פאסטענס אין די קרעטשמע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

פאסטענס אין די קרעטשמע

תגובהדורך איך_הער » זונטאג יולי 23, 2006 6:09 pm

אזוי ווי עס קומען דא אלץ אריין נייע איינוואוינער און צומאל געסט , און זיי טרעפן זיך מיט פארשידענע נעמען און פארשטייען נישט אמאל די תגובות פון איינעם צום צווייטן וועל איך פראבירן אהער צו שטעלן א ליסט פון די אנגענומענע פאסטענס און פון די וואס זענען נאך עוועליבעל קען זיין אז איך ווייס נאך נישט אלעס זאלען די וואס ווייסן פאררעכטן און צולייגן. ( איך לייג נישט קיין טיטלען אויף קיינעם איך בעט מען זאל זיך נישט באליידיגן )

אדמיניסטראטער : ארענדאר
מנהל כללי : קרעטשמער
מנהלים : סאכדעס , בן הרחמן , יאנאש
גאב"ד : ערעב זרח פעפער ז"ל
ראב"ד דומ"ץ : התאחדות
ספרא דדיינא : סאכדעס
ראש הקהל : יענטאאש
שמש דעקרעטשמע : יאנאש
פאבליק סעיפטי : גרויזאמער
טרעוועל אגענט : טאגליכט
סעקרעטאר : בן הרחמן
קעכער : קעכער

פאסטענס וואס מ'דארף נאך אנפילן :

וועקער :
מקוה איד :
שמש הבהמ"ד :
גבאי :
גבאי :
בעל קורא :
חזן :
לייגער :
מעינטענענס גיי :
פוילישער גוי :
פאקער :
חברא קדישא :

איך מיין איך האב אלעס געקאווערט , אויב נישט קען מען ארויס העלפן , יעדער וואס מיינט אז ער איז פעאיג צו איינע פון די אויבנדערמאנטע פאסטענס , זאל זיך מעלדן , און דער עולם וועט אפגעבן א וואוט , און באשטעטיגן , און ס'וועט ווערן פראטאקאלירט .
לעצט פאראכטן דורך איך_הער אום דינסטאג יולי 25, 2006 12:10 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » זונטאג יולי 23, 2006 11:17 pm

כ'הער
סאיז (לכאורה) א המשך פון דא
אבער דארט איז עס איבסל אנדערש

אוועטאר
טאגליכט
טראוועל אגענט
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » זונטאג יולי 23, 2006 11:41 pm

העי העי , און וואס איז מיט מיר, איך בין עפעס פון די קאקארוטשען, איך בין דער טראוועל אגענט

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג יולי 23, 2006 11:49 pm

וואס שרייסטו דו הייסט טאקע טאג , ס'איז אבער אינמיטן די נאכט דא , מ'האט דאך געגעבן די אפשען יעדער זאל צולייגן וואס ער האלט פאר וויכטיג , האסט פראבירט מיט שיינעם ? עניוועי שוין פארראכטן , שיין פון מיר ניין ?

איך פרוביר
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 1:32 pm

תגובהדורך איך פרוביר » מאנטאג יולי 24, 2006 2:17 pm

איך וואלט גענומען פאקער, איך האב סייווי יעדען פארפאקט.

אוועטאר
קהל'ס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 11:38 am
לאקאציע: זיצענדיג אויפן טרעפ

תגובהדורך קהל'ס נאר » מאנטאג יולי 24, 2006 2:22 pm

פאר מיר האסטו נישט עפעס א מכובדיגע פאסטן? אלץ דארף איך זיין קהל'ס נאר?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג יולי 24, 2006 2:30 pm

שרייבזשע נאך איין תגובה וועסטו כאטשע האבן שר העשר

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג יולי 24, 2006 3:49 pm

קהל'ס נאר , ( איך באמערק BTW אז מ'קען האבן ספעיסעס ביים ניק ) , דו ווייסט וואס פאר א מכובד'יגע פאסטען דו האסט ? דעם פאסטען קען נאר האבן איינער , אחד יחיד ומיוחד דא אינעם קרעטשמע און דאס ביסטו , און די ביסט נישט צופרידען ? איך פארשטיי דיך נישט .

אוועטאר
קהל'ס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 11:38 am
לאקאציע: זיצענדיג אויפן טרעפ

תגובהדורך קהל'ס נאר » מאנטאג יולי 24, 2006 3:59 pm

קודם דעם פאסטן האב איך גענומען בזרוע נטויה, איך וויל אבער באקומען א פאסטן. א חוץ דעם דארף איך א מזרח זיץ, איך וויל אראפגיין פון די טרעפן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג יולי 24, 2006 4:02 pm

ווער האט געזאגט אז די זיץ קענסטו נישט נעמען בזרוע נטויה ? פראביר און לאמיר זען אויב איינער וועט דיך שטערן .

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג יולי 24, 2006 4:03 pm

אויזער דעם ווייס איך אפילו נישט ווי אזוי דיין בענקל פיט אויף די טרעפ .

פאר ווער עס פארשטייט נישט וואס איך רעד דא , וועל איך מסביר זיין , פאר מיין פריערדיגע תגובה האט דער נאר ( איך האב נישט קיין געדולד ארויס צו שרייבן זיין פולן ניק ) געהאט גאנץ א באקוועם בענקל , מיט א קאמפיוטער אין די זייט , אזוי ווי איך האב אים געפרעגט גאנץ א נארמאלע קשיא ( אין מיינע אויגן כאטשיג ) איז אנשטאט צו נעמען זיין בענקל , און זיך אוועק זעצן אויף א באקוועם ארט כפי רצונו הקודם , איז ער געגאנגען און אוועק געטראסקעט דעם בענקל , און זיך געזעצט אויף די טרעפ , אבי צו האבן אויף וואס זיך צו באקלאגן , איז ער ווערט מער ווי זיין צוגעפאסטן טיטל ( וואס ער האט גענומען בזרוע נטויה ) ?
לעצט פאראכטן דורך איך_הער אום מאנטאג יולי 24, 2006 6:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קהל'ס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 11:38 am
לאקאציע: זיצענדיג אויפן טרעפ

תגובהדורך קהל'ס נאר » מאנטאג יולי 24, 2006 4:37 pm

אפילו א בענקל פארגינסטו מיר שוין נישט

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מאנטאג יולי 24, 2006 10:34 pm

האסט אויסגעלאזט

קעכער: קעכער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג יולי 25, 2006 12:09 am

די וועלט זאגט א ווערטל , יעדער מיינט זיך און איך מיין מיך , איך פארשטיי דיך אויפן ווינק איך גיי עס שוין פאררעכטן ,

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג יולי 25, 2006 10:02 am

איך האב מורא מען האט ארעסטירט די "פאבליק סעיפטי"... (גרויזאמער). ער איז נישטא צו באקומען פאר קיין ניקל.

עניוועי, צו ס'איז איינעם נוגע צו נישט, דער נוסח מיט טיטלן איז גוט געווען ווען מ'האט דערקענט אויף יעדעם'ס תגובה זיין פאסטן, אזוי ווי אמאל אינדערהיים, ווער ס'געדענקט נאך.

נעמטס אפיר דעם סאכדעס'ן, יעדע תגובה זיינע איז געגאסן אקוראט ווי זיין פאסטן, דאס זעלבע התאחדות, טאגליכט איז כמעט אויך אזוי.

אמאל איז אזוי געווען מיט חייםחייקל ע"ה, נתן נטע זאל זיך מיען אין לעכטיגן גן עדן, יעדער האט געשריבן אויף זיין וועג אז מ'האט זיי געזעהן - ליינענדיג זייערע תגובות - ממש ווי זיין רוקן ברעכט זיך אינטער פון די שווערע "ספרינג וואסער" וואס ער שלעפט.

וואס ווייסן די היינטיגע יונגווארג??

דאס איז איין זאך וואס לאזט מיך נישט געהעריג שלאפן ביינאכט, דערנאך איז דא א צווייטע מעשה וואס דאס לאזט מיך נישט דרימלן בייטאג. איז דאס אמת אז "קרעמער" פארמאגט נישט קיין טיטל? אאאאאאיייייייייייייייהההההה מקום כבודו? ער פארדינט זיך נישט גארנישט?

ווי יעדער פארשטייט אליין גייט ער עס נישט בעטן, אזוי ווי איך בעט נישט פאר מיר קיין טיטל, אבער אונז -מצידינו, דארפן מיר טרעפן עפעס א טיטל פאר אים.

איר ווייסט פארוואס? מאנכע פרעגן צו וואס מוז יעדער האבן א טיטל, וועל איך עס מסביר זיין אין קליין געלט.

אויב מ'וויל איינעם ארויסשיקן פון קרעטשמע, לו יהא, איך זאג נישט ס'גייט אמאל זיין אזא זאך, אבער אין וויסטן חלום לאמיר זיך צומאכן די אויגן פאר איין מינוט, און טראכטן, אויב "קרעמער" פארזינדיגט זיך אין עפעס, און די החלטה פון אונזערע געטרייע רשעי קהלה באשליסן, ענאף איז ענאף, מ'מוז שיקן קרעמער'ן פון דאנעט... שרעקט אייך נישט ס'איז נאר די משל, די נמשל קומט שוין מיט פעטש. אבער לאמיר זיך אזוי חלומ'ן.

פארשטייט יעדער וואס האט היינט געגעסן פרישטאג, אז מ'קען נישט שרייבן פראסט אין פשוט: "עפ"י החלטת קהלתינו איז קרעמער אסור צו דאווענען מיט אונזער מנין, עולה זיין לתורה, בר מצוה מאכן זיינע קינדער, טאנצן אויף א טשעמפערלין, מיטצוזינגן מיט די בעל תפלה שבת ווען ער זאגט די ווערטער: וטהר לבינו לעבדך באמת, עסן פארפיטאס וכו' וכו' אזוי ווי ס'שטייט אין שלחן ערוך אויסגערעכנט.

מיר קענען דאס נישט שרייבן אויף "קרעמער", ווייל ס'העט אויסקוקן זייער נעריש מצדינו, אמת? זיכער אזוי...

אויב אבער - דא דרייעט מען מיטן אגודל - אויב אבער מיר וועלן אים געבן א טיטל, אההה, העט מען שרייבן: "עפ"י החלטת קהליתנו, טאר נישט "דער פינאט באדער שמירער" דאווענען מיט אונז מנין וכו' וכו'.

און דאס וועט שוין האבן אסאך מער פשט....



אשר ע"כ, חברים היקרים, מיר מוזן שוין טרעפן א טיטל פאר קרעמער....

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » דינסטאג יולי 25, 2006 10:13 am

יגר'ל כ'האב געפערליכע דריקענישן בנוגע דיין תגובה
א) ווער אין וויסטען חלום האט זיך אמאל גטרויעט אנצוריפען אונזערע חשובע מנהלים מיט'ן טיטל רשעי וכו'....
ב) כ'האב ספעציעל אראפ געברענגט דער אשכול וואס דו האסט געמאכט אין אלט קרעטשמע, און דארט האט מען דיר שוין גענטפערט איינמאל אז דאס ווארט קרעמער איז אליין א טיטל , (געדענקסט? אויב נישט ליין עס איבער)...
ג) וואס לאזט דיך נישט דרימלען בייטאג..

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » דינסטאג יולי 25, 2006 10:15 am

אחרי כותבי את כל זאת,
טוה איך נאך אלץ אגריען מיט יגר'ל אז מ'מיז געבן א טיטל און אבער א טיטל פאר אונזער הויעכגעשעצטען מר. קרעמער..

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג יולי 25, 2006 10:35 am

מעסטער

ס'איז נאר א חלום, און נאר א משל...

איך מיין דו ווילסט נישט איך זאל אנהייבן מיט די נמשל... גלייב מיר, קרעמער וויל אויך נישט

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » דינסטאג יולי 25, 2006 10:54 am

יגר'ל האסט נישט מדייק געווען וואס כ'האב געשריבען.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג יולי 25, 2006 11:07 am

עניוועי יגר'ל טאמסאפ, איך האב זיך געקייקלט, כ'בין ברוגז כאב געהאלטן אינמיטן פרישטאג און דו שרייבסט זאגאר פאר די וואס האבן שוין געגעסן פרישטאג, אחיץ אז דו האסט דאס געשריבן נעכטן, האו נאוס? עניוועי מיין סקרין איז מיר שמוציג געווארן לאכענדיג.

אויכעט באדאנק איך דיר פאר די שיינע קאמפלימענט וואס דו האסט מיר געגעבן.

אוועטאר
קהל'ס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 11:38 am
לאקאציע: זיצענדיג אויפן טרעפ

תגובהדורך קהל'ס נאר » דינסטאג יולי 25, 2006 4:16 pm

הער נאטר;

דו האסט מיר געמאכט דעם טאג, ענדליך טראג איך שוין א טיטל וואס איך האב כשר פארדינט


סי נאך דא איין איד וואס שרייבט לויט טיטל

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג יולי 25, 2006 4:40 pm

סיז דא נאך אסאך וואס שרייבן מיט 'דיין' טיטול, נישט נאר איין איד.

אוועטאר
קהל'ס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 11:38 am
לאקאציע: זיצענדיג אויפן טרעפ

תגובהדורך קהל'ס נאר » מיטוואך יולי 26, 2006 11:32 am

סאכדעס האט געשריבן:סיז דא נאך אסאך וואס שרייבן מיט 'דיין' טיטול, נישט נאר איין איד.


איך האב שוין לאנג א חשד אז עימיצער פון די מנהלים שרייבט מיט מיין ניק...

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » מיטוואך יולי 26, 2006 11:38 am

[QUOTE="קהלהנער הזה,
האסט נישט יורד געווען לעמוקת התגובה פון סאכדעס, כפי שנראה לי האט ער געמיינט צו זאגען אז ס'איז ליידער דא נאך איד'ן וואס שרייבען נאריש , סאכדעס , פליז קארעקט מי איף איים ראנג

אוועטאר
קהל'ס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 11:38 am
לאקאציע: זיצענדיג אויפן טרעפ

תגובהדורך קהל'ס נאר » מיטוואך יולי 26, 2006 11:40 am

כ'האב פינקטליך פארשטאנען, אבער וכאן מצא בל חוב לגבות עס חובו


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יאנקעלע און 13 געסט