אינטערסאנטע פאלקס ווערטלעך, זאצן, און קרעטשמע אויסדרוקען

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

אינטערסאנטע פאלקס ווערטלעך, זאצן, און קרעטשמע אויסדרוקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

דא איז דעם אשכול (איך ווייס נישט אויב עס איז שוין דא איינס דערוועגן) זאל מען אריינשרייבן קורצע אבער ב'חן'טע אויסדריקען פין אונזער עם סגולה, עס טראגט א שפעציעלע חן די ווערטלעך עס איז ווערד איינער זאל דאס מיטטיילען מיטן צווייטען, זאל יעדער זאגען אין וויסען אין זעהן דאס געשמאק פין א יוד,

א) א ליגנט וואס איז נישט אריינגעמשיט אביסל אמת האלט זיך נישט, ס'איז אבער דא אזעלכע וואס מיינען אז יעדע אמת מיז האבען אריינגעמישט אביסל ליגענט,

ב)ענדערש א אמתע פאלטשקייט, ווי א פאלטשע אמת,

ג)נישט אלעס וואס גלאנצט איז גאלד, נישט אלע טרערן זענען אמת,

ד)אז דו גייסט ארום ס'וועלט זיכען דעם אמת, דארפסטו איינקויפן אסאך פאר שיך,

ה)א מענטש איז גרייט צו זאגען צען ליגענטס, אויפצוווייזן אז באמת איז ער א איש אמת,

ו)דער אמת איז שווער וועגן דעם טראגען אים ווייניג,

ז)אז דו מיינסט נישט וואס דו זאגסט,דאן זאג וואס דו מיינסט, אז נישט ביסטו נישט וואס דו מיינסט,

ח)דער ניין נאכען יא, איז ערגער ווי דער יא נאכען ניין, ממילא טראכט פאר דו זאגסט יא,

רביה"ק זי"ע (וועלכע) האט אמאל געזאגט פאר ר' מאיר שפירא ז"ל אינמיטען א שמועס וועגן דעם ענין פין דף היומי, האט ער זיך אנגערופען

דף היומי איז פראפאגאנדע פין די אגודה, אגודה איז א בריק צו ציונות, ציונות איז כפירה, א גוטן טאג, עכ"ל
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
ירא שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא שמים »

בס"ד

ווערי נייס
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15456
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אבי אלע זענען גוט, אבער דיעזע לאוו איך, ו)דער אמת איז שווער וועגן דעם טראגען אים ווייניג.

טענקיו.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שכוח אבי. א געניאלע איינפאל.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

Re: אינטערעסאנטע פאלקס ווערטלעך,זאצן אין קרעטשמערישע אויסדרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

abimlaibt האט געשריבן:דא איז דעם אשכול (איך ווייס נישט אויב עס איז שוין דא איינס דערוועגן) זאל מען אריינשרייבן קורצע אבער ב'חן'טע אויסדריקען פין אונזער עם סגולה, עס טראגט א שפעציעלע חן די ווערטלעך עס איז ווערד איינער זאל דאס מיטטיילען מיטן צווייטען, זאל יעדער זאגען אין וויסען אין זעהן דאס געשמאק פין א יוד,

א) א ליגנט וואס איז נישט אריינגעמשיט אביסל אמת האלט זיך נישט, ס'איז אבער דא אזעלכע וואס מיינען אז יעדע אמת מיז האבען אריינגעמישט אביסל ליגענט,

ב)ענדערש א אמתע פאלטשקייט, ווי א פאלטשע אמת,

ג)נישט אלעס וואס גלאנצט איז גאלד, נישט אלע טרערן זענען אמת,

ד)אז דו גייסט ארום ס'וועלט זיכען דעם אמת, דארפסטו איינקויפן אסאך פאר שיך,

ה)א מענטש איז גרייט צו זאגען צען ליגענטס, אויפצוווייזן אז באמת איז ער א איש אמת,

ו)דער אמת איז שווער וועגן דעם טראגען אים ווייניג,

ז)אז דו מיינסט נישט וואס דו זאגסט,דאן זאג וואס דו מיינסט, אז נישט ביסטו נישט וואס דו מיינסט,

ח)דער ניין נאכען יא, איז ערגער ווי דער יא נאכען ניין, ממילא טראכט פאר דו זאגסט יא,

רביה"ק זי"ע (וועלכע) האט אמאל געזאגט פאר ר' מאיר שפירא ז"ל אינמיטען א שמועס וועגן דעם ענין פין דף היומי, האט ער זיך אנגערופן: דף היומי איז פראפאגאנדע פון די אגודה, אגודה איז א בריק צו ציונות, ציונות איז כפירה, א גוטן טאג, עכ"ל


זייער שיין. אבער מען וועט קיינמאל נישט פארטיג ווערן. עס זענען פארהאן מיליאנען שיינע ווערטלעך. עס זענען פאראן גאנצע ביכער דערפון. יעדע חודש אין די מעלות זענען פאראן אסאך אזעלכע טיפע, שפיציגע, לאכעדיגע ווערטלעך (דער אמת טוט וויי...)

לאמיר מגיב זיין עפ"י האותיות:

ד) אז דו גייסט ארום ס'וועלט זוכן דעם אמת, דארפסטו איינקויפן אסאך פאר שיך - דאס איז א סתירה מיטן מאמר חז"ל שקר אין לו רגלים... ד.ה. אז נאר דער אמת דארף שיך, און ביז אהין פעהלט נישט אויס. הגה"ק ר' מאיר שפירא איז אמאל געווען ביי א צוזאמענקום פון פוילישע פריצים אין פארלאמענט (סיים? בלע"ז), און א פעדלער האט דארט פארקויפט זאקן. האט אים ר' מאיר געזאגט, אז דא ביי דעם צוזאמענקום איז אלעס פאליטיק, און פאליטיק איז א שטיק שקר, און שקר אין לו רגלים, ממילא דארף נישט דא קיינער קיין זאקן... ודפח"ח.. (מיין הערה איז נאר בדרך צחות... פליז שמייכל)..

ה) א מענטש איז גרייט צו זאגען צען ליגענטס, אויפצוווייזן אז באמת איז ער אן איש אמת - איינער פון אונזערע שרייבערס (דיזע ערצעהלונג) האט טאקע אזא סארט חתימה: "...איך בין אן איש אמת, און ווען כ'זאג אז מיין ווארט איז מער ווערט ווי א חתימה קענט איר מיך געטרויען - אגב, דאס איז געווען א ליגנט..."
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

Re: אינטערעסאנטע פאלקס ווערטלעך,זאצן אין קרעטשמערישע אויסדרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

שמעק_טאביק האט געשריבן:ד) אז דו גייסט ארום ס'וועלט זוכן דעם אמת, דארפסטו איינקויפן אסאך פאר שיך - דאס איז א סתירה מיטן מאמר חז"ל שקר אין לו רגלים... ד.ה. אז נאר דער אמת דארף שיך, און ביז אהין פעהלט נישט אויס. הגה"ק ר' מאיר שפירא איז אמאל געווען ביי א צוזאמענקום פון פוילישע פריצים אין פארלאמענט (סיים? בלע"ז), און א פעדלער האט דארט פארקויפט זאקן. האט אים ר' מאיר געזאגט, אז דא ביי דעם צוזאמענקום איז אלעס פאליטיק, און פאליטיק איז א שטיק שקר, און שקר אין לו רגלים, ממילא דארף נישט דא קיינער קיין זאקן... ודפח"ח.. (מיין הערה איז נאר בדרך צחות... פליז שמייכל)..

שקר אין לו רגלים איז טייטש אז קיין איינע פון די אותיות האבען נישט א וועג וואו אזוי זיך צו האלטען, וואו די גמרא זאגט אין מסכ' שבת דארט ביי די א'ב', משא"כ אמת האט א יעדע אות צוויי פיסעלעך וואס זענען אייניג גלייך, ווייטער אין די זעלבע מסכת' רעדט מען פון א הינקעדיגער, צו ער מעג ארויסגיין מיט די הויכע שיך אום שבת, איז מיר איינגעפאלען אז היינו הך, וזו בזו תליא, אז וועגען דעם דארף שקר שיך ווייל מען רעדט דא פון אזאנע לאנגע שיך אוואו דארט אין במה יוצאה.

איך בעט יעדעם זאל מיך פארשטיין אז איך האב פשוט געוואלט מגלה זיין אז איך בין א בר הכא, א ת"ח, אבער אז איר פארשטייט נישט מיין פשט איז גארנישט, ווען איר וועט הארווען אזויפיל שעות וואו איך אויף תורה וועט איר שוין אלעס פארשטיין.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

קאנאו; מאך דיך נישט אוועק. אז דו טויגסט טויגסטו.
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

אנטשולדיג מיר שמעק טאביק, אבער יעצט ביסטו נישט גערעכט, דייקא דאס מיינעך טאקע, עס איס דא אזוי פיל אין נישט יעדער פין אונז דא לעזט די מעלות אד"ג, ממילא וועט מען עס דא קענען לעהזן,
ווי נישט ווי, איז דאך עס צו שמייכלען,
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

Re: אינטערעסאנטע פאלקס ווערטלעך,זאצן אין קרעטשמערישע אויסדרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

abimlaibt האט געשריבן:דף היומי איז פראפאגאנדע פין די אגודה, אגודה איז א בריק צו ציונות, ציונות איז כפירה, א גוטן טאג, עכ"ל

אינטערעסאנטע אידעיע.
די פראבלעם איז נאר, אז די גרעסטע (און אפיציעלע!) פראפאגאנדע פון דער "אגודה" (וואס זי איז א בריק צו ציונות, וואס זי איז כפירה, א גוטן טאג) און "דגל" איז יעצט שמירת שבת... :wink:
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

א) מ'טאר נישט פארלאנגען וואס מ'קען נישט דערלאנגען

ב) אז מ'קען נישט וואס מ'וויל, מוז מען וועלן וואס מ'קען.

ג) אז מ'קריגט זיך מיטן רב, דארף מען זיין בשלום מיטן שענקער.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

דיין אות ב', האב איך געהערט אביסל אנדערש.

אז ס'גייט נישט וויאזוי מ'וויל, זאל מען וועלן וויאזוי ס'גייט.

פאר דו זאגסט פארן באשעפער וואס דו ווילסט, זאג פאר דיר וואס דער באשעפער וויל.
Chairlift
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 02, 2007 11:36 am
לאקאציע: ציווישען הימעל און ערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Chairlift »

מענין לענין,

זאג נישט פארן באשעפער ווי גרויס זענען דיינע צרות,

זאג פאר דיינע צרות ווי גרויס דער באשעפער איז.
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

Re: אינטערעסאנטע פאלקס ווערטלעך,זאצן אין קרעטשמערישע אויסדרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

ערנסטער האט געשריבן:
abimlaibt האט געשריבן:דף היומי איז פראפאגאנדע פין די אגודה, אגודה איז א בריק צו ציונות, ציונות איז כפירה, א גוטן טאג, עכ"ל

אינטערעסאנטע אידעיע.
די פראבלעם איז נאר, אז די גרעסטע (און אפיציעלע!) פראפאגאנדע פון דער "אגודה" (וואס זי איז א בריק צו ציונות, וואס זי איז כפירה, א גוטן טאג) און "דגל" איז יעצט שמירת שבת... :wink:

ריכויג אבער אונז רעדען יעצט פין א מעשה וואס האט זיך אפגעשפיעלט מיט יארען אויף צוריק,
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

abimlaibt, איז יעצט שוין מעג מען לערנען דף יומי?
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

געלט איז קיילעכדיג; אמאל איז עס דא, אמאל איז עס דארט.

אז מ'עסט אויף דעם בייגל, וואו קומט אהין דער לאך? אין קעשענע.

עס איז בעסער "קראנק געוועזן" ווי "רייך געוועזן".
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

איך_הער האט געשריבן:פאר דו זאגסט פארן באשעפער וואס דו ווילסט, זאג פאר דיר וואס דער באשעפער וויל.

Chairlift האט געשריבן:זאג נישט פארן באשעפער ווי גרויס זענען דיינע צרות,

זאג פאר דיינע צרות ווי גרויס דער באשעפער איז.

ס'דערמאנט וואס דערציילט מען וועגן בעל התניא, אז ער האט אמאל געזאגט איינעם: "רעדסטו נאר וועגן דעם, וואס דו דארפסט, אבער צוליב וואס דארף מען דיך אליין רעדסט גאר נישט".
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

יא אבער נישט אויף זייער סדר, יעדער ברויך לערנען יעדן טאג כאטש איין בלאט גמרא,
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

Re: אינטערעסאנטע פאלקס ווערטלעך,זאצן אין קרעטשמערישע אויסדרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

ערנסטער האט געשריבן:
abimlaibt האט געשריבן:דף היומי איז פראפאגאנדע פין די אגודה, אגודה איז א בריק צו ציונות, ציונות איז כפירה, א גוטן טאג, עכ"ל

אינטערעסאנטע אידעיע.
די פראבלעם איז נאר, אז די גרעסטע (און אפיציעלע!) פראפאגאנדע פון דער "אגודה" (וואס זי איז א בריק צו ציונות, וואס זי איז כפירה, א גוטן טאג) און "דגל" איז יעצט שמירת שבת... :wink:


גוט געזאגט, אמאל איז די פראפאגאנדע שבת,אמאל איז עס דף היומי,אמאל וועט עס זיין כשרות, הצד השוה שבהן "פראפאגאנדע"
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

יישר אבי, פארן עפענען אזא אינטערעסאנטע אשכול, און אזוי אויך א יישר כוח פאר אלע מגיבים.

געלט איז נישט אלעס, אבער אלעס איז געלט.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

קודם, פותחין בכבוד הפותח.
אבי מ'קלעבט: נאדער ;l;p-, א גיניאלער איינפאל פון אן אשכול!
ס'ברענגט פשוט ארויף ווינדער ביי אלע קרעטשמע זיצער'ס, ווי קען דאס זיין אז ס'נאך ביז היינט קיינעם נישט איינגעפאלן?

===
טראכט וואס דו זאגסט/שרייבסט - נישט זאג/שרייב וואס דו טראכסט...
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

נישט אלעס וואס מען טראכט, דארף מען זאגן.
נישט אלעס וואס מען זאגט, דארף מען שרייבן.
נישט אלעס וואס מען שרייבט, דארף מען דריקען.
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

פארוואס האט א פיצל קינד א שפעציעלע חן? ווייל עס איז פונקט ווי ניי געקויפטע זאך וואס גלאנצט נאך (כאב אזוי געקלערט)
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

די אמת'ע סיבה איז, וויבאלד מ'האט נאכנישט געזינדיגט האט מען נאך א צלם אלקים.
די ספרים זאגן, אז וועגן דעם קען מען טרעפן אמאל ערוואקסענע מענטשן וואס האבן נאך א ספעציעלן חן, דאס איז ווייל זיי האבן נאכנישט געזינדיגט (אדער האבן זיי שוין תשובה געטון) און זיי האבן נאך אויף זיך דעם צלם אלקים.
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

עס שטייט, דוכט זיך אין חובת הלבבות?, אז א קינד נעמט ארויס איינעם פון די גלייזן. וואלסטו זיך אפגעגעבן מיט אן אנדערן מענטש 24 שעה א טאג? אים געפעמפערט און געגאנגען צום דאקטאר, און ארומגעוושן און געפיטערט איינמאל און נאכאמאל? כמעט זיכער אז ניין. דעריבער האט השי"ת אריינגעליגט א ספעציעלן חן אינעם בעיבי, אז מען זאל אויסגיין פאר ליבשאפט און זיסקייט, און די אלע זאכן זענען נישט לעול ולמשא.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
פירשט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פירשט »

זארעך:

און אלגעמיין ביסטו אפשר גערעכט.
"טראכט וואס דו זאגסט/שרייבסט- נישט זאג/שרייב וואס דו טראכסט".

אבער דא אין קרעטשמע אז דו "שרייבסט וואס דו טראכסט"
וועט דיך שוין סאכדעס אויסבעסערען....
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”