מיין שאפינג עקספיריענס.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

מיין שאפינג עקספיריענס.

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג אוקטובער 10, 2011 11:56 pm

אה.. מיר שטייען יעצט אין די לעכטיגע פיר טעג. מיר האבן נארוואס געענדיגט אזאנע דערהויבענע טעג פון ראש השנה און יום כיפור.
ב"ה מ'האלט שוין דא.
אין די טעג פון ראש השנה און יום כיפור איז מיר זייער שווער, איך האב אייביג די אנגעצויגענקייט אז אפשר גייט מיר איינער געבן די הענט ווינטשן לשנה טובה, אדער א גמר חתימה טובה תיקף נאכדעם וואס איך גיי מיך אפגיסן די הענט. איר ווייס וואס איך מיין, ווען איר גיט פאר איינעם די הענט און זיין הענט איז פייכט און איר ווייסט נישט וואס צו טראכטן... בכלל, ס'איז אייביג דא די אידן וואס איר האט באמת גארנישט מיט זיי נאר אויף אזויפיל צו געבן א שאקל מיטן קאפ. יעצט ווען איר מ'זעהט אים פון א גאס אוועק, די קאפ נעמט זיך ארבעטן פיבערהאפטיג.. יא אפשטעלן? נישט זאגן גארנישט? א שפוטע גריס קען מען נישט ווייל וואס גריס איך? א גמר חתימה טובה קומט מיט א קוועטש...
אבער יעצט איז ב"ה פארטיג דערמיט די דאגות זענען מער נישטא. יעצט איז די צייט פון זיך נעמען ארבעטן אויף די סוכה.

נו, וועל איך מיט-טיילן מיט אייך וואס איך האב מיטגעהאלטן.
איך שטיי אין האום דיפאו און איך קלאפ צוזאם מיין סוכה ארדער, נעגל,וואשערס,ביד'ס, און וואס נישט. פארענט פון מיר שטייט א רבי'ש קינד און מאכט די ארדער פאר זיין טאטע'נס סוכה, איך קען גראדע גוט זיין טאטע א וואוילע מענטש, אבער יעדעס יאר סוכת עסט ער מיר אויף דאס געזונט מיטן מאכן די סוכה ארויס ביז אינמיטן די גאס אוועק נעמענדיג יעדע ביסל פלאץ צו וואקן, ווער רעדט נאך אויב שפרייז איך דורך די גאס מיט א קערידזש, דאן דארף איך קראסן.
אלעס ווייל ער האט מער ווי דריי פאלאוערס אויף טוויטער.. און ווייל זיין ברודער מאכט אויך א סוכה..
אבער לאמיר נישט יעצט פארקריכן.

זעה איך ווי דער קליינע בחור איז פארטיג מיט זיין ארדער, ער האט צוזאמגעשטעלט א גרויסע וואגן מיט כל טוב וטוב, אבער דאן האט ער זיך אפגעשטעלט און ארויסגענימען זיין לויסליעף צעטל וואס דארט איז געשטאנען אלס וואס ער דארף ברענגן, ער גייט שנעל דורך מיט די אויגן צו ער האט אלעס, ער דערזעהט זיך אז נישט. ס'פעלט אים די שלאק!
ער גייט צו צום גוי מיטן רויטן העמעד, "העי, ווער איז די שלאק סעקשען?"
די גוי קוקט אויף אים "די וואט?"
ווער עס קען די האום דיפאו חברה ווייסן אז מ'ווערט נישט קוואלעפאצירט פאר א דזשאב דארט נאר אויב מ'האט נערווען ווייניגער ווי נול.
די בחור זאגט איבער: "איים לאאקינג פאר די שלאק סעקשען"
דער ארבעטער עפענט זיינע אויגן אויף סייז פיפצן, "קען יו פליס טאלק סלאוער, וואט סעקשען אר יו לאאקינג פאר?"
"יו נאו, די שלאק וואט ווי פאט אן די האאד" און די בחור מיט א תמימות נעמט זיך ווייזן מיט די הענט אויף ארויף און שפרייט אויס זיין הענט, ער פראבירט צו געבן א 3D משל פארן גוי. אבער כאילו לא היה,
"קען יו גיוו מי סאם מאר דיטעילס?"
"אמ אמ.. איטס א פלעסטיג"
"אה, פלעסטיג איז אין אייל בי" לויפט דער גוי אויס פון געדולד
"נאו, איטס וויט עי לאנג פייפ" פראבירט ער זיין מזל.
"אהה.. פלאמינג סופלייס אר סטרעיט דאון טו יור רייט"
"נאו, איטס פלעסטיג טוגעטהער וויט פייפ"

"סאו, עס איי סעד, פלעסטיג פייפס אר אין די פלאמינג סעקשען"
גלייבטס מיר אז נאכאמזל די גוי איז טונקל קאלירט. איך גלייב אז זיין פנים האט זיך שוין געטוישט מערערע קאלירן. ער האט נאך דעם גאנצן חודש נישט געסערווט אזויפיל קאסטעמערס וויפיל צייט ער פארברענגט דא מיט דעם קליינעם און ס'זעהט נאך אויס ווי מ'האלט ביי אלף.

"עי שלאק איז עי פייפ ענד עי פלעסטיג, טו דיפרענד טינגס. יו טינג איטס אין די פלאמינג סעקשען?"
"סלאק?" שרייט די גוי צוריק, "איי נעווער העירד דעד ביפאר, קען יו ספעל איט פאר מי?"
"אממ.. עס על א קעי"
"וואט איז א? עי אר אי?"

דא האט זיך די בחור פארלוירן, "איי דאונט נאו, איי וויל קאם בעק לעיטער"

דער ארבעטער איז געלאפן כאפן א לאנטש ברעיק, ער האט נאך אין זיין לעבן נישט אזוי לאנג סערווירט. און דער בחור איז נעבעך אהיים אן א צודעק..

רבותי, העלפט ארויס, וויאזוי זאגט מען 'שלאק' אין ענגליש...??

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוקטובער 11, 2011 12:04 am

א שופר איז א שופר און א שלאק איז א שלאק

גיי לערן מיט א גוי פון האום דעפאו וואו צו טרעפן אן אייטעם דארט

זייער סלאגאן ליינט זיך אין מיינע אויגן: YOU CAN DO IT, WE CAN PRETEND TO HELP

אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

תגובהדורך לכל זמן » דינסטאג אוקטובער 11, 2011 2:29 am

געלעגער, פיין...
א שלאק רופט מען בלע"ז Tarpaulin.
עת לקרות | ועת לתגוב

אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

תגובהדורך i follow » דינסטאג אוקטובער 11, 2011 7:40 am

און ענגליש רופט זיך עס mother in low האום דיפאו האט עס נישט
געלעגער כמיין סהאט זיך געלוינט די בושות פאר אזא ארטיקל
עס ריפט זיך טארפ tarp
אגב גוגל טרענסלעיט שלאק_stroke

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג אוקטובער 11, 2011 12:00 pm

i follow האט געשריבן:און ענגליש רופט זיך עס mother in low האום דיפאו האט עס נישט
געלעגער כמיין סהאט זיך געלוינט די בושות פאר אזא ארטיקל
עס ריפט זיך טארפ tarp
אגב גוגל טרענסלעיט שלאק_stroke


חחח איך פראביר נאר צו טאכטן פון די בליק וואס דער ארבעטער וואלט געגעבן ווען ער הערט אז איינער זוכט זיין מאטער אין לאו. ער וואלט אים געשיקט צו די מציבות סעקשען

אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

תגובהדורך מר. קליען » דינסטאג אוקטובער 11, 2011 1:19 pm

;l;p- כא כא כא פליז גיי היינט נאכאמאל מיר דארפן נאך אן ארטיקל

דרך אגב
http://www.gruntig.net/2011/10/jews-and-home-depot.html
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » מיטוואך אוקטובער 12, 2011 2:25 am

פלעין ליצנות פון אידן און אלגעמיין, הגם ער זאגט אמת, אבער ער שפעט פלעין פון אידן און אלגעמיין
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

תגובהדורך מר. קליען » מיטוואך אוקטובער 12, 2011 2:39 pm

ער איז אליין א איד
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוקטובער 12, 2011 2:46 pm

קרעמער האט געשריבן:זייער סלאגאן ליינט זיך אין מיינע אויגן: YOU CAN DO IT, WE CAN'T HELP
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » זונטאג אוקטובער 16, 2011 8:24 pm

אבער דער שלאק האט ער למעשה געטראפן אדער ס'דארף אים נאך באטרעפן ? געלגער שיק אריין נאך פון די סחורה ביטע

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 12:14 am

געלעגער, אוי ביסטו גוט!
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 10:56 am

היות מ'דארף מיר די יאר גיין זוכן א שלאק האבן מיר זיך דערמאנט פון די אשכול, געלעגער, געוואלדיג!!!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט