בלאט 1 פון 1

דער פורים רב פארמאגט שוין מתנגדים..

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 11:29 am
דורך יגרסהדותא
חאחאחא שטייט יגר'ל און לאכט!! שפייעכץ רינט אים פון די מויל, אוי טאטע, יוי איז ער גוט.

נאך פאר איך נעם מיך אפווישן די סקרין, מוז איך אייך מיטטיילן "סאמטינג ספעשל" פון דעם יעצטיגן פורים סיזען.

ווי ס'ווייסט יעדער האלט "היימישע קרעטשמע" אינמיטן אויפנעמען א פורים-רב, אוודאי ס'איז דאך נישט מער ווי נארמאל, ווי פארשטענדליך רייסט מען זיך האר פון קאפ ווער ס'איז ראוי לאותו איצטעלע, ווער ס'איז ראוי זאג איך? ווער ס'איז די "מערסטע" פאסיג דארף זיין מיין גירסא, אזוי צו אזוי ליגט דאס על הפרק, אויפן טיש איבערגעלייגט, און ביזדערווייל קען יעדער אריינציילן אין זיין חבר וויפיל ס'גייט, און אידן רחמנים בני רחמנים לאזן זיך נישט לאנג בעטן, און מ'האקט אריין און וועם ס'שמעקט..

אלעס פארשטענליך, אבער וואס האט "יונה מצגר" דערמיט? איך מיין, וואס שטערט אים דאס אז מיר ווילן אביסל פארברענגן און מקיים זיין דעם מנהג? ובכלל ניטאמאל איז ער א מעמבער דא, און דא קומט ער ארויס מיט א העצעריי און א מיאוסע אטאקע כאילו כ'ווייס עך וואס מ'וויל אים צונעמען.

ער פארפירט מיט קולי קולות אז מיר מוזן זאפארט פארשפארן יענעם אפטיילונג, היל"ת.

מצגר;

אלטס ראש הקהל דא, שטעל איך ארויס מיין מיינונג מ'זאל אים חוסם זיין תיכף ומיד.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 12:00 pm
דורך ערנסטער
דער פורים רב פארמאגט שוין מתנגדים?
ברוך ה', כה לחי!
הייסט עס, אז ער איז שוין געווארן כמעט אן אמת'ער רבי.
ס'איז אים נאר געבליבן צו באקריגן עפעס אביסל חסידים אויך...

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 12:05 pm
דורך מאשקע
פאר'מצגר'ט זאל ער ווערן. א מין חוצפה דאס. מבטל זיין א מנהג ישראל? היל"ת! מיר וועלן דאס נישט צולאזן!

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 5:02 pm
דורך סאכדעס
אוי ביסטו זיס ערעב יגר'ל, מ'דארף דעם מצגר נעמען און פירן לעזעזל

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 5:14 pm
דורך איך_הער
אץ מזגר בן מזגר, ייזגר ליזגר, בזיגור יתייזגר, רזוגר לייזגר גר בבוא לגוזר, זוגר ונתגזר, כעץ מזגרים לגזר, כגר על ציפור לגזר.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 5:15 pm
דורך סאכדעס
גוט גוט יאכער.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 5:22 pm
דורך יגרסהדותא
איכער, דו מאכסט חוזק פון מיין צדיק'ל?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 5:29 pm
דורך איך_הער
איך פראביר, ס'ארבעט זיך אויס?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 5:30 pm
דורך מאשקע
איכער: ביזט גוט.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 25, 2007 6:15 pm
דורך ירא שמים
בס"ד

איכער דעלישעס