Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

שבת דצמבר 17, 2011 6:31 pm

דעם שבת פארציילט מיר איינער א באלערנדער עפיזאד פון הגה"צ רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל זצ"ל.

ווי באקאנט, איז דער ראש ישיבה געווען דער פיאניר פון דורכפירן גרויסארטיגע דינערס ביים ניי-געקומענעם חרד'ישן אידנטום, וואס זענען נישט געווען געוואוינט דערצו אין דער אלטער היים. די נייטרער ישיבה דינערס זענען אלץ געווען גאר שיין צוגעשטעלט ברייטע סעודות, רייכע פראגראמען — מ'רעדט לויט די דעמאלטדיגע השגות פארשטייצעך.

איז מען אמאל געזעסן, די עסקנים מיט'ן ראש ישיבה זצ"ל, בעפאר'ן יערליכן דינער, און מ'האט דעבאטירט פארשידענע פארשלאגן ארום דער בעפארשטייענדער געשעעניש, וואו מ'קען שניידן פון די קאסטן און העכערן די איינקונפטן פונעם יערליכן דינער.

מ'איז געזעסן און אריינגעקלערט וועלכע פון די עקספענסעס זענען איבריג. האט ווער ס'איז פון די באטייליגטע פארגעשלאגן, אז מ'זאל עלימינירן די געקעיטערטע סעודה כיד המלך. מ'וועט ווייטער מאכן אין א זאל, ווייטער מאכן א שיינעם פראגראם, אבער די סעודה, וואס קאסט אפ א שיינע פאר טאלער, קען מען, אזוי שמירנישדירניש, אנולירן און קיינער וועט נישטאמאל כאפן. מילתא בטעמא'דיג האט יענער צוגעגעבן, אז יעדער עסט סייווי נאכטמאל אינדערהיים. קיינער מעלדט נישט איין די ב"ב, אז היינט מאכט מען נישט קיין נאכטמאל אינדערהיים ווייל כ'האב א דינער. טא — האט דער בעל הפארשלאג אויסגעפירט — זאל יעדער עסן סאפפער אינדערהיים, און דאן קומען צום דינער געניסן פון געשמאקע קינוח סעודה, ניסלעך מיט פרוכט, געבעקסן און געטראנקען, און מ'העט זיך מחי' זיין. ס'העט קאסטן ווייניגער און אריינברענגען - לכה"פ - די זעלבע.

די אנוועזענדע הערן צו און דער געדאנק לייגט זיך זיי אויפ'ן שכל. באלד ווערט שוין די הצעה אפגעשטימט און פראטאקאלירט, אבער דער ראש ישיבה שטעלט זיך אויף און זאגט: ניין, דער פלאן געפעלט מיר נישט.

פארוואס? ענטפערט דער חכימא דיהודאי גאנץ איינפאך: ווען איך האב אנגעהויבן מאכן דינערס פאר דער ישיבה, איז דאס נישט געווען מיין אייגענער ערפינדונג. ניין, אינדערהיים האט מען בכלל נישט געוואוסט נאך אן אפטייטש צום ווארט דינער, חוץ אז ס'דינערט און בליצט. דא אין אמעריקע, ווידעראום, איז א דינער אן אינטעגראלער טייל פון יעדע מוסד, יעדע וואוילטעטיגע ארגאניזאציע, אלעס לעבט אין גרויסנטייל אויפ'ן יערליכן 'דינער'. גרויסע שפיטעלער, גיגאנטישע אינסטוטוציעס, מיט בודזשעטן אין די מיליאנען, אלעס מאכן דינערס און טרייבן אויף ריזיגע געלטער ביי זייערע צוזאמענקופטן.

טא, אויב פירן זיך 'די גרויסע' אז ווען מ'מאכט א דינער, גיט מען דערביי א גרויסע, ברייטע פליישיגע סעודה די פארזאמלטע, איז פשט אז זיי האבן די זאך שטודירט דורך-און-דורך, זיי זענען געזעסן אויף מיטיניגען און באראטונגען, ווייל זיי זוכן דאך נישט אויסצוגעבן געלט אין דער וועלט אריין, ואחרי ככלות הכל, זענען זיי געקומען צום אויספיר אז די בעסטע טאקטיק ארויסצוזען ביים עולם גרויס געלט, איז ווען מ'סערווירט זיי א גוטן מאלצייט, דער עולם זיצט און מ'עסט און מ'טרינקט און כטוב לבם קען מען פון זיי ארויסדערווישן הויפנס גרינע באנקנאטן. — קומט אויס, האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט, איז דאס וואס מיר זיצן און טראכטן דערוועגן צי ס'לוינט צי ניש, פשוט א צייט פארברענגערייי. זיי האבן שוין געטון די ארבעט פאר אונז, זיי האבן שוין געקלערט און געטראכט, און דער אויספיר איז: כדי צו קענען מאכן געלט דארף מען סערווירן א סעודה! מיר קענען זיך נישט ערלויבן צו זיין קליגער פון זיי.

דאס זעלבע קאן געזאגט ווערן דא — (איינער האט מיר געבעטן אויבן צו ברעינוואשן דעם עולם אויף פארקערט, ברויך מען דאס דאך טוען) קאן טאקע זיין אז מ'וועט איינשפארן געלט מיט אונזער עפארדעבל-פלאן, אבער ס'וועט ווייט נישט ברענגען די הכנסות — יא, שוין נאכ'ן דעדאקטן אלע אסטראנאמישע קאסטן — וואס ס'ברענגט ביז היינט. די גרויסע קעפ, ר' לייבוש, ר' סענדער, ר' ליפא, נ"ע, זענען פילייכט געזעסן אויף דער מבוכה, און געקומען צום אויספיר זענען זיי, אז: יא, ווען דער עולם זיצט טויזנטער אידן אינאיינעם, מ'ווערט פארכאפט פונעם מצב ארום און ארום, מ'זיצט און מ'פארברענגט, מ'זינגט און מ'טאנצט, דאן פאלן אוועק אלע מסכים המבדילים בינם לבין הנהלת המוסדות און די נומערן וואס מ'שרייבט אויס אויף די טשעקלעך זענען פאנטאסטיש.

אלזא, איז די אויבנדערמאנטע פארשלאג, אויף היי יאר, איינשטימיג אפגעווארפן און נישט פראטאקאלירט. — ברבבותינו לארמאריס!

Advertisement

שבת דצמבר 17, 2011 6:31 pm

נאך א זאך האבעך פארגעסן, אז די גאנצע פלאן קען נאר זיין אין א וואכן-טאג, ווייל ווער ס'האלט נאך קאפ העט געדענקען אז אלעס האט זיך אנגעהויבן מיט די פלייש-בענק. דאס איז אלץ גוט אין א זונטאג, מאנטאג, אבער וואס טוטצעך מוצאי שבת ווען קיינער וויל זיך נישט פארפליישיגן, (פרעג פארוואס...) איז דאך די גאנצע זאך סייווי נישט רעלעוואנט אויף היי-יאר.
לעצט פאראכטן דורך זאג נאר אום שבת דצמבר 17, 2011 6:35 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

שבת דצמבר 17, 2011 7:25 pm

בכלל ווייס איך נישט פארוואס ער האט אפגעמאכט אז עס קאסט זיבען הינדרעט טויזענט ??
און בכלל האב איך געהערט אז פאריאר זענען די עסקנים אהיים געגאנגען מיט א 2 מיליאן קעש וואס זיי האבען געמאכט אויפען פלאץ

שבת דצמבר 17, 2011 8:07 pm

זאג נאר,איך גלייב אז ווען מ'וועט שניידען די הוצאת, וועסטו נישט מסכים זיין אז די בראשורן זאלען אויך אוועק פאל'ן. איוואר ?

שבת דצמבר 17, 2011 8:17 pm

בוידעם ביטע זיי מסביר דיינע ווערטער זאג נאר האלט דאך אז מען זאל נישט שפארען קיין געלט

שבת דצמבר 17, 2011 8:59 pm

קענטעלאופ האט געשריבן:סאיז גאנישט קיין געלעכטער אזא כף אלף כסלעוו מסיבה קאסט אפ ארום 700.000 $ א הימעל געשריי צו ניצן אידישע געלט פאר דעם חוץ אויב דערעוילעם איז מסכים

טייל פין די הוצאות זענען
לעקטער - הייצינג - טוילעט טרעילארס - פלאמינג - פערמיטס - סטעיזשעס - בענקלעך טישען - סעודה כיד המלך - גרויסע סיין [דעס אליין עשרת אלפים] - אינעוועטעישענס - באסעס בחינם למסיבה פין מאנרא מאנסי וומסב"ג ב"פ לעיקוואד - דריקן און הענגען פאסטערס אין די גאסן 10 מאל - קאר סערוויס לרבנים וחשובי עדה [הינדערטער]

מען זעט אז דו ביסט גאר ווייניג באקאנט אין די סארט הוצאות.
FYI די סיין קאסט פול מער ווי עשרת אלפים.

שבת דצמבר 17, 2011 9:17 pm

splenda האט געשריבן:בוידעם ביטע זיי מסביר דיינע ווערטער זאג נאר האלט דאך אז מען זאל נישט שפארען קיין געלט


מיין תגובה איז געצילט 'קודם חזרה'

זונטאג דצמבר 18, 2011 6:36 pm

שוועמל האט געשריבן:
קענטעלאופ האט געשריבן:סאיז גאנישט קיין געלעכטער אזא כף אלף כסלעוו מסיבה קאסט אפ ארום 700.000 $ א הימעל געשריי צו ניצן אידישע געלט פאר דעם חוץ אויב דערעוילעם איז מסכים

טייל פין די הוצאות זענען
לעקטער - הייצינג - טוילעט טרעילארס - פלאמינג - פערמיטס - סטעיזשעס - בענקלעך טישען - סעודה כיד המלך - גרויסע סיין [דעס אליין עשרת אלפים] - אינעוועטעישענס - באסעס בחינם למסיבה פין מאנרא מאנסי וומסב"ג ב"פ לעיקוואד - דריקן און הענגען פאסטערס אין די גאסן 10 מאל - קאר סערוויס לרבנים וחשובי עדה [הינדערטער]

מען זעט אז דו ביסט גאר ווייניג באקאנט אין די סארט הוצאות.
FYI די סיין קאסט פול מער ווי עשרת אלפים.


היינט אין ביהמ"ד איז געווען א שמועס וועגן די נושא פון די קאסט פון די סיין מיט א אינגערמאן וואס טוט אין די סארט סיינס פאר פרנסה, און דער עולם האט געזאגט ריזיגע נאמבערס וויפיל אזא סיין קאסט.

האט ער געזאגט (ער האט גערעדט פון די בעדפארד ארמארי) די סיין איז גרויס געווען 60X150, דאס איז א סך הכל פון 7,500 סקווער פוס. ווען מען רעדט פון אזעלכע גרויסע סיינס קאסט עס עטליכע צענט פער סקווער פוס !!!!

אין די בעדפארד ארמארי האט די גאנצע סיין, פון צאלן פארן גראפיקער, ביזן עס אויפהענגן אויפן וואנט, נישט געקאסט נאנט צו 10 אלפים.

זונטאג דצמבר 18, 2011 9:45 pm

זאג-נאר נאך ביטע, ווייל דו זאגסט זייער גוט!

וועגן די ארמאריס וכו' קען איך נישט אריינרעדן, ווייל זינט כיתה ד' (ווען איך האב מיך מיטגעכאפט אונטער מיין טאטעס רעקל און געציטערט אימת מות פון די 'ארמי' וואס קען מיך אומברענגן אין א געשפאלטענע סעקונדע אויב זיי כאפן מיך צווישן די טאטעס) פראווע איך די כ"א כסליו סעודות אין מיין פריוואטע ארמון.

מאנטאג דצמבר 19, 2011 12:00 pm

קרעמער האט געשריבן:זאג-נאר נאך ביטע, ווייל דו זאגסט זייער גוט!

וועגן די ארמאריס וכו' קען איך נישט אריינרעדן, ווייל זינט כיתה ד' (ווען איך האב מיך מיטגעכאפט אונטער מיין טאטעס רעקל און געציטערט אימת מות פון די 'ארמי' וואס קען מיך אומברענגן אין א געשפאלטענע סעקונדע אויב זיי כאפן מיך צווישן די טאטעס) פראווע איך די כ"א כסליו סעודות אין מיין פריוואטע ארמון.

רעקל סלקא דעתך, לא תימא רעקל אלא בעקיטשע !

מאנטאג דצמבר 19, 2011 12:20 pm

גראדע האב איך פרובירט זיך צו דערמאנען אויב עס איז געווען אויף א מוצאי שבת אדער נישט, און דערפאר האב איך געשריבן רעקל ווייל ס'רוב נעכט טראגט מען דאס.

מאנטאג דצמבר 19, 2011 12:38 pm

קרעמער האט געשריבן:גראדע האב איך פרובירט זיך צו דערמאנען אויב עס איז געווען אויף א מוצאי שבת אדער נישט, און דערפאר האב איך געשריבן רעקל ווייל ס'רוב נעכט טראגט מען דאס.


ווענט זיך ווער ! פארשטייסט ?

מאנטאג דצמבר 19, 2011 12:39 pm

איך רעד דאך פון מיין פאטער זז"ג

מאנטאג דצמבר 19, 2011 12:59 pm

קרעמער, א"כ ביסטו דאך אן אייזערנער קאנדידאט פאר גאסט רעדנער.

מאנטאג דצמבר 19, 2011 1:00 pm

נע, איך בין אויפגעצויגן געווארן אין וויליאמסבורג און טראג די לאקאלע טראגע

מאנטאג דצמבר 19, 2011 1:34 pm

זאג נאר, דו זאגסט זייער גוט, און וואס דו ברענגסט פון פון ר' מיכאל בער איז נישט רעלעוואנט היינטיגע צייטן.
היינט קומט קיינער נישט אומוואוסנדיג וויפיל ער וויל געבן. און ווי אויך האט ר' מיכאל בער גערעדט פון א געשמאקע זאל מיט א געשמאקע סעודה אז אן אריסטארקראט זאל זיך לאזן וואוילגיין. אין די היינטיגע עפאכע איז עס ווייט פון דעם כרחוק מזרח ממערב, מ'עסט נאר ווייל מ'איז הונגעריג, עס קומט נישט צו צו קיין כטוב לב המלך... נישט מיט קיין יין, און זיכער נישט מיט די סעודה.

ממילא קום איך טאקע אפעלירן ביין ציבור, אז מ'זאל טאקע אויפהערן מיט די אלע איבריגע געלט שפענדעריי, גענוג וואס די אלע רעיזערס נעמען אראפ פון יעדן דאלער וואס ''זיי'' ברענגן אריין צום דינער. זאלן זיי ברענגן דאס געלט אן קיין דינער.

קליינע רייכע באנקעטן, אהה דאס איז א מהלך, און דאס שלעפט באמת ארויס געלט פון מענטשן. און הלוואי זאל איך קריגן א רייכע מאלצייט פאר מיין ארימע נתינה.....

איך ווייס פון עטליכע וואס האבן טאקע דעם מוצש"ק געמאכט אן אייגענעם ארמערי.... זיך צוזאמענגענומען און געמאכט א מלוה מלכה, און ס'האט נישט געקאסט קיין דינער געלט... און די עסקנים זענען נישט אהיים מיט קיין צוויי מיליאן דאלאר קעש.

זונטאג פבואר 05, 2012 1:20 pm

איינער ווייסט פארוואס איך האב יעצט געטראפן דעם ארטיקל?

זאג נאר, דו שרייבסט אויסטערליש גוט...

בוידעם, אין מאנטריאל גייט מען מיט בעקיטשעס אינדערוואכן?

זונטאג פבואר 05, 2012 1:45 pm

שנאפס האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס איך האב יעצט געטראפן דעם ארטיקל?

זאג נאר, דו שרייבסט אויסטערליש גוט...

בוידעם, אין מאנטריאל גייט מען מיט בעקיטשעס אינדערוואכן?


וואס האט בוידעם מיט מאנטריאל ???????????

זונטאג פבואר 05, 2012 2:30 pm

וואס קרעמער האט מיט בעקיטשעס..

ודו"ק

זונטאג פבואר 05, 2012 2:35 pm

ער רעדט דאך פון כ"א כסליו, כ"א כסליו גייט מען דאך מיט בעקיטשעס, ניין ?

לא"ל
שרייב א תגובה

Advertisement