטער און העכער, ווייל דאס איז די סיבה פארוואס מיר זענען אראפגעקומען אויף די וועלט! דאס איז פונקט וואס דער רבש''ע וויל פון אונז! פון דעם מצב וואס מיר שטייען זאלן מיר שטעלן א טריט נאך א טריט צו ווערן נענטער צו אים, ביז מיר וועלן זוכה זיין דעם גאנצן טאג, פיר און צוואנציג שעה, יעדע רגע און יעדע מינוט צו טראכטן פון אויבערשטן און טון זיין רצון.
לסיומא דמלתא:
מ'זאגט נאך איך מיין פונעם גר''א, ביי יעדן מענטש איז דא דריי קאטעגאריעס, למעלה מן הבחירה, דאס הייסט זאכן צו וואס ער צילט ניטאמאל אנצוקומען, בחירה, דאס הייסט אז ער האט א בחירה עס יא אדער נישט טון, למטה מן הבחירה, דאס הייסט אז ער האט ניטאמאל א נסיון עס צו טון.
יעדע זאך אויף דער וועלט ווערט ביי יעדן מענטש אריינגעשטעלט אין איינע פון די דריי קאטעגאריעס, דאס הייסט אזוי, אז איך זאל עוסק זיין בתורה ווי דעם ראגאטשאווער איז דערווייל למעלה מן הבחירה, איך זעה נישט קיין מצב לעת עתה ממילא טראכט איך ניטאמאל דערפון, צו האבן א שיעור תורה אפאר שעה א טאג איז ביי מיר די בחירה, מ'שלאגט זיך דערויף, חילול שבת איז למטה מן הבחירה, ניטאמאל איז עס א נסיון.
זאגט ער אזוי, די עבודה פונעם מענטש איז וואס איז יעצט א בחירה זאל ווערן למטה מן הבחירה, דאס הייסט ס'זאל זיין אזא פשטות ער זאל ניטאמאל האבן א נסיון, וואס איז יעצט למעלה מן הבחירה, ער צילט ניטאמאל דערצו, זאל ווערן בחירה און ער זאל זיך שלאגן דערויף.
אוודאי וועט זיין אשרינו מה טוב חלקינו אויב מיר וועלן קענען זיצן בבית ה' כל ימי חיינו, אבער אפילו אויב מיר וועלן זיך איבערצייגן אז דער נחת רוח וואס דער אויבערשטער האט פון אונז איז ווען מיר זענען עוסק על המחי' ועל הכלכלה, ווייסן מיר קלאר אז מיר קענען דינען דעם אויבערשטן יעדע רגע אין יעדע מינוט.
מיר זענען נאך טאקע גאר ווייט דערפון, מ'קומט אבער אין ערגעץ נישט אן אויב מ'לאזט זיך נישט ארויס אויפן וועג!
נו, ווער קומט מיט? לאמיר זאגן תפלת הדרך און זיך ארויסלאזן אויפן וועג...
אוי, שיעור פארגעסן, א גוטע נאכט יואלי...

אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
- leiby
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3911
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
- לאקאציע: צווישן אידן
Wow wow גראדער בתקפו
די אפעראציע ווערט יעצט איבערגע'חזר'ט אויפן ליינער,
שכוח פארן שיינעם שמועס.

שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
- סביב העולם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3828
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm
נאכ'ן לייענען אזא ארטיקל
שרייעט זיך ארויס אפילו פון טיפן "הארץ"
י' תגדל ש'מיה ר'בא - להגיד כי "ישר" הוי"ה צורי ולא עולתה בו.............
אז מיר גייען מיט גראדער אויפן וועג איז עס זיכער די "דרך הישר"
באמת'ן א יישר כח איך ברויך מיר נאך ערהוילן נאך אזא אפעראציע
אבער מיט איין טענה וויל איך קומען צו דיר:
כ'האב טאקע נישט געלערנט מיט דיר אין כולל, אויך געדענקסטו מיר נישט פון אלס בחור, אויך הייס איך דערווייל נישט יואלי (הופס גילו.....) א.א.וו.
דו ביזט דאך א בעל טובה, טא אויב אזוי, ווי ביזטו געווען ווען איך האב אנגעהויבן גליטשן וכו' הוי האב איך מיך גענויטיגט און אזא אפעראציע
אבער "איטס נעבער טו לעיט"

AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
- סביב העולם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3828
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm
- derech eretz
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4485
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm
פידיעף להקוראים החשובים
- אטעטשמענטס
-
- די אפעראציע איז געלונגען...pdf
- (156.6 KiB) געווארן דאונלאודעד 216 מאל
- לאז געמאכט
- שר האלפיים
- תגובות: 2710
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am
- סביב העולם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3828
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm
ש'כוח ר' גראדער,
איך האב שוין געוואלט תשובה טוהן, איך האב געוואלט ווערן א גר צדק
(געשריבן א אנדערע אשכול דערוועגן, נאר איך ווייס נישט ווי אזוי דאס צו ברענגען מיט א לינק אהער)
און איך האב נישט געוויסט וויאזוי באמת
איך מוז דיר זאגן א גרויסן ייש"כ, און א ייש"כ פאר דיינע אלע רייכע ארטיקלען,
זיי ממשיך די (איי)וועלט דארף דיר האבן

כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי

שמן, אויך א ייש"כ פאר די פי די עף.

- משה קארנפעלד
- שר האלף
- תגובות: 1689
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 609
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2010 3:29 pm
- לאקאציע: האלעוויי ווען איך ווייס......
אה די ביסט עס געווען דער דער וואס האט גערעדט צי מיר ביינאכט .........
פעשי........
איך האב נישט געוויסט אז די ביסט דא אויף איי וועלט אין העסט נאך דערציילען די מעשה דא אזוי ברבים
אעני וועי א גרויסן יישר כח ביסט געקומען ממש די לעצטע מינוט

אז מען רעד פון די מלאך קומט די ..........
[email protected]
[email protected]
- שטייסטענישט
- שר האלפיים
- תגובות: 2351
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
- לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם
שמו האט געשריבן:ש'כוח ר' גראדער,
איך האב שוין געוואלט תשובה טוהן, איך האב געוואלט ווערן א גר צדק
(געשריבן א אנדערע אשכול דערוועגן, נאר איך ווייס נישט ווי אזוי דאס צו ברענגען מיט א לינק אהער)
און איך האב נישט געוויסט וויאזוי באמת
איך מוז דיר זאגן א גרויסן ייש"כ, און א ייש"כ פאר דיינע אלע רייכע ארטיקלען,
זיי ממשיך די (איי)וועלט דארף דיר האבן
viewtopic.php?p=520655#p520655
לעצט פארראכטן דורך שטייסטענישט אום פרייטאג יאנואר 27, 2012 3:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
- i follow
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 422
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 8:46 am
- לאקאציע: מען געט נישט ארויס
דאס איז נישט קיין קליינע אפעראציע סאיז א מעידזשר סורזשערי
עפנסטו אויף א טרעידינג acc.ביי Robinhood?
ביטע ניץ מיין לינק, עס איז זה וזה נהנה
http://join.robinhood.com/joelf26
פאר WeBull ניץ
https://act.webull.com/ne/E11BIxckwGWT/ ... 1452_A_pop