תגובהדורך פרנקל » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 9:00 pm
מורי ורבותי, אחי ורעי היקרים, שאלת חכם היקר.
גם אני בחלומי בין שוין געוועהן דא אויף דעם )איי(וועלט אין א פריערדיגן גלגול, איך האב געשמאק פארברענגט געשמועסט און געלערנט פארשידענע אינטערעסאנטע עניינים, חכמת החיים, ערפארונג און שרייבן
איך האב שטארק געשעפט און זייער געגליכן דאס פלאץ, איך האב געשאפן א וועלט מיט געשמאקע יונגעלייט חבירים בני גילי וערכי, און אזוי געזיצן על מי מנוחות.....ביז
ביז, איך ווייס נישט וויזוי אייך דאס אראפצולייגן, וויזוי דאס ארויסצוברענגען, איך מיין אז איינער וואס מאכט דאס נישט מיט קען דאס נישט פארשטיין, דאס איז אבער דאס ביטערע מציאות, עס קומט פאר מעשים אשר לא יעשו טאג טעגליך.
איין טאג קריג איך א ידיעה אז א כלי חמישי ווייסט שוין איבער א האלב יאר ווער עס באהאלט זיך אונטער מיין ניק, און מאניטארט פונקטליך יעדעס טריט וואס איך שטעל....באמבע
די אטאם באמבע-א גרופע ניקים וואס באדערט נישט זייער גילוי ארבייטן גאר שווער-און זענען מצליח ליידער, מגלה. צו זיין וואס מער ניקס, מיין חשבון אז אזוי ארום וועט זיין א ניק א פארמערטע צאל נארמאלע מענטשן און ממילא וועלן זיי נישט זיין קיינע יחידישע לוזערס.....די דאזיגע געדאנקן-גאנג איז א באקאנטע מהלך פון מענטשן וואס זענען אין א פראבלעם וואס וועלן זוכן צו פארוואנדלען זייער מצב אלס צרת רבים און אזוי עס מאכן פאר א חצי נחמה. פינטעלע
ווי נאריש דאס זאל זיך הערן, נאך פיל נארישער איז עס ווען עס ווערט פאקטיש אויסגעפירט און עס העלפט זיי גארנישט.....מאכן דעם לאך גרעסער זונקט דאס גאנצע שיף, שטעלן א לייטער אויף יענעםס רוקן ארבעט נאר אויב יענער האלט ביים בלייבן פארבויגן
האב איך אפגעיאגט פון דא, שרייען. דאך אלע שאלת חכם מאך א נייע ניק, מיין תשובה צו דעם איז געוועהן, מיט אזוינע פערד, מיט אזוינע מדות מוזהבות וויל איך נישט זיין אונטער איין דאך, אויב אין פלאץ קען נישט הערשן דאס מינדעסטע מענטשליך רעספעקט איינער צום אנדערן איז א שאד אריינצוקומען
און די פראבלעם איז נישט זאגן פארן שווער, די פראבלעם איז דאס ווילן אליינס וויסן-איך וויל פשוט פאר מיר וויסן- סתם פאר נייגער-ווער איז מיין מיטשמועסער- איך גיי קיינעם נישט זאגן.......רבונו של עולם דו ביזט דאך אויך איינער פון וועם איך באהאלט זיך......פארוואס קענסטו מיך נישט ענדשויען אלס פרנקל פארוואס מוזטו וויסן אז איך בין עכט קרעכצעלע.......תיקו תיקו תיקו
ביזט א נייגעריגער, ווער געוואיר וואס די תרגום טייטשט אויף השקיפה. אבער נישט פרנקלס איידענטיטעט .....און עס איז נישטא צו וועם צו רעדן......
פרעג איך אייך איז נישט געשמאקער צו שמועסן אן פנימער? מיטן פנים האסטו דאך מיר אין שול אדער אין מקוה....פאר א סיבה וויל איך אין שול מיט דיר נישט רעדן, איז פרוביר דא אונטער א פארהאנג וועל איך נישט זעהן דיין לאנגן נאז וועל איך מיט דיר יא פארטוישן א ווארט, מוזטו מיר דא אויך דעם נאז באווייזן, ווי איז שכל,לאגיק ?? פלא
איז כשאלת ועוד לקרא בין איך דא במחתרת ארויסצושרייען מיין ווייטאג מיט אים.....
איצט פרובירטס אלע צוזאמצושטעלן פון וועלכן ניק איך קום !!! עס איז פשוט וויכטיג פארן פאזעל