בראתי אנגעצויגענע צייטען בראתי קרעטשמע תבלין כנגדו
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 09, 2007 7:57 am
יעדער ווייסט אז עס איז אקראשט פארלאפען א דערהויבענער יו"ט וואס רופט זיך פורים, וואס האט איבערגעלאזט א פרייד ביי קינד און קייט יעדער לויט זיין שכל, דער דריי יעריגע'ר אינגעלע פרייט זיך מיטען גראגערעל וואס ער האט געפינען אינעם פורים באקס, וואס מען האט ארויסגענימן פינעם סטארידזש פאר פורים, און ער לייגט דאס נעבען זיין געלעגער אום אלע נאכט איידער ער לייגט זיך אראפ, און אויף צימארגענ'ס גלייך ביים אויפשטיין מאכט ער זיכער, אז טאטי זאל קענען געצייכענט ווערען מיט א נאמבער איינ'ס אינעם קריאת שמע אשכול, ער הערט נישט אויף צי גראגערען ביז ווען מאמי שרייט, טאטי ישראלי איז נאכנישט אנגעטיען און דער באס קימט שוין באלד, איך קען נישט אויסניצען מיינע כוחות איך דארף נאך היינט פסחדיג מאכען די וואנט אין טוילעט, איך בין ציריקגעשטאנען פינעם סקעזשוועל, טאטי ענטפערט וואס דארפסטי בכלל פסחדיג מאכען די וואנט אין ביה"כ מען גייט עס עניוועי נישט עסען פסח, די מאמע לאזט זיך נישט איך גיי אים נישט אנטיען, אז די ווילסט ער זאל גיין אין חדר טי די אים אליין אן און נעם אים צי די גראגער איינמאל פאר אלעמאל.
דער פינעף יעריגע מיידעל האט גאר אנדערע השגות, זי ווייסט שוין פון פאראיאר אז וואו נאר שושן פורים קימט אן דארף מען אנפאנגען נאכזיכען וואו די מאמע האט באהאלטען אלע נאש, וואס זענען געקימען מיט די מנות וואס זענען משלוח געווארען, און עס נעמט טאקע נישט מער וואו א פיפצען מיניט מערסטענס ביז זי טרעפט דאס ארט, איך מיין מ'שטיינסט געזאגט זי ווייסט שוין וואו עס איז שוין פסח'דיג און וואו נישט, זי האט גאנץ א גרינג פעלד, מאמי באמערקט אז איינער לאטכענט פון די טשאקאלאדיס, זי נעמט אוועק די נאש פין העכער די מילכיגע סינק און זי באהאלט עס אינטער די פליישיגע סינק, שרה'לע טרעפט גאר שנעל די נייע פלאץ אבער באלד ווען מאמי באמערקט דאס, בין איךוואודער שילדיג, טאטי הערט זיך א שריידיגע קול באשה ... איך האלט און איין באהאלטען די נאש פון שרה'לע אוןהזי האלט עס און איין טרעפען וואס טי איך מיט איר, טאטי ענטפערט און וואס העט שוין פאסירען אז שרה וועט עסען א קענדי און מאמי ווערט אויפגעברויזט ביז גאר דאס הייסט א טאטע? די ווילסט נישט דיינע קינדער זאלען זיין געזינט?, טאטי זאגט וואס געזינד סאיז נאר א ציקערעל א טשאקעלאד די פלעגסט עס דאך אויך באקימען ווען די ביזט געווען שרי'ס עידזש וואס דרייסטי איבער א וועלט?, יא יא ווען עס ואלט נאר געווען איין וואלט איך גאר נישט פארפירט, זי עסט דאך אן א שיעור און היך יתקיימו שיניהם די ציין ווערען דאך געלעכערט און איך העל דארפען זיצען מיט איר ביים דענטיסט.
ברוך'על דער גרויסע ישיבה קטנה בחור הערט יעדע נאכט איבער די טעיפ פונעם פורים סעודה, ער קען עס שוין כמעט אויסענווייניג אבער ער לאכט יעדעס מאל ווען ער הערט דעם ראש הקהל מיט זיין דיקע שטימע פרעגט א וואשנע קשיא, עס שטייט ברוך הבא, מיר וויסען דאך אז ברוך איז טייטש אנטלאפען, און הבא איז טייטש געקימען, וואו אזוי קען עס שטימען, ער איז מסביר פאר נפתלי וואס שלאפט אין זיין צימער, אז נישט נאר איז אינזער ראש הקהל א לץ שבלצים נאר ער האלט אויך און איין אריינווארפען גראמען, נפתלי קען שוין קוים ווארטען צי זיין א גרויסע ישיבה קטנה בחור, מאמי רעדט זיך אפ אז ברוך'על בעט פיר און א האלב דאלער ווייל גדלי' האט געכאפט פיקטשער'ס און ער האט דריי מעכטיגע פיקטשערס אויף איינס קען מען זעהן קלאר וואו דער פורים רב טאנצ'ט מיט אים,און די אנדערע זעהט מען וואו ער גיבט מיר שריים, און אין דעם דריטען בילד זעהט מען וואו מיין בעסטע חבר האט אנגעטיען סאן גלעסעס און ער זעהט אויס אזוי פאני, טאטי ענטפערט ני וואס איז דער פראבלעים? גיב אים די פיר און אהאלב דאלער זאל ער זיין העפי, מאמי שרייט מיך אן יא דאס הייסט חינוך? ער וועט אזוי קיין תלמיד חכם נישט אויסוואקסען מען דארף אים ציגעוואוינען, אז טאמער וויל ער עפעס באקימען, העט עס נאר זיין א ספר, איך דארף נישט מיינע קינדער זאלען זיין באמ'עס, און די ווייסט פארוואס עס איז ציגעקימען צו אזא מצב נאר ווייל די האסט נישט געלערענט מיט אים קיין איין אידיש ווארט אין פורים, די ביזט א גאנצע צייט ביזי געווען מיט טרינקען וויין, וואס זאל איך ענטפערען? גיי לערנען מיט א פרוי Bartenura וואס וויסט זי וואס א טעם וויין האט .
אין דער ארבעט שטייט דער בעה"ב און זארגט זיך עס גייט דאך קימען פסח, און די ארבעטארער'ס גייען נישט ארבעטן אבער איך גיי זיי דארפען באצאלען, ער קימט אריין אינעם ווערהויז צוויי מיניט פאר עס קימט די צייט אהיים צו גיין אין זאגט מיר, הער מיך צי יוסעל פאר דריי חדשים ציריק איז דער פאלעט וואס ליגט יעצט דארט און די לינקע זייט פינעם סטאק רום געווען אין די אנדערע סטאק רום וואס איז נאכען גאראדזש טיר איך וויל נישט אז מען זאל יעדען טאג טוישען פלעצער דא איך וויל די זאלסט נאך היינט מסדר זיין די גאנצע וועירהויז נאך פאר די גייסט אהיים.
אבערברוך אשר לא השבית לנו גואל, מען קימט אריין דא אין קרעטשמע פאר א שנאפס מען ליינט דארעך וואס פארציילט מאשקע, יגר וויל אינז היינט מאכען לאכען אדער האט ער וויכטיגער'ס וואס צו טיען,אא"וו, און מען גייט ארויס מיט גאר א פרייליכע געמיטער וואס גיבט חיזוק פאר די נעקסטע פאר טאג.