די ריכטיגע coca cola לכבוד פסח!

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

metsboy
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

די ריכטיגע coca cola לכבוד פסח!

תגובהדורך metsboy » פרייטאג מארטש 16, 2007 4:10 am

פאר די ווייסען נישט, איז אז יעדע פסח מאכט קאקא קאולע א ספציעלע פראדוקציע כשר לפסח מיטן פארלעסליכען הכשר פון מיטן פארלעסליכען הכשר פון ou, איז אבער קאוקא קאולע ניצט דאך קארן סיראפ וואס איז נישט כשר לפסח, איז פאר די ספציעלע פראדוקציע נישט קוקא קולא עכטע ציקער!
די סיבה פארוואס קוקא קולא ניצט נישט אלס עכטע ציקער איז ווייל עכטע ציקער קאסט מער געלט ווי קארן סיראפ , איז פאר בערך 40 יאר צורוק האט קולא געטוישעט פון עכטע ציקער, צו קארן סיראפ.
און מבנים זאגען אז עכטע ציקער איז די עכטע קולא! און איז מער געשמאק!
איז ביים סדר נאכט ווען איר שפירט זיך ווי א מלך, איז בשעתן איר זויפט אריין א געשמאקע גלעזעלע קאוק, וועט איר קענען האבען נאך א סיבה פארוואס איר זענט א מלך...
[דרך אגב אזאך מענטשען (גויים) קויפען אסאך באקסעס פון די כשר לפסח קאוק, לעתיד}.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג מארטש 16, 2007 1:25 pm

שכוח פאר די אינפארמאציע, מעטס יונגל.
אבער איך גלייב נישט אז איך וועל עס קויפן. פסח באגענוגט מען זיך מיט אראנדזש דזשוס און עפל סיידער.

metsboy
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

תגובהדורך metsboy » פרייטאג מארטש 16, 2007 6:13 pm

אבער איבערן יאר טרינקטסטו יא קאוק?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש מארטש 17, 2007 10:18 pm

ניין ווייל איך גלייך עס נישט, צופיל צוקער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש מארטש 17, 2007 10:19 pm

זשינקס..........
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » מוצ"ש מארטש 17, 2007 11:04 pm

ס'איז שוין אן אלטע אינטערעסאנטע זאך, אז גוים אין גאנצן לאנד ווארטן מיט שפאנונג אויף די פסח'דיגע קאקא קאלא, וואס איז סאך מער געשמאק ווי די רעגולער קאקא קאלא, ווארום עס פארמאגט געהעריגע צוקער.

די פסח'דיגע קאקא קאלא פארמאגט ספעציעלע געלע דעקלעך. עס ווערט פראדוצירט אין א ספעציעלן אידישן לאקאל, ערגעץ וואו דא אין ניו יארק. ס'איז לימיטעד קוואנטיטי און גוים איבעראל לויפן אין די געשעפטן און קויפן זיך איין גאנצעטע קעיסעס, ס'זאל קלעקן פאר חדשים.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מארטש 18, 2007 12:35 am

ביי סענטראל קען מען דאס באקומען ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג מארטש 20, 2007 1:55 pm


אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מארטש 20, 2007 2:26 pm

כ'האב נישט דורך געליינט די גאנצע בויקאט, אבער וויפול איך זעה האט עס צוטוען מיט א ציוניסטישע ארגינעזאציע, אויב אזוי, מאובי תחכמינו, איך אלץ סאטמארע חסיד גיי יעצט איינקויפן הויפנס קוואנטום'ס פון קאקע קאלע....
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

פירשט
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 13, 2007 3:12 pm

תגובהדורך פירשט » דינסטאג מארטש 20, 2007 2:30 pm

צייטל א סאטמארער חסיד....

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » דינסטאג מארטש 20, 2007 4:56 pm

פירשט האט געשריבן:צייטל א סאטמארער חסיד....
איך ווייס אז אסאך מענטשען קויפן זיך אן מיט מים חיים גינגער עיל כשר לפסח, ווייל דעמאלט'ס נוצען זיי עכטע גינגער,

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » דינסטאג מארטש 20, 2007 5:01 pm

בלימפ האט געשריבן:
פירשט האט געשריבן:צייטל א סאטמארער חסיד....
איך ווייס אז אסאך מענטשען קויפן זיך אן מיט מים חיים גינגער עיל כשר לפסח, ווייל דעמאלט'ס נוצען זיי עכטע גינגער,


וואס?? זיכער א ווערטעל

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » דינסטאג מארטש 20, 2007 5:06 pm

שמערל, איך ווייס נישט אויף וואס דו באצוהסט זיך, אבער איין זיין ווייס איך זיכער נישט, איך האב קיינמאל צטט נישט גדרוקט אויף פרישט'נס תגובה אבער צוטט געווען האט זיך עס

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » דינסטאג מארטש 20, 2007 5:08 pm

בלימפ האט געשריבן:איך ווייס אז אסאך מענטשען קויפן זיך אן מיט מים חיים גינגער עיל כשר לפסח, ווייל דעמאלט'ס נוצען זיי עכטע גינגער,


וואס?? זיכער א ווערטעל!

בלימפ, יעצט איז עס שוין בעסער???? יעצט זיי מוחל גיב הסבר

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » דינסטאג מארטש 20, 2007 5:10 pm

שמערל טייערער, א הסבר אויף וואס?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מארטש 20, 2007 5:11 pm

בלימפ האט געשריבן:שמערל טייערער, א הסבר אויף וואס?

כ'וועל פראבירן,

ער וויל וויסן אויב ס'איז טאקע דא אזא זאך ווי עכטע און פאלטשע גינגער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » דינסטאג מארטש 20, 2007 5:13 pm

1} צי עס איז אמת וואס ער זאגט אז אויף פסח ניצט 'מיים חיים' יא עכטע גינגער

2}אויב יא, צי עס איז א חילוק אין טעם, אדער געזינטהייט

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » דינסטאג מארטש 20, 2007 5:13 pm

אה! אקעי,

איך ווייס נישט ווי אמת דאס איז אבער כך שמעתי, א גאנץ יאר נוצן זיי א גינגער פלעיווער, אבער פסח נוצען זיי גינגער אליין.

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » דינסטאג מארטש 20, 2007 5:16 pm

איים סארי כ'האב נישט געזעהן דיין תגובה שמערל,

אין טעם ווייס איך נישט אבער געזונטהייט מיין איך אז עס איז א חילוק,

וועגן די ווארהייט פון די זאך האב שוין פריער געשריבען אז, כך שמעתי.

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » דינסטאג מארטש 20, 2007 5:25 pm

בלימפ האט געשריבן:שמערל, איך ווייס נישט אויף וואס דו באצוהסט זיך, אבער איין זיין ווייס איך זיכער נישט, איך האב קיינמאל צטט נישט גדרוקט אויף פרישט'נס תגובה אבער צוטט געווען האט זיך עס

איך פערזענליך האב זיך אויך געוואונדערט אויף די צטט ... וואס א שייכות האבן זיי?
אבער יעצט פאשטיי איך שוין
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

פירשט
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 13, 2007 3:12 pm

תגובהדורך פירשט » דינסטאג מארטש 20, 2007 10:49 pm

איך האב ציך נישט געוואונסערט אויפן צטט...

איינמאהל פאר אלעמאהל אויסלערנען דעם פירשט וויזוי מצצט צו זיין...


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel און 7 געסט