צו מיין טייערע ברודער שיחי'

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מיין אנדערע ניק
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 4:31 pm
לאקאציע: צוזאמען מיט מיין אנדערע ניק

צו מיין טייערע ברודער שיחי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין אנדערע ניק »

צו מיין טייערע ברודער שיחי';

איך וויל דיר שרייבן דא אפאר קורצע שורות פון ווייטאג וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ שוין אפאר חדשים. אזויווי איך ווייס אז דו ליינסט דא פון צייט צו צייט, האף אז די ווערטער וואס קומען ארויס פון מיין הארץ וועט אנקומען אין דיין מח און וועסט מיר פארשטיין.

לעצטע וואך ווען איך בין געוועהן צוזאמען מיט דיר ביי טאטי פאר א שבת סעודה און איך האב געטראפן עפעס א אלטע שפילצייג פון מיינע קינדער יארן און איך האב געגעבן א זאג "איך וויל דאס אוועקלייגן צו ווייזן פאר מיינע קינדער", האסטו מיר שטילערהייט געזאגט "סאו דאס מיינט אז דו ווארטסט שוין..".

איך האב מיר געדארפט איינהאלטן דעמאלס נישט אויסצוברעכן אין א געוויין ווען ס'איז ארויפגעקומען אין מיין זכרון יעדעס מאל זייט מיין חתונה מיט אפאר יאר צוריק ווי דו האלסט מיר אין איין זאגן "טריי הארדער".

מיינסט איך פראביר נישט? איך וויל עפעס נישט האבן קיין קינדער מיינסטו? איך האב חתונה געהאט פאר פאן?

וויפיל טויזנטער דאללער - וואס איך האב נישט - האב איך שוין אויסגעגעבן פאר דאקטוירים? וויפיל שווערע הונדערטערס האב איך אויסגעגעבן פאר מעדעצינען און טריעטמענטס?

ווען דו האסט זיך איינגערעדט אז איך האב שלום בית פראבלעמען - און יא, ס'מאכט זיך מער פראבלעמען ביי אזעלכע קאפלס ווייל ס'נישטא קיין קינדער צו זיין ביזי מיט - האסטו מיר געהאלטן אין איין זאגן נאכאמאל און נאכאמאל "טריי הארדער".

איך האב דיר נישט געבעטן פאר קיין געלט וואס איך דארף וויכטיג האבן ווייל איך ווייס אז דו נוצט דיין שווערע פארדינטע געלט אויסצוהאלטן דיינע אכט זיסע קינדערלעך קע"ה. סאו וואס געבסטו דעות? ווען איך וועל אי"ה האבן קינדער וועסטו מיר אפשר קענען געבן דעות וויאזוי זיי מחנך צו זיין ווייל אויף דעם האסטו עקספיריענס. אבער דו וואס האסט שוין געהאלזט דיין קליינעם ניין חדשים נאכ'ן חתונה, דו ווייסט אפילו א משהו וואס דאס מיינט?

דו פארשטייסט וואס דאס מיינט אויפשטיין אפאר מאל א חודש - און כסדר אפאר מאל א וואך - אין די פריע פארטאגס שעה'ן צו לויפן צום דאקטאר ווייל זיינע שעות זענען נאר פון זעקסע ביז אכטע צופרי? זיצן דארט אפאר שעה און נאכדעם אויסשרייבן דעם טשעק פון אפאר הונדערט דאללער יעדעס וויזיט? די יסורים וואס מיין ב"ב גייט דורך ביי יעדע פון די טריעטמענטס? און דו קומסט מיט אזא חוצפה מיר זאגן טריי הארדער?

ווען מיין אנדערע ברודער האט געהאט א קינד למזל טוב אפאר יאר נאכ'ן חתונה, ביסטו מיר געקומען זאגן "מוישי האט שוין געהאט, יעצט קענסטו עס שוין ערלעדיגן", אפילו א פראסק האב איך דיר נישט געוואלט געבן דעמאלס ווייל ס'וואלט נישט ארויסגעוויזן אפילו א משהו שבמשהו וויפיל דו האסט מיר וויי געטוהן דעמאלס!

ביי מיין עניווערסערי אפאר וואכן צוריק שיקסטו מיר א טעקסט: What are you waiting for? איך בין עפעס געמאכט פון שטרוי? What I'm waiting for? איך ווארט פאר די מינוט וואס איך וועל קענען קושן און האלזן מיין זיסן ניי געבוירן קינד! איך ווארט פאר דער מינוט וואס איך וועל קענען געבן א שמייכל און זאגן פאר מיין ווייב אז ס'האט זיך געלוינט אלע געלט, יסורים און דאס ווארטן נאר פאר דער יעצטיגע מינוט צו קענען האלזן אזא זיסע לעכטיג קינד! דאס איז וואס איך ווארט פאר! טאמער קענסטו מיר נישט העלפן מיט דעם, מאך עס כאטש נישט שווערער פאר מיר! איך האב פילינגס אזויווי יעדער נארמאלע מענטש!

איך באלאנג טאקע צום אנדערן פארטיי פון אונזער חסידות ווי דיר. מיינט דאס אז דו קענסט שטיין און חוזק מאכן פון מיין רב אז ער קען נישט אויס'פועל'ען א קינד פאר מיר?

איך בין טאקע נישט אזא חעניאק ווי דיר. אבער מיינט דאס דען אז דו דארפסט מיר זאגן יעדע פאר וואכן אז ס'איז נישט קיין פעסטע זאך צו נעמען פילן נישט צו האבן קינדער ביז אפאר יאר נאכ'ן חתונה?

צו מיין טייערע ברודער שיחי';
איך רעספעקטיר דיר זייער אסאך. איך נעם געווענליך אהן וואס דו זאגסט מיר. פארדעם טראכט איך אז אפשר פארשסטייסטו פשוט נישט וואס דו טוסט. איך האף אז נאכ'ן ליינען די שורות וועסטו אביסל בעסער פארשטיין וואס איך מאך מיט און וועסט אריינטראכטן צוויי מאל פאר דו זאגסט עפעס וואס קען ווייטון.

שכוח פאר'ן אויסהערן.


נ.ב. אז איך שרייב שוין יא, מוז איך ארויסברענגען מיין דאנק וואס איך האב פאר די חשובע ארגינעזאציע "בוני עולם" וואס אהן זייער הילף, הדרכה און א ריזיגע חלק פון די געלט וואס ס'האט מיר אפגעקאסט ווייס איך נישט צו איך וואלט אפילו געקענט גיין צום דאקטאר פאר די טריעטמענטס. די אייבערשטער זאל זיי העלפן זיי זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט זייער הייליגע ארבעט!
[email protected] נאר פאר אימעילס
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

שטיצט בוני עולם מיט א ברייטע האנט!

---
אז די אנדערע ניק שרייבט אזוי ריזיג, שטעל זיך שוין פאר ווי די געהעריגע ניק יכול'ט...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אינטערעסאנט ווי די יערליכע און סעמי-יערליכע אדווערטייזמענט קומען אלס אין אומגערישטע פארמען..

גוט געשריבן דיין ברודערס ברודער!
איין מאל אין א דירה אויף וואלאבאוט, איין מאל אין א טענט אין קאנטרי, און יעצט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

עיין לקמן
לעצט פארראכטן דורך מר. פאטאשאפ אום מאנטאג יאנואר 02, 2012 7:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

איך וויש מיך די טרערן, כ'האף ס'איז נאר א פעליטאן, כ'גלייב נישט אז א ברידער קען זיך אזוי אויפפירן צו א ברידער....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מיין אנדערע ניק
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 4:31 pm
לאקאציע: צוזאמען מיט מיין אנדערע ניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין אנדערע ניק »

דער בריוול האב איך געשריבן מיט גרויס ווייטאג פון טיפן הארצן.

איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געשריבן אזא לאנגע בריוו ווייל איך בין נישט קיין שרייבער, נאר ווען מ'שרייבט פון ווייטאג פארט דער פעדער פון זיך אליינס.

מ'האלט דא אויף אזא מצב (קוק מר. פאטאשאפס אשכול) אז יעדע ערנסטע זאך וואס איינער שרייבט איז שוין היינט אן עדווערטייזמענט אדער מיינט ער עס זיכער נישט ערנסט.

איך ארבעט נישט פאר בוני עולם, און איך בין נישט קיין וואלונטיר פאר זיי אויך נישט. אבער אז איך האב שוין געשריבן מיין ווייטאג, האב איך אויך געמוזט ארויסברענגען מיין דאנק פאר זיי.

בד"וו, איך בין שוין א מעמבער אין קרעטשמע (יא יא, ס'האט נאך געהייסן 'היימישע קרעטשמע' דאן) זייט 2007 דאכצעך.

און מי יודע, יעדעס ווארט איז אמת! איך גלייב נישט אז ער מיינט שלעכטס. ער כאפט נאר נישט וואס ער טוט מיט זיינע ווערטער.
[email protected] נאר פאר אימעילס
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

די ווייסט דאך אז יאמי מיט שמעי זענען נאך בחורים און זיי זענען אויך דא, פארוואס דארפן זיי אלעס מיטהאלטן?
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

זאל עס זיין די ערגסטע זאך וואס יאמי און שימי ליינען.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

מיין הארץ גייט מיר אויס פאר דיר,
סיי פארן עצם מיטמאכענישען אין סיי פאר די ארומיגע מיטווייען,
זאלסטע אויפגעראכטען ווערן ווי אימשנעלסטען,
אין אונז מודיע זיין גיטע בשורות, אויף שמחות במהרה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ניכרין דברי אמת, מען זעהט דא דעם אויסגעגאסענעם הארץ, און עס איז צום האפן אז די דברים וועלן אנקומען צום ריכטיגן הארץ און טאקע אריינדרינגן און עושה רושם זיין.

אונזער וואונטש איז ווארעם פאר אונזער געטרייער חבר ער זאל קענען מעלדן א שמחה מיט דעם ניק אדער מיטן אנדערן, און טאקע ווי אמשנעלסטן!
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

איך בלוטיג מיט מיט דיין ווייטאג, זאל מען בקרוב קוקן אויף דעם אשכול אלץ נישט גילטיג
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

בד"וו, געווען נישט לאנג צוריק (כמייןא יאר צוריק) א אינטערוויו אויף קול מבשר מיט טבי' מאיר ניימאן איבער די דאזיגע נושא.
ס'איז געווען זעהר אינהאלטספול, ארומגערעדט איבער וויאזוי ספילט זיך צו גיין אויף חברים שמחות ועוד...
אויב איינער געדענקט וועלכע אינטערוויו, זאלט ביטע ארויפלייגן די נומער
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

טייערע ברידער,

די עולם דא שפירט מיט בפועל דיין ווייטאג, אין אזויווי דיין מצב דרייען זיך ארום נאך אסאך ליידער,

וואלט זייער כדי געווען די זאלסט אינז ארויסברענגען וויאזוי אינז אלע זאלן זיך יא באגיין מיט אזא ברידער אדער חבר אין אזא מצב,

זאלען מיר ארויפברענגען אונזער מיטפיל פאר עם?
זאלן מיר אנטראגען פיינענשאל הילף?
אין ווען צימאל ער רירט אן די ענינים מיינט דאס אז ער וויל מיר זאלן זיך עפענען אז ער זאל האבן צי וועם צורעדן ?
אדער איגנארירן אין שווייגען אין שפילען כאילו מען כאפט נישט קיין שום פראבלעם ווען אין די זעלבע צייט רייסט דאס הארץ ביי ביידע אויף אמאל?


(מיין חברותא וואס איך פארברענג בתורה 3 שעה א טאג איז אין די מצב אין מיין הארץ רייסט מיר אבער איך ווייס נישט צי איך זאל עם ארויפברענגען מיין מיטפיל אדער אפערן הילף אויב ער דארף)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אויב איז דאס יא אמת דאן בעט איך איבער פון טיפן הארצן, כ'אב נישט געמיינט גארנישט אוועקצונעמען מיטן זאגן ס'יז א עדווערטייזמענט.

בכל אופן זאלסטו אויפגעראכטן ווערן גאר אינגיכן מיט זרע של קיימא ושמחה ונחת לרוב, אמן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

גבריאל האט געשריבן:טייערע ברידער,

די עולם דא שפירט מיט בפועל דיין ווייטאג, אין אזויווי דיין מצב דרייען זיך ארום נאך אסאך ליידער,

וואלט זייער כדי געווען די זאלסט אינז ארויסברענגען וויאזוי אינז אלע זאלן זיך יא באגיין מיט אזא ברידער אדער חבר אין אזא מצב,

זאלען מיר ארויפברענגען אונזער מיטפיל פאר עם?
זאלן מיר אנטראגען פיינענשאל הילף?
אין ווען צימאל ער רירט אן די ענינים מיינט דאס אז ער וויל מיר זאלן זיך עפענען אז ער זאל האבן צי וועם צורעדן ?
אדער איגנארירן אין שווייגען אין שפילען כאילו מען כאפט נישט קיין שום פראבלעם ווען אין די זעלבע צייט רייסט דאס הארץ ביי ביידע אויף אמאל?


(מיין חברותא וואס איך פארברענג בתורה 3 שעה א טאג איז אין די מצב אין מיין הארץ רייסט מיר אבער איך ווייס נישט צי איך זאל עם ארויפברענגען מיין מיטפיל אדער אפערן הילף אויב ער דארף)


זייער גיט געפרעגט, מיין עקספיריענס זאגט מיר אז עס איז נישטא קיין כלל, יעדער איינער האט זיך זיינע פרעפערענסעס, עס קען זיין דיין חברותא גלייכט דאס וואס דער פותח האשכול האט פיינט, עס איז זייער טריקי ווייל אפילו איגנארן איז ביי סאך א פראבלעם, דא דארף מען נוצן דעם פינפטן חוש אביסל.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

טייערער ברודער, דער רבוש״ע זאל דיר העלפן זאלסט זוכה זיין צו לעכטיגקייט ביי דיר אין שטוב מתןך שמחה ונחת.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
מיין אנדערע ניק
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 4:31 pm
לאקאציע: צוזאמען מיט מיין אנדערע ניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין אנדערע ניק »

גבריאל האט געשריבן:טייערע ברידער,

די עולם דא שפירט מיט בפועל דיין ווייטאג, אין אזויווי דיין מצב דרייען זיך ארום נאך אסאך ליידער,

וואלט זייער כדי געווען די זאלסט אינז ארויסברענגען וויאזוי אינז אלע זאלן זיך יא באגיין מיט אזא ברידער אדער חבר אין אזא מצב,

זאלען מיר ארויפברענגען אונזער מיטפיל פאר עם?
זאלן מיר אנטראגען פיינענשאל הילף?
אין ווען צימאל ער רירט אן די ענינים מיינט דאס אז ער וויל מיר זאלן זיך עפענען אז ער זאל האבן צי וועם צורעדן ?
אדער איגנארירן אין שווייגען אין שפילען כאילו מען כאפט נישט קיין שום פראבלעם ווען אין די זעלבע צייט רייסט דאס הארץ ביי ביידע אויף אמאל?


(מיין חברותא וואס איך פארברענג בתורה 3 שעה א טאג איז אין די מצב אין מיין הארץ רייסט מיר אבער איך ווייס נישט צי איך זאל עם ארויפברענגען מיין מיטפיל אדער אפערן הילף אויב ער דארף)


איך קען נאר רעדן פאר מיר. יעדער איז אנדערש.

איך דארף נישט קיין חיזוק. איך בעט נישט קיין געלט.
אבער דריי דיר נישט רעדן אונטער מיין רוקן. ווילסט עפעס זאגן? זאג! איך וויל דען מיינע חברים זאלן מורא האבן צו רעדן צו מיר?

איך בין דיין חבר! האסט נישט וואס זיך צו שעמען פון מיר! איך בין נישט אנדערש ווייל איך האב א פראבלעם. אבער טוה מיר נישט וויי כאילו איך וויל מיר נישט העלפן.

איך בין בטבע זייער א אפענע מענטש, סאו קען זיין אז ביי אנדערע וועט עס יא באדערן.

גוטע נאכט!
[email protected] נאר פאר אימעילס
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

שוין לאנג נישט אפגעראכטן אזא תיקון חצות ווען פלגי מים ירדו עיני כשקריתי ושניתי ושלשו דעם הארצרייסנדן בריוו פון די צובראכענער אינגערמאן.
איך פיהל באמת מיט מיט א חלק פון דיין ווייטאג וויפיל איך קען באגרייפן מיט מיין קליינעם מח, איך וואנטש דיר א ברכת הדיוט וואס קען קיינמאל נישט שאדן.
זאלסט גאר אינגיכן געהאלפן ווערן מיט בנים ובני בנים שיאורו את העולם בתורה ובמעשים טובים בבריות גופא ונהורא מעליא זרעא חייא וקיימא די לא יפסוק ולא יבטול מפתגמי אורייתא!
ויענו כל העולם יחדיו..............אמן ואמן.
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

בתור איינער וואס האט געהאט אין משפחה אזא פאל האסט מיר ערלעדיגט, אזוי גוט געשריבען, אבער דער זעהט אויס צי זיין א וישמן ישורון ויבעט, אזוי אגרעסיוו? אונז האבען ב"ה זייער אכטונג געגעבען און ב"ה ער האט זיך געפילט זייער גוט אין אונזער משפחה, (ב"ה שוין געהאלפען געווארען, אויך א גרויסע דאנק פאר בוני עולם)
און גבריאל האט געברענגט א געוואלדיגע נקודה ווייל איך נאך אקרוב וואס ווארט נעבעך, און איך טרעף איהם אסאך און איך ווייס נישט וויאזוי צי באגיין מיט איהם? יעדעס מאהל איך אדער איינער מאכט א שמחה און ער קומט מיט אזא שמחה מיט אריזיגע שמייכעל מיט אברייטען מזל טוב און דאס הארץ רייסט...וואס זאגט מען...
איך וויל בקרוב זעהן מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף "מזל טוב ל"מיין אנדערע ניק"
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

אדורכגענומען עד דכדוכה של נפש, עס שרייט זיך ארויס "הבה לי בנים!"

איר האט מקיים געווען דעם דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים, זאל אייך השי"ת העלפן איר זאלט בקרוב אויפגעראכטן ווערן מיט די ריכטיגע ישועה, און זוכה זיין צו שעפן פולע הויפענעס אידיש נחת פון אייערע קינדערלעך וכו'.

און פאר אונז, חברי הקרעטשמע, איז דאס א דערמאנונג אינזין צו האבן די אידן וואס וואלגערן זיך און ביטערע צער ועגמ"נ, מתפלל זיין פאר זייער ישועה.
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חכמה »

אזוי צופידלט די הארץ-סטרונעס. וואס קען איך דא צולייגן, דער בוכ"ע זאל אייך בקרוב אויפרעכטן בתוך כל ישראל, ס'זאל אייך טאקע האבן געלוינט.
און דאס הארץ וויינט שוין פאר רחמנות אויפן ברודער, ווי צוריסן וועט ער ווערן פאר צער און בושה, ווען ער וועט כאפן וואס אזאנס ער האט דא געטוהן.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

בריוו וואס דער עלטערער ברודער האט מיר געשיקט אין פרטי איך זאל דאס דא אהער ציטירן

א גוט מארגן דיר טייערע ברודער

איך בין שאקירט ביז גאר צו זעהן דיין הארץ רייסענדער בריוו וואס דו האסט דא געשריבן צו מיר
ברודער טייערע - איך האב געהאט אזא צעשטערטע נאכט, איך האב זיך געדרייט און געדרייט, כ׳האב קיין מנוחה נישט געקענט טרעפן, און נאך יעצט גלייבט זיך מיר עס נישט אז איך פב"פ זאל קענען האבן געטוהן אזא שטות און אזא פארברעכן און אזוי שטארק צו צערייסן אן אייגענע ברודערס הארץ...

איך האב אזוינס געוויינט, גלויב מיר - כ׳האב עס געמיינט פון טיעפן הארצן, איך האב זיך געריסן די האר פון קאפ, רבוש"ע, וויאזוי איז דאס מעגליך אז איך זאל האבן באגאנגען אזא נארישקייט, איך קען מיך נישט אלס א שלעכטער, איך בין קיינמאל נישט געווען קיין הארץ שטעכער, איך בין אייביג געשטאנען ווייט פון די סארט זאכן הרחק כמטחוי קשת, נאר וואס׳זשע דען, איך האב געקלערט און געקלערט און פרובירט צו דערגיין די סיבה וואס עס האט געקענט גורם זיין אזא בייזע געשעהעניש ביז איך בין געקומען צו א באשלוס אז ס׳איז נישט מעגליך אז עפעס אנדערש זאל האבן געווען דער גורם דערצו נאר די פאקט אז איך בין געווען דיין עלטערער ברודער, און כ׳האב געהאט די פראבלעם וואס אסאך אירע האבן, וואס דאס איז ׳וועלן ווייזן אז מ׳איז עלטער און מ׳פארשטייט בעסער׳ כ׳האב געוואלט ארויסווייזן קלוגשאפט און אז איך האב שוין מער עקספיריענס אין לעבן ווי דו, און דאס האט מיר אויטאמאטיש געשטיפט אז איך זאל אומוועלנדיג רעדן ווערטער וואס ס׳האט נישט געטארט געזאגט ווערן.

טייערער ברודער - איך בעט דיר ברחמים ובתחנונים, פארשטיי מיך, און ׳זיי מיר מוחל׳ יעדער מענטש באנארישט זיך אמאל, יעדער קען מאכן א טעות, וטעות לעולם חוזר, איך בין דיין ברודער, אייביג געווען און וועל אייביג זיין, און מיין הארץ איז נאנט צו דיר, און ווען איך זאג דיר אמאל א נעגאטיווער ווארט מיין איך דאס נישט, אבער ווען איך זאג דיר ׳זיי מיר מוחל׳ מיין איך דאס אויסדרוקליך יא, איך וועל נישט פארשווייגן די עגמת נפש וואס איך האב דיר ליידער גורם געווען, גלייב מיר אלץ א ברודער, עס רייסט מיר ביים הארץ... איך האף דיר צו שטיין צו הילף פון היינט און ווייטער, דער אויבערשטער זאל מיר געבן דעם ריכטיגן שכל דיר צו פארשטיין נאך מער ווי ביז היינט, און ווען דו ברויכסט סיי וואספארא הילף ביטע האלט דיך נישט צוריק פון בעטן, איך בין אייביג גרייט, פאר וועמען דען אויב נישט פאר א אייגענע ברודער.

ווי עס שרייבט אחיך היקר
הק׳ (---)


נ.ב. - הערה פון מר. פאטאשאפ - פון דא איז א שטיקל מוסר השכל און א לימוד פאר די אלע וואס האבן יונגערע ברודערס, ווי שטארק די תאוות השררה קען פארפיהרן א מענטש, און אז מען זאל קיינמאל נישט פארגעסן אז אפילו אויב מען איז אסאך אסאך עלטער פונעם ברודער איז זיין בלוט נאך אלץ נישט קיין וואסער, און נישט אייביג פרובירן אים איבערצוצייגן אז ער איז נאך א בעבי און ער וועט נאך אמאל לאכן פון זיינע היינטיגע פראבלעמען וכדומה, אנשטאט רעדן פון אויבן אראפ, לאמיר רעדן צו אונזערע געשוויסטער גלייך אויף גלייך, מיט אהבה ואחוה... ודי!
איך גלייב נישט
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 10:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך גלייב נישט »

איך בין ליידער אויך אין די זעלבע מצב, מיין צייט איז נאך נישט געקומען.

מענטשן ווילן וויסן וואס יא צו טוהן און וואס נישט, וואס יא צו זאגען אין וואס נישט, ס'איז זייער שווער צו זאגען, א יעדער נעמט עס אנדערש, און ס'קען אפילו זיין אז צווישן מאן און ווייב זאל אויך זיין אנדערע געפילן, איינער נעמט עס גרינגער פונעם צווייטען.

איך זיך שוין לאנג א פלאץ ווי איך קען ארויסברענגן מיינע געפילן, און יעצט האב איך די געלעגנהייט.

איינע פון מיינע מיין יונגערע געשוויסטער האט חתונה געהאט בש"ט פאר געציילטע וואכן צוריק. א יעדער וואס איז אין די מצב ווייסט, אז דאס איז איינע פון די "שרעקעדיגע" זאכן. איך האב פראבירט ארויפצוציען די גרעסטע שמייכל אויף מיין פנים במשך די גאנצע שמחה. אבער דאס מערסטע וואס האט מיך וויי געטוהן איז געווען אז, "א יעדער" און איך זאג נאך אמאל "א יעדער" וואס איז מיר געקומען אפגעבן די 'מזל טוב', האט נישט פארגעסן צו געבן אזא דרוק אין די האנט (די וואס ווייסן וואס איך רעד, ווייסן וואס איך מיין) צוגעבענדיג 'אי"ה ביי דיר "בקרוב" ' געדרוקט דעם "בקרוב" און פארשטייט זיך נישט פארגעסן נאך איין דרוק אין די האנט.

דאס זאלט איר קיינמאל נישט טוהן פאר קיינעם....
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יעדע שטיקל צייט קריג איך נאך א שטופ ווי מיינע געפילן שרייען מיר: הערסט צייטליך? קרעטשמע איז א זאך וואס איז א "מוז"! קוק ווי דער אדער יענער אינגערמאן איז אויפגעראכטן געווארן א דאנק קרעטשמע וכדו'. איך קען נאכמאל זאגן אז פארדעם אליין אז אינגערמאן זאל זיך אזוי גלאט קענען ארויסגעבן זיינע געפילן אננאנומעס האט זיך שוין געלוינט ס'גאנצע זאך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
כ'שעם מיך
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2011 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'שעם מיך »

אונזער הארץ איז מיט אייך טייערע אידן, כשאני לעצמי בין איך מתפלל יעדן טאג אז דער רבוש"ע זאל שוין לעכטיג מאכן אלע חשוכי בנים.
מענטשען ווייסען פשוט נישט וואס יא און נישט צו טאן, אייערע ווערטער וועט דעפענטלי מאכן א שטיקל מהפכה צווישן ציבור, א דאנק פארן זיין אזוי אפען מיט אונז.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”