Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

בראתי אנגעצויגענע צייטען בראתי קרעטשמע תבלין כנגדו

פרייטאג מרץ 09, 2007 7:57 am

יעדער ווייסט אז עס איז אקראשט פארלאפען א דערהויבענער יו"ט וואס רופט זיך פורים, וואס האט איבערגעלאזט א פרייד ביי קינד און קייט יעדער לויט זיין שכל, דער דריי יעריגע'ר אינגעלע פרייט זיך מיטען גראגערעל וואס ער האט געפינען אינעם פורים באקס, וואס מען האט ארויסגענימן פינעם סטארידזש פאר פורים, און ער לייגט דאס נעבען זיין געלעגער אום אלע נאכט איידער ער לייגט זיך אראפ, און אויף צימארגענ'ס גלייך ביים אויפשטיין מאכט ער זיכער, אז טאטי זאל קענען געצייכענט ווערען מיט א נאמבער איינ'ס אינעם קריאת שמע אשכול, ער הערט נישט אויף צי גראגערען ביז ווען מאמי שרייט, טאטי ישראלי איז נאכנישט אנגעטיען און דער באס קימט שוין באלד, איך קען נישט אויסניצען מיינע כוחות איך דארף נאך היינט פסחדיג מאכען די וואנט אין טוילעט, איך בין ציריקגעשטאנען פינעם סקעזשוועל, טאטי ענטפערט וואס דארפסטי בכלל פסחדיג מאכען די וואנט אין ביה"כ מען גייט עס עניוועי נישט עסען פסח, די מאמע לאזט זיך נישט איך גיי אים נישט אנטיען, אז די ווילסט ער זאל גיין אין חדר טי די אים אליין אן און נעם אים צי די גראגער איינמאל פאר אלעמאל.

דער פינעף יעריגע מיידעל האט גאר אנדערע השגות, זי ווייסט שוין פון פאראיאר אז וואו נאר שושן פורים קימט אן דארף מען אנפאנגען נאכזיכען וואו די מאמע האט באהאלטען אלע נאש, וואס זענען געקימען מיט די מנות וואס זענען משלוח געווארען, און עס נעמט טאקע נישט מער וואו א פיפצען מיניט מערסטענס ביז זי טרעפט דאס ארט, איך מיין מ'שטיינסט געזאגט זי ווייסט שוין וואו עס איז שוין פסח'דיג און וואו נישט, זי האט גאנץ א גרינג פעלד, מאמי באמערקט אז איינער לאטכענט פון די טשאקאלאדיס, זי נעמט אוועק די נאש פין העכער די מילכיגע סינק און זי באהאלט עס אינטער די פליישיגע סינק, שרה'לע טרעפט גאר שנעל די נייע פלאץ אבער באלד ווען מאמי באמערקט דאס, בין איךוואודער שילדיג, טאטי הערט זיך א שריידיגע קול באשה ... איך האלט און איין באהאלטען די נאש פון שרה'לע אוןהזי האלט עס און איין טרעפען וואס טי איך מיט איר, טאטי ענטפערט און וואס העט שוין פאסירען אז שרה וועט עסען א קענדי און מאמי ווערט אויפגעברויזט ביז גאר דאס הייסט א טאטע? די ווילסט נישט דיינע קינדער זאלען זיין געזינט?, טאטי זאגט וואס געזינד סאיז נאר א ציקערעל א טשאקעלאד די פלעגסט עס דאך אויך באקימען ווען די ביזט געווען שרי'ס עידזש וואס דרייסטי איבער א וועלט?, יא יא ווען עס ואלט נאר געווען איין וואלט איך גאר נישט פארפירט, זי עסט דאך אן א שיעור און היך יתקיימו שיניהם די ציין ווערען דאך געלעכערט און איך העל דארפען זיצען מיט איר ביים דענטיסט.

ברוך'על דער גרויסע ישיבה קטנה בחור הערט יעדע נאכט איבער די טעיפ פונעם פורים סעודה, ער קען עס שוין כמעט אויסענווייניג אבער ער לאכט יעדעס מאל ווען ער הערט דעם ראש הקהל מיט זיין דיקע שטימע פרעגט א וואשנע קשיא, עס שטייט ברוך הבא, מיר וויסען דאך אז ברוך איז טייטש אנטלאפען, און הבא איז טייטש געקימען, וואו אזוי קען עס שטימען, ער איז מסביר פאר נפתלי וואס שלאפט אין זיין צימער, אז נישט נאר איז אינזער ראש הקהל א לץ שבלצים נאר ער האלט אויך און איין אריינווארפען גראמען, נפתלי קען שוין קוים ווארטען צי זיין א גרויסע ישיבה קטנה בחור, מאמי רעדט זיך אפ אז ברוך'על בעט פיר און א האלב דאלער ווייל גדלי' האט געכאפט פיקטשער'ס און ער האט דריי מעכטיגע פיקטשערס אויף איינס קען מען זעהן קלאר וואו דער פורים רב טאנצ'ט מיט אים,און די אנדערע זעהט מען וואו ער גיבט מיר שריים, און אין דעם דריטען בילד זעהט מען וואו מיין בעסטע חבר האט אנגעטיען סאן גלעסעס און ער זעהט אויס אזוי פאני, טאטי ענטפערט ני וואס איז דער פראבלעים? גיב אים די פיר און אהאלב דאלער זאל ער זיין העפי, מאמי שרייט מיך אן יא דאס הייסט חינוך? ער וועט אזוי קיין תלמיד חכם נישט אויסוואקסען מען דארף אים ציגעוואוינען, אז טאמער וויל ער עפעס באקימען, העט עס נאר זיין א ספר, איך דארף נישט מיינע קינדער זאלען זיין באמ'עס, און די ווייסט פארוואס עס איז ציגעקימען צו אזא מצב נאר ווייל די האסט נישט געלערענט מיט אים קיין איין אידיש ווארט אין פורים, די ביזט א גאנצע צייט ביזי געווען מיט טרינקען וויין, וואס זאל איך ענטפערען? גיי לערנען מיט א פרוי Bartenura וואס וויסט זי וואס א טעם וויין האט .

אין דער ארבעט שטייט דער בעה"ב און זארגט זיך עס גייט דאך קימען פסח, און די ארבעטארער'ס גייען נישט ארבעטן אבער איך גיי זיי דארפען באצאלען, ער קימט אריין אינעם ווערהויז צוויי מיניט פאר עס קימט די צייט אהיים צו גיין אין זאגט מיר, הער מיך צי יוסעל פאר דריי חדשים ציריק איז דער פאלעט וואס ליגט יעצט דארט און די לינקע זייט פינעם סטאק רום געווען אין די אנדערע סטאק רום וואס איז נאכען גאראדזש טיר איך וויל נישט אז מען זאל יעדען טאג טוישען פלעצער דא איך וויל די זאלסט נאך היינט מסדר זיין די גאנצע וועירהויז נאך פאר די גייסט אהיים.

אבערברוך אשר לא השבית לנו גואל, מען קימט אריין דא אין קרעטשמע פאר א שנאפס מען ליינט דארעך וואס פארציילט מאשקע, יגר וויל אינז היינט מאכען לאכען אדער האט ער וויכטיגער'ס וואס צו טיען,אא"וו, און מען גייט ארויס מיט גאר א פרייליכע געמיטער וואס גיבט חיזוק פאר די נעקסטע פאר טאג.

Advertisement

פרייטאג מרץ 09, 2007 9:32 am

אוי ווי גיט די ברענגסט דאס ארויס.
A-1

פרייטאג מרץ 09, 2007 9:33 am

העי העי העי, ווער האט צוגענומען קענאו'ס ניק, מען וועט דאס נישט צולאזן.

עניוועיס, עס איז זייער שיין באשריבן. איך האב נישט געגלייבט אז קענאו קען אזוי גוט.

פרייטאג מרץ 09, 2007 10:23 am

איך בין אויך איבערראשט. איז דאס טאקע קנאי?

אפשר במשך'ן שבת העמיר עפעס געוואויר ווערן מער אינפארמאציע בנושא.

פרייטאג מרץ 09, 2007 10:26 am

קנאי; מעכטיג, גיוו אז סאום מאאר.

פרייטאג מרץ 09, 2007 10:26 am

קאנאו??? דו ביזט דאס??? אנעבליוועבל!!! וואס זאגסטו נישט אז דו טויגסט? איך קען האבן דעם נומער פונעם שלאס אויפ'ן פארבארגענעם קלאזעט וואו דיינע טאלאנטן זענען געווען באהאלטן ביז היינט?
קאנאו, איך זאג דיר נאכאמאל: ביזט ריזיג, געוואלדיג, למעלה מן העוורידזש. לערן דיך אפ פון קאנאו... און שרייב ווייטער אזעלכע גוטע ארטיקלען.

פרייטאג מרץ 09, 2007 11:08 am

כ'קען מעיד זיין אז יא, דאס איז קנאי. איי פון וואנעט ווייסעך, ווייל ווען כ'קאל איהם הער איך די זעלבע קאלבישע: טאטי ישראלי בלא בלא בלא... כ'וויל נישט ער זאל זיין א באם.....

עניוועי. קאנאי דאס איז די התחלה. ווי וואנט מאר.

פרייטאג מרץ 09, 2007 2:21 pm

קנאי קנאי, מיר האבן געהאט גרויס הנאה.
נאר ווייל איך ווייס אז דו גלייכסט ווען מ'רופט דיך קענאו, וועל איך דיך באדאנקען מיט דעם נאמען אויך גענוי.
אוזער קרעטשמע האסטו געמאכט פריילעך, און הערליך באשריבן דעם הלוך ילך.
יעצט אז דו האסט אונז געוויזן אז ווען דו ווילסט קענסטו און דו דארפסט וועלן נאר, שרייען מיר דיר אלע ווי וואנט מאר.

זונטאג מרץ 11, 2007 12:06 am

קרעמער האט געשריבן:איך בין אויך איבערראשט. איז דאס טאקע קנאי?

אפשר במשך'ן שבת העמיר עפעס געוואויר ווערן מער אינפארמאציע בנושא.


יא, מיר האבן זיך דערוואוסט איבער שבת אז עס איז ווירקליך געווען א מייסטער שטיקל פון אונזער באקאנטן קאנוי.

זונטאג מרץ 11, 2007 12:20 am

און איך האב זיך דערוואוסט שבת אז ס'קומט פאר אין דעם אשכול אן ערנסטן געלעקעכץ צווישן צוויי... (אקעי, קרעמער פארשטייט)

זונטאג מרץ 11, 2007 12:29 am

איך זעה נאר איין געלעקעכץ:
עטעטשמענטס
dizer.gif
dizer.gif (14.33 KiB) געזעהן געווארן 4132 מאל

זונטאג מרץ 11, 2007 12:38 am

דיזע;

ניין, כ'פארשטיי נישט.

זונטאג מרץ 11, 2007 1:00 am

א דאנק דיר בין איך געוואויר געווארן אז ___ און ___ זענען נאנטע ידידים. כ'האב זיך געוואונדערט פארוואס ___ פאמפעט אזוי מיט דעם אשכול, אזש אז ער האט עס געלינקט ביי אן אנדערן אשכול. שבת בין איך געוואויר געווארן אז ס'איז דא א קאנפליקט אוו אינטערעסט.

אגב, קאנא האט טאקע געשריבן א מייסטער שטיקל. עס קומט זיך אים אן אגודל דערפאר. אבער ליינען זיין געשרייבעכץ מאכט מיך טראכטן אז ער האט מעדיקעיד, ווייל נאר אזעלכע טאטעס וואס האבן מעדיקעיד לאזן די קינדער לעכערן די ציין. די אנדערע ווייסן אז חוץ שטונדן זיצן ביים דענטיסט פאר די אידענע. קאסט עס אויך שטונדן וועידזשעס.

זונטאג מרץ 11, 2007 1:04 am

א דאנק מיר ביסטו וואס געוואויר געווארן? האסטו דען נישט געוואוסט אז די צוויי חברה זענען ידידים? אקעי, זיי זעהן טאקע נישט אויס ווי צוויי טראפן וואסער, אבער זיי שטייען דאך ווי חקת-בלק זייט ביי זייט, ווען אימער מען זעהט איינעם פון זיי זעהט מען דעם צווייטן.

זונטאג מרץ 11, 2007 1:22 am

קרעמער, איך רעד פון די ניקס, נישט פון די מענטשן.

אגב, א דאנק דיר קען איך שוין יעצט די אידענטיפיקאציעס פון 10 קרעטשמע זיצערס. פאר איך האב דיך געטראפן שבת האב איך געקענט נאר 4.

איך בין שוין באלד אזוי כיטרע ווי סושי...

זונטאג מרץ 11, 2007 1:36 am

אה, פאר איך פארגעס: די שארפע דברי תוכחה איבער די אנגעבליכע חילול שבת וואס יאנאש (פון אוקריינע) האט מיר איבערגעגעבן דורכן רוסישן אמבאסאדע, איז בלויז געווען "ריטאליאציע" אויף דיין שטעכל אז איך שרייב איבערגעטריבענע חחח'ס.

זונטאג מרץ 11, 2007 1:58 am

קרעמער, כ'ווייס נישט וואס דו רעדסט. ס'איז נישט געווען קיין "אינסאלטאציע", אדרבא, ס'איז געווען א קאמפלימענט, אז דו רעכנסט זיך מיט די לאציס וואס שרייבן נארישע וויצן, אז דו טוסט זיי א טובה און שרייבסט זיי ווי גוט ס'איז געווען. "ממש איך קען זיך נישט כאפן דעם אטעם..." וכו' וכו'.

זונטאג מרץ 11, 2007 10:44 am

קרעמער האט געשריבן:א דאנק מיר ביסטו וואס געוואויר געווארן? האסטו דען נישט געוואוסט אז די צוויי חברה זענען ידידים? אקעי, זיי זעהן טאקע נישט אויס ווי צוויי טראפן וואסער, אבער זיי שטייען דאך ווי חקת-בלק זייט ביי זייט, ווען אימער מען זעהט איינעם פון זיי זעהט מען דעם צווייטן.

חחחחחחחחחחחח אז ס'גוט אז ס'גוט,

מאנטאג מרץ 12, 2007 12:25 pm

קרעמער האט געשריבן:אה, פאר איך פארגעס: די שארפע דברי תוכחה איבער די אנגעבליכע חילול שבת וואס יאנאש (פון אוקריינע) האט מיר איבערגעגעבן דורכן רוסישן אמבאסאדע, איז בלויז געווען "ריטאליאציע" אויף דיין שטעכל אז איך שרייב איבערגעטריבענע חחח'ס.


אז דו רעדסט שוין יא, וועל איך זיך אויך משתתף זיין מיט א מחאה נמרצה אויף די חילול שבת וואס איז כמעט פארגעקומען אין די אוקריינישע לופט.

מאנטאג מרץ 12, 2007 1:28 pm

פון וואספארא חילול שבת רעדסטו, סאכדעס?

מאנטאג מרץ 12, 2007 1:38 pm

דיזער, זעהר לייכט העטיך ווען ארויפגעקומען אויף דיינע שפורן. דיין שותף לדבר מצוה, האט מיר פארציילט די גאנצע נסיעה צוליב אנאנדער נושא, בתוך הדברים זאגט ער מיר אז איינער פון די קרעטשמע זענען געווען אויף די נסיעה. פרעג איך איהם ווער? זאגט ער מיר דער וואס האט געשריבן סמוך לכניסת השבת אין קרעטשמע. וויל איך ווען זאג איך איהם אה יא מיינסטו דיזער'ן?! און ער פרעגט מיר ווען קענסט איהם? זאג איך אוודאי. און פון דארט און ווייטער דארף איך דיר נישט זאגן, העטיך ווען באלד געוואוסט ווער איז דער דיזער דיזער. אבער יאך האב נישט אזוי געטוהן. נאר וויאזוי דען, בבואי ווען דער יעניגער האט אנגעהויבן רעדן, האביך איהם געזאגט בעוד כברת ארץ, זאג מיר נישט ווער ס'איז, כאלט אז ס'איז נישט קיין יושר.

כאפטאטנטא?

מאנטאג מרץ 12, 2007 1:49 pm

אויפ'ן גנב ברענט דאס שטריימל...

מאנטאג מרץ 12, 2007 3:31 pm

כ'מיין אז דיזער וועט אים שוין מער נישט מיט נעמען אלץ שיתוף צו די געהויבענע נסיעות,

*
קנאו, כ'האב הערשט יעצט געליינט דיין ארטיקל, ווער בין איך דא צו רעדן נאכדעם וואס אלע האבן שוין געזאגט, אבער כ'מיז עס עקסטער זאגען,
כאבעס נישט געגלייבט פון דיר, באמת וואנדערפאול, הערליך שיין,

מאנטאג מרץ 12, 2007 5:32 pm

צייטליך האט געשריבן:כאבעס נישט געגלייבט פון דיר,


פארוואס נישט?

מאנטאג מרץ 12, 2007 5:45 pm

ווייל ס'איז דאס ערשטע מאל וואס כ'זעה אזא שיינעם ארטיקל פונעם, זאל דער בוכ"ע העלפען אויך אויף ווייטער.
שרייב א תגובה

Advertisement