א שווערע טאג...אויף אלע גוים געזאגט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

א שווערע טאג...אויף אלע גוים געזאגט

תגובהדורך פעדער » פרייטאג יולי 29, 2011 6:15 am

באמת האט זיך עס אנגעהויבן שוין פון ביינאכט! עס איז שא שטיל....א דאמפף דערהייבט זיך אין צימער...א כראפעריי גייט אויף די העכסטע טענער...די אטמעספערע איז אנגעלייגט מיט א געדעכטע פארע...און די גערוך איז נישט צו דערטראגן...אין קורצע ווערטער, די צימער שפירט זיך ווי א גאז קאמער...

איך שלאף, ריכטיגער געזאגט פּאָף - מיט א געשמאק, מיין פנים איינגעטונקען אין צוויי גראבע פעדערנע קישענעס.. שנארכעצערייען דערגרייכן עד לב השמים...אבער זיי זענען חוצץ ויורד עד לתהום...בוקעת ופוצץ....די דיקסטע מחיצות.. זיי קומען ארויס מעומקא דליבא, מבירא עמיקתא, און הערן זיך זייער בעטענדיג, פון אנפאנג... און דערנאך, ציהט זיך דער כראפעץ אויס זייער צושטאטעלעך, אפהאקנדיג זיך און קורצע שטיקעלעך.. אבער עס געבט נישט אויף . גייט ווייטער טיפער און נידריגער...טיפער און טיפער....ווי ער זאל זיך בעטן מיט א אמת'דיגקייט...און ווען ער האלט שוין ביים טיפסטן פונקט, ביים אפגרונט פון פעפעריי...ווערט עס שטיל פאר א וויילע...און באלד פאנגט עס ווידער אן, פונדאסניי, יעצט אבער סאונד עס שוין מער בארוהיגט..אפאטעמענדיג, צופרידן , און געלאסן. אויסקוקנדיג ווי ערפילט זיין בקשה..

איצטערט גליטשט זיך דער שאנרכעץ אראפ פון א שיפע הויעכן סלייד, אויף גראדע וואסערן. און דער פארע שיסט ארויס פון די נאז לעכער, געבנדיג דעם איינדרוק, ווי דער טויטער פעיפער, חלומ'ט זיך גאר גורל'דיגע חלומות...און אזוי איז עס ווירקליך געווען, איך בין געשלאפן מיט א ברען, און זיך געפרעגלט אין מיין געלעגער, עד נשמתי האחרון... דערביי האב איך געטרוימט, פון די זיסטע אילוזיעס, און מאמענטן - וואס קענען נאר אמאהל באטרעפן א ילוד אשה...צייטן און רייכקייטן...כבוד.. און זאגאר, תקופות.. פון אזעלכע סארט, וואס נאר אין פאנטאזיע - איז זי מעגליך פארווירקליכט צו ווערן. אטא דא, אין א איינפאכע אנגענעמע שלאף, געבט מען אונז פן הימל די מעגליכקייט צו גייסטיש און אפי' פיזיש, אנטייל צו נעמען אין די פילפארביגע שטורמרישע איווענטן...

און בעצם, אפי' עס וואלט מעגליך געווען, גליסט זיך, און ווילט זיך גארנישט אנטלויפן דערפון, פארוואס זאלמען?? אז מען גיט די שאנס פון הימל דערצו, זאל מען עס פארפאטשקען מיט די אייגענע הענט? זיכער נישט?! איבערהויפט יעצט, אז מ'קען בכלל אנטלויפן. עפעס די פיס פאלגן מיר נישט. עס שפירן ווי צוויי דיקע קלעצער...צוויי באלקענעס ... א פאר צעמענטענע שטאנגען...ציוואס אפילו אנשטרענגן די מיה צו פרובירן...? ליבערשט טרוימען ווייטער..! עס איז דאך א גן עדן התחתון.. מען קען ארומשפאצירן מיט פישזאמעס צו א זכר. און קיינער זאגט נישט קיין פיפס. מען קוקט זיך ניטאמאהל אום אויף דיך...אייגנטליך ..קוק דיך גוט אום ...וועסטו זעהן אז יעדער דא גייט מיט נאכט קליידער..און קוק נאר! קוק נאר! דער בעל שמחה, בכבודו ובעצמו גייט באקליידעט, מיט א בערעלע סטערטשי, מיט פיקטשערס פון באסעלעך אויסגענייט דערויף ...עס פאנגט אהן ווערן היפש אינטערעסאנט...

אט גייט צו דער רב אפגעבן מזל טוב, און דער בעל שמחה איגנארירט אים אינגאנצן...פארוואס ? וואס האט פאסירט? פלוצלינג...כאפט דער בעל שמחה א שיסל זכר בונדלעך, און דרייט איבער דעם גאנצן קוואנטום אין צענטער העכערן רב'ס קאפ...וואס ?...יא!... אויף דעם רב ...אויסגעשיט א ריזיגע פושקע געפעפערטע זכר בונדלעך...א מאסע זכר בונדעלעך, האבן זיך אראפגעגליטשט דעם רב'ס פנים, מאכנדיג צעשטאטעלעך דעם וועג אראפ דירעקט אין זיין ברייטע באקסעדיגע בארד...זיין בארד איז געווארן באזעצט אין אינפעסטירט פון די בונדלעך..אז די קומענדיגע, וואס האבן נאך געהאלטן אינמיטן וועג אראפ, האבן פשוט נישט געהאט ווי צו גיין משום אפס מקום..האבן זיי זיך בלויז געזעצט אויף די פריערדיגע...אויפבויענדיג זיך ..העכער און העכער....די רב'ס, געווענליך שיינענדיגע הדרת פנים איז יעצט געווען איין שטיק בונדל..קוים זיין נאז - גאנץ א לאנגע...און זיינע צוויי גלאנציגע אויגעלעך, האט זיך ארויסגעזעהן דערפון ....

צו מיין ווינדער האט זיך קיינער פון די מסובים אפילו נישט אפגעשטעלט קייען פאר א סעקונדע... ווי כאילו נישט זיי מיינט מען....ווי גארנישט וואלט פאסירט...נישט נאר דאס...דער רב האט בכלל נישט אויסגעזעהן, אויפגעברויזט, מיט א געלאסנקייט, האט ער ווארעם אנגעווינטשן דעם בעל שמחה, אלע גוטהארציגע ברכות, ער האט פארשטייט זיך ארויסגעשריגן פון צווישן די בונדלעך מ'זאל אים קענען הערן. אבער חוץ פון דעם, האט אלעס געשיינט צו פארן אויף גוטע רעלסן.. האב איך איין זאך דערשמעקט.. אהא.. אכן נודע.. דא איז אן ארט ווי ס'איז אין עין צרה בחברתה, אלעס לעבט בשלום ובשלווה, אי הכי .. איז א שאד דעם פלאץ צו פארלאזן.. איך בין צוגעטרעטן צום רב, און אים געגעבן א קלאפ אין רוקן - אויף זיין ערעפלאן פידזשאמע. און זיך הערצליך באדאנקט...

דער רב האט אויפגעהויבן צוויי ליבליכע, בונדל'דיגע אויגן צו מיר, און געזאגט: פעדער'ל פעדער'ל..."דו ביסט אייביג וועלקאם ביי אונז זומער, און ווינטער, בייטאג און ביינאכט, אבער זעה נאר צו ערשיינען מיט פידזשאמעס, אנדערש נעמען מיר נישט אהן ... און פארגעס נישט, ווי לענגער אלס בעסער... ס'דא אלטע חסידים וואס זיצן דא אפ א צוועלף'ווערל, ווייניג געזאגט... אגב, מיך רופט מען בעטלאנע רב. זעה צו קומען ווי אפטער. און חס וחלילה אהן קיין הפסק..


אזוי שלאפנדיג, פיהל איך פלוצלינג, א קאלטקייט אדורך לויפן מיינע ביינער. נא..ס'קען נישט זיין ...מיך קאלט?? כ'האב דאך א דאכענע, גרויס פון דא ביז פאריז? ס'הייצט אפי' אין די סיבירער קעלטן.. ווי א שלאנג געביסענער בין איך אויפגעשפרינגען .. וואס איז יעצט? האט זיך א געשריי ארויסגעריסן פון האלז....ס'קראצט..וויי ס'קראצט....אינסטינקיוו האבן מיינע הענט זיך געוואנדן צו די אונטערשטע חלק פון די פיס, ווי זיי האבן אנגעהויבן קראצן, מיט א אויסטערלישע רשעות און פייער.... אזא מערדער... דער מאסקיטא... ווען איך קען אים כאפן.. וואלט איך אים צע'הרג'עט און צע'שחט'ן אויפן פלאץ!!! קראץ...קראץ...קראץ...קראצראץ...קראצראצראץ...קראצראצראצראצץ..
קראץ...קראץ...קראץ...קראצראצראצראצראצ....

איך בין אן אפגעשוואכטער צוריק געפאלן אין בעט, מאכטלאז. כ'האב געטראכט ביי מיר, וואס האט דער מאסקיטא געטוהן?....פארוואס האט ער עס געטוהן?? דער אכזר!!.. כ'האב געדמיונ'ט ווי ער איז זיך באקוועמערהייט געשטאנען אויף מיין ווייכע פיס, לאכענדיג צו זיך מיט א אנטיסעמיטישע שמייכל, זינגענדיג זיך אונטער... הא.. הא.. הא.. אזוי פיין זאל זיין ! גוט פאר אים! דער נארישער צוויי פיסיגס... אוי העט ער באלד שפרינגן... אוי העט עס אים בייסן... מיט א ווילדער שנאה, און האס שפריצנדן געזיכט, האט ער אריינגעשטאכן זיין בלוטיגע, שטעכערל.. און גענומען זויגן... זויגן... זויגן... זיין פלאטערל האט זיך געהויבן מיט פרייד.. בעת זיין בויכל האט זיך אנגעפאקט מיט מיין שווער אנגעהארעוועט בלוט...

אוי וויפיל לעבלעך בראטלעך איך האב פארצוקט, צו אנזאמלען די אפגעשפארטע בלוט...און דער מאססססקקקקקיטא, כ'האב עס נישט געקענט ארויסזאגן אן דריקן אויף יעדע ווארט מיט א פארביסנקייט, און ווייטאג..! מיינע געדאנקן האבן ווייטער זיך געפלאכטן...ענדיגנדיג זיך אנטרונקען פון מיין זיסע טייערע בלוט . פאר מסתם, א צירקע שעה.. האט ער שטאטערהייט ארויסגעצויגן זיין לאנגע ברייטע שטעכער, און פאר ער איז אפגעפלויגן - ארויסצוקנעטן זיינע פרישע מערדערישע בלוט צאפער אייעלעך - האט ער פאר רשעות נאך אמאהל געגעבן א שטעך אריין אין מיר.. סתם פאר די פאן...

די רויטע באבל, האטצעך שוין ווידער ערוועקט, און בשעת איך האב ווייטער געקראצט דעם בערגל. האבעך דאן עפעס באמערקט... מאדנע כ'האב עס נישט געזעהן ביז יעצט.. א פרירנדע קעלט האט מיר באנומען... מיין דאכענע..??? מיין ווארעמע קאלדערע...??? פארשוואונדן פון דעם האריזאנט....!!! נישטא!!! אוי וויי!!! אזא שווערן טאג געהאט היינט!!! נאך פארן זוהן אויפגאנג.... רבש"ע.. מיינע לעפצן האבן גלייך גענומען שעפשען אמר ר' עקיבה, אמר ר' ישמאל , אמר ר' בינימין, ענדליך .. נאך עטליכע אייביגע מינוטן האב איך אים געזעהן ליגן אויסגעשטרעקט אויף אלע פיהר, אויף דעם שמוציגן דיל..פעך..פעך...פעך.. א שרעק האט מיך געכאפט..טראכטענדיג ווי לאנג, דער דאכענע ליגט שוין דארט?! ווי לאנג איך בין געווען דאכענע-נאקעט.. אוי וויי..!! וויזוי וועלאיכעס קענען באצאלן..?? אזויפיהל שעה צו שלאפן .אויפגעדעקט?? וואס וועט בעטלאנע רבי זאגן דערצו???

איך האב שוין יענע נאכט נישט געקענט שלאפן. ווי א משולח אין הקדש - האב איך מיך געדרייט אין בעט -ארויף און אראפ..! רעכטס און לינקס. כ'דריי מיך צוקאפנס.. א מינוט דערויף, ניין צופיסנס.. צוויי מינוט שפעטער, ניין אפשר אין די ברייט..אביסעלע שפעטער, כ'על זיין מער פונקטליכער - א האלבע שטונדע ארום, צוריק צוקאפנס, אבער דאס מאל האב איך געכאפט דעם פארטל, און געלעזט . ס'איז דעפענעטלי די קושן . ס'איז צו הייס און אריינגעקוועשט, במילא ווערעך צוהיצט, און מיין פנים זינקט איין אינעם קישן, נישט צולאזנדיג קיין לופט פאר די נחירי חוטם..

סא מ'מוז טוישן די יוצרות. די אויברשטע קישן, איז אבליגירט צו גיין אינטן . און די הינטערשטע, ברויך איבערגעדרייט ווערן קאפויער. יעצט און צוגאב צו דעם דארפן תרווייהו זיך אויסדרייען אינגאנצן , מיט'ן רוקן צו מיך . אזוי אז די אויפגעיורענע פּאָפי זייט, זאל קוקן אין מיין ריכטונג. און ווען כ'על אראפפלאטשן דעם קעפל, וועט עס צודריקן די אויפגעפאנטשטע זייט פון די פעדערן , וואס ליגט איצטערט פון אינטן...דאס קוקט אויס צו זיין א געוואלדיגע אויפטוה.. יעצט, בנוגע די קאלטע חלק. די צדדים זענען זייער סימפל..אמת! אז כאטשיג ס'איז יעצט נאך פארעלטניסמעסיג קאלטליך. אבער וואסהעט זיין א מינוט ארום,? מיינע באקן וועלן דאך ברענען ווי די קעראמעטאריומס..? נא.. נא..נא.. נישט דאגה'נען..פארפאלן . אין אזא צייט וועלעך מוזן עפענען די שויבן, און האפענטליך וועט א קיל ווינטל, האלטן די טעמפאראטער צוגענגליך.

נאכאלץ אבער, האב איך נישט גערוהט, עפעס האט געקראצט אין די הינטערשטע חלק, די פיס זענען נישט געלעגן אזוי סטראטעגיש, און די בלוט צורקולאציע אין די הענט האטצעך ערגעץ וואו אפגעשטעלט, אוודאי אזוי, ער ליגט באוועגלאז, אינטערן בויך, פאר א קנאפע 15X60 סעקונדן וואס קומט צו א חשבון פון 900 סעקונדעס...!!! זיכער איז ער טויט..געלעמט...?! וואסטע געמיינט ? אז נישט?!

כ'האב מיך ווידערנסמאהל, פאזיציעט און געפרובט צו סעטלען מיין קערפער אויף א צופרידנשטעלנדן אופן..אבער אהן ערפאלג..איך האב געאטעמט ביטער שווער...ווי א בער, האב איך געזיפעט..קוים קוים כ'האבמעך מיט איבערמידליכע כוחות געפינען א ארט, און אנגעהויבן ארבעטן, אויף א הפנאזיע מיטל איינצושלאפן....כ'האב מיך נישט גערירט קיין גליד שוין פאר 20 לאנגע מינוטן...כ'האב אפגעציילט כמעט, 2000 שעפעלעך, און אפ' דער באמבע מאסקיטא בייט - וואס האט געביסן און געריסן - אהן אויפהער. האב איך מיט אייזערנע צוואנגען זיך איינגעהאלטן צו קראצן..אפ' איינס...!! נאר איינס...!!! איין מאסיווע גראבע קראץ.. און פארטיג, האט מיך דער יצר הרע געפייניגט מיט זיין שרעקעדיגע שטימע (ווי אין די חדר וועלט טעיפ) "נאר איין קראצעלע..פעדער'ל ..!! דו וועסט זעהן....ס'וועט גארנישט געשעהן ....!! קוק נאר ווי רויט און זיס דער מאסקיטא בייט איז...(באלד אזוי ווי שלומי'ס עפל.) דער באנדיט דעי מאסקיטא..!! לערן אים אן.!! לאדעך נישט.! וועה. וועה..וועה...האבן זיינע צוצקערייען געברומלט, און געבאמבלט אין מיין אויער...

ניין..!! ניין..!! האב איך צוריק געשריגן, ס'איז אלעס עצת היצר...כ'על דיך נישט פאלגן די שלעכטע יצר הרע..דער בעטלאנער רבי לאזט נישט..!! דו ווילסט אנדרייען איך זאל פארשפעטיגן דעם טיש....!!! ניין ..ס'עטצעך דיר נישט איינגעבן!!!

די פינגער האבן מיר שוין געקיצלט און געדריזלט די גאנצע 9 טעג. אבער ס'איז נישט אנגענומען געווען צו טרייבן שפייס, אין אזעלכע טריבע טעג, ווען שרעקוועדיגע זאכן האבן באטראפן אונזער פארפלאגט פאלק. איבערדעם האב איך זיך אפגעהאלטן פון פארזעצן ווייטער אונזערער געשיכטע.
אבער אצינדער ווען מיר האבן די טרערן, שוין אביסעלע אפגעווישט, און די הערצער זענען פארפולט געווארן מיט האפענונג, אויף א צוקונפטיגע ישועה, במהרה בימינו, קענען מיר זיך שוין ערלויבן, צו ביסלעכווייז פארברייטערן דעם שמייכל אויף די געזיכטער, ערווארטענדיג, מיט אויסקוק, אז נאך די תשעה באב וואס מיר האבן אפגעפראוועט דאס יאר, מיט געוויין און טרויער, וועלן מיר בעז"ה זיכער זעהן בקרוב דעם בית השלישי אין פייער, און קידוש שם שמים וועט ווערן ערפילט מיט א שלימות, און כבוד השכינה וועט נתגלה ווערן מיט איר פולן פראכט און גלאנץ. עס וועט אנטפלעקט און פארפולקאמט ווערן, דאס וואס מיר ווארטן, און גארן שוין דערויף, באלד 2000 יאר.

אין אט איצטערט, ווען מיר קענען, און מעגן שוין א לאכעלע גיבן, האב איך געחשבונ'ט איז נישט מער ווי צוגעפאסט, און עפראפריעט, אייך מיטצוטיילן, א פיצי, מיט די ווייטערדיגער קאפיטלען, פון די אויסטערלישע אויסנאמליכע שווערע מיטמאכענישן, וואס קענען אלץ אריינגעשטיפט, און אפגעשפילט ווערן, אין איין טראטשקי, טאג.

איז אזוי..צוערשט. איידער איך גיי ווייטער מיט'ן ערציילונג, וועלעך אויפמערקן אויף עטליכע שינוים וואס זענען אריינגעטרויטן אין די פאקטן, און אויך אינעם אופן פון אונזער פארציילונג: פערסט אף אלל, האב איך דעצעדירט, נאך א עצה פון גוטע פריינד, און אויך נאכוואס כ'האב אליינס זיך איבערצייגט אין ווערק פון אנדערע, אז ס'איז מער ווירקזאמער, און ראטזאם, צו פארציילן די סיפור אויף א צווייטנס נאמען, און נישט חלילה אויף מיר, אויף וועם עס האט ווירקליך פאסירט.

צוליב, וואס ווי די זאך קענער שאצן, פארמינערט עס די רושם, פון די אנעקדאטן און קטעי מוסר, אויף די ליבע לייענער, און נאכמער, עס קען צומאל נאך צופירן, גאט זאל אפהיטן, אז אין פלאץ וואס דער לעזער, זאל נישט זשאלעווען קיין לאכאלאכא, וועט ער גאר האבן מיטלייד, און איינזעהעניש, מיטגעפיהל, און כ'וויל אפ' נישט ארויסרעדן, "סימפאטיע" מיט "מיך" דער בעל המעשה. אנשטאט געבן א האסטיגע פלאץ פון קייקלעראציע, און קאטאוועס.

לא זו אף זו, שלאגן די געגנער ארויס א טענה, נעמליך, אויב וועל איך שילדערן די פאסירונג, ווי אין ווארהייט - אויף מיר זעלבסט, (מיט וועם ס'איז ווירקליך געווען) דאן פארשעם איך מיך גופא, און דאס גיבט נישט. ס'איז נישט מן האנושיות, זיך אליין אויסצופראקן . סהעט נאך מאכן דעם פנים, אז איך בין טאקע אזוי, א, שלימואל, ווי אנגעגיבן.??? ווי העל איך מיר דאס פרצוף ווייזן פאר די וועלט.??? בעסער פארצייל דעם געשיכטע מיט א פיקטיוון נאמען, א אנדערע פארשוין, און פטור אן עסק...

דעריבער, האב איך באשלאסן, ליבערשט איינצובייטן דעם בעל דבר (אין דעם פאל. "מיך") מיט א עימיצער אנדערש. "טוה דעם עפיזאד אנלייגן אויף עפעס אן אנדער שלימזל, וואס טראגט אפנים א קאמפליטלי אנדערער כאראקטער און אויסקוק ווי דיר מיין האר!" האבן די ראטגיבער געראטן און געפיסקעוועט. און "יא! איר האט צוגעטראפן". (דער אויסדריק: מסתמא, צום הונדערסטן מאל אין דעם סייט! ס'סאקט! ניין?) איך האב רעזיגנירט, קאפוטלירט, און זיך אינטערגעגעבן. נאך אזוינע ווייזע, סענספולע, אינהאלטסרייכע רייד. ווער וועט זיך געגן שטעלן?!

און אזוי איז געבליבן. סוף הדבריםֱ! נאך אלע מעשיות. וועל איך געניסן פון נאך א סעפעראטן קאפיטל, וואס העט מיר גיבן א געלעגנהייט, אייך אויסצומשל'ען זיין זיין געשטאלט, און ציור. גענוי וויזוי דער לעכעריגער שטומפיגע, (מילביגער) נאר, האט טאקע אויסגעקוקט!
טא, וועלעך טאקע אביסל אנהייבן מיט דעם, און שפעטער צוגעבן, וואסעט מיך איינפאלן אין לויף פונעם עפיזאד, "מער פאסיגער" - "השולשול הדברים."
---------------------------צוריק צו אונזער ערציילונג.

אלזא אונזער נעבעכדיגער פארשוין און ארימער מאן, איז געווען אויסגעשעפט אין פארעם....וויזוי זאל איך עס מסביר זיין...??? געאייגנט, זאלסט עס פארשטיין?? ער איז געווען מער די פארעם פון א נומער, "אכט".. א באלי פון אויבן, און א באלי פון הינטן...ד.ה. אין ריין אידיש גערעדט..א בויך פון אויבן און א בויך פון אונטן...און אויב ס'איז נישט גענוג געווען האט ער נאך געהאט, א בויך נעבעך, פון די רוקן . דאס ווערט גערופן און מאמע לשון "א פיקל" און ס'איז אגב געווען, "א ביטערע".

זיין מלמד האט זיך נוהג געווען צו זאגן אויף אים אין חדר, אז די ווערים לאחר מאה, וועלן האבן פון אים, פלייש מיט פיקל. ווען ער איז געשלאפן, איז ממה נפשך געווען בבח' נאה להם ונאה לעולם, איז ער געשלאפן אויף'ן בויך, דאן האבן טראקטאר טרעילערס געקענט ארינטערפארן...איז ער געשלאפן אויפ'ן רוקן האבן זיך א טראק לאוד מיט קינדער געקענט, סיסאוען אויף זיין קאפ און פיס. ווייל נאר די פיקל האט אנגערירט די גראונד. אויף די זייטן איז אים נישט געווען מעגליך, ווייל די רעכטע זייט בויך, איז געווען גרעסער ווי דער לינקער, און ס'האט אים געפערליך אראפגעוואויגן, דעריבער האט ער נישט געהאט קיין באלאנס.
ווידער אויף די לינקע זייט, האט ער געהאט א רעש, פון דא ביז ירדן, אז זאגענדיג ובא לציון , ביים שטיקל "ואשמע אחרי קול "רעש" גדול, פלעג ער זיך נעבעך ביטער ציוויינען...

זינט דאן, ווען איך זיץ ביי א שמחה, און מ'טוט סערווירן די פלייש און פיקל. ממש ווען איך טוה צאמקייען א טרטימר בשר און א סאה פיקל, שיס איך אויס, מיט א געלעכטער, מיט עטליזט א האלבע פיקל אויפן וועיטערס פנים.. אלע סערווירער אין שטאט קענען מיך שוין, דער גוי מאריא, פון ברכה סימא, רופט מיך דער פיקל (פראסעסער) [פרעסער]. ער קומט אייביג צו מיין טיש, מיט א טישטוך צוגעדעקט דעם געזיכט.(אך . שוין ווייטער פארצייל איך פון מיר..)

לענינינו. אונזער פיפל, לאמיר אים אנרופן מיטן נאמען, בונם, אבער בל' חיבה, פלעגן מיר אים רופן, "בונעלע" אנדערע פלעגן אים רופן באניעלע. און אונז דאהי וועלן אים קענען ביים נאמען, "באני"! סא באני, האט ווי שוין ערווענט אויסגעקוקט ווי א גראבער אכטער. א קאפ האט ער געהאט א ריזיגס, אבער צו זיין שלעכט מזל, א פיצי נאז, קוים וואס מען האט די לעכער געמערקט. ס'איז געווען "בלום" קליין...און צוקוועשט. ס'ראץ איז אים שטענדיג, געווען באלייגט דארט. און ס'האט אייביג באצירט זיין שנויצן, ווי כאילו ער איז געבוירן דערמיט..

ווען מען פלעגט גיין קושן דער ספר תורה, האב איך אייביג אויפגעפאסט, ווי ער פלעגט זיך געבן א לאנגזאמע, דייקנות'דיגע וויש אריין אינעם סאמעטענם מענטעלע. כ'שטעל מיך פאר. איך בין זיכער, אפ' . אז ס'איז זיכער געווען אימוועלנדיג, נישט דווקה, אבער ס'איז נישט קיין כבוד פארן הייליגן ספר תורה. טא וואס טוט מען? גיין פארשעמען א צווייטער איד?? אפגעזעהן צו ס'איז באני, אדער עימיצער אנדערש. כ'על מיך ענדישער לאזן אפבראטן אויפן סטאף, געז רענטש, ווי איידער גיין פארשעמען א איד. טא האב איך מיט דעם שמש, באשלאסן , אז מיר וועלן יעדן שני וחמישי אויסוואשן דעם מענטעלע, מיט מיסטער קלין . און אזוי ארום נישט מאכן קיין פאמפע דיראמפע, פון די גאנצע געשעהעניש.

"נידריג" איז נישט א פאסיגע דמיון אדער משל אויף באני. ווייל עס שטימט פשוט נישט ..באני, איז געווען סופער פיצי. אזוי קליין אז מ'האט באדארפט אנטוהן פארגרעסערונגס גלעזער, אים צו באמערקן, פיין! גראב איז ער געווען ווי א בארג.. אבער מ'האט געקענט מיינען אז ס'איז א ברייטע פלאטפארמע, אויסגעבעהט מיט א ווייכע טעפיך. ווען נישט דאס, וואס, גייענדיג, האט ער געשפרינגען און געטאנצט, ווי א סקאנק, און א ריח ווי דעם , האט ער אויך געהאט גאר ענליך. אזוי איז נישט געווען מעגליך אים צו פארזעהן,

סא, א קורצע סך הכול, א גראבע ננס, וואס שפרינגט און שמעקט, ארום ווי א סקאנק, און ציעט אגאנצן צייט מיט די נאז, אריין ,און ארויס, א בריטאן, און א טעענאר, בלאזט , און קלעבט איבעראל... אין פילן זוהן פון ווארט, "א וויסטער אנשיקעניש" ווי אימער ער איז געגאנגען, פלעגן פליעהן פון אים אויסגעבלאזענע טישאס, אין אלע זייטן, אינטער די דעקל פון זיין סידור פלעגן קלעבן אפאר ראציגע סערוועטלעך, אינמיטן שמונה עשרה, האט א געניט אויג געקענט באמערקן ווי ער ריקט אזוי אראפ פון זיין טיש, "גאר פערפעסיאנאל" און פאכמאניש, א זיבן פארבלאזענע טישאס, אויף דער ערד. גיבנדיג דערביי א בליק רעכטס און לינקס אויב קיינער קוקט נישט. און דערנאך מיט די פיס האט ער עס אריינגעשטיפט צו דער שכן פון פארנט, וואס האט נעבעך קיין טישא קיינמאל נאך נישט פארבלאזן בשעת התפילה.

אויב פלעגט איינער חלילה יא באמערקן דאס שענדליכע וואס ער האט אפגעטוהן , דאן פלעג ער זיך איינקנייטשן אין דרייען און שווערליך זיך אראפגעבויגן , אויפצוהייבן די טישוס, אנשטעלענדיג א פנים ווי ס'האט בטעות פאסירט, ער האט דערביי געזיפעט און געקרעכצעט ווי א בלעמ'ס אייזל, און נאך טיפער און העכער געצויגן מיט די נאז און די האלז, אזויווי ער פלעגט שטענדיג טאן , און אזעלכע מאמענטן. דער נויז ווי ער שלעפט ארויף די טאנען שליים, פלעגן מיר איבלען ביז ברעכן, אוי געוואלד...באשעפער אין הימל!

און שטייטצעך ער האט תיכף אויפגעגעבן, נישט פארגעסענדיג ארויסצולאזן א טיפע קרעכץ פאר די כבוד ביהמ"ד וואס איז נעבעך פארשוועכט געווארן פון זיינע געבלאזאכץ, לאמיר שוין נישט רעדן פון דעם אז זיינע הילכיגע תקועות. מיט די טישוס, האבן א טויטער געקענט ארויסשלעפן פון קבר. שמים וארץ נזדעזו, ווען ער האט געפיפן מיט דינערדיגע נאז תרועות. ער פלעג, געווענליך מהדר זיין יוצא צו זיין , אויך שיטת רבינו תם. אך ס'דיסקאסטינג געוועזן..

ווען ער פלעגט גיין אין גאס, אין די קעשענעס זענען אים איבערגעפילט געווען מיט די געבלאזענע סחורה, האט ער לאנגזאם און ביסלעךווייז יעדע פאר מינוט , אראפגעלאזט נאך א צוקוועשטע שמוציגס, אויף די ערד, מיינענדיג אז קיינער מערקט נישט..אין ביהמ"ד ווען ער האט שוין יא אמאהל דיסיידעט, אויסצוליידיגן זיינע קעשענעס, אין דעם מיסטקאסטן , האט ער געוואלט יעדעם איבערצייגן אין זיינע אויסטערלישט ציהל טאלאנטן. זיך אוועקשטעלענדיג א שטרעקע ווייט פון דעם בין, און געווארפן צוויי פולע הענט מיט אמממ...בררר....עכככככי...כ'קען עס אפ' נישט זאגן...צוויי פוהלע הענט מיט געבלאזאכץ, און נאז געמויזעכץ. וואס האט פארשטענדליך אייביג געלאנדעט פונקט א פיס אוועק פון די מיסטקאסטן , אבער וואס מיינטעטס? ער האט זיך שוין לאנג אוועקגעדרייט מיט א גרויסהאלטערישע מינע אויפן געזיט, הא הא . איך בין א געלערנטער ציהל שיסער..

זיין היט איז געווען רינדעכיגער, ווי דער לבנה אינמיטן חודש, און אפגעשוירן גלאט, אפ' אין די 9 טעג, ס'האט זאגאר געהאט אפאר גריבער , זכר לחורבן. די אויבן דערפין איז געווען גרינער ווי מיין אוואקאדא ברויט, און די ברים האט זיך געבויגן ווי די ים כוואליעס,אין די פאציפישע אקעאנען. זיין לאנגע שוואנץ ביים גאמבע {בארד} איז געווען נחלק לשלשה, און אויף די פאות האט זיך אנגעמערקט אז ס'קומט געוווענליך , ארום דעם אויער. צוזאמגעדרייט , אבער לא זכיתי מעולם, עס צו זעהן דערט, וויבאלד זיי זענען שטענדיג ארומגעשפרינגען ווי צוויי צועפענטע ראגעלעך, נעבן די אויער.

ווען ער האט אויסגעטוהן זיין הוט פון קאפ זענען אלע פליגן אין די קאווע שטובל אנטלאפן, און זיין קאפל?!....זענען זיי אויפן ארט אויסגעשטארבן.
יעצט פאר מ'גיימער ווייטער..שטעלט אייך פאר. דעם ספעקטאקל, פון אזא באני'לע. זיך ווארפן און שפרינגען אין זיין געלעגער. נישט אויפהערנדיג זיך צו פאטשן איבעראל, און זעצן אויף אלע טיילן פון זיין קערפער, אריינגערעכנט די גענאק, דאס מערסטע. מיט זיינע פעטע, קעכער - הענט . וועלנדיג פארטרייבן די בייסנדיגע אינזעקטן, און רשעות'דיגע מאסקיטן??!!

וואו האבן מיר געהאלטן? יא!... אה! כ'ווייס שוין ! עם ...נא! כ'מיין אז כ'האב שוין פארגעסן .. איין מינוט לאמיך מיך דערמאנען....אה....יא יא יא....אקעי . דארט ביי די קלעפיגע טישאס אינטערן דעקל פון סידור...ניין??
אה ניין !! ביסט גערעכט ...אונז האלטן שוין שפעטער...דארט ווי ער האט זיך אומאויפהערליך געפאטשט און געפראסקעט, אויפ'ן גאנצן רינדעכדיגן קערפער, ווען ס'האט זיך אים נאר געדאכט, אז ס'קיצלט אים ערגעצוואו, אדער, ווען ער האט געשפירט א קליין שטעכל.

אויף די באקן...ביידע...קודם די רעכטע...דערנאך די לינקע...דערנאך נאכאמאל ביידע צוזאמען...די גענאק, און די פיס..און אזוי וחוזר חלולים...ביז ער איז נעבעך אזוי רויט און אויסגעצימבלט געווארן , אז ס'איז שווער געווען צו דערקענען א ציווישנשייד פון אים ביז דער גרויסע אויפגענייעטע רויטע רויז וואס האט באצירט זיין בעט געוואנט..ער האט אויסגעקוקט ווי א רויטע אנגעבלאזענע ראקעט באל...ער איז א אפגעשוואכטער צוריקגעפאלן צוריקוועגס, שוויצענדיג ווי א חזיר, באבלענדיג פאר היץ. און זיך קאכענדיג אין זיין הייסע בעט אויף 150 גראד פערנהייט. "איין מינוט כ'קום שוין צוריק..קיינער הייבט זיך נישט אויף פון פלאץ!"

איז ער אזוי געלעגן אין געסאפעט אפגעשוואכט , אבער נאכאלץ נישט קענענדיג צומאכן אן אויג, אין די טונקלקייט האט ער געקענט הערן וויזוי די בייזע אנשיקענישן די קליינטשיגע מאסקיטן זשומען אים אריין אין די אויערן . בזזזזז.....בזזזז.....און נאך יעדע אזא נויז. איז געפלויגן א פראסק אויף א באק, פון זיינע אייגענע דיקע פלאכן.

אבער טיף ביי זיך האט באני געוואוסט אז די מאסקיטא פליעט זיך ווייטער ארום אהן קיין זארגן, ווי נישט אים האט מען געמיינט, ער האט בכלל נישט געדארפטן אנווענדן קיין גרויסע אנשטרענגונגען זיך ארויסצושמאגלען פון אינטער באני'ס שווערע פויסטן, צוליב וואס, ביז ווען באני'ס הענט זענען אפ' געקומען נאנט אין זיין ריכטונג איז ער זיך שוין געלעגן די אנדערע זייט צימער, און אויסגעבריעט זארגלאז די קומענדיגע דזשענערעישן בלוט צאפערלעך.

ווילאנג עס האט געדויערט באני'נען צו מאנערווירן זיינע לאפעס, האט מען געקענט אפריקן א גאנצן שור הבור אויף איין רייע ציין.. אזוי אז באני האט געוואוסט אז ס'איז אויסגעווארפן די מיה און כוחות וואס ער לייגט אריין צו כאפן די קליינע מערדערלעך. און אזוי האט באני זיך געקוילערט אין זיין בעט, איבערדרייענדיג ווי אפטער זיין קישן, און נאכיאגענדיג מאסקיטן. ווען אזוי, ערגעץ וואו , שפירט ער אז די קאפ איז אים נאקעט, ער טראכט נישט קיין צוויי, ער ווייסט שוין וואו עס איז , דארט וואו עס פאלט אייביג אראפ, ציווישן די מאטראץ אין די דאכענע.

ער האט זיך ווילד גענימען באוועגן ארויף אראפ, רעכטס און לינקס, אריינצווינגענדיג זיינע פעשע הענט ציווישן די מאטראץ, און די פארנט, פיס אף פוירנישער פונעם בעט. די בעט האט גענימען קרעכצן און זיך וואקלען פון די איטענסיווע ארומאארבעטן זיינע, ביז ער האט שוין מורא געהאט אז דאס ווייב וועט זיך ערוועקן . מילא די פארטויבנדע כראפערייען און נאז שלעפערייען, אריינגערכנט די שווערע סאפען, אין טויטע מאסקיטא פרעסק, דאס איז געווען א נאכט נאכטליכע ערשיינונג, פונקט ווי די איינוואוינער אין מאנהעטן וואס וואוינען העכער די פארנומענע שאסייען, און דער אומדערטרעגליכער גערויש טוט זיי קיין כי הוא זה נישט שטערן.

אבער דא איז שוין נישט געווען דאס געווענליכע. עס איז שוין א דבר חדש בא לעולם. באני איז זייער מחמיר נישט צו זיין אויפגעדעקט קיין מינוט נישט. אויס מורא אז די צאל מאסקיטאס וואס ער האט געזעהן היינט וועלן אים ארויספליען פון קאפ. און דא נעמט נישט קיין עק צו זיין אפמוטשענדע זיכעריי. ער קוקט אינטער ביידע קישענעס, אינטער די דאכענע.. "ראצע! שרייט ער אויס, דו האסט באגאנבעט מיין קאפל?
ווי כאילו זי האט נישט בעסערס וואס צוטוהן יעצט, נאר צו שפילן באהאלטן מיט אים אין אזא שפעטע נאכט שטונדע, ווען מ'זיצט ביים בעטלאנע רעבין..

זיין ווייב האט זיך ווילדערהייט ערוועקט, און אויפגעשפרינגען, א שווייס באגאסענע..וואס???
האסטו געזעהן ערגעץ מיין קאפל? שרייט באני ארויס מיט א קראצעדיגע שטימע..!
ביסט משוגע?! ציוואס?!
איך האב נישט גענימען דיין קאפל. שרייט ראצל א פארשלאפענע, מאכענדיג אזוינע קראצעדיגע נויזעס מיט די האלז. "באני טייערע, האסטו פארשפארט די טיר מיט אלע 5 שלעסער? גוט ? גוט? גוט?
באני האט אפ' נישט געהערט וואס זי מורמלט, ער איז געווען פארטאהן אין העפטיג זיכן זיין קאפל, זיך פרייענדיג אז כאטש איז זיין ווייב אויף אים ארויסצוהעלפן, עס זוכן.

א ווילדע געשריי האט זיך ארויסגעריסן פון זיין שטומפיגע גארגל. אויש....אך....משוגה מטארע..שאקס....אך...אך...אך...זאל ער מיר זיין געזונט..
זיין קאפל איז זיך געלעגן שיין איינגעטונקן אין די נעגל וואסער, זיך אפקילענדיג אביסל פון באני'ס הייסע קאפ..און שטינקעדיגע גענגווארט..און דא האט נאכגעפאלגט א רייע טויטע קללות...משוגענער, רשע מרושע..געהארגעט זאל ער ווערן ...זיך אויסגליטשן אויך דזשילעטס...עסן א בעג פאפיטעס און ס'לעצט זאל זיין א ווערעמיגע פארשימלטע...און די ליסטע איז נאך געווען א לאנגע..

אבער צו זיין מזל האט זיך דער קליינער מושי ערוועקט פון בעט, און ווי א ענטפער צו זיינע ביטערע קללות, איז ער געקומען ביז צו באני'ס טיר, און אריינגעשריגן פון אינטן, טאטי! כ'דארף פעטעיטע קוגל מיט מילך! טאטי! כ'האב געחולמ'ט אז א קי וויל מיך אויפעסן..טאטי! כ'האב מורא...

אקעי שעפעלע בּאָבּאָ, האב נישט מורא! קעי? מאמי וועט דיך מארגן געבן א לאלי! קעי? יעצט גיי שיין, לייג זיך צוריק אין בעט!
א מאסקיטא איז זיך רוהיג אריבערגעפלויגן הארט נעבן באני'ס אויער, ניטאמאהל מיינענדיג אים...האאאא...איז באני אויפגעשפרינגען מיט א כעס. א הילכיגע פראסק איז ספאנטאניש געפלויגן אויף זיין לינקע באק..
"טאטי כ'האב אזוי מורא"! האט דער קליינע מושי געברעטשעט...
"כ'האב דיר שוין געזאגט מושי, וויין נישט, און גיי שוין אריין אין בעט..פאר כ'פראסקע דיך צאם...! האט שוין באני'ס געדולט געפלאצט..

אבער דער קליינער שטינקער האט נישט אזוי שנעל געפלאנט אויפגצוגעבן. "מאמי" ! האט ער געפראווט צו ערוועקן די מוטערליכע געפיהלן. אוי מיין גאט! נאר נישט דאס! טראכט באני צו זיך . דער שוטה וועט דאך באלד נאך אויפוועקן די עלטערע קינדער! נאר דאס פעלט מיך אויס צו האבן א גאנצע קוואקעדיגע טשערערדע אריינמעקעווען אינטער מיין טיר. אין געציילטע מינוט!

באני האט געמיינט אז זיין קאפ פלאצט פון אויפרעגונג. און וואס א סקונדע שפעטער האט מושי'ס שטימעלע זיך געהויבן העכער און שטערקער, ביז זיי האבן אריינגעפיפן אין באניעלע'ס אויער אויף פארטייבנדע טענער. ער האט געשפירט ווי ער גייט אויפשיסן ווי א סאדע באטל אין ליאדע מינוט. באני'ס געפיהלן האבן געברויזט און געשטורעמעט, גרויסע טראפנס שווייס האבן באדעקט זיין שטערן, און זיין דאכענע האט געקלעפט צו איהם, ווי א ווינטער גאטשע, מיט וואס די אלטע אידן גייען אנגעטאן.

דאס ווייבל זיינע, ראצע. איז געווען פארזינקען אין א געשמאקע שלאף. און מושי'ס בייזע שרעקן און נערווירענדיגע גראמבלערייען האבן נישט געמאכט דאס מינדסטן השפעה אויף איר. די רוהיגע לאנגע אטעמען, האבן עדות געזאגט אויף א זארגלאזע טיפע נאפעץ. מושי פון זיין זייט, האט אבער נישט געוויזן קיין צייכענעס פון בארוהיגונג, אדער עטוואס רעזיגנאציע. "טאט! מאמי! טאטי! מאמי! מאמי! מאמי! רחי! רחי! ...האט ער פרובירט צו פוקד זיין די זכות פון באני'ס עלטערע טאכטער, וואס האט דורכן טאג אסאך געברויכט זיך אפגעבן מיט'ן פארלאזטן מושי נעבעך....

באני האט געשימפפט און געשאלטן אלס מער און מער....מושי! כ'ווארן דיך ! אויב גייסטו נישט אריין אין בעט, אבער שוין!! שוין !! הערסט?? שוין! וועט דיך טאטי גוט אנפאטשן!
וועההה....וועהההה....האט מושי'ס קעלעכ'ל ווידערסמאהל, אפגעקלונגען, אין די שטילע נאכט אריין , דערשרעקנדיג אלע מאסקיטאס וואס האבן זיך געגרייט אויף א פרישע אטאקע, אינבעק פון באני'ס אויער.

באני האט איינגעזעהן וואסערע רשע ער איז.. אזוי צו באוואשן א קליינע אומשילדיגע נשמה?? וואס איז מיט דיר באני געשעהן ? א רחמנות'דיגע עופה'לע וואלגערט זיך נעבעך פאר שרעק און זיין קליין בעטל, ווערנדיג אויך ווארשיינליך אויסגעצאפט פון א כאפטע מאסקיטן, און איז אצינד געקומען זוכן שוץ ביי זיינע עלטערן, און אביסל ווארעמקייט און פארזיכערונג ביי זיין פאטערס נעסט, פון זיין טונקעלע קאלטע צימער, אדורך געמאכט דעם גאנצן פארכטיגן קארידאר, ביז ער האט ענדליך אהער דערגרייכט צו זיין טאטע און מאמע וואס שלאפן זיך און א זיכערע פארמאכטע צימער, אהן קיינע פחדים און שרעקענישן.

דאס קינד נעבעך ליגט שוין צודריקט אינטערן טיר א 10 מינוט. און דו מאכסט דיך נישט וויסענדיג און נישט הערנדיג...ס'פאסט נישט פאר דיר באני! האט א אינעווייניגסטע שטימע געמאנט...

אקעי מושי.. וויין נישט קעי? ביסט א וואוילע יונגל! אבער יעצט גיי שיין שלאפן. יא? כ'על מארגן זאגן פאר דיין רבי, ווי וואויל ביסט געווען..!!! באני, האט זיך שווערליך אויפגעהויבן פון בעט, וועלנדיג גיין צום טיר, אביסל בארוהיגן מושי. די בעט האט אביסל געקרעכצעט אפאטעמענדיג פון די שווערע לאסט וואס האט איר באלעסטיגט און אביוזט די געוועזענע פאר שעה.

אבער נאך א רייע קללות האבן זיך ארויסגעשיט פון באני'ס איידעלע מויל. ווען זיין רעבישע פיס, האט זיך טובל געווען אינעם נעגל וואסער טעפל, אזוי איבערדרייענדיג דעם גאנצן אינהאלט, שוין מאכנדיג נאס אינאיינוועגס, זיין שיך און זאקן, און "אויב שוין יא אזוי" אויך זיינע שמעקעדיגע וועש וואס זענען געלעגן ציווארפן מיט א סדר, אין אלע ווינקלען פון צימער.
באני איז שוין צו יענע צייט, געווען צו שטארק, אנטוישט, מיד, און צוביסן, פון צו קענען טראכטן גראד, שוין אפגערעדט פון שטיין גראד. ער האט אפ' פארגעסן אפצוגיסן נעגל וואסער, און ווי אלע ווייסן איז זעהר נישט געזינט זיך אנצוהויבן מיט יענע מלאך, וואס ריקט אינטער א פיסל, וואו ער קען נאר, און האט ליב זיך צו דרייען ציווישן די פיס, פאר אזא איינער וואס טינקט "בלויז די פיס אין נעגל וואסער" אבער נישט די הענט.

אין צוגאב איז נאך באני געווען שטארק איינגערעדט אין זיין פעסטע באלאנס, מיינענדיג אז זיין גרויסע בויך טוט פארמירן א פעסשטעלנדע יסוד. וואס איז אומעגליך אומצוווארפן. און זיך פארלאזנדיג אויף זיינע פאר דיקע קורצע פיס, וואס האבן אים געמאכט אויסזעהן ווי א ערד ווארים. און האבן דעם אגיל ואשמח'ן, געלאסענערהייט, צוגעפירט איבעראל, ווי זיין קורצע מוח האט זיי דיקטירט, - האט ער ווייטער שפאנצירט זיכערערהייט.

דעריבער איצט ווען באני'ס קאפל, בנוסף מיט די פידזשאמעס זענען שוין געווען אדורכגענעצט מיט וואסער. און אויף דער דיל האט זיך שוין אויך געשלענגלט אפאר וואסער קאנאלן אין עטליכע ריכטונגען. האט זיך באני שוין קיין סאך נישט געקימערט דערמיט. און מיט איילנדע העלעפאנטישע טריט, האט ער אנגעהויבן שפרייזן צום טיר.

באני איז אויסן געווען אנצוקומען צום טיר ווי שנעלער, אבער פון הימל האט מען אנדערש געוואלט.
זיינע פיס פלאכן האבן פלינקערהייט, "לויט זייערע מושגים" געמאכט דעם וועג צום טיר פון צימער, ווען פלוצים האט באני'ס קערפער זיך ווילד געגעבן א ווארף, און א קורצע צאפל, בעפאר באני האט זיך מיאוס אויסגעגליטשט ווען זיינע פיס האבן באטראטן איינע פון די פריערדערמאנטע קאנאלן אויף דער פאדלאגע.

באני'ס שווערע מאסיווע קערפער האט אראפגעקנאקט מיט א הילכיגע זעץ. אויפוועקנדיג א האלבע גאס. זיינע אחורים האבן אים ביטער געשטאכן, און געשיקט ווייטאג כוואליעס, ארום דעם גאנצן קערפער. באני האט שווער געקרעכצעט, און געזיפצט. די ערד אינטער באני האט זיך איינגעבויגן, און אריינגעקוועשט, פון אימפאקט, שאפענדיג א פארעם פון א בייכל דערינען. באני האט מיט ביידע הענט אנגעכאפט די הינטערשטע, און זיך ווילד געווארפן, שרייענדיג פאר ווייטאג. אה....אה.....אהוטש.....אוי טוהט עס וויי!! אוי טוהט עס וויי! אוי יוי יוי יוי ...אויש....מאמאמיא...מאמאמיא....

מושי האט זיך דערשראקן פאר א וויילע. און מאמענטאל שטילגעשוויגן. אבער האט תיכף דערויף אנגעהויבן לאכן, הערנדיג אז עפעס אינטרעסאנט שפילט זיך אפ אינעווייניג, אין זיין טאטעס צימער.
באני האט געשפירט ווי די בלוט קומט אים ארויף אין פנים....אבער די ווייטאג וואס ער האט געשפירט, האט אים גלייך דערמאנט, אין וועלכער סיטואציע ער געפינט זיך. אויף ערשטן מינוט האט באני געטראכט צו בלייבן ליגן נאך א 15 מינוט אויסגעפראקט אויף די ערד. כדי צו כאפן דעם אטעם, און זיך אביסעלע אויסקורירן פונעם שטערבליכן פאל. אבער די לאכעריי פון אינטערן טיר, האט אים ארויסגענימען פון גלייכוויכט, און אויפגעוועקט צום רעאליטעט.

באני האט זיך פאמעליך אינטערגעהויבן, כאפענדיג א בליק אויף הינטערוויילעכטס, כדי זיכער צו מאכן אז זיין הויז איז נאך דא געבליבן. און אז ס'האט זיך אים נישט געעפנט א לאך ווי ביי קרח ועדתו. א ביטערע גרימאסע האט זיך באוויזן אויף זיין פארזויערטן געזיכט, ווען ער האט אויפגעמערקט אז זיין גראבע דעקע, איז געלעגן איינגעטונקן און אריינגעמיירעט אין די פארבליבענע נעגל וואסער זאפט. איינזאפנדיג אין זיך, אלעס וואס זיין נאכט העמד האט פארפאסט אריינצונעמען. ער האט געמוזט שלום מאכן מיט דער ידיעה אז ס'איז מעגליך ל"ע אז היינט וועט ער שוין מער קיין אויג לעפל נישט פארמאכן.

אויפשטעלנדיג זיך האט באני, אויסגעקוועטשט זיין נאכט העמעד, דאס מערסטע וואס מעגליך, צוליב וואס די וואסער אין זיינע קליידער האט פארשווערט זיין גאנג. זייענדיג שוין עקסטרים איבערוואגיק אזוי אויך. אצינד האט שוין באני געשטעלט זיכערע און פעסטע טריט. נישט וועלנדיג נאכאמהאל קישן די ערד, אבער ווי צו זיין גוט מזל. האט ער אין איינע פון די דאזיגע טריטן, געהערט א ווייטאגליכע נויז, פון גלעזער קרעקונג.

זיין געלעזער וואס ער האט נעכטן אויסגעטאהן, און אראפגעלאזט ערגעצוואו אין דער זשאנגל פון זיין צימער. האט זיך יעצט טאטאל ציפיצלט, ווען זיין פיס האט זיך באגעגנט דערמיט. א שטיקל ברילן, איז געבליבן קלעבן אינטער זיין פיס-פלאכן. אבער ער האט נישט געוואלט יעצט אויסגעבן כוחות, מיט'ן זיך אראפבייגן און עס אפטיילן פון זיין פיס. צוליב וואס ס'האט געהערשט א גרויסע שרעק אז דאס קען צופירן צו א מאנגל אין באלאנס, צוליב זיין ריזיגע קערפער, וואס שטרענגט זיך אהן איבער די מאס. אראפבייגענדיג זיך, צופירענדיג חלילה, צו א טאטאלער צוזאמענבראך, און קאטאסטראפע.


באני האט געעפנט די טיר, און אויפגעהויבן דעם קליינעם מושי, וואס האט שוין אינצווישן איינגעדרימלט נעבעך, זיך ווענדענדיג צו זיין צימער, אים צוריק אריינצושמייסן אין בעט. מושי האט אנגעהויבן שלינגען מיט ס'מויל, און זיך דרייען אין זיינע ארעמעס, באני'ס לעפצן האבן אנגעפאנגען זיך באוועגן מיט א הייסע תפילה צום חנון ורחום אז ער זאל שענקן דעם קליינעם א שלאף פון סיסרא. און ער זאל חס ושלום זיך נישט דערוועקן.

שששש.....שששש.....האט באני שטיל געדינערט צו מושי. פרובירנדיג מיט אלע מיטלען צו פארהיטן אז אלעס זאל זיך איבערחזרן פונדאסניי..."טאטי עסט אסאך מער" האט באני אויפגעכאפט ווי זיין מושי מורמלט אינמיטן שלאף. פארשעמטערהייט האט ער אריינגעלייגט מושי'ן אין בעט, טראכטענדיג צו זיך, אז ווארשיינליך האט מושי געהאט א ווערטער געפעכט מיט א חבר אין חדר, וועלכע טאטע ס'עסט מער..יענעמ'ס טאטע אדער זיין טאטע..

אויפ'ן וועג צוריק צו זיין בעדרום, אדורכשפרייזנדיג דעם קארידאר, האבן דערגרייכט צו באני'ס קליינע אויערן, א איידעלע גערודער, וואס איז געקומען פון קלמיש'נס צימער. זעהט אויס אז קלמיש'ל שטייט שוין אויף פארטאגס.
אה אזא בחור ווי "קלמיש'ל" איז דאך דער גלוסטעניש פון איעדע אידישע טאטע" האבן די מחשבות זיך געפלעכטלט ביי באני'ן אין בויך.

(ורוח הקודש אומרת: באני איז נישט געווען א פערטל פון וואס קלמיש איז געווען. נישט פון בויכעדיגן שטאנדפונקט. און זיכער נישט אינעם גייסטישן פעלד. דער באָלעדיגער קלמיש'ל איז געווען א אכט עקיגע באקס!. א מין מילביגע אקס, וואס שוין יארן נישט געזעהן.! קלוגע לייט וואס האבן אים געזעהן האבן זיך אויסגעדריקט: "ווען דער פרוכט'ל איז געוואקסן, האט א שטורעם ווינט, אויסגעריסן דעם בוים, און ווייט אוועקגעפירט פונעם עפל וואס איז אראפגעפאלן פון איר.
צוליב וואס נישט אז קלמיש'ל איז געווען עטוואס בעסער פון פאטער. נאר ער האט נאך איבערגעשטיגן דעם טאטן מיט זיין איבערגעשפריצטע טפשות.)

באני האט מיט נאסטאלאגיע זיך דערמאנט, ווי ער פלעג אויך אמאהל אויפשטיין פארטאגס. ביי זיך האט ער זיך געווינדערט צו קלמיש וועט נאך אפאר יאר נישט אויסזעהן ווי אים. (גיי קלער אים אויף, אז אלעס וואס זיין ליבליכע מוזשינקל איז עוסק אין ישיבה, איז בלויז פאפן, בית כיסא'נען, און נאכאמאהל פאפן. און בין וישן לויחלום שנית, מאכט ער זיכער אריינצוריקן די זיבן פעטע קיען, ער זאל האבן אויף וואס צו פראווענען זיין עבודה.
אלזא, ער האט נישט וואס צו דאגה'נען, זיין תכשיט'ל וועט אים נאך עני טיים איבערשטייגן...)

מיט ערשטוינונג און ווייטאג האט ער געביטערט אויף די לעצטע שטונדן וואס ער געבטל'ט ראנגלענדיג זיך מיט די מאסקיטן. זיין קליינער מושי האט שוין פעסט געצויגן אויף הויכע סירענעס. ער האט טאקע געהאט א שטיקל פאנטשער פריער, ווען מושי איז געלעגן אין זיינע הענט, מיט די קאפ צו די רעכטע זייט. און מושי'ס קישן איז געלעגן די לינקער זייט. וואס טוט מען אין אזא פאל. אראפלייגן דעם פעקל? העט ער זיך דאך אויפוועקן ?! און דאס גיבט נישט...

אפשר זאל ער זיך אויסדרייען אינגאנצן און אזוי הינטערוויילעכטס ארויפטרעטן אויף מושי'ס בעט און אים אזוי ארויפלייגן ?? נא...אויך נישט ...ער ווייסט גאר גוט וואס דער סוף דערפון איז...די בעט וועט אימידיעטלי זיך איינברעכן און אויפוועקן אלע שכנים. סא..באני איז געווען אובד עצות...און דא ליגט נעבעך מושי אין די הענט, מורמלט, און דרשנ'ט, פון אלעם וואס שפילט זיך, אריינגערעכנט דער גאנצער מעניו וואס באני פארברענט דורכאויס די דריי מאלצייטן א טאג. און ער דארף דאס אלעס צוהערן.

אבער וואס מיינט איר....?! ער איז געווארן פארלוירן? נא נישט באני! באני האט אייביג דעם קאפ אויפן פלאץ, ער האט טאקע ביטער געשוויצט און געסאפעט, אבער לסוף האט ער מיט די פיס ארומגעדרייט... די גאנצע בעט... אזוי אז די קישן זייט, איז אויסגעקומען רעכטס, גענוי אזוי ווי מושי ליגט...אקעי......ביי די ענד האט ער געכאפט אז ער וואלט געקענט פלעין לייגן מושי'ס קישן די אנדערע זייט, אבער ס'שוין עניוועי.. הא קעיר'ס?!

דאס ערגסטע האט אבער פאסירט, ווען אינמיטן פלאגן זיך אויסצודרייען דעם בעט, האט זיין עלנבויגן זיך אנגעקלאפט אין די גרויסע שפילצייג פושקע, פלאצצירט אויף די טשעס אף דראוס, הארט דערנעבן. און פון די זעץ מיט וואס ס'איז אראפגעפלויגן אויפ'ן פלאהר, האט מושי זיך זאפארט אויפגעוועקט. ער האט שווער געברויכט ארבעטן, אז די שלאף זאל אים צוריק באטרעפן, געזינגען אלע שבת'דיגע זמירות.....איי ליי לו לו....לולא תורתך....איני מיני....ווען ער האט שוין ענדליך געמיינט אז מושי שלאפט, און געשפאנט צום טיר. הערט ער מושי זאגן, נאך....נאך...
שוין אבי ער שלאפט יעצט....

באני האט שפאצירט זייער שטאט, זיך אנכאפענדיג אין אלעס וואס ער האט נאר געקענט. שלא ימות כדרך שמת פלוני..ער האט שוין געהאט אין די פארגאנגענהייט ווי ער האט מיאוס אריינגעטרעטן, און ארויפגעטרעטן, אויף פארשידענע אומבאקוועמע אביעקטן. איינמאל האט ער זיך ביטער צושטאכן ארויפטרעטנדיג אויף רחי'ס שטעק שיך וואס איז געלעגן מיט'ן "פנים" ארויף. ער האט נישט געקענט טרעטן ביז כפרות שלאגן..

אן אנדערע מאל האט ער שיין ארויפגעטרויטן אויף מעכי'ס פעמפער, ארטיקלען וואס זענען געלעגן איינגעזייעט אויף יעדן ווינקל, גיבנדיג דעם איינדרוק, אז דער הויז קומט ארגינעל מיט אריינגעבויטע פעמפערס איבעראל.. באני האט שטארק מדייק געווען אכטונג צו געבן אויף יעדן טראט. די אחורים האבן אים נאך ביטער געשטאכן פון ס'פריערדיגע קוצקע. ס'האט זיך אים גארנישט געגלוסט נאך א דעמא. דערפון.

דערנענטערנדיג זיך צו זיין טיר האט זיך קלמישנ'ס טיר געעפנט. באני האט פלינק געמאכט א שפרינג צו זיין צימער און געשיקטערהייט, זיך אריינגעשלייכט אין זיין שטיב. נישט וועלענדיג אז קלמיש זאל אויפמערקן אז ער איז אויף....און פונדעסטוועגן פאלקעוועט ער זיך צוריק אין בעט...דאס איז דאך ממש א להכעיס'ניק.....?! ער איז אויף ? און ער פאקט זיך צוריק?!
ס'חוץ פון דעם וואס ער האט זיך געשעמט צו קוקן זיין צדיק'ל אין פנים, נאכוואס ער מאפעצ'ט ביז'ן טאג אריין... אויף אחשוורוש'ס געלעגער, בעת זיין זוהן ברויך זיך צודריקן זיין נאז אויפ'ן טיש, אין ישיבה. און אפלעקן די שפייעכץ פון די גמרא..


דאס טשוויטשקען פון די פייגל האבן זיך שוין אריינגעהערט פון די אפענע לאדנס, און פון ציווישן די שפארעס, האבן אריינגעשיינט די פרימארגן שטראלן, די בלויע הימל האט אנגעזאגט א נייע טאג פאר די מענטשהייט.

די קאלירפולע בלעטלעך האבן זיך געשאקלט מיט לוסט, און די בוימער האבן זיך געוויגט צום ווינט ווי דער ציבור צום בעל תפילה'ס ניגון ביי קול נדרי. אינדרויסן האט א לייכטע רעגן געקלאפט אויף די פענסטער, און אויפגעפרישט די גרינע גרעזעלעך אין גארטן. זיי אפוואשענדיג זיי מיט זארגפעליגקייט, דען זיי וועלן אומגאט'ס הילף שפייזן די טויבעלעך און פילע ערליי פויגל.
הקב"ה דער רחמיו על כל מעשיו, האט יעדעס באשעפעניש אינזין, און פארגעסט נישט פון קיינעם, קיינמאל. פארזיכערנדיג אז יעדעס איינציג ווערימל זאל האבן פון וואס צו לעבן, און שפייזן איר געזינדל.

בלויז איין באני. ליגט אין בעט מיט א פארקניישטן שטערן און אויסגעציפטע אויסגעזויגטע פיס. פארלייגעניג כוחות איינצודרימלען. ס'איז פארשטענדליך אז די ליכטיגקייט וואס האט זיך עקשנות'דיג אדורכגעשטיפט די פירהענג, האבן נישט קיין סאך צוגעהאלפן צו באני'ס מיטשענישן. און צוגאב, וואס די קישן און די מאטראץ אויף וואס באני איז געליגן אויסגעשפרייט. איז אקארשט אפגעוואשן געווארן מיט א שלאקס רעגן.

איר געדענקט אוואדאי, ווי באני באבלענדיג פאר היץ ווי א זודיגע קעסל, האט אויפגעמאכט די פענסטער אינמיטן נאכט?! יא ...יעצט, ציווישן וואס באני איז ארויס מיט מושי אין די ארעמעס, כדי אים אריינצולייגן אין זיין בעט, האט זיך א שטארקע גאס אראפגעלאזט אין גאס. און אפגעוואשן די שמוציגע גאסן, מיט א דזשעט קראפט. אבער היות באני'ס פענסטער איז געווען ברייט אפן.האבן קוואנטומ'ס וואסער, און צענדליגע לוגין זיך אריינגעגאסן מיט א שפע פון דעם פענסטער וואס העכער זיין בעט..

זיין קישן איז געווארן א וואטער באלאן. און זיין מאטראץ האט געשפירט ווי א וועט ספאנדזש. ווען באני האט אריינגעוואקט אין צימער, האט זיך שוין די רעגן בארוהיגט, און ס'האט זיך בלויז געהערט די שיריים דערפון, אלזא האט באני גארנישט חושד געווען, און מיט א פעסטקייט זיך אריינגעלייגט אין בעט. פארשטייט זיך אז באני איז אריינגעשווימען אין א נאסע וואנע. און שטעלט אייך פאר וויזוי ס'קוקט נאך אויס ווען א 350 פונטיגע קערפער בארירט אזא מאטראץ. פונדעם אליין איז ארויפגעקומען א מ' סאה מים שאובין.
¬¬¬¬
אבער ביי נאו, איז שוין פאר באני'ן צו סאך ברירות נישט געווען .ער האט זיך אויסגעגליכן מיטן מצב, און געפרובט אויסניצן דאס בעסטע וואס ער קען פון די איציטיגע לאגע. באני האט אריינגעצויגן א טיפע שלעפ מיט די נאז, אנפילענדיג זיין מויל מיט א רביעית שליים, אככככ...אכככככ...האט ער געגראדזשעט מיט זיין גאנצע כח, זיין פנים איז געווארן בוריקע רויט. און די ביין פון די נאז פיהל מיט קנייטשן, אלע ביינדעלעך האבן זיך ביי אים געווארפן , מ¬¬ אין די ענדע, האט ער א שפיי געטאן אריין אין די נעגל וואסער, אריינפלאטשקענדיג א דיקע שטיקל שליים, נאכגעפאלגט מיט א רייע געשפייעכצער.

באני פלעגט נישט שפייען אייביג, יוזשעלי האט ער געהאט זיין געהעריגע נאז-פעצל אריינגעשטיפט אין זיין צושלאמפערטע רעקל, אדער האט ער זיך איינפאך אפגעווישט אין זיין שפיץ ארבל. די צווייטע אפציע איז פיהל לייכטער געווען. ווען ער האט אבער געליטן פון א ספעציעלע פארקילונג, דאן איז דער עסק נישט געווען אזוי גלאטיג, דען דאס נאז איז אים גערינען ווי דער פאנאמע קאנאל. אז אפ' זיין געדעכטע שנויצן-דאמבע האט נישט געדינט אלס גענוגנדע שוץ-פאנצער, אז זיין נאז זאל נישט איבעררינען און פארפלייצן די וועלט.

איצטערט אבער, איז ער רעקל-לאז. דעריבער האט ער נעבעך ליידער געמוזט טאן אזא מיאוסער אקט, און אריינשפייען אין די נעגל וואסער שיסל. די שיסל האט שוין יעצט אויסגעזעהן ווי א פערטיגע חמשה עשר קאמפאט, וויבאלד די נעכטיגע אפגעביסענע שדרה פון די 4 עפל וואס ער האט אריינגעהאקט אין בעט, זענען זיך שוין זארגלאז ארומגעשווימען דארט.

און אייניגע פלוימען קערעלעך האבן פארמירט א אינעווייניגסטע ראד, אין וואס זיי זענען התלהבות'דיג געטאנצן. און שפעטער ווען דער קליינער מעכי וועט קומען אריינטאפשען אין צימער, וועט ער זעהן צו פארטיגן דאס וואס באני האט שוין אינמיטן נאכט אנגעהויבן אביסל, נעמליך, ער וועט איבערקערן דעם גאנצן שיסל אויף דער ערד. און באני וועט שוין פאר די קומענדיגע צוויי וואכן, אינגאנצן קענען פארגעסן פון ניצן זיינע אחורים. גיכער וועט ער רועהן אין געלעגער ווי איידער אראפשטעלן נאך א טראט.

באני האט ארויפגעווארפן דעם קלאדרע איבער זיך, פארמאכט די אייגעלעך, און אפגעמאכט , זאל זיין וואס ס'זאל זיין . כ'מוז איינשלאפן...נישטא קיין מעשיות...ער האט ביודעים אנגעהויבן שאנרכעצן, א ווארט איז אים אריינגעטאנצן אין מח, "אדם נפעל לפי פעולותיו" אפשר וועט אים אזוי באטרעפן די שלאף. אבער ווי צו להכעיס האט ער מיט א ביטערע איראניע זיך דערמאנט אין די רש"י . ווי דער רופא האט שטרענג אנגעווארנט דעם חולה , אל תשכב בטחב....ואל תאכל צונן....א שרעק האט אים באנומען ...באני האט שוין אנגעהויבן זעהן קאלירן..כוואליעס...

געשטאלטן און פאנטאזיעס האבן אנגעהויבן רעדן און זינגען, לויבן און אים באדינען..אביעקטן האבן אויפגעהערט זיך אריינכאפן אין זיינע פאלעס, און אלעס ארום, דאס גאנצע וועזן האט גענימען לייכטן. אינטערן באוויסטזיין האט ער געוואוסט אז דאס איז א צייכן פון מלאך החלומות פליגלען..ענדליך קומט שוין דער לאנג ערווארטעטער מינוט וואס ער וועט ווערן אריינגענומען תחת כנפי הפאפעראציע..........באני האט געשפירט ווי ער ווערט צוביסלעך נאם....קודם די פיס דערנאך די הענט....

די דיקע פינגער פון זיין האנט, האט זיך שוין געשאקלט, אזא סארט שלאפעדיגע מאנאווערע. אבער באני האט עס נישט געשפירט. באני האט געשוועבט ביים שוועל פון שינה.
אט....חלומ'ט ער ווי ער גייט אראפ הויכע טרעפן....נאך איינס...און נאך איינס...ס'נעמט נישט קיין עק....ער שטייט 50 שטאק הויעך....אויף איינמאל פלוצלינג....האבן זיך די טרעפן אפגעהאקט......ער גיט א טרעט.....אבער ס'נישטא קיין גרונט.....ער פליהט........אוי....באני'ס קערפער האט געגיבן א לייכטן ציטער....שיעור נישט זיך ערוועקט......אבער ניין ..דאס איז בלויז דער אנפאנג.....א געראנגל ציווישן וואכזאמקייט און דער שלאף...אט קוקט אויס ווי דער לעצטער באזיגט און ער ווערט גענצליך אנטשלאפן.

פלוצים... א פלאָש.....א פלאָש....וואס האט אויפגעציטערט און אויפגעשוידערט אלע גלידער.... דער שכן אויבן האט דיסיידעט צו פלאשן זיין טוילעט....נישט מיינענדיג עפעס באזינדערס...פלעין ....א פלאָש....סתם אראפגעצויגן די וואסער אין ביה"כ....אבער פאר באני האט זיך געדאכטעט ווי דער פלאש האט אפגעקלינגען פון איין עק וועלט ביז דער צווייטער....צענדליגע פלאָשערייען האבן געקלינגען אין באני'ס אויערן ווי קלויסטער גלאקן.. ס'איז איבריג צו זאגן אז באני האט זיך דערפון תיכף ומיד ערוועקט...

וואס איז א פלאש? גארנישט!! אבער באני האט געברויזט ווי א גלעזל סאדע... אזא מין חוצפה און עזות, א מין אויסוואורף...א געמיינער יונג.....ווי וואגט ער זיך צו פלאשן? זיכער איז ער דווקא אריין אין טוילעט און וויסנדיג וואספארא כוחות איך טוה אנווענדן איינצושלאפן האט ער בייזוויליג, בלויז צו טריצן מיט מיר, אראפגעפלאשט די טוילעט....
איך וועל ארויפגיין אים דירעקט פארהאלטן אויף זיין ביליגע פרעכהייט...האט באני געטראכט.....און די קומענדיגע פלאש וואס ער האט ווידער געהערט פון אויבן האט טאקע באשטעטיגט זיינע פארדאכטן...זיכער טוט ער עס מיט א כוונה. איך כ'על אים שוין אנלערנען.
לעצט פאראכטן דורך פעדער אום דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 6:12 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג יולי 29, 2011 7:26 am

גוט פעדער...
אבער דער "גאז קאמער" האט מיר אביסעל געשטערט...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » פרייטאג יולי 29, 2011 8:48 am

ווי האסטו די הארץ מיר צו מאכן אזוי סאך לאכן אנעם לאזן כאפן די אטעם אפילו פאר א מינוט.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג יולי 29, 2011 8:54 am

א מחי' אויפצושטיין צופרי צו א "פעדער" ארטיקל. ס'מאכט די גאנצע טאג גרינגער. ער האט א שווערע טאג און מיר פרייען זיך דערמיט.. אוי באשעפער לייז אונז שוין אויס

אוועטאר
חלפתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 22, 2011 9:36 am
לאקאציע: אין גמרא

תגובהדורך חלפתא » פרייטאג יולי 29, 2011 8:59 am

אייזן...

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2242
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » פרייטאג יולי 29, 2011 9:40 am

פעדער'ל למעשה אז דו ביסט שוין יא אויפגעשטאנען, האסטו געלערנט חומש רש"י מיט אוחה"ק היינט?, סידעך פארט ערש"ק, מסתמא יא, איך שטעל דיר אויף די חזקה...
אבער א גרויסן יישר כח פאר דיינע ווערטער, זעלטן ווען איך שמייכל אין א פארוואלקענטער פרייטיג.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג יולי 29, 2011 10:33 am

git git, zieyer voil, yasher koyech far d shmichlech

אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

תגובהדורך i follow » פרייטאג יולי 29, 2011 10:40 am

פעדער די פארמאגסט די פענע פונעם יאר הונדערט

אגב דערמאנסט מיך די ערשטע מאל וואס כבין אויפגעשטאנען מיט א פארשלאפענע האנט וואס האט זיך נאכגעשלעפט ווי א קלאץ כבין געווען דערשראקען צום טויט

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יולי 29, 2011 12:15 pm

נמנו וגמרו אז דער פעדער פארמאגט א שפראך ווי ... צייט ווי ... און געדאנקן ווי ... א סענס אוו הומאר ווי ... (איך ווייס באמת נישט ווי וועמען, ער איז ממש א יחיד במינו אין יעדן קאטעגאריע)

אזא זיסע ארטיקל... אויף אלע אידן געזאגט

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » פרייטאג יולי 29, 2011 12:44 pm

דער פראבלעם איז אבער אז איך לאך צו סאך הייבט ס׳בויך אן ווייצוטוהן, און דאס טויג נישט!

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 12:16 pm

די פינגער האבן מיר שוין געקיצלט און געדריזלט די גאנצע 9 טעג. אבער ס'איז נישט אנגענומען געווען צו טרייבן שפייס, אין אזעלכע טריבע טעג, ווען שרעקוועדיגע זאכן האבן באטראפן אונזער פארפלאגט פאלק. איבערדעם האב איך זיך אפגעהאלטן פון פארזעצן ווייטער אונזערער געשיכטע.
אבער אצינדער ווען מיר האבן די טרערן, שוין אביסעלע אפגעווישט, און די הערצער זענען פארפולט געווארן מיט האפענונג, אויף א צוקונפטיגע ישועה, במהרה בימינו, קענען מיר זיך שוין ערלויבן, צו ביסלעכווייז פארברייטערן דעם שמייכל אויף די געזיכטער, ערווארטענדיג, מיט אויסקוק, אז נאך די תשעה באב וואס מיר האבן אפגעפראוועט דאס יאר, מיט געוויין און טרויער, וועלן מיר בעז"ה זיכער זעהן בקרוב דעם בית השלישי אין פייער, און קידוש שם שמים וועט ווערן ערפילט מיט א שלימות, און כבוד השכינה וועט נתגלה ווערן מיט איר פולן פראכט און גלאנץ. עס וועט אנטפלעקט און פארפולקאמט ווערן, דאס וואס מיר ווארטן, און גארן שוין דערויף, באלד 2000 יאר.

אין אט איצטערט, ווען מיר קענען, און מעגן שוין א לאכעלע גיבן, האב איך געחשבונ'ט איז נישט מער ווי צוגעפאסט, און עפראפריעט, אייך מיטצוטיילן, א פיצי, מיט די ווייטערדיגער קאפיטלען, פון די אויסטערלישע אויסנאמליכע שווערע מיטמאכענישן, וואס קענען אלץ אריינגעשטיפט, און אפגעשפילט ווערן, אין איין טראטשקי, טאג.

איז אזוי..צוערשט. איידער איך גיי ווייטער מיט'ן ערציילונג, וועלעך אויפמערקן אויף עטליכע שינוים וואס זענען אריינגעטרויטן אין די פאקטן, און אויך אינעם אופן פון אונזער פארציילונג: פערסט אף אלל, האב איך דעצעדירט, נאך א עצה פון גוטע פריינד, און אויך נאכוואס כ'האב אליינס זיך איבערצייגט אין ווערק פון אנדערע, אז ס'איז מער ווירקזאמער, און ראטזאם, צו פארציילן די סיפור אויף א צווייטנס נאמען, און נישט חלילה אויף מיר, אויף וועם עס האט ווירקליך פאסירט.

צוליב, וואס ווי די זאך קענער שאצן, פארמינערט עס די רושם, פון די אנעקדאטן און קטעי מוסר, אויף די ליבע לייענער, און נאכמער, עס קען צומאל נאך צופירן, גאט זאל אפהיטן, אז אין פלאץ וואס דער לעזער, זאל נישט זשאלעווען קיין לאכאלאכא, וועט ער גאר האבן מיטלייד, און איינזעהעניש, מיטגעפיהל, און כ'וויל אפ' נישט ארויסרעדן, "סימפאטיע" מיט "מיך" דער בעל המעשה. אנשטאט געבן א האסטיגע פלאץ פון קייקלעראציע, און קאטאוועס.

לא זו אף זו, שלאגן די געגנער ארויס א טענה, נעמליך, אויב וועל איך שילדערן די פאסירונג, ווי אין ווארהייט - אויף מיר זעלבסט, (מיט וועם ס'איז ווירקליך געווען) דאן פארשעם איך מיך גופא, און דאס גיבט נישט. ס'איז נישט מן האנושיות, זיך אליין אויסצופראקן . סהעט נאך מאכן דעם פנים, אז איך בין טאקע אזוי, א, שלימואל, ווי אנגעגיבן.??? ווי העל איך מיר דאס פרצוף ווייזן פאר די וועלט.??? בעסער פארצייל דעם געשיכטע מיט א פיקטיוון נאמען, א אנדערע פארשוין, און פטור אן עסק...

דעריבער, האב איך באשלאסן, ליבערשט איינצובייטן דעם בעל דבר (אין דעם פאל. "מיך") מיט א עימיצער אנדערש. "טוה דעם עפיזאד אנלייגן אויף עפעס אן אנדער שלימזל, וואס טראגט אפנים א קאמפליטלי אנדערער כאראקטער און אויסקוק ווי דיר מיין האר!" האבן די ראטגיבער געראטן און געפיסקעוועט. און "יא! איר האט צוגעטראפן". (דער אויסדריק: מסתמא, צום הונדערסטן מאל אין דעם סייט! ס'סאקט! ניין?) איך האב רעזיגנירט, קאפוטלירט, און זיך אינטערגעגעבן. נאך אזוינע ווייזע, סענספולע, אינהאלטסרייכע רייד. ווער וועט זיך געגן שטעלן?!

און אזוי איז געבליבן. סוף הדבריםֱ! נאך אלע מעשיות. וועל איך געניסן פון נאך א סעפעראטן קאפיטל, וואס העט מיר גיבן א געלעגנהייט, אייך אויסצומשל'ען זיין זיין געשטאלט, און ציור. גענוי וויזוי דער לעכעריגער שטומפיגע, (מילביגער) נאר, האט טאקע אויסגעקוקט!
טא, וועלעך טאקע אביסל אנהייבן מיט דעם, און שפעטער צוגעבן, וואסעט מיך איינפאלן אין לויף פונעם עפיזאד, "מער פאסיגער" - "השולשול הדברים."
---------------------------צוריק צו אונזער ערציילונג.

אלזא אונזער נעבעכדיגער פארשוין און ארימער מאן, איז געווען אויסגעשעפט אין פארעם....וויזוי זאל איך עס מסביר זיין...??? געאייגנט, זאלסט עס פארשטיין?? ער איז געווען מער די פארעם פון א נומער, "אכט".. א באלי פון אויבן, און א באלי פון הינטן...ד.ה. אין ריין אידיש גערעדט..א בויך פון אויבן און א בויך פון אונטן...און אויב ס'איז נישט גענוג געווען האט ער נאך געהאט, א בויך נעבעך, פון די רוקן . דאס ווערט גערופן און מאמע לשון "א פיקל" און ס'איז אגב געווען, "א ביטערע".

זיין מלמד האט זיך נוהג געווען צו זאגן אויף אים אין חדר, אז די ווערים לאחר מאה, וועלן האבן פון אים, פלייש מיט פיקל. ווען ער איז געשלאפן, איז ממה נפשך געווען בבח' נאה להם ונאה לעולם, איז ער געשלאפן אויף'ן בויך, דאן האבן טראקטאר טרעילערס געקענט ארינטערפארן...איז ער געשלאפן אויפ'ן רוקן האבן זיך א טראק לאוד מיט קינדער געקענט, סיסאוען אויף זיין קאפ און פיס. ווייל נאר די פיקל האט אנגערירט די גראונד. אויף די זייטן איז אים נישט געווען מעגליך, ווייל די רעכטע זייט בויך, איז געווען גרעסער ווי דער לינקער, און ס'האט אים געפערליך אראפגעוואויגן, דעריבער האט ער נישט געהאט קיין באלאנס.
ווידער אויף די לינקע זייט, האט ער געהאט א רעש, פון דא ביז ירדן, אז זאגענדיג ובא לציון , ביים שטיקל "ואשמע אחרי קול "רעש" גדול, פלעג ער זיך נעבעך ביטער ציוויינען...

זינט דאן, ווען איך זיץ ביי א שמחה, און מ'טוט סערווירן די פלייש און פיקל. ממש ווען איך טוה צאמקייען א טרטימר בשר און א סאה פיקל, שיס איך אויס, מיט א געלעכטער, מיט עטליזט א האלבע פיקל אויפן וועיטערס פנים.. אלע סערווירער אין שטאט קענען מיך שוין, דער גוי מאריא, פון ברכה סימא, רופט מיך דער פיקל (פראסעסער) [פרעסער]. ער קומט אייביג צו מיין טיש, מיט א טישטוך צוגעדעקט דעם געזיכט.(אך . שוין ווייטער פארצייל איך פון מיר..)

לענינינו. אונזער פיפל, לאמיר אים אנרופן מיטן נאמען, בונם, אבער בל' חיבה, פלעגן מיר אים רופן, "בונעלע" אנדערע פלעגן אים רופן באניעלע. און אונז דאהי וועלן אים קענען ביים נאמען, "באני"! סא באני, האט ווי שוין ערווענט אויסגעקוקט ווי א גראבער אכטער. א קאפ האט ער געהאט א ריזיגס, אבער צו זיין שלעכט מזל, א פיצי נאז, קוים וואס מען האט די לעכער געמערקט. ס'איז געווען "בלום" קליין...און צוקוועשט. ס'ראץ איז אים שטענדיג, געווען באלייגט דארט. און ס'האט אייביג באצירט זיין שנויצן, ווי כאילו ער איז געבוירן דערמיט..

ווען מען פלעגט גיין קושן דער ספר תורה, האב איך אייביג אויפגעפאסט, ווי ער פלעגט זיך געבן א לאנגזאמע, דייקנות'דיגע וויש אריין אינעם סאמעטענם מענטעלע. כ'שטעל מיך פאר. איך בין זיכער, אפ' . אז ס'איז זיכער געווען אימוועלנדיג, נישט דווקה, אבער ס'איז נישט קיין כבוד פארן הייליגן ספר תורה. טא וואס טוט מען? גיין פארשעמען א צווייטער איד?? אפגעזעהן צו ס'איז באני, אדער עימיצער אנדערש. כ'על מיך ענדישער לאזן אפבראטן אויפן סטאף, געז רענטש, ווי איידער גיין פארשעמען א איד. טא האב איך מיט דעם שמש, באשלאסן , אז מיר וועלן יעדן שני וחמישי אויסוואשן דעם מענטעלע, מיט מיסטער קלין . און אזוי ארום נישט מאכן קיין פאמפע דיראמפע, פון די גאנצע געשעהעניש.

"נידריג" איז נישט א פאסיגע דמיון אדער משל אויף באני. ווייל עס שטימט פשוט נישט ..באני, איז געווען סופער פיצי. אזוי קליין אז מ'האט באדארפט אנטוהן פארגרעסערונגס גלעזער, אים צו באמערקן, פיין! גראב איז ער געווען ווי א בארג.. אבער מ'האט געקענט מיינען אז ס'איז א ברייטע פלאטפארמע, אויסגעבעהט מיט א ווייכע טעפיך. ווען נישט דאס, וואס, גייענדיג, האט ער געשפרינגען און געטאנצט, ווי א סקאנק, און א ריח ווי דעם , האט ער אויך געהאט גאר ענליך. אזוי איז נישט געווען מעגליך אים צו פארזעהן,

סא, א קורצע סך הכול, א גראבע ננס, וואס שפרינגט און שמעקט, ארום ווי א סקאנק, און ציעט אגאנצן צייט מיט די נאז, אריין ,און ארויס, א בריטאן, און א טעענאר, בלאזט , און קלעבט איבעראל... אין פילן זוהן פון ווארט, "א וויסטער אנשיקעניש" ווי אימער ער איז געגאנגען, פלעגן פליעהן פון אים אויסגעבלאזענע טישאס, אין אלע זייטן, אינטער די דעקל פון זיין סידור פלעגן קלעבן אפאר ראציגע סערוועטלעך, אינמיטן שמונה עשרה, האט א געניט אויג געקענט באמערקן ווי ער ריקט אזוי אראפ פון זיין טיש, "גאר פערפעסיאנאל" און פאכמאניש, א זיבן פארבלאזענע טישאס, אויף דער ערד. גיבנדיג דערביי א בליק רעכטס און לינקס אויב קיינער קוקט נישט. און דערנאך מיט די פיס האט ער עס אריינגעשטיפט צו דער שכן פון פארנט, וואס האט נעבעך קיין טישא קיינמאל נאך נישט פארבלאזן בשעת התפילה.

אויב פלעגט איינער חלילה יא באמערקן דאס שענדליכע וואס ער האט אפגעטוהן , דאן פלעג ער זיך איינקנייטשן אין דרייען און שווערליך זיך אראפגעבויגן , אויפצוהייבן די טישוס, אנשטעלענדיג א פנים ווי ס'האט בטעות פאסירט, ער האט דערביי געזיפעט און געקרעכצעט ווי א בלעמ'ס אייזל, און נאך טיפער און העכער געצויגן מיט די נאז און די האלז, אזויווי ער פלעגט שטענדיג טאן , און אזעלכע מאמענטן. דער נויז ווי ער שלעפט ארויף די טאנען שליים, פלעגן מיר איבלען ביז ברעכן, אוי געוואלד...באשעפער אין הימל!

און שטייטצעך ער האט תיכף אויפגעגעבן, נישט פארגעסענדיג ארויסצולאזן א טיפע קרעכץ פאר די כבוד ביהמ"ד וואס איז נעבעך פארשוועכט געווארן פון זיינע געבלאזאכץ, לאמיר שוין נישט רעדן פון דעם אז זיינע הילכיגע תקועות. מיט די טישוס, האבן א טויטער געקענט ארויסשלעפן פון קבר. שמים וארץ נזדעזו, ווען ער האט געפיפן מיט דינערדיגע נאז תרועות. ער פלעג, געווענליך מהדר זיין יוצא צו זיין , אויך שיטת רבינו תם. אך ס'דיסקאסטינג געוועזן..

ווען ער פלעגט גיין אין גאס, אין די קעשענעס זענען אים איבערגעפילט געווען מיט די געבלאזענע סחורה, האט ער לאנגזאם און ביסלעךווייז יעדע פאר מינוט , אראפגעלאזט נאך א צוקוועשטע שמוציגס, אויף די ערד, מיינענדיג אז קיינער מערקט נישט..אין ביהמ"ד ווען ער האט שוין יא אמאהל דיסיידעט, אויסצוליידיגן זיינע קעשענעס, אין דעם מיסטקאסטן , האט ער געוואלט יעדעם איבערצייגן אין זיינע אויסטערלישט ציהל טאלאנטן. זיך אוועקשטעלענדיג א שטרעקע ווייט פון דעם בין, און געווארפן צוויי פולע הענט מיט אמממ...בררר....עכככככי...כ'קען עס אפ' נישט זאגן...צוויי פוהלע הענט מיט געבלאזאכץ, און נאז געמויזעכץ. וואס האט פארשטענדליך אייביג געלאנדעט פונקט א פיס אוועק פון די מיסטקאסטן , אבער וואס מיינטעטס? ער האט זיך שוין לאנג אוועקגעדרייט מיט א גרויסהאלטערישע מינע אויפן געזיט, הא הא . איך בין א געלערנטער ציהל שיסער..

זיין היט איז געווען רינדעכיגער, ווי דער לבנה אינמיטן חודש, און אפגעשוירן גלאט, אפ' אין די 9 טעג, ס'האט זאגאר געהאט אפאר גריבער , זכר לחורבן. די אויבן דערפין איז געווען גרינער ווי מיין אוואקאדא ברויט, און די ברים האט זיך געבויגן ווי די ים כוואליעס,אין די פאציפישע אקעאנען. זיין לאנגע שוואנץ ביים גאמבע {בארד} איז געווען נחלק לשלשה, און אויף די פאות האט זיך אנגעמערקט אז ס'קומט געוווענליך , ארום דעם אויער. צוזאמגעדרייט , אבער לא זכיתי מעולם, עס צו זעהן דערט, וויבאלד זיי זענען שטענדיג ארומגעשפרינגען ווי צוויי צועפענטע ראגעלעך, נעבן די אויער.

ווען ער האט אויסגעטוהן זיין הוט פון קאפ זענען אלע פליגן אין די קאווע שטובל אנטלאפן, און זיין קאפל?!....זענען זיי אויפן ארט אויסגעשטארבן.
יעצט פאר מ'גיימער ווייטער..שטעלט אייך פאר. דעם ספעקטאקל, פון אזא באני'לע. זיך ווארפן און שפרינגען אין זיין געלעגער. נישט אויפהערנדיג זיך צו פאטשן איבעראל, און זעצן אויף אלע טיילן פון זיין קערפער, אריינגערעכנט די גענאק, דאס מערסטע. מיט זיינע פעטע, קעכער - הענט . וועלנדיג פארטרייבן די בייסנדיגע אינזעקטן, און רשעות'דיגע מאסקיטן??!!
לעצט פאראכטן דורך פעדער אום דאנארשטאג אוגוסט 11, 2011 4:11 am, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 12:39 pm

leiby האט געשריבן:ווי האסטו די הארץ מיר צו מאכן אזוי סאך לאכן אנעם לאזן כאפן די אטעם אפילו פאר א מינוט.
שאלת חכם חצי נחמה

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 12:46 pm

איימסארי, איך קען נישט מער...

וואס פארגינסטו מיר נישט אן אטעם צווישן איין שורה און די אנדערע?

אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

תגובהדורך i follow » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 6:25 pm

אוי איז דאס א פעדער

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 8:24 pm

כ'קען נאר איבערזאגן מיינע אויבערשטע ווערטער, א חחח איז ווייניג געזאגט,

עצה טובה מאך עס א צייכן ווי ס'טיילט זיך אפ די הקדמה מיטן ארטיקל גופא,

כמותך ירבו.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
רשכבהג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 29, 2011 1:19 am

תגובהדורך רשכבהג » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 8:53 pm

מפעדער ועד פעדער לא קם כפעדער.
אין די ערשטע ארטיקל מיט די דאכענע האב איך געמיינט אז די דאכענע גייט אריינפלאטשקענעןן אין די נעגל וואסער,,, ב"ה פאר דעם.
אין די צווייטע ארטיקל ביסטו נישט געקומען צום ווארט, האסט נאר געזאגט פון וועם די רעדסט.

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » פרייטאג אוגוסט 12, 2011 12:55 pm

וואו האבן מיר געהאלטן? יא!... אה! כ'ווייס שוין ! עם ...נא! כ'מיין אז כ'האב שוין פארגעסן .. איין מינוט לאמיך מיך דערמאנען....אה....יא יא יא....אקעי . דארט ביי די קלעפיגע טישאס אינטערן דעקל פון סידור...ניין??
אה ניין !! ביסט גערעכט ...אונז האלטן שוין שפעטער...דארט ווי ער האט זיך אומאויפהערליך געפאטשט און געפראסקעט, אויפ'ן גאנצן רינדעכדיגן קערפער, ווען ס'האט זיך אים נאר געדאכט, אז ס'קיצלט אים ערגעצוואו, אדער, ווען ער האט געשפירט א קליין שטעכל.

אויף די באקן...ביידע...קודם די רעכטע...דערנאך די לינקע...דערנאך נאכאמאל ביידע צוזאמען...די גענאק, און די פיס..און אזוי וחוזר חלולים...ביז ער איז נעבעך אזוי רויט און אויסגעצימבלט געווארן , אז ס'איז שווער געווען צו דערקענען א ציווישנשייד פון אים ביז דער גרויסע אויפגענייעטע רויטע רויז וואס האט באצירט זיין בעט געוואנט..ער האט אויסגעקוקט ווי א רויטע אנגעבלאזענע ראקעט באל...ער איז א אפגעשוואכטער צוריקגעפאלן צוריקוועגס, שוויצענדיג ווי א חזיר, באבלענדיג פאר היץ. און זיך קאכענדיג אין זיין הייסע בעט אויף 150 גראד פערנהייט. "איין מינוט כ'קום שוין צוריק..קיינער הייבט זיך נישט אויף פון פלאץ!"
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

תגובהדורך i follow » פרייטאג אוגוסט 12, 2011 1:23 pm

נא פעדער ווי ביזטו כקען שוין נישט זיצען אזוי לאנג

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » פרייטאג אוגוסט 12, 2011 2:11 pm

איז ער אזוי געלעגן אין געסאפעט אפגעשוואכט , אבער נאכאלץ נישט קענענדיג צומאכן אן אויג, אין די טונקלקייט האט ער געקענט הערן וויזוי די בייזע אנשיקענישן די קליינטשיגע מאסקיטן זשומען אים אריין אין די אויערן . בזזזזז.....בזזזז.....און נאך יעדע אזא נויז. איז געפלויגן א פראסק אויף א באק, פון זיינע אייגענע דיקע פלאכן.

אבער טיף ביי זיך האט באני געוואוסט אז די מאסקיטא פליעט זיך ווייטער ארום אהן קיין זארגן, ווי נישט אים האט מען געמיינט, ער האט בכלל נישט געדארפטן אנווענדן קיין גרויסע אנשטרענגונגען זיך ארויסצושמאגלען פון אינטער באני'ס שווערע פויסטן, צוליב וואס, ביז ווען באני'ס הענט זענען אפ' געקומען נאנט אין זיין ריכטונג איז ער זיך שוין געלעגן די אנדערע זייט צימער, און אויסגעבריעט זארגלאז די קומענדיגע דזשענערעישן בלוט צאפערלעך.

ווילאנג עס האט געדויערט באני'נען צו מאנערווירן זיינע לאפעס, האט מען געקענט אפריקן א גאנצן שור הבור אויף איין רייע ציין.. אזוי אז באני האט געוואוסט אז ס'איז אויסגעווארפן די מיה און כוחות וואס ער לייגט אריין צו כאפן די קליינע מערדערלעך. און אזוי האט באני זיך געקוילערט אין זיין בעט, איבערדרייענדיג ווי אפטער זיין קישן, און נאכיאגענדיג מאסקיטן. ווען אזוי, ערגעץ וואו , שפירט ער אז די קאפ איז אים נאקעט, ער טראכט נישט קיין צוויי, ער ווייסט שוין וואו עס איז , דארט וואו עס פאלט אייביג אראפ, ציווישן די מאטראץ אין די דאכענע.

ער האט זיך ווילד גענימען באוועגן ארויף אראפ, רעכטס און לינקס, אריינצווינגענדיג זיינע פעשע הענט ציווישן די מאטראץ, און די פארנט, פיס אף פוירנישער פונעם בעט. די בעט האט גענימען קרעכצן און זיך וואקלען פון די איטענסיווע ארומאארבעטן זיינע, ביז ער האט שוין מורא געהאט אז דאס ווייב וועט זיך ערוועקן . מילא די פארטויבנדע כראפערייען און נאז שלעפערייען, אריינגערכנט די שווערע סאפען, אין טויטע מאסקיטא פרעסק, דאס איז געווען א נאכט נאכטליכע ערשיינונג, פונקט ווי די איינוואוינער אין מאנהעטן וואס וואוינען העכער די פארנומענע שאסייען, און דער אומדערטרעגליכער גערויש טוט זיי קיין כי הוא זה נישט שטערן.

אבער דא איז שוין נישט געווען דאס געווענליכע. עס איז שוין א דבר חדש בא לעולם. באני איז זייער מחמיר נישט צו זיין אויפגעדעקט קיין מינוט נישט. אויס מורא אז די צאל מאסקיטאס וואס ער האט געזעהן היינט וועלן אים ארויספליען פון קאפ. און דא נעמט נישט קיין עק צו זיין אפמוטשענדע זיכעריי. ער קוקט אינטער ביידע קישענעס, אינטער די דאכענע.. "ראצע! שרייט ער אויס, דו האסט באגאנבעט מיין קאפל?
ווי כאילו זי האט נישט בעסערס וואס צוטוהן יעצט, נאר צו שפילן באהאלטן מיט אים אין אזא שפעטע נאכט שטונדע, ווען מ'זיצט ביים בעטלאנע רעבין..

זיין ווייב האט זיך ווילדערהייט ערוועקט, און אויפגעשפרינגען, א שווייס באגאסענע..וואס???
האסטו געזעהן ערגעץ מיין קאפל? שרייט באני ארויס מיט א קראצעדיגע שטימע..!
ביסט משוגע?! ציוואס?!
איך האב נישט גענימען דיין קאפל. שרייט ראצל א פארשלאפענע, מאכענדיג אזוינע קראצעדיגע נויזעס מיט די האלז. "באני טייערע, האסטו פארשפארט די טיר מיט אלע 5 שלעסער? גוט ? גוט? גוט?
באני האט אפ' נישט געהערט וואס זי מורמלט, ער איז געווען פארטאהן אין העפטיג זיכן זיין קאפל, זיך פרייענדיג אז כאטש איז זיין ווייב אויף אים ארויסצוהעלפן, עס זוכן.

א ווילדע געשריי האט זיך ארויסגעריסן פון זיין שטומפיגע גארגל. אויש....אך....משוגה מטארע..שאקס....אך...אך...אך...זאל ער מיר זיין געזונט..
זיין קאפל איז זיך געלעגן שיין איינגעטונקן אין די נעגל וואסער, זיך אפקילענדיג אביסל פון באני'ס הייסע קאפ..און שטינקעדיגע גענגווארט..און דא האט נאכגעפאלגט א רייע טויטע קללות...משוגענער, רשע מרושע..געהארגעט זאל ער ווערן ...זיך אויסגליטשן אויך דזשילעטס...עסן א בעג פאפיטעס און ס'לעצט זאל זיין א ווערעמיגע פארשימלטע...און די ליסטע איז נאך געווען א לאנגע..

אבער צו זיין מזל האט זיך דער קליינער מושי ערוועקט פון בעט, און ווי א ענטפער צו זיינע ביטערע קללות, איז ער געקומען ביז צו באני'ס טיר, און אריינגעשריגן פון אינטן, טאטי! כ'דארף פעטעיטע קוגל מיט מילך! טאטי! כ'האב געחולמ'ט אז א קי וויל מיך אויפעסן..טאטי! כ'האב מורא...

אקעי שעפעלע בּאָבּאָ, האב נישט מורא! קעי? מאמי וועט דיך מארגן געבן א לאלי! קעי? יעצט גיי שיין, לייג זיך צוריק אין בעט!
א מאסקיטא איז זיך רוהיג אריבערגעפלויגן הארט נעבן באני'ס אויער, ניטאמאהל מיינענדיג אים...האאאא...איז באני אויפגעשפרינגען מיט א כעס. א הילכיגע פראסק איז ספאנטאניש געפלויגן אויף זיין לינקע באק..
"טאטי כ'האב אזוי מורא"! האט דער קליינע מושי געברעטשעט...
"כ'האב דיר שוין געזאגט מושי, וויין נישט, און גיי שוין אריין אין בעט..פאר כ'פראסקע דיך צאם...! האט שוין באני'ס געדולט געפלאצט..
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » פרייטאג אוגוסט 12, 2011 2:20 pm

ת"ר משנכנס פעדער לקרעטשמע מרבין ב.... ??? בשמחה? ניין צו א טריקן ווארט, צהלה? אויך נישט, צו בלאס, וואס יא? עפעס א קאסטום מעיד נעים, עני איידיע עוועליבל?

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » פרייטאג אוגוסט 12, 2011 2:26 pm

האני באני פארצייל ווייטער, לאז דעם פעדער לויפן,

יגעתי האקט, יא כ'זיך יעדעס מאל א ווארט, כ'ווארט באני זאל טרעפן עפעס.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » פרייטאג אוגוסט 12, 2011 2:27 pm

גראדע אז מ'רעדט שוין . כ'זוך שוין א לאנגע צייט נאך א ווארט, אויף געלעכטער. כ'מיין אז כ'האב שוין אלעס גענוצט. קייקלעריי, קוילעריי, קאטאוועס, שטיפעריי, לאכעריי, קייקלען זיך, לאכן, (שמייכלען), זיך ווארפן, זיך קוילערן, נישט קענענדיג אטעמען פאר....; פלאצעריי, (געשפאס) (שפאסעריי) געקוצקעוועט, וואקלען זיך, וואלגערן זיך, רוילן זיך, נא..נאך עפעס?
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
רשכבהג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 29, 2011 1:19 am

תגובהדורך רשכבהג » פרייטאג אוגוסט 12, 2011 2:29 pm

-y- -y- -y-

אוועטאר
רשכבהג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 29, 2011 1:19 am

תגובהדורך רשכבהג » פרייטאג אוגוסט 12, 2011 2:30 pm

א בילד וואס רעדט מער ווי 1000 ווערטער (נישט פעדערס...)

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 9:53 pm

אבער דער קליינער שטינקער האט נישט אזוי שנעל געפלאנט אויפגצוגעבן. "מאמי" ! האט ער געפראווט צו ערוועקן די מוטערליכע געפיהלן. אוי מיין גאט! נאר נישט דאס! טראכט באני צו זיך . דער שוטה וועט דאך באלד נאך אויפוועקן די עלטערע קינדער! נאר דאס פעלט מיך אויס צו האבן א גאנצע קוואקעדיגע טשערערדע אריינמעקעווען אינטער מיין טיר. אין געציילטע מינוט!

באני האט געמיינט אז זיין קאפ פלאצט פון אויפרעגונג. און וואס א סקונדע שפעטער האט מושי'ס שטימעלע זיך געהויבן העכער און שטערקער, ביז זיי האבן אריינגעפיפן אין באניעלע'ס אויער אויף פארטייבנדע טענער. ער האט געשפירט ווי ער גייט אויפשיסן ווי א סאדע באטל אין ליאדע מינוט. באני'ס געפיהלן האבן געברויזט און געשטורעמעט, גרויסע טראפנס שווייס האבן באדעקט זיין שטערן, און זיין דאכענע האט געקלעפט צו איהם, ווי א ווינטער גאטשע, מיט וואס די אלטע אידן גייען אנגעטאן.

דאס ווייבל זיינע, ראצע. איז געווען פארזינקען אין א געשמאקע שלאף. און מושי'ס בייזע שרעקן און נערווירענדיגע גראמבלערייען האבן נישט געמאכט דאס מינדסטן השפעה אויף איר. די רוהיגע לאנגע אטעמען, האבן עדות געזאגט אויף א זארגלאזע טיפע נאפעץ. מושי פון זיין זייט, האט אבער נישט געוויזן קיין צייכענעס פון בארוהיגונג, אדער עטוואס רעזיגנאציע. "טאט! מאמי! טאטי! מאמי! מאמי! מאמי! רחי! רחי! ...האט ער פרובירט צו פוקד זיין די זכות פון באני'ס עלטערע טאכטער, וואס האט דורכן טאג אסאך געברויכט זיך אפגעבן מיט'ן פארלאזטן מושי נעבעך....

באני האט געשימפפט און געשאלטן אלס מער און מער....מושי! כ'ווארן דיך ! אויב גייסטו נישט אריין אין בעט, אבער שוין!! שוין !! הערסט?? שוין! וועט דיך טאטי גוט אנפאטשן!
וועההה....וועהההה....האט מושי'ס קעלעכ'ל ווידערסמאהל, אפגעקלונגען, אין די שטילע נאכט אריין , דערשרעקנדיג אלע מאסקיטאס וואס האבן זיך געגרייט אויף א פרישע אטאקע, אינבעק פון באני'ס אויער.

באני האט איינגעזעהן וואסערע רשע ער איז.. אזוי צו באוואשן א קליינע אומשילדיגע נשמה?? וואס איז מיט דיר באני געשעהן ? א רחמנות'דיגע עופה'לע וואלגערט זיך נעבעך פאר שרעק און זיין קליין בעטל, ווערנדיג אויך ווארשיינליך אויסגעצאפט פון א כאפטע מאסקיטן, און איז אצינד געקומען זוכן שוץ ביי זיינע עלטערן, און אביסל ווארעמקייט און פארזיכערונג ביי זיין פאטערס נעסט, פון זיין טונקעלע קאלטע צימער, אדורך געמאכט דעם גאנצן פארכטיגן קארידאר, ביז ער האט ענדליך אהער דערגרייכט צו זיין טאטע און מאמע וואס שלאפן זיך און א זיכערע פארמאכטע צימער, אהן קיינע פחדים און שרעקענישן.

דאס קינד נעבעך ליגט שוין צודריקט אינטערן טיר א 10 מינוט. און דו מאכסט דיך נישט וויסענדיג און נישט הערנדיג...ס'פאסט נישט פאר דיר באני! האט א אינעווייניגסטע שטימע געמאנט...

אקעי מושי.. וויין נישט קעי? ביסט א וואוילע יונגל! אבער יעצט גיי שיין שלאפן. יא? כ'על מארגן זאגן פאר דיין רבי, ווי וואויל ביסט געווען..!!! באני, האט זיך שווערליך אויפגעהויבן פון בעט, וועלנדיג גיין צום טיר, אביסל בארוהיגן מושי. די בעט האט אביסל געקרעכצעט אפאטעמענדיג פון די שווערע לאסט וואס האט איר באלעסטיגט און אביוזט די געוועזענע פאר שעה.

אבער נאך א רייע קללות האבן זיך ארויסגעשיט פון באני'ס איידעלע מויל. ווען זיין רעבישע פיס, האט זיך טובל געווען אינעם נעגל וואסער טעפל, אזוי איבערדרייענדיג דעם גאנצן אינהאלט, שוין מאכנדיג נאס אינאיינוועגס, זיין שיך און זאקן, און "אויב שוין יא אזוי" אויך זיינע שמעקעדיגע וועש וואס זענען געלעגן ציווארפן מיט א סדר, אין אלע ווינקלען פון צימער.
באני איז שוין צו יענע צייט, געווען צו שטארק, אנטוישט, מיד, און צוביסן, פון צו קענען טראכטן גראד, שוין אפגערעדט פון שטיין גראד. ער האט אפ' פארגעסן אפצוגיסן נעגל וואסער, און ווי אלע ווייסן איז זעהר נישט געזינט זיך אנצוהויבן מיט יענע מלאך, וואס ריקט אינטער א פיסל, וואו ער קען נאר, און האט ליב זיך צו דרייען ציווישן די פיס, פאר אזא איינער וואס טינקט "בלויז די פיס אין נעגל וואסער" אבער נישט די הענט.

אין צוגאב איז נאך באני געווען שטארק איינגערעדט אין זיין פעסטע באלאנס, מיינענדיג אז זיין גרויסע בויך טוט פארמירן א פעסשטעלנדע יסוד. וואס איז אומעגליך אומצוווארפן. און זיך פארלאזנדיג אויף זיינע פאר דיקע קורצע פיס, וואס האבן אים געמאכט אויסזעהן ווי א ערד ווארים. און האבן דעם אגיל ואשמח'ן, געלאסענערהייט, צוגעפירט איבעראל, ווי זיין קורצע מוח האט זיי דיקטירט, - האט ער ווייטער שפאנצירט זיכערערהייט.

דעריבער איצט ווען באני'ס קאפל, בנוסף מיט די פידזשאמעס זענען שוין געווען אדורכגענעצט מיט וואסער. און אויף דער דיל האט זיך שוין אויך געשלענגלט אפאר וואסער קאנאלן אין עטליכע ריכטונגען. האט זיך באני שוין קיין סאך נישט געקימערט דערמיט. און מיט איילנדע העלעפאנטישע טריט, האט ער אנגעהויבן שפרייזן צום טיר.

באני איז אויסן געווען אנצוקומען צום טיר ווי שנעלער, אבער פון הימל האט מען אנדערש געוואלט.
זיינע פיס פלאכן האבן פלינקערהייט, "לויט זייערע מושגים" געמאכט דעם וועג צום טיר פון צימער, ווען פלוצים האט באני'ס קערפער זיך ווילד געגעבן א ווארף, און א קורצע צאפל, בעפאר באני האט זיך מיאוס אויסגעגליטשט ווען זיינע פיס האבן באטראטן איינע פון די פריערדערמאנטע קאנאלן אויף דער פאדלאגע.

באני'ס שווערע מאסיווע קערפער האט אראפגעקנאקט מיט א הילכיגע זעץ. אויפוועקנדיג א האלבע גאס. זיינע אחורים האבן אים ביטער געשטאכן, און געשיקט ווייטאג כוואליעס, ארום דעם גאנצן קערפער. באני האט שווער געקרעכצעט, און געזיפצט. די ערד אינטער באני האט זיך איינגעבויגן, און אריינגעקוועשט, פון אימפאקט, שאפענדיג א פארעם פון א בייכל דערינען. באני האט מיט ביידע הענט אנגעכאפט די הינטערשטע, און זיך ווילד געווארפן, שרייענדיג פאר ווייטאג. אה....אה.....אהוטש.....אוי טוהט עס וויי!! אוי טוהט עס וויי! אוי יוי יוי יוי ...אויש....מאמאמיא...מאמאמיא....

מושי האט זיך דערשראקן פאר א וויילע. און מאמענטאל שטילגעשוויגן. אבער האט תיכף דערויף אנגעהויבן לאכן, הערנדיג אז עפעס אינטרעסאנט שפילט זיך אפ אינעווייניג, אין זיין טאטעס צימער.
באני האט געשפירט ווי די בלוט קומט אים ארויף אין פנים....אבער די ווייטאג וואס ער האט געשפירט, האט אים גלייך דערמאנט, אין וועלכער סיטואציע ער געפינט זיך. אויף ערשטן מינוט האט באני געטראכט צו בלייבן ליגן נאך א 15 מינוט אויסגעפראקט אויף די ערד. כדי צו כאפן דעם אטעם, און זיך אביסעלע אויסקורירן פונעם שטערבליכן פאל. אבער די לאכעריי פון אינטערן טיר, האט אים ארויסגענימען פון גלייכוויכט, און אויפגעוועקט צום רעאליטעט.

באני האט זיך פאמעליך אינטערגעהויבן, כאפענדיג א בליק אויף הינטערוויילעכטס, כדי זיכער צו מאכן אז זיין הויז איז נאך דא געבליבן. און אז ס'האט זיך אים נישט געעפנט א לאך ווי ביי קרח ועדתו. א ביטערע גרימאסע האט זיך באוויזן אויף זיין פארזויערטן געזיכט, ווען ער האט אויפגעמערקט אז זיין גראבע דעקע, איז געלעגן איינגעטונקן און אריינגעמיירעט אין די פארבליבענע נעגל וואסער זאפט. איינזאפנדיג אין זיך, אלעס וואס זיין נאכט העמד האט פארפאסט אריינצונעמען. ער האט געמוזט שלום מאכן מיט דער ידיעה אז ס'איז מעגליך ל"ע אז היינט וועט ער שוין מער קיין אויג לעפל נישט פארמאכן.

אויפשטעלנדיג זיך האט באני, אויסגעקוועטשט זיין נאכט העמעד, דאס מערסטע וואס מעגליך, צוליב וואס די וואסער אין זיינע קליידער האט פארשווערט זיין גאנג. זייענדיג שוין עקסטרים איבערוואגיק אזוי אויך. אצינד האט שוין באני געשטעלט זיכערע און פעסטע טריט. נישט וועלנדיג נאכאמהאל קישן די ערד, אבער ווי צו זיין גוט מזל. האט ער אין איינע פון די דאזיגע טריטן, געהערט א ווייטאגליכע נויז, פון גלעזער קרעקונג.

זיין געלעזער וואס ער האט נעכטן אויסגעטאהן, און אראפגעלאזט ערגעצוואו אין דער זשאנגל פון זיין צימער. האט זיך יעצט טאטאל ציפיצלט, ווען זיין פיס האט זיך באגעגנט דערמיט. א שטיקל ברילן, איז געבליבן קלעבן אינטער זיין פיס-פלאכן. אבער ער האט נישט געוואלט יעצט אויסגעבן כוחות, מיט'ן זיך אראפבייגן און עס אפטיילן פון זיין פיס. צוליב וואס ס'האט געהערשט א גרויסע שרעק אז דאס קען צופירן צו א מאנגל אין באלאנס, צוליב זיין ריזיגע קערפער, וואס שטרענגט זיך אהן איבער די מאס. אראפבייגענדיג זיך, צופירענדיג חלילה, צו א טאטאלער צוזאמענבראך, און קאטאסטראפע.


באני האט געעפנט די טיר, און אויפגעהויבן דעם קליינעם מושי, וואס האט שוין אינצווישן איינגעדרימלט נעבעך, זיך ווענדענדיג צו זיין צימער, אים צוריק אריינצושמייסן אין בעט. מושי האט אנגעהויבן שלינגען מיט ס'מויל, און זיך דרייען אין זיינע ארעמעס, באני'ס לעפצן האבן אנגעפאנגען זיך באוועגן מיט א הייסע תפילה צום חנון ורחום אז ער זאל שענקן דעם קליינעם א שלאף פון סיסרא. און ער זאל חס ושלום זיך נישט דערוועקן.

שששש.....שששש.....האט באני שטיל געדינערט צו מושי. פרובירנדיג מיט אלע מיטלען צו פארהיטן אז אלעס זאל זיך איבערחזרן פונדאסניי..."טאטי עסט אסאך מער" האט באני אויפגעכאפט ווי זיין מושי מורמלט אינמיטן שלאף. פארשעמטערהייט האט ער אריינגעלייגט מושי'ן אין בעט, טראכטענדיג צו זיך, אז ווארשיינליך האט מושי געהאט א ווערטער געפעכט מיט א חבר אין חדר, וועלכע טאטע ס'עסט מער..יענעמ'ס טאטע אדער זיין טאטע..
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט