שיריים פונעם געהויבענעם יו"ט פורים העעל"ט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך מארטש 07, 2007 5:34 pm

ער וועט אבער נאך אלץ נישט וויסן צי די נומער איז דריי-נול-צוויי אדער אדער טרי-זיראו-טו.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מארטש 07, 2007 7:21 pm

אדער גאר טרי-או-טו.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך מארטש 07, 2007 8:19 pm

דארף מען שוין האבן רשות פון טריאו.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
פענסטער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:03 pm

תגובהדורך פענסטער » מיטוואך מארטש 07, 2007 10:06 pm

קרעמער האט געשריבן:גיי געדענק.

---
נעכטן האבן מיר איבערגעשמועסט דעם יו"ט פורים מיט עטליכע אידן ביי א מסיבה של מצוה, האבן זיי מיר מעורר געווען, בפרט איינער דארט וועלכער האלט זיך פאר א גאנצער מבין אין די וויין ביזנעס, אז פארט וויין איז פון די ערגסטע וויינען צו טרינקן (כאילו איך זעה דאס נאכנישט אליין, מבשרי אחזה די לעצטע פאר פורים'ס, די פראבלעם איז אבער אז עס לויפט פארביי א שיעור שכחה י"ב חודש צווישן איין פורים און דאס צווייטע, און איך בלייב בלויז איבער מיט די געשמאקע זכרונות, ווידעראום די פארברעכנס ווערן פארדאנירט).

יענער זאגט אז עס איז אוממעגליך צו פראדוצירן א וויין אן ציקער וואס זאל זיין שטארקער פון 15 פראצענט אלקאהאל, אויב איז א וויין 18 פראצענט (אזוי ווי פארט) אדער מער (ווי עד דלא ידע) איז דאס זיכער געמישט געווארן מיט ציקער אדער מיט קאנצטענטראציע פון אנדערע וויינען, און דאס קען אפ'הרג'ענען א מאגען.

עס איז געבליבן, און איך שרייב עס דא אויף לזכרון, אז אי"ה איבעראיאר, לשנה הבאה בירושלים, ט"ו אדר (כמנהג ירושלים) וועט מען פרובירן טרונקן יין המשומר בענביו מששת ימי בראשית, איי גייט דאס זיין גוט.

און אויב ח"ו וועלן מיר נישט זוכה זיין טועם צו זיין פונעם יין המשומר, וועלן מיר פרובירן טרונקן 12 פראצענטיגע זויערע וויין, צב"ש סאטורן. (שאטאנאף זאגט ער איז אויך גוט, אבער דאס האט שוין א שוואכערע הכשר ווי די קדם וויינען, אויך האט ער געזאגט אז בורגאנדי ראיאל איז גוט).

------
פאר איך פארגעס: בעצם יום הפורים, האט איינער מיר געלאזט א מעלדונג אויפן ענטפער-מאשינקע וואס האט זיך געהערט ווי פאלגענד: אויב דו זאגסט "איר האט גערופן", דארפט איר זאגן "דריי נול צוויי", אויב איר זאגט "יו העוו ריטשד", דארפט איר זאגן "טרי או טו", דאן הערט מען א פורים'דיג געלעכטער און עס האקט זיך אפ.

אויפן "רופער אידענטיטעט" איז נישט ארויפגעקומען קיין שום נומער, די צייט איז געווען בערך 4:50 נאכמיטאג. ווער עס דערמאנט זיך אז ער האט גערופן בערך יענע צייט און גערעדט בערך אזעלכע דיבורים, זאל זיך ביטע אנרופן.


איך בין זיך מודה ומתוודה בפני כל קהל עם ועדה, דער מעסעדזש לאזער איז געווען אני הקטן...

אגב אז מ'רעדט שוין פון וויין, איך פיר זיך יעדעס יאר צו טרינקען אדער שאטאנאף, אדער עלי וועלי, (עפעס אזוי) ביידע זענען זויערע וויינען וואס טרינקט זיך גאנץ לייכט, און א צוויי דריי באטלעך דערפון אדער אביסעל ווייניגער טוט די ריכטיגע פעולה.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך מארטש 07, 2007 10:18 pm

שכוח קרעמער.

וואו קומט דא אריין שכוח פאר קרעמער, נאך וואס פענסטער שרייבט?

נאר אז פענסטער האט געפילט פאר וויכטיג עפעס צו שרייבן, און דאס איז געווען נאר א דאנק קרעמער'ן, קומט דאך דער שכוח טאקע פאר קרעמער'ן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 08, 2007 9:56 am

פענסטער;

כ'גלייב שווער אז דו וועסט זען דעם תגובה.

אבער ביטע, זאג מיר די רעזולטאטן וואס קומען נאך אזא דריי פלעשער שאטאנאף. ווערט מען פארוואנדעלט אין א פארברעכער, אדער קען מען אלעס האלטן ביי זיך?

אוועטאר
פענסטער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:03 pm

תגובהדורך פענסטער » דאנארשטאג מארטש 08, 2007 10:15 pm

קרעמער האט געשריבן:פענסטער;

כ'גלייב שווער אז דו וועסט זען דעם תגובה.

אבער ביטע, זאג מיר די רעזולטאטן וואס קומען נאך אזא דריי פלעשער שאטאנאף. ווערט מען פארוואנדעלט אין א פארברעכער, אדער קען מען אלעס האלטן ביי זיך?


גלייב גרינג וועט אלעס זיין גוט...

די רעזולטאטען זענען פארשידענארטיג, עס איז ווי א יאר, איך האלט יעצט אינמיטען מאכן א שטודיע פארוואס עס קלאפט אויס יעדעס יאר אנדערש.

דערווייל איז געבליבען אז ס'ווענד זיך (לכאו') וויפיל ריווח מ'געט צווישען איין גלעזעל און די צווייטע, און אויך ווי נאנט צום טרינקען מ'נעמט זיך צו טאנצען.

די שטודיע איז נאכנישט אינגאנצען פארטיג, ועוד חזון למועד.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 08, 2007 11:00 pm

יישר כח פאר די אינפארמאציע. און א באזונדערן יישר כח פארן נעמען די מיה צו ליינען די תגובה..

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דאנארשטאג מארטש 08, 2007 11:27 pm

איך פיר מיך אויך די לעצטע פאר יאהר צו טרינקן נאר נישט געצוקערטע וויין, דאס ערשטע מאהל ווען איך דאס אויספרובירט איז געווען ווען איך האב ביי איינעם פון מיינע ידידים אויפן טיש געזעהן אפאר פלעשלעך פון היימישע וויין (פון א איד אין וומס"ב וואס פארקויפט שוין אסאך יארן היימישע וויין און מאסט, קרעמער ווייסט מסתמא וועם איך מיין) עס איז געווען גרענאש וויין אן צוקער, און איך האב געטרינקן אפאר גלעזלעך דערפון און דערנאך געטאנצן אביסל און עס האט מיך גאנץ גוט אויפגעהייטערט (אינגאנצן שיכור ווער איך געווענליך קיינמאל נישט, בבחינת יין קשה פחד מפיגו ווייל געווענליך פורים האב איך פארשידענע צדקות וואס איך שטעל צוזאם געלטער פאר זיי און זעהט אויס אז דאס לאזט מיך נישט ארויסגיין אינגאנצן פון די גלייזן אבער ב"ה עס איז יותר מלימודו און ברענגט מיך צו זיך צו ערלויבן צו טאנצן און שפרינגען כדבעי), עכ"פ זייט דעמאלס קויף איך אזא באטל אויף פורים און פרוביר עס אויסצוטרינקן ווי אויך ביי די אלע באזוכן ווי איך שטעל מיך אפ טרינק איך נאר די זויערע וויין אן צוקער, היי יאהר האב איך מיך געוואשן צו די צווייטע סעודה ביי א ידיד מיינער און דארט געטרונקן עטליכע גלעזער CHABLIS און דעטאנצן דארטן מיט עטליכע חברים דאס האט אויך גוט געהאלפן, איך מיין אז דאס טאנצן נאכן טרינקן העלפט אסאך צום לעבעדיג מאכן, און ב"ה פון די אלע יארן האב איך ב"ה נישט געברויכט טוהן קיין פארברעכען,

יעצט צום ענין פונעם אשכול

ב"ה היי יאהר פורים איז מיר דורך ב"ה מיט אסאך זאכן בעסער פון אסאך יארן, געליינט די מגילה האב איך נישט ווייל איך האב נישט קיין מגילה, האבן טאקע די בני בית אויך געהערט די מגילה ליינען אין ביהמ"ד, און צופריה איז זי געגאנגען הערן מגילה ביי א פריערדיגן מנין און איך האב ביזדערווייל געזאגט רואיג תהלים אינדערהיים בשעת די קינדערלעך זענען געשלאפן, מיין עלטסטער אינגל איז געגאנגען זאגן תהלים און דאווענען אינאיינעם מיט די תשב"ר וואס קומען זיך צוזאם אינעם זאל אונטערן אנפירונג פון די מחנכים, דערנאך בין איך געגאנגען אין בית מדרש דאווענען מיטן געהעריגן מנין, געגעבן מתנות לאביונים פאר די אלע וואס הענגן ארויס זייערע צעטלעך אויפן וואנט אז זיי גיבן איבער בו ביום, און אפילו מקיים געווען משלוח מנות ווייל איינער האט מיר דארט געגעבן אין ביהמ"ד משלוח מנות און איך האב נישט געהאלטן ביים ארומשלעפן האב איך עס ווייטער געגעבן, איך האב נאך געוואלט באמת זאגן נאך ווייטער תהלים אין ביהמ"ד אזוי איך פלעג טוהן אבער איך האב שוין געמוזט גיין אויפ-פיקן מיין אינגל, דערנאך אהיימגעגאנגן און געגעסן די ערשטע סעודה אינדערהיים רוהיג און געטרינקן די ערשטע גלעזלעך גרענאש פונעם טאג, דערנאך געטראגן דאס אינגל צום מלמד, און דערנאך ארומדעדאנגען שאפן געלט, דער עולם האט זיך ב"ה ווארעם אנגערופן, און פארשטייט זיך אז ביי די גוטע ידידים איז מען געזיצן עטליכע מינוט געטרינקן א כוס לחיים און צומאל געכאפט א רקידה'לע אדער נאכגעזאגט איינער פארן אנדערען א טייטש א דבר תורה, געדאוונט מנחה ב"ה מיט א בעל תפילה וואס האט געוואלט מען זאל מיינען ער איז שיכור, דערנאך זיך געוואשן די צווייטע סעודה ביי איינעם אינדערהיים, און געגאנגען שנעל צו די שוויגער עלטערן איידער עס ווערט וחמותו בערה בו און ביי זיידע באבע ממשיך געווען די סעודה ביז אינדערנאכט אריין, און דארטן געדאוונט מעריב מיטן גאנצן עולם, דערנאך זיך אהיימגשלעפט מיט די גאנצע חברייא און אריינגעפירט יעדעם אריינגערעכנט מיך אליין אין בעט אריין, און ב"ה איך בין נישט באגאנגען קיין פארברעכן יה"ר לשנה הבאה כן.

פון די קרעטשמע מיטגלידער האב איך נאר געטראפן קרעמער ער איז דאן אהיימגעגאגנען פון ביהמ"ד ממילא האט ער נאך געהלאטן פארן כטוב לב ביין (כטוב לב איז ער אייביג אבער נאכנישט געווען ביין) געווענליך פלעג איך איהם טרעפן אויך אינמיטן טאג אדער פארנאכטס און כאפן א טענצל אויפן גאס, אבער היי יאהר האב איך איהם נישט געטראפן נאר אינדערפריה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 08, 2007 11:35 pm

WOW די גרענאש וויין זיצט דיר נאך אויף די פינגער זעה איך... וויפיל מאל האסטו געשריבן אין דעם איינעם תדובה א דלת אנשטאט א דימל?
אגב, די לשון חז"ל איז פחד קשה יין מפיגו, אבער די וועלט האט עפעס אויפגעכאפט דעם פאלשן מאמר פון יין קשה פחד מפיגו. ביי יין קשה שטייט "שינה מפחכתו".

און יישר כח פאר די אלע נוצליכע אינפארמאציע, איבעראיאר אי"ה וועלן מיר פרובירן אלע עצות...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג מארטש 09, 2007 1:46 am

און איך געדענק נישט ווען איך האב דאס לעצטע מאל געלייענט אזא לאנגע און אינהאלטספולע תגובה פון בן הרחמן.
וועלקאם בעק.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » פרייטאג מארטש 09, 2007 6:06 am

קרעמער האט געשריבן:אגב אז מ'רעדט שוין פון וויין, איך פיר זיך יעדעס יאר צו טרינקען אדער שאטאנאף, אדער עלי וועלי, (עפעס אזוי) ביידע זענען זויערע וויינען וואס טרינקט זיך גאנץ לייכט, און א צוויי דריי באטלעך דערפון אדער אביסעל ווייניגער טוט די ריכטיגע פעולה.
איך ווייס נישט פארוואס די מיינסט אז שאטאנאף איז זויער, עס האט אפשר נישט קיין ציקער אבער זויער מאן דכר שמי? האסטי שוין אמאל פארזיכט Cabernet Sauvignon אדער Merlot, אין מיין מאגען איז שאטאנאף א ביסעלע צי זיסליך אז מען זאל קענען טרינקען דערפין א סך, און אגב צוויי דריי באטלעך (פארשטייט זיך איך רעד פין די קליינע באטעליך וואס קרעמער רעדט וואו למשול שאטאנאף וואס איז נישט געניג אפי' פאר סתם א שבת וואס עס גייט געווענליך בערך איין אהאלב אזעליכע באטלעך) מאכט ביי מיר נישט די דזשאב ווייל געווענליך פאנג איך אן איינזע צייט און איך ענדיג שפעט אין די נאכט שעות, און בכדאי די וויין זאל מקיים זיין די פליכט פון ארויף גיין אין קאפ אשטאט'ס אינעם בויך אריין ברויך עס זיין אן קיין הסיח הדעת איך מיין צי זאגען אסך אויף אמאל, טאמער נישט ברענגט עס נאר קאפ וויי אבער נישט קיין אויפגעלייגטקייט עכ"פ ביי מיר.

און היצטערט פאר די רעקארד: שתיתי דעלעגרעיוו והנה טוב מאוד, אפי' עס איז נישט פין די רייכע רויטע וויינען פארלירט עס נישט דעם וויין טעם.
תקן טעות נישט קרעמער נאר פענסטער, איך ווייס נישט וואו זוי די טעות איז געשעהן איך האב נאר געדריקט צטט און אויסגעמעקט די גאנצע לאנגע דרשה און נאר געלאזט די חלק וואס איז נוגע פאר מיין תגיבה, אה איך כאפ שוין איך האב געמעקט די נישט ריכטיגע quote וטעות לעולם חוז..
לעצט פאראכטן דורך cano אום פרייטאג מארטש 09, 2007 4:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מארטש 09, 2007 10:06 am

דו ציטירסט פענסטער'ן און עס שרייבט זיך ארויף קרעמער?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג מארטש 09, 2007 11:57 am

יא סארא כיצפע, כ'שטיי און שטוין, קרעמער זאל טרונקן עלי וועלי? אבער קאנאו זייט ער שרייבט גוט, מעג ער זיך טועה זיין אמאל.

בעני, ריזיג שיין אינהאלטספול.

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » זונטאג מארטש 11, 2007 9:57 pm

דאס איז טאקע נאר שריים
http://www.tsofar.com/zofar/mashtap/show.asp?id=8388
זייער אינטערעסאנט,
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג מארטש 12, 2007 2:32 pm

גוט גוט, וואס האט עס מיט פורים?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מארטש 12, 2007 2:57 pm

ווייל דער טייטל דארט רופט זיך הרצים יצאו דחופים, גיי ווייס פארוואס.

מילא איינס לעבן דעם ווען ער ווייזט דעם הפיל פור, איז שוין יא עפעס מער צו דער זאך.

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » מאנטאג יולי 23, 2007 8:20 am

קרעמער,

דא האסטו די "מה מה מה". טאקע נישט אזוי קלאר און גוט אבער דאך בעסער ווי גארנישט.

http://***********/watch?v=u-2-JaFEYm8

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יולי 23, 2007 11:41 am

עמיצער האט זיך דא פארמישט מיט די משנכנס'ער.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » מאנטאג יולי 23, 2007 12:28 pm

דאס איז ווי ווירטואלע "באבקעס"...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יולי 23, 2007 1:14 pm

קרעזי פייערט היינט עמטליך פורים, אומגלויבליך.

איר וועט נישט גלייבן: פריער זאגט ער מיר אז די שווארצע גרעניצן ארום די קרעטשמע (וואס די פארוואלטונג האט - ווייזט אויס - ארויפגעשטעלט לכבוד ת"ב) איז גאר "קיהל"!

(ער האט זיך אפילו געוויצלט אויב וואלאנטינעס טאג וועט עס זיין פינק -- איך פארשטיי נישט דעם וויץ)

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » מאנטאג יולי 23, 2007 1:41 pm

קאם אן,

איך שפיר ווי אויף וואקאציע ממש. וואס טוען אלע אין האטעל אויב נישט מען דרייט זיך ארום מיט די שטעקשיך און מען פרעגט "ווען גייט מען שוין עסן?"...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 06, 2008 1:13 pm

איך ברענג ארויף דעם אשכול לכבוד ראש חודש אדר שני המשמש ובא (מאשקע, די סיבה פארוואס דו האסט דאס נישט געפונען אזוי גרינג, איז צו פארדאנקן קרעזי וועלכער האט אויפגעטוישט משנכנס אב מיט אדר און אריינגעשטופט זיינע תגובות דא אין סאמע אב).

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מארטש 24, 2008 1:48 pm

שיבסר אדר שני, שנת תשס"ח לפ"ק

היי יאר פורים, שחל להיות בערב שבת, האבן מיר געטרונקן יותר מלימודו, וואס איז אויסגעקומען 1 גלעזל שאטאנאף וויין, אויך נעכטן שושן פורים משולש האבן מיר געטרונקן 1 גלעזל קאנקארד וויין לכבוד דעם פורים ירושלים. שיכור זענען מיר נישט געווארן, ניכטער אויך נישט געבליבן, אזוי האבן מיר ב"ה הנאה געהאט פונעם פורים אויף אלע פראנטן.

לאמיר אבער נישט כאפן די וויין פאר די פיש, און איבערגיין בקצרה אויפן פארלאפענעם געהויבענעם טאג כפי מסת זכרוני.

דאנערשטאג נאכמיטאג האבן מיר זיך אראפגעלייגט אויף א שטונדע-צוויי, צוליב דעם וואס די אמעריקאנער גוים האבן באשלאסן פאראויסצוריקן דעם זייגער פריער ווי די פארגאנגענע יארן (פון היינט און ווייטער וועט דאס שוין זיין די נארמע, הגם ווען עס וואלט נישט געווען קיין עיבור יאר וואלטן מיר נאך געהאט עטוואס א קלענערן פורים טאג), און כדי די סעודת פורים זאל געפירט ווערן מיטן ריכטיגן גלאנץ דארף מען אכט געבן אז די אויגן זאלן נישט גלאנצן פון מיעדקייט.

היות דאס איז מיין ערשטע פורים אין בעדפארד סטייוועסענט, האב איך נישט געמאכט קיין שום פלענער פון פאראויס וואו צו דאווענען אדער וואס צו טאן ווען, ווייל איך קען דאך נישט די מנהגי המקום, און איך האב נישט געוואוסט פונקטליך דעם סקעדזשול פונעם פורים ביז א מינוט נאכדעם וואס זאכן האבן פאסירט.

איך בין ארויסגעגאנגען פון שטוב צו מנחה-קריאת ויחל-מעריב-קריאת המגילה על דעת צו דאווענען אין איין געוויסע שוהל, אבער אנקומענדיג אהין האט מען שוין יהללו'ט, און עס האט זיך מיר נישט געגלוסט צו פארפאסן א קריאת התורה, בין איך צוגעגאנגען צום אנדערן שוהל, וואו מען האט נאך געהאלטן פאר וידבר. איך האב דארט מחצית-השקל'ט כמנהג ישראל תורה, געהערט דאס ליינען, געדאווענט, און תיכף דערנאך זיך צוריקגעכאפט צום ערשטן שוהל, וואו איך האב געקלערט אז איך וועל קענען בעסער אויסהערן דאס מגילה ליינען מחמת "קלענער דער עולם גרעסער די שמחה".

אנקומענדיג אהין האב איך זיך דערזעהן אין א קלעם, די סידורים און חומשים שענק זענען געווען פארבויט מיט מחיצות פאר די נשים צדקניות וועלכע זענען געקומען אויסהערן די מגילה, עס איז געווען ממש אין די בחינה פון מי שטרח בערב מנחה יתפלל בסידור מנחה-מעריב, איך האב נישט געפונען קיין איבריג סידור'ל אין גאנצן בית המדרש צו תפילת ערבית. בלית ברירה האב איך אנגעהויבן דאווענען בעל פה, אבער ב"ה צו שמונה עשרה האב איך שוין פארשאפט עפעס א שבת'דיגן סידור'ל, און על הנסים האב איך געדענקט (ס'רוב עכ"פ) פון אויסנווייניג (מיין אינגעלע האב איך גע'פטר'ט פון דאווענען, ער דאווענט דאך קיין נאכט מעריב).

צו מגילת אסתר האב איך ארויסגענומען פונעם שיינעם טייערן לעדערנעם האלטער די שיינע טייערע פארמעטענע מגילה וואס איך האב מיר געקויפט מיט א יאר-צוויי צוריק, און דער בעל קורא האט זיך גענומען פליפן המן'ס איינס נאכן צווייטן, מען האט דערקענט אויף אים אז ער האט שוין לאנג נישט טועם געווען און דאס מאגנדל נאגט נאך עפעס... עטליכע מאל אינמיטן האב איך געדארפט שטילערהייט איבערזאגן פארשידענע ווערטער וואס האבן נישט געהעריג דערגרייכט מיינע אויערן, אדער עכ"פ מיין נערוועזיטעט. עס האט אבער נישט גענומען מער ווי א האלבע שעה און דער עולם האט אשר הניא'ט און אהיימגעגאנגען (כ'געדענק נישט דאס לעצטע מאל איך האב געדאווענט אין א שוהל וואס שטעלט נישט צו עפעס אויסצופאסטן, ניטאמאל א גלעזל פאר א קאווע, ב"ה איך וואוין נישט צו ווייט דערפון, און איך בין נישט געווען אזוי אויסגע'חלש'ט דערויף. אינעם אנדערן שוהל, וואו איך האב געדאווענט מנחה, איז געווען אנגעגרייט כיד המלך, גם זו לטובה).

אנקומענדיג אהיים אביסל נאך 9 אזייגער ביינאכט, האב איך זיך אראפגעזעצט צו א קאווע מיט אביסל מזונות, נישט וויסנדיג די ווייטערדיגע פלענער. פאראיאר האב איך איבערגעליינט די מגילה אין שטוב ביינאכט און בייטאג (נישט אז איך קען די טעמים, קוים די נקודות, אבער ההכרח האט מיר צוגעברענגט דערצו). די ישועה איז געקומען אין פארעם פון א קלאפ אין טיהר, דער שכן פון אונטן וויל בארגן די מגילה, איך נעם מיך אויס מיט אים אז די מגילה קומט מיט א פעקעדזש דיעל, ער מוז מיטנעמען מיין בני בית און זיי מוציא זיין. ער איז מסכים דערצו פולהארציג, און איך שלאג פאר צו היטן אויף זיינע קינדער (וואס ער זאגט אפ).

האב איך דאך געהאט איבריגע צייט, שפאציר איך אריין אין קרעטשמע, ליין אפ די פאר תגובה'לעך וואס זענען צוגעקומען די פריערדיגע פאר שטונדן, און לייג צו עפעס פינגער אפדרוקן, און ארום 11 אזייגער איז דער עולם שוין געשטאנען גרייט איינצופאקן די גרויסע פיש וואס דארף מיטגיין צו די סעודה ביי די עלטערן.

כ'מיין אז די סעודת ליל פורים האט זיך אנגעהויבן ארום 11:30, מען האט נישט געבענטשט בעפאר איינס אזייגער, קיין קאר סערוויס אהיימצוגיין איז נישט געווען צו באקומען פאר קיין רפואה, און מען האט זיך געמוזט פארלאזן אויף די גוטע הארץ פון א משפחה מיטגליד.

איינגעשלאפן בין איך בערך 2:30 (כ'מיין אז איך האב נאך אריינגעוואנדערט אין קרעטשמע פאר קריאת שמע שעל המיטה), און אויפגעשטאנען (כ'ווייס נישט וויאזוי, אן קיין וועקער זייגער) בערך 4 שעה דערויף.

געלאפן אין מקוה אריין, געזאגט ברכת התורה, געכאפט א קאווע, געלערנט דעם שיעור הלכה, אנגעהויבן דעם בלאט גמרא, זיך צוגעגרייט צום דאווענען, און אויף 8 אזייגער בין איך שוין אריבערגעלאפן צום דערנעבנדיגן שוהל וואו איך האב געוואוסט אז מען שטעלט זיך גאר פונקטליך. אנקומענדיג האב איך שוין געזען אז איך בין דער פערטער איד אין בית המדרש, און עס וועט נאך נעמען א וויילע ביזן דאווענען, קיין גמרא האב איך דארט נישט געפונען צוליב די אלטע מחיצה פראבלעם, אבער דער רב האט ביי זיין פלאץ געהאט א באזונדער ש"ס'ל, איך האב גענומען א גמרא מיט רשות און זיך געזעצט לערנען (פארענט האב איך שוין געהאט געזאגט בעפאר, ציטערנדיג נישט צו פארפאסן דעם מנין ח"ו) ביז 8:30 ווען דער בעל תפילה האט אנגעהויבן הודו.

היינט איז געווען א צווייטער בעל קורא, אויך איז ער נישט געווען אזוי הונגעריג ווי דעם נעכטיגן, און מען האט ב"ה געהערט יעדע ווארט קלאר און שיין, איך האב זיך ספעציעל באדאנקט פארן בעל קורא נאכן דאווענען זאגנדיג אז איך האב זייער הנאה געהאט.

ווי יעדע יאר האב איך גענומען 10 דאלער פורים ביינאכט און מקנה געווען פאר די בני בית, איך זאל דאס קענען אויסטיילן אלס מתנות לאביונים אין בית המדרש, היי יאר האב איך אויך גענומען די 2 דאלער וואס יעדע קינד האט באקומען פורים געלט פונעם זיידן און מיט זייער רשות דאס געגעבן פאר מתנות לאביונים (כ'האף אז איך האב דערמיט יוצא געווען חינוך, און נישט אז זיי זאלן דאס דארפן אליינס געבן).

דאס דאווענען שחרית פורים אינדערפרי אין בעד-סטיי האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פיל רואיגער ווי אין וויליאמסבורג. בשעת אין וויליאמסבורג פלעגט מען נישט קענען ענדיגן קיין פסוק אדער לכל הפחות קאפיטל אן קיין געלט קלייבער צו דער האנט, האב איך היי יאר נישט געהאט מער ווי 10 קלייבערס (אויסער די קינדערלעך פון בית המדרש). נאכן דאווענען האב איך איבערגעגעבן מתנות לאביונים פאר 2 צוועקן וואס איך האב אנערקענט אז דאס איז ריכטיג אביונות און ריכטיג בו ביום, און אהיימשפאצירט ארום 10:10 צו טרעפן דאס געזונדל אויפשטיין פונעם שפעטן נאכט שלאף.

די משלוח מנות האבן אנגעהויבן קומען, יעדע 5 מינוט האט א צווייטער שכן אריינגעקלאפט מיט אן אנדער סארט געשאנק, יעדער מיט זיין אייגנארטיגן געדאנק און געשמאק, פארשטייט זיך אז מען האט יעדן שיין אויפגענומען (מיט אויסלייז געלט, און א משלוח מנות בחזרה, געבנדיג פאר יעדן קינד א שאנס מקיים צו זיין די מצוה). די צייט לויפט, עס איז פרייטאג, די קינדער'ס מלמדים קען מען נאר כאפן צווישן 12 און 1 בערך, און דא האט נאך קיינער נישט געהערט די מגילה אויסער אני הקטן.

ענדליך האט דער שכן געמאלדן אז הגיע זמן קריאת המגילה, און דער גאנצער עולם האט זיך אראפגעפעקלט צו אים אין שטוב יוצא זיין די גרויסע מצוה. מען איז פארטיג געווארן ארום 12:30, עטליכע מינוט דערויף בין איך ארויסגעלאפן מיט די בנים'לעך צו די מלמדים'ס שטובער. די וועג אליין נעמט א וויילע, אבער ב"ה מען האט מיט וואס זיך אונטערצוהאלטן, מאבילס, פארשטעלטע, סעמי-שיכורים'לעך, און סתם געלט-קלאפער. דער מלמד נעמט שיין אויף די קינדער, נעמט צו די משלוח מנות מיטן ענוועלאופ און געט צוריק א שיינע נאש פעקעלע. פון דארט גייט מען ווייטער צום אנדערן מלמד, וואס איך זעלבסט האב נאך ביי אים געלערנט(!)

דער מלמד איז ארומגענומען מיט קינדער און איידימער סמוך לשלחנו, ער האלט שוין ביי די קאמפאוט, און איך האלט נאך אביסל המן-טאשן פון א שכן'ס משלוח מנות און אביסל מילך. דער מלמד'ס קול איז געווען גאר אנדערש ווי א גאנץ יאר, קענטיג אז די וויין נאך די פיש אדער אינמיטן די זופ האט געמאכט אויף אים אן ענדערונג. ער האט ערליך ערפילט זיין פליכט "נישט דערקענענדיג" די קינדערלעך איינס נאכן צווייטן, טראצדעם וואס די אומפארשטעלטע טאטעס שטייען צו די זייט און אויף די משלוח מנות שטייט מיט כתב אשורית "מאת ............."

דער מלמד געט אויך צוריק א נאש פעקל, מיט אביסל פורים געלט, און מיר זענען אויפן וועג אהיים מיט 2 קינדער וואס גייען אויף ווייעדיגע פיס פון אזויפיל שפאצירן. די ווינט האט געבושעוועט אויף תולי ארץ, ממש מען האט געקענט אוועקפליען במלוא מובן המילה, אבער תהלה לה' מען איז אנגעקומען אהיים, טאקע מיט צושויבערטע פיאות, אבער מיט איין זאך ווייניגער אויף די ליסטע "משלוח מנות פאר די רבי'ס".

איך האב זיך אראפגעלייגט צוליב עד דלא ידע (שפעטער האב איך געזען אז דאס מוז קומען נאכן טרונקן, נו, בין איך געשלאפן לכבוד שבת), עס איז נישט געווען בעפאר 2:30 ווען מיר האבן זיך דערזעהן גרייט ארויסצוגיין צו די סעודת היום. שלעפנדיג דעם גרויסן פיש מיט אלע קלענערע משלוח מנות'ן פאר די שוואגער'ס/ברודער'ס פון אלע צדדים, האבן מיר זיך אריינדערזעהן אין א קאר, און מען איז אנגעקומען צום "משפחה ומשפחה פארברענג" ארום 3 אזייגער.

געוואשן, געגעסן סעודת היום, חלה און פיש, אבער נאר גרעיפ דזשוס אויסצושווענקן צווישן פיש און פלייש, ווייל קיין זויערע וויין אן צוקער איז אויפן טיש נישט געווען. פארגעסן צו זאגן: כמנהגי בכל שנה ושנה, פיר איך זיך אנצוטאן עפעס אנדערש (פארשטעלן בל"א) בשעת די סעודה, ווי עס שטייט אין בני יששכר אז דער עיקר מנהג איז בשעת הסעודה, אבער דא איז געקומען דער שוואגער לעבן און אראפגעכאפט דעם קינדערישן שטריימל פון מיין קאפ, אויף וואס איך האב זיך ליידער אויפגערעגט, און זיך אביסל געקריגט מיט אים, ביז דער עולם האט זיך אריינגעמישט און עס איז געבליבן אויף מיר און אויף מיין קעפעלע אמן סלה (פורים קען מען באמערקן די אומגינסטיגע נטיות פון פארשידענע מענטשן ארויסקריכן אויפן האריזאנט נאך עטליכע גלעזעלעך, בכוסו בכוסו בכוסו).

אויף די פלייש האט מען געדארפט ווארטן, ווייל דאס ברענגט דער שוואגער פון מאנסי. מען ווארט און מען ווארט, מען זינגט אביסל, דער עלטערער שוואגער קומט אריבער גאר אויפגעהייטערט, די זאקן זענען אים רויט פון וויין (ער ווערטעלט זיך אויב עס איז די גרויס פון א דיים, איך זאג אים עס איז גרויס ווי דיים סעווינגס בענק), ער זאגט אז געווענליך איז וויין מועל בשליחות און גייען ארויף אנשטאט אראפ, אבער למעשה קומען זיי אים שטענדיג אן אין די פיס, אז ביז אפאר טעג נאך פורים קען ער נישט גיין געהעריג.

ענדליך קומט דער לאנג ערווארטעטער טעלעפאן רוף פונעם שוואגער אז ער געפונט זיך שוין ביים וויליאמסבורג בריק, דער עולם מאכט זיך גרייט אויף די העלזל פלייש וואס קומט אט אט אן. אינעם ריכטיגן מינוט איז דער האלבער עולם אראפגעלאפן העלפן דעם שוואגער ארויפברענגן זיין געזונדל מיט די קינדל. ווי משיח אליין האט ער געברענגט 2 פלעשער וויין, און טאקע פון די ריכטיגע סחורה: א גרויס פלעשל סאטורן, און א שמאל פלעשל שאטאנאף!

בעסער קען נישט זיין! ניין?

אבער איך האב שוין געהאט באשלאסן אז פרייטאג איז עפעס אנדערש, און מען קען זיך נישט ערלויבן צו הרג'ענען דעם גאנצן שבת צוליב די ענין פון לבסומי ממש. האב איך זיך באגעניגט מיט 1 גלעזל שאטאנאף (כמבואר לעיל בריש דברינו), וואס איז ריין יותר מלימודו, ווייל ווי איר מעגט וויסן קען איך ליידער נישט פארמעגן קיין טראפ וויין, און אפילו שבת ויו"ט פסח טרונק איך גרעיפ דזשוס אויב איך וויל נישט צושטערן מיין עונג ושמחה.

די סעודה האט זיך געענדיגט ארום 4:45, און דער גאנצער עולם האט זיך אויפגעהויבן אריבערצוגיין צום זיידן און באבן. מען שלעפט זיך מיט די ילדים און די משלוח מנות אין א באקס, עס איז געווען יענע פיקניק (אפילו א צווילינג קערידזש האט נישט געקלעקט פאר די קינדערלעך, נאכדעם וואס דער 'גרויסער' האט שוין געהאט ווייעדיגע פיס פון די פריערדיגע שפאצירונגען), אבער חסדי ה' עס איז אדורך (איינעם האט מען טאקע געדארפט האלטן אויף די הענט, און דער צווייטער אין קערידזש האט געהאלטן די משלוח מנות, נאך אלץ ביליגער און שנעלער ווי פארן מיט א קאר אויף די אנגעלייגטע וויליאמסבורגער גאסן בעצם יום הפורים).

ביים זיידן האט זיך געטאן א יאר מארק, די יערליכע שיכורים האבן נישט געטוישט זייער נארישע אויסגעשריי ביים באמערקן א פרישן פרצוף ביים טיהר, דער עלטערער פעטער האט נישט פארגעסן וויאזוי מען שעדיגט די עלטערן'ס נכסים, וויין פלעשער האבן זיך צובראכן שפריצנדיג ביזן דאך. די נשים ווישן און קוויטשן, און די אייניקלעך ווערן צוטרויטן ווי די כפרה'לעך אין הין שטייג. איך כאפ זיך ארויס צו הויך אז מען דארף אנטרינען פון דא ווי שנעלער, אבער דער זיידע האט דאס געמוזט הערן, ווייל ער קומט מיר בארוהיגן אז איך זאל קיינמאל נישט זיין אויף קיין ערגערע פלעצער. (לכבוד דעם, האבן מיר דעם גאנצן מוצאי שבת פארברענגט אויסשליסליך ביי אים אינדערהיים).

עס איז שוין געווארן 5:30, אנדערטהאלבן שעה צום זמן הדלקת הנרות (אזוי האב איך געמיינט, שפעטער האב איך באמערקט אז די זמן איז שוין געווען 5 מינוט צו זיבן, און נישט 7 אזייגער), און מען דארף נאך צוגיין צו די עלטערן און זיידע פונעם אנדערן צד. מען נעמט זיך לויפן אויף די גאסן פון שטאט, עס איז א נחת צו זעהן די פורים נאכמיטאג אטמאספערע אויסגעגאסן אויף אלעמענס געזיכטן, דער איז שיכור, דער מאכט זיך, דער איז שוין אזוי שיכור אז ער מאנעוורירט דעם טרעפיק אויף די רוישיגע בעדפארד עוועניו. איין זיסער אידל האט פונקט אנגעטראפן א דאקטער ארויסקומען פון זיין ביורא, און באבענטשט אים אז ער זאל פארלירן די פרנסה ווייל אלע אידן דארפן זיין געזונט. א צווייטער האט געקויפט (כ'האף ער האט באצאלט דערפאר) א בינטל בלומען ביי די מעקסיקאנע פרוי אויפן קארנער, און זיך גענומען דרייען דעם פעקל רויזן העכער איר קאפ אויסשרייענדיג זה חליפתי, זה ה... ילך למיתה...

דא טרעף איך שוין צום צווייטן מאל מיין פריינט (ער האט אמאל געהאט דא ניק), וועלכער איז כדרכו בכל שנה וויסט שיכור, אבער זיס שיכור. ער שטעלט אפ די גאנצע גאס מיט זיינע קולות "..... באטשי" "..... באטשי" כאילו ער וואלט געווען ביי בעריש באטשי'ס קאמפיין ראלי אויף די קול מבשר פורים אפטיילונג. שפעטער האט דאס נאכגעפאלגט מיט "יא מיר קענען" אויסשרייען מפה קדשו וואס האבן געקענט פארשטומען א פורים'דיגן געזעמל פון מענטשן וועלכע האבן זיך אלע אויסגעדרייט קוקן ווער עס האט געטראפן דעם ריכטיגן וויין.

בתוך הדברים נעמט ער ארויס פון טאש א שטעק-שיך (פאפוטש; סליפער) און סטראשעט מיר דערמיט, זאגנדיג אז דאס איז גאר זיין שווער'ס... (כ'בין נייגעריג געווען וואו די איבריגע שווער איז), און אינמיטן די נאכאנאנדיגע רעדע וואס האט געפלאסן מפיו איז ארויסגעקומען אז היי יאר האט ער כלל נישט געמעגט טרונקן, צוליב א שמחה אין די משפחה דעם שבת, און וויאזוי וועט ער קענען זיך באווייזן דעם פנים אין שוהל נאך אזא שיכרות. עס באמבערדירט מיר נאך יעצט אין אויער זיין שרייעדיגע לאזונג "היי יאר, טאר מען נישט טרונקן! היי יאר, טאר מען נישט טרונקן" אוי איז ער געווען זיסססס.

עס איז געווארן בלויז 1 שעה צום זמן, און מיר האבן געמאכט יאגעדיגע אפשטעלעכצער ביי די עלטערן און אור עלטערן, אפגעדראפט משלוח מנות און אויפגעפיקט אנדערע אנשטאט (איך האב יוצא געווען משלוח מנות מיט די פיש, אבער איין שוואגער האט מיר נערוועז געמאכט מיטן זאגן אז עס איז בלויז 1 מאכל, הגם עס איז געווען ארומגענומען מיט געשניטענע פרוכט און גרינצייג, האב איך נאכאמאל אינזין געהאט יוצא צו זיין משלוח מנות דורך שיקן פאר א ברודער).

קיין קאר איז ווידער נישט געווען צו באקומען, האבן מיר זיך ארויסגעלאזט צום ארט וואו דער שטאטישער באס פארט אדורך, רעכענענדיג אז מיר וועלן זיך ארויפדערזעהן אויפן באס און אריינשיטן די פאר דאלער קוואדערס וואס די באבע האט מיר אויפגעטוישט און אפקומען ביליג. דא קומט אבער נישט קיין אין באס צו פארן, און דער זייגער רוקט זיך אזוי שנעל אז מען הערט שוין דעם ערב שבת ניגון פון "שומרי מצותיה" אויפן הויכהילכער, איך האב מיט די האנט פרובירט אפצושטעלן קאר סערוויסעס און טעקסיס, אבער אלע זענען געווען פיל אדער פויל.

ענדליך האט איינער אויפגעהויבן דעם טרייבל אויף מיר און געשיקט א קאר, וועלכער האט גערעכנט דעם פרייז ווי א מיני-ווען (ווען ער ווייסט ווי שטארק איך דארף אים, וואלט ער געקענט בעטן א גאנצע צוואנציגער אויך), מיר זענען אנגעקומען אהיים כמעט צום צווייטן פייף (צו מזל האב איך שוין געהאט אפגעברענט די ליכט און געטאן אלע לעצטע הכנות צום שבת).

אין מקוה בין איך געגאנגען שוין נאכן זמן (זיך איבערגעטאן די וועש אין שטוב בעפאר), צו זעהן די שיכורים שלאפן צווישן העמד און הויזן אנטאן. איין בחור האט זיך פאר'דביקות'ט אין בור מיט די הענט ארויף און געשעפשעט א תפילה נאכגעפאלגט מיט א ריקוד ארויף און אראפ די טרעפ.

איינעם האב איך דארט דערמאנט אז מיט א 7-8 יאר צוריק אין א פורים המשולש האב איך אים אהיימגעפירט פון שוהל נאך קבלת שבת שיכור ווי לוט, רופט זיך אן א דריטער אז מיט 3-4 יאר צוריק האט ער געטאן דאס זעלביגע מיטן זעלבן אינגערמאן... היי יאר איז ער אבער געווען גאנץ ניכטער לעומת זה (ער האט זיך אויסגעדרוקט: נעם א גוי, פיל אים אן מיט 7-8 פלעשער וויין, און שיק אים אין מקוה..., מי כעמך ישראל!) אבער זיין בחור'ל פון 13 יאר איז יא געווען מער שאטשאט ווי נישט.

מנחה-קבלת שבת האבן מיר געדאווענט אינעם גרעסערן שוהל, ווייל מיין אינגל האט געוואלט זעהן ווי מער שיכורים. דער בעל תפילה איז גאנץ פיין געווען, אבער דער נודניק שיכור האט אים נישט געלאזט אויסלאזן, איבערשרייענדיג אים כסדר. לכה דודי איז געזינגן געווארן אויף יעדע חרוז א ניגון פון א צווייטן יו"ט אין יאר, ביי בואי בשלום איז דאס גאנצע בית המדרש ארויס אין א קרייז ווי אין רוב אידישע שוהלן.

אויפן וועג אהיים פון שוהל האט דער שכן מיינער געכאפט א הויכע רקידה אין גאס (ער וואלט דאס געטאן טעגליך ווען ער האט מיט וועמען), אבער פון דא און ווייטער איז אלעס שוין געווען צוריק צו נארמאל (כ'בין נישט ארויס פון שטוב נאך די סעודה).

ביי שלש סעודות איז ווידער געווען לעבעדיג, דער עולם האט זיך ארויסגעלאזט אין א ליהודים/תשועתם טאנץ פארן בענטשן, און היות קיינער האט זיך קענטיג נישט געיאגט, האט דאס אנגעהאלטן א וויילע.

זונטאג שושן פורים האט מען געטיילט קוואדערס פאר אלע קינדער פון שוהל וועלכע מיינען איך האב נישט באמערקט ווי זיי גייען איבער און איבער ארום די מנין, שפעטער האט מען זיך געוואשן צו א סעודה און געבענטשט אין איין שוהל, און דאן איז מען אריבער צו א צווייטע שוהל וואו מען האט אביסל מהנה געווען דעם עולם, און שוין.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג מארטש 24, 2008 2:04 pm

WOWOWOWOWOW וואט עי סטארי.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט