מ'זיכט או מ'זיכט... פר' וישלח

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

מ'זיכט או מ'זיכט... פר' וישלח

תגובהדורך שמו » פרייטאג דעצמבער 09, 2011 11:22 am

א גוט מארגן טייערע פריינד,
און יאר ה' אלפים תשע"ב האט מען ביי אונז אין די קרעטשמע זיך ארויס געלאזט אויף א זיך אקציע,
אנגעהויבן האט זיך דאס, ווען אפאר יאר צוריק האבן אפאר ערליכע אידן, וואס דער אינטערנעט האט זיי ווייגעטוהן, זיך צוזעמען גענומען, און געגרינדעט אונזער לעכטיגע וועלט, באזירט נאר אויף תורה, און אנדערע זאכן נאר ע"פ תורה.
אונז אלע, ארבעטער'ס, וואס ארבעטן א גאנצע וואך על המחי' ועל הכלכלה, האבן זיך זייער באסמאקעוועט דערמיט, מ'האט זיך דא געקענט אויסטשוכענען, און ס'איז ב"ה געווען זייער פיין.
ביז ויהי היום, און ער איז אנגעקומען, דער איש היש"ר ר' גראדער, און האט אונז גענומען באגיסן מיט מים חיים, פון די הייליגע תורה'דיגע קוואל וואסער, מיט זיינע זאפטיגע באשרייבונגען אויף די פרשה, ס'האט ממש געטוישט אלעמען, יעדע פרייטאג נאכ'ן מעביר סדרה זיין, זענען מיר געלאפן צו די אידישע וועלט (איז דען דא א נישט אידישע וועלט?), און גלייך אפיר געזיכט ר' גראדער'ס אשכול, און ארויסגעפרינט, אזוי זענען מיר אהיים געקומען ווי א גרויסער תלמיד חכם.
"אבער"
היינט' ס'איז שוין נאך עלעוווע צופרי, איך דארף שוין לאנג זיין אינדערהיים, והילד איננו
מיר זיכן אים מיט ליכט, אבער מ'קען אים נישט טרעפן,
מיין הארץ וויינט אין מיר, ווי ביסטו גראדער???? ווי????
איך האב שוין זיך פארגעשטעלט די ארבע מאות איש, ווי ברוטאל זיי זענען געשלאגן געווארן דורך די מלאכים,
די געבורט פון בנימין, און די טראגעדיע פון רחל, די הארץ ראסענדע לווי' פון רחל,
און די פטירה פונעם צדיק הדור ר' יצחק זיע"א
אבער דאס אלעס איז נאר א חלום,
געוואלט זעהן די שמונה מלכים, ווי זיי גייען ווי פליגן, וימת וימלוך, אבער ר' גראדער איז נישט צום טרעפן,
ניטאמאל קען מען אפיר זיכן די פאריעריגע.
ביטע ר' גראדער עשה למענינו אם לא למענך,
בברכת שבתא טבא, און איך האף דיר צו זעהן גאר בקרוב,
(נאך פאר חצות)
בשם כל חברי הקרעטשמע (כ'האב קיינעם נישט געפרעגט, אבער איך שטעל זיך פאר אז אלע זענען איינשטימיג, אויב נישט קען זיך יענער מעלדן).
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » פרייטאג דעצמבער 09, 2011 11:32 am

אחים בהספידא דהתם קאימנא...

איך האב געווארט און געווארט.....

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » פרייטאג דעצמבער 09, 2011 11:43 am

SPUSMN האט געשריבן:קען איינער אונז ביטע געבען דא לינקס צו הרב גראדער שליט"א'ס רייכע אשכולות אויף מדרש? מיינע קינדער פרעגען מיר יעדען טאג: "טאטי, האסט שוין ארויס געפרינט פאר דעי וואך? איך האב שוין נישט ארויס געפרינט די לעצטע פאר וואכען ווייל איך האב נישט געהאט קיין צייט צו זוכען. א גוטע טאטע! ו


ר' גראדער, קוק ווי דער עולם באוויינט דיר,
אפשר האסטו דאס ליב,
אויב אזוי העלף אונז ארויס,
העלף אונז אויסשטעלן א זאפטיגן הספד אויף ר' גראדער,
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » פרייטאג דעצמבער 09, 2011 12:02 pm

רבותים, אזויווי פאריאר איז רבי גראדער היי יאר אויך זייער שטארק פארנומען אין די וואכן, און ער האט נישט אנגעיאגט צו שרייבן.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » פרייטאג דעצמבער 09, 2011 12:04 pm

רחמנא ליצלן, מהאי דעתא, גענוג געליטן פאר א יאר,
מיין ב"ב וועט מיינען אז איך האב די וואך נישט געלערנט קיין חרש"י, אז איך וועל איר נישט קענען אזוי רייך אראפ לייגן די סדרה,
אויב וועט ר' גראדער נישט ארויפלייגן, גייען מיר מאכן א הפגנה קעגן אים, און אים אימפיטשען, אזוי ווי אין די אלע לענדער, און מיר וועלן אויפנעמען א צווייטן, מיט אפענע וואלן
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » פרייטאג דעצמבער 09, 2011 12:12 pm

דאן טו דאס שוין, עס איז שוין באלד דער זמן...
__________________________________
This signature was intentionally left blank

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » פרייטאג דעצמבער 09, 2011 12:22 pm

יואל ווייס האט געשריבן:דאן טו דאס שוין, עס איז שוין באלד דער זמן...

מיר גייען עפענען א נייע אשכול
"וואלן פאר א נייער מגיד"
דארף זיך קענען פארמעסטן מיט ר' גראדער,
איך וועל אויס יגרסהדוסה, אדער אב זקן,
(קיינער קומט נישט צו צו גראדער, ווען ס'קומט צו מדרש, אבער פטור בלא כלום א"א)
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » מוצ"ש דעצמבער 10, 2011 7:00 pm

אוי וויי.... פון וואלן האב איך מורא...

כיואלי ווייס ועוד לקרא, אוואו פאראיאר, די איצטיגע וואכן זענען פון די פארנומענסטע פון יאר אינעם סוגיא פון בזיעת אפיך, וישלח און וישב קוקט נישט אויס ס'זאל עפעס ווערן, האפענטליך וועט מקץ זיין אן ענדע צו די צרות... און מיר וועלן זיין צוריק נאך בעסער פון פריער, בעז''ה.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מוצ"ש דעצמבער 10, 2011 7:03 pm

די עיקר ס' זאל גיין אלעס גראד...
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » מוצ"ש דעצמבער 10, 2011 8:23 pm

גראדער, א גוטע וואך.
כ'האף אז די שפירסט דיר נישט שולדיג, די קומסט אונז נישט גארנישט, סך הכל האט כלל ישראל אויסערגעווענטליך הנאה פון דיין ארבעט און ווען עס פעהלט ווערן בלויז די געפילן אויסגעדרוקט אויף אזא סארט וועג פון בעטן און פאדערן.
זיי מצליח מיט אלעמען און מאך אסאך געלט, אונז העמיר מוזן זיך אנגארטלען מיט אביסל געדולד און צווארטן רואיג ביז נאך די חנוכה סעזאן.
כל טוב און ווידעראמאל א יש"כ מעומק הלב וישלם ה' פעלך ותהי משכורתך שלימה מעם ה' אלוקי ישראל.
לעצט פאראכטן דורך מוטשע נישט אום זונטאג דעצמבער 11, 2011 12:36 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מוצ"ש דעצמבער 10, 2011 8:34 pm

מוטשע נישט האט געשריבן:גראדער, א גוטע וואך.
כ'האף אז די שפירסט דיר נישט שולדיג, די קומסט אונז נישט גארנישט, סך הכל האט כלל ישראל אויסערגעווענטליך הנאה פון דיין ארבעט און ווען עס פעהלט ווערן בלויז די געפילן ווערן אויסגעדרוקט אויף אזא סארט וועג פון בעטן און פאדערן.


נו אויב אזוי אז ער האט יא די קוואליפיקאציעס - אפשר קומט ער שוין יא, א מתנה פון הימל אויף צום נוצן.
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש דעצמבער 10, 2011 10:25 pm

מוטשע נישט האט געשריבן:גראדער, א גוטע וואך.
כ'האף אז די שפירסט דיר נישט שולדיג, די קומסט אונז נישט גארנישט, סך הכל האט כלל ישראל אויסערגעווענטליך הנאה פון דיין ארבעט און ווען עס פעהלט ווערן בלויז די געפילן ווערן אויסגעדרוקט אויף אזא סארט וועג פון בעטן און פאדערן.
זיי מצליח מיט אלעמען און מאך אסאך געלט, אונז העמיר מוזן זיך אנגארטלען מיט אביסל געדולד און צווארטן רואיג ביז נאך די חנוכה סעזאן.
כל טוב און וווידעראמאל א יש"כ מעומק הלב וישלם ה' פעלך ותהי משכורתך שלימה מעם ה' אלוקי ישראל.

DOUBLE THAT

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג דעצמבער 11, 2011 12:26 am

טייערער ר' "גראדער" ווי גראד דו ביזט אזוי קרום איז מיין שבת'דיגע סעודה געווען די וואך, וואזשע זאל איך דיר זאגן דו האסט אונז געספויעלט!
די קינדער זענען מיר ארום געטאנצן די גאנצע סעודה
טאטי! וואו איז די צעטלעך?!
טאטי! איך וויל שוין הערן די מעשה.....
קינדערלעך! די מענטש וואס מאכט עס......
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » זונטאג דעצמבער 11, 2011 11:46 am

גראדער האט געשריבן:אוי וויי.... פון וואלן האב איך מורא...

כיואלי ווייס ועוד לקרא, אוואו פאראיאר, די איצטיגע וואכן זענען פון די פארנומענסטע פון יאר אינעם סוגיא פון בזיעת אפיך, וישלח און וישב קוקט נישט אויס ס'זאל עפעס ווערן, האפענטליך וועט מקץ זיין אן ענדע צו די צרות... און מיר וועלן זיין צוריק נאך בעסער פון פריער, בעז''ה.


קודם קוקט נישט אויס ווי די האסט מורא, ווייל ווען יא וואלסטו געכאפט א שאקל, (זעהט אויס אז די ווייסט אז קיינער קען זיך מיט דיר נישט פארגלייכן, און די ביסט באמת גערעכט)
אבער אויב פון פאר א יאר האסטו שוין געוויסט אז די וואכן זענען די שווערסטע פאר דיר, אויב אזוי האסטו דאס געקענט מאכן, די לעצטע פאר וואכן, (מעגסט נאך יעצט לייגן פון וישלח,)
גראדער מיר וואטן אויף אייך.
כשמ"ו כן הוא

ליגנער
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 12, 2011 2:51 am

תגובהדורך ליגנער » מאנטאג דעצמבער 12, 2011 11:14 am

גראדער ווען די ביסט דא גייט די וואך זייער גראד
אמת איז די בעסטע ליגענט

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 3:44 pm

ליגנער האט געשריבן:גראדער ווען די ביסט דא גייט די וואך זייער גראד

ליגנער וואס די ביסט...
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2521
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 4:19 pm

ביטע שיקט מיר א לינק צו זיינע חידו"ת,
נאך אזעלעכע הספדים, בין איך פשוט נייגעריג צו זעהן.
כ'דארף האבען א זכיה צו דעם?

גולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 05, 2011 8:53 am

תגובהדורך גולם » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 4:52 pm

ישלהוסיף גיי אריין אין "היימישן זשורנאל" וועסטו דארטן טרעפן זיינע חידושי תורה (ווארענונג:גרייט דיך אן אסאך צייט וועסטוך נישט קענען אפרייסן פון דע חידושי תורה)
בינעך א ליימענע גולם

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 6:36 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:ביטע שיקט מיר א לינק צו זיינע חידו"ת,
נאך אזעלעכע הספדים, בין איך פשוט נייגעריג צו זעהן.
כ'דארף האבען א זכיה צו דעם?

דא האסטו
viewtopic.php?f=3&t=13043

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 8:30 pm

יש להוסיף, שא"א לחטוף הכל בהעלם אחד.
מ'דארף זיצן שעות ארוכות, צו כאפן די גראדקייט פון ר' גראדער,
די טרערן זענען שוין פארטריקנט, אבער ס'האלט זיך אין איין עפענען א פרישע קוואל, אויף ר' גראדער,
און דער וויי געשריי הערט זיך זייער ווייט
ר' גראדער אייכככככככככככככה????????????????
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 11:27 pm

א----------יע------------------קו------------------קו----------------קו---------------איי------------יעיעיע----------------------כאכאכא-----------------????-----------????------
פלעין א ווידער קול פון שמו
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך דעצמבער 14, 2011 1:57 pm

סביב העולם האט געשריבן:א----------יע------------------קו------------------קו----------------קו---------------איי------------יעיעיע----------------------כאכאכא-----------------????-----------????------
פלעין א ווידער קול פון שמו

די צודרייטער (סביב = איינגעדרייט), דו ביסט מעכטיג, איבעראל קומסטו אויף מיט אזעלכע געוואלדיגע גוטע אויסדריקן,
ממש א מחי' צו זיצן אין אונזער קרעטשמע
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מיטוואך דעצמבער 14, 2011 2:11 pm

שמו האט געשריבן:
סביב העולם האט געשריבן:א----------יע------------------קו------------------קו----------------קו---------------איי------------יעיעיע----------------------כאכאכא-----------------????-----------????------
פלעין א ווידער קול פון שמו

די צודרייטער (סביב = איינגעדרייט), דו ביסט מעכטיג, איבעראל קומסטו אויף מיט אזעלכע געוואלדיגע גוטע אויסדריקן,
ממש א מחי' צו זיצן אין אונזער קרעטשמע


העי יו שמו אר יו ראנינג עפטער מי?!

דו לויפסט מיר נאך ס'נישט פער איך האב געקאלט פוירסט "נאט-איד"
לאמיר מאכען א סביב (סביב=אויסדרייען) און איך וועל דיך נאכלויפען
1-2-3 ען עי סעט גאו.........................................................................................................................................
יו הוי.........................................כאשוינישט קיין כח צו לויפען.............
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך דעצמבער 14, 2011 2:28 pm

קוים אנטלאפן, און גלייך געטראפן, מאך א 360 יוטערן, און פאר גראד
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מיטוואך דעצמבער 14, 2011 2:35 pm

אקעי קום שפילען א נייע געים
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט