בלאט 1 פון 2

זיך פטר'ן פון ספרינט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 6:04 pm
דורך יעך'בין שוין גרויס
איך האב יעצט א ספרינט פאמיליא פלאן וואס דער קאנטראקט ענדיגט זיך אין נאך א יאר, מיט אזויפיל ביליגער פריפעיד פלענער וואס עס איז דא לעסטענס האב איך מיך געמאכט א חשבון אז עס לוינט זיך צו נעמען איינער פון די פריפעיד עס קומנט אויס ביליגער און מען באקומנט מער פאר עס.
יעצט מיין שאלה איז אויב די יודעי דבר קענען מיך ביטער געבן אן עצה צו קענען פארמאכן די ספרינט פאמיליע פלאן און נישט דארפן צאלן דער ETF?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 7:29 pm
דורך לאטצי
אמאל האט מען געקענט אריבער לייגן די ליינס אויף boost mobile און עס האבן איין חודש ביי זיי און זיי האבן נישט געטשטארדש קיין etf ווייל boost איז ספרינט קען זיין מען קען עס נאכאלץ טיען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 9:23 pm
דורך יעך'בין שוין גרויס
איז דעס אן אפציעלע שטעלונג פון זיי אדער אז מען טוט דאס טשארשען זיי נישט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2011 9:30 pm
דורך באגי מען
מאך דיר א חשבון וויפיל דו גייסט דיר שפארן במשך די יאר אז דו גייסט אריבער צו פעידזש פלאס וכדומה, דאן לייג צו די טשארדזש וואס ספרינט גייט דיר רעכענען פארן פארמאכן די פאון, און מאך אפ צו ס'לוינט זיך דיר.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 12, 2011 10:36 am
דורך לאז געמאכט
ווי שוין געשמועסט עטליכע מאל דאהי, זענען די אלע אונטערוועגן פארשלאסן געווארן לעטלי. ווי באגמען זאגט - לוינט זיך אמאל צובאצאלן די אטפ און גיין, ספעציל לעצטענס האבן זיי געטוישט אז זיי רעכנן אראפ כפי רוב השנים.. יעדע חודש ווערט עס ביליגער.

דאך ביניך סקעפיטש אויב אין דאן פאל אז די האסט עטליכע טעלעפאנן זאליך נאך אלץ לוינן.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 12, 2011 11:27 am
דורך ווינקל
די טריק פון אפדרייען די קאסטומער סערוויס הונדערט מאל א טאג ארבעט נאך?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 12, 2011 12:04 pm
דורך לאז געמאכט
דאס 'קען' ארבעטן אבער נאר אויב מען האט א אומ'אפיצילע פלען... און אפי' אזוי איזעס ווייט נישט גארענטירט. נוצן אסאך ראמינג (פאר די וואס קענען עס סעטן) איז מער עפעקטיוו, זיי נעמען דאס זייער שטרענג.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 12, 2011 3:15 pm
דורך יעך'בין שוין גרויס
פיינע נייעס!!!!!! איך האב גערופען ספרינט צווי מאל און זיי געזאגט אז איך האב לעצטענס שוואכע סערוויס אין מיין הויז און זיי געדרייט א קאפ און בלויז נאך צוויי מאל רופן האב איך באקומען א גאראנטי פונעם סופערווייזער אז זיי גייען וועיווען די ETF! א דנק פאר אייער הילף
יעצט וויל איך וויסן וועגן די פריפעיד פלענער אויב מען קען איבערגעבן די עקספירעיענס וועלכע קאמפאני איז גוט און וועלכע נישט א.ד.ג.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 12, 2011 4:55 pm
דורך סמארט
פעידזש פלאס איז די מערסטע פיקד אפ ביים היימישען עולם

ס'איז 45 דאללער א חודש, אנלימידטעד טאלק און טעקסט, אדער 30 דאללער א חודש פאר 1,200 מינוט

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 14, 2011 10:37 am
דורך לאז געמאכט
יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:פיינע נייעס!!!!!! איך האב גערופען ספרינט צווי מאל און זיי געזאגט אז איך האב לעצטענס שוואכע סערוויס אין מיין הויז און זיי געדרייט א קאפ און בלויז נאך צוויי מאל רופן האב איך באקומען א גאראנטי פונעם סופערווייזער אז זיי גייען וועיווען די ETF! א דנק פאר אייער הילף
יעצט וויל איך וויסן וועגן די פריפעיד פלענער אויב מען קען איבערגעבן די עקספירעיענס וועלכע קאמפאני איז גוט און וועלכע נישט א.ד.ג.

איך האב אויך געהאט אזא הבטחה פון זיי. ביז ס'איז געקומען דערצו. כ'האב גע'טאפט א וואנט זיי האבן גע'טענה'ט להד"ם. נאך שעה'ת ארוכות פון עגמת נפש און עסעניש האבן זיי מיר עס נאכגעגעבן - כאטש טיילווייז. סא מאך זיכער צו האבן כאטש עפעס באווייזן אז איינער האט דיר געזאגט.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 14, 2011 4:15 pm
דורך יעך'בין שוין גרויס
איך האב זיי אויכעט נישט געגלייבט און געהייסען זיי זאלן צוריקדרייען די ענד פונעם קאנטראקט אויף היינט און זיי האבן אזוי געטון, און איך האב אויכעט געבעטן צו רעדן צום סופערווייזער(כנהוג...) און הערו פון עם קלאר אז מען האט אוועקגענומען די ETF

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 1:19 am
דורך Latke
סמארט האט געשריבן:פעידזש פלאס איז די מערסטע פיקד אפ ביים היימישען עולם

ס'איז 45 דאללער א חודש, אנלימידטעד טאלק און טעקסט, אדער 30 דאללער א חודש פאר 1,200 מינוט

וואס איז מיט Data?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 9:39 am
דורך סמארט
מ'באקומט אביסל דעטע, כ'געדענק נישט וויפיל אויפן מינוט

קענסט טשעקן זייער סייט

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 9:46 am
דורך סמארט
פאר די 45 דאללער פלאן באקומט מען 20 מעגעבייטס דעטע, און פאר די 30 דאללער פלען באקומט מען 100 מעגעבייטס (איפכא מסתברא...)

דא האסטו א לינק צו אלע זייערע פלענס

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 11:12 am
דורך i follow
טשעק אויס ווירדשין מויבייל

צוועלף הונדערט מינוט אנלימיטיד דעטע $45
www.virginmobileusa.com/cell-phone-plans/beyond-talk-plans.jsp

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 16, 2011 1:26 pm
דורך קונצען

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 12:22 pm
דורך שאלת_חכם
א חבר מיינער האט גענומען מעטרא פי סי עס ער זאגט סארבעט נאר פונקט אינמיטן די גאס ווען מהאלט הויעך די הענט

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 11:32 am
דורך לאז געמאכט
יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:פיינע נייעס!!!!!! איך האב גערופען ספרינט צווי מאל און זיי געזאגט אז איך האב לעצטענס שוואכע סערוויס אין מיין הויז און זיי געדרייט א קאפ און בלויז נאך צוויי מאל רופן האב איך באקומען א גאראנטי פונעם סופערווייזער אז זיי גייען וועיווען די ETF! א דנק פאר אייער הילף
יעצט וויל איך וויסן וועגן די פריפעיד פלענער אויב מען קען איבערגעבן די עקספירעיענס וועלכע קאמפאני איז גוט און וועלכע נישט א.ד.ג.

כ'האב פרובירט צו נוצן דיין טריק, און געוואר געווארן אז דאס איז אפיציעל ביי זיי... די פראבלעם איז אז זיי האבן עפעס א טאל וואס זאגט זיי ווי גוט די סערוועס האט געארבעט. ביי מיר איז די טעסט צוריקגעקומען %97 פערצענט גוט ע"כ ביניך נישט בארעכטיגט אפצופיצן אן קיין אפצאל.
די סיבה פארוואס די טעסט איז צוריקגעקומען כמעט גוט איז לכוארה די פאקט אז כ'ביניש אין דערהיים אויפן זומער... ווייל אין די געגענט פון מיין שטוב ארבעט כמעט נישט מיין טעלעפאן בלי שום גוזמא כלל.

זי האט מיר געאפפערט א באהסטער פאר פרי, דאס איז אזא דיווייס וואס מ'שטעקט איין אין אינטערנעט אריין און עס דארף צו פארבעסערן די סערוועס, מי יתן והי'.
אין שטוב האביך נישט קיין אונטערנעט וועט מען עס נעמען אין דער ארבעט אריין ווי די סערוועס סאקט אויך.

די גוטע נייעס איז אז בקרוב גייט מען קענען ארויס גיין פון ספרינט פאר דרייסיג טאג נאכאנד אנגעהויבן פון סעפט 9 למספרם.

General Terms and Conditions of Service taking effect on September 9, 2011

If a change we make to the Agreement is material and has a material adverse effect on Services under your Term Commitment, you may terminate each line of Service materially affected without incurring an Early Termination Fee only if you: (a) call us within 30 days after the effective date of the change; and (b) specifically advise us that you wish to cancel Services because of a material change to the Agreement that we have made. If you do not cancel Service within 30 days of the change, an Early Termination Fee will apply if you terminate Services before the end of any applicable Term Commitment

http://shop2.sprint.com/en/legal/legal_ ... ions#sept9

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 12:26 pm
דורך שאלת_חכם
די בעסטע עצה איז צו נוצן אסאך Roaming

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 12:29 pm
דורך לאז געמאכט
איך נוץ "גאר" אסאך ראמינג. נישט ווייל כ'קען עס אנשטעלן נאר ווייל ספרינט ארבעט פשוט נישט אין מיין געגענט. ווען עס ארבעט איזעס געווענליך ראמינג

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 12:32 pm
דורך שאלת_חכם
דאן דארפסטו באקומען איין טאג א בריוו אז זיי ווארפן דיך אראפ, כאב אפאר חברים וואס האבן אזוי געפטרט

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 1:04 pm
דורך לאז געמאכט
אפאר חדשים צוריק באקומען פון זיי א ווארענוג בריוו... אבער זיי האבן נישט אויסגעפירט די סטראשע.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 10:42 pm
דורך אךשמח
דו האסט עס באקומען ערגעץ נאכן זומער?

שוין עטליכע יאר וואס איך באקום א בריוול פון זיי אז זיי זעען אז איך נוץ מער ווי אכט הונדערט מינוטן אויף ראומינג, און דאס איז שטרענג פארבאטן, און זיי שיקן מיר מיט א קאפי פונעם קאנטראקט וואס אזוי שטייט דארט קלאר.

זיי לייגן צו אז זיי גייען מיר נאכקוקן שטרענג די קומענדיגע זעקס חדשים און אויב גיי איך ווייטער נוצן צופיל ראומינג וועלן זיי מיר אראפווארפן. נו נאך זעקס מאנאטן קען איך דאך שוין ווייטער נוצן ראומינג...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 11:25 pm
דורך לאז געמאכט
yep..

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 24, 2011 4:57 pm
דורך בלעטל
איך ווייס עמיצער וואס האט געטון אזוי, [לא להלכה למעשה, עס גרעניצט זיך מיט שאלות], האט אויפגעזוכט א פלאץ אין אמעריקא וואו ספרינט איז טויט, ער האט געקאלט קאסטומער סערוויס געמאכט א טשענדזש אוו אדרעס אין יענע שטאט, [אדער געזאגט אז ער גייט אהינמופן], געקאלט אז ער האט נישט סערוויס. זיי האבן אים געמוזט לאזן גיין.