ארטיקלען פון הרה"ח ר' סענדר דייטש ז"ל

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

דעפרעסט האט געשריבן:להעיר אז אין די הקדמה לספר טל מלאכות להגאון רח"ק גוטמאן שליט"א ברענגט ער פון זיין שווער הרה"ח ר' שמואל אויבערלאנדער ע"ה וואס איז אויך אנוועזנד געווען ביי יענעם שמועס אויף דער שיף אז דער רבי האט געזאגט פונקט פארקערט ווי עס שטייט אין בוצינא קדישא. והבוחר יבחר.

ס'דא נאך אפאר גירסאות. בשם הרב לאנדא מטאש. ועוד
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

אגב, זאגט מען אז ר' יחזקאל (ב"ר יוסף) וויינשטאק הי"ו פון ק"י דערציילט אז ער האט געדארפט אהינפארן און אנגעפרעגט און דער רבי האט אים געהייסן האלטן וויאזוי מען האלט דארט - וואס דאס שטימט ענדערש מיטן אנדערן גירסא ווי אין בוצינא. (וכמה פעמים שמעתי ישוב על זה שר' סענדער אינו מזכיר רק שרבינו שיבח מאוד את עצם שיטת החזון איש בסברתו אבל לא למעשה. אבל המעיין בפנים בבוצינא קדישא יראה בבירור דברים חזקים לענין פסק הלכה שאינן משתמעין לב' אנפין).
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

ר' סענדער האט טאקע געשריבן אז דער רבי האט געהאלטן ווי דער חזון איש, עס איז אבער קלאר נישט ריכטיג, ר' סענדער האט געהאלטן ווי דער חזון איש, און דער רבי האט זיך שארף גע'טענה'ט מיט אים, ר' סענדער איז עס אבער מעתיק פארקערט....
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

צווייפעל האט געשריבן:ר' סענדער האט טאקע געשריבן אז דער רבי האט געהאלטן ווי דער חזון איש, עס איז אבער קלאר נישט ריכטיג, ר' סענדער האט געהאלטן ווי דער חזון איש, און דער רבי האט זיך שארף גע'טענה'ט מיט אים, ר' סענדער איז עס אבער מעתיק פארקערט....

ר' סענדער האט געשריבן נאך זאכן פונעם רבין, אויב לייגט איר אזא פלעק אויף אים, קען עס לייגן א פלעק אויף די אנדערע זאכן פונעם רבי'ן וואס ער האט געארבייט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

גא"מ. אויף ר' סענדער'ן האב איך קיינמאל דערווייל נישט געהערט דעם אויסדרוק שקרן וכדומה, קריטיק האט קיינמאל געמאנגלט אויף קיינעם, און גראדע אפי' אויף ר' סענדער האב איךשוין אמאל געהערט אז ער האט עפעס נישט פונקטליך געשריבן אבער די רעדע איז איבער אן ענין וואס איז נוגע אינערליכע רייבערייען ממילא שטימט אז מ'זאגט אז ס'איז נישט ריכטיג... און ווער ס'וויל "באמת" וויסן פרעגט זיך גוט נאך און באזייטיגט אביסעלע זיינע אינטערעסן און איז אמאל גרייט צו הערן אויך אזא גירסא וואס די אנדערע וואלט אים בעסער צונוצגעקומען ביז ער וועט אפשר אנקומען מברר צו זיין דעם אמת אדער די חילוקי השאלות או המציאות וכדומה, אבער אזא סארט ענין ווי די אונטערנאציאנאלע טאג ליניע כאפ איך נישט מה לו לשקר או לכזב אפי' לשיטתם (אחוץ די איינע סברא אז ס'איז דא פארקערטע מעשיות). וואלט עס געשטאמט פון א טייל פון די אנדערע בעלי מספרים וואלט איך עס תיכף געדראפט (אין אזא פאל ווי דא) און ס'וואלט ניטאמאל אריין בגדר שמועות הסותרות זו את זו, אבער ר' סענדער הייסט עכ"פ בדרך כלל (אויב נישט ממש איבעראל) אויטענטיש.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

קען איך אייך נישט העלפן, דער רבי האט אוועקגעמאכט ר' סענדער, זיך גע'טענה'ט מיט אים ברבים, און ער שרייבט נאך א פסק הלכה פון רבי'ן וואס דער רבי האט זיך גע'טענה'ט "מיט אים" פונקט פארקערט, אפשר האט ר' סענדער פארגעסן, אדער געזוכט שיין צו מאכן דעם רבי'ן אז ער האלט ווי דער חזו"א.
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

אזוי? איינער שרייבט אז ער האט "אליין" געהערט פון איינעם אז דער רבי האט געזאגט פארקערט ווי ר' סענדער שרייבט.

מאי אולמאי האי מהאי?
האט יענער א קאסעטע אז ר' סענדער איז א שקרן. אפשר איז דער אנדערער א שקרן.

בכלל, ווער זאגט אז דער רבי האט געהאלטן אנדערש? האט עס דער רבי זי"ע ערגעץ פארשריבן אז מ'זאגט שקרן?

ס'איז פאראן 2 דיעות וואס דער רבי האט געהאלטן, WOW... איז עס די ערשטע מאל אין די געשיכטע.
איז נישט די הייליגע גמרא פול געפאקט מיט תרי תנאי אליבא דר"מ, תרי תנאי אליבא דר"א, און ס'איז שלום ושלוה. קיינער שרייט נישט ליגנער.

איינער האט דאך נישט גוט נאכגעזאגט? האלאו?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

צווייפעל האט געשריבן:קען איך אייך נישט העלפן, דער רבי האט אוועקגעמאכט ר' סענדער, זיך גע'טענה'ט מיט אים ברבים, און ער שרייבט נאך א פסק הלכה פון רבי'ן וואס דער רבי האט זיך גע'טענה'ט "מיט אים" פונקט פארקערט, אפשר האט ר' סענדער פארגעסן, אדער געזוכט שיין צו מאכן דעם רבי'ן אז ער האלט ווי דער חזו"א.

אזויפיל קען איך דיר זאגן אויב קענסטו נישט גלייבן ר' סענדער אין בוצינא קדישא וואס ער האט אליין געדריקט, זאלסטו נישט גלייבן גארנישט פון רבין זי"ע נאר דעם ויואל משה און על הגאולה וואס איז געדריקט אין די געזונטע יארן, קענסט נישט אננעמען מער גארנישט פון קיינעם, גארנישט גארנישט גארנישט .
אז מ'לעבט דערלעבט מען
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

lebediger berel האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:קען איך אייך נישט העלפן, דער רבי האט אוועקגעמאכט ר' סענדער, זיך גע'טענה'ט מיט אים ברבים, און ער שרייבט נאך א פסק הלכה פון רבי'ן וואס דער רבי האט זיך גע'טענה'ט "מיט אים" פונקט פארקערט, אפשר האט ר' סענדער פארגעסן, אדער געזוכט שיין צו מאכן דעם רבי'ן אז ער האלט ווי דער חזו"א.

אזויפיל קען איך דיר זאגן אויב קענסטו נישט גלייבן ר' סענדער אין בוצינא קדישא וואס ער האט אליין געדריקט, זאלסטו נישט גלייבן גארנישט פון רבין זי"ע נאר דעם ויואל משה און על הגאולה וואס איז געדריקט אין די געזונטע יארן, קענסט נישט אננעמען מער גארנישט פון קיינעם, גארנישט גארנישט גארנישט .


אין הכי נמי.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א שאד זיך צו דינגען, אבער כידוע האט דער רבי געקאנט זיך דינגען אין הלכה כדרכה של תורה אהער און אהין, אפווענדן איין סברה אויפבויען גאר אן אנדערע, די משנה זאגט שוין "הי' ר' ישמעאל דן כנגדי לומר השלג אינו מעלה את המקוה, והעיד אנשי מידבא משמו שאמר להם צאו והביאו שלג ועשו מקוה מתחילה".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

lebediger berel האט געשריבן:אזויפיל קען איך דיר זאגן אויב קענסטו נישט גלייבן ר' סענדער אין בוצינא קדישא וואס ער האט אליין געדריקט, זאלסטו נישט גלייבן גארנישט פון רבין זי"ע נאר דעם ויואל משה און על הגאולה וואס איז געדריקט אין די געזונטע יארן, קענסט נישט אננעמען מער גארנישט פון קיינעם, גארנישט גארנישט גארנישט .

ניטאמאל דעם ויא"מ און עה"ג!

ויואל משה האט ר' סענדער געשריבן די מפתחות, וכבר ידוע אז אויף א געוויסע זאך איז געווען טענות. און דאס איז חוץ פון דעם וואס ער האט געגעבן דעם ויואל משה פאר ת"ח איבערצוקוקען און הערן וואס זיי זאגן דערצו, פארן דרוקן. און ווידער עה"ג האט דאך דער רביז"ל נישט געשריבן נאר די הקדמה.

עכ"פ ר' פארשלאפן זאגט א שיינע סברה, אז ס'נישט קיין סתירה.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

וויאזוי מ'רעדט דערוועגן ענדיגט זיך עס נישט בכבוד לקצורי ההשגה. דערנאך קומען .... און באשאפן א שיטה אז כאילו א רעכטדענקדער זאל זאגן ס'איז נישטא קיין זון אויף די וועלט לא הי' ולא נברא אלא משל.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

ווייזער האט געשריבן:אזוי? איינער שרייבט אז ער האט "אליין" געהערט פון איינעם אז דער רבי האט געזאגט פארקערט ווי ר' סענדער שרייבט.

מאי אולמאי האי מהאי?
האט יענער א קאסעטע אז ר' סענדער איז א שקרן. אפשר איז דער אנדערער א שקרן.

בכלל, ווער זאגט אז דער רבי האט געהאלטן אנדערש? האט עס דער רבי זי"ע ערגעץ פארשריבן אז מ'זאגט שקרן?

ס'איז פאראן 2 דיעות וואס דער רבי האט געהאלטן, WOW... איז עס די ערשטע מאל אין די געשיכטע.
איז נישט די הייליגע גמרא פול געפאקט מיט תרי תנאי אליבא דר"מ, תרי תנאי אליבא דר"א, און ס'איז שלום ושלוה. קיינער שרייט נישט ליגנער.

איינער האט דאך נישט גוט נאכגעזאגט? האלאו?

א קאלט גלעזל וואסער וואלט נישט געשאדט...
קיינער באשולדיגט נישט קיינעם אלץ א שקרן... איינע פון די צוויי מאמרים זענען בלויז נישט גוט נאכגעברענגט, די שאלה איז אויף וועמען מ'קאן ענדערש זיך פארלאזן..
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5240
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: ארטיקלען פון הרה"ח ר' סענדר דייטש ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

היינט געפאלט אויס די יארצייט, ר' אלכסנדר סענדר בן ר' אברהם צבי ז"ל, עס וואלט כדי געוועהן צו עפענען א באזינדערע אשכול איבער זיין פערזענליכקייט, און זיינע פעולות, ווער וויל גיין ערשט?
סאיז דא אזוי סך צו שרייבן, די בעסטע וואלט ווען געוועהן ווען רבי סענדר אליינס באשרייבט זיך מיט די "רבי סענדר" שפראך וואס נאר ער האט פארמאגט...
אטעטשמענטס
2967.jpg
2967.jpg (38 KiB) געזען 487 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

לגבי
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2022 8:38 pm

Re: ארטיקלען פון הרה"ח ר' סענדר דייטש ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לגבי »

הארזים האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 1:22 am
היינט געפאלט אויס די יארצייט, ר' אלכסנדר סענדר בן ר' אברהם צבי ז"ל, עס וואלט כדי געוועהן צו עפענען א באזינדערע אשכול איבער זיין פערזענליכקייט, און זיינע פעולות, ווער וויל גיין ערשט?
סאיז דא אזוי סך צו שרייבן, די בעסטע וואלט ווען געוועהן ווען רבי סענדר אליינס באשרייבט זיך מיט די "רבי סענדר" שפראך וואס נאר ער האט פארמאגט...
היום חל היארצייט.
זבולון חיים הלוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:08 pm

Re: ארטיקלען פון הרה"ח ר' סענדר דייטש ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון חיים הלוי »

זי״ע
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5240
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: ארטיקלען פון הרה"ח ר' סענדר דייטש ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

הער איך אז ר' וואלף דייטש פלאנט ארויסצוקומען מיט א ביכל.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”