פארעפענטליכט: שבת דצמבר 17, 2011 6:31 pm
דעם שבת פארציילט מיר איינער א באלערנדער עפיזאד פון הגה"צ רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל זצ"ל.
ווי באקאנט, איז דער ראש ישיבה געווען דער פיאניר פון דורכפירן גרויסארטיגע דינערס ביים ניי-געקומענעם חרד'ישן אידנטום, וואס זענען נישט געווען געוואוינט דערצו אין דער אלטער היים. די נייטרער ישיבה דינערס זענען אלץ געווען גאר שיין צוגעשטעלט ברייטע סעודות, רייכע פראגראמען — מ'רעדט לויט די דעמאלטדיגע השגות פארשטייצעך.
איז מען אמאל געזעסן, די עסקנים מיט'ן ראש ישיבה זצ"ל, בעפאר'ן יערליכן דינער, און מ'האט דעבאטירט פארשידענע פארשלאגן ארום דער בעפארשטייענדער געשעעניש, וואו מ'קען שניידן פון די קאסטן און העכערן די איינקונפטן פונעם יערליכן דינער.
מ'איז געזעסן און אריינגעקלערט וועלכע פון די עקספענסעס זענען איבריג. האט ווער ס'איז פון די באטייליגטע פארגעשלאגן, אז מ'זאל עלימינירן די געקעיטערטע סעודה כיד המלך. מ'וועט ווייטער מאכן אין א זאל, ווייטער מאכן א שיינעם פראגראם, אבער די סעודה, וואס קאסט אפ א שיינע פאר טאלער, קען מען, אזוי שמירנישדירניש, אנולירן און קיינער וועט נישטאמאל כאפן. מילתא בטעמא'דיג האט יענער צוגעגעבן, אז יעדער עסט סייווי נאכטמאל אינדערהיים. קיינער מעלדט נישט איין די ב"ב, אז היינט מאכט מען נישט קיין נאכטמאל אינדערהיים ווייל כ'האב א דינער. טא — האט דער בעל הפארשלאג אויסגעפירט — זאל יעדער עסן סאפפער אינדערהיים, און דאן קומען צום דינער געניסן פון געשמאקע קינוח סעודה, ניסלעך מיט פרוכט, געבעקסן און געטראנקען, און מ'העט זיך מחי' זיין. ס'העט קאסטן ווייניגער און אריינברענגען - לכה"פ - די זעלבע.
די אנוועזענדע הערן צו און דער געדאנק לייגט זיך זיי אויפ'ן שכל. באלד ווערט שוין די הצעה אפגעשטימט און פראטאקאלירט, אבער דער ראש ישיבה שטעלט זיך אויף און זאגט: ניין, דער פלאן געפעלט מיר נישט.
פארוואס? ענטפערט דער חכימא דיהודאי גאנץ איינפאך: ווען איך האב אנגעהויבן מאכן דינערס פאר דער ישיבה, איז דאס נישט געווען מיין אייגענער ערפינדונג. ניין, אינדערהיים האט מען בכלל נישט געוואוסט נאך אן אפטייטש צום ווארט דינער, חוץ אז ס'דינערט און בליצט. דא אין אמעריקע, ווידעראום, איז א דינער אן אינטעגראלער טייל פון יעדע מוסד, יעדע וואוילטעטיגע ארגאניזאציע, אלעס לעבט אין גרויסנטייל אויפ'ן יערליכן 'דינער'. גרויסע שפיטעלער, גיגאנטישע אינסטוטוציעס, מיט בודזשעטן אין די מיליאנען, אלעס מאכן דינערס און טרייבן אויף ריזיגע געלטער ביי זייערע צוזאמענקופטן.
טא, אויב פירן זיך 'די גרויסע' אז ווען מ'מאכט א דינער, גיט מען דערביי א גרויסע, ברייטע פליישיגע סעודה די פארזאמלטע, איז פשט אז זיי האבן די זאך שטודירט דורך-און-דורך, זיי זענען געזעסן אויף מיטיניגען און באראטונגען, ווייל זיי זוכן דאך נישט אויסצוגעבן געלט אין דער וועלט אריין, ואחרי ככלות הכל, זענען זיי געקומען צום אויספיר אז די בעסטע טאקטיק ארויסצוזען ביים עולם גרויס געלט, איז ווען מ'סערווירט זיי א גוטן מאלצייט, דער עולם זיצט און מ'עסט און מ'טרינקט און כטוב לבם קען מען פון זיי ארויסדערווישן הויפנס גרינע באנקנאטן. — קומט אויס, האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט, איז דאס וואס מיר זיצן און טראכטן דערוועגן צי ס'לוינט צי ניש, פשוט א צייט פארברענגערייי. זיי האבן שוין געטון די ארבעט פאר אונז, זיי האבן שוין געקלערט און געטראכט, און דער אויספיר איז: כדי צו קענען מאכן געלט דארף מען סערווירן א סעודה! מיר קענען זיך נישט ערלויבן צו זיין קליגער פון זיי.
דאס זעלבע קאן געזאגט ווערן דא — (איינער האט מיר געבעטן אויבן צו ברעינוואשן דעם עולם אויף פארקערט, ברויך מען דאס דאך טוען) קאן טאקע זיין אז מ'וועט איינשפארן געלט מיט אונזער עפארדעבל-פלאן, אבער ס'וועט ווייט נישט ברענגען די הכנסות — יא, שוין נאכ'ן דעדאקטן אלע אסטראנאמישע קאסטן — וואס ס'ברענגט ביז היינט. די גרויסע קעפ, ר' לייבוש, ר' סענדער, ר' ליפא, נ"ע, זענען פילייכט געזעסן אויף דער מבוכה, און געקומען צום אויספיר זענען זיי, אז: יא, ווען דער עולם זיצט טויזנטער אידן אינאיינעם, מ'ווערט פארכאפט פונעם מצב ארום און ארום, מ'זיצט און מ'פארברענגט, מ'זינגט און מ'טאנצט, דאן פאלן אוועק אלע מסכים המבדילים בינם לבין הנהלת המוסדות און די נומערן וואס מ'שרייבט אויס אויף די טשעקלעך זענען פאנטאסטיש.
אלזא, איז די אויבנדערמאנטע פארשלאג, אויף היי יאר, איינשטימיג אפגעווארפן און נישט פראטאקאלירט. — ברבבותינו לארמאריס!