כך מקבל שכר על הפרישה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

כך מקבל שכר על הפרישה

תגובהדורך שאלת_חכם » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 5:46 pm

א גוט יאר אלע טייערע חברים

די לעצטע שטיק צייט האט איינער, אן אזויגערופענער חבר מיינער, מיך אנגעפאנגען נאכלויפן און פרובירט געוואר צו ווערן וואס מיין ניק איז, ער האט געשיקט אימעילס און מיך משוגע געמאכט, למעשה פאריגע וואך האטער אויסגעפונען וואס מיין ניק איז און איז געווען פריילעך ביז גאר,

דאס איז מיך נישט צו שטארק אנגעגאנגען, זאלער וויסן, אבער די זאך האצעך געטוישט צוויי טאג צוריק ווען ער האט געטראפן מיין שווער און אזוי זיסערהייט דערציילט אז ער קען מיך גוט, פרעגט אים מיין שווער פון ווי, זאגט ער וואס הייסט פון אידישע וועלט, מיין שווער וואס האט געלערענט אין סענדס סטריט און נאך קיינמאל נישט אנגעקוקט קיין קאמפיוטער נאר פון די פארקערטע זייט פרעגט אים וואס הייסט, זאגט ער וואס הייסט סיז א וועבסייט אויף די אינטערנעט,

מער האט נישט אויסגעפעלט, מיין שווער האט געמיינט אז ער פאלט אראפ, זיין איידעם גייט איין טאג אויסקוקן אזויווי די חי' אויף די אדווערטייזמענטס, ער האט גלייך אנגעקאלט זיין רב איבערשמועסן וואס מטוט מיטן איידעם וואס איז פארכאפט געווארן נעבעך, ער האט ממש געוואלט 12 שורות, דער רב האט מיך נעכטן געקאלט און כאב אים מסביר געווען וואס דאס איז, אבער פאר מיין שווער איז אביסל שווער צו פארשטיין ווייל ווי געזאגט קען ער נישט קיין קאמפיוטער נאר פון די עדס אויפן וואנט אין שוהל,

למעשה איז געבליבן אז איך וועל מוזן אויפהערן צו שרייבן דא און איך וויל בעטן אויב כאב איינעם געטשעפעט זאלער מוחל זיין ווייל סיז זיכער נישט געווען בכוונה, איך האף מיך צוריק צו טרעפן מיט ענק ביי די סעודות עורו של לויתן איך בין זיכער עס וועט זיין דארט א טישל פאר אלע שרייבערס דא וואס דרייען זיך נישט אויפן געוועב און העלפן אויפהאלטן אזא ריינע מקום און העלפן ארויס איינער דעם צווייטן שלא על מנת לקבל פרס בכלל אלא לקבל שקויעך ב'גאלדענע מידות' אשכול... און א עקסטערע יישר כח פאר די מנהלים דא פארן צושטעלן אזא שיינעם מקום,

יעצט מיין חבר וואס איז געגאנגען צו מיין שווער, דו זאלסט וויסן איך בין דיר נישט מוחל בזה ובבא פאר די צער און שברי לב וואס דו האסט אנגעווערטשאפט, איך ווייס אז דו ליינסט עס און דו גייסט מיך יעצט רופן אבער איך וויל דיך מער נישט קענען און זיי מוחל מעק אויס מיין טעלעפאן נומער, און זאלסט וויסן אז יעדעס מאל איך גיי קוקן יו טוב אדער ליינען היידפארק אדער אנדערע לשון הרע סייטס וועט עס גיין אויף דיין חשבון און אויף דיר קעמען זאגן בפה מלא ארור מכה רעהו בסתר און איך בעט אז סזאל זיין ואמר כל העם אמן

הכותב וחותם בצער ובדממה

....... בעל הניק שאלת חכם

(פארוואס זאג איך עס אייך? וויל איך וויל איר זאלט וויסן וואסערע תוצאות עס קען ארויסקומען פון רעדן איבריג)
שאלת חכם חצי נחמה

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7046
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 5:48 pm

אוי וויי
נאך א קרבן פון גילוי
האמיר דא גילוי... און שפיכות דמים

רחמנא ליצלן

ההוא עתיד ליתן את הדין (חוץ אויב שאלת חכם גייט לכבוד דעם לערנען א בלאט גמרא מער)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 5:49 pm

ר''ל

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 5:49 pm

שומו שמים...

כאנישט געוואוס ס׳דרייען זיך דא אזוינע אייזלן.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7046
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 5:49 pm

שאלת
איין ביטע, א לעצטע בקשה

פאר די גייסט פון דא שרייב כאטש דיין טויזנטסטע תגובה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11617
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 5:50 pm

סהאט עפעס מיטן שר האלף?
מי יודע האקט

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 5:50 pm

נאופ, קענסט עס נישט טאן פאר אונז, אפשר איז טוישן ניק א אפשען? זאל יענער שגץ נאכאמאל מוזן אנהויבן זיין שמוציגע ארבעט?

----
דער עולם האקט, ס'איז א צרת רבים.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10799
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 5:51 pm

אויטש....... איך פיל דיין ווייטאג שאלת_חכם, אבער בבקשה מנך, פארוואס דארפט איר אנטלויפן פון דא? מאך דיר א נייע ניק און א וואך צוויי ארום, און הייב אן פון פריש, אבער גיב אכט צו שרייבן כאילו ביזט פון רוסלאנד.... עכ"פ ביטע לויף נישט צו די טמא'נע סייט'ס, בלייב כאטש קוקן וואס מען שרייבט דא, מיינסט דיין שווער וועט אמאל אריינפאלן צו דיר נאכקוקן ווי די ביזט?

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 5:55 pm

עצות דארפן קומן אין אישי
דער שווער זאל נישט זעהן אז סאיז פישי...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1712
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

צוויי טראגעדיעס אין איין טאג

תגובהדורך שמן למאור » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 5:58 pm

וואסידאס צוויי טראגעדיעס און איין טאג, 'שאלת_חכם' צוזאמען מיט 'יגעתי' און איין טאג, שומו שמים........ שאקעלט אויף אלע איי'וועלטן

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 6:10 pm

יגעתי, לויט ווי איך פארשטיי איז ב"ה נישט קיין טראגעדיע
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 6:13 pm

ועשיתם לו כאשר זמם לעשות לאחיו איז אן עצה?
גילוי תחת גילוי?
איז עס אויסגעהאלטן תורה'דיג?
פראקטיש האב איך מורא אז יא, אבער וואס זאגט די תורה?
למה זה תשאל לשמי...

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 6:15 pm

שאלת חכם, איך פארשטיי דיין צער און ווייטאג און איך האף אז דיין חבר האט באקומען דעם מעסעדזש, אבער זייענדיג א (שאלת) חכם האף איך אז דו וועסט זיך בארעכענען און קומען מיט א צווייטן נאמען אז מיר זאלן ווייטער קענען הנאה האבן פון דברי פי שאלת חכם חן.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 6:34 pm

שאלת, איך פיל דיין ווייטאג, עס טוט מיר זייער לייד, ביידע, סיי אז דו וועסטמער נישט שרייבן דא, אבער נאך מער אז דו האסט געהאט אזויפיל עגמת נפש.

קודם וואונטש איך דיר עס זאל זיין פאר דיר א ריכטיגע כפרת עוונות, און זאלט בזכות זה זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטש יאר מיט אלעם גוטן.

און פאר דעם חבר שוטה, האב איך נישט קיין ווערטער. ס'הייסט, איך האב יא, איך קען עס נאר נישט שרייבן דא, ווייל ס'יז קעגן די תקנות המקום...

אבער, איך האב דער ציבור פארשטייט וואס איך מיין...

הצלחה ר' שאלת, און איך וואונטש דיר פון טיפן הארצן אז דו זאלסט גאר גרינג איבערקומען דעם פראבלעם.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 6:44 pm

שאלת חכם! וואס זאל איך זאגן??? מה נאמר ומה נדבר?
כ'האב נישט וואס צוזאגן!! מ'קען גארנישט זאגן! דאס הארץ רייסט, אז מיר וועלן דיך פארלירן..ס'ווייטאגט און ס'שטעכט ביזן זיבעטן ריפ...נעבעך נעבעך אויף אונז..אז דו פארלאזט אונז ...

מיר וועלן חלילה אינגאנצן פאריתומ'ט ווערן...דו ביסט אונז געווען א טייערע מיטגליד,,,א געשמאקער לעבנסלוסטיגע אינגערמאן. א לעכטיגע פעדערל, און זיסע רעיונות..און כ'האף טאקע, ווי אויפריכטיג און אלע אנדערע זענען מיעץ , אז דו וועסט זיך נאך צוריק כאפן אין קורצן , בעז"ה מיט א צווייטער ניק..

אויב ווילסטו קען איך דיר בל"נ געבן מיין אנדערע ניק...ער איז שוין אריינגעגעסן! ער האט זיך שוין איינגעגלידערט און צוגעוואוינט. כ'געדיר אים אוועק פאר קיפס...! נאו בעקסיס!!

אבער....און יעצט שוין, מיט א שטרענגע טאן...!!
אבער !....אבער!...
דער אומפארשעמטער, עקלהאפטיגער, אומווערדיגער, אויסווארף... דער באנדיט הולטיי, מנובל, און ליידיגע בריאה..!
דער געמיינע יונגאטש..! דער פראסטאק, און ביליגער, שמוציגער יונג..!! ער מוז ליידן...
ער איז מחויב צו ליידן.!
...ליידן....ליידן....ליידן...
זאלסט אים פארמסר'ן...מ'זאל אים אפשפארן זיין פי איי קעי דזשי בי..לעולמי עולמים פאר אייביגע אייביגקייטן..מ'ברויך אים מחרים זיין מרשת התחתון..פונעם אינטערשטן נעץ...אויף נצחיות..

אזא פארשוין דארף אומבאדינג אפקומען, און זיך צאמליידן פאר די מיאוסע זינד, מיט וואס ער האט פארפלעקט זיין נעבעכ'דיגע ארימע נשמה...! זאל "ער" זיך דרייען אין די "פארשטינקענע מיסטן פונעם ברייטן געוועב און זיך זיכן א תיקון פאר זיינע גרויליגע אפשייליכע מעשים !

דאס איז דאך א מין אומבאגרייפליכע שמערצליכע פאראכטונגסווערדליכע אקט..
דער מאס רשעות און ברוטאליטעט. - שמאלקעפיגקייט, און וויסטע וואנזינגקייט. - גרויזאמקייט און בארבאריזם, - וואס מ'ברויך האבן אזאנס אפצוטוהן איז דאך אין לשער....
מיר בעטן און מיר האפן אז עפעס זאל געטוהן ווערן, אפצוהאלטן אז אזעלכע געשעהענישן זאלן זיך חלילה איבערחזר'ן


און צו דיר "שאלת חכם" מיר בעטן זיך צו דיר 'בתחנונים'.. "לאז אונז נישט איבער" ! בלייב דא מיט אונז..און מיר פארשפרעכן אז מיר וועלן זיך שוין פירן מכאן והלאה כדבעי...
"מאי דהוה הוה, ומכאן ואילך חושבנא"! דו שיק נאר אריבער דיין שווער צו מיר, און איך וועל אים שוין פארדארבן! איך וועל אים ווייזן מיין "עלעקטערישן טייפערייטער". און אויב וועל איך זעהן אז דאס קינד קאפערירט , העל איך אים אויף אולי פארטרויען מיט מיין "רעכענונגס מאשין" (קאלקולעיטער)..
און די בעסטע עצה איז, זאלסט אים צוווייזן בית יאנאש, אדער אים שיקן צו די "היכי תמצא אשכול"!
לעצט פאראכטן דורך פעדער אום מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 6:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 6:46 pm

צו אייך מיינע טייערע שווער און שוויגער

אזוי הייסט דער דערנעבנדיג אשכול וואס באהאנדעלט דעם אנדערן אספעקט פון די געשעעניש.

ביטע איינער זאל לינקן.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 6:51 pm

viewtopic.php?f=3&t=15044

-----

שאלת חכם יעדער האט מיטלייד מיט דיר, זע נאר נישט ווערן צובראכן, דער אייבערשטער פירט זיין וועלטל און נישט אייביג פארשטייען מיר אלעס
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 7:12 pm

שאלת_חכם האט געשריבן:(פארוואס זאג איך עס אייך? וויל איך וויל איר זאלט וויסן וואסערע תוצאות עס קען ארויסקומען פון רעדן איבריג)


דאס מיינסטו אז דו האסט גערעדט איבריג און אים פארציילט?.........

פארוואס האט יענער געמוזט וויסן אז דו שרייבסט דא בכלל? און אויב פרעגט יענער שוין יא, דארף מען אים ענטפערן? ער איז א משוגע'נער, ליידט אויף נייגעריגקייט, זאגט מען אים נישט! און ער האט נישט געהאט בעסערס וואס צו טון נאר גיין פונקט צו דיין "שווער"? דער (אומ)מענטש דארף אזא דאקטאר, וואס געפינט זיך נאר אין אויסטראליע.

איך בעט דיר באמת, דארפסט אונז נישט איבערלאזן. קענסט שרייבן במחתרת. קענסט קומען צו מיין קאמפיוטער יעדער וואך "פיקסן זאכן", און אין די מיען-טיים שרייבן אויף איי.וועלט. איך וועל נישט פארציילן פאר דיין שווער (בתנאי אז דו פארציילסט נישט פאר מיין...)

עכ"פ, קשה עלי פרידתכם!

און דער קעפל "כך מקבל שכר על הפרישה" שטימט עפעס נישט, כ'וויס נישט פון וועלכע שכר דו רעדסט, אז דו טוסט אזויפיל אידישע קינדער וויי אז דו גייסט.................
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 7:17 pm

זיך מונע זיין פון זאגן, אז ער גייט יא בלייבן, נאר שרייבן אויף א אנדערע ניק! אי"ה
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 7:19 pm

שמעק טאביק

לאו דווקא, מיר האבן געוויסע פינסטערע חברה דערווישט פשוט דורכ׳ן לייענען מיינע שטותים, שיטות, דזשאוקס ועוד.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 7:23 pm

הממ.. ס'כאפט א פחד. איך דארף מיר אויך אכטונג געבן!

סיי וויאזוי דער מצב איז, קוק אויף דיין ניק, און אויף דיין חתימה, און שטארק זיך, שטארק זיך, אידעלע!!!
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11978
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 7:52 pm

ס'איז דא אזויפיל ניקס וואס איך וואלט געקענט באשטיין צו קענען זייער שווערס נאמבער... פארוואס געשעהט עס אייביג ביי די נישט ריכטיגע פערזאן?
און צו דיר שאלת חכם, דאס איז באמת א ווייטאג אבער איך בין נייגעריג צו דו האסט דיך פראבירט צו ווענדן צו איינע פון די מנהלים באישית און דערציילט דיין פראבלעם. וויפיל איך ווייס נעמען זיי דאס זייער שטרענג און זיי טון אלעס וואס מעגליך עס זאל נישט געשען.

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 8:14 pm

ניבא ולא ידע מה ניבא!
ליידער ווערט עס פארווירקליכט....
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
נארמאל
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 10, 2011 5:10 pm
לאקאציע: כמעט נישט צום געפונען

תגובהדורך נארמאל » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 8:35 pm

איזהו (שאלת) חכם....
אפשר הייב איך בכלל נישט אן ??
ושלום (בית) על ישראל

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 9:10 pm

אין חדר פלעגן יונגליך שרייען ביי אזא בשורה, קאלאר וואר!!
למה זה תשאל לשמי...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט