מיינע געפילן #2

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

מיינע געפילן #2

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג מארטש 01, 2007 5:35 pm

הושענא למענך אלקינו הושענא, הושענא למענך בוראינו... שא שא שיכור וואס דו ביסט.. ווער, נאך א גלעזל, אידן ווייל עס וועט שוין לעכטיג זיין, אוי דער רצון הבורא איז געווען אז דא אויפן פלאר זאל מען זיך דרייען, ס'וועט קיינער דאס פון מיר נישט צונעמען, זאל זיך דער ווייבער שול איבערדרייען, און זאלן די דיזשוטעל קעמרא'ס קנאקן אויף טויזענט, דאס האבן די נאציס געוואלט די עמלקים אוי אוי אוי...

זינגטס אידעלעך, אוי ווי גוט און ווי וואויל, וועט זיין בביאת הגואל, ווער עס האט זיך אין די שיטה געפירט אוי אוי, אוי ווי נעמט מען די יונגע כוחות? עס האט רביה"ק געזאגט אז די אלע מיטמאכענישן און צרות וואס כלל ישראל איז דורכגעגאנגן אין די שנות הזעמה, אינעם מלחמה וועלט דער צווייטער, האט אלעס געלוינט אבי צו קענען איינמאל ליינען די מגילה!! מוראדיגע ווערטער.

לאמיר ברידערלעך אינאיינעם זיצענדיג ביים צועפענטן גרויסן סמאקט פיש, ארומגענומען מיט קליינע טמעטעלעך באגלייט מיט פאפריקע, ווען אינמיטן סאמען טיש לעבן דעם טישל מיט האלבע דאלער'ס פאר אלע אייניקלעך, ליגן אויסגעלייגט חריין זויערע איגערקעס, פאלט אונז איין אפאר רעיונות וויאזוי האט אויסגעזען ווען די מגילה וואלט ווען היינט געשריבן געווארן, אויף אונזער סדר היום.

ס'גליסט זיך נישט צו צופאטשקענען זארעכ'נס באשרייבונג, אבער לפי ידיעתי "מוז זיין" נאך א גירסה אין די מגילה וואס זאל זיין געגאסן אויף אונזערע טעג, ס'איז דאך פארט אסתר ברוח הקודש נאמרה דאס זאגן חז"ל קלאר.

לאמיר אנהייבן פונעם ויהי בימי אחשוורוש, פירסט אף אלל, איז דאס געשריבן געווארן דורך די "עורה" ארגענעזעשען, קלאר, מ'דערקענט עס אויף די נעמען וואס זיי האבן אריינגעלייגט כרשנא שתר מרס מרסנא, כ'מיין אין וויליאמסבורג וואלט מען אזעלכע נעמען אויסגעריסן מן השורש.. ווי מיר זעהן פון די מגילה איז געווען א סעודה יעדער איז דארט געווען, יעדער, חור כרפס אפילו "אחוז" [א ניק מסתמא] אלעס איז געזיצן צוזאמען, ווי איר פארשטייט אליין האט מען זיך געמוזט צוזאמקומען ווייל ס'איז פשוט קיין גוגל טאלק אדער קאנפרענץ קאל נאכנישט געווען, איז מען געזיצן צוזאמען כאיש אחד בלב שני.. בחצר גינת ביתן אין אידיש מיינט עס אזוי ווי.. אאמאמ.. וויאזוי זאל איך עס אויסמשל'ן, אזוי ווי, יא אזוי ווי איר טראכט א קרעטשמע אינעם ווירטואלען לעבן..

פון וואס האט מען געשמועסט ביי די סעודה? שטייט נישט אין די מגילה, אבער פון די קאפיטלעך שפעטער קען מען עפעס עפעס ארויסזעהן, למשל שפעטער ווען המן איז געזיצן אינדערהיים באזאלצן און בא'פעפערט פון די גוטע סחורה וואס דער בתו היקרה האט אים באגאסן, דארט זענען געזיצן ארום אים אלע גוטע פריינט און דארט שטייט שוין ארויס עפעס מער דיטאלן, מ'האט גערעדט פון די פרייזן וואס פאלן ל"ג בעומר, פון די סטאקס, שטייט אזוי זיי האבן געשמועסט פון כי נפל תפול.. (דאס איז מיר איינגעפאלן היינט פארטאגס אין מקוה, האט איר אינאיינוועגס נאך א גוטס פון וואס צו לאכן..).

ביי די סעודה דארף איך דאך אייך נישט צו זאגן אז אונזער מאשקע איז געווען דער טיילער אינטער די שטרענגע "מרדכי" קאשער ארגעניזאציע.. יעקב אלי' איז דארט געזיצן מיט אלע געקעכצן וואס איז געווען מורא'דיג, ווי אויך איז דא צובאקומען יתרו מיט די הערינג, פארציילט מיר יענער אז דאס איז א דאנק זיין ברודער וואס ערשיינט כמעט נישטא, אבער מאכט נישט אויס, אבי'מקלעבט, אז ס'איז גוט נעמט מען.

אקעי, דא הייבט זיך אן ערנסט, להביא את ושתי המלכה, מאשקע ווערט ערנסט, די זאל שאקלט זיך פאר פחד, מ'גייט אריינברענגן וושתי, קענא שרייעט אז מ'קען הערן א פליג אדורכפליען, לויפן די חברה די שבעת סרוסים איר צו ברענגן, אוודאי האבן זיי נישט מצליח געווען, ווייל זיי זענען נישט ערוועלט געווארן געהעריג, קענען זיי נישט אויספילן זייער פליכט, באמת איז געווען וואלן, און מ'האט געשטימט פאר די אלע זיבן, אבער איינער בענעדיקט האט באפוילן נישט מער ווי: אז היי יאר איז מען נישט ארויסגעקומען מיט א קלארן געווינער - לאמיר האפן אז איבעראיאר אי"ה וועט איינער ארויסקומען מיט א לענדסלייד. קולות איז געגאנגן אבער דער פסק פון אים איז געבליבן טאקע נישט ווי ער האט געוואלט, נאר חודש סיון וועט מען עס מאכן.

ביום השביעי, ווי חז"ל דרשה'נען אז ס'איז געווען ביום שבת קודש ווען ס'ווארט איר שוין אפ דעם שטראף פון מדה כנגד מדה ווי זי האט געפייניגט די אידישע טעכטער, וויל וושתי אריינקומען אבער זי האט א פראבלעם, זי האט א טענה,"והייתם נקיים - ביי מיר איז נאך פרייטאג" שרייעט זי, מ'קען נאכנישט באשטראפן.

די סרוסים קענען זיך נישט קיין עצה געבן, עס ווערט מאראלישע דילעמא 6#, מ'נעמט זיך קוקן די ביכער פון דתי פרס ומדי וואס מ'זאל טון, די יודעי העתים טוהן זיך אן די קעצי גלעזער, און מ'הייבט אן אן ערנסטע זוך אקציע, מ'נעמט אפיר דעם דולה ומשקה ער זאל עפעס אפירברענגן פון די ארכיוון פון די מדינה.

קומט ארויף דער ממוכן מיטן איינפאל, ער רופט צוזאם אלע חברים פון יאהו און גוגל, און ער עפנט א סקר צו מ'זאל מאכן א סקר צו מ'זאל איר הענגן.

נישט ווארטענדיג אויף א תשובה, ווייל די צייט איז געווארן שפעט, און מ'דארף שוין גיין אויספאסטן, באשליסט ממוכן מ'זאל איר הענגן.

האט זיך אפגעטון א באלאגן, ווען מ'פירט איר צום תליה זאל מען יא מאכן א לאנגע לייטער אדער נישט.. קולות איז געגאנגן ווען מ'האט פארפירט אז ס'איז א גרויסע סכנה, ממוכן האט גענדיגט מיט א נצחון זיג אויף די ליפן, זאגענדיג: יעצט הענגט מען טאקע וושתי'ן ס'איז איר צייט, אבער ווען חרבונה וועט באפעלן מיר צו הענגן וויל איך נישט אראפגיין פון די העד-ליינס. איך וויל דעם גאנצן כבוד פאר מיר!

נו וואס טוט מען שרייען אלע ניקס אויפאמאל אויס, וואס קען מען טון אז ווען המן'ס נבילה וועט זיך שאקלן זאל מען נישט טראכטן פון וושתי?

מ'האט צוגעזאגט פאר אלע שרים ואחשדרפרנים אז ווער ס'וועט אויפקומען מיט עפעס וועט באקומען א הערליכן בילד פון ר' ישעי'לע קרעסטירער.

נו לאנג האט נישט געדויערט ביז איינער האט אויסגעשריגן, איך האב אן איידיע וואס העט מאכן געדענקן דעם המן'ן לדור דור, און וושתי וועט פון אפגעווישט ווערן פונעם פאליטישן מאפע.

נו וואס וואס הער מען שרייען, איך האלט מ'זאל צולייגן צו וושתי'ס קבר א ריזיגע מ.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג מארטש 01, 2007 5:45 pm

ריזיג ריזיג, יגר'ל, טויגסט !!!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
פענסטער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:03 pm

תגובהדורך פענסטער » דאנארשטאג מארטש 01, 2007 5:49 pm

אוי יגר'ל יגר'ל, דו ביסט בעסער ווי גוט!

אזוי האביך נישט געהעריג קיין צייט צו פארברענגען דא, אבער ס'האט זיך מיר געמאכט אפאר מינוט היינט, בין איך אריינגעקומען אין קרעטשמע לעזן אביסעל, און ס'האט זיך אלעס געלוינט דו ביסט געוואלדיג.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג מארטש 01, 2007 6:15 pm

אזוי גוט איז עס, אז אפילו פענסטער האט מגיב געווען. יגר, די ביסט אייזען, סטעינלעס סטיל, סטיל וואל,

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מארטש 01, 2007 6:34 pm

יאאאאאגגגגגאאאאררר.......
פליז, איך האב נאכנישט געענדיגט לאכן פון דיינע ערשטע געפילן, קומסטו שוין מיט לאכעס שניות?
כ'מיין, ווי קאן א מענטש לאכן אזויפיל?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג מארטש 01, 2007 6:41 pm

יגר'ל, געוואלדיג הערליך ועוד ועוד.

פון מיר האט מען טאקע נישט גערעדט אין די מגילה? איך קען וויינען.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג מארטש 01, 2007 8:27 pm

יגר:

איך מיין וואס ווילסטו? איך זאל דיר זאגן סתם ס'גוט, ס'הערליך, ס'מעכטיג, ס'פרעכטיג, ס'אייזן, ס'געוואלדיג, ס'מוראדיג, ס'זיס, ס'אויסטערליש, ס'ריזיג, ס'... ס'... ס'... ס'..., נו? וואס נאך? עניוועי, די אלע ס'... ס'... איז דאך נישט עפעס ספעציעל. כ'מיין דאס קריגט דאך יעדער עובר ושב אין די קרעטשמע. טא וואס זאל איך דיר זאגן? וויאזוי זאל איך דיר ארויסגעבן אין מיין שריפט מיינע געפילן נומער איינס פון דעם ארטיקל?

כ'טראכט אז כ'על זיך משתעשע בדברי תורתך, כיד הטובה עלי, און כ'על על פי דרכיך פרובירן אביסל מרחיב זיין און אויסברייטערן דיינע חי', להראות העמים והשרים יופי דבריך, ובזה אוציא ידי רשותי און דיר אפגעבן מיין דאנק פאר די פארגעניגן וואס דו האסט מיר געשאפן.

איז אזוי, לכאורה פרעגסטו דאך אן אייזענע קשיא, וואס אין די וועלט האט מען גערעדט ביי די סעודה? איך מיין נאך אלעם האט דאך די סעודה געבראכן, איינמאל פאר אלעמאל, דעם רעקארד, און עס זענען זיך דארט צונויף געקומען המספר הרב ביותר, טא וואס אין די וועלט האבן זיי גערעדט דארט?

ואם תאמר - איי וועטסט וועלן זאגן, אז מען האט אנגעהויבן רעדן און רעדן על דא ועל הא ביז עפעס האט זיך געמאכט, ווייל פון אזויפיל רעדן מאכט זיך שוין עפעס. נו, גוט, דאס איז גוט פאר איין טאג, צוויי טאג, דריי טאג, אא"וו, אבער, רבוש"ש, זיי זענען דאך געזעצן דארט טאג טעגליך, הונדערט-אכציג טאג אין איין צי, וויפיל איז דער שיעור פון רעדן? אלע טעמעס זענען שוין אויסגעדראשן געווארן, פון אלעם האט מען שוין גערעדט, ס'קריכט שוין פון די נאז לעכער, אבער די סעודה איז נאך אלס נישט פארטיג?
ואם תאמר - וועסטו וועלן זאגן, אז זונטאג האט מען גערעדט פונעם זונטאג אשכול, מאנטיג פונעם מאנטאג אשכול דינטאג פונעם דינסטאג אשכול. נו, גוט, איין וואך, צוויי וואכן, דריי וואכן, קען דאס אנהאלטן, וליתר שאת פיר וואכן, אבער נאכדעם? וואס איז געווען נאכדעם? וואס? וואס?

מוז מען דאך, בעל כרחך, זאגן אזוי ווי יגר האט שוין געזאגט - און לכאורה דער פשט קוקט מיר אויס צו זיין נישט נאר קרוב לאמת, נאר אמת ממש! - אז מאשקע מיט יעקב אלי'ן האבן לכאורה נישט געהאט דעם פראבלעם, ווייל זיי זענען דאך געווען פארנומען מיטן צושטעלן די מאכלים ומשקאות פארן עולם. ווידער טאגליכט, איז געווען אלעמאל פארנומען מיט רצי המלך וועלכע פליען אין די לופטן, איך הער, איז געווען פארנומען צו האלטן חשבון פונקטליך וויפיל כוסות יעדער האט שוין געטרונקען, צו ער דארף נאך וכדו', און טאמער האט ער געמערקט אז איינער שטייט דארט אין ווינקל אובארירט, אזוי שטרם נענו'דיג מיט די אראפגעלאזטע נאז, איז ער שנעל צוגעלאפן אים מחזק זיין, אריינווארפן א גוט ווארט. און אזוי ווייטער, יעדער לויט זיין אויפגאבע, אקוראשט ווי ביינונז אין די קרעטשמע, קיין האר אנדערש!

ברם, אבער, דער פראבלעם האט זיך נאר אנגעהויבן - ווי יגר האט דאס שוין אזוי שיין מסביר געווען - ווען ס'געקומען צו די שבעת הסריסים. אהה... דארט זיך שוין אנגעהויבן די פראבלעמען. ולולא דמסתפינא וואלט איך נאך צוגעלייגט צו יגר'ן, אז נישט נאר די וואלן האט דארט אנגעמאכט פראבלעמען, נאר אפי' די ניקים. מרס, מרסנא, ממוכן. ס'געווען וואס האבן געשריגן אז מרס איז א ברודער מרסנא און ס'געווען וואס האבן געטאנעט אז ניין! ס'דער זעלבער נאר מיט א צווייטן ניק, דאס זעלבע האט זיך אנגעהויבן מיט ממוכנ'ען, ס'געווען וואס האבן געטאנעט ס'המן און אנדערע האבן געזאגט ס'איז א צווייטער. הקיצור ס'געווען ששון ושמחה...

עכ"פ, נחזור לענינו, יגר'ס פשט קוקט מיר אויס צו זיין ברור, און איך האב צו דעם א ראי' ברורה, נישט נאר פון די מגילה נאר נישט מער און נישט ווייניגער פון אונזער אלוועלטליכער קרעטשמע. אז מ'קוקט אביסל אריין, און מ'בלעטערט אביסל, אין די דפי הקרעטשמע, זעהט מען קלאר, קילורין לענים, אז ס'ממש אקוראשט אזוי ווי ער האט געזאגט...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מארטש 01, 2007 8:32 pm

אילו לא בא יגר אלא בשביל תגובתו של זארעכ, דיינו!
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג מארטש 01, 2007 8:59 pm

יגר'ל; איך האף אז מיר וועלן זיך היינט נאכט טרעפן, ווייל איך בין דיר שולדיג א פראסק, איי מין אזוינע בויך ווייטאג צו פאראורזאכן לייך ביין אויספאסטן, יו ביסטו גוט.

זארעך; אייזן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 01, 2007 11:46 pm

פענסטער האט געשריבן:אוי יגר'ל יגר'ל, דו ביסט בעסער ווי גוט!

אזוי האביך נישט געהעריג קיין צייט צו פארברענגען דא, אבער ס'האט זיך מיר געמאכט אפאר מינוט היינט, בין איך אריינגעקומען אין קרעטשמע לעזן אביסעל, און ס'האט זיך אלעס געלוינט דו ביסט געוואלדיג.


עס איז מיר אביסל שווער צו פארשטיין וויאזוי מען קען על רגל אחת אריינשפרינגען און פארשטיין יגר'לס תגובה, איך וואלט געהאלטן אז מען מוז קענען דעם קרעטשמע אדורך און אדורך, בפרט די הוספות פון די לעצטע פאר טעג און וואכן, כדי צו פארשטיין עומק דברי ידידי ר' יגר'ל ירום הודו, דער יעצטיגער ראש הקהל, תעלא בעדניה סגיד ליה.

און א ווארט צו דיר יגר'ל: די דאזיגע טיפזיניגע תגובה איז שיין באארבעט געווארן אין דיין בליציגן מח'ל, און הערליך אראפגעשריבן געווארן צו די אמת'ע הנאה פון אלע לעזער, ועל בטנם אני הקטן וואס איך וואקל זיך שוין א וויילע פון די גאר געשמאקע וויצלעך מיט וואס די דאזיגע אשכול דיינע איז אנגעפיקעוועט. כה לחי! א פרייליכן פורים! און מיר זאלן א גאנץ יאר קענען זיין אזוי לוסטיג און לאכעדיג, און הנאה האבן איינער פונעם אנדערן'ס תגובות.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 01, 2007 11:59 pm

ולזארעך יאמר;

גוט געזאגט, יפה דברת ובעטו דברת. שיין ארויסגעברענגט די שטרם-נענו מיט די מאסן פיקעטינג'ס. תשואת חן חן לך. אבער לעצם הענין, צו פארענטפערן די מרפסין איגרא'דיגע קשיא פון יגר'לן, קאן מען אפשר זאגן אזוי - און איך בין מקדים אז וואס איך זאג איז נאר בדרך אפשר, און בלתי מוגה, און כמה פעמים קען זיין זאכן שלא בשם אומרם, און אפילו דארט ווי איך זאג יא א נאמען פון א צדיק, קען זיין אז עטליכע צדיקים האבן געזאגט דאס זעלביגע, אדער בשינוי לשון קצת, עס איז אבער שווער זיך מצמצם צו זיין און זאגן פונקטליך אלעס בשם אומרם, בפרט אין אזא געהויבענע צייט צווישן תענית אסתר און פורים, בפרט ווען מען רעדט פאר א רבים (כ'האף איינער וועט כאפן דעם עסק דא) - מיר ווייסן דאך, עס איז באקאנט, עס ווערט געברענגט פון פארשידענע, אז אלע טעכנאלאגיע פון די היינטיגע וועלט, אלעס אלעס, אריינגערעכנט עראפלאנען און סעליולער טעלעפאנען, דאס אלעס איז שוין געווען מיט טויזנטער יארן צוריק אויך אויף דער וועלט, מען זעט דאס פון שלמה המלך'ס אדלער, מאנכע טייטשן מיט דעם "יפרח באויר" וואס שטייט סוף כתובות, אז דאס מיינט אן העליקאפטער, זעה אין שו"ת מנחת אלעזר לגבי א פאנאגראף און אנדערע מכשירים, אז אין כל חדש תחת השמש, אלעס איז שוין אמאל אויך געווען, נאר מען האט דאס מיט די צייט פארגעסן, און די היינטיגע חכמים מיינען אז זיי האבן אנטדעקט אמעריקע.

מיט די הקדמה וועט שוין אביסל פארענטפערט ווערן די הארבע קשיא "וואס האט מען געטאן 180 טעג ביי סעודת אחשורוש" - בהקדם, איך וועל אביסל שווערער מאכן די קשיא, ווייל קיין מוזיק איז דאך דארטן נישט געווען (ווי עס באקאנט די קשיא פון די ראשונים, און די תירוצים זענען פארשידענארטיג ואכמ"ל), נו, צי וועלכן טאקט האט "צייטליך" זיך געפאטשט אין בייכל? און צי וועמען'ס טאן איז "מאשקע" געשפרינגן? וואס האט "אבי-מ'לעבט" געהאט פונעם גרויסן סטעריאו ביי די אויערן אז עס איז ארויסגעקומען פון דארט ווייסע לייליכער (כ'מיין שמאטעס) אבער קיין מוזיק? און וואס האט קרעמער דארט געטאן אנעם פידעלע? - אבער וויבאלד מיר האבן דאך שוין אראפגעשטעלט א געוואלדיגן יסוד אז אלעס וואס איז היינט דא, איז שוין געווען אין דער אלטער אמאל אויכעד, קען מען זאגען אז אין חצר גינת ביתן המלך איז געווען איינגעשטעלט אזא "ווייפיי" נעטווארק!

יעעעעעעעעעצט שטימט שוין כמעט אלעס... די וואס האבן מיטגעברענגט די אייגענע לעפטאפ'ס, האבן זיך פארבינדן צום קרעטשמע און געשריבן תגובות רעכטס און לינקס, ווידער די אנדערע, וועלכע האבן נישט פארמאגט קיין אייגענע צוליב געוויסע סיבות, האבן ביינאכט, ווען יעדער איז געשלאפן, זיך אריינגעכאפט צו זייערע אפיסעס און פארגעסן פון די וועלט, בבחינת נאכט וועכטער. איז דאך שוין כלל נישט שווער "וואס האט מען דארט גערעדט", גערעדט? געשריבן/געטייפט/געקלאפט/געשמירט/פון קיעבארד צום מאניטער, דאס איז עס געווען, עס האט גארנישט מיט רעדן איינגעלייגט! איר הערט? ניין איך ליין!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג מארטש 02, 2007 12:07 am

אוי, א תגובה פון קרעמער פארלירט קיינמאל נישט איר חן. קרעמער בלייבט קרעמער. יעדעס ווארט איז דאך מתוק מדבש.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג מארטש 02, 2007 12:11 am

קרעמער, מיר כאפן מיר כאפן דעם עסק, זייער שיין.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג מארטש 02, 2007 11:34 am

אן אשכול מיט דריי מעכטיגע תגובות, אוי וויזוי האביך זיך גמעגט ראולען ביינאכט אין בעט, פאר'ן לעזן אטע די תגובות.

יישר כוח
יישר כוח
יישר כוח

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » פרייטאג מארטש 02, 2007 11:37 am

סאכדעס איך ווייס טאקע נישט , נאך מער ווייס איך נישט , וויזוי נאכדעם יא?
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג מארטש 02, 2007 11:39 am

נאכדעם העט איך זעך ווען געראוילט פאר געלעכטער.

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » פרייטאג מארטש 02, 2007 11:48 am

האסט טעך זעח גערוילט פאר געלעכטער אזוי אויך ניין?
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג מארטש 02, 2007 12:05 pm

ניין.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט