געפילן, שפעקולאציעס און דעבאטעס איבער די קלעצקי פרשה.

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

SPUSMN האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:און וויאזוי האט קין געהרגעט הבל פאר ס'איז געווען אינטערנעט? רציחה איז נישט קיין נייע ערפינדונג

אויב דו זאלסט זאגן אז די אינטערנעט הרג'עט ברוחניות דאס איז שוין עפעס אנדערש


עס הרג'עט בגשמיות אויך. עס דיסענסיטייזעד א מענטש פון רציחה, און שוהלט אים אויס אויף אלע אופנים. אז עס איז נאך היינט דא איינער וואס קען זאגען אז דער אינטערנעט מאכט נישט ביליג רציחה ווייל די זעיסט דאך אז קין האט געהרגעט הבל, איז ביי מיר א גרויסער חידוש

אוודאי דער מענטש שיסט, און נישט דער גאן שיסט, א מענטש רצחנ'ט, און נישט דער אינטערנעט רצחנ'ט, אבער וואס פארע חורבונות דאס האט שוין אנגעמאכט ביי כלל ישראל בגשמיות וברוחניות פשוט זאגט זיך נישט, קיפ אפ ליווינג אין דינייעל, אויב דאס הייסט געלעבט

דא ליגט די טעות, די חורבן פון אינטערנעט האט גארנישט מיט כלל ישראל, יעדע גוי ווערט משוגע דערפון (און דערפאר איז דא ארנטליכע גוים וואס זיכן אויך פילטער'ס). איר אליין ברענגט ארויס אז עס איז מרבה רציחה, דאס איז א פראבלעם ביים גוי אויך.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

תגובה דורך גרויזאמער »

טעות אין א בילד פון "די וואך" ווי זיי באריכטן די חי לייפליין דרשות
אטעטשמענטס
Dgiboy.jpg
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובה דורך שוועמל »

קין האט בשעתו נישט געוואוסט אז מען קען הרג'נען, ער האט אים סתם געשלאגן אלס נקמה און ווייטאג (געפאניקט) ביז שפעטער האט אים דער רבוש"ע געלאזט וויסן אז קול דמי אחיך צועקים און יענער לעבט נישט מער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובה דורך ים רויבער »

עיין בסנהדרין לז: "שעשה קין בהבל אחיו חבורות חבורות פציעות פציעות שלא היה יודע מהיכן נשמה יוצאה עד שהגיע לצוארו" משמע שדעתו היה להרגו
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובה דורך שטארק זיך »

כ׳האב שוין אריינגעגעבן די נויטיגע פאפירן צו לויפן פאר ׳דזיבאו׳ אין 2012 למס׳

ווייזט איינער אויב אין ניו יארק איז אויך אן ענליכן אמט, אדער נאר אין מאנטריאל....?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובה דורך SPUSMN »

אל תקרא דזיבאוי אלא דזובוי
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובה דורך צים פינטעל »

איך שרייב דאס אינטער די געפילן ממש ביים ענדיגן הערן די דרשה פון הרב שפירא איבער די טראגעדיע, ער איז אמעזינג
ווער עס פארשטייט ענגליש וואלט איך גע'עצה'ט עס צו הערן
איך ווייס נישט צו מען האט עס שוין געפאסט דא צו נישט
אבער איך האב עס געפאוסט אין די אנדערע אשכול אבער דעמאלט איז עס געווען נאך פארן הערן סאיז נאר געווען בתורת נייעס
אבער יעצט איז עס בתורת געפילן
דא האסטו מיין תגובה דארט
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובה דורך געלעגער »

קול מבשר האט גאנץ אן אינטערעסאנטע אינטערוויו מיט א 'קרימינעל לויער' און געוועזענע 'פראס-סעקיוטער'. געדענק איך נישט אויפן מאמענט וועלכע נאמבער.
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובה דורך בשמים »

געלעגער האט געשריבן:קול מבשר האט גאנץ אן אינטערעסאנטע אינטערוויו מיט א 'קרימינעל לויער' און געוועזענע 'פראס-סעקיוטער'. געדענק איך נישט אויפן מאמענט וועלכע נאמבער.

#503
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובה דורך וואדקע »

תמצית פונעם אינטערוויא?
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובה דורך האניג »

צים פינטעל האט געשריבן:איך שרייב דאס אינטער די געפילן ממש ביים ענדיגן הערן די דרשה פון הרב שפירא איבער די טראגעדיע, ער איז אמעזינג
ווער עס פארשטייט ענגליש וואלט איך גע'עצה'ט עס צו הערן
איך ווייס נישט צו מען האט עס שוין געפאסט דא צו נישט
אבער איך האב עס געפאוסט אין די אנדערע אשכול אבער דעמאלט איז עס געווען נאך פארן הערן סאיז נאר געווען בתורת נייעס
אבער יעצט איז עס בתורת געפילן
דא האסטו מיין תגובה דארט

ווער איז דאס הרב שפירא?
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובה דורך צים פינטעל »

הרב שפירא איז א רב אין א בית מדרש אין בעסיוואטער
און ער איז א אויסגעצייכענטע רעדנער מיט א הערליכען ענגליש
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובה דורך msp »

וואס זאגט דער עולם צו די ווידער אויף וועקונג פון די אוטיסטישע נביאים....
נעבעך נעבעך....
ער זאגט שוין (דער פאסיליטעיטאר) ווייטער אז עס זענען נישט דא קיין רבנים אדער אדמו"רים וואס קענען אונז העלפען נאר ער אליינט...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך פאטאקי08 »

וואדקע האט געשריבן:תמצית פונעם אינטערוויא?

תמצית אז ער קען גארנישט זאגן וועעגן די קעיס ווייל ער וויל נישט רעדן פון א קעיס וואס באלאנגט נישט צי אים...
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובה דורך שויתי'ניק »

msp האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם צו די ווידער אויף וועקונג פון די אוטיסטישע נביאים....
נעבעך נעבעך....
ער זאגט שוין (דער פאסיליטעיטאר) ווייטער אז עס זענען נישט דא קיין רבנים אדער אדמו"רים וואס קענען אונז העלפען נאר ער אליינט...


וואס זאגן זיי שוין ווייטער?
גארנישט געהערט...
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובה דורך msp »

איך האב באקומען אנ'אימייל
אם על המלכים טוב וועל איך עס ארויף פייסטען...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

עס איז שוין געווען דא, און מען האט עס אראפגענומען
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובה דורך msp »

פארוואס טאקע
בד"וו איך בין נישט קיין מאמין אין די אוטיסטישע נביאים...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

תגובה דורך ניק ניק »

זייער א פיינע דרשה געווען נעכטן אין קאנטענענטעל וויליאמסבורג.
הרב דייטש
הרב קלאר
הרב גרינוואלד
די זיידע ועוד
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובה דורך סאדע_באטל »

וועלכע זיידע?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובה דורך msp »

נישט דער שפאלער
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

msp האט געשריבן:פארוואס טאקע
בד"וו איך בין נישט קיין מאמין אין די אוטיסטישע נביאים...

דאס דארפט איר פרעגן דעם גבאי ביהמ"ד, ער האט געהאלטן אז דאס איז אין קאנטראסט צו תמים תהיה עם ה' אלקיך
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובה דורך אויפריכטיג »

דער תהילים איד האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:און וויאזוי האט קין געהרגעט הבל פאר ס'איז געווען אינטערנעט? רציחה איז נישט קיין נייע ערפינדונג

עס שטייט אין ספרים (אוה"ח הק'?) אז ער האט אים נישט ממש געהארגעט בידים ווי א רוצח, נאר ער האט אים געווארפן אויף א ערד וואו די טבע איז געווען אז עס שלינגט איין, און די ערד האט אים איינגעשלינגען. דערמיט טייטשט זיך פשוט די פסוק (? כגעדענק שוין נישט).

יא, אן אינטערעסאנטער חידוש אין אור החיים הקדוש פרשת בראשית.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובה דורך שטארק זיך »

קרעמער האט געשריבן:
msp האט געשריבן:פארוואס טאקע
בד"וו איך בין נישט קיין מאמין אין די אוטיסטישע נביאים...

דאס דארפט איר פרעגן דעם גבאי ביהמ"ד, ער האט געהאלטן אז דאס איז אין קאנטראסט צו תמים תהיה עם ה' אלקיך

מה לו לגבאי בבית היין?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

ער האט די שליסלעך פון אלע פאליש'לעך..
פארשפארט

צוריק צו “אז נדברו”