געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
מיטוואך נובמבר 23, 2011 3:05 pm
מיין שוואַרצער פרייטאָג
יונה פשעירהאלדער
פון די עטליכע וואָכן וואָס מיר האָבן זיך שוין באַקענט, טייערע ליינער, האָט איר זיך שוין איבערצייגט אַז איך בין נישט קיין שנעלער אויפגעבער. וויפיל דורכפעלער איך האָב שוין געהאַט – און איר ווייסט נאָך בלויז אַ שפּיץ פונעם אייז באַרג - בין איך נאָך אַלץ פאַר'עקשן'ט צו טרעפן מציאות. אָבער איין זאַך מוז איך שוין מודה זיין, אַז מיינע טאַלאַנטן אַרבעטן בעסער אין אַ גרינעם מיטוואָך ווי אַ שוואַרצער פרייטאָג. אויב זענט איר פון מיינע שוואַרצע פרייטאָג קאָנקורענטן, און איר זענט פאַראַיאָר געשטאַנען מיט מיר און זיך געשטופּט פאַר די לעצטע בלאָו-אַוט קאָרדלעס טעלעפאָן אין טאַרגעט, זענט איר היי-יאָר פטור פון איין קאָנקורענט. מיך וועט איר מער נישט דאָרט טרעפן.
איך בין נישט לייכט געקומען צו די החלטה. עס קומט שוין נאָך דריי יאָר וואָס איך פּרוביר צו דערווישן די בלינדע מציאות איבער וועלכע מיין בעל הבית'טע האָט זיך אָנגעהערט.
עס האָט זיך אָנגעהויבן מיט עטליכע יאָר צוריק, ווען איך האָב מיך גענויטיגט אין אַ טרעדמיל, נאָך די ימים טובים ווען די אושפיזין סעודות און די האָלעפּצעס האָבן איבערגעלאָזט אַ רושם, אויף וועמען גענוי וועל איך נישט אַנטפּלעקן צוליב פּרייוועסי אישוס...
עס לוינט זיך נישט צו כאַפּן, האָט אונז געראָטן אַן אַלץ-ווייסער. וואַרט נאָך אַ חודש, און עס קומט דער "שוואַרצער פרייטאָג", און דעמאָלט וועסטו עס קענען טרעפן פאַר אַ שיבוש אין די דעפּאַרטמענט סטאָרס.
מ'האָט זיך אָנגעהויבן צו אינטרעסירן. ביים פּרובירן אָנצוקלינגען די דעפּאַרטמענט סטאָרס דורכצושמועסן אונזערע אָפּציעס, האָבן מיר נישט צופיל מצליח געווען צו טרעפן אַ לעבעדיגן סעילס פּערזאָן, און ווען יאָ האָבן זיי קנאַפּ אינטרעסירט וועגן די עקסערסייז מאַשין, און האָבן נאָר געוואָלט וויסן אויב "קען איך דיר נאָך עפּעס העלפן?"
בלית ברירה, האָבן מיר גערופן לאָקאַלע עקסערסייז עקוויפּמענט סוחרים צו הערן וואָס עס זענען די אָפּציעס, וועלכע זענען די בעסטע מאַשינען, און וואָס זענען די מעלות פון יעדע איינע. וועלכע ציעט אָן בעסער, וועלכער פאָרט אויך באַרג אַרויף, וועלכע ווייסט וויפיל קאַלאָריעס מ'פאַרלירט, א.א.ז.וו.
מיט די אינפאָרמאַציע און אונזער באַזיץ, האָט מען זיך גענומען דורכבלעטערן קאַטאַלאָגן צו טרעפן וועלכע געשעפט פאַרקויפט די סאָרט מאַשינען. מיר האָבן אידענטיפיצירט טאַרגעט אַלס די וואָס האָט די מערסטע ענליכע מאַשינען צו די וואָס מיר זוכן, כדי צו האָבן די בעסטע שאַנסן אויסצומיידן אַ בענדינג. פרעגטס בעסער נישט וויפיל ניסלעך און פּאָטעיטאָ טשיפּס מיר האָבן פאַרברויכט בעת'ן בלעטערן די קאַטאַלאָגס, וואָס האָט נישט צופיל אַרויסגעהאָלפן צום ציל...
דעם וואָך פונעם שוואַרצן פרייטאָג האָבן מיר שוין אַרויסגעקוקט פאַר די סעילס מעלדונגען פון 'טאַרגעט'. געלויבט דער אייבירשטער, מיר האָבן געפונען אַ בלינדע מציאה. נישט פּונקטליך וואָס מיר האָבן געזוכט, אָבער פאַר אַזאַ פּרייז איז אַ שאָד עס דורכצולאָזן.
געווענליך גיי איך נישט מיט די שטוב שאַפּינג – כ'מיין שמירת עיניים האָט דאָך אויך אַ פּרייז, אויסער וואָס איך שפּרונג פון די הויט פון די העפטיגע שפּעקולאַציעס און קאַלקולאַציעס וואָס מיין רעביצין'ס סופּער-מח מאַכט בעפאָר אַריינלייגן אַ העמדל אין וועגעלע, און דערנאָך דרייט זיך צוריק עטליכע מאָל עס צוריקצולייגן און צוריק צו נעמען, ביז מ'מאַכט טאַקע אָפּ אַז דערווייל נעמט מען עס... אָבער דאָס מאָל האַנדעלט זיך עס פון אַ טרעד-מיל מוז איך דאָך העלפן שלעפּן.
עס האָט מיך פאַרדראָסן פאַרוואָס די אַנטיסעמיטן האָבן פּונקט אויסגעקליבן איינע פון די קורצסטע ווינטער פרייטאָגס, מיט'ן פריעסטן זמן. ווייסן זיי דען נישט אַז פאָריגע וואָך האָב איך מיך געמוזט אַראָפּבייגן די האַלב אַראָפּגעלאָזטע ראַטשעס צו קענען כאַפּן אַ טאָמעיטאָ דיפּ און לחם משנה.
איך האָב אָפּגעדאַווענט פרי, שנעל אַהיים, און זיך געמוטשעט צו טרעפן אַ טעקסי – איך האָב געוויסט אַז עס איז שווער מיט פּאַרקינג אין דאַונטאַון – ביז מ'איז אָנגעקומען אין טאַרגעט. איך קום אַריין און נעם אַרויס די איינגעקנייטשטע סעילס פלייער און צייג דעם סעילס פּערזאָן די טרעד-מיל וואָס איך זוך. ער קוקט מיך אָן מיט מידע אויגן, און פּלאַצט אויס אין געלעכטער. "וואָס מיינסטו, אונז לייג מיר עס אַוועק פאַר דיר? דו ווייסט וואָס ס'האָט זיך דאָ פריער אָפּגעטאָן?!"
איך בין אַרויס מיט ליידיגע הענט. ניין – נישט אינגאַנצן ליידיג. אַז איך בין שוין דאָרט געווען און שוין געצאָלט פאַר אַ קאַר סערוויס האָב איך שוין געמוזט קויפן אַ רייע אַנדערע שמאָנצעס, אָבער נאָר נישט וואָס איך האָב געזוכט און נאָר נישט פאַר די גוטע פּרייזן. אַ וואָך דערויף האָב איך ב"ה געקויפט די טרעד-מיל ביי אַ היימיש געשעפט, וואו איך האָב אָריגינעל געזוכט אינפאָרמאַציע דערויף. וויפיל ס'האָט געהאָלפן איז שוין מיין פּריוואַטע געשעפט.
אַ יאָר דערויף האָב איך באַשלאָסן איך וועל זיין בעפאָר די געשעפטן עפענען זיך. מיר זענען אויפגעשטאַנען פיר אַזייגער פאַרטאָגס, און באַשלאָסן אַז מיר יאָגן גראָד אַריין צו האָום דעפּאָו צו די היעטערס, וואָס מיר האָבן דעמאָלט געזוכט. אויב האָט איר אייך געוואונדערט פאַרוואָס זיי דאַרפן אַזאַ גרויסע פּאַרקינג-לאַט, האָט איר געזאָלט דעמאָלט קומען און איר וואָלט גע'טענה'ט אַז עס איז צו קליין. איבעראָל האָט מען געפיפן, ביי די טיר האָבן זיך גע'הרג'עט מאַסן, און קיין שאַפּינג קאַרט איז שוין פאַר קיין געלט נישט געווען.
ענדליך האָב איך מיך געזען אינעווייניג, אָבער פון מיין פּראָדוקט איז שוין קיין זכר נישט געווען. ווייזט אויס אַז איך בין נישט דער איינציגסטער וואָס וואוינט ביי אַ לענדלאָרד וועלכער ווערט אַלץ דערשטיקט פון היץ אינמיטן נאָוועמבער...
ס'איז אַריבער אַ צירקע צוועלף חדשים, און מיר האָבן באַשלאָסן אַז מיר וועלן אויפשטיין עטליכע שעה פריער. מען וועט שטיין אין די רייע ווי אַלע נאָרמאַלע מענטשן, און דאָס מאָל וועלן מיר שוין צוריקקומען מיט ריכטיגע מציאות וואָס מאַכט זיך בלויז פאַר עטליכע מינוט אין יאָר. איך מיין, אַז יעדער הרג'עט זיך אַזוי, מוז דאָך זיין פאַרוואָס.
דריי אַזייגער ביי טשעיס און ערב שבת ביים פּרובירן זיך אַריינצושטופּן אין די לעצטע באָראָ פּאַרק באָס סטאַפּ איז אַ קינדער שפּיל קעגן די דאָרטיגע רייע. עס שטייען מענטשן און רירן זיך נישט פון אָרט, ווייל אַז יאָ זענען זיי שוין אינדרויסן פון די רייע, און גוד-לאָק אַז איינער זאָל דיך צוריק אַריינלאָזן. פאָרנט פון מיר האָב איך געזען אַ משפחה וואָס שמועסט אָפּ ווער ס'וועט לויפן כאַפּן אַ וועגעלע, און ווער ס'וועט לויפן צו וועלכע אייל כאַפּן די מציאות, און זיי האָבן אפילו געהאַט וואָלקי טאָלקיס צו קאָמיוניקירן אינמיטן די קאָמאַנדאָ אַקציע.
איך האָב פּרובירט צו מאַכן אַ ענליכן פּלאַן מיט מיין בני בית. זי וועט גיין ברענגן אַ שאַפּינג קאַרט, און איך וועלן יאָגן צו די קאָרדלעס טעלעפאָנען. מיר האָבן פּרובירט אויסצורעכענען וואו עס דאַרף צו ליגן צו שפּאָרן צייט.
אוי, וואו ביזטו... האָב איך מיך גענומען צו שרייען, ווען די רייע האָט זיך גענומען צו רוקן און איך בין ווי אַריינגעפלויגן אין געשעפט. איך האָב מיך שנעל אָריענטירט צו וועלכע אייל איך דאַרף גיין. איך קום אָן אַהין האָב איך נאָך עספּיעט צו זען צוויי אירע זיך הרג'ען אויף די לעצטע דיסקאַונט קאָרדלעס. "דו האָסט שוין צוויי, עס איז לימיט 1 פּער פּערסאָן," האָט איינער געשריגן אויף אַ היימישן מציאות כאַפּער. אַביסל שפּעטער הינקעט מיין בני בית צו, אָן קיין וועגעלע. "יעדער האָט געכאַפּט צוויי-דריי שטיק. איך האָב קוים באַוויזן צו האָבן איינס, און איינער האָט מיר עס אַוועקגעשלעפּט אונטערוועגנס."
"איך האָב נישט קיין קאָרדלעס, און איך מיין אַז מיר זענען בעסער אָן אַ שאַפּינג קאַרט."
"דאָס מאָל וועט מיר עס בלויז קאָסטן עטליכע שלאָפּלאָזע שעה," האָב איך געקלערט צו מיר ביים פאַרלאָזן די געשעפט בעת ביי די קעשיערס האָבן זיך געשלענגעלט לאַנגע רייעס.
דער גאַרד ביי די טיר האָט נישט געגלייבט אַז איך גיי אַרויס אָן קיין רעסיט, און האָט מיך גרונטליך דורכגעטאַפּט... ווייזט אויס אַז ער האָט געמיינט אַז איך בין ווי יענער איד פון איטאַליע – אידן קויפן אויף סעיל, איטאַליענער גנב'ען, און אַלס איטאַליענער איד האָט יענער בלויז גע'גנב'ט אויף סעיל...
Advertisement
מיטוואך נובמבר 23, 2011 3:09 pm
די וואך האב איך באשלאסן ארויפצושטעלן מיין ארטיקל דא פאר מיינע חברים אויף אייוועלט, און נישט ווארטן עס זאל קודם פארשפרייט ווערן אויף די גאס. כ'מיין ס'דאך ענינא דיומא, און מ'קען נישט לאזן דעם עולם ווארטן.
איין זאך וואס איר וועט זיך זיכער שפאָרן (אויב איר וואוינט אין וומ"ס), איר וועט עס נישט דארפן ארויספרינטן צו ליינען...
למעלה משבעים... א דאנק פון פאראויס.
האטס הנאה!
מיטוואך נובמבר 23, 2011 3:29 pm
בעתו ובזמנו.
רייכער פעדער.
מיטוואך נובמבר 23, 2011 3:40 pm
יונה פשעירהאלדער האט געשריבן:מיין שווארצער פרייטאג
יונה פשעירהאלדער
פון די עטליכע וואכן וואס מיר האבן זיך שוין באקענט, טייערע ליינער, האט איר זיך שוין איבערצייגט אז איך בין נישט קיין שנעלער אויפגעבער. וויפיל דורכפעלער איך האב שוין געהאט – און איר ווייסט נאך בלויז א שפיץ פונעם אייז בארג - בין איך נאך אלץ פאר'עקשן'ט צו טרעפן מציאות. אבער איין זאך מוז איך שוין מודה זיין, אז מיינע טאלאנטן ארבעטן בעסער אין א גרינעם מיטוואך ווי א שווארצער פרייטאג. אויב זענט איר פון מיינע שווארצע פרייטאג קאנקורענטן, און איר זענט פאראיאר געשטאנען מיט מיר און זיך געשטופט פאר די לעצטע בלאו-אוט קארדלעס טעלעפאן אין טארגעט, זענט איר היי-יאר פטור פון איין קאנקורענט. מיך וועט איר מער נישט דארט טרעפן.
איך בין נישט לייכט געקומען צו די החלטה. עס קומט שוין נאך דריי יאר וואס איך פרוביר צו דערווישן די בלינדע מציאות איבער וועלכע מיין בעל הבית'טע האט זיך אנגעהערט.
עס האט זיך אנגעהויבן מיט עטליכע יאר צוריק, ווען איך האב מיך גענויטיגט אין א טרעדמיל, נאך די ימים טובים ווען די אושפיזין סעודות און די האלעפצעס האבן איבערגעלאזט א רושם, אויף וועמען גענוי וועל איך נישט אנטפלעקן צוליב פרייוועסי אישוס...
עס לוינט זיך נישט צו כאפן, האט אונז געראטן אן אלץ-ווייסער. ווארט נאך א חודש, און עס קומט דער "שווארצער פרייטאג", און דעמאלט וועסטו עס קענען טרעפן פאר א שיבוש אין די דעפארטמענט סטארס.
מ'האט זיך אנגעהויבן צו אינטרעסירן. ביים פרובירן אנצוקלינגען די דעפארטמענט סטארס דורכצושמועסן אונזערע אפציעס, האבן מיר נישט צופיל מצליח געווען צו טרעפן א לעבעדיגן סעילס פערזאן, און ווען יא האבן זיי קנאפ אינטרעסירט וועגן די עקסערסייז מאשין, און האבן נאר געוואלט וויסן אויב "קען איך דיר נאך עפעס העלפן?"
בלית ברירה, האבן מיר גערופן לאקאלע עקסערסייז עקוויפמענט סוחרים צו הערן וואס עס זענען די אפציעס, וועלכע זענען די בעסטע מאשינען, און וואס זענען די מעלות פון יעדע איינע. וועלכע ציעט אן בעסער, וועלכער פארט אויך בארג ארויף, וועלכע ווייסט וויפיל קאלאריעס מ'פארלירט, א.א.ז.וו.
מיט די אינפארמאציע און אונזער באזיץ, האט מען זיך גענומען דורכבלעטערן קאטאלאגן צו טרעפן וועלכע געשעפט פארקויפט די סארט מאשינען. מיר האבן אידענטיפיצירט טארגעט אלס די וואס האט די מערסטע ענליכע מאשינען צו די וואס מיר זוכן, כדי צו האבן די בעסטע שאנסן אויסצומיידן א בענדינג. פרעגטס בעסער נישט וויפיל ניסלעך און פאטעיטא טשיפס מיר האבן פארברויכט בעת'ן בלעטערן די קאטאלאגס, וואס האט נישט צופיל ארויסגעהאלפן צום ציל...
דעם וואך פונעם שווארצן פרייטאג האבן מיר שוין ארויסגעקוקט פאר די סעילס מעלדונגען פון 'טארגעט'. געלויבט דער אייבירשטער, מיר האבן געפונען א בלינדע מציאה. נישט פונקטליך וואס מיר האבן געזוכט, אבער פאר אזא פרייז איז א שאד עס דורכצולאזן.
געווענליך גיי איך נישט מיט די שטוב שאפינג – כ'מיין שמירת עיניים האט דאך אויך א פרייז, אויסער וואס איך שפרונג פון די הויט פון די העפטיגע שפעקולאציעס און קאלקולאציעס וואס מיין רעביצין'ס סופער-מח מאכט בעפאר אריינלייגן א העמדל אין וועגעלע, און דערנאך דרייט זיך צוריק עטליכע מאל עס צוריקצולייגן און צוריק צו נעמען, ביז מ'מאכט טאקע אפ אז דערווייל נעמט מען עס... אבער דאס מאל האנדעלט זיך עס פון א טרעד-מיל מוז איך דאך העלפן שלעפן.
עס האט מיך פארדראסן פארוואס די אנטיסעמיטן האבן פונקט אויסגעקליבן איינע פון די קורצסטע ווינטער פרייטאגס, מיט'ן פריעסטן זמן. ווייסן זיי דען נישט אז פאריגע וואך האב איך מיך געמוזט אראפבייגן די האלב אראפגעלאזטע ראטשעס צו קענען כאפן א טאמעיטא דיפ און לחם משנה.
איך האב אפגעדאווענט פרי, שנעל אהיים, און זיך געמוטשעט צו טרעפן א טעקסי – איך האב געוויסט אז עס איז שווער מיט פארקינג אין דאונטאון – ביז מ'איז אנגעקומען אין טארגעט. איך קום אריין און נעם ארויס די איינגעקנייטשטע סעילס פלייער און צייג דעם סעילס פערזאן די טרעד-מיל וואס איך זוך. ער קוקט מיך אן מיט מידע אויגן, און פלאצט אויס אין געלעכטער. "וואס מיינסטו, אונז לייג מיר עס אוועק פאר דיר? דו ווייסט וואס ס'האט זיך דא פריער אפגעטאן?!"
איך בין ארויס מיט ליידיגע הענט. ניין – נישט אינגאנצן ליידיג. אז איך בין שוין דארט געווען און שוין געצאלט פאר א קאר סערוויס האב איך שוין געמוזט קויפן א רייע אנדערע שמאנצעס, אבער נאר נישט וואס איך האב געזוכט און נאר נישט פאר די גוטע פרייזן. א וואך דערויף האב איך ב"ה געקויפט די טרעד-מיל ביי א היימיש געשעפט, וואו איך האב אריגינעל געזוכט אינפארמאציע דערויף. וויפיל ס'האט געהאלפן איז שוין מיין פריוואטע געשעפט.
א יאר דערויף האב איך באשלאסן איך וועל זיין בעפאר די געשעפטן עפענען זיך. מיר זענען אויפגעשטאנען פיר אזייגער פארטאגס, און באשלאסן אז מיר יאגן גראד אריין צו האום דעפאו צו די היעטערס, וואס מיר האבן דעמאלט געזוכט. אויב האט איר אייך געוואונדערט פארוואס זיי דארפן אזא גרויסע פארקינג-לאט, האט איר געזאלט דעמאלט קומען און איר וואלט גע'טענה'ט אז עס איז צו קליין. איבעראל האט מען געפיפן, ביי די טיר האבן זיך גע'הרג'עט מאסן, און קיין שאפינג קארט איז שוין פאר קיין געלט נישט געווען.
ענדליך האב איך מיך געזען אינעווייניג, אבער פון מיין פראדוקט איז שוין קיין זכר נישט געווען. ווייזט אויס אז איך בין נישט דער איינציגסטער וואס וואוינט ביי א לענדלארד וועלכער ווערט אלץ דערשטיקט פון היץ אינמיטן נאוועמבער...
ס'איז אריבער א צירקע צוועלף חדשים, און מיר האבן באשלאסן אז מיר וועלן אויפשטיין עטליכע שעה פריער. מען וועט שטיין אין די רייע ווי אלע נארמאלע מענטשן, און דאס מאל וועלן מיר שוין צוריקקומען מיט ריכטיגע מציאות וואס מאכט זיך בלויז פאר עטליכע מינוט אין יאר. איך מיין, אז יעדער הרג'עט זיך אזוי, מוז דאך זיין פארוואס.
דריי אזייגער ביי טשעיס און ערב שבת ביים פרובירן זיך אריינצושטופן אין די לעצטע בארא פארק באס סטאפ איז א קינדער שפיל קעגן די דארטיגע רייע. עס שטייען מענטשן און רירן זיך נישט פון ארט, ווייל אז יא זענען זיי שוין אינדרויסן פון די רייע, און גוד-לאק אז איינער זאל דיך צוריק אריינלאזן. פארנט פון מיר האב איך געזען א משפחה וואס שמועסט אפ ווער ס'וועט לויפן כאפן א וועגעלע, און ווער ס'וועט לויפן צו וועלכע אייל כאפן די מציאות, און זיי האבן אפילו געהאט וואלקי טאלקיס צו קאמיוניקירן אינמיטן די קאמאנדא אקציע.
איך האב פרובירט צו מאכן א ענליכן פלאן מיט מיין בני בית. זי וועט גיין ברענגן א שאפינג קארט, און איך וועלן יאגן צו די קארדלעס טעלעפאנען. מיר האבן פרובירט אויסצורעכענען וואו עס דארף צו ליגן צו שפארן צייט.
אוי, וואו ביזטו... האב איך מיך גענומען צו שרייען, ווען די רייע האט זיך גענומען צו רוקן און איך בין ווי אריינגעפלויגן אין געשעפט. איך האב מיך שנעל אריענטירט צו וועלכע אייל איך דארף גיין. איך קום אן אהין האב איך נאך עספיעט צו זען צוויי אירע זיך הרג'ען אויף די לעצטע דיסקאונט קארדלעס. "דו האסט שוין צוויי, עס איז לימיט 1 פער פערסאן," האט איינער געשריגן אויף א היימישן מציאות כאפער. אביסל שפעטער הינקעט מיין בני בית צו, אן קיין וועגעלע. "יעדער האט געכאפט צוויי-דריי שטיק. איך האב קוים באוויזן צו האבן איינס, און איינער האט מיר עס אוועקגעשלעפט אונטערוועגנס."
"איך האב נישט קיין קארדלעס, און איך מיין אז מיר זענען בעסער אן א שאפינג קארט."
"דאס מאל וועט מיר עס בלויז קאסטן עטליכע שלאפלאזע שעה," האב איך געקלערט צו מיר ביים פארלאזן די געשעפט בעת ביי די קעשיערס האבן זיך געשלענגעלט לאנגע רייעס.
דער גארד ביי די טיר האט נישט געגלייבט אז איך גיי ארויס אן קיין רעסיט, און האט מיך גרונטליך דורכגעטאפט... ווייזט אויס אז ער האט געמיינט אז איך בין ווי יענער איד פון איטאליע – אידן קויפן אויף סעיל, איטאליענער גנב'ען, און אלס איטאליענער איד האט יענער בלויז גע'גנב'ט אויף סעיל...
סארי למעלה....
מיטוואך נובמבר 23, 2011 3:46 pm
זייער גוט, קיפ איט קאמינג!
מיטוואך נובמבר 23, 2011 4:30 pm
שכוח יונה'לע
די ביסט עפעס ריזיג...
איך שלאג נאר פאר, אנשטאט אינטערברענגן די גויאישע טשעין סטארס אפשר קומט איר אויף מיט א גוטע המצאה פאר די אידישע סטארס?
מיטוואך נובמבר 23, 2011 4:52 pm
טייערע ר' יונה
איך קען אייך בלויז זאגען וואס מיר ווירבלט אין קעפל:
אזא שרייבער ווי אייך קומט מיר זעלטן אויס צו ליינען!
אזעלכע גוטע רעיונות, אזוי הערליך געשילדערט, באפיצט מיט זיסע ווערטעלעך
זיי אונז ווייטער מהנה!
מיטוואך נובמבר 23, 2011 5:59 pm
פארנומענע טאג געווען היינט (ווען אידען נישט?) אנגעארבייט עטליכע שעה'ן און נארוואס זיך צוריקגעזעצט צום קאמפיוטער נאכן מנין מנחה וואס מיר כאפן דא אזוי יעדן טאג מער ביי די ענדע פון די ארבייט, יעדער מיטן צווייטענס הוט. בעפאר מ'גיימיר צוריק צו די ארבייט געב איך א לויף אריין אין קרעטשמע. מ'בליקט ארום ביי די נייעס. איך האב גרייט א רעכן-מאשין צו מאכן מיין טעגליכע קאלקולאציע וויפיל אראבער זענען אויסגעשטארבן דורך זייערע קאלעגן אראבער בלויז אונעם היינטיגן טאג, איך הער זיך אן מיט מיינונגען אונעם פאליטישן פראנט, איך ווייס שוין וויפיל פאברעכער שומרים האט געכאפט און דערנאך כאפט מען נאך א בליק אין קרעטשמע זעלבסט צו זעהן אויב אלעס איז כשירה, אבער דאן...
איך געב זיך א הייב אונטער אויפן בענקל. כ'ריק איידל אוועק די אלע פאפירן פארנט פון מיר. כ'גראד אויס מיינע גלידער. מ'קען נישט סתם אזוי בליקן אין קרטשמע יעצט. יונה האט עפעס געשריבן! און פון מיין פריערדיגע עקספיריענס ווייס איך אז דאס איז נישט סתם נאך א תגובה'לע. יונה'ס אן ארטיקל איז א ריכטיגער חתיכה הראוי להתכבד!
נו, האבן מיר זיך טאקע אויפגעזעצט, אריינגעריקט ס'בענקל און אפגעליינט מיט איין אטעם (בלויז א גוזמה) ס'גאנצער ארטיקל און יא! איך האב שטארק הנאה געהאט!
כה לחי יונה.
מיטוואך נובמבר 23, 2011 6:12 pm
צייטליך האט געשריבן:און יא! איך האב שטארק הנאה געהאט!
איך אויך
מיטוואך נובמבר 23, 2011 7:39 pm
שוין פון היינט און ווייטער אז כעל זעהן אנארטיקל פון ר' יונה וועלמער וויסן אז מ'דארף עס גלייך ליינען.
מיטוואך נובמבר 23, 2011 7:59 pm
ר' יונה!
עי וואן דזשאב וועל דאן.
ווען אימער ס'פאלט דיר נאר ביי עפעס טאנץ אריין אהער, עסט מחי' זיין דא אסאך מענטשן.
מיטוואך נובמבר 23, 2011 9:04 pm
יאפ גוט אראפגעלייגט.
מיטוואך נובמבר 23, 2011 10:03 pm
יונה! מעסיוו!!!!!
---
שוין מען האט מיר אויסגעכאפט, זאל זיין אזוי.
צולייגער, וואס די ביזט... עהה דזשאסט קידינג, ביזט אנטשולדיגט, מעגסט מיר אויסכאפן קומענדיגע מאל אויך, אויב די קומסט אן צו דעם פארמיר......
מיטוואך נובמבר 23, 2011 10:45 pm
שוין צייט זיך אויסלערנען צו לייגן אן נקידות, ס'מאכט נערוועז ווען מען קען עס נישט ליינען נאר פארקערט. שכוך פאר די ארטיקעל עניוועי.
מיטוואך נובמבר 23, 2011 10:56 pm
מר. פאטאשאפ האט געשריבן:צייטליך האט געשריבן:און יא! איך האב שטארק הנאה געהאט!
איך אויך
יישר כח!!
דאנערשטאג נובמבר 24, 2011 2:34 am
רב יונה אזוינע זאפטיגע ארטיקלען כ'מוז זאגן, ס'איז זייער צום זאך, שכוח
דאנערשטאג נובמבר 24, 2011 10:31 am
די קעפל פונעם ארטיקל באקומען פון די דעזיינער.
- עטעטשמענטס
-

- מיין שווארצע פרייטאג - יונה פשעירהאלדער
דאנערשטאג נובמבר 24, 2011 12:12 pm
ר' יונה,
עס איז שוין גארנישט שווארץ!
דער עולם שטייט און די רייע און קענען קוים ווארטען פאר נאך ארטיקלען פון דיר!
קיף איט אף!!
דאנערשטאג נובמבר 24, 2011 2:25 pm
יונה פשעירהאלדער האט געשריבן:מיין געשמאַקע אַרטיקל
דער גאַרד ביי די טיר האָט נישט געגלייבט אַז איך גיי אַרויס אָן קיין רעסיט, און האָט מיך גרונטליך דורכגעטאַפּט... ווייזט אויס אַז ער האָט געמיינט אַז איך בין ווי יענער איד פון איטאַליע – אידן קויפן אויף סעיל, איטאַליענער גנב'ען, און אַלס איטאַליענער איד האָט יענער בלויז גע'גנב'ט אויף סעיל...
דיין געשרייבעכץ איז געוואלדיג, און כ'האב שוין לאנג נישט אזאנס געלאכט ווי ביים סוף
פרייטאג נובמבר 25, 2011 1:22 pm
נו, הלואי כאטשיג געשפאָרט אפאר יודן אביסל געלט און צייט, חוץ די הנאה פון מאכן שמייכלען יודן.
א דאנק
פרייטאג נובמבר 25, 2011 2:53 pm
וואו קומט הודו צו כוש?
טענקסגיווינג און דערנאך דער שווארצער פריידעי...
פרייטאג נובמבר 25, 2011 3:24 pm
טעינקסגיווינג, אז מען געגעבן די שווארצע פרייהייט... לכן נקרא ״שווארצע פריי-טאג״ ודו״ק וד״ל ואכמ״ל...
...
יעצט צו יונה׳ן:
דו ביזט אזאנס גוט, אז מ׳גיימער אינוועסטן אין דיינע פשעירס....
קיפ איט אפ...
פרייטאג נובמבר 25, 2011 4:07 pm
Its Black Friday & people all over the country are saving tons of money.
Cuz all the Blacks are waiting on lines instead of robbing anyone!
זונטאג נובמבר 27, 2011 8:03 pm
aperlscript האט געשריבן:שכוח יונה'לע
די ביסט עפעס ריזיג...
איך שלאג נאר פאר, אנשטאט אינטערברענגן די גויאישע טשעין סטארס אפשר קומט איר אויף מיט א גוטע המצאה פאר די אידישע סטארס?
איך קען מיט מיין בעסטן ווילן נישט אינטערברענגן די גוי'אישע געשעפטן, און איך פרוביר דאס נישט צו טוען. מיין ציל איז צו פארציילן - פאר די וועלכע זענען אינטערעסירט מיר אויסצוהערן - אלע דורכפעלער וואס איך האב שוין געהאט מיטן פרובירן זיין אן אויבער-חכם און גיין צו די נישט אידישע געשעפטן, מיטן איינרעדעניש אז פון דעם וועל איך רייך ווערן.
אבער אזוי ווי איך בין שוין דורך א געוואלד אין מיין לעבן און איך האב זיך שוין געטראפן אין כמעט יעדע סיטואציע, בין איך גרייט צו הערן פארשלאגן פון מיינע ליינער וואס עס וואלט זיי אינטערעסירט צו ליינען. אדרבא, אויב ווייסט איר אויף סיי וועלכן אופן אז איך קען העלפן אידישע געשעפטן לאזט מיר וויסן, איך וועל נישט צעגערן.
הק' יונה
דינסטאג נובמבר 20, 2012 11:32 am
יעלה..
___
עפעס חדשות אין דעם הינזיכט?