געוואוינהייטן, צו וואס איך בין עדיקטעד!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

געוואוינהייטן, צו וואס איך בין עדיקטעד!

תגובהדורך פעדער » מאנטאג יולי 25, 2011 12:47 am

איך בין שטערבליך אדיקטיוו צו ivelt.com
איך קיי שטענדיג די פאה, ספעציעל אין אנגעשטרענגטע צייטן
ציען מיט די נאז, א טיפע באדייטליכע ציה, איז פאר מיר א טעם גן עדן
איך בין צוגעבינדן צו מיין קליינער'ס טעדי בער ווי מיין יואלי' צו זיין גראבע בינטל שליסלעך.
די רעכטע אויגן גלעזער הענטל, טרעפט שטענדיג מיסטעריעז זיין וועג, אין מיין אויער. ס'קאסט מיר בושות!
שטענדיג מיש איך אויס די קאווע מיט מיין רעכטע אויגן גלעזער הענטל.
זיך אפרייסן פון דער קישן איז ביי מיר אנגעשלאסן אין גרויסע שוועריקייטן, ענליך וואו דער שיכור צום ביטער'נס
די צעטיל קטן פון מיין קאפל, הענגט פערמענאנט ארויס, לעיני כול, לאזנדיג יעדעם וויסן ס'ארא ריזיגע קאפ איך פארמאג..
איך ביין זייער צוגענאגלט צו קלאצעווען און גלאצן אויף א פאליציי קאר בעת אדמדמת.
איך פארגין מיך צו אפט א שארפע קלינגעדיגע שלעפ מיט די האלז, ארויפצוברענגען, וואס'ע שטעלט זיך אין וועג.
שרייבט יעדער אריין זאכן וואס איר ברויכט הילף, הערט אויף זיי אנצוריפן מיט געוויסע דריי ABC,בוכשטאבן, אין אלע פארעמען. דאגה בלב איש ישחנה, וועלן מיר בעזרת השם זיך ארויסהעלפן איינער דעם אנדערן.
הילף!!! הילף!!! הילף!!!
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג יולי 25, 2011 1:21 am

על ראשון ראשון:

אייוועלט איז א טבע, נישט קיין געוואוינהייט. סאו ס׳גוט אזוי.
שלעפ דיר ארויס די ציין... (דיין לאקאלער שוסטער טוטעס גערן...).
אנשטאט ציהן די נאז, בלאז עס. גן עדן לאז דערווייל פאר די אלטע לייט...
דערשטיק דעם טעדי בער מיט יואליס בינטל שליסלעך.
טוה זיך אן לענסעס
טוה זיך אן הנ״ל...
רייס זיך נישט אפ פון די קישן, נעם עס מיט און שוהל...
פארן צעטיל קטן האב איך קיין עצה. אפשר פרוביר פערציג טעג....

עד כאן...

און ער איז א געהאלפענער!!!
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
אלס פארשטייער
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 10:17 pm
לאקאציע: Waiting for GPS signal...

תגובהדורך אלס פארשטייער » מאנטאג יולי 25, 2011 2:13 am

איך האב געהערט אויף קאלעוואסער אז דאס רופט זיך "די עס על".

אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

תגובהדורך i follow » מאנטאג יולי 25, 2011 9:35 am

פעדער אלע עדיקשענס קענסטו אויפגעבן חוץ דיין אייוועלט עדיקשען

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מאנטאג יולי 25, 2011 4:03 pm

די צעטל קטן פונעם קאפל קען מיט א שערעלע מסדר זיין.

און פארוואס רופסטו עס אן "עדיקשען"?..
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מאנטאג יולי 25, 2011 4:09 pm

פעדער האט געשריבן:שטענדיג מיש איך אויס די קאווע מיט מיין רעכטע אויגן גלעזער הענטל.
זיך אפרייסן פון דער קישן איז ביי מיר אנגעשלאסן אין גרויסע שוועריקייטן, ענליך וואו דער שיכור צום ביטער'נס
הילף!!! הילף!!! הילף!!!


וואס טוסטו מיט די הענטל פון די גלעזער נאכן אויסמישן? לעקסט עס אפ?

זיך אפרייסן פון די קישן, נו, צרת רבים... איז די עצה יתגבר כארי. עס איז שווער, אבער דער שכר דערפאר איז זייער גרויס. סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענע וועלט!!...
הפך בה והפך בה דכולה בה!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מטעמים און 26 געסט