די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » דינסטאג פאברואר 20, 2018 3:43 pm

געטראפן אויף היברו בוקס איך ווייס נישט וואו ס'באלאנגט
לערנט און האט הנאה
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 68&pgnum=1

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דינסטאג פאברואר 20, 2018 4:03 pm

ממש אזוי האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:הערטס א מעשה וואס איז קומענדיגע וואך געשעהן. איך קום אן און שוהל צו מאכן א אויל טשעינדזש און נישט מער און נישט ווייניגער וועם זעה איך?? זונדל דער רויטער! דער וואס איז אלעמאל בראש פון די מחאות קעגן לייגן סמייטע און די פאטעיטאס. געב איך אים א פרעג וואס איז געשעהן מיט דיין דזשאב וואס ער האט מיר געזאגט א וואך פריער (היינט) אז ער האט געהאט א אינטערוויו מיט די עקסטערמינעטאר נאכדעם וואס די מייז זענען געווען און זיין גאראדזש ווי ער האלט די גראז שניידער צו שניידן די נעגל. בקיצור געט ער מיר א זאג. הערסטו שמואל? טראמפ איז געווארן אימפיטשט פון זיין אמט אלס משוגענער אין שטעטל ווייל מעיאר דעבלאזיא האט געוואלט מאכן א געזעץ וואס וועט בענעפטירן די קאנסערוואטיון וואס שטיצן דאקא. אינצוווישן איז אנגעקומען די מנהל מיט א רעוואלווער אין האנט. האלט! האט ער געשריגן. א שוידער איז מיר דורכגעלאפן די ביינער.

פארזעצונג קומענדיגע וואך אי״ה



ס׳כאפט מיר א פארקילאכץ פון גרויס לעמאנאדע זאפט איך קען שוין קוים גיין


די זעלבע סארט פארקילאכץ וואס באבי פיינשטיין פון וואשינגטאן האט געכאפט?

איר פארקילאכץ איז מיסטאם געקומען ווייל זי האט אויסגעמישט די גרעיפדזשוס מיט אייער אבער ווען מיין מאמע פלעגט עס מאכן פלעגט צו צולייגן וויטעמין זי. וואס איז אגב זייער גוט פאר איינער וואס ליידט פון שלייקעס וואס קומט קאנעקטעט צו די הויזן נישט די סארט וואס מען קויפט צו ביי א הויז וואס האלט ביים צאמפאלן פון ציטער פון די נאכט לייגער וואס האו אים אויפגעוועקט מיט א שפריץ הייסע אייס קרים וואס קליינס רעסטוראנט האט געפליפט צו דער באקאנטער בראוקער וואס האט אנגעשדכנט נאזדורפער צו אבערפראנקער וואס זיי האבן זיך שפעטער אפגעגט צוליב א קאמפיוטער גליטש פון אמעריקען עירליינס וואס האט אראפגעווארפן די פאסעדזשיר אויף די פיפטע רייע פון מזרח זייט פון שוהל ווען די רב האט געקלאפט אויפן באלעמער אז זרח מאכט א זכר באנדל געמישט מיט ראזשינקעס און מאנדלען אונטער די גאלדענע ציגעלע פון מענדל׳ס פארם וואס גייט עפענען נאך א אפטיילונג פון די צפון קארעא מיליטער וואס איז געווען אינוואלווד און די ביטקאון זעץ וואס נעיט סילווער האט פאראויס געזאגט די צוזאנפאל פון די טווין טאוערס.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך פאברואר 21, 2018 1:08 pm

באנו באש ובמים ותוציאנו לרוויה. פארוואס איז ותוצאינו לרווי' דאס איז אלעס ווייל מיר זענען געקומען באש ובמים. דאס איז אלעס גאר וועגן דעם... נאר צוליב דער בחינה... דאס איז אלעס נאר טאקע נאר צוליב דער זאך... דער גרויסקייט... דאס גרויסקייט... ווייס מיר דען וואס מיר גייען נאך מתקן זיין ווען מיר וועלן זיך דערנענטערן צום בורא כל עולמים און מיטברענגען מיט זיך דאס גאנצע... נאר וואס'זשע דען... וויבאלד מיר דא וועלן מיר זיך צופלייסן אונזערע כוחות און מיר וועלן זיך דערמאנען אונזער אפשטאם... און מיר וועלן טאקע זוכה זיין טאקע אזוי טאקע און דאס טאקע און דערפאר טאקע און צוליב דעם טאקע... ס'קומט דאך אזא גרויסער פורים... מיט פיינעם וויין... שוין עמער זעהן... דער מדרש זאגט די וואכעדיגע סדרה ויאמר לו פרעה לך מעלי... ער אליין גאר האט געזאגט לך מעלי... דאס איז דאך א געוואלדיגע בחינה... אז דער פרעה אליין האט שוין געשריגן לך מעלי... איז דאך דאס א געוואלדיגער בחינה... איז אזוי... קום מיר דאך צום גרויסן יונטעוו פורים... וועל מיר דאך נאנט ווערן צום בורא כל עולמים... וועל מיר נאך אמאל זוכה זיין צו שפירן דעם טעם... וועל מיר נאך זוכה זיין צו שפירן דאס ריינקייט פון זיין נאנט צום הייליגן באשעפער. און טאקע דערפאר האט דער אייבערשטער געזאגט פאר משה רבינו, את אשר הראותיך בהר. דייקא בהר. דייקא מיט די אלע שוועריקייטן הדומה להר, יצר הרע זאגט דעך די גמרא דומה להר. און טאקע דארט ווערט נתגלה דער כזה ראה וקדש... טאקע מיט יגיעה, טאקע מיט הארעוואניע...

ברבים... אינמיטן בעס מעדרעש... איך פארשטיי נישט וויאזוי דו קענסט עס טון אזא זאך... אינמיטן בעסמעדרעש... מילא ביי דיר אין קאר קען איך נאך פארשטיין, אבער דא ברבים? דו ווייסט חלילה וואס דאס קען אלץ ברענגען?... וואו דיין שכל?... וואס איז דאס? דו ווייסט אז קינדער קענען דא דורכגיין, און זיין קענען זיך חלילה אויסגליטשן... איך מיין אז די בעסטע עצה איז אויפצוהייבן דעם בענענע שאלעכץ און עס לייגן אין גאביטש.

נישטא א בעסערע זאך ווי ישוב הדעת. ווען דער דעת ווערט מיושב... ס'זעצט זיך... ס'זעצט זיך דער דעת... דער דעת זעצט זיך... דער דעת ווערט מיושב... דאס איז שוין אויף א נייע בחינה... פאר פייער און פאר וואסער, מוז נישט דוקא זיין פייער אדער וואסער. יעדע זאך וואס איז שני דברים נגדיים קענסטו קומען, ברענגסט עס אריין. לייגסט עס אראפ. און שוין. דאס אלעס. דארפסט נישט מער ווי דעם. איך זאג דיר אז דו דארפסט עס נישט האבן. וואס פעלט דיר עס אויס. איך זאג דיר אז ס'פעלט דיר נישט אויס. זיץ און ווער צופלאצט. ווער צופלאצט. ווער זאגט דיך אז דו דארפסט אטעמען, דארפסט נישט אטעמען... לעב און שוין... וואס פעלט דיר אויס צו אטעמען?... לעב און שוין.

קוק אן איך, איך, מיר איז גענוג אן א לופט... איך האב מיך מיין ארבעט... איך קום אריין יעדן טאג, איך זיץ מיך ביים קאמפיוטער אן זיך רירן. איך ארבעט אפ, און איך גיי אהיים. מיר איז עס גענוג. לערן דיך אויס, דו מוזט זיך צוגעוואוינען צו לעבן מיט די מינימום. געלט אין באנק? יא. געלט? יא. אוודאי, שיין באצאלן זאל ער. אבער אזוי פונדרויסן? מיר איז גענוג צוויי סלייסעס ברויט. טרוקענע טונא. איך גיי, איך וואש מיך אויף צוויי ברוינע פאפיר. די טעפל איז מיר גענוג אז ס'איז פלעין א פלעסטיק טעפל. ס'דארף אפילו נישט האבן קיין אויפגעקריצטע אותיות. סתם א טעפל. מיר איז גענוג א טעפל ווי די וואס דו טרעפסט אין חדר. אין לאנטשרום. אזוי טרוקן מעג עס זיין. איך נעם זאלץ, ברויט. טונע. און נאכדעם נעם איך די דרייסיג יעריגער סידור. און איך בענטש שטאט.

איך גיי שוין אן אזוי יארן. איך ווייס נישט וואס דו מיינסט אז ס'פעלט דיר פון דיין לעבן. איך בין זייער צופרידן מיט מיין קאר. איך מוז נישט האבן א סידי פלעיער אין מיין קאר. דער עיקר אז איך האב א לעדל אין די דעש בארד וואו איך קען האלטן א ביים עק געקנייטשער תהלים. און אויך ריזיגע גלעזער. דאס איז מיר פונקט גענוג. אויך האלט איך דארט א שטיקל אפצוקראצן די אייז פון די ווינדאו. אויך האב איך דארט איין דינער פון רבי'ן זצ"ל, דאס הער איך. פארטיג. איך ווייס נישט וואס דו ווערט אומגעדולדיג. האסט ווי צו זיצן? נו זיץ און ווארט. האסט נישט וואס צו טון. ס'דא בראשורן אויף ענגליש. ריזיגע ווערטער וואס מאכט נישט קיין סענס און האט נישט קיין טעם. קענסט עס ליינען.

ר' יוד הער אויף, אז דו ווילסט אז מיין לעבן זאל האבן א טעם, מוז עס זיין דוקא א בעסמעדרעש מיט סטייל און טעם אריינגעלייגט. איך גיי נישט אזוי ווי דיר האבן טרוקענע ספרים שענק פאר מיינע ספרים. האסט פארשטאנען. קום אהער, מאך מיך שיינע ספרים שענק. מיט א טעם. ס'מוז האבן א טעם, אז נישט איז מיר ענדערש צו ליגן אין קבר. דארט האט גארנישט קיין טעם. ווילאנג איך לעב דארף איך שיינע ספרים שענק פארשטאנען? איך גיי אים אנקאלן. ער קומט מיר אהער, און ער מאכט מיר שיינע ספרים שענק מיט סטייל. און איך גיי נישט זאגן תהלים אויף א טרוקענע טיש און בענקל. קעי? יא? דאס מוז זיין דוקא א ספעשול מין טיש. איך האב געהערט אז שמעון אברהם בארגהויזער מאכט טישן וואס האט אזוי ווי כאילו דער טיש איז הונדערט יאר אלט. אט אזאנע טישן דארף איך. אז נישט גיי איך צוריק אין חדר באס. זיצן אויף א געווענליכער טיש האט דער זעלבער טעם ווי דער טיר פון באס-חדר. נישט עפעס בעסער. איך גיי אנרופן שמעון אברהם, ער מאכט אזאנע אלטע טישן. נישט געווענליכע טישן. נאר אזוי כאילו משוגע סטייליש. איך גיי נישט זיצן ביי א פלעינע טיש. א טיש מיט פיר פיס איז ביי מיר נישט קיין טיש. פארשטאנען? א באנק מיט צוויי פיס איז ביי מיר נישט קיין באנק. קעי. א תהלים מיט פלעינע גרויסע אותיות איז נאך נישט דער תהלים מיט פופציג פירושים אין די זייט און דוקא א ירושה. מיט א רויטע און א גאלדענע בענדל. איך גיי נישט זאגן תהלים אויפן באס אין א פלעינע קליינע תהלים.

איך ווייס נישט וואס דו רעדסט: מיר איז גענוג א פלעינע דינע שטריק פאר א גארטל. וואס דארפסטו מער. א גארטל און שוין. וואס דארפסטו מער?... פורים? מיר איז גענוג צוויי גלעזער היימישע וויין... א שטיקל חלה... און העכסטענס צינד איך אן א טעיפ... און איך בין זייער פרייליך. איך ווייס נישט וואס דו ווילסט אזוי פון דעם פורים. וואס ווילסטו אזוי פון דעם מגילה ליינען. קענסט מיר זאגן פארוואס דו האסט דיר געקויפט אזא ריזיגער גראגער? איך פארשטיי נישט. ווען איך הער המן קלאפ איך מיט די פיס און שוין. וואס דארפסטו קויפן א ריזיגע האלצענער גראגער, פארוואס? איך שיק משלוח מנות, איך קויף א קעיק, און אינמיטן לייג איך אריין, מ'קען קויפן פארטיגע! אזאנע, ווייסעכמיין. פארטיג. וואס דארפסטו שטיין און זיך משוגע מאכן מיט די משלוח מנות. לאז שוין אפ דו. איך קען לערנען און מיר קומט אויס, אז מ'גייט צו די פרידשידער, מ'נעמט ארויס איין "מאכל" מיט נאך א "מאכל" און מ'שיקט עס. און איך בין זייער העפי דערמיט. דו גייסט און דו דרייסט דיך אן א קאפ, א גאנצע נאכט קענסטו שוין נישט שלאפן נאר צוליב ווייל ס'קומט פורים, און דו ווייסט נישט וועכע משלוח מנות דו גייסט מאכן.

דו ביסט געגאנגען אין סטארס און געקוקט איידיעס, און דו פרעגסט "זאג נאר מעכיל, דו האלסט אז דעס וואלט געווען א גוטע איידיע פאר א משלוח מנות? מ'מאכט אזא קליינע הויזעלע און אין די הויזעלע וועט זיין אזא מענטשעלע און דער מענטשעלע וועט האלטן א מגילה, א קליינע, און דו גייסט אויפשרייבן אויף יעדע איינע "פון משפחת זונשיינער". וואס זאגסטו צו אזא איידיע"? אדער קען מען מאכן א קליינע פיצי עכטע מרדכי הצדיק וואו ער קומט ארויס מיט תכלת וחור ועטרת זהב גדולה ותכריך בוץ וארגמן,

איך פארשטיי נישט וואס דו מאכסט דיך נאריש. ביסט געגאנגען און האסט דיך געקויפט א מגילה צו הערן דערין די מגילה. פארוואס? איך הער די מגילה אין א חומש. א פלעינע חומש מיט אזאנע קליינע ווערטער, וואס מ'קען קוים זעהן וואסערע טראפ ס'האט. אזא רויטע חומש. מיר איז עס גענוג.

און בכלל פארוואס דארפסטו אלעמאל קויפן שיינע דייניגרום בענקלעך? איך בין געגאנגען און איך האב געטראפן ערב פסח אין די גאביטש, הערסט? איך האב געטראפן צוועלעף צאמלייג בענקלעך, און דאס נוץ איך. און בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס דו דארפסט א טשילאר? וואס פעלט עס אויס. איך בין געגאנגען און איך האב געקויפט אזא פלעינע ריזיגע באלב און ס'שיינט הערליך.

הער מיך אויס, איך גיי מיך נישט אריינלייגן אין דיין באקס. מיין בעסמעדרעש ווי איך דאווען גייט נישט האבן ווייסע פלעסטיג טישטוכער. מיין פורים גייט האבן א טעם. איך גיי מיך צוגרייטן צו די מגילה, און איך גיי פילן א נאנטקייט צום הייליגן באשעפער.

הער שוין אויף דערמיט... וואס פעלט דיר עס אויס... דו ווייסט דאך אז מ'קען נישט אזוי אנגיין ברבים... ערליכע יודן דערווייטערן זיך פון אזא מענטש... פארוואס טוסטו עס... וואס דארפסטו עס האבן... וואס פעלט דיר עס אויס... איך בעהט דיך ווארף עס אוועק... ווער האט דיך דאס געהייסן קויפן... זייט דו האסט אנגעהויבן דערמיט ליידסטו דערפון... ס'ברענגט דיך נאר פראבלעמען... איך קען נישט פארשטיין וואסערע משוגעת ס'איז דיר אריין אין קאפ... וואס לצורך ... ווער האט דיך איינגערעדט אז דאס העלפט... ס'מאכט זאכן ערגער... איך בעהט דיך איך קען נישט אזוי מער... דו קומסט אהיים און ממש איך קען נישט אזוי... יעדן איינציגן טאג צופרי און ביינאכט, וואס איז פשט דערפון... ווער האט דיך געזאגט אז דו דארפסט אזוי טון... וועכע פארקויפער האט דיך איינגערעדט אז דו זאלסט... דו רייצט אן... דו רייצט עס אן...אוודאי שרייט מען אויף דיר... אוודאי שרייט מען אויף דיר... מ'קען דאך נישט דאווענען מיט אזא יוד... דו פאר'סמ'סט די לופט... מענטשן טראגן אפ פון דיר אוודאי... ווער האט דיך געזאגט דעס? וויאזוי הייסט ער? געב מיר זיין נומער.

העלאו? דו האסט געזאגט פאר זרח צו עסן גאנצע שטיקער קנאבל צופרי און ביינאכט?

אה.. א גוטן פורים וואס מאכט מען. אוי קוק אן דער האלט נישט ביי גארנישט.

איך בעהט ענק, נישט אריינגיין אין די שטובער, די שטובער זענען שוין פסח'יג. איך בעהט דיך הער אויף טאנצן.

אוי, קוק אן דער האלט נישט ביים געבן נאר א קליין שמייכל. ר' יוד, ס'איז פורים אויף דער וועלט.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אפענע קאפ
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 19, 2018 8:16 pm

ביטע זיך רעכענען מיט מיין ערשטע תגובה אויף ivelt

תגובהדורך אפענע קאפ » מיטוואך פאברואר 21, 2018 5:56 pm

אין דעם שטאט נ. האט געווואוינט א איד מיטן נאמען ק. דער ק. איז געווען אן אויסגעשפראכענעם אנטיסעמיט און האט פיינט געהאט אידן.
אין א טאג, האט זיך ביי דעם ק. גע'חלום'ט, ווי ער שטייט זיך ביים עק וואסער אויסגעשמירט מיט א רייכן טעפיך.
אינמיטן איז ארויסגעשפרינגען א גרויסן וואל-פיש וועלכער האט איינגעשלונגען איהם מיט זיין גאנצן הויז-געזונט. ק. וועלכער איז שוין יארן פארדעם געווען אן אויסגעקראכענעם פון געבורט אויס, האט זיך זייער דערשראקן! ער האט זיך גענומען טראכטן וועלכע שריט ער קען אונטערנעמען כדי זיך ארויסצוראטעווען פון אט דעם געפערליכן פיש. ער האט געשריגן און געשאקלט, געליארעמט און בייזוויליג געוואויעט, און דאן האט ער זיך אויפגעכאפט.
שטיייענדיג א נאסער לעבן זיין בעט האט ער געכאפט אז א אידל שטייט לעבן איהם. א אידל מיט אויסגעקראכענע פיאות, א פונאנדערגעשיידטן בארד, צוויי לאנגע צושאקלטע אויסגעלאשענע ליפן, א ביין-נאז, עטליכע פלייצעס, שטן-אויגן, אן ארויסגעברענגטן אויער, צוויי פונאנדערגעשניטצע הענט, גראבע לאבעס, א בויך אויף אויסצושניידן און דערפון גאלע צו מאכן, עטליכע שווערע שטיקער ביין, און א מויל- הא! איינס אין דער וועלט!
א צושאקלטן האט ער זיך גענומען שרייען: דו, אויסווארף דו! דו פונאנדערגעשניצטע זעקל גאלע! דו מיינסט אז איך וועל זיך גאר לאזן פון דיר? א טויטער וועסטו פון דא ארויסגיין!
און דאן האט ער זיך אינגאנצן אויפגעכאפט. נישט קיין אידל, נישט קיין פיש, א צושראקענע איז יענטע ארויסגעלאפן פון קינדער צימער באגלייט פון עטליכע לעכעריגע אויגן. פארוואס שרייט טאטי אזוי, און אויף וועמען?
דריי וואכן שפעטער האט א שווערע צוק באטראפן נ. ק. האט באשלאסן ארויסצונעמען זיין גאנצע משפחה אויף א רייזע קיין שפאניע.
די ערשטע שטיק צייט אין שפאניע איז געווען שווער פאר משפחת ק. מיט די צייט האבן זיי זיך צוגעוואוינט. ק. איז אראפ די טרעפ ביי איהם אין וואוינונג, און אנידערגעפאלן איבער א שווערוואגיקן שטיין, די ציין זיינע האבן זיך צוריסן, און אנטפלעקט איז געווארן – א גרויסע לאך, ק. איז אריינגעקראכן אינעם לאך, און עטליכע שעה שפעטער איז ער שוין געשטאנען פארן בית הכסא של מעלה.
דער ערשטער מלאך איז אריין מיט א לאנגער דרענגער שטאנג אין זיינע האנט. עס האט געדראהעט איבער די קאפ פון ק. ק. איז אריין אין א שרעקליכן פאניק, ער האט זיך לאנג איינגעבעטן ביי דעם מלאך ביז דער יעניגער האט איהם פריי געלאזן.
דער ערשטער דיין איז אריין מיט א לאנג-אויסגעצויגענער נאז, פינף שיך-בענדלער, עטליכע זאקן איבערן פארשטייפטן טלית, א צוויי מייליגן פאר פיאות, און געשטינקען האט ער פון אלטע שוויץ ווי א חסיד'ישן דזש'ידאק!
-דא אויף דעם עולם –האט ער אנגעהויבן מיט אן איינגעבויגענער שטימע – קוקט מען נישט אויף שיינהייט. דא ברויך מען מצוות און מעשים טובים אזויווי קושן מזוזה, לערנען רחצה, און גיין מיט אלטע וועש. אמת'ע געלט און וואלוטע האט דא קיין ווערד נישט. דו ביסט א פערד-איש.
און אזוי האט איבערגעקלונגען אין אלע עולמות און ווידער אפגעהילכט: "דו ביסט א פערד איש"!
און אזוי איבער די גארער בריאה, פערדאיש!!!!
צווישן די הויכע ספערן-
-א פערד-איש!
ק. האט זיך געוואלט טרויען צו פרעגן –וואס איז דאס פערדאיש? אבער זיין מויל האט זיך ווי צוגעקלעפט צום גומען!
ווי אן אויגנבליק האט זיך פלוצים באוויזן פאר איהם די צורה פון זיין אלטן גרייז-גראהען רבי דער "מלאכת שור" אדער ווי גערופן דער "בורא אבי האלוקים". דער צדיק האט געקוקט אויף איהם מיט קליינע אבער ליבליכע אויגן, און געפרעגט: וואס מאכסטו מיין קינד?
און דאן האט עס פאסירט! ק. איז אריינגעפאלן אין אן אויסגעשניטצן לאך. העכער איהם זענען געפאלן ספרים, געביידעס, קוכנ'ס און וואס נישט. ארום איהם האט זיך כסדר געדרייט מיט א משונה'דיגן אויסעגרעכענטן סדר, א בעזעם מיט א שאוול ארום און ארום מיט א שווער-שאצבארן שנעלקייט. ק. האט זיך מייאש געווען און האט אנגעהויבן שטארק צו ברעכן. עטליכע פונאנדערגעשניטצטע פאר הענט האבן איהם ארומגענומען מיט ליבשאפט און איהם געשטיצט.
נאך דריי שעה האט זיך דער באשעפער פון אלע וועלטן אנטפלעקט פאר איהם מיט א זעקל סטראבערי'ס אין זיין גרויזאמע האנט. מיט א האנטעך האט ער אריבערגעפירט פאר זיין פנים. ק. האט געמיינט אז ער גייט אויס.
דריי גרויסע טראקטאר'ס מיט לאנגע הענט האבן זיך באוויזן אויפן האריזאנט.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מיטוואך פאברואר 21, 2018 6:03 pm

שלום אפענע קאפ. זעה אנצופילן אונזערע קעפ מיט שיינע סחורה .
כה לחי קאיפ אפ גאינג!!

אפענע קאפ
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 19, 2018 8:16 pm

חיזוק ארבעט

תגובהדורך אפענע קאפ » מיטוואך פאברואר 21, 2018 6:46 pm

שקויעך פאר די שיינע אויפנאמע, די השפעה פון א סבר פנים יפות איז "נישט פשוט"!

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך פאברואר 21, 2018 7:05 pm

אפענער קאפ. ניין. דאס איז מעכטיג. ווייסכ'על דיר זאגן. דער ק. איך קען אים גוט. זיין ברודער האט געוואוינט אין שטאט ג.

אז דו ווילסט ווערן שעפעריש, האט געזאגט דער אלטער פון אייוועלט, דאן ווער לויזער. לאז זאכן לויז וועסטו אנהייבן חלומ'ן. ברררררררר. זאכן ווערן פון א בעהט, ווערט עס פלוצלינג א בענקל און זאכן הייבן זיך אן צאמצעמישן. יו... פלוצלינג ווערט ער א חי', ער לויפט מיר נאך, אבער ווען איך קוק אים אן האט ער יא א קאפ פון א מענטש "דו פאני מענטש וואס דו ביסט, דו קענסט נאר ערשיינען אין מיינע חלומות, דו". אבער איך וואונדער מיך אלעמאל נאכן אויפשטיין "פארוואס פרעג איך מיר נישט אליין, 'נשמה' ס'איז א נארמאלער ערשיינוג?

ווען דו לאזט דיין דמיון אביסל ארויס פונעם שכל. מאכט עס נישט קיין סטריקט סענס. אטליסט האסטו כאטשיג נייע פארבינדונגען. אין אמאל פלעגט טאקע זיין אזאנע מעשיות.

אט הערט א מעשה.

שנעל איז ער אריינגעקראכן אינעם פיסל פון זיין טיש. און ער האט זיך דארט באהאלטן, פון דארט האט ער געהאט א לאנגע הייל וואס האט זיך געצויגן ביז טיף אין די וועלדער ערגעץ אין טענעסי. דארט האט ער זיך געהאט זיין ארעמע געביידע. מיט איין דרוק א קנעפל אט איז ער אין די געביידע אין טענעסי. דרוקט א קנעפל די הויז ווערט פארוואנדעלט אין העליקאפטער, ררררררררר. זעצט זיך אריין אין די פראנט, צינד אן אלעס, און הייבט זיך אויף. און אט ווערט דער העליקאפטער א בענקל ווי ער ציהט זיך אויס ביים וואסער, אה די כוואליעס פונעם וואסער וואס קלאפן אריין אינעם שטיין. און אט גייט ער צום שטיין, קוקט עס אן מיט זיינע פארקלערטע אויגן. די שטיין עפנט זיך אויף, דער קריכט אריין, און קומט אן צו איינע פון די היילן אין דיין שפאניע. טרעפט זיך אין אן אלטן בנין, הערן הערט זיך די קולות פון שדים און רוחות. דער ווייסט גראד וואס צו טון "אלע ארויס פון דא". און באלד ווערט אלעס ליידיג. עס אנדעקט זיך פאר אים א גייסט פון א מענטש וואס איז שוין דארט פאר די לעצטע דריי הונדערט יאר און דער מענטש פרעגט אים. "זאג נאר, ווער ביסטו, און וואס פאר א שליחות האסטו דא". איך באפעל דיר זאגט אונזער מענטש, אז דו זאלסט פון דא אפטראגן מיט גוטנס. אבער דער גייסט האלט נישט ביים אוועקגיין. ער נעמט ארויס זיין ספר. א ריזיגער שופר, בלוזט... נאכאמאל... נאכאמאל... און דער גייסט טראגט זיך אפ פון דארט.

אנשטויסענדיג אין א הארטע געגנשטאנד דערשפירט ער די אייזן פון אן אלטן טיר אראפצוגיין צענדליגער טרעפ... שוין צוויי שעה שלעפט זיך אונזער בנימין אויף די אלטע שטיגן פון די געגראבענע פון די אנוסים פון שפאניע, בלוט! האט זיך דא געגאסן. און ווער ביסטו. פרעגט ער א גייסט וואס ער האט געטראפן דארט. ווער ביסטו, און וואס טוסטו דא, פארציילט אים דער גייסט אז ער איז געווען דער וואס האט פארברענט יודן אויפן אטא דע פע. דו גייסט, דו קום אהער נאר דו, דו זאלסט תיפח רוחך, אויס גייסט.

געענדיגט דעם ציהל אין שפאניע. א בלינק מיט די אויגן, געפינט זיך ערגעץ אין ארץ ישראל אויף די בערג. שלעפט זיך מיט זיין טארבע אויף די פלייצע, ווען פון די טארבע קומען ארויסצוקריכן צוויי שאף, און פון זיין פינגער קריכט ארויס א מעסער. א שחט אפ דעם צוויי שאף. אנדעקט זיך די גלגול וואס איז געווען באהאלטן אין אט די שאף און איר קול גייט מסוף העולם ועד סופו. וואו גיי איך יעצט, וואס טו איך יעצט, וואו געב איך מיר אן עצה פון די מלאכי חבלה וואס ווילן מיר נאר שלעכטס טון.

דערפאר בין איך דא זאגט בנימין. א קוק ארויף, א קנייטש דעם שטערן. כוונות און יחודים. ארלעידיגט. דו האסט געהייסן יונה בן זאב הלוי. און דו האסט געריסן געלט פון ארימע אלמנות, ובפרט פון איין געוויסע אלמנה. בנימין נעמט זיין שטעקן, און מאכט אן עיגול מיט כוונות און יחודים, באלד דערויף קומען צו פליען צענדליגער מלאכים, די הימלען שאקלן זיך. ס'שאפט זיך ארויס דער אלמנה... "איך בין אייך מוחל במחילה גמורה, שוין גענוג געליטן" טרערן האבן זיך געגאסן כביכול פון דעם גייסט, ש'כח בנימין.

א דריי, און ער טרעפט זיך אין עגיפטן ביי די פיראמידן, געט א קלאפ מיטן שטעקן, ס'עפנט זיך א געהיימע טירל, ווי דער טירל וואלט פון אייביג אן געשטאנען דארט. בנימין וואקט אריין, א דומפיגקייט שפירט זיך אין דער לופט. אין די זייט ליגט א פרעה. דו פרעה, איך בין געקומען מיט א שליחות, שטיי אויף פון דא דו, מער ליגסטו נישט דא דו, גיי דיר פון דא. פרעה דערשרעקט זיך "ווער איז געקומען דא שטערן מיין מנוחה" ווער ביסטו? איך בין בנימין. נאך איין ווארט און איך מאך דיר אויס. פרעה פליהט ארויס פון דארט. בנימין גייט צו טויזענטער גאלד און זילבער געפינען זיך אונטער דעם פרעה, בנימין וויל צו גארנישט צורירן, ווייל דאס איז לכאורה פון עבודה זרה.

בנימין געט א דריי די קאפ, ער געפינט זיך אין א וועלדל נעבן א ביימעלע, אויבן אויף די ביימעלע טשווישטקעט א פייגעלע, די בארעפליי פליהט ארום פון בלעטל צו בלעטל. בנימין נעמט ארויס זיינע כתבים פון טאש, שטעלט צאם יחודים און האט אינזין כוונות. שווייס רינען פון בנימינ'ס שטערן ווען ער האט דעם דיבוק פרובירט ארויסצוטרייבן.

ווער ביסטו? פרעגט ער דעם דיבוק. דער דיבוק האט נישט געהאלטן ביים ענטפערן. ווער ביסטו... שרייט אויף אים בנימין... דער דיבוק האלט נישט ביים רעדן... בנימין ווייסט שוין וואס צו טון אין אזאנע פעלער. ער ווייסט וועכע כוונה מכוון צו זיין. בנימין נעמט זיין שטעקן, דרייט עס אהער און אהין. ס'קומט צו פליען א ריזיגער מלאך, וואס ווילסטו פרעגט ער בנימין. איך וויל דעם דיבוק מאכן רעדן, און ער וויל נישט. וואס טו איך? זאגט אים דער מלאך דו דארפסט אים זאגן אז דו ביסט אים דא מתקן צו זיין. און נישט סתם ארויסצוטרייבן. בנימין ווייסט שוין וואס צו טון.

ערב שב"ק נאנט צו מנחה, שוין א וואך צייט וואס בנימין פאסט אנגעטון מיט טלית ותפילין און זיך מתבודד אין די וועלדער, זיין מחשבה איז דבוק אינעם קל חי, נישט מסיח דעת געווען קיין רגע כמימרא, געמאכט יחודים. און געשאפן מלאכים אויף מלאכים וואס וועלן אים צוהעלפן מיט די עבודה צו מתקן זיין אט די פארווארפענע נשמה. ערב שב"ק נאנט צו נאכט, בנימין ווייסט אז יעצט איז דער צייט. דער תיקון דארף געמאכט ווערן, בנימין איז גרייט צו פארלירן אלעס, אבי צו קענען טון א טובה פאר א יוד. בנימין זעהט מחנות מחנות שווארצע מלאכים וואס זענען באשאפן געווארן פון די עבירות פון דעם יוד. בנימינ'ן כאפט א ציטער " וויאזוי פארטיליג איך זיי". די חברה זענען דאך אזוי שטארק. ער זוכט אויף א גוטע זאך וואס דער מענטש האט געטון בחייו. אינמיטן דערזעהט בנימין א מלאך, און ער פרעגט אים "זאג מיר ווער ביסטו" זאגט אים דער מלאך "איך בין באשאפן געווארן פון א געוויסע מצווה וואס בנימין האט געטון". בנימין מעסט אפ די כוחות פון אט דער מלאך, צו זעהן צו ער וועט מיט אים קענען ממליץ טוב זיין אויף אט דער צעבראכענע נשמה וואס ווארט שוין נעבעך אזויפיל יאר אויף זיין תיקון און עס נאכנישט באקומען.

בנימין זעהט אז דער מלאך איז נאכנישט גענוג אויף צו קענען א טובה טון פאר דער נשמה. אבער דער נשמה וויינט און בעהט זיך, איך האלט עס שוין נישט אויס פון די מלאכי חבלה, איך האלט שוין נישט אויס דער צער, בשעת'ן לעבן האב איך קוים געגלייבט אין בורא עולם, און יעצט פארשטיי איך שוין אז ס'איז נישט קיין הפקר וועלט, אלעס האט א חשבון, און מ'קען נישט טון וואס מ'וויל, איך בעהט דיך, בעהט ער זיך ביי בנימין, איך ווייס דאך אז דו ביסט א צדיק אמת, און דו קענסט מיך מתקן זיין. איך בעהט דיך, האסט מיך שוין יא געטראפן, יעצט בעהט איך דיר, טו מיר א טובה, ווייל איך האלט נישט אויס די צער פון די חברה, און ער ווייזט אן אויף די אלע חברה וואס שטייען דארט ארום. "זיי בייסן מיר און פייניגן מיר" פאר יעדע עבירה וואס איך האב עובר געווען לייד איך ביטערע יסורים, און קיינער מאכט זיך גארנישט וויסענדיג פון מיר, איך דריי מיך דא ארום נע ונד. זיי באהאלטן מיך פון די צדיקי הדור וואס קענען מתקן זיין נשמות. וואס טו איך, האב רחמנות אויף מיר, איז ממש נישטא קיין עצה פאר מיר?

בנימין געט א ציטער אויף, אלעס אויף דער וועלט וועל איך טון, דיך מתקן צו זיין. גענוג איז גענוג. איך האב רחמנות אויף דיר. יעצט איז פרייטאג פארן זמן, עס ווערט שוין באלד שב"ק, דו וועסט זעהן ווי מחנות מחנות נשמות גייען ארויס פון גיהנם, דאס געשעהט יעדע ערב שב"ק, די רגע דו ביסט אינדרויסן, וועל איך מכוון זיין פאר דיר, און דו וועסט מער דארט נישט צוריקגיין. בנימין שטעלט זיך מנחה מיט הייסע טרערן און מיט געוואלדיגע יחודים און כוונות, ביי מחיה המתים דערזעהט ער דעם גאנצן בילד, ער זעהט קלאר, די אלע נשמות וואס גייען ארויס פון גיהנם, און ער דערזעהט אויך אונזער נשמה, בנימין זעהט קלאר ווי ס'פאדערט זיך פון אים מסירת נפש, "איך מוז" טראכט בנימין צו זיך. "איך וועל נישט לאזן די נשמה מער ליידן" מיט איין קראפט איז ער מכוון די כוונה, מיט מסירת נפש ממש א טובה צו טון פאר א יוד. און דער נשמה באווייזט זיך פאר אים מיט איר ליכטיגן געשטאלט, "ש'כח בנימין, האסט מיר געראטעוועט פון די חברה, איך קען דיר נישט באצאלן, אבער השי"ת זאל דיך באצאלן".

א פרייליכן פורים.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אפענע קאפ
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 19, 2018 8:16 pm

תגובהדורך אפענע קאפ » מיטוואך פאברואר 21, 2018 7:43 pm

נשמה, A1!

קענסט אפשר די דיקע בענדער פון 'מנחם מענדל'? איך בין משוגע פאר זיין דמיון!

BTW איך האלט אז די אלע שטותים וואס מיר שרייבן דא, אז מ'אבזערווירט זיי מיט א דורכדרינגליכן פסיכאלאגישן בליק, קען מען באמערקן ווי עס שפיגלען זיך אפ אין זיי אונזער לעבנ'ס געשיכטע בכלל, און די יעצטיגע סיטואציע פון אונזער לעבן בפרט, וואס זאגט דער עולם צו דעם געדאנק, הע?

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » מיטוואך פאברואר 21, 2018 9:14 pm

איך וועל אייך דערציילן אן אמתע מעשה וואס האט איינמאל פאסירט מיט איינעם וואס יענער איז געווען איין איינציגער. איז דער איינער געגאנעגען אמאל אויף א נסיעה, א רייזע, א וועג, א מהלך, א גאנג. אזוי פונקט אינדערמיט ווען מען האט גיהאלטן ממש האלב אויף האלב פונעם וועג. ממש כחצות, גענוי ביי די גרעניץ ווי מען האלבט. דארט האט ער באקומען א מיחש אין די אויגן; זיינע אויגן ברעמען האבן אים אנגעהויבן שטארק ווי צוטון; עס האט אים געדרוקט, געקוועטשט און געפאנטשט, געהאקט געזעצעט און געהאמערט, געלעכערט, געפייניגט און געשמיסן, געפראסקעט געשלעפט און גערצחט. ער האט שוין נישט געקענט אויסהאלטן, ער איז געווען דערנאך, ער האט געפילט וואו דא ענדיגט זיך עס, עס איז אווער, ער קען קדיש זאגן, ער וועט דא אויסגיין ווי א ליכט, ער וועט זיך אפזעקלן און אפקלען, זיינע קינדער וועלן ווערן יתומים און זיין ווייב וועט ווערן אן אלמנה זיינע עלטערען וועלן ווערן אבלים. אזוי אין זיין שווערע מצב, אין זיין דראמאטישע קלעם, אין זיין פארפייניגטע צושטאנד, אין זיין ענגען סיטואציע, אין זיינע לעצטע מינוטן, און דריגנענדע נויט, טראכט ער צו זיך און ער קלערט, ער פילט און ער שפירט, ער קוקט און זעט אז עס איז נישט אזוי ווי ער טראכט, נישט אינגאנצען גערעכט, נישט ממש, ס׳קען גאר זיין אנדערש, ס׳דא אן אנדערע פערסעפקטיוו, ער הייבט אויף זיינע הענט אזוי ווען די אידן זענען ארויס פון לאגער צו די הריגה ל״ע, און ער כאפט, ער פארשטייט, ער ווערט קלאר, און אויס מבולבל, די נעפל צו גייט, און די וואלקענעס לאזן זיך אויף, א פרישע טאג איז ארויפגעקומען אויפן האריזאנט. ער מאכט אויף די לאדענס און רוקט צו נענטער די נעגל וואסער שיסל וועלכע האט א האלבע קרעכל ביים עק וואס פון דעם טריפעט עטוואס אויפן שטיינערנע פאדאלאגע. ער זאגט מודה אני מיט כוונה און...

פארזעצונג קומט אי״ה און דער המשך וועט נאכפאלגן. קוקט ארויס אויף ווייטערדיגע פרטים, וואס וועט קומען ווי אמשנעלסטן וואס מעגליך
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

ברוינע באנאנע
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 10:34 am

דערוילעם איז גוט מעשיגע

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 11:06 am

ברוינע באנאנע האט געשריבן:דערוילעם איז גוט מעשיגע



די רעדסט פון היץ אדער פאר פייער און וואסער.?
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...

ברוינע באנאנע
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 11:24 am

היץ :oops:

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 1:57 pm

:lol: @ממש אזוי
זעה מער שמייכלען... ווארט... לאמיר זעהן וואס איך קען דיר געבן דא פון מיין בעג... איך האב דא אזוי... איך האב... לאמיר גיין צו די צווייטע דף... לאמיר זעהן וואס איך האב פאר דיר... איין פארטיקולער איך האב שוין לאנג געוואלט נוצן. און דאס וועל איך דיך געבן. פון מיין בעסטע... מיין פעוואריט... (שויתי ה' לנגדי תמיד) ווייס כעל דיר זאגן... חורבן ביתך לא שכחנו... א פיינעם וויין, און דער וויין טרינקט זיך נאך סך מער געשמאק ווען ס'שטייט חורבן ביתך לא שכחנו... הייליגער בורא עולם... אוי לייז אונז אויס, לייז אונז אויס, טאטע לייז אונז, זיי בעסער צופרידן לייז אונז אלץ יודן... איך קען נישט טרעפן יענע סמיילי. אזא וואס טאנצט מיט א שמייכל ארויף און אראפ. ;1@ :bu:mp: <:>P{ ס'איז די דריי צוזאמען.

ווייסעך נישט. הער אויס. הער גוט צו. ביסט דא?... אקעי הער אויס מיין פלאן... ביסט דא?... האלטס מיט... מיר שלאגן זיך צו ממליך זיין דעם הייליגן בורא איבעראל אין די גאנצע בריאה. דאס איז דאך מחיית עמלק... עמלק האט געוואלט מאכן אז מ'זאל נישט פאלגן השי"ת פלאן... אבער מיר שלאגן זיך מיט עמלק... ועצת ה' היא תקום... ס'וועט סייווי זיין... היינט ז' אדר קומט אויפן זכרון משה רבינו... מדורו של משה עד דורו של משיח. הער אויס. חחחחחח. איך האב אמאל געזאגט פאר איינעם... ווען יענער איז אריינגעפארן אין א פאט האל, הערסט? ער איז צוריק ארויסגעקומען פון דארט, ער'ט געמיינט אז ער גייט דארט בלייבן חחחחח, הערסט. חחחחח. ער'ט נישט געוואוסט וויאזוי קריך איך ארויס פון דארט, חחחח. שוין הער אויס.

היינט איז זייער א גרויסע טאג, משה רבינו דער גרויסער בעל רחמים וואס האט אזוי רחמנות געהאט אויף יעדן יוד ממש, על כל פנים, הער אויס וואס איך זאג דיר... איך האב א פלאן... דו טו דיך אן דעיע בעקיטשע, מיט דעם גארטל... הערסט? מאך עס טייט... אזוי, גוט... און נאכדעם טו דיך אן דעיע גלעזער... מיט דעם היט... דעיע שיך... יעצט קוקסטו אויס גוט. לאמיר זעהן... ריק דיר אהינציר... בעק... נאך... נאך.... נאך... אזוי יעצט שטיי... הערליך. זעהסט אויס גוט. אז מיר קוקן אונז אן פון דערווייטענס, דעם גאנצן פיקטשער, קומט ארויס אונזער שיינקייט. סוף סוף טוט מען דאך תשובה מאהבה, ווערט אלעס גוט.


איז אזוי... הער אויס וואס איך האב דיר געוואלט זאגן... אזוי ווי ס'קומט פורים. און איך וויל זאלסט דיך פארשטעלן פאר א סולדשער. איך וועל דיר קויפן די קאסטיום, און דו וועסט עס אנטון. קיינער גייט דיך נישט דערקענען. און מ'וועט דיך אריינלאזן ביים קעניג אין פאלאץ. און דערנאך הער אויס, איך געב דיר דא דעם בריוועלע, איין מינוט, איך האב פארגעסן צו שרייבן, חח, ס'איז געווען צוועלעווע ביינאכט, יא, און יעדער איז געשלאפן, אה כ'האב פארגעסן צו שרייבן, ס'האט גערעגנט... די גאדערס זענען געווארן נאס, און אויך די סיידוואקס, און זיי זענען געשטאנען, ווייסטו וואו? דארט ביי יענע קארנער. ווייסט וואו? יא, דארט, זענען געווען ביידע אנגעטון מיט רעגן קאוטס, מיט א מעיל רעגן קאוט, און די רעגן קאוט איז נאס, כאפסט? אקעי. יעצט, הער אויס, שטיל איז געווען זיין קול, מיט א שטילע קול האט ער געזאגט פאר שמואל, "דא האסטו, זאלסט וויסן אז מיין גאנצע לעבן האט איך אויף דעם געהיטן ווי דאס שווארץ אפל פון מיין אויג, און יעצט איז געקומען די צייט, און ער איז זיך פארגאנגען אין א געוויין, א געוויין פון מיטמאכעניש, און צער, ימים פון פארשטעקטע צער האט מיט איינמאל געטראפן וואו ארויסצוקומען, האסט עס? טרערן זענען גערינען פון זיינע אויגן, האסט עס? יעצט וויאזוי שרייב איך עס, און די סיידוואלק איז געווארן די בית קיבול פאר די טרערן? אבער ס'איז נישט שרייבעריש. ס'איז אכזריות'דיג. דו רעדסט דא פון "טרערן" פון א פארווייטאגט הארץ. ווי קענסטו מאכן אזא דשאוק אז די סיידוואלק איז געווארן א בית קיבול פאר די טרערן? נעמסט עפעס דעם גאנצן "טרערעריי" און דו מאכסט דעם סיידוואלק אלץ אן עיקר. סאו וויאזוי שרייב איך? איך וויל ארויסברענגן די געפיל פון א צוקוקער וואס קוקט נאך די טרערן מיט געפיל, און באמערקט דעם ענדע דעסטינאציע פון די טרערן, וויאזוי שרייב איך עס? הע? וואס? אה, לאמיר זעהן "קלאפנדיג איר שטומע אויפן סיידוואק"? נע... נאך נישט.. ס'ברענגט עס נישט ארויס. ברענג ארויס...

קריך אריין, איין רגע, האלט מיין היט, איך קריך אריין... "ווען דו פראסטע סיידוואק וואלט געוואוסט וואסערע טרערן זי זאפט איין"? "טייערע טרערן זענען אראפגערינגען אויפן אומוויסנדן סיידוואק פון אונטער"? 'נשמה' וואס ביסטו ביזי מיט טרערן. דא לאמיר טרינקען א גלעזעלע וויין. געב אהער יענעם באטל דארט... נישט יענע באטל, דארט... קוק ווי איך ווייז דיר... דאס מיינט כזה ראה וקדש... דו גייסט אויפן וועג? דריי דיך אויס קוקן אויפן פינגער וואס ווייזט. וואו ווייזט עס?... גיי נישט נאך דיין הארץ און דיינע אויגן, גיי נאך די אנווייזונגען פון די פינגער. וועסטו זעהן ווי צו גיין.

דו מוזט פארשטיין אז ס'איז אלעס די הענט וואס פירן א שמועס. אבער מיין שאלה איז, ווען יענער רעדט אויפן טעלעפאון פארוואס ווייזט ער מיט די פינגער, אמער, געב א מאך מיט די הענט, "יענער זעהט דאך נישט דיינע פינגער ווייזונגען". סאו, אויב אזוי, אויב אזוי, וואס האט ער, (דרוק דעם 'ער') וואס האט ער פון ווייזן מיט די הענט. נאר מ'קען זאגן פשוט, אז ס'ברענגט ארויס בעסער, נו, אויב אזוי ווען א מענטש טייפט? מאך ער דאך נישט מיט די הענט? נו, וואס וועסטו דעמאלט זאגן?

הער אויס. איך בין נישט דא געקומען ענק פארציילן מעשיות, (מאסעס) מאסעס קענט עטץ פרעגן ענקער רבין שליט"א, נאר איך וויל ענק זאגן איין זאך, און די זאך איז אזוי. מ'דארף זיך הייבן פארן הייליגן באשעפער. מ'דארף זיך הייבן. פון ארונטער ארויף. פון אינעווייניג געבן זיך אזוי א הייב אזוי, און טאקע דאס טאקע, און אזוי טאקע, און נאך טאקע, און דאס טאקע. פארשטייסט? ס'איז אזוי ווי דו געסט א דרוק און ס'קוויטשעט ארויס א קול. דער קול וואס קוויטשעט דער איז פון אינעווייניג, מחמת דעם דרוק, נישט מחמת ער דארף זיך אנשטרענגען וואס דאס איז נאך נישט דעס! איך וויל מיט דיין גאנצע אינעווייניג זאלסטו זיך געבן א הייב פארן הייליגן בורא עולם. הייליגער באשעפער איך האב דיך ליב. באהבה, פורים איז באהבה. איך האב דיך ליב הייליגער באשעפער, איך מעק אויס דעם המן. איך מעק עס אויס.

און אזוי האט ער אויסגעפירט דער הויעכער רבי, דער בעל "נהר משה" האט ער אויסגעפירט מיט זיין טיפע שטומע . דאס איז די תכלית פון א יוד אויף דעם עולם, ווען אלע קינדער ארום זיצן אויף דער ערד און הערן זיך צו צו זייער רבי'ן. דאס מיינט פאר פייער און פאר וואסער? פארוואס האב איך מיך יעצט דערמאנט פון א טרעלער פארן ארויפפארן אויפן וואשינגטאן ברידש? הע? דריי דיך... פאר גראד... דריי דיך... דריי דיך.... דריי דיך... גראד... דריי דיך... צוריק... צוריק... דריי דיך.... נאך... אזוי.

ז' אדר איז אלעמאל א טאג ווען א מענטש (מענטשן) ווערט נתעורר לתשובה ולתיקון המעשים. סוף סוף, מ'זעהט די ווערטער "חברה קדושה דקהל", ס'דערמאנט אז נאר א לעכטעלע וועט זיין א זכר פאר א מענטש. דאס איז אלעס דא אונטן, אבער א יוד, אז מ'טוט תשובה און מ'טוט תורה מעשים טובים, בלייבט מען מיט עפעס אויבן אויך. אבער דאך, ס'מאכט קאלמונטע אויפן הארץ... ס'איז נישט די הבדלה, קענסט מיר געבן א שענערע, אהער אהין, ר' יוד, ס'איז תשובה ותיקון המעשים. אבער דאך קומט דאך פורים. משה רבינו איז היינט אויך געבוירן געווארן. די שטוב איז געווארן לעכטיג. סאו, מיר דארפן זיך פרייען מיט משה רבינו. די אלע קאלמונטע געפילן ווייסעך נישט וויפיל ס'האט מיט יודישקייט א שייכות. דער עיקר איז תשובה ותיקון המעשים. אבער דאך ס'קומט פורים. חברה עס קומט פורים אויף דער וועלט.

מ'קען דאס גארנישט אריינעמען אין זיך, דאס איז גארנישט ארייננעמבאר. לייז אונז אויס, לייז אונז אויס, טאטע לייז אונז אויס, זיי בעסער צופרידן, לייז אונז אויס אלץ יודן. אוי אוי אוי טאטע לייז אונז אויס, אוי אוי אוי אוי פון גלות שוין ארויס. ס'קומט פורים חברה. לאמיר זעהן דעס איז א גוטער וויין?

פעסער וויינען ליגן דא אויסגע'שורה'ט, פארקלערט שפאצירט זיך אונזער אלעזר אין די טיפע קעלערן, די טיפע (אוי איך דארף קוקן אין "ווערטער אוצר", האסט נישט נאך עפעס א ווארט פאר "טיפע", ווייל איך האב שוין געזאגט איינמאל "טיפע", גארנישט געטראפן) די טיפע ריח פון די וויינען האבן זיך ארייגעצויגן מיט עמקות (וואס איז? איך קען נישט בעסער שילדערן. חחחח) האבן זיך אריינגעצויגן מיט עמקות אין די נערוו (וויאזוי הייסט יענע נערוו? אלפעקטערי, אקעי, גאריד) האבן זיך אריינגעצויגן אין אלפעקטערי נערוו, און פארדרייט די טיפקייט פון די מח. נישט גוט. און "צאמגעמישט די מחשבות פון די מח מיט די וויינען", אויך נישט. "און שטארק משפיע געווען אויף די מחשבות פון די מח"? נאך אלץ נישט. נו, היט שוין די טארגעט. "איינגעמישט געווארן אינעם טיפן ריח פון וויין". שוין דאס בעסטע וואס איך קען, אה, אוודאי, חחח, הער צו "און פאר'שיכור'ט געווארן פון די ריח פון וויין". אה, דאס איז גוט. אה, לייכטער...

און? און (וויאזוי שרייב איך אז איינער פילט זיך א חלק פון די פעסער וויין ארום און ארום?) און "אלעס ארום זאגט וויין" נע. נישט גוט. אך 'נשמה' ביסט א שרייבער? פארוואס גייט עס נישט. נאכאמאל טרייען "זיך טרעפנדיג איינגעשלינגען אין די ארומיגע פעסער וויין" אקעי, אבער איך האב נאכנישט ארויסגעברענגט אז די פעסער וויין זענען אזאנע אלטע, איך וויל געבן דעם איינדרוק פון "אלטע האלצערנע" נישט נאר האלצערנע, נאר די האלץ אליין איז אזאנע נישט פון האום דיפאו, כאפסט? נישט קיין איידעלע. נאר אזוי עכטע אמאליגע צייטן. די האלץ איז אזוי צעקנייטשט, ווייסעכמיין? סאו אפשר קוק איך אין די ווערטער אוצר? "פראסטע" האלץ? גוט? אזא שאד. אקעי וואס נאך? און א גלוסט כאפט אים אן צו טועם זיין פון די וויינען. גוט? אדער דארפסט נאך בעסער? "אלעזר האט געוואלט אויך שפירן אויף זיין צינג דעם דמיון זיינעם". גוט? אוי הלוואי וואלט איך געווען זיך בעסער געקענט ארויסברענגען.

און נאכדעם? און גארנישט. ער האט זיך געטראפן דארט דעם אנדערן צופרי. זייער פשוט. אה פיינער וויין. געב אהער א גלעזעלע וויין. אה ... בורא פרי הגפן...

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 2:15 pm

זעל? איך האב נישט באקומען די מאס פון פארשטאנד כדי אז די מח צעלן און די נוראטראנסמיטארן זאלן זיך קענען פונאנדערקומען אין בעפארברייטונג אויפצונעמען און איינזאפן, כאפן און פארשטיין, דיינע טיפזיניגע, מיסטעריזע זעלישע ווערטער געמויזאכטץ. אויב דו ווילסט און דו האסט א חשק, א רצון און א תשוקה, און אויב דו האסט א ברען און א ווילן אן אינטערעסע און התלהבות מיך צו פארשטיין געבן און מסביר זיין, ערקלערן און אויסקלארן פאר שפיציגין און פארגיטיגן, דיינע רייד. וואלט איך דאס זייער שטארק נישט ליב געהאט. ווייסט פארוואס? ביסט קלאר? ביסט נייגעריג? ווילסט וויסן? ווייל פארוואס יא... וואס גייט עס מיר אן...
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 2:18 pm

;1@
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

קאכעדיגע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

תגובהדורך קאכעדיגע » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 2:19 pm

נשמה האט געשריבן::lol: @ממש אזוי
זעה מער שמייכלען... ווארט... לאמיר זעהן וואס איך קען דיר געבן דא פון מיין בעג... איך האב דא אזוי... איך האב... לאמיר גיין צו די צווייטע דף... לאמיר זעהן וואס איך האב פאר דיר... איין פארטיקולער איך האב שוין לאנג געוואלט נוצן. און דאס וועל איך דיך געבן. פון מיין בעסטע... מיין פעוואריט... (שויתי ה' לנגדי תמיד) ווייס כעל דיר זאגן... חורבן ביתך לא שכחנו... א פיינעם וויין, און דער וויין טרינקט זיך נאך סך מער געשמאק ווען ס'שטייט חורבן ביתך לא שכחנו... הייליגער בורא עולם... אוי לייז אונז אויס, לייז אונז אויס, טאטע לייז אונז, זיי בעסער צופרידן לייז אונז אלץ יודן... איך קען נישט טרעפן יענע סמיילי. אזא וואס טאנצט מיט א שמייכל ארויף און אראפ. ;1@ :bu:mp: <:>P{ ס'איז די דריי צוזאמען.

ווייסעך נישט. הער אויס. הער גוט צו. ביסט דא?... אקעי הער אויס מיין פלאן... ביסט דא?... האלטס מיט... מיר שלאגן זיך צו ממליך זיין דעם הייליגן בורא איבעראל אין די גאנצע בריאה. דאס איז דאך מחיית עמלק... עמלק האט געוואלט מאכן אז מ'זאל נישט פאלגן השי"ת פלאן... אבער מיר שלאגן זיך מיט עמלק... ועצת ה' היא תקום... ס'וועט סייווי זיין... היינט ז' אדר קומט אויפן זכרון משה רבינו... מדורו של משה עד דורו של משיח. הער אויס. חחחחחח. איך האב אמאל געזאגט פאר איינעם... ווען יענער איז אריינגעפארן אין א פאט האל, הערסט? ער איז צוריק ארויסגעקומען פון דארט, ער'ט געמיינט אז ער גייט דארט בלייבן חחחחח, הערסט. חחחחח. ער'ט נישט געוואוסט וויאזוי קריך איך ארויס פון דארט, חחחח. שוין הער אויס.

היינט איז זייער א גרויסע טאג, משה רבינו דער גרויסער בעל רחמים וואס האט אזוי רחמנות געהאט אויף יעדן יוד ממש, על כל פנים, הער אויס וואס איך זאג דיר... איך האב א פלאן... דו טו דיך אן דעיע בעקיטשע, מיט דעם גארטל... הערסט? מאך עס טייט... אזוי, גוט... און נאכדעם טו דיך אן דעיע גלעזער... מיט דעם היט... דעיע שיך... יעצט קוקסטו אויס גוט. לאמיר זעהן... ריק דיר אהינציר... בעק... נאך... נאך.... נאך... אזוי יעצט שטיי... הערליך. זעהסט אויס גוט. אז מיר קוקן אונז אן פון דערווייטענס, דעם גאנצן פיקטשער, קומט ארויס אונזער שיינקייט. סוף סוף טוט מען דאך תשובה מאהבה, ווערט אלעס גוט.


איז אזוי... הער אויס וואס איך האב דיר געוואלט זאגן... אזוי ווי ס'קומט פורים. און איך וויל זאלסט דיך פארשטעלן פאר א סולדשער. איך וועל דיר קויפן די קאסטיום, און דו וועסט עס אנטון. קיינער גייט דיך נישט דערקענען. און מ'וועט דיך אריינלאזן ביים קעניג אין פאלאץ. און דערנאך הער אויס, איך געב דיר דא דעם בריוועלע, איין מינוט, איך האב פארגעסן צו שרייבן, חח, ס'איז געווען צוועלעווע ביינאכט, יא, און יעדער איז געשלאפן, אה כ'האב פארגעסן צו שרייבן, ס'האט גערעגנט... די גאדערס זענען געווארן נאס, און אויך די סיידוואקס, און זיי זענען געשטאנען, ווייסטו וואו? דארט ביי יענע קארנער. ווייסט וואו? יא, דארט, זענען געווען ביידע אנגעטון מיט רעגן קאוטס, מיט א מעיל רעגן קאוט, און די רעגן קאוט איז נאס, כאפסט? אקעי. יעצט, הער אויס, שטיל איז געווען זיין קול, מיט א שטילע קול האט ער געזאגט פאר שמואל, "דא האסטו, זאלסט וויסן אז מיין גאנצע לעבן האט איך אויף דעם געהיטן ווי דאס שווארץ אפל פון מיין אויג, און יעצט איז געקומען די צייט, און ער איז זיך פארגאנגען אין א געוויין, א געוויין פון מיטמאכעניש, און צער, ימים פון פארשטעקטע צער האט מיט איינמאל געטראפן וואו ארויסצוקומען, האסט עס? טרערן זענען גערינען פון זיינע אויגן, האסט עס? יעצט וויאזוי שרייב איך עס, און די סיידוואלק איז געווארן די בית קיבול פאר די טרערן? אבער ס'איז נישט שרייבעריש. ס'איז אכזריות'דיג. דו רעדסט דא פון "טרערן" פון א פארווייטאגט הארץ. ווי קענסטו מאכן אזא דשאוק אז די סיידוואלק איז געווארן א בית קיבול פאר די טרערן? נעמסט עפעס דעם גאנצן "טרערעריי" און דו מאכסט דעם סיידוואלק אלץ אן עיקר. סאו וויאזוי שרייב איך? איך וויל ארויסברענגן די געפיל פון א צוקוקער וואס קוקט נאך די טרערן מיט געפיל, און באמערקט דעם ענדע דעסטינאציע פון די טרערן, וויאזוי שרייב איך עס? הע? וואס? אה, לאמיר זעהן "קלאפנדיג איר שטומע אויפן סיידוואק"? נע... נאך נישט.. ס'ברענגט עס נישט ארויס. ברענג ארויס...

קריך אריין, איין רגע, האלט מיין היט, איך קריך אריין... "ווען דו פראסטע סיידוואק וואלט געוואוסט וואסערע טרערן זי זאפט איין"? "טייערע טרערן זענען אראפגערינגען אויפן אומוויסנדן סיידוואק פון אונטער"? 'נשמה' וואס ביסטו ביזי מיט טרערן. דא לאמיר טרינקען א גלעזעלע וויין. געב אהער יענעם באטל דארט... נישט יענע באטל, דארט... קוק ווי איך ווייז דיר... דאס מיינט כזה ראה וקדש... דו גייסט אויפן וועג? דריי דיך אויס קוקן אויפן פינגער וואס ווייזט. וואו ווייזט עס?... גיי נישט נאך דיין הארץ און דיינע אויגן, גיי נאך די אנווייזונגען פון די פינגער. וועסטו זעהן ווי צו גיין.

דו מוזט פארשטיין אז ס'איז אלעס די הענט וואס פירן א שמועס. אבער מיין שאלה איז, ווען יענער רעדט אויפן טעלעפאון פארוואס ווייזט ער מיט די פינגער, אמער, געב א מאך מיט די הענט, "יענער זעהט דאך נישט דיינע פינגער ווייזונגען". סאו, אויב אזוי, אויב אזוי, וואס האט ער, (דרוק דעם 'ער') וואס האט ער פון ווייזן מיט די הענט. נאר מ'קען זאגן פשוט, אז ס'ברענגט ארויס בעסער, נו, אויב אזוי ווען א מענטש טייפט? מאך ער דאך נישט מיט די הענט? נו, וואס וועסטו דעמאלט זאגן?

הער אויס. איך בין נישט דא געקומען ענק פארציילן מעשיות, (מאסעס) מאסעס קענט עטץ פרעגן ענקער רבין שליט"א, נאר איך וויל ענק זאגן איין זאך, און די זאך איז אזוי. מ'דארף זיך הייבן פארן הייליגן באשעפער. מ'דארף זיך הייבן. פון ארונטער ארויף. פון אינעווייניג געבן זיך אזוי א הייב אזוי, און טאקע דאס טאקע, און אזוי טאקע, און נאך טאקע, און דאס טאקע. פארשטייסט? ס'איז אזוי ווי דו געסט א דרוק און ס'קוויטשעט ארויס א קול. דער קול וואס קוויטשעט דער איז פון אינעווייניג, מחמת דעם דרוק, נישט מחמת ער דארף זיך אנשטרענגען וואס דאס איז נאך נישט דעס! איך וויל מיט דיין גאנצע אינעווייניג זאלסטו זיך געבן א הייב פארן הייליגן בורא עולם. הייליגער באשעפער איך האב דיך ליב. באהבה, פורים איז באהבה. איך האב דיך ליב הייליגער באשעפער, איך מעק אויס דעם המן. איך מעק עס אויס.

און אזוי האט ער אויסגעפירט דער הויעכער רבי, דער בעל "נהר משה" האט ער אויסגעפירט מיט זיין טיפע שטומע . דאס איז די תכלית פון א יוד אויף דעם עולם, ווען אלע קינדער ארום זיצן אויף דער ערד און הערן זיך צו צו זייער רבי'ן. דאס מיינט פאר פייער און פאר וואסער? פארוואס האב איך מיך יעצט דערמאנט פון א טרעלער פארן ארויפפארן אויפן וואשינגטאן ברידש? הע? דריי דיך... פאר גראד... דריי דיך... דריי דיך.... דריי דיך... גראד... דריי דיך... צוריק... צוריק... דריי דיך.... נאך... אזוי.

ז' אדר איז אלעמאל א טאג ווען א מענטש (מענטשן) ווערט נתעורר לתשובה ולתיקון המעשים. סוף סוף, מ'זעהט די ווערטער "חברה קדושה דקהל", ס'דערמאנט אז נאר א לעכטעלע וועט זיין א זכר פאר א מענטש. דאס איז אלעס דא אונטן, אבער א יוד, אז מ'טוט תשובה און מ'טוט תורה מעשים טובים, בלייבט מען מיט עפעס אויבן אויך. אבער דאך, ס'מאכט קאלמונטע אויפן הארץ... ס'איז נישט די הבדלה, קענסט מיר געבן א שענערע, אהער אהין, ר' יוד, ס'איז תשובה ותיקון המעשים. אבער דאך קומט דאך פורים. משה רבינו איז היינט אויך געבוירן געווארן. די שטוב איז געווארן לעכטיג. סאו, מיר דארפן זיך פרייען מיט משה רבינו. די אלע קאלמונטע געפילן ווייסעך נישט וויפיל ס'האט מיט יודישקייט א שייכות. דער עיקר איז תשובה ותיקון המעשים. אבער דאך ס'קומט פורים. חברה עס קומט פורים אויף דער וועלט.

מ'קען דאס גארנישט אריינעמען אין זיך, דאס איז גארנישט ארייננעמבאר. לייז אונז אויס, לייז אונז אויס, טאטע לייז אונז אויס, זיי בעסער צופרידן, לייז אונז אויס אלץ יודן. אוי אוי אוי טאטע לייז אונז אויס, אוי אוי אוי אוי פון גלות שוין ארויס. ס'קומט פורים חברה. לאמיר זעהן דעס איז א גוטער וויין?

פעסער וויינען ליגן דא אויסגע'שורה'ט, פארקלערט שפאצירט זיך אונזער אלעזר אין די טיפע קעלערן, די טיפע (אוי איך דארף קוקן אין "ווערטער אוצר", האסט נישט נאך עפעס א ווארט פאר "טיפע", ווייל איך האב שוין געזאגט איינמאל "טיפע", גארנישט געטראפן) די טיפע ריח פון די וויינען האבן זיך ארייגעצויגן מיט עמקות (וואס איז? איך קען נישט בעסער שילדערן. חחחח) האבן זיך אריינגעצויגן מיט עמקות אין די נערוו (וויאזוי הייסט יענע נערוו? אלפעקטערי, אקעי, גאריד) האבן זיך אריינגעצויגן אין אלפעקטערי נערוו, און פארדרייט די טיפקייט פון די מח. נישט גוט. און "צאמגעמישט די מחשבות פון די מח מיט די וויינען", אויך נישט. "און שטארק משפיע געווען אויף די מחשבות פון די מח"? נאך אלץ נישט. נו, היט שוין די טארגעט. "איינגעמישט געווארן אינעם טיפן ריח פון וויין". שוין דאס בעסטע וואס איך קען, אה, אוודאי, חחח, הער צו "און פאר'שיכור'ט געווארן פון די ריח פון וויין". אה, דאס איז גוט. אה, לייכטער...

און? און (וויאזוי שרייב איך אז איינער פילט זיך א חלק פון די פעסער וויין ארום און ארום?) און "אלעס ארום זאגט וויין" נע. נישט גוט. אך 'נשמה' ביסט א שרייבער? פארוואס גייט עס נישט. נאכאמאל טרייען "זיך טרעפנדיג איינגעשלינגען אין די ארומיגע פעסער וויין" אקעי, אבער איך האב נאכנישט ארויסגעברענגט אז די פעסער וויין זענען אזאנע אלטע, איך וויל געבן דעם איינדרוק פון "אלטע האלצערנע" נישט נאר האלצערנע, נאר די האלץ אליין איז אזאנע נישט פון האום דיפאו, כאפסט? נישט קיין איידעלע. נאר אזוי עכטע אמאליגע צייטן. די האלץ איז אזוי צעקנייטשט, ווייסעכמיין? סאו אפשר קוק איך אין די ווערטער אוצר? "פראסטע" האלץ? גוט? אזא שאד. אקעי וואס נאך? און א גלוסט כאפט אים אן צו טועם זיין פון די וויינען. גוט? אדער דארפסט נאך בעסער? "אלעזר האט געוואלט אויך שפירן אויף זיין צינג דעם דמיון זיינעם". גוט? אוי הלוואי וואלט איך געווען זיך בעסער געקענט ארויסברענגען.

און נאכדעם? און גארנישט. ער האט זיך געטראפן דארט דעם אנדערן צופרי. זייער פשוט. אה פיינער וויין. געב אהער א גלעזעלע וויין. אה ... בורא פרי הגפן...

והשם הטוב יעזור.

נשמה'לע נשמה'לע!!! ווי קען איך דיר טרעפען פורים?? אז ערב פורים איז דא אזאנא גרויסע גילוים, דארף פורים זין גאר גאר הויך!!! איט שאולד בי א לאט אפ פאן!

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 2:28 pm

גרינע פעך רויטע פעך, ס'פייפט און פייפט. די קולות קומען ארויס פון אונטער די גרינהאוז גאזן וואס נעמען ארום די מיטעלסטע שיכט פון די דריטע ארביט, טענה'ט זשעף בעזאס אין א אונטערוויאו מיטן מאמענט. איסמעאל האניא דאקעגן שרייט אז ער האט גערעדט מיט עלאן מאסק און ער פארשפרעכט ארויפצוגיין צו מארס און אראפברענגען אלע רויט ארענזשע פארבליבן פון טראמפס האר-סטייל. גענוי צום פונפטן אין די מאנאט יארע 1893 למספרם האט מאניש דער רוצח וואס האט געשלאסן תקיעת כף צו פארהייראטן זיין בת גיל ביי די פריידיג טרויעריגע ברית צו אלעמענס ווינדער, די שטאטס לייט האבן אלע געעפנט מויל אויערן און ביידע הענט צו כאפן די צוקערלעך וואס זענען געפלויגן פון עזרת נשים אין די אלטניי שול אין פראג הארט נעבן די וועסטמינסטער גלאררייכע מארק זייגער וואס איז געשטאנען אויפן שאנד סלופ צוטראגן און פארשמירט מיט בלאטע פון קאפ ביז פוס, "יוסעלע"! שרייט די מאמע "שוין ווייטער זיך געשפילט מיט יאהאן און סטעפאן?!

יוסעלע איז בלייך..

"סטעפאן איז כשר" מורמעלט ער ווען צווישן זיינע פינגערס פאלט ארויס דער בלוטיגע חלף

חיים חייקל פארלירט נישט קיין צייט און לויפט באלד אריבער צו ר' קלונימוס דער אינגער אבער ענערגישער רב. דער רב זיצט און שווייגט פון זיין מארדע קומען ארויס צוועלף סטאדעס אקסן און אויף יעדע זיצט א טעסלא קאר מיט א עלעקטראנישע ציגארעטל.

פארווארפן איבערן דראנג וויינט זי, די קאץ, זינט די תבואה שפייכלער זענען הערמעטיש פארמאכט געווארן דורך די רויטע באלשעוויקן פאלן מער נישט ארויס די איבריגע ווייץ קערנדלעך און די קליינע קעצלעך שלא טעמו טעם חטא הונגערן אונטער די בריק שטייען זיי אנגעשפאנט, אינגאנצן קאמופלאזשירט אז די דורכגייער כאפן נישט אויף די גרופע קאמאנדאס פון שוועדן'ס עליטע ספעשיל פארסעס.

"היינריך" גייט ארויס די קאוד...

"בלוטשטרומפף" ענטפערן צוועלף שווארצע שאטנס

אין בונקער אין לאנגלי זיצט אלבערטא אנגעצויגן ווען טראפנס שווייס רינען פון זיין געזיכט, די טראפנס פאלן און ווערן פארוואנדעלט אין א טייך, די טייך ווערט וואס א וויילע גרעסער שארפער און ליכטיגער אזש די קראקידיילן ווילן פון דאנעט אנטלויפן, אבער יעצט איז שוין די טייך צו געדעכט, אלע שיפען בלייבען שטיין. קאפיטאן גאנזאלעז קוקט מיט די שפאקטיוו צום העט ווייטן האריזאנט און זעט א פיצעלע מאטאר שיפל שווימען אויף א סכנה'דיגע 69 קנאוטס

"פייראטן"

שווימט ארוף די רויטע בוכשטאבן אופן סקרין ראדאר

גאנזעלעז ווערט נישט פארלוירן, בליץ שנעל הייבט ער אויף די רויטע טרייבל ספעציעל דעזעגנירט פאר אזעלכע אומשטענדן, ער וואונדערט זיך פארוואס די טרייבל איז עפעס צו גרינג אבער ער האט נישט קיין צייט צו טראכן: "קאקפיט צו קענגר3וו"

שטיל

נאכאמאל: "קאקפיט צו קענגר...

א קאלטע אייזן איבער זיין גענאק האט צורינען זיינע האפפענונגען ווי א זייפן בלאז, די זייפן בלאז לאזט פליען באבל"ס איבעראל צו די געלעכטער פון די שטופערישע קינדער. דימיטרי כאפט איין באבע"ל נאכן צווייטן כמעט גרייכנדיג צום אזוי געגארטען ציל פון 250 ווען מיטאמאל שפירט ער א שטויס פון הונטן: "דו איד" אידן געווינען נישט קיינע פארמעסטן דא אין גולאג

ואת פרשנדתא ואת אספתא ואת חרירי עשרת
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 3:18 pm

:lol: :lol: :lol: רררררררררררררררררררררררררררררררררררררר.
פארבינדן. :lol: גוט אי'גוט. דאס האט ער געזאגט, דו דאווען, דו בעהט, דו געסט א שלעפ דעם בוים, דו מאכסט דעם ערשטן לעכל, (איך גיי תלמיד'ן "נישט פשוט") דו געסט דעם ערשטן ציפ, דו גיסט ארויף דעם ערשטן טראפ, דו געסט דעם ערשטן ציה, דו שטעלסט דעם ערשטן טריט, דו מאכסט דעם ערשטן רייב, דו געסט דעם ערשטן שמייכל, דו נעמסט דעם ערשטן טישו, דו מאכסט דעם ערשטן קנייטש, דו געסט דעם ערשטן שטופ, (אויסגעלאפן?) דו געסט דעם ערשטן קנאק, דו בעהטס דעם ערשטן תפילה, דו הייבסט אן מיט עפעס, דו געסט דעם ערשטן מעסעדש, דו נחשונ'סט, (יעצט, אויסגעלאפן?) דו מאכסט דעם ערשטן שטריך, דו ווארפסט אויפן פלאר דעם ערשטן פאפיטעס שאלעכץ, דו צינדסט אן דעם ערשטן ליכט, דו שטעלסט דעם ערשטן שטיינדל, דו פלאנצט איין דעם ערשטן קערנדל, דו געסט דעם ערשטן פגע, דו לייגסט דעם ערשטן דרוק, דו הייבסט אן געבן גאז, דו טרונקסט דעם ערשטן גלעזעל וויין, דו געסט דעם ערשטן פייף, (אקעי) און נאכדעם קומט אריין א פעסטער שרייבער און שרייבט מיט פעפער און זאלץ, מיט טעם, מיט טיפקייט, מיט דמיון, מיט צאמשטעל, מיט רייכקייט.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 5:07 pm

האבעך נישט ציפיל צייט נאר וואס דען איך מיז שוין ענדיגן מיין דעראשע משענכנס ארדער מראבים בסימכע תמיד לעולם דוד
האט איר א איבריגע מיניט? פירט אויס א שידוך דורך לזווג http://lezaveg.com

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג פאברואר 23, 2018 12:35 pm

וויי-פיי האט געשריבן:האבעך נישט ציפיל צייט נאר וואס דען איך מיז שוין ענדיגן מיין דעראשע משענעכנס ארדער מראבים בסימכע תמיד לעולם דוד

אמן, אמן.
דעם רבי'נס ניגון. איי ביי ביי, איי ביי ביי, איי ביי ביי, איי וויי, איי איי, איי איי איי-איי, איי וואאם.
אז מ'טראכט אזוי אריין, מ'האלט שוין נענטער ווי ווייטער צום שבת זכור את אשר עשה לך עמלק בדרך בצאתכם ממצרים אשר קרך בדרך. פארשטייסט וואס רעד איך? איך האב דיר געבעטן א שטיקל קוגל, איז עס קאלט געווארן ע לאנג דע וועי. און ווען איך האב עס געוואלט עסן איז עס שוין געווען אפגעקילט. נעקסטיים זעה זאל בלייבן הייס דאס גאנצע צייט. אוי גייט דער עולם ווערן עקסיירעד ביי דעי "ימח שמו וזכרו, אוי אוי אוי אוי אוי אוי ונמח זכורו מלהזכירו, איי איי איי איי בזכרון קדו-אויש. טאקע נאר איין מינוט אין דעם גאנצן יאר. אבער מ'ווארט דאך אזוי אויף דער מינוט, איי ימח שמו איי וזכרו, איי ונמח זכורו מלהזכירו, איי בזיכרון קדוש.

וועלקאם טו די עשקויל פאר פייער און פאר וואסער. די וועטער היינט איז זייער פרייליך אינדרויסן און נאך פרייליכער אין די אינסייד. וועלקאם צו אלע צוהערער דא אויף קול פייער און וואסער. וועלקאם. איין רגע לאמיר קוקן די טרעפיק... איך זעה דארט א קאר איז געווארן סטאק, א שווארצע קאר, א שווארצע קאר מיט איין אויסגעפאנטשע לייט. דער עולם פייפט. און אט קען מען הערן די פייפעריי. איהר הערט עס? און יעצט וועל איך אריבערשפרינגען צום טאפן זי, דער טאפן זי קוקט אויס ריין... נאר אפאר קארעלעך שמייסן דורך, און איינע פון די קארן איז דא א דריי יעריג יונגעלע וואס שרייט "א וואסער, א וואסער. א וואסער א וואסער..."

שוין טעג וואס זי קען זיך נישט דערמאנען "וויאזוי קום איך אהער דא אויפן שפיץ טורעם"? "ווער האט מיך דא אהער געברענגט"? רבש"ע וויאזווי וועל איך האבן צועסן, וויאזוי שריי איך פאר הילף? אראפגייענדיג צום ברעג פון שיף האט ער געשריגן שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד, "דו ביסט א יוד" האט אים פעדרא געפרעגט? וויאזוי האסטו באוויזן דא ארויפצוקומען האט דער פלייט אטענדענט געפרעגט, מיר לאזן נישט אריין סתם אזוי אין אונזער קאך האט דער קעכער געזאגט, וואס זוכסטו דא, האט ער געפרעגט פארוואונדערט.

די גערויש פון די בלעטער האבן זיך געהערט אונטער זיינע פיס, "שטיל, שטיל, מיר מוזן זיין די מערסטע שטיל אז די דייטשן זאלן אונז נישט באמערקן" האלט! האט זיך געהערט א געשריי, מ'קען נאכנישט אריינקומען, מ'האט יעצט געוואשן די פלאר, און ס'איז נאכנישט טרוקן. קוקענדיג פארוואונדערט אויף די פינטעלעך אויפן סקרין, וואו איז די פלייט, איך קען איר נישט געפינען.

עפנדיג די טיר האט ער נישט געקענט גלייבן זיינע אויגן, ווער משה'לע האט דעס געמאכט, אין חדר? אזוי שיין. האט די מאמע געזאגט. 2348759839487790590687, א קלינג אויפן טעלעפאון...

יא?

יא, דא רעדט סיקסטי טו, ס'איז J9, אדער J8, איינע פון די צוויי, וואס טו איך?

קאל אן RW, און רעדט מיט אים. אבער וואו קום איך יעצט אן צו RW? וואו אזוי זעה איך מיר ארויס פון דא? שלום האט זיך ארומגעדרייט אין די הייל און נישט געקענט טרעפן דעם ארויסגאנג, "וואס טו איך"? נאך אביסל וואקט ער דא אריבער, און ער וועט מיך באמערקן, דער שלאס מאכט זיך נישט אויף. שלום האט פרובירט זיך צו דערמאנען די נומערן. 34 87 6 עפעס גייט עס נישט. די קול פון יאנקעלע האט זיך ארויסגעהערט וויינען "טאטי מאמי"... מיין הארץ איז אויסגעגאנגען, אבער כ'האב גארנישט געקענט טון, חוץ מיטוויינען מיט אים.

איך האב געוואוסט אז איך מוז נעמען די ערשטע טעקסי וואס פארט דא דורך, און דו ביסט עס געווען. דו לעבסט נאך? האט שלום געפרעגט שמעון יעקב, איך האב דיך שוין נישט געזעהן אזויפיל יארן, און וואס מאכט דיין טאטע?

מיין טאטע איז א גרויסער ביזנעס מאן, אן עושר אדיר.

מיינסט עס ערנסט, די זופ האט צוגעברענט? וואס טו איך יעצט? האט שמואל געפרעגט, דו האלסט אז ער וועט מיר אפלאזן?

איך מיין זאלסט אים זאגן קלאר און אפן, אין לי. איך האב נישט קיין געלט דיר צו באצאלן, און ווער ביסטו האט ער אים געפרעגט, פון עגיפטן? א היימישער יוד פון מצרים? וואס טוסטו דארט אין מצרים?

הער אויס, איך האב א ציהל, דו מיינסט איך בין סתם אזוי געקומען דא אין פארק?

דו זעהסט יענע הייזקע דארט?.... שוין. יענע הייזקע איז שוין גארנישט סתם א הויז, דארט ליגן די סאמע סודות פון די אמעריקאנער מיליטער.

אין יענע הייזקע? ניין, איך גלייב עס נישט.

איך זאג דיר צו, אבער איך דארף פון דיר א טובה.

וואס?

נעם מיר אראפ פון דעם בוים.

וויאזוי ביסטו ארויף?

איך האב נישט קיין אהנונג, איך בין געפארן מיט מיין קאר, און אינמיטן זעה איך א קליין קעצל וויינען אין די זייט פון וועג, איך האב אים אריינגענומען ביי מיר אין קאר, ס'איז דאך געווען א סכנה אים צו לאזן אזוי אויפן ראוד. ער וואלט צוטראטן געווארן חלילה

זאגסט מיר? דו זעהסט יענעם דארט? ער קוקט דיר אויס ווי א שלעפער, יא? הע, הע, שוין גארנישט קיין שלעפער. ער איז א שפיאן. און ער גייט מיר באלד איבערגעבן דאס געלט. די שאלה איז וויאזוי שלעפ איך ארויף דעם שלאק אויף די העלצער. דו וועסט עס אנכאפן און איך וועל שלעפן גוט?

אין א פרעמדע מדינה, א דריטע וועלט פארשטופט פלאץ, וואו קומסטו דא אהער? איך האב גענומען די מאנסי באס, זיי מאכן דא א סטאפ.

איך גלייב נישט, דו ארבעטס דא? חחח

וואס דארפסטו?

א קאווע ביטע. האט דער הויעכער זיך אנגערופן.

איך שטיי שוין דא צוויי שעה און דו קומסט נישט, וואס האסטו געטראכט?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג פאברואר 23, 2018 12:55 pm

וואוו און אידיש!

וואס דא טוט זיך נישט.

ס'גיסט זיך דא נשמה פון א אפענע קאפ... מ'דארף וואטשען מיט די מילצן, ס'זאל נישט זיין יציאת נשמה...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » פרייטאג פאברואר 23, 2018 1:01 pm

נשמה׳לע דו ווייסט וואס דו האסט אין דיר??

שוין לאנג נישט געזעהן אזא לעכטיגע נשמה.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג פאברואר 23, 2018 1:21 pm

שויתי ה' לנגדי תמיד. בעזרת השי"ת. אהבה יראה. לכבוד פורים, לעשות נחת רוח לבוראינו יתברך שמו. בשמחה. ונזכה לעשות תשובה בשמחה.

קוק אן דעם קליינעם, וואס טראכט ער, ער וויל זיך דורכשטופן דעם קליינעם לעכל אין די צוים? האט שרה געטראכט צו זיך זעענדיג ווי זי פאקט איין פינף הונדערט טאמעטעס. וואס פלאנט זי צו טון מיט אזויפיל געלט, וואס טראכט זי?

זי גייט עס דעך מוזן אמאל ירשנ'ן פאר איר יונגערע שוועסטער, מ'וואקסט אמאל אויס א שיך, ווילאנג קען מען שטיין און ווארטן אויפן באס אין די קעלט? אין די רעגן? אין די שניי? מיט די זעלבע שיך. האט זי געטראכט

זעענדיג די קאר וואס האלט נישט ביים ארויספארן פון די שניי. וואס טראכט ער? ער גייט מוזן אנשטאטס דעם ארויפוואקן אלע סטעפס, די אפוינטמענט איז דאך שוין באלד, ס'איז פינף צו דריי. האט ער געטראכט צו זיך מיט א קלאפנדיג הארץ?

שטופענדיג דעם אלטן אין דעם לאנגן האלוועי, האט מעכיל געזעהן די סטאטוע פון דשארדש וואשינגטאן, וואס איז געווען זיין גרויסקייט האט ער געטראכט צו זיך דערזעענדיג אז די שניי מענטש איז שוין כמעט אינגאנצן צעלאזט, ניטאמאל א בילד איז געבליבן פון דעם.


אן אלטן קאר, א 1940, אן אלטן קאר.

אפשר נעמט איר מיך מיט?

זיך אריינזעצנדיג אינעם קאר, האט מעכיל געפילט די אלטע זיצן, און באטראכט די אינדשעניריי פון די געבוי פונעם קאר, "דעמאלטיגע השגות" ווער האט זיך געקענט גלייבן אז ער וועט נאכמאל זיצן אין ביהמ"ד און לערנען, האט ער געטראכט באטראכטענדיג זיין ברייטע היט אין די זייט.

מעכיל איז צוגעגאנגען צום וואש מאשין, אריינגעלייגט א דאלער, און ארויסגענומען א סאודע. און יעצט וואו שאף איך מיך א קאפ?

דורכשפאצירנדיג די זילבער געשעפט אין אים בייגעפאלן א פלאן. "איך וועל איר קויפן בלומען לכבוד שבת און מיט דעם וועט זי זיכער זיין צופרידן" אריינקומענדיג אין בנין איז זיין בליק געפאלן אויף דעם בילד פון חפץ חיים, און אלעס האט זיך אנגעהויבן דרייען... ווי קען זיין אז איך האב דאס פארזעהן? דא שטייט דאך קלאר אז ס'קאסט $195.00, איך האב געמיינט $1.95, וואס טו איך יעצט מיט דעם,

ווי לייג איך עס יעצט? ער וועט דאך שטארבן אזוי אן א עסן. ווילאנג קען ער לעבן אין א בעג מיט א וואסער? איך מוז זעהן וואס מ'קען דא טון.

איך מיין אז איך קאל אים, האט מעכיל געטראכט ארויסנעמענדיג זיין פליפ פאון. אבער דער הייבט נישט אויף? פארוואס הייבט ער נישט אויף דעם קינד, ער זעהט נישט ווי ער דארף ליבשאפט? געב אים ליבשאפט, געב אים א קיש, נעם אים ארום, זאג אים "איך האב דיך ליב". נישט לאז אים ארומלויפן פון איין סווינג צו די צווייטע.

מעכיל האט פארשטאנען. און אלעס האט שוין געמאכט סענס. און דעמאלט ווען אונז האב מיר זיך געטראפן די ערשטע מאל, האסטו אויך אויסגעזעהן פאר'דאגה'ט, דו קענסט אויך האבן דאגות? ניין? איך קען אויך האבן אמאל אמאל דאגות. אבער איך מאך מיך פרייליך. דו מאכסט פרייליך? דו ביסט פרייליך. האט ער אים געזאגט.

פארוואס? דו האסט נישט קיין אהנונג ווי איך מוטשע מיך מיט די גמרא, די לעכער זענען אויסגעקומען קרום. און איך דארף פאררעכטן אזויפיל בלעטער.

דו ווייסט פארוואס די בלעטער ווערן אזוי צעריסן? ווייל מ'גייט דערויף. און פלאס ס'באקומט נישט קיין וואסער. און אוודאי ווערט עס צעריסן.

מעכיל האט געקוקט אויף אים מיט גרויסע אויגן. "פארוואס נעמסטו ארויס דעם הענגער"? דו האסט דאך אפילו נישט קיין פארקינג, און צו זעהסטו נישט אז ס'שטייט דא "נאסע פעינט". אה, האט מעכיל געזאגט, און מייני האט צוריקגעענטפערט, אבער אפשר לאזטו מיך שפילן האט דבורה'לע געבעטן.

ארויסקוקענדיג פון פענסטער האט ער באמערקט שלמה זיך שפילן מיט זיין בייק. ווער האט אים געגעבן רשות "ער האט פארגעסן אז איך בין צוקריגט מיט אים" ער האט דאך אנגעמאכט די גאנצע מחלוקה. זיין מאמע, זעענדיג ווי מעכיל איז באזארגט, איז צוגעגאנגען צו מעכיל און אים געפרעגט "זאג נאר, פארוואס ביסטו באזארגט?". און מעכיל האט אלעס פארציילט. אוי מעכיל מעכיל, ווער האט דיך געזאגט אז דו קענסט שוין אליין מאכן טאוסט?

אבער מאמי "יעדער פון מיין חדר האט עס, איך דארף עס, זענען טרערן גערינען פון שמיליס אויגן, מאמי קויף עס" שמילי, נאר אויב דו גייסט אויפעסן די גאנצע וועל איך דיר עס קויפן. און נישט זאגן "איך דארף נישט" און בכלל לאז איך דיך נישט נעמען קיין דשעליס. דו ווייסט? אדער עסטו טשאנט, אדער גארנישט. איך לאז דיך נישט נעמען קיין דשעליס. אבער מאמי ס'איז אדר, און אדר איז פיש, און פיש איז דעי דשעלי פיש. מאמי איך וויל נאר עסן די קאפ פון די דשעלי פיש. אבער שמילי דו פאלגסט נישט א מאמע, איך האב זייער מורא אז דו פאלגסט דיין יצר הרע, דו ווילסט אז איך זאל דיר שרייבן א צעטיל זונטאג? דו ווילסט נישט. איז אויב דו ווילסט נישט, מוזטו מסכים זיין אויפצושטיין פריער. די רגע די זייגער קלינגט קומסטו אראפ פון די קאר, און איך לייג ארויף שרה'לע, דו קענסט נישט זיצן אויף די קערידש אגאנצן צייט דו מוזט לאזן שרה'לע אויך זיצן, און דו ביסט שוין געזיצן ביי די פענסטער.

דורכפארנדיג די עמפייער סטעיט בילדינג דערזעהט אברהם פאר זיך ר' חזקאל, נישט מער און נישט ווייניגער ר' חזקאל וואס טוט איר דא? גארנישט איך בין געקומען קויפן וויין לכבוד פורים. איך דארף דאך אויך מקיים זיין "חייב אדם"... אבער ר' חזקאל איר וואקט ארום אן אייער שטעקן? וואו איז אייער שטעקן? הע, הע, נאר אין חדר בין איך ארום מיט א שטעקן, שעפעלע. נאר אין חדר, איך האב געוואלט אז די קינדער זאלן זיין וואויל.

און מעכיל וועקט זיך אויף, און דערזעהט אז די זייגער קלאפט שוין אויף צעהן מינוט צו קריאת שמע, משה, זרח, שמואל, וואו זענט עטץ. מעכיל לויפט ארויס, ער קוקט אהער און אהין און ער זעהט נישט קיינעם, משה, זרח, שמואל, יאנקל, שלום, וואו זענט עטץ. אליין איז מעכיל געבליבן אויפן בארג, זיינע חברים האבן פארגעסן פון אים.

מעכיל זעצט זיך אריין אינעם דשיפ, צינד אן א סידי פון רבי'ן, און פארט ארויף דעם בארג.

זאמדיגע ווינטן בלאזן, אבער מעכיל דערשרעקט זיך נישט פון גארנישט. מעכיל ווייסט וואס ער זוכט. זיין סוועטער! זיין מאמע האט אים געזאגט: אדער קומסטו אהיים מיט די סוועטער, אדער אנעם סוועטער.

און אזוי איז מעכיל געשטאנען ביים שפיץ דאך און געזעהן דעם עראפלאן ווערן נענטער און נענטער, און אט דער עראפלאן איז הארט פאר אים. מעכיל זעצט זיך אריין. מאכט זיך באקוועם, און אט איז מעכיל אין די לופט. "נאך איין מזל איך האב מיך געקויפט דעם דראון". מעכיל קוקט זיך אים. און זעהט אז דער באדן איז גרייט. "מ'נעמט עס איין" זאגט ער פאר זיינע גענעראלן וואס שטייען ארום אים מיט ערפורכט גרייט צו טון אלעס וואס מעכיל הייסט. מעכיל שרייט: אלע גיין. און אלע גענערעלער זענען זיך צעפאלן פון די בעזעם פון זיין גרויסע שוועסטער.

וואס האסטו געטון, האסט מיר צעקוועטשט דער בענענע. איך האב דיר צעקוועטשט די בענענע, יא. איך בין געזיצן נעבן דיר, און דיר צעקוועטשט די בענענע. יעצט קאל מיר אן זאגן א גוט שבת. מאך דיר וואוסענדיג פון דיין מאמע. האט זיך זיין מאמע געבעטן. ווילאנג דארף איך דיר בעטן אז דו זאלסט מיר טון א טובה און אויפהייבן די קרעיאנס.

א גוט שבת זכור און א פרייליכן פורים.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג פאברואר 25, 2018 1:46 pm

נשמה, אויב דעס איז דיין געהריגע נשמה , וואזוי זעט אויס דיין נשמה יתירה ?! די מיזט זיכער שמעקן אסאך בשמים דיך צו באראיגען.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג פאברואר 25, 2018 2:05 pm

א גוטן טייערע יודן. וועלקאם טו די פייער און וואסער אשכול אויף אייוועלט. וועלקאם.
מיר האבן אלע זוכה געווען צו שרייען דעם ימח שמו וזכרו ונמח זכורו מלהזכירו. ס'איז נישט קיין קליינינקייט. מיר דארפן אזויפיל שרייען, ביז דער עמלק מיט זיין אשר קרך בדרך וועט אויפהערן צו שפרינגען אינעם הייסן וואנע.

זאג נאר, האסט שוין געהערט קול מבשר פורים אפטיילונג? אה, יעצט קומט שוין דער געהויבענער יונטעוו פורים, מיר גייען זוכה זיין צו ליינען די מגילה, שיקן משלוח מנות, געבן מתנות לאביונים, און דאס קימו וקיבלו היהודים, קימו את אשר קיבלו כבר. וואט א דעי איז קאמינג, פאר דעם גייט זיין אסתר תענית. מיר וועלן תשובה טון, און זיך פארעכטן די מעשים, דער באשעפער פון אלע וועלטן זאל שוין אוודאי רחמנות האבן אויף אונז און אונז שענקן מכל טוב וטוב, דערפרייען צעבראכענע יודישע הערצער.

משנכנס אדר מרבין בשמחה, מ'דארף מרבה זיין בשמחה, מער און מער, זיך פרייען אז מיר זענען יודן. מיר טארן נישט אויפגעבן פון שמחה, וואס וויל דער מלך זקן וכסיל, נאר עצבות ומרה שחורה, ענווה דקליפה, מיר ווילן אכטונג געבן אז דער טיש זאל נישט כאפן קיין קריץ, מיר ווילן אז ער זאל בלייבן גאנץ. פון עצבות און פון א יעדע זאך וואס ברענגט עצבות, דארף מען אנטלויפן ווי פון פייער. מ'טאר זיך נישט לאזן בשום פנים ואופן. מיר דארפן טוהן כל מיני פעולות צו ערוועקן אין אונז שמחה, פרייליכקייט. אויפגעלייגט, דערהויבנקייט. זיך פילן אז ס'ווערד צו לעבן. ס'ווערד דאס עמל. מיר האלטן זיך פרייליך. און דייקא פרייליך. דער שורש פון אלע קליפות קען פונקט אזוי זיין עצבות ומרה שחורה, מיר דארפן זיך הייבן, יודעלעך הייבט ענק פארן כבוד פון אונזער הייליגן בורא. ס'איז א חטא אזויפיל צו קוקן אין זיך, און צו זעהן צו מ'מיינט עס אמת'דיג, ס'איז בעסער א שמחה של פני' ווי א אמת'ע עצבות. לאמיר זיך דערפרישן.

קודם מאכט דער יצר אז מ'זאל נישט ביי זיך קלערן אז מ'איז עפעס חשוב. אבער איז דען דאס די רצון השי"ת, די רצון השי"ת איז ווערן נאנט צו אים, און אויסמעקן דעם עמלק. צוויי מענטשן קומען ארויף אויף יענע וועלט, איינער האט אגאנץ לעבן געקלערט ביי זיך אז ער איז א צדיק (נאר פון אויבן אויף. עכט האט ער געוואוסט דעם אמת) און איינער האט אגאנץ לעבן געקלערט ביי זיך אז ער איז נישט קיין צדיק. אבער דער וואס האט געקלערט ביי זיך אז ער איז א צדיק, האט זיך געהאלטן ערליך, און דער וואס האט נישט געפילט ביי זיך אז ער איז עפעס, איז עס אים געווען שווער. פארוואס? ווייל, מיר דארפן טון דעם רצון השי"ת. וואס א חילוק וויאזוי איך בין ערליך. וואס האב איך מיטן אמת, ("צו מיינעך עס אמת'דיג", קיינד אף טינקינג) אויב ס'נעמט מיר אוועק פונעם הייליגן באשעפער. ווער דארף אמת אויב ס'מאכט בעצבות? אויב ס'שלעפט אראפ. לאמיר זיך מחזק זיין. און זיך משמח זיין מיטן הייליגן בורא כל עולמים. עוז וחדווה במקומו. וואס אימער ס'מאכט דיך פרייליך און אויפגעלייגט. אבי מ'זאל זיך קענען דערהאלטן. וואס א חילוק וויאזוי מ'פייט ארויס פון זיך דעם עמלק ימ"ש.

און דערפאר קומען מיר דא שרייבן פאר פייער און פאר וואסער, ווי איינער זאגט זיי מיר נישט נארמאל ביטע. וויפיל שוועריגקייטן ברענגט דאס נארמאליזם אויף די מענטשהייט. ווער ווייסט ווי געהויבן און ערליכער מ'וואלט געקענט ווען זיין ווען מ'לאזט אביסל נאך פון קריטיקירן דאס אויפפירונג אז ס'זאל זיין "נארמאל"! ר' יוד דו שניידסט ארויס צופיל פון דיך, ווער ווייסט ווי דער נארמאליזם וועט אונז נאך טראגן. מיר דארפן זיך שלאגן דערמיט. על כל פנים ספק בגימטריא עמלק, האסט א ספק צו אזאך איז נארמאל צו נישט, ענדערש זיי נישט נארמאל אבער כאטשיג ביסטו פרייליך! און דאס מיינט מילתא דשטותא, יא אומן נישט אומן, ביסט דערפאר א יוד? גיי דערפאר. וויפיל נארמאליזם באגרעניצט דאס יודישקייט.

על כל פנים יעצט חודש אדר, ס'קומט אזא גרויסער יונטעוו ווי פורים, דארפן מיר אוודאי, נאכלאזן אביסל פונעם צמצום הנקרא "נארמאל". אז דו וועסט קוקן אויף דער וועלט וועסטו זעהן אז זאכן זענען ארויס פונעם "נארמאלקייט". געב א קוק אויף א שטיין, יא? א שטיין איז נארמאל? איך פרעג דיר? ס'איז נארמאל? ס'איז באקסעדיג? געשניטן? נע. עפעס אזוי ארויס פון פארום. וואסי דא דו שטיין וואס דו ביסט. ביסט עפעס אזוי איך ווייס אליין נישט וואס, עפעס אזוי נישט נארמאל. האסט אמאל געזעהן א נארמאלע בוים? אלעס איז עפעס אזוי ארויס פונעם נארמאלקייט. די איינציגע זאך פון וואס מיר דארפן זיך דערווייטערן איז פארגרעבטקייט. אבער יעצט חודש פורים, ס'קומט אזא גרויסע מגילה ליינען.

דאס גאנצע פורים איז א ענין פון דערהויבנקייט. פרייליכקייט איז ארויס פון "נארמאל". האסט אמאל געזעהן מענטשן טאנצן "נארמאל". ס'איז דינאמיק. שטעל דיך פאר איינער קומט אריין צום מחותן אין זאל און זאגט אים "ר' יוד, נאר אזא און אזא תנועה מעגסטו מאכן, אבער אזא און אזא תנועה טארסטו שוין נישט, וועגן ס'איז נישט נארמאל!" אזא איינער באגרעניצט שמחה אויף אזא אופן אז ס'קען ברענגען אז שמחה זאל ווערן קלענער. אויב ס'שטייט משנכנס אדר מרבין בשמחה, מיינט עס, לאז דיך ארויס פונעם באקס. לאז ארויסקאלערן. די וועלט איז באשאפן געווארן מיט שמחה, חסד, מים, צעשפרייט דיך, ווילאנג די כוונה איז צו טון רצון השי"ת, לאז אפ, לאז נאך פון דיין צמצום,

תשעה באב איז א ענין פון קאנטראל, מ'זעצט זיך אראפ, בצמצום, אויף א בצמצומ'דיגער בענקעלע, מ'טוט זיך אן בצמצומ'דיגע כמו שיך, מ'איז מצמם די לייט אין שוהל, מ'איז מצמצם די תנועות. דאס ווייזט אויף די חוסר השפעה פאר יודישע קינדער אין גלות. אבער פורים, חברה, לעבטס אויף. דער הייליגער באשעפער ווייסט אז מיר זענען בצער, מיר ליידן אזוי סך בעוונינו הרבים, אבער דאך, מיר קענען נישט אריינשפילן אין די יצר הרע'ס הענט, מיר דארפן אויסמעקן דעם עמלק, און מיר מוזן זיך משמח זיין וויפיל מ'קען.

נאר פרייליך יודן. לאמיר זיך משמח זיין. לאז זיך צעשפרייטן, ווייל דאס צעשפרייטונג איז נאר נענטער צו העכערקייט. אוועק פון פארגרעבטקייט. שמחה יודן.

און דערפאר לאמיר זעהן וואס עס טוט זיך אין שטאט ג., לאמיר טייערע יודן אריינגיין אין שטאט ג. לאמיר זעהן וואס עס טוט זיך אין שטאט ג. שטאט ג. איז אונזער אלעמען באקאנטן שטאט, אסאך זאכן זענען פארגעקומען אין שטאט ג. אין שטאט ג. עקזיסטירט הייזקעס פון אמאל, הייזקעס מיט שטרויענע דעכער, הייזקעס מיט לאדנס. דאס איז זיכער אז די הייזקעס אין שטאט ג. האבן געהאט לאדנס. דאס איז אמאל זיכער. שטעל דיך פאר ס'האט ווען נישט קיין לאדענס. וואס וואלט מען פארקלאפט? דערפאר האט מען אין שטאט ג. געמאכט לאדנס. און אויך האט מען זיכער געמאכט צו בויען שטאט ג. מיט שטרויענע דעכער. אז נישט ווי וואלט די אלמנה געוואוינט? אויב נישט אין א הייזקע מיט א שטרויענע דאך?

לויט "אקער" ווייס איך וועכע שיך קעניגן זענען געגאנגען אין די צייטן פון אחשורוש. ס'איז געווען אזאנע שיך מיט אזא סחורה'נע באלי ביים שפיץ. אט אזוי זענען קעניגן געגאנגען אין די צייטן פון אחשורוש. אבער היינט איז געווארן א בלבול הדעת, אמאל בשעת'ן ליינען די מגילה האב איך קלאר געוואוסט וויאזוי אחשורוש האט אויסגעזעהן, און וויאזוי המן האט אויסגעזעהן, ווען מ'האט אויסגעשריגן, ויתלו את המן על העעעעעעעעעעעץ אשר הכין למרדכי, האבעך קלאר געוואוסט וויאזוי דער האט אויסגעקוקט. אבער היינט בעוונינו הרבים איז נעבעך דא א בלבול הדעת, רבו הדיעות, ס'דא וואס האלטן אז ער איז געווען אן הויעכער דארער, ווידעראום איז דא וואס האלטן אז ער איז גאר געווען נידריג און גראב, רוב דיעות האלטן אז ער האט געהאט א בערדל מיט א טרייענגל היט. און די זעלבע מיט אחשורוש אויך, מחמת ירידת הדורות איז מער נישטא קיין קלארקייט אין דעם ענין.

אמאל האט מען געוואוסט, וויאזוי די פאלאץ האט אויסגעזעהן, וויאזוי מרדכי הצדיק האט אויסגעזעהן, וויאזוי אחשורוש האט ביהעיווט, אבער היינט איז ליידער ליידער ליידער, ס'איז אראפגעקומען א געוואלדיגע חולשה אין די זאכן, אלעס צוליב טעכנאלאגיע. א יונגערמאן אפילו עלטערע יודן וואס זענען פארכאפט, האבן גארנישט קיין קלארקייט וויאזוי די פערד מיט מרדכי'ן דערויף האט אויסגעזעהן. זיי ווייסן גארנישט וויאזוי חרבונה האט אויסגעזעהן.

איך געדענק נאך ביי נינז אין די אלטע היים, איז געווען א געוואלדיגע קלארקייט אין די אלע זאכן. ס'האט יעדערער געוואוסט, ס'האט יעדעס קליין קינד געוואוסט וויאזוי בגתן ותרש האבן אויסגעזעהן, און בכלל האט יעדערער געוואוסט וויאזוי די פורים טיש דארף אויסזעהן, אבער היינט, צוליב דעם אז ליידער אלעס צוליב די ציונים ימ"ש איז משיח נאכנישט געקומען, און ליידער ליידער, מ'קען זיך שוין גארנישט פארלאזן אויף קיינעם. יעדער שרייבט כל מה שליבו חפץ.

פארשטייסט וואס איך זאג דיר. איך האב דא א אראנדש יא. דו זעהסט דעם אראנדש? אקעי. דער אראנדש האט אין זיך זאפט. יא? אקעי און איך דארף עס. אבער איך גיי אויסקוועטשן דאס מערסטע וויפיל איך קען. איך גיי מיט אלע כוחות דרוקן און דרוקן און דרוקן ווייל איך וויל ארויסנעמען דאס מערסטע. איך גיי נישט געבן א קליינע דרוק און עס ווארפן אין גאביטש. עובר בל תשחית! איך גיי נעמען דעם אראנדש, און איך גיי עס אויסקוועטשן מיט אלע מיינע כוחות, גאריד?

ווייל איך וועל דיר זאגן וואס. דו זעהסט מיך דא שטיין? אקעי. איך שטיי שוין דא זייער א לאנגע צייט. און איך ווארט אז דער טויער זאל זיך עפענען. הערסט? אקעי. איך ווארט אז דער טויער זאל זיך עפענען. און באלד גייט זיך עס עפענען, וויל איך זיין גרייט, און נישט איינשלאפן. זיך נישט פארקלאצן. דו מוזט פארשטיין אז איך שטיי שוין דא א לאאאאאנגע צייט.

אט, דער טויער עפענט זיך אויף. אבער דארט טוט זיך א געווירבל מיט מענטשן, איך קען מיך נישט אריינכאפן. העי, לאז מיך אויך אריין דא. איך וויל נישט בלייבן אינדרויסן. שוין גענוג געווען, איך בין אינגאנצן דורכגעווייקט נאס, ציטער פון קעלט. עלנד הילפסלאז אליין. לאמיר אריין דו. קומסטו מיר אן מיט דיינע מאסעס. איך נעם צאם אלע מיינע כוחות איך דערלאנג אים א זעץ, דער האט זיך אזוי דערשראקן פון מיר. און אזוי טרעטנדיג אויף אים בין איך אריין. איך האב געמאכט אזאנע קולות, דארט איז געווען נאך וואס האבן געשריגן, אבער אזאנע קולות, ביז מ'האט מיך געזעהן. איך האב אים געזאגט, געענדיגט איך בלייב דא.

ווארום די טרוקענע לעבן איז נאריש. טרינק'זושא א גלעזעלע וויין. דערהייב דיך פון דיך אליין. ווייל די קייטן האבן מיר אראפגענאגלט, און איך האב מיט מיך נישט געהאט א וועג וויאזוי זיך אויפצובינדן פון עס. האב איך פון מיינע ציין ארויסגענאגט א מעסערל און עס אויפגעשניטן. די רגע דער איז געווען אויפגעבינדן, האט ער זיך געהויבן העכער און אים אינגאנצן פארניכטעט. איך האב געוואוסט אז אט די קייטן האלטן מיך צוריק פון פילן דעם גוטן טעם. און דער טעם פון א גוטן וויין האט מיך געלערנט דעם וועג. טרינק יודאלע טרינק פונעם פיינעם וויין. וועסטו זעהן דיינע כוחות וואס דו פארמאגסט. וועסטו זיך הייבן צו דיין טאטן אין הימל. וועסטו זעהן ווער דו ביסט, און ווער דיין טאטע איז. און דו וועסט זעהן ווי ער ווארט אויף דיר מיט אפענע ארעמס.

די קונץ איז זיך צו הייבן פון זיין איינגעזינקן אינעם טרוקענקייט. זעה העכערס. פארשטיי טיפער. זעה ווי דו ביסט נישט דו, און דו האסט א ציהל אויף דער וועלט. און דאס קען מען נאר פארשטיין מיט א גלעזעלע וויין. וועט דיין הארץ אנהייבן בענקען צו דיין טאטע אין הימל וואס ווארט אזוי אויף דיר. וועסטו זיך אויסוויינען צו אים, און אים צוזאגן, איך פארלאז דיך נישט מער. איך פארשטיי אז איך בין א יודיש קינד, און גארנישט פלעין. און בכלל האב איך גארנישט געוואוסט אז "טרוקנקייט" איז נאר א קליפה. "נארמאלקייט" און "געווענליכקייט" איז נאר א קליפה. א קליפה וואס באלאנגט צום יא.... אבער יעצט נאך א גלעזעלע וויין זעה איך אז אלעס איז גאר וויאזוי דער נפש איז. דאס איז מגלה דער ווייין. נכנס יין יצא סוד. דער סוד פון דער וועלט. דיינע שוועריגקייטן און איך מיין טאקע ווען ס'יז אריינגערינען וואסער אין דיין שיך, ווען דיין קאר איז נישט ארויס פון די שניי. ווען דו האסט געמוזט ווארטן אויפן ליין אין גראסערי, ווען דו האסט אריינגעכאפט א פסק פון דיין נאנטער, ווען דיין שפיגל פון דיין קאר האט זיך צעבראכן. וכו' וכו'. אלעס איז געווען העכער. נפשיות'דיגער.

טרינק יודעלע טרינק, טרונק אביסל וויין. דערהייב דיין צעבראכן פארקלאפט נפש.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בשבילי נברא, נייע אייטעמס און 25 געסט