א פרויען אפטיילונג אין די הצלה ?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4452
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 2:57 pm

עכט ווילן זיי אויך זיין הצלה מעמבערס, אבער אז מ'נעמט זיי נישט אריין מאכט מען אן אייגענע..

קענסט פרעגן די זעלבע קשיא אויף צוריק אויך, מיינט טאקע הצלה וואס זיי זאגן אדער עס שמעקט זיי נישט אז עס איז דא קאמפאטישאן..
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 3:00 pm

טעם וריח האט געשריבן:קודם כל זיי שרייבן רבנים (אפענע און אנאנימע) וואס שטיצן דאס. צווייטענס פארוואס זאל הצלה נישט האבן אייגענע פרויען וואלענטירן וואס זאלן מיטארבעטן ווען עס פעלט אויס? (אני לעצמי האב געמוזט ניצן הצלה פארגאנגענע יו"ט פאר די עזרת נשים און עס איז נישט געווען באטעמ'ט מילד גערעדט).

זייער נישט באטעמ'ט אבער נאך א לעבן געראטעוועט ב''ה.

דו ווייסט וואס מיינט 8 מינוט ריספאנד ווען 2 לעבנס הענגן אויף א האר?
פאר דער וואס איז עס שוין דורך פארשטייט זייער גוט, ופשוט הוא.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 3:03 pm

פליגל האט געשריבן:עכט ווילן זיי אויך זיין הצלה מעמבערס, אבער אז מ'נעמט זיי נישט אריין מאכט מען אן אייגענע..

קענסט פרעגן די זעלבע קשיא אויף צוריק אויך, מיינט טאקע הצלה וואס זיי זאגן אדער עס שמעקט זיי נישט אז עס איז דא קאמפאטישאן..

ליצנות אין א זייט געלייגט. דו קענסט זעהן אז א פרוי זאל במציאות קענען ריספאנדן אזוי שנעל ווי א מאן?
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 3:05 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:עכט ווילן זיי אויך זיין הצלה מעמבערס, אבער אז מ'נעמט זיי נישט אריין מאכט מען אן אייגענע..

קענסט פרעגן די זעלבע קשיא אויף צוריק אויך, מיינט טאקע הצלה וואס זיי זאגן אדער עס שמעקט זיי נישט אז עס איז דא קאמפאטישאן..

ליצנות אין א זייט געלייגט. דו קענסט זעהן אז א פרוי זאל במציאות קענען ריספאנדן אזוי שנעל ווי א מאן?

ווי לאנג זי באשליסט וועלכע קלייד אנצוטון קען שוין יענער אויסגיין....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4452
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 3:07 pm

זיכער אז נישט, קיין ספק. הצלה זאגט נישט דא קיין ליגענט מיט דעם פרט.. די פראגע איז אויב "דאס" איז וואס באדערט זיי "באמת". דעציט.

אנטשולדיקט, נישט גוט אויסגעדריקט (מיין פערזענליכע מיינטנג האב'ך נישט געזאגט דערווייל) , פרעג צוריק די זעלבע פראגע איבער זיי, מיינען זיי (ביידע) טאקע לשם שמים אדער דאס איז נאר וואס זיי זאגן.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4452
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 3:08 pm

מי יודע האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:עכט ווילן זיי אויך זיין הצלה מעמבערס, אבער אז מ'נעמט זיי נישט אריין מאכט מען אן אייגענע..

קענסט פרעגן די זעלבע קשיא אויף צוריק אויך, מיינט טאקע הצלה וואס זיי זאגן אדער עס שמעקט זיי נישט אז עס איז דא קאמפאטישאן..

ליצנות אין א זייט געלייגט. דו קענסט זעהן אז א פרוי זאל במציאות קענען ריספאנדן אזוי שנעל ווי א מאן?

ווי לאנג זי באשליסט וועלכע קלייד אנצוטון קען שוין יענער אויסגיין....

אויך ליצנות.. מ'רעדט ווען זיי זענען אין אמבולאנס גרייט אן-דוטי.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 3:15 pm

פליגל האט געשריבן:זיכער אז נישט, קיין ספק. הצלה זאגט נישט דא קיין ליגענט מיט דעם פרט.. די פראגע איז אויב "דאס" איז וואס באדערט זיי "באמת". דעציט.

אנטשולדיקט, נישט גוט אויסגעדריקט (מיין פערזענליכע מיינטנג האב'ך נישט געזאגט דערווייל) , פרעג צוריק די זעלבע פראגע איבער זיי, מיינען זיי (ביידע) טאקע לשם שמים אדער דאס איז נאר וואס זיי זאגן.

ביידע האבן זיכער נגיעות אבער שווער צי זאגן אז דשאדש פרייער מיינט עס בכלל אביסל אמתדיג.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 3:24 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:עכט ווילן זיי אויך זיין הצלה מעמבערס, אבער אז מ'נעמט זיי נישט אריין מאכט מען אן אייגענע..

קענסט פרעגן די זעלבע קשיא אויף צוריק אויך, מיינט טאקע הצלה וואס זיי זאגן אדער עס שמעקט זיי נישט אז עס איז דא קאמפאטישאן..

ליצנות אין א זייט געלייגט. דו קענסט זעהן אז א פרוי זאל במציאות קענען ריספאנדן אזוי שנעל ווי א מאן?

ווען מען ארבעט ווען צוזאמען, שיקט מען ווען קודם א פירסט ריספאנדער, און דערנאך רופט מען פאר די ספעציפישע אפטיילונג.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21982
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 3:26 pm

כ'פארשטיי נישט די הוה אמינא בכלל, אפילו נאר דאס מינדעסטע פארלעננגערטע רעספאנס האט נישט קיין היתר להלכה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 3:27 pm

שרייבט מיר איינער פריער אין אישי
איך קען עס נישט שרייבן אין פאבליק, אבער אזוי ווי איך האב שוין געהאט א קינד אידערהיים ב''ה דורך הצלה פאראמעדיק וואס איז אנגעקימען אימיטן די נאכט אינטער 2 מינוט, מיט א האלבע קראקס האלב שיך, איין פיאות ארויף איינס אראפ, ווערסעס א פרוי ווי דו זאגסט ווילאנג עס נעמט צי טשוסען א קלייד, אפילו סיז נישט געווען באטעמט אבער דאך געראטעוועט 2 לעבנס.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
Borough Park
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 4:22 pm

יקר מציאות האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:אין לאנדאן לויפן שוין פרויען איבער 30 יאהר

ווי אין לאנדאן...?

און סקווירא אויך
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 4:26 pm

Borough Park האט געשריבן:
יקר מציאות האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:אין לאנדאן לויפן שוין פרויען איבער 30 יאהר

ווי אין לאנדאן...?

און סקווירא אויך

אין סקווירא קומען מענער, און אויב הצלה זעט אז עס איז שייך רופן זיי פרויען.
לעצט פאראכטן דורך לעגאו מענטשעלע אום מאנטאג נובעמבער 04, 2019 4:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווייל ער איז א דרשו איד!

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 4:27 pm

farshlufen האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט די הוה אמינא בכלל, אפילו נאר דאס מינדעסטע פארלעננגערטע רעספאנס האט נישט קיין היתר להלכה.



אין די לינק טענה׳ט זי אז וועגן דעם דארף זי ווערן געהעריג אנערקענט אז זי זאל קענען אנקומען שנעלער

פארשטייט זיך אז צוליב די אומבאקוועמליכקייט זאל מען מתיר זיין די ׳כל כבודה׳ איז א שאלה פאר זיך
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
Borough Park
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 4:28 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
Borough Park האט געשריבן:
יקר מציאות האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:אין לאנדאן לויפן שוין פרויען איבער 30 יאהר

ווי אין לאנדאן...?

און סקווירא אויך

אין סקווירא קומען מענער, און אויב הצלה זעט אז עס איז שייך צו ווארטן רופן זיי פרויען.
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4452
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 4:35 pm

farshlufen האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט די הוה אמינא בכלל, אפילו נאר דאס מינדעסטע פארלעננגערטע רעספאנס האט נישט קיין היתר להלכה.

ווער האט נישט דעם היתר? דער מציל אדער דער שואל?
דער מציל מעג פרובירן און דער שואל ברויך טאהן וואס מען ברויך טאהן.. פארדעם מעגן זיי נאכניש עקזיסטירן?
נאט אייך א גרינע...


א גאנץ יאר פרייליך
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 4:56 pm

מי יודע האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:עכט ווילן זיי אויך זיין הצלה מעמבערס, אבער אז מ'נעמט זיי נישט אריין מאכט מען אן אייגענע..

קענסט פרעגן די זעלבע קשיא אויף צוריק אויך, מיינט טאקע הצלה וואס זיי זאגן אדער עס שמעקט זיי נישט אז עס איז דא קאמפאטישאן..

ליצנות אין א זייט געלייגט. דו קענסט זעהן אז א פרוי זאל במציאות קענען ריספאנדן אזוי שנעל ווי א מאן?

ווי לאנג זי באשליסט וועלכע קלייד אנצוטון קען שוין יענער אויסגיין....


;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 6:24 pm

farshlufen האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט די הוה אמינא בכלל, אפילו נאר דאס מינדעסטע פארלעננגערטע רעספאנס האט נישט קיין היתר להלכה.


לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אין סקווירא קומען מענער, און אויב הצלה זעט אז עס איז שייך רופן זיי פרויען.


דאס האב איך געמיינט צו זאגן אז קודם קען מען שיקן מענער וואס קענען שנעלער ריספאנדען און אויב שייך זאלן זיי איבערגעבען פאר די נשים אפטיילונג
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 7:03 pm

בקיצור, וואס גייט אן פאר הצלה אז זיי באקומען אן אמבולאנס?
אויב קומען זיי אן זעקס מינוט שפעטער ווי הצלה וועט דאך קיין איין נארמאלע מענטש סייווי נישט ווארטן פאר זיי?

בעיקר שטערט מיר עס, ווייל ביז אפאר טעג גייט זיין צושמירט אין די צייטונגען אז מיר אונטערדריקן פרויען ַ

יקר מציאות
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 3:02 pm

תגובהדורך יקר מציאות » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 7:06 pm

הרב_שלום האט געשריבן:
יקר מציאות האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:אין לאנדאן לויפן שוין פרויען איבער 30 יאהר

ווי אין לאנדאן...?

Stamford Hill

וויזוי קען זיין איך ווייס נישט דערפון? עס גייט נאך אן?

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3131
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 7:16 pm

ס'איז דא געוויסע פעלער וואס הצלה יונגעלייט טאנצן אוועק פון שרעק ל"ע. ביי די נשים קען עס זיין אסאך ערגער און זיי קענען נעמען יאנטשי שריט...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

עושר וכבוד
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 7:33 pm

שאינו יודע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט די הוה אמינא בכלל, אפילו נאר דאס מינדעסטע פארלעננגערטע רעספאנס האט נישט קיין היתר להלכה.



אין די לינק טענה׳ט זי אז וועגן דעם דארף זי ווערן געהעריג אנערקענט אז זי זאל קענען אנקומען שנעלער

פארשטייט זיך אז צוליב די אומבאקוועמליכקייט זאל מען מתיר זיין די ׳כל כבודה׳ איז א שאלה פאר זיך

ס'איז אויך א שאלה פאר זיך אויב מ'מעג נוצן א מאן ווען ס'איז דא פרויען וואס קענען די זעלבע. אין הלכה ווערט גע'פסק'נט אז מ'זאל ענדערש נעמען א פרוי אויב ס'מעגליך, חוץ ביי פיקוח נפש איז נישט קיין חילוק נאר ווער ס'קומט שנעלער.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
קאטטשקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

תגובהדורך קאטטשקעלע » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 8:00 pm

אחת ואחת האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט די הוה אמינא בכלל, אפילו נאר דאס מינדעסטע פארלעננגערטע רעספאנס האט נישט קיין היתר להלכה.


לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אין סקווירא קומען מענער, און אויב הצלה זעט אז עס איז שייך רופן זיי פרויען.


דאס האב איך געמיינט צו זאגן אז קודם קען מען שיקן מענער וואס קענען שנעלער ריספאנדען און אויב שייך זאלן זיי איבערגעבען פאר די נשים אפטיילונג

איך בין נישט קיין דיין אבער עס איז נישט זיכער אז עס איז אויסגעהאטן להלכה עיין בשו"ע סימן שכ"ח וועגן ניצן א גוי
לעצט פאראכטן דורך קאטטשקעלע אום מאנטאג נובעמבער 04, 2019 8:28 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אויב וויל איר זיך אויפסיינען אויף איבעיט גייטדא
איך האב שוין געמאכט הונדערטערס

ערליכער
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 8:06 pm

די נושא איז באמת נישט הלכה דא , איר עכטע ציל דערמיט האט גארנישט מיט הלכה אדער אידישקייט , סאיז נאר וואס זי שרייט קאזעק הנגזול , און וועגן דעם אפילו איך בין געווענליך נישט קיין עקסטרעמיסט מיט די ענינים , אבער ווען איינער זיכט צו פייטען רבנים און די האסידים כלשונה , דארף מען דאס אויסקעמפען בכל התוקף , ווען א פערזענליכע מענטש מאכט אפ צו פייטען אונזער סיסטעם , שטינקט עס פון קאפ ארויס און וועגן דעם איז קיין איינער נישט מיט איר אויסער נאך אפאר פרויען מעמבערס מיט די זעלבע מטרה

די גאנצע נושא איז באמת אירעלאוואנט ווער עס קען איר אביסעל און געליינט וועגן איר אדער געהערט אירע דרשות און שיטות

היינט איז איר שליסעל צו פייטען האסידים מיט עזרת נשים מארגן מיט עפעס אנדערש , ווער עס קען איר עבר ווייסט פונקטליך וויפעל פאריעקטן זי האט שוין געטרייט אויף איר אייגענע האנט צו פייטען די נידריגע האסידים כלשונה.

עס איז זייער מעגליך אז די פוינט וואס זי נוצט איז אמת און מען ברויך עס אויסארבעטען , אבער היות מען ווייסט איר עכטע שפיל , האט זי נישט קיינעם מיט איר אויף איר זייט

דאכט זיך אז וויליאמסבורג חברה הצלה האט נאך יארן צוריק געהאט חיה שרה פראנצאז מיט נאך פרויען אלס הצלה מעמבערס טאקע פאר בעקאפ ,אבער עס ארבעט נישט רוב מאל זיי צו גיין אויפפיקן ,הגם עזרת נשים מעמבערס דרייווען אלע פרויען, און איך גלייב אז חברה הצלה א געמיש מיט פרויען מעמבערס איז א רעסעפי פאר דיזעסטער.. , די שאלה איז באמת די נומבערס וויפעל העלפט טאקע די פרויען מעמבערס אין שיכון סקווירא ,אדער איז עס מער פאר די לכתחילה און די גוטע מחשבה

עושר וכבוד
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 8:18 pm

ערליכער האט געשריבן:די נושא איז באמת נישט הלכה דא , איר עכטע ציל דערמיט האט גארנישט מיט הלכה אדער אידישקייט , סאיז נאר וואס זי שרייט קאזעק הנגזול , און וועגן דעם אפילו איך בין געווענליך נישט קיין עקסטרעמיסט מיט די ענינים , אבער ווען איינער זיכט צו פייטען רבנים און די האסידים כלשונה , דארף מען דאס אויסקעמפען בכל התוקף , ווען א פערזענליכע מענטש מאכט אפ צו פייטען אונזער סיסטעם , שטינקט עס פון קאפ ארויס און וועגן דעם איז קיין איינער נישט מיט איר אויסער נאך אפאר פרויען מעמבערס מיט די זעלבע מטרה

די גאנצע נושא איז באמת איררעלאוואנט ווער עס קען איר אביסעל און געליינט וועגן איר אדער געהערט אירע דרשות און שיטות

היינט איז איר שליסעל צו פייטען האסידים מיט עזרת נשים מארגן מיט עפעס אנדערש , ווער עס קען איר עבר ווייסט פונקטליך וויםעל פאריעקטן זי האט שוין געטרייט אויף איר אייגענע האנט צו פייטען די נידריגע האסידים כלשונה.

אבי געמאלן וואסער. זי קעמפט פאר איר ארגאניזאציע פונקט ווי הצלה קעמפט קעגן איר. זי האט אסאך רבנים וואס שטיצן איר און זי באלאנגט אין א קהילה, פון די גרעסטע קהילות אין שטאט.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 8:30 pm

קאטטשקעלע האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט די הוה אמינא בכלל, אפילו נאר דאס מינדעסטע פארלעננגערטע רעספאנס האט נישט קיין היתר להלכה.


לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אין סקווירא קומען מענער, און אויב הצלה זעט אז עס איז שייך רופן זיי פרויען.


דאס האב איך געמיינט צו זאגן אז קודם קען מען שיקן מענער וואס קענען שנעלער ריספאנדען און אויב שייך זאלן זיי איבערגעבען פאר די נשים אפטיילונג

איך בין נישט קיין דיין אבער עס איז זיכער אז איז אויסגעהאטן להלכה


דאכט זיך מיר אז אין סקווירא, ביי יעדע קאלל וואס מען קען נוצן א פרוי, גייען טאקע די מענער אויף די קאלל, אבער איין מעמבער גייט אויפפיקן איינע פון די פרויען מעמבערס.

נעם אין באטראכט אז דא אין בארא פארק, קענען די פרויען פון עזרת נשים אליינס דרייווען.

איך זעה נישט פארוואס הצלה קען נישט מיטארבעטן מיט זיי, איך ווייס נישט וועגן הלכה, אבער איך מיין אז פאר רוב פרויען וועט זיין באקוועמער צו ווערן באהאנדלט דורך א פרוי. מען דארף זיי נישט שיקן צו יעדע קאל, אבער הצלה קען מאכן א סיסטעם אז דארט ווי עס איז נישט ממש פיקוח נפש זאלן די פרויען אויך קומען.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט