בלאט 1 פון 3
לכבוד פורים - זיך טוישן דעם מיקום
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 12:18 pm
דורך מאשקע
פארוואס האט מען זיך גענומען טוישן די בילדער לכבוד פורים? יעדער זאל זיך אויך טוישן דעם מיקום אינעם פרופיל.
(סאכדעס: דו מוזט נישט, ס'דאך נאר א משוגעת...).
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 12:19 pm
דורך יאנאש
איך האב שוין לאנג געטוישט, נישט נאר דעם מיקום נאר די חתימה אויכעט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 12:20 pm
דורך מאשקע
אה טאקע. אויך די חתימה זאל מען זיך טוישן לכבוד פורים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 12:25 pm
דורך יגרסהדותא
געטוישט אלעס
איך האף איך גיי געדענקן נאך פורים וויאזוי מ'טוישט צוריק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 12:34 pm
דורך סאכדעס
מאשקע, איז עס טאקען נאר א משוגעת?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 12:37 pm
דורך גרויזאמער
איך ליג אויפן פלאר פון די פורים אין דארף, אלע אמאליגע דערפער מיט זייער "אייגנארטיגע" "בעטעמטע" פורים, קאנען זיך איינפאקן פאר אונזער פורים דמוקפין.
יגר מיט זיין חתימה מאכט חוזק פון דער איד וואס שטייט אין בעק פון אים אין ביהמ"ד, און ביי שטילע שמונה עשרה הערט די גאנצע בית המדרש אלע זיינע סמך'ס און צדיק'ס. "סס צצ צצ ץץ סס" ונאמן אתה להחיותתתת מתתתיים, אזויווי יגר האט שוין מאריך געווען איבער דעם ענין במקום אחר.
איך ווייס אז די מקור איז די יוצר, אבער יגר האט געמאכט אזא מצלץ ללצלץ שצפץ מנצפץ להתפרץ ולחצץ בסתרץ פון דעם, אז די גארטל פליט מיר אראפ פון זיך טרייסלען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 12:43 pm
דורך מאשקע
איך האב געטוישט.
דזשאסט פאר די רעקארד:
מיקום: מיקום שמיקום, דער עיקר צו זיין א חכם מחוכם
חתימה: פורים אטן א קרעטשמע, איז ווי א קרעטשמע אטן א פורים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 12:49 pm
דורך abimlaibt
גרויזאמער די איד איז אין ק"י יא?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 12:57 pm
דורך סאכדעס
דו קלערסט טאקען אז נאר אין קרית יואל איז דא אזעכעס? און דו מיינסט אז אין ק"י איז נאר דא איינס? נע, סיז דא איבראל דערפון.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 12:58 pm
דורך יגרסהדותא
מ. גרויזאמער, אנטשולדיגט יואליש גרויזאמער.
דיין ערשטע שורה:
גרויזאמער האט געשריבן:איך ליג אויפן פלאר פון די פורים אין דארף, אלע אמאליגע דערפער מיט זייער "אייגנארטיגע" "בעטעמטע" פורים, קאנען זיך איינפאקן פאר אונזער פורים דמוקפין.
איז דאך אזוי אמת און ריכטיג, פעלט נישט אויס קיין הסברים.
א גאנצע דיקע צייטונג מיט אזוי-גערופענע אומ-בא'חנטע אויפגעמאכטע דזשוק'ס, מאכט נישט אזוי גוטמוטיג שמייכלן א מענטש ווי א צוויי תגובות דא.
מנהלים, יישר כח פאר'ן אריינלייגן קאפ און מח צייט און געדולד אז דער פורום זאל אזוי שיין פארן.
מאשקע פאר דיר אויך.. אבי, אויך.. זארעך צוויי מאל, און פאר דיר, יא איך האב דאך דיר נישט דערמאנט איך מיין דיך, פאר דיר פיר גרינע..
אקיצור, ס'איז דא דא אזוי צושמייכלן און צום לאכן, אז איך האלט אז דער לאזונג:
קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט איז אביסעלע פאלטש, ס'איז צו בלאס צום אמת.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 1:02 pm
דורך abimlaibt
סאכדעס האט געשריבן:דו קלערסט טאקען אז נאר אין קרית יואל איז דא אזעכעס? און דו מיינסט אז אין ק"י איז נאר דא איינס? נע, סיז דא איבראל דערפון.
כ'ווייס אז סדא איבראל, כ'ווארט נאר מ. גרויזאמער זאל ענפערען ווייל אפשר מיינען מיר יא ס'זעלבע מענטש, דאן וועליך מיך געבן א טראסק אראפ אויפ'ן פאדלאגע מיט א אויספלאץ.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 1:17 pm
דורך abimlaibt
אקעי כאב אויך אלעס געטוישט, אויס מורא פין זיין אנדריש פין יעדעם, ודו"ק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 1:41 pm
דורך סאכדעס
אבי האב נישט מורא.
איין זאך קעניך דיר זאגן, דעם ווער דו מיינסט, מיינט נישט גרויזאמער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 1:56 pm
דורך abimlaibt
דו ווייסט וועם איך מיין?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 2:07 pm
דורך איזאק
איך מיין אז איך ווייס וועם דו מיינסט
דאכט זיך אז ער איז אויך דורס די חת`ין און כף`ן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 3:21 pm
דורך איך_הער
איך בין דאך אן איינגעשטעלטער, קען איך מיך נישט לכאורה טוישן אליינ'ס מיקום, איך דארף האבן רשות. (איך זאג נישט אז נאכדעם ווי איך וועל באקומען וועל איך טוישן, איך בין זייער באקוועם דארט, און איך זע נישט יעצט עפעס א ספעציעלע סיבה צו גיין גלות.)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 3:31 pm
דורך סאכדעס
חחחחח יאכער, כאב דאס מאל הנאה געהאט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 3:41 pm
דורך קרעמער
איך_הער;
וואו איז דיין פארשטעלאכץ? אל תפרוש מן הציבור...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 3:49 pm
דורך סאכדעס
העעעעעעי קרעמער, לייג נישט קיין לחץ, ער וויל נישט אינישט.
רוב ציבור האט נישט געטוישט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 3:51 pm
דורך מאשקע
א רוף צו סאכדעס: ביטע טויש דיר דיין בילד און דיין דיין מיקום, און לייג צו א חתימה.
איך גיי מאכן א סקר צי איך זאל מאכן א פעטיציע דערוועגן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 4:14 pm
דורך סאכדעס
אז וואס? דו גייסט מאכן א סקר?? סאו וואט? כ'שטעל זיך צו גארנישט צו.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 4:16 pm
דורך מאשקע
אה, איך האב פארגעסן. דו וואוטסט נישט ביי די סקרים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 5:55 pm
דורך איך_הער
קרעמער האט געשריבן:איך_הער;
וואו איז דיין פארשטעלאכץ? אל תפרוש מן הציבור...
און מיין לעדל אין דיינונג רום.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 23, 2007 12:49 am
דורך קרעמער
דו פירסט זיך אויך ווי מיר?
איך פיר זיך ווי עס שטייט אין הייליגע ספרים, אז דער מנהג איז זיך צו פארשטעלן פורים! עס שטייט נישט אז די מנהג איז נאר געגעבן געווארן פאר קטנים.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 23, 2007 10:38 am
דורך יגרסהדותא