בלאט 1 פון 4

ווער וויל קומען צו מיין סעודת פורים?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 3:57 pm
דורך מאשקע
מ'דארף מיך קומען משמח זיין, אבער מ'קען אליינס ארויסגיין שטארק מחוזק. איך וועל ענק מהנה זיין מיט מיין פידל, קיבאורד, סעקסעפאון, הארפ און נאך.
האלעפצעס זאלט איר זוכן ביי א צווייטן.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 3:59 pm
דורך איך_הער
עמער זען נאכן ליל ששי קאנפרענץ, אויב ס'וועט צושטאנד קומען.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 4:03 pm
דורך דארפסמאן
מאשקע איך האב אלץ געוויסט אז די ביסט משמח דעם עולם, נישט אז מען דארף דיך משמח זיין

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 4:03 pm
דורך מאשקע
ביידע.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 4:04 pm
דורך לחיים ולברכה
נאכ'ן ליל שישי קענסטו טראכטן פון האלאפצעס? איך דארף יעמאלט נישט מער ווי א טעלער ירקות/פירות, און א שאל קאווע און אין בעט אריין.
נאך א תענית קומט מיר בכלל נישט אין באטראכט האלאפצעס.
אגב, מיין "עזר"טע האט א מנהג טוב, יעדע תענית (סוף טאג ווען בין איך אינדערהיים), פרעגט זי וואס איך ווי עסן פון תענית זה עד תענית הבעל"ט. זי פארשטייט נישט אז ווען מ'פאסט איז נישט כדאי צו רעדן פון עסן. אבער האלאפצעס? מאן דכר שמיה. ס'קען חלילה קומען צו אן "אויסברוך"...

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 4:05 pm
דורך Anonymous
מ'קען קימען פארשטעלט?? {למשל מ'זאל נישט זען אז איך בין שמערל}

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 4:05 pm
דורך דארפסמאן
אקעי ווי ווינסטו ?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 4:09 pm
דורך מאשקע
שמערל: יא, מ'קען קומען פארשטעלט. אבער קום נישט מיט דיין יעצטיגן מאסק, ווייל איך וועל דאך גלייך וויסן אז דו ביזט שמערל...
דארפסמאן: איך וואוין אין אוירדעלעלי, נישט ווייט פון שמערל'ס היים.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 4:09 pm
דורך צייטליך
מאשקע, מ'קען קימען די ערשטע נאכט אויך ? כ'בין נאר דעמאלס עוועליבעל פאר דיר,

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 4:13 pm
דורך מאשקע
קענסט קומען, אבער נישט צו מיער.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 4:15 pm
דורך לחיים ולברכה
מאשקע: מאפע ביטע?
צייג אהן וואו דיין געלעגער געפונט זיך. ס'דארף צו זיין די ערשטע רעכטס ווען מ'טרעט אריין אין קרעטשמע, נישט אזוי?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 4:17 pm
דורך Anonymous

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 4:18 pm
דורך מאשקע
שכוח שמערל...
איך בין שוין אזוי שיכור, אז איך האב אליין נישט געקענט טרעפן מיין וואוינונג...

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 4:19 pm
דורך Anonymous
נישט אזוי ווייט שיכור, ווי דיזי, פין אזויפיל טאנצען

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 4:20 pm
דורך מאשקע
און אזוי נישט מיר נישט דיר (וי"א נישט מיך נישט דיך...) וועסטו ווערן א שר החמישים, און וועסט שוין קענען זיצן נעבן לחיים טובלים ולשקלים...

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 4:24 pm
דורך דארפסמאן
אוירדעלעלי ?? איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אזא פאלאץ

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 4:25 pm
דורך Anonymous
מאשקע האט געשריבן:און אזוי נישט מיר נישט דיר (וי"א נישט מיך נישט דיך...) וועסטו ווערן א שר החמישים, און וועסט שוין קענען זיצן נעבן לחיים טובלים ולשקלים...


אי וויל נישט פארדרייען דא, אבער סאמטינג פישי, ער האלט שוין ביי 65 תגובות?
איך זע מיר דאך ביידע אנגעקימען אינאיינעם??

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 4:25 pm
דורך צייטליך
שלום לעיזער דים וואוינט אפשר ערגעץ אין די געגענט ?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 4:27 pm
דורך מאשקע
ניבאדע. ער שטאמט דאך פון דא.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 4:44 pm
דורך cano
איך וואלט געוואלט קימען, אבער וואס איך וועל וועלען פורים וועל איך נישט וויסען פאר יעמאלטס, עס איז דאך דא קודם די דעהויבענע מצות היום וואו למשול קריאת המגילה, און וואו לנמשל טראגען די קינדערליך צו די מחנכים, וואס טראץ וואס פאר מיר איז דאס מער א אנשטרעגעניש וואו א משמח, איז דאך דאס פאר די קינדערליך א מורא'דיגע טריעט און א שמחה רבה, און העמיר זעהן ווען מיר וועלען פערטיג ווערען מיט די חלק און לויט דעים העט מען אפשר וויסען וואו מען האלט אויף די וועלט.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 5:20 pm
דורך קרעמער
מאשקע;

הייב דיר אויף דיין זעקל ביינער און שיסל ציינער, און כאפ זיך אריבער צו מיר אין פאלאץ, וואו אלע קרעטשמע מיטגלידער וועלן ליגן אויף דר'ערד, און סאכדעס וועט שטיין איבערגעבויגן ס'עולם און ברעכן, כדרכו בקודש איטליכן פורים נאכמיטאג.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 5:21 pm
דורך צייטליך
קרעמער, נישט נאר גערעדט, נאר אויך געטאן,
ווי וועלמיר זיך צוזאמען קומען ?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 5:24 pm
דורך Anonymous
צייטליך מ'קען אלעס אנגרייטען בתנאי אז פירום וועסטע זיך נישט האקען אויפן בויך ניטעמאל ביזן בויך, וד"ל

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 5:30 pm
דורך לחיים ולברכה
איך בין אויך דערביי, מ'דארף זיך צוזאמטרעפן בעצם יום הפורים, איך האלט אז 'יעדער' וועט זיין פרייליך. קיינער נישט אנגעזעצט ח"ו.
מאשקע האט שוין אנגעבאטן ביי איהם.
קרעמער האט מנדב געווען זיין פאלאץ. איך וועל סיי ווי קומען צו קרעמער (אויב ער וועט מיר אריינלאזן).
אפשר קען מען זיך טרעפן אין א פאבליק פלאץ אזוי קיינער זאל נישט וויסן ווער איז דער בעל אכסניא. יעדער זאל קומען וויאזוי ער וויל, מיט זיין אמת'ע פרצוף וואס ער לייגט ארויס דא אין קרעטשמע, אדער מיט'ן שטריימל און ווייסע זאקן (און טייל מיט די סטראקעס...).
דער פראבלעם איז נאר וואו, ב"פ, ווילי, קעי.דזשעי.
לאמיר עס אויסשמועסן.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 5:31 pm
דורך צייטליך
דאס הייסט מאנטריאל שוין זיכער אז נישט ?