געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 10:04 am
איך מוז אייך מיטטיילן א געדאנק וואס האט מיר אקארשט אויפגעבליצט אין מח.
א געדאנק, א בייפאל, וואס וועט ברענגען היסטארישע אויפטוען אויפ'ן געביט פון שפארן געלט פאר'ן עולם און פאר די סאטמארער מוסדות (אלע) בפרט.
ס'העט זיך הערן אפשר ראדיקאל, דראסטיש, צו אגרעסיוו, אומדורכפירבאר, אבער פארט איז כדאי מ'זאל דאס נעמען אין באטראכט.
האלט אייך אין בענקל, אדער אין טיש, דאזענט מעיק א דיפערענץ.
דער פלאן איז:
מ'זאל מהיום והלאה אויפהערן מאכן די ריזיגע צוזאמענקופטן כ"א כסליו וואו ס'ווערט אויסגעפאטשקעט אזויפיל געלט.
ווילן דאך אבער אידן פארט זיך פרייען מיט דער שמחת הצלה, באגערן דאך אידן צו שטיצן זייערע מוסדות אין דעם גרויסן טאג. אידן האבן פארט שוין ביי זיך פראגראמירט אז כ"א כסליו ערהאלט מען פרייע נאכטמאל מיט אן-אפצאל ענטערטעימענט (אנטשולדיגט: גייסטרייכע שעות פון קורת רוח)
טא, וואס'זשע איז די עצה?
האזינו ואעיצה: זאל יעדער בלייבן אינדערהיים, וואו ס'איז פיין געהייצט מיט א באלאנסירטער טעמפעראטור. מ'ברויך זיך נישט קוועטשן אויף די געלע באסעס און זיין אויסגעשטעלט צו די קוויטשערייען פון די ענטוזיאסטישע תשב"ר וועלכע העלן אייך טרעטן אויף די פיס ביים אפשטייגן פון באס, און שפעטער ווען איר גרייכט שוין ענדליך די גיגאנטישע זאל, אריינפאלן ווי א געצייטיגטע פרוכט אין די הענט פון די באגאבטע סדרנים וועלכע וועלן אייך ארומשליידערן ווי א טאבע פון איין סעקשאן צו דער צווייטער, און אייך דיריגירן יעדע טריט, ווי איר וואלט געווען א כיידער-אינגל אדער גאר א לאגער-איד.
יעדער וועט באקומען א וואוטשער זיך אפצונעמען א פרייע געשמאקע נאכטמאל-וועטשערע ביי דער לאקאלער פלייש-באנק פון זיין קהלה, מיט אלע צוגעהערן, און דארט העט שוין ליגן אלע שנאר-מאטריאל מיט די בראשורן אא"וו. דערנאך העט מען אהיימגיין אפרופן דעם ספעציעלן האטליין וואו מ'וועט זיך אנהאקן אין דער סעודת הודאה וואס דער רבי וועט פראווען ביי זיך אין שטוב, אין קליינעם ביהמ"ד, אינאיינעם מיט די רבנים וראשי קהלה. דארט העט מען באעערן די אורחי הכבוד, מ'וועט לעקן די נגידים, מ'וועט אויסרופן נומערן, דער חזן וועט קוויטשען, דער בדחן וועט גראמען, דער נואם הכבוד וועט באצויבערן און דער אדמיניסטראטאר וועט ברעזשען, דער מיט דער העכסטער שטימע וועט באסאווען די קינדער זאלן שוין זיך אויפהייבן און פון די בענקלעך און איבערגעבן די בעלי בתים. (איי וואס זאל דער טאטע טון מיט אים? לייגן אויפ'ן שויס איז נישט קיין אפציע, ווייל אנדערע צוויי בנים אקופירן עס שוין) און דערנאך ווען די מוזיק וועט זיך נעמען הילכן מיט די שטורמישע געזאנגען, וועט יעדער פאטער זיך אויפהייבן פון בענקל און זיך ארויסלאזן אין א טאנץ מיט זיינע קינדערלעך, ארום דעם קיך-טיש (די גרויסע חסידים העלן עס מאכן, פארשטייטצעך, אין דיינינג-רום מיט די ספאט-לייטס אנגעצינדן) און פון הארצן-טיפן דאנקען דעם רבונו של עולם אויף די גרויסע חסדים בימים ההם בזמן הזה.
די אויפטו — הערט אייך איין — העט זיין דאפלט; איינס אז מ'וועט איינשפארן הונדערטער טויזנטער דאלער ממון הקדש, און צווייטנס די איינקופנטן וועלן זיין פילפאכיג, ווייל דער עולם וועט זען אז זייער געלט איז אזוי טייער, מ'גיט אזוי אבאכט אויף ממון הקדש, יעדע דאלער, יעדע פיאסטער, זאגאר יעדע רובל, ווערט אפגעהיטן ווי ס'געהער צו זיין, וועלן זיי זיך עפענען די קעשענעס, אויפפראלן די טייסטערס, רייבן די סיסי קארטלעך, און גיסן מיט שטיצע פאר די הייליגע חינוך אימפעריעס. אפגערעדט אז די קינדער העלן זיך מחי' זיין און נישט זיין די שעירים לעזעזל צו די קאפריזן פון יעדן רייסער, וואס וועט שטייגן העכער אין ראנג ווי מער ער וועט זיך איבער די שוצלאזע קינדער זיך איזדעקעווען.
ס'העט זיין זה נהנה וזה נהנה אויפ'ן שענסטן פארנעם.
וואס זאגט דר'עולם דערצו? כ'מיין ס'האט אזויפיל שאנסן ווי 9.9.9....
Advertisement
דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 10:13 am
איך שטום צו
דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 10:23 am
פיין געזאגט און זיס געשריבן.
און ווי געזאגט האט דאס אזויפיל שאנסן ווי דער 9-9-9 פלאן
דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 10:26 am
אויפריכטיג האט געשריבן:פיין געזאגט און זיס געשריבן.
און ווי געזאגט האט דאס אזויפיל שאנסן ווי דער 9-9-9 פלאן
אדער ווי דער פעיר-טעקס פלאן.
דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 10:42 am
און פארשטייט זיך אז די חזנים בדחנים זינגער מוזיק וועלן ארבעטען דורך די די-דזעי (די וואס?) סיסטעם!
דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 10:47 am
געוואלדיג; זאג_נאר, ווען דער פלאן וועט זיך אויסארבעטן [ווי האט יענער געזאגט: געב עס דריי וואכן און אלעס איז בסדר..] וויל איך פון דיר אן ארטיקל: אפשר מאכט מען איינמאל א יאר א ריזן צוזאמקום! און שיס אויס דיינע רעיונות..
דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 11:09 am
רעיון נפלא הפלא ופלא.
קענסט צולייגן אז מען וועט רופן יעדנס קיך/דיינונג רום ארמארי והי' בזה שלום...
דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 11:20 am
מי יתן והיה
דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 11:42 am
און וואס וועט מען טוט וועגן בילדער אין די צייטונגען פון צענדליגע טויזענטע באטייליגטע???
דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 11:42 am
פאטאשאפ איז דאך עפעס באשאפן געווארן.
דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 11:59 am
'זאג נאר' מאכסט חוזק אדער מיינסט עס ערנסט?
לויט מיינע ידיעות גייט פארקומען אזא מסיבה קומענדיגן מאנטיג דורך א צווייטע מוסד "RCCS"
דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 12:15 pm
חחחח....
Good האט געשריבן:'זאג נאר' מאכסט חוזק אדער מיינסט עס ערנסט?
לויט מיינע ידיעות גייט פארקומען אזא מסיבה קומענדיגן מאנטיג דורך א צווייטע מוסד "RCCS"
דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 12:18 pm
אויב דו פרעגסט צי איך מיין עס ערנסט, איז א סימן אז דו האסט נאך נישט געליינט מקוה שפרינגערס.
דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 12:32 pm
זאג נאר איך זעה אז די זיכסט ווי צו שפארען געלט
איך האב אן עצה פאר דיר!! ביי דיין ערשטע קינדס חתונה מאך עס ניש און א זאל ווייל עס איז א שאד די געלט
מאך די זעלבע פלאן שיק קאפאנס פון רעסטאראנטס און מאך א האק אפ
הא וואס זאגסטו צו דעם פלאן?
דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 1:40 pm
ווינקל האט געשריבן:רעיון נפלא הפלא ופלא.
קענסט צולייגן אז מען וועט רופן יעדנס קיך/דיינונג רום ארמארי והי' בזה שלום...
דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 1:41 pm
splenda האט געשריבן:זאג נאר איך זעה אז די זיכסט ווי צו שפארען געלט
איך האב אן עצה פאר דיר!! ביי דיין ערשטע קינדס חתונה מאך עס ניש און א זאל ווייל עס איז א שאד די געלט
מאך די זעלבע פלאן שיק קאפאנס פון רעסטאראנטס און מאך א האק אפ
הא וואס זאגסטו צו דעם פלאן?
דא אי שוין עפעס אנדערשט. ווייל וויאזוי וועט פעטער גימפל קענען אנכאפן דאס גארטל ביים מצוה טאנץ פון זיין קיטשען? ואת"ל דורכן טעלעפאן ווייער, וועט מען זיך מוזן איינהאנדלען די אלטמאדישע קארדפו"ל טעלעפאנען לכבוד שמחת חתן וכלה. וק"ל.
דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 3:20 pm
גוט, גוט, כאב הנאה פון דעם פלאן.
איין זאך וואס מען וועט זיכער פארפאסן, איז די "עלעקטערישע שטראם" וואס לויפט אדורך דעם גאנצן ציבור ווען דער רבי שליט"א (וועא"מ) קומט אריין, און דער עולם גיט זיך "ספאנטאן" א הייב אונטער און הייבט אן קלאטשן חסדי ה' אזש ס'גייט ארויעך....
דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 3:28 pm
יונגעלייט דער גאנצער פלאן שמעקט מיט השכלה. איך וויס נישט ווען נישט דעים ארמערי וואס וואלט געבליבען מיט אינז
דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 3:33 pm
דאס איז א חלק פון דאס ליצנות וואס הערשט ביי די יונגווארג וואס האבן נישט געהאט די זכי' צו זען בעדפארד עוו אלס טו וועי סטריט..........
דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 4:11 pm
זאג נאר, ס'וועט קאסטן די בראשורן פיל פאכיג, מ'וועט מוזן מאכן מער קאלירפול און מער שרייעדיג עד לב השמים, הן דער שרייבער העט מוזן שרייבן אזאנע דעהויבענע ארטיקלען וואס זאלן באגייסטערן דעם ליינער, כגון אזא ארטיקל פון זאג נאר, און הן אזאנע גראפירטע גראפיקס וואס זאלן ציען דאס אויג כ'מיין דאס אויער צו אנרופן דעם לייוו הוקאפ סיסטעם, ס'וועט זיין יצא שכרו בהפסדו
דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 4:23 pm
חח
גראדע קען מען עס היינט אויסארבעטן מיטן עקס באקס
פרייטאג דצמבר 16, 2011 11:51 am
וואס וועט מען טוהן מיט די שפאקטיווען?
- עטעטשמענטס
-

פרייטאג דצמבר 16, 2011 1:15 pm
פארפאלן, לעב מיר היינט אין תקופת הארמוראים
זאגער'לס פלאן ... דער נעקסטער תקופה, אולי
פרייטאג דצמבר 16, 2011 2:31 pm
סאיז גאנישט קיין געלעכטער אזא כף אלף כסלעוו מסיבה קאסט אפ ארום 700.000 $ א הימעל געשריי צו ניצן אידישע געלט פאר דעם חוץ אויב דערעוילעם איז מסכים
טייל פין די הוצאות זענען
לעקטער - הייצינג - טוילעט טרעילארס - פלאמינג - פערמיטס - סטעיזשעס - בענקלעך טישען - סעודה כיד המלך - גרויסע סיין [דעס אליין עשרת אלפים] - אינעוועטעישענס - באסעס בחינם למסיבה פין מאנרא מאנסי וומסב"ג ב"פ לעיקוואד - דריקן און הענגען פאסטערס אין די גאסן 10 מאל - קאר סערוויס לרבנים וחשובי עדה [הינדערטער]
פרייטאג דצמבר 16, 2011 3:08 pm
הרב קענטלאפ איר גייט אמאל צו די גרויסע אפיעלס??
דארטען צאלט מען נאך אזוי פיל געלט ווי דא אדער נאך מער