טייערער גאסט: איך בין דער בעל שמחה דא! (שמחת תורה)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

טייערער גאסט: איך בין דער בעל שמחה דא! (שמחת תורה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

דורך: משה יאנקל


געלויבט דער פון אויבן אז מ׳דערלעבט שוין צו זיצן דא ביים לעצטן שבע ברכות פונעם עלעווטען קיינע הארע, ווער האט געגלייבט מען וועט ביז אהער דערגרייכן מיט גאנצע גלידער. טראץ די אומגעהוירע שוועריגקייטן ווי צעג״ב, שידוכים און אוודאי נישט פארגעסן דעם בעסטן פריינט...געלט... זעמיר סוף כל סוף אהער אנגעקומען.

דער רבוש״ע וואס האט געהאלפן ביז אהער וועט אוודאי אויך העלפן מיט די פארבליבענע פיר שעפעלעך וואס שלאפן דערוויל נאך אונדערהיים... אלעס אין נאר אין די ריכטיגע מינוט...

נו, אידעך גוט... פארדעם דארף דאך אן עלטערער אינגערמאן נישט אריינהאפן אין די קרעטשמע אום סאמע אסרו חג, פונקט אינמיטן צונעמען די סוכה...? עפעס מער ווילסטע דאך...

אמת אמת. לאמיך נאר צום ווארט קומען.

איך האשוין איבערדעם געוואלט שמועסן פאר זעכצען יאר צוריק באלד נאכן חתונה מאכן מיין בכירה (?) שעניא׳לע תחי׳. ווייל שויין יעמאלט האמיר פונעם געליטן... פרעגסט ווער? א סימן דו קענסט נישט אונזער משפחה... כ׳רעד פון וואלי... דער ציווילדעוועטער שוואגער מיינער... יא דער וואס טיילט מיר איין מיט וועמען יא אדער נישט זיך משדך צו זיין... וועלעכע זאל צו נעמען... וויפיל אזייגער צו שטעלן די חופה... ועוד ועוד... נישט פארגעסן אז ער זאגט קיינמאל נישט קיין אייגנס... ״פעטער יאנקי זאגט אז פארשעמסט די משפחה מיט דיינע שידוכים...״. אדער ״צוויי וואכן פאר דיינס א שמחה איז שוין די שוויגער אנגעצויגן ווייל דו פעניעסט אין די וועלט אריין...״

ווער רעדט נאך ווען עס קומט צו כיבודים... אהה, דארט מאכט ער א לעבן כאטש א האלבע שמיטה אויף יעדע משפחה שמחה... ער טראגט אין ברענגט... ״עלטער פעטער ברוך זאגט מוחל טובות... די ערשטע ברכה קען ער באקומען זיבעטע קאזינס אויך...״ וכן על דרך זה הרבה...

אינטרעסאנט, אז ביים צאלן די גמ״ח׳ן מיינע דארט איז ער פונקט נישט אקטיוו... נישט פאני?
...
פרעגסטע אוודאי: אויב האסטע געשוויגן ביז היינט, געשלונגן שטילערהייט... וואס איז די אויספלאץ?
...
המשך יבוא.. באלד אי״ה. 

(באשרייבונג פארענדיגט ב״ה אין פאלגענדע תגובות)
לעצט פארראכטן דורך שטארק זיך אום מאנטאג אקטאבער 24, 2011 9:43 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

איך מיין אז דא נוצט דער צוויי צוויי צוויי פלאן
אז נישט בפועל, כאטש בכח,
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אה, דער צוויי ארטיקלן א טאג פלאן איז געהעריג אריין אין אפעקט
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

נאכניש אינגאנצן, עס דארף זיין צוויי צוויי צוויי ארטיקלען א טאג, מיטן כולל איזעס זיבן
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אויב איז ער דער זעלבער וואס טיילט אייך איין ווען יא און נישט צו שרייבן ארטיקלן דאהי, דאן ברענג אים נאר אהער.

שוין, העלעך זיצן און ווארטן. א ברירה האביך?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

המשך: על מה יצא הקצף... וואסי יעצט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ביי די לעצטערע שמחה מיינע, האט דער וואלי אריבערגעשפרייזט אלע גרעניצן, ועד בכלל...

עס איז די לעצטע שבע ברכות פון מיין שאלטי (=שאלתיא׳) - טאקע דארט ווי מ׳האמער אנגעהויבן ס׳ארטיקל - עס איז מוצאי שבת, ווי-ניש-ווי איז אביסעל שפעט געווארן.. וואלי, דער אורח ה׳כבד׳ קומט אוודאי אן מיט א סטאדע פון זיינע אוכלי שולחנו... (וועמען איך האב, אגב, נישט געלאדען... פעלט פשוט נישאויס, זיי קומען מילא...). גייט נישט דורך קיין פופצן מינוט, און... ס׳רודערט זיך שוין ״משה יאנקל, מ׳ווארט נאך אויף איינעם דא... ס׳שפעט, די זיידעס זענען שוין מיעד... ״ (אפגעמוטשעט פונעם פארצויגענעם נאכמיטאג שלאף, כמובן)...

אם חכמה אין כאן, זקנה יש כאן: מיט די יארן האב איך זיך שוין אויסגעלערענט וויאזוי צו באהאנדלען די סיטואציעס בכדי ס׳זאל זיך ענדיגן מיט וואס ווינציגער דעמעדזש... מען רעאגירט דאס מינומום ממש... נישט חלילה אריינגעשלעפט ווערען אין א געפעכט מיט וואלי׳ן, ווייל דעמאלט האט ער שוין געוואונען... און מען וועט נישט הערען די ענדע דערפון קיינמאל (א זכרון האטער גאר א גוטע, קיינע הארע...), איך פרוביר דאס אויך היצטער: ״וואלף, נישט לאנג, נישט לאנג... געמיר א מינוט צוויי״... און ״נארמאלע״ אומשטענדן העלפט דאס בערך ווי א סנוז-קנעפל... אויף פינעף מינוט... אזוי שטופט מען כאטש דורך די שמחה אן קיינע ערענסטע ציווישן רופען...

דאסמאל אבער, גייט אדורך פינעף מינוט, צען, צוואנציג... און ס׳שטיל. א האלבע שעה, און ס׳ווייטער שטיל. ״ב״ה״, קלער איך מיר, ״זעהט אויס ס׳פאראן ווער ס׳וואקסט אויף הערשט ביי די אכט און פערציג...״ ואין לך אדם שאין לו שעה...

רבותי, האמת אגיד, כ׳האב שוין טעותים געמאכט אין מיין לעבן, און אפילו גרויסע... אבער אזוי זיך טועה צו זיין...?

פונקט פינעף אין דרייסיג מינוט נאכ׳ן ״סנוז״... שפיר איך א זעץ אין די פלייצע... וס׳יז ער אליינס געווען... וואדע איזעס ער געווען... וואלי שטייט דארט במלוא הודו והדרו, מיט צוויי בעכערלעך באגלייט מיט די טרויעריג-בארימטע ״שלאכמאנעס״ גרעיפדזשוס באטלעך... און רופט אויס מיט א בלעכענעם פנים ״ביסט מכבד מיילעכן מיט בענטשן...!?״ דערקלערט ער אוויא פרעה פון יוסף שפיעל...

קאמ-אן, ווער איז דער בעל שמחה דא... האסטו געהערט אזוינס אין דיין לעבן?

טאטי אין הימל וואס טוט מען דא? דאס ווארט ״פרעך״ איז דאך א טיטל פאר אזא איינעם...
...
ענעדע באלד אי״ה.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אפשר בייטן דעם קעפל, "טייערער שוואגער, איך בין דער בעל שמחה דא!"
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

המשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שמחת תורה בייטאג, תשע״א:

מורה מורינו רבי למך בן רבי מתושלח (נאמען געטוישט) דיין דקהלתינו, מכובד מיט כבוד התורה...

אוודאי איז עס א כבוד התורה ווען רבי למך האלזט זיך מיט די ספר תורה. ווער נאך ווי רבי למך הארעוועט אזוי אויף די תורה אלע שעות פון טאג, קוים וואס עריז מפסיק אויף א פאר מינוט עפעס אין מויל צו נעמען. יאר יערליך ווען עס קומט דער גרויסער פרייליכער טאג, שטראלט זיין פנים מיט אזא לעכטיגע לויטערע שמחה. זיין געזיכט שיינט ווי שמש בצהרים...ער טאנצט און שפרונגט עד אפס כוחותיו, עס העלפט נישט די געבעטן פון די רעבעצין זיינע וועלעכע שיקט בעטען איר מאן זאל זיך כאטש אביסעלע אראפזעצען. זי איז ערענסט באזארגט זאל נישט חלילה איבערשטרענגן זיין צארטן קערפער מיט די אפמוטשענדע געטענץ וואס זי האלט אזוי מיט פון אונטער די מחיצה.

ביין הקפה להקפה גיסן זיך עמערס טרערן מרוב התרגשות ווען דאס הארץ צוגייט אים פאר געגועים זינגענדיג די דבקות׳דיגע שירים פון הייליגן בעל החרדים הוי, בלבבי משכן אבנה לכבוד... וויי.. לו נפרוש ממך, ולא תתפרש מנן... וואויל איז פאר אונז אז מיר האבן דעם דיין בתוכינו.

אט אזוי גייט זיך אריבער רבי למך׳ס שמחת התורה.

איר פארשטייט אוודאי אז אונזער קהילה באשטייט נישט נאר פון רבי למך און זיינס גלייכן... מיר האבן ברוך השם פון אלע אלע ד׳ מינים... טעם וריח, טעם ולא ריח, ריח ולא טעם... און אויך... לא טעם ולא ריח.... נו, ויבוא אלו ויתכפרו על אלו.

מאכי (=מרדכי) איז א טיפיקל ערבה-איד... איך זאג ניש, ער האצעך זיינע גוטע מינוטן. נאכמער, געוויסע צייטן אין יאר איזער גאר מער מחותן ווי רבי למך... שטייצעך נישט ביים טאנצן מיט די תורה... אבער יום הקדוש ביים על חטא איזער דעפינעטלי מער אין פלאץ...

אונזער מאכי האט נעכטען פארנאכט געביד אויף אלע חתנים ארויפגעצויגן גאר הויך... צו מזל האט דער גבאי -  וואס האט שוין - נישט איינמאל -צאמגעשטעלט געלט פאר זיינע קאר פעימענטס -נישט אזוי ערענסט גענומען זיין ביד אויף חתן תורה... צוליב צוויי טעמים איינס פשוט פינאנציעל... ס׳צווייטע ווייל מאכי - ווי מיר קענען אים - האט אוודאי אינזינען געהאט מכבד צו זיין מיט חתן תורה נישט קיין ווי... ער זעלבסט... ופני מאכי חפוי...

היינט שפרייזט ער אזוי אריין אין בעסמעדרעש אום האלבער צעהן פונקט נאך אתה הראיתה... אויסגעגלאנצטע מנעלים מיט וועמענס שפיץ מען אויס׳שחט׳ן אלע מוראשקעס ביי די ווינקלען אין נאו-טיים... צוויי-דריטל טיש בעקעשע, מיט׳ן ריח הידוע... ס׳יונגעלע שלעפט זיך נאך מיט זיין stuffed ספר תורה׳לע... הארטע פאה׳לעך, עצברוידערד בלויע פיר-סלייס קאפל מיט די אויפשריפט ״שלוימי זושי״... וכו׳ וכו׳...

באבלאזן איזער ווי א בוריק (?) מסתם האטעס שייכות מיט די אוממגעלונגענע בידס ביים חתן תורה/בראשית... זיין מוד גייט אריין אין פאזע: גרימצארן ווען ער הערט דעם אויפרוף:

מורה מורינו רבי למך בן רבי מתושלח דיין דקהלתינו, איז מכובד מיט כבוד התורה.

אין אויב איז דאס נישט גענוג זעהט ווי דער דיין לאזט זיך ארויס אין דעם פייערדיגן טאנץ ווען דער גאנצער עולםווערט מיטגעשלעפט מיט דעם עקסטאזע...

הוי שוימט ער... אהא דעי באנקוועטשערס... דעי באקומען... באלד וועט ער נאך אויך זיין חתן תורה... ער קען ניטאמאל ווייטער טראכטן...

מאכי זוכט ווי מען קען אביסל קידוש מאכן ... ווי נישט ווי צו בראנפן פארשטייט ער בעסער ווי סיי וועם... וואגן זאל זיך דער דיין צו פארהערען מיט עהם אויף א וויסקי....

מאכי מאכט קידוש, פתח בכד וסיים בחבית... פון גלעזל ווערט גלאז... פון פלאש ווערט פאס... די אויגן ווערן נאס.. דער פנים פלאמט... ער איז בולע א סכום הגון האלאפצעס... גנוחא גנוח...

אהה. מען פארקויפט עוזר דלים... צוויי הונדערט פופציג ס׳דריטע ספר... מאכי נעמט זיך ציען אז ס׳גייט א רויעך... דער גבאי פרובירט צו איגנארירן, אבער נישט ווען יונתן וואלקער (המכונה דזשאני ווואלקער) איז מדבר מתוך גרונו... בלית ברירה בלייבט דער דריטער ספר ביי אונזער מאכי....

מאכי קען קוים ווארטן צו הערען זיין נאמען... הו הא, וועטער ווייזן פאר אלעמען וויאזוי מ׳טאנצט מיט די תורה... You justwait and see ...  

מורינו ר׳ ראובן יקתואל מרדכי בן ר׳ אשר טוביה יחזקאל מכובד מיט כבוד התורה.

מיט פעסטע/וואקעלדיגע טריט שפרייזט מאכי צו צום גבאי׳ן, ווען אן אפענע נצחון שמייכל באדעקט זיין געזיכט... און נעמט איבער דעם לענגלכיגן ספר תורה ארומגענומן מיט א גארטל אויף דאס אפגעקראכענע מענטעלע... הו the bigger the better...

מען הייבט אן די זעקסטע קאפע ניגון... מאכי נעמט זיך שפרונגן ווי א צעווילדעוועט ציג... בחור׳לעך כאפן זיך אז דא איז פאן... נעמען אים ארום און קלאטשן צו... דער ווערט נאך מער הייפער...  ער כאפט זיך... ממאכט דאך נענועים מיט די תורה... אקעי...

ער נעמט זיך שאקלען דעם גרויסן ספר ארויף אין אראפ... די ערענסטערע אידן הייבן אן ציטערען וויאזוי די זאך גייט זיך אויסלאזן... אבער מאכי ווערט נישט מיעד... ער הייבט לאזט אראפ שפרינגט...

ביז ... דער גבאי זעהט מען דארף שנעל זעהן צו ענדיגן.. דעם קאמישן עפיזאד, ווייל די מעשה טויג נישט.. ער נעמט מיט מיט זיך נאך א צוויי פעסטע בר הכי׳ס לויפט צו צו מאכי דנן... כאפט פעסט אן די ספר תורה ... די אנדער האלטן אים אן ס׳זאל נישט קומען צו שפיכת דמים חלילה... מאכי וויל זיך אבער נישט לאזן... ער שרייט מיט באנומענע קולות אין יללות... אזש דאס גאנצע בית מדרש איז שטיל געווארן...ממש ער וויינט... לאז אפ... רשע מרושע...

ענדליך געלונגט אים צו בארואיגן.. מען שלעפט אים שיין אריין אין שמש-שטוב, מען לייגטעם אראפ אויף א באנק... 

ווען דער גבאי האט שוין געמיינט אז די זאך אויווער... נעמט זיך מאכי פריש צו יאמערען... א מין רשעות חתן תורה לאזט מען מיך נישט קויפן... טאנצן לאזט מען מיך נישט.. דער דיין טוט די זעלבע זאך און עטץ טאנטצט נאך מיט מיטעם...

רבי פנחס בירך, אן עלטערער איד א נשוא פנים וועלעכער איז אויך פונקט אריינגעקומן אין שמש-שטוב מסתם זיך אביסל אפרוען פונעם טאנצן, גיבט זיך א רוף אן צו מאכי׳ן:

הער זיך איין מרדכי, שמחת תורה איז דעם דיין׳ס שמחה, ווידעראום דו מרדכי ביזט נאר א גאסט...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איינער האט עפעס אן אויסדרוק פאר מיר? איך בין שפראך-לאז.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

געלעגער כאמעך שוין געזארגט צי דיין שווער האט נישט אנגעווערטשאפט עטוואס... ברוך השם ביזט נאך פאראן מיט אונז...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

א נייע פשט במה שאמר הרה"ק מראפשיץ, שענה לו עם הארץ ביי מיין ברודער'ס שמחה טאר איך נישט טאנצן?
וגילה לנו שטארק זיך, טאנצן יא, אבער עס איז נאכנישט דיינס,
פשיהא
אבער שמעתי בשם הרה"צ מקלויזנבורג שאמר פשט אחר, שאמר פעם עם הארץ שרוקד כל כך עם התורה, ששבועת שוא אחד עם זו התורה, הרויח לו מיליאן דאללער, ודו"ק בהנמשל
למה זה תשאל לשמי...
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שכח והוא פלאי פארן עס אפלערנען טיפער ווי איך זעלבסט...

לגבי משלו של הרב מקלוזש ז״ל, הלא העם הארץ אינו רוקד עם הספר... הינו רוקד עם המיליאנים... 
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

סארי, כבין נישט מסכים דער אשכול זאל אזוי שנעל פארשוואונדן ווערן אויף עמוד ב...
צו לאנג גענומען דאס שרייבן...

ארויפגעברענגט!!
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
וואלוועלע-קרעטשמע
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע-קרעטשמע »

שטאק זיך געוואלדיג, סיי די משל, און סיי די געשרייבעריי, עפעס נישט נארמאל,
א יעדע מעשה האט 2 זייטן,
ווען די נעמסט אן איין זייט נוץ דיין שכל און זעה דיינע נגיעות זאלן דיר נישט פארפירן,
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

שטארק זיך האט געשריבן:סארי, כבין נישט מסכים דער אשכול זאל אזוי שנעל פארשוואונדן ווערן אויף עמוד ב...
צו לאנג גענומען דאס שרייבן...

ארויפגעברענגט!!



שטארק זיך, מיר זענען מסכים דו זאלסט דעם אשכול האלטן אויבנאן ביז קומענדיגן שמחת תורה. לייג צו וויפיל ס'גייט...
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

הרב שטארק
גאר שטארקע דיבורים
לאמיר נעקסטע שמחת תורה זיין ווי דער דיין
און נישט ווי מאכי
עס האט זיך געלוינט צו ליינען
שכויעך...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שכוח ר׳ אמת-פי פארן אוועקגעבן פון אייער טייערע צייט צו ליינען מיין באשרייבונג; און, אן עקטערן דאנק פאר דעם הארציגן קאמפלימענט.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
צוקער זיס
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער זיס »

ארויף דערמיט.
יעדער מאכט פרייליך אין שטוב איינער ווען ער קומט אריין, און איינער ווען ער גייט ארויס
hi class
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2011 11:14 am
לאקאציע: שויתי ה' לנגדי תמיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hi class »

וואוו מאסיוו
געהערט נאכזאגן בשם רבינו מסאטמאר אז ווען א שיינער איד איז געקומען נעמען א ברכה אז ער וויל עפענען א שטיבל פאר קומענדיגע ימי הרחמים והרצון, האט אים דער רבי גע'עצה'ט אז ער זאל עפענען שבת בראשית. צום וואונדער פון דעם שיינעם איד האט דער רבי מסביר געווען אז שבת בראשית וועט ער האט פיל מער מתפללים צוליב וואס יעדער האט דאן חשבונות מיטן גבאי'ן דער ווייל מ'האט אים נישט מכבד געווען אא"וו
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

געוואלדיג גיט
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך האב זייער הנאה געהאט! ישר כח.

איך פארשטיי אז דיין עיקר פונעם משל (פרייוואטע שמחה) איז געוועהן פארן נמשל (חתן תורה). אבער פאר מיר האסטו זייער גוט געשריבן וועגן פרייוואט שמחת.

עס האט א שיעור וויפיהל שוואגערס און אנדערע (טאטע - שווער, וכו') רעדן אריין אין שמחת. אסאך מאהל איז די סענשיטיווע גאר נאנטע משפחה ענינים אין די עלטערען זאלן זיך קומען פרייען, נישט אנטיילען. א חוץ אויב זיי צאלן רוב שמחה... אין צו די שוואגערס: הערטס אויף אנטיילען. הערטס אויף אהנקומען שפעט און דערנאך פארלאנגן מען זאל בענטשען צוויי מינוט שפעטער. הער אויף זאגן דיין מיינונג אויף איעדן שידוך א חוץ אויב מען פרעגט דיהר.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

שיינע אשכול דורך שטארק זיך ז"ל. כ'פארשטיי נאר נישט וואס האט געשטערט וואלי'ן אז מיילעך באקומט דאס בענטשען.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

שטארק זיך'ס שפראך איז מתוק מדבש
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”