די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חלפתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2011 9:36 am
לאקאציע: אין גמרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלפתא »

ווער ווייסט פארוואס דער מיללער איז אריינגעקראכן אינעם וויזל טיר - קיגל וואס האבן צינויפגעטרייסלטהייט אריינגעקלאצט מיט א גאר קרעפטיג ענוועלאפ שפיגל, והמבין יבין, ווי ס'שטייט אין פסוק ווער ס'מיינט אז מ'מיינט איהם מיין איך קיינעם וואס מיינט אזוי, אבער אויב איך מיין אז ער מיינט אז זיין ברידער מיינט אז איך מיין מיין איך, איהם מיין איך טאקע, למעשה האט ארויסגעשפראצט א קליינטשיגער טאלאנטפולער שלאנג - פארטיי, האב איך יא געשוינט דעם איזאק, ווייל יארן פריערהאטעך שוין שמעלקא צונויפגעקלאפט דעם אזויגערופענע וועלט - אפערירטע טויב, שטייטעך אז שיחות חולין פון פארצווייפלטע וואלד - עגאאיסטן בריט אינעם נשמה טיף טיף, וואס טראכטער וועל איך דען שרייבן אין וועלט אריין, וואס עפעס ?
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

כ'האב מיך שיעור דערטראנקן אין געקנעטענע קוגל ווען ס'האט פלוצלינג ארויסגעוואקסן א ווארצל אויף מיין קושקע קנעכל, די גאנצע טאג איז מיר צופארן געווארן, כ'האב פרובירט צו האקן מיט ספיקערס אויף פארדארבענע פסח צוויבל אבער עטליכע קינדער האבן אויסגעגאסן א טרעילער מיט סושי זאפט אויף מיין רעגן שטריימל.

חיות רעות.
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

מיר קוקט אויס ווי דער גאנצער אשכול דא איז א צוזאמענארבעט פון די אראבישע פרילינג מיט די שעטנז לאבעטאריע, זיי ווילן אז פון היינט און ווייטער זאל מען אין יעדע דאזן אייער אריינלייגן א דיסקלעימער אז ס'איז ריין פון לשון הרע און רכילות, און נאכדעם וועלן זיי זיך וואונדערן אז דער עולם דרייט זיך מיט פינקע קראקס אויפן גאס, זאלן זיי פארגינען פאר א צווייטן אויך אמאל צו פארשפארן אן אשכול, וואס מיינען זיי? זיי זענען די אייציגסטע בעלי בתים אויפן בראדוועי טרייענגל? פעעךך! זיי רעגן מיך אויף.

ימים יזמרו.
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והמבין יבין »

אז די לליגס שוין אריין די חריף אין די האקס אויפן האנטוך גיי אין פריזער אין פארשטאפ די האר וואס שטעקט ארויס פון די גליטשער פארוואס ער האט נישט באקומען קיין עליה
זאגט ער אז ס'איז אויסגעלאפן פון לעכער וואס די פעינטער האט געמאכט לשם פסח ביי די רויטע מייער שטעלט ער זיך אפ אין פליט אריין אין מקווה זיכט ער אויך זיין בערזעל וואס
די דענטיסט זאגן אז סאיז א טאטעל לאסט ווען ער זאגט כשם שאני רוקד אין ער טינקט איין די פיש
צו געבן
יומא דהילולא כ״א אדר ב' לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל לצרכי רפואה
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

געגאנגען !
אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלאנטפולער »

קרעפטיג האט געשריבן:געגאנגען !

יא יא. אזוי הייבט זיך עס אהן. איך געדענק נאך פאר ס'איז געווען אזוי.

איז הערץ מיר אויס, אין די קלעסיפיידס איז געווען עדווערטייזט פאר זייער ביליג. האב איך שנעל צוגערופן יעדם איינעם שטילערהייט נאך פאר די מעמד האט זיך אנגעפאנגען און געפרעגט: וויפיל שטאק איז פארהאן? ער האט פראבירט צו ענטפערן אבער שוין געווען צו שפעט. די ריכטער האט נישט אנגענומען די טענות. ווייל למעשה איז עס נישט זיין שער מאשין.

צום סוף האט ער טאקע פארלוירן די עלעקשען'ס ווייל מען האט קיינמאל נישט געטראפן די 2 בעקעלעך יאפטשיק. איי די היינטיגע חברה. וואס ווייסן זיי? ער פארענטפערט זיך נאך אז עס האט גארנישט מיט וויאזוי א קאלקולעטער ארבעט. נאר עס איז פשוט א מנהג הקדמונים.

זאג פון וואו נעמסטו בכלל די אלע נערישקייטן? איך בין געווען דארט בשעת מעשה און איך ווייס ער פאר א פאקט. און דער דרייווער ווייסט דאס אויך. דאס איז שוין חוץ מזה אז ס'איז נישט אזוי טייער ווי דו מאכסט עס. סך הכל וועט מען דעקן די באנק ציפערן מיט א חלה דעקל. און דיין גאנצע טענה איז קיין טענה נישט. ווייל היינט איז דאך שוין דא מער פון איין קאמפעני וואס וואשט וועש פאר שפאט ביליג, אויך אן נתניאהוס קומען קיין וואשינגטאן.

תכלית גערעדט. ווער עס וויל נישט זאל מוחל זיין און אויפקערן די שניי פאר מען ווערט געוואויר פון די גאנצע סאמאטוכע מיט די איימערצוויבעל.
כך נראה לפי עניית דעתי.
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

טאלאנטפולער האט געשריבן:תכלית גערעדט. ווער עס וויל נישט זאל מוחל זיין און אויפקערן די שניי פאר מען ווערט געוואויר פון די גאנצע סאמאטוכע מיט די איימערצוויבעל.

קענסט נישט אויסברעכן פארשימעלטע סוועטערס פון א מצה טאש נאכ'ן פארלירן דיינע לענסעס אין פארפרוירענע פייפס.

דו מוזט פארשטיין, צו באגיין זעלבסמארד קען צוברענגן א פארפלייצונג פון א צופלויגענע בונדעל זופ אין נח'ס תיבה.

דאס איז זיכער נישט קיין ספק אז געוויסע מענטשן באגייען זיך בעסער מיט איינגעפלאנצטע טונא קוגל ווי מיט גאר אלטע פליישיגע מילך וואס מ'האט געקאכט נעבן דעם שווארצן ים.
אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלאנטפולער »

קרעפטיג האט געשריבן:דו מוזט פארשטיין, צו באגיין זעלבסמארד קען צוברענגן א פארפלייצונג פון א צופלויגענע בונדעל זופ אין נח'ס תיבה.

זייט ווען מעסט מען די פיבער פאר מען ווערט געוואויר צו קאנגרעסלייט גלייכן די טשולענט, אדער ווילן זיי גאר אז נחמי' זאל ווערן לייוו-גארד ביים קידוש.

על כל פנים דארף מען נישט טראגן פאפרוירענע הייוועיס אין חדר ווייל זיי מאכן סייווי א קאווע בשעת דע בלאזעיו רעדט צו די פרעסערס

און אז מען רעדט שוין יא וויל איך איינפירן אז די טאל בוטס פארן ארויפגיין אויפן צווייטע שטאק זאל שוין זיין אין פרידזשעדער ווען די המלך אתרוגם מיט די זיידענע הענטשוך ווערן פארמירט אין א ראטן פארבאנד.
כך נראה לפי עניית דעתי.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

הערט א מעשה...
איך האב אמאל פארלוירן מיין שירעם ולא נודע כי באו אל קרבנה, עס האט גע'מבול'ט כמים קרים על נפש עיפה אין איך האב מיך געווארפן ווי א שיף אן א רודער, איך בין געווען דורגעווייקט ווי א קאצ אינמיטן וואסער, איך האב נישט געוויסט וואס צו טין ממש פארלוירן אינמיטן וואלד אן א שירעם איבערן קאפ עס איז נאך געווען א הייסער טאג אויך צו אלע צרות, איך האב ממש געשריגן פאר ווייטאג, אזוי טראכטן'דיג איז מיר איינגעפאלן רויט האנטיג א מחשבת חוץ, איך וועל גיין מאכן א לקח טוב אין בית המדרש, לויף איך אין ביהמ"ד כתינוק הבורח מבית הספר און איך זע דארט בין תנור לכיריים אסאך שירעמעס כלים מכלים שונים אויסגעלייגט איינער נעבן צווייטן אלע די זעלבע לא ראוי זה כראוי זה, גיב איך א כאפ אחת למעלה ושבע למטה ווי נישט מיך מיינט מען און איך אנטלויף, נישט כאפן'דיג אז דער פוקח עיורים זעהט אלעס, לויף אין אויפן גאס כדומן על פני השדה ביז איך בין אנגעקומען צו מיר אינדערהיים אויסגעמאטערט ווי א תינוק בן יומו גיב איך א קוק אויפן שירעם ווי א האן אין בני אדם, והילד איננו עס איז מיין שירעם... (נעמען פיקטיוו...)
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

טאלאנטפולער האט געשריבן: הערץ מיר אויס, אין די קלעסיפיידס איז געווען עדווערטייזט פאר זייער ביליג. האב איך שנעל צוגערופן יעדם איינעם שטילערהייט נאך פאר די מעמד האט זיך אנגעפאנגען און געפרעגט: וויפיל שטאק איז פארהאן? ער האט פראבירט צו ענטפערן אבער שוין געווען צו שפעט. די ריכטער האט נישט אנגענומען די טענות. ווייל למעשה איז עס נישט זיין שער מאשין.

צום סוף האט ער טאקע פארלוירן די עלעקשען'ס ווייל מען האט קיינמאל נישט געטראפן די 2 בעקעלעך יאפטשיק. איי די היינטיגע חברה. וואס ווייסן זיי? ער פארענטפערט זיך נאך אז עס האט גארנישט מיט וויאזוי א קאלקולעטער ארבעט. נאר עס איז פשוט א מנהג הקדמונים.

זאג פון וואו נעמסטו בכלל די אלע נערישקייטן? איך בין געווען דארט בשעת מעשה און איך ווייס ער פאר א פאקט. און דער דרייווער ווייסט דאס אויך. דאס איז שוין חוץ מזה אז ס'איז נישט אזוי טייער ווי דו מאכסט עס. סך הכל וועט מען דעקן די באנק ציפערן מיט א חלה דעקל. און דיין גאנצע טענה איז קיין טענה נישט. ווייל היינט איז דאך שוין דא מער פון איין קאמפעני וואס וואשט וועש פאר שפאט ביליג, אויך אן נתניאהוס קומען קיין וואשינגטאן.
געפעפערטע חרוסת אויף זאלציגע קאטעטשיס גראד נאכן סדר נאכט! ענעקסעישאן איז שוין לאנג א פאקט ווען נישט בלאזי[ארנ]או[זאוט] שפארט נישט אפ די די זעכצן אנסיגע סאדע מאשינס נעבן די צובראכענע פאבליק טעלעפאונס. דזשאו פיקס איטס ביי ביי ביידען האט דאך שוין קלארגעשטעלט אז ער איז נישט ראש הכולל נישט אין קאנגרעס און נישט אין בלומינגבורג און פארדעם האט טאקע דער רויטער געווארפן אויף חיים חייקל׳ס הויז די פארשימעלטע אייער. די עסקנים האבן טאקע מסדר געווען רויטע באלונס פאר יוצאי תדש״ם און בלויע פאר יוצאי משה״ת, אבער ס׳האט זיך ארויסגעשטעלט אלץ א קאלסאלע דורכפאל אין די געשפרעכן. היסטארי האט אלץ געוויזן אז דרייווען נאכן טאנצן ווי די בת היענה חאמעשאסער נאכן פירות סעודה ברענגט צו וויזשאן זעראו וואס פירט צו עקסעקיוטיוו דירעקשאנס וועלכע איז געבינדען מיט התגרות בקטניות וואס זענען אלע נכלל אין די ד.א.מ. (׳דזשעלי אדער מאאן׳) סינדראם וואס קענען נאר געהיילט ווערן מיט הייס-געשניטענע מאסטערד-געבראטענע גארליק-קאוטעד פעפיאה.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

כזע בכלל נישט וואס איז מאדנע מיט דעם אשכול, מיר שטימט יעדעס ווארט דא, סאיז נאך עני טיים אזוי פראדאקטיוו ווי פיל אנדערע אשכולות...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ב' דראש חודש אדר תשע"ה

באשיינפערליך, שיינע פערלעך
נישט פערל די רעבעצין, נאר די צירונג
נישט צירל, נאר צירונג
נישט די רינג, אויך נישט פודינג

אייסיס, די הייסע נישט די קאלטע
די פאשמורגע, יונגע און אלטע
קורדן און ייזידיס, באבעס און זיידיס
יא די ניק און נישט די ניק צוגלייך

פאעזיע, נישט די פון ראש השנה
פאזע, נישט ווערטער פון די לבנה
נישט, נישט די נעגאטיווע
א סאב-פארום אן קיין איין תגובה

געב מיר א לייק אדער א בייק
שטום פאר מיר איינמאל און נאך
ווילסט נישט שטומען פאר מיר? קייק!
כ'וועל מוזן עפענען ניקס אסאך
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

כוירע ;l;p-
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

כ'האלטעס און איין איבערגיין! יעדער פרעקעל שפרינגט זיך זיין אייגענארטיג הויזן טאש אנגעהויפענט מיט געריבענע בענדלעך און האלאפצעס! פארוואס האט משה נתן גע הארגעט אלע מכשפים פונעם גרויסען חצר אויב נישט מיטן נעגל וואסער באטעל אלס אויפטויש מיט כאמאס פאר די גייענדע קארטאפל מיט אינגבער? הא?
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

ווען די זאלסט ווען נאר געדענקען די צימערינג פונעם רעבעצען תהלה לקל יתברך וואלט דיר קשיות אזאנע קיינמאל אין א רעגענדיגע אריזאונע בייגעפאלן! אדרבה, איך טשעלענדזש דיר; ווי איז די קאץ אנגעקומען אינעם אינגעבערדיגע קארטאפל ווען דער פערפל קנעטער האט אזוי אומבאמערקטערהייט איבערגענומען די אויבנאן ביים דרשה?! נאך אלע קלארשטעלונגען אז די שרויפן זאקן זענען קהל און די שאלן הויזן זענען קהלה פארשטייט איר נאכאלץ נישט וויאזוי דעם רבינ״ס אתרוג איז פארוואגעלט געווארן אינעם גריכישען טייל פונעם אסלא אפמאך אינערהאלב דעם ים המלח?!

זקן אב יש לנו, און ווי ער איז משנה אזוי זענען זיי נישט משנה און פארשטייען נישט דאס צו פארשטיין די אומפארשטענדליכע ברויך מען קענען פארשטיין אז אומפארשטענדליכע פארשטענליכע איז אוממעגליך צו פארשטיין אויסער אויב איר פארשטייט דאס פארשטיין פונעם פארשטענדיגונג.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

גערעכטער האט געשריבן:כוירע ;l;p-

פארוואס ניט אין די פאזעריע אפטיילונג?
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אזוי פיהלט זיך ווען מ'פארשטייט נישט וואס מ'הערט ביי א שיעור, און מ'קען נישט צאמשטעלן אן ענדגילטיגע בילד.


אזוי פיהלט זיך ווען מ'פארשטייט נישט קיין שיעור.

אין הלכות שבת הלכה ח' סעיף ח' ס"ק ח', פרעגט דארט דער רמב"ן פארוואס מ'פסקנ'ט נישט אז די הלכה דארט איז ווי ר' חזקי', כידוע איז געווען א גרויסע מחלוקת צווישן רבינו יונה מיטן אבן עזרא, ביי די קליער בהמה, אין דע שטאט "קלי" האט זיך געמאכט א שאלה מיט א בהמה ביים פיס, און דער שוחט האט אנגעפרעגט ביים אבן עזרא און דער באלבאס האט נישט וואוסענדיג אנגעפרעגט דע זעלבע שאלה דעם רבינו יונה, למעשה האבן ביידע גע'פסק'נט, אבער איינער לאיסור און איינער להיתר, און ס'איז געווארן א גרויסער מחלוקה, מ'האט זיך געשלאגען איבער דעם אין אלע בתי מדרשים כידוע דער יעב"ץ.

די גאנצע שאלה אין דע הלכה איז בנוגע א פיס פון א בהמה שנמצאין בו כמין שרודים, צו ס'איז טריפה צו נישט, ווייל אין מסכת חולין קוקט אויס פון די משנה און די סוגיא דארט אז ס'איז פסול און ווי רש"י איז דארט מדייק בלשונו הזהב. אבער תוספות דארט אויפן פלאץ פרעגט אז בשלהי חולין אמר שמואל כתיב אחד אומר בהמה וכתוב אחד אומר בבהמה, א"כ מה אני מקיים כל ברב. איז דא א רשב"א, דער רשב"א שטעלט אראפ די הלכה ווי שמואל אזוי "כל בכלל רוב, רוב בטל בכלל," אזוי זאגט דער רשב"א אין זיין ספר אז איך פסק'ן ווי שמואל.

ווידעראום אין מאירי מסכת כלה איז גאר משמע פארקערט, אז איך זאג יא בטל ברוב בטל בכולו, וואס קומט נישט רוס ווי שמואל, איי עסטע פרעגן דארט ביי א קרבן, עליכדיך ענטפערן, אז דארט ביי א קרבן ווי דע גאנצע שחיטה איז דאך נאר א שחיטה אינו על תנאי , און דארט וואו ס'איז א שחיטה אינו על תנאי זאג איך נישט בטל ברוב בטל בכולו, ווען זאג איך בטל ברוב בטל בכולו, דאס איז אלעס געזאגט ביי עיסקא לפום ריהטיה, אבער ביי עיסקא לפום דיהטיה מיט א דלת, האמער דאך א שיטת התוספות, אין מסכת סנהדרין דף קכ"א, תוספות האלט דארט אויף דעם וואס די גמרא זאגט, כל השלישיות שלישיים באחד עשרה, אנדערש ווי רש"י איז דארט און אין מסכת תמיד מסביר, אז כל השלישיות שלישיים באחד עשרה מיינט דייקא פלגא דחרסא, אבער ביי פלגא דזכוכית, אז איך גיי לויט שמואל, אז כל דמוקי על חילייא מוקי, נאר תוספות האלט אנדערש אז איך זאג נישט בטל ברוב בטל בכולו,

איי די גמרא אין מסכת תמורה, וואס זאגט דאך קלאר אז בהדי שחטי לא מרבינן, אז איך גיי נישט נאך רוב, דאס ווערט פארענטפערט מיט אן אנדערע גמ' אין מסכת פסחים דף רצ עמוד ב' אמר שמואל אמר רב הונא כל לרבות אפילו חיה אפילו עוף.

אין מהרש"א פרעגט ער א קשיא אויף דעם תוספות, אז תוספות אין מסכת שבת זאגט אנדערש, ער ברענגט א תוספות מסכת שבת, תימה, תוספות פרעגט דארט, די גמ' זאגט דארט שוחט אמאי חייב משום צובע, פרעגט תוספות, פארוואס זאג איך אז ווען איינער שעכט מיטן געדאנק אז ער גייט עס עסן נאך דריי טעג, הייסט עס שלא מן הזמן, ס'דאך דא א דרש וואס מ'דרשנט פון פסוק כל ולא כולו, דאס הייסט אז איך זאג אז כל איז א מועט, לרבות, פונקט אזוי ווי איינער וואס וועט אריינקומען אין ביהמ"ד מיט זיין שטויב אויף די פיס וועט ער דען זיין חייב? ניין! ווייל איך דרש'ן כל ולא כולו לרבות ולא למועט. ס'דאך איינע פון דע זאכן וואס הלל האט גובר געווען אויף די בית שמאי, דארט אין מסכת חולין דף קכב,

און די טור פסקנ'ט טאקע אויך אזוי, ער ברענגט פון זיין טאטע דער רא"ש, אז אנו נוהגין, אונז פיהר מיר זיך כשמואל, שלא למלוח מלח אלא בדבר הבא מן הסלע, און דער בית יוסף פסקנ'ט אויך אזוי, נאך דעם וואס ער ברענגט אראפ די ר"ן, און די ריטב"א מיטן ריב"א פיהרט ער אויס "והעיקר כשמואל" אז דער הלכה איז ווי שמואל,

דער פרישה דארט אויפן פלאץ, רעדט ער ארום, און איז מבאר א געוויסע חקירה, וואס ער פרעגט וויאזוי פסקנ'ט דער בית יוסף לויט שמואל, מיר האבן דאך א כלל שמואל ור' יוסי הלכה כר' יוסי, איי וועסטו פרעגן שמואל תנא היא ופליג, דאס איז דאך נאר געזאגט געווארן אין יבנה וחכמיה, און ער בלייבט ביי וצ"ע.

אין ספר 'חמדת בית' האב איך געזעהן ברענגט ער דארט אראפ פון עפעס אן אלט ספר וואס ער האט געטראפן. זאגט ער אזוי "ראיתי" אזוי שרייבט ער, בזה הלשון "ראיתי בספר ישן נושן, ושם כתוב שהיה הדברים לפני רש"י ופסק הלכה כוותיה, דאם בא לפנינו דבר וספק לפנינו אם הבשר קודם או הסכין קודם הולכין אחר הסכין, שהולכין אחר הרוב ובטל כשמואל, און נאך מער זאגט ער דארט, והיה מעשה כזה לפני רבינו שלמה בן יצחק והכשרתו, אז ער האט עס מכשיר געווען, אזוי שרייבט דער ספר חמדת בית פון ר' שלמה אייזנשטאט ז"ל, ער איז געווען א תלמיד פון ר' יודא אסאד ז"ל. אין שולחן ערוך ווערט טאקע אויך געפסקנ'ט ווי שמואל, אז בתר מלחא אזלינן, אזוי זאגט ער אין סעיף ג', און א פלא אז דער מגן אברהם ברענגט אראפ דעם מאירי, אבער ער לאזט אויס איין שורה, און דייקא דעם שורה אבער איך זעה אז דער מחצית השקל ברענגט יא דעם שורה.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום פרייטאג פעברואר 20, 2015 7:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

שוין לאנג נישט געהאט אזאנע קרעמפן אין די געדערים
נשמה!
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

נשמה איך האב א פילינג אז דאס האסטו נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט בשעת'ן שיעור...
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

צי טיף פאר מיר...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

ווער ס'קען נשמה'ס מהלך הלימוד, זעהט אז דאס איז גארנישט קיין וויץ
viewtopic.php?f=6&t=25756&p=1015934#p1015934
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

מאנעלע (איי ווען איך טרעף דיך ווען אויפן באס וואלט עך זעך געדארפט אויפשטעלן פאר דיר? נו! נא! וואס רעדטסע דראג דא!), ענדע און לוי, איך העט געוואלט וויסן ווי אין די פייער פון וואסער אשכול האבן די געשריבענע געדערים טיפערהייט געקרעמפט אין די נשמה?

דריי מאל האט ער געשריבען אז רויטע צעלן זענען טיפער אין די געדערים ווי אין די מאגן קעגן בלויז צוויי מאל די ווייסע צעלן וואס דאס האט נאך געשריבען בדמעות שליש פאר ווער עס געדענקט נאך ווי אזוי ער האט חרוב געלייגט די פראיקטן. איי, חבל אל דנבראין וקריכן לנו על הנערווען בלויז ווייל דער בעל דרשן האט אנגענומען בתר מלחה און ער האט געהאלטן בתר צקרא. די מערכה וואלט ווען געדארפט געקרוינט ווערן בשם החמדת שלמה כמש״נ בדעת הרשב״א וכ״נ וא״ש להמע״ש ודפח״ח און דייטליך אנדייטן די אנדייטונגען פון די אנדייטונגען אז די אנדייטונגען פון די אנגעדייטע שטאטוטן וועלן קיינמאל אין א מחצית השקל נישט פארלעצט ווערן אזוי ווי ער ברענגט דארט די לשון ׳כזה ראה וקדש, הראה לו מאטבייע של אש׳.
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

דריי אויערן שיצערס זענען געטראפן געווארן באשפריצט מיט רויטע אייער פלייש, דאס איז שוין נאכדעם וואס מאנכע פייער קרעקערס האבן צושניטן די פיס פון דרייצן מורישקעס.

ווערעמדיגע טרעפיק אגענטן האבן געשריגן אויף עלטערע קינדער ביי א דזשי 9 סאמיט וואס איז פארגעקומען אין א פיר רומיגע בעיסמענט
די בוילער האט אויפגעקראכט און געהארגעט זעכצן פרעש, זעקס בשמים האלטערס און זיבן פראנצויזן.
נערוועזער
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2008 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערוועזער »

קרעפטיג האט געשריבן: צושניטן די פיס פון דרייצן מורישקעס.

וואס איז פשט פונעם גאנצן געשעפט אז מ'דארף זיך איינרייסן פלעין אזוי מיט אלע מינע מעטאדן צו אויסהאמערן א דיעל מיט זינלאזע אפמאכן ?? הא ?

פארוואס קענסטו נישט פלעין פארמאכן אלע פענסטערס און אויסשיסן אלע מילך באקסעס אויפן בוידעם פון פארדארבערנע אתרוגים.

הער שוין אויף !
באלזאם
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלזאם »

די ברויזענדע כוואליעס פון פישזאפט האבן באדרויעט יעדער ליאדע מינוט איבערצודרייען דעם שוין אזוי אויכעט פארנומענעם ליקעריש.

ווען מיטאמאל , איז פרישע טראנספארט טריקענע שפייעכטס איז געקומען צופליען אין זיין ריכטונג,
ער האט נאך עספיעט צו זעהן ווי ס'דערנעטערט זיך מיט א שנעלקייט.
ווען פלוצלינג האט ער עס באמערקט.

די בלוט האט איהם גענומען קאכן מיט פארגענוגן אויסזויגענדיג זיין לעצטע ביסל סעלף-קאנפידענץ,

ווער האט דיך בכלל גערופן? האט ער געמורמלט צו זיך מיט בייז-וואונדער.

די אזויגערופענע "זאקן-פאנגוס" באוועגונג האט דאך שוין פארגאסן אזויפיל קעטשאפ און מאסטערד...

וויפל לאנג נאך פלאנטסטו זיך צו באדן אינעם סווימינג-פאל פון צולאזטע גאלערעטע??הא????

פפפפוי !!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”